☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור

אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור

93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3700
בלאט: 1 2

מאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 3:13 pm

· #113069
בדחן
moti107
און וואס טוט זיך אויב איך אין דעם דור זעהט א גדול פון פריערדיגען דור זיך קריגען אויף א גדול פון פריער פריערדיגען דור.


קומסט אריין אומקלאר, זיי בעסער מסביר דיין שאלה, אויב מעגליך גיב א דוגמה צו פארשטיין ווי וואס און ווען.

סאטמאר רב זצ״ל האלט אז גיין צו בחירות אז כפירה דער אמרי חיים און אנדערע גדולים האלטן אז ס׳איז א חיוב דארף איך האלטן אז דער אמרי חיים איז א כ.. אדער אז דער סאטמאר רב האט עובר געווען אויף דעם חיוב?

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 3:19 pm

· #113076
זיי הייסען ביידע פון איין דור, און די זאלסט אנעמען ווי דיינע רבי'ס האבן דיר געלערענט,

אגב עצה אובה, למיחש מיה בעיא, אויב די ביזט אין אר"י גיי נישט צו די בחירות ווייל אפילו דיין קרייז האלט אז יא, איז אבער ווערט חושש צו זיין צו די ספק אז אפשר איז סאטמער רב גערעכט ובכגון דא שב ואל תעשה עדיף.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 3:21 pm

· #113080
בדחן
זיי הייסען ביידע פון איין דור, און די זאלסט אנעמען ווי דיינע רבי'ס האבן דיר געלערענט,

אגב עצה אובה, למיחש מיה בעיא, אויב די ביזט אין אר"י גיי נישט צו די בחירות ווייל אפילו דיין קרייז האלט אז יא, איז אבער ווערט חושש צו זיין צו די ספק אז אפשר איז סאטמער רב גערעכט ובכגון דא שב ואל תעשה עדיף.

אפשר זיי חושש אויף שיטות בית שמאי? למיחש?

מאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 3:30 pm

· #113086
בדחן
זיי הייסען ביידע פון איין דור, און די זאלסט אנעמען ווי דיינע רבי'ס האבן דיר געלערענט,

דאס הייסט אזוי אויב מיין טאטע איז געווען א באס דרייווער אין סאטמאר און בשכר זה האט ער באקומען דארט ביליגער שכ״ל און מיר אהינגעשיקט דארף איך אננעמען ווי מיינע רבי׳ס אין סאטמאר.
משא״כ אויב די וויזניצע תלמוד תורה איז געווען ביליגער און מיין טאטע האט מיר דארט אריינגעשטעלט דאן מוז איך אננעמען פארקערט.

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 3:31 pm

· #113087
סתם אזוי.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 3:44 pm

· #113092
לאמיר דיר ענטפערן אויך דיין שפראך, מען האט דא פריער געשמיעסט אז כל התורה כולה איז געבויעט אויף פריערדיגע, און אז יעדר וואס האט איבערגעגעבן און מסביר געווען די תורה ביז היימט האט אייביג פארשטאנענן אז מען גייט נאך די פריערדיגע, אמוראים אויף תנאים, גאנץ שו"ע איז געבויעט אויף דריי ראשונים, אלע אחרונים בויען אויך די ראשונים, אלע פוסקים ביז היינט צוטאגס גייען אייביג צוריק און פראבירן צו פארשטיין און מסביר זיין וואס די פריערדיגע האבן געזאגט אדער געשריבען, און ערגעץ טרעפט מען נישט אז א אחרון זאל קריגען אויף א ראשון, אדער אז דער דברי חיים זאל קריגען אויפן רא"ש,

פון נעמט זיך אזא עמי הערצות און אומוויסענהייט עס אפציווענדן מיט די הקדמה פינעם מהרש"ל?? טראכסט האסט עפעס אפגעוואנדען אדער עפעס געענפערט? וואס פראבירסטע צו איבערצייגען דערמיט?

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 3:58 pm

· #113099
אין משא פנים.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 4:02 pm

· #113100
עס איז דא היינט בדורינו איינער וואס קען אפווענדן א דברי חיים אדער א חת"ס? איז דא איינער וואס האלט אז ער קען? איז געווען פאר 50 צירוק איינער וואס האט האט זיך מחולק געווען אויפן דברי חיים חת"ס? איז דא א אחרון וואס קריגט אויף א ראשון? איז דא א אמוראוואס קריגט אויף א תנא ?{איך רעדט נישט פון קיין שרייבער דא אויף קאווע שטיבעל}

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 8, 2013 4:36 pm

· #113114
בדחן

אנטשולדיגט, כדי עס זאל נישט אויסזען כאילו איר טוט מיר באשולדיגען דערמיט וויל איך זיך קלאר מאכען
איך האב דא גערעדט מיטען גרעסטן ריספעקט בנוגע רב שטיינמאן, זיך עס נאך אויב עס איז נוגע, און בנוגע קוק האב איך בסך הכל נאכגעזאגט אויף אים דאס וואס רוב רובם רבנים האבן געזאגו אויף אים, איך וועל אבער נישט מוסיף זיין נופך משלי, און איך וועל נישט ניצען מיין דעת צו רעדן קעגן א צווייטען גדול אפגעזען פון וועלכע קרייז.


בבקשה כאפט א בליק אין דעם ספר. קוקט אויך דא.

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 5:05 pm

· #113127
אלו ואלו דברי אלקים חיים.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 5:11 pm

· #113131
גערעכט גערעכט - הגם איך פארשטיי באמת נישט וואס דו ווילסט - דאך וועל דער איך דיר געבן גערעכט וויייל ווי עס זעט אויס רעדן דא צוויי מענטשן פערצופאל פינעם זעלבן נושא אינעם זעלבן אשכול, אבער איינער רעדט נישט צום צווייטען מען פארשטייט זיך בכלל נישט, אזוי אויך מעגליך ווען דו לעבסט צוויי טויזענט יאר פריער וואלסטע אפשר זיי געקענט מסביר זיין דיין מיינוג און אלעס וואלט זיך געטוישט,

BTW איך כאפ זיך יעצט אז דיין מיינוג - וואס איך פארשטיי בכלל נישט - זעט אויס צו זיין מנוגד צו דיין מיינוג פון די ריינע ראסע, ווייל ביי די ריינע ראסע סומאכטע דארף מען יא זיך אנהעגן און מבטל זיין פאר די פריערדיגע, דא זעט אויס אז מען דארף נישט, ענעוועי איך מוז נישט אלעס פארשטיין, און איך גיב דיר מיט כבוד ס'לעצטע ווארט,

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 5:13 pm

· #113132
@היימישער ליטוואק, ווי נעמט אזא סארט מאס תמימות...?

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 8, 2013 5:18 pm

· #113135
זיי מסביר

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 5:22 pm

· #113136
איך זאל מסביר זיין וואס? די נושא פון קוק איז עפעס היינט געבוירען געווארען? איך דארף מסביר זיין א זאך וואס די פארשטייסט אליינס אז מיט ברענגן די לינק האסטע גארנישט געוויזען? וואס פשט אז האסט אנגעהויבן פון אלף?

אפשר ביזטו מסביר פארוואס דער אמרי אמת האט גערעדט קעגין אים? אדער דער ח"ח קעגן זיין מהלך אדער חזו"א אדער בריסקער רב אדער רבינו הקדוש זי"ע??

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 8, 2013 5:24 pm

· #113137
בדחן
איז דא א תנא וואס קריגט אויף א אמורא?

🙄

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 5:27 pm

· #113139
געפילטע פיש
איז רב קוק געווען איינע פון די ראשונים?
😂

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 8, 2013 5:31 pm

· #113144
בדחן
איך זאל מסביר זיין וואס? די נושא פון קוק איז עפעס היינט געבוירען געווארען? איך דארף מסביר זיין א זאך וואס די פארשטייסט אליינס אז מיט ברענגן די לינק האסטע גארנישט געוויזען? וואס פשט אז האסט אנגעהויבן פון אלף?

אפשר ביזטו מסביר פארוואס דער אמרי אמת האט גערעדט קעגין אים? אדער דער ח"ח קעגן זיין מהלך אדער חזו"א אדער בריסקער רב אדער רבינו הקדוש זי"ע??

איך טענה אז דו ביסט מיסאינפארמירט לגבי דעם אמרי אמת, ח"ח והחזו"א. און אפילו לגבי בריסקער רב ז"ל יש לפקפק טובא. יא לגבי רבינו הקדוש ביסטו גרעכט, אבער ער איז שוין גווען אביסל שפעטער, און געווארן פידעד מיט מיסאינפארמאציע פון די ירושלימ'ע אוהבי שלום'ליך.

זע קונטרס אין פי.די.פ. הרב אלישיב והרב קוק ודוק וואס אנדערע רבנים האבן גהאלטן, עיין שם היטיב.

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 5:32 pm

· #113146
געפילטע פיש
בדחן
איז דא א תנא וואס קריגט אויף א אמורא?

🙄


👍 🙄 😂

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 5:34 pm

· #113149
היימישער ליטוואק
איך טענה אז דו ביסט מיסאינפארמירט לגבי דעם אמרי אמת, ח"ח והחזו"א. און אפילו לגבי בריסקער רב ז"ל יש לפקפק טובא. יא לגבי רבינו הקדוש ביסטו גרעכט, אבער ער איז שוין גווען אביסל שפעטער, און געווארן פידעד מיט מיסאינפארמאציע פון די ירושלימ'ע אוהבי שלום'ליך.

נא אדרבה, לייג אראפ די אמת לויט ווי אזוי דו ווייסט עס, עס איז אנגענימען ביי יעדעם איינעם די פאקטן לויט ווי אזוי איך האב עס געשריבען און אלעס איז אפגעשריבען, אז דו ווייסט אנדערש נעם זיך שרייבען און וועסט מאכען א מהפכה בעולם השקר..... זאל איך ווארטען דערויף?

קינות גירושין » מיטוואך מאי 8, 2013 5:56 pm

· #113158
וואס איז די אנדערקאווער דיעל, מארבעט אויס א שלום פלאן???

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 6:00 pm

· #113160
יא, עפעס וועבט זיך ביהיינד די סין, דיטעליס וועל פאלאו ווי נאר געפילטע וועט זיין רעדי.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 8, 2013 6:02 pm

· #113162
בדחן
איך זאל מסביר זיין וואס? די נושא פון קוק איז עפעס היינט געבוירען געווארען? איך דארף מסביר זיין א זאך וואס די פארשטייסט אליינס אז מיט ברענגן די לינק האסטע גארנישט געוויזען? וואס פשט אז האסט אנגעהויבן פון אלף?

אפשר ביזטו מסביר פארוואס דער אמרי אמת האט גערעדט קעגין אים? אדער דער ח"ח קעגן זיין מהלך אדער חזו"א אדער בריסקער רב אדער רבינו הקדוש זי"ע??

בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב
בתקוה להבנה

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 6:06 pm

· #113163
קינות גירושין
בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב בתקוה להבנה

עס פעלט נישט אויס, ווייל קלוז"ב רבי און אזוי אויך אלע אנדערע רבי'ס רופט מען ביים נאמען, עס איז נאר סאטמער וואס מען רופט אן די רבי זי"ע, חזיר דיר עס גוט איין אזוי אז די וועסט מער נישט האבן קין פראבלעם דערמיט,

בתקווה להבנה.

דעת תורה » מיטוואך מאי 8, 2013 7:37 pm

· #113184
אין די העברעאישע פארומ'ס איז גאנגבאר דער אויסדרוק "הבנת הנקרא", דער מהרש"ל קריגט אויפן רמב"ם, ווייל "ער" האלט אנדערש ווי אים? אדרבה, ביסט מכובד צו ברענגען א מראה מקום צו די מחלוקת מהרש"ל ורמב"ם. בסך הכל זאגט ער אז מיר אשכנזים האבן זיך נישט וואס צו שעמען פארן רמב"ם, מיר האבן געהאט אונזערע אייגענע ראשונים אשר מפיהם אנו חיים וואס קענען זיך נאך צו יעדע צייט פארמעסטן מיטן רמב"ם, און מילא דארפן מיר זיך האלטן צו די אשכנזי'שע מסורה און צו זייערע פסקים. דאס רופסטו געקריגט אויפן רמב"ם?

אוודאי, דארטן ווי די אשכנזים קריגן אויפן רמב"ם נעמט ער אן - ד.ה. ער פסק'נט - ווי זיי (אדער אויב זיי ברענגען נישט א דין מחודש פון אים וואס שתיקתם מוכחת אז זיי נעמען נישט אן דעם דין), אבער ער אליינס זאל קריגן אויף א ראשון?

חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 8, 2013 7:41 pm

· #113186
כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט,

די דורות זענען געווען אנדערש פארדעם, מען זעהט דאך אז חז"ל זאגען אז נאכען חורבן איז ניטלה טעם ביאה וניתנה לעברי עבירה, זעהט זיך אויס אז פארדעם איז די עיקר טעם געווען אויף א כשר'ען אופן און מענטשען זענען נישט אזוי ווילד געווארען ביים זעהן א אשה אויף די גאס,

און אזוי ווייטער, ווי מער די דורות זענען געפאלען האט זיך אויסגעפעלט פארשידענארטיגע גדרים,

היינט איז עקבתא דמשיחא, די מענטשהייט איז שוואכער, און אסאך מענטשען ווערן אינגאנצען צושאקעלט ווען זיי זעהען א שיינע פרוי, וויזוי עס צו באהאנדלען איז א שווערע זאך, ווייל טאמער ס'ווערט צי עקסטרעים קען עס צוריק קלאפען, בקיצור ס'איז א סטראגעל וויזוי עס צו באהאנדלען, אבער דאס איז קלאר אז דער מציאות היינט איז נישט קיין פארגלייך מיט הונדערט יאר צוריק, ווער רעדט נאך בזמן הבית אין בזמן פין די תנאים ואמוראים,

למעשה איז היינט א מצב פון כאאס, אסאך מענטשען האבען ווייניגער קאנטראל אויף זיך ווי אמאל, ממילא אינסטינקטיוו ווילען זיי שטיין ווייט פון א מצב ווי זיי שפירען ווי זיי זענען נישט אינגאנצען אין קאנטראל פון וואס זיי זאלען שפירען,

אבער ס'איז קאמפליצירט, ווייל פרויען זענען א חלק פון די מענטשהייט אין ס'ווערט אמאל אומרעאליסטיש, למעשה אבער איז עס טאקע עקבתא דמשיחא, ס'טאקע שווער, צי רעכטס איז פראבלעמאטיש צי לינק'ס איז פראבלעמאטיש, ס'איז א הייקעלע באלאנס, און מען דארף בעטען ס'זאל שוין זיין די גאולה און די וועלט זאל שוין קומען צום תיקון השלם, אמן.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 8, 2013 8:12 pm

· #113202
בדחן
קינות גירושין
בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב בתקוה להבנה

עס פעלט נישט אויס, ווייל קלוז"ב רבי און אזוי אויך אלע אנדערע רבי'ס רופט מען ביים נאמען, עס איז נאר סאטמער וואס מען רופט אן די רבי זי"ע, חזיר דיר עס גוט איין אזוי אז די וועסט מער נישט האבן קין פראבלעם דערמיט,

בתקווה להבנה.

די סאטמערע האבען עפעס א מין איינרעדיניש וואס סאיז אין דגמתו, ביי אומז און סקווער רופט מען אויך די רבי זי״ע
עס א סייד נאט די מאכסט עס גוט די ברענגסט ארויס בייז בלוט ביי דעם עולם דא און די ברנגסט דעם שטיבעל צום תכלית

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 9:33 pm

· #113231
@ חזקיה המלך, א תגובה זייער צום זאך, און האסט ארויס געברענגט א אייזן שטארקע פוינט מיט די צושטעל צום עזרת נשים אין בית המקדש, ערגעץ ווי האב איך עס שוין געזען איינעם שרייבען.

ר' שמחה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:09 am

· #113301
אין די ליטא איז געווען מער גאנגבאר זיך צו קריגן מיט פריערדיגע, אפילו אן רעספעקט.

איציק » מוצ"ש מאי 11, 2013 9:28 pm

· #114007
בן תמליון
איר זאגט פערל רייד. גראדע כסדר ווען איך זעה ווייבלעך שלעפן די קערידשעס פינף שטאק שבתים אין מיין בילדונג ווילט זיך מיר צולייגן א האנט אבער איך האלט מיר צוריק איך האב מורא דאס ווייבל וועט רויט ווערן כאילו איך רוף איר אין מיין בעדרום אריין, זוך איך נישט קיין כבוד. דאס משוגעת איז אויף ביידע זייטן מחיצה.

כ'האב שוין ערווענט דערוועגן דא
טאקע א פראבלעם. און מ'קען אויך נישט וויסן ווער ס'וויל הילף און ווער נישט. אפטמאל קלער איך אז ס'איז ממש א שאלה פון פיקוח נפש. חז"ל האבן דאך באטיטל'ט א חסיד שוטה יענעם וואס וויל נישט ראטעווען א פרוי וואס דערטרענקט זיך.
מיר איז אבער שווער צוויי זאכן:
1. קודם, וואו קומט צו א חסיד צו זעהן א פרוי אין די וואסער? און אויב שוין יא, דארף ער דאך באלד אנטלויפן...
2. ווי וועט זיין דער דין ווען די דערטרענקענ'דע פרוי זעלבסט וויל זיך נישט לאזן ראטעווען פון א מאנסביל? קען דאך נישט זיין אז חז"ל האבן נישט מצייר געווען אזא מציאות ווי אין אונזערע טעג, הא?
אלא מאי? אזוי לאנג ווי זי שרייט נישט "געוואלד!" דארף מען איר לאזן זיך טרענקען...

פראפעסאר » מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:10 am

· #363313
ווי אזוי פארטייטשן אנדערע אזעלכע אגדות?
כ'האב שטארק געהאט הנאה פון לייענען אייער ארטיקל. אלץ נישט-חסידישער/חרדישער איד פרעג איך זיך אבער: מע זעט דאך קלאר פון א סך אגדות אין גמרא און מדרש אז די לעבנס-שטייגער פון חז"ל איז נישט געווען קיין היינטיקע-חרדישע. איך נעם אן אז אייער "פירוש" איוף די מעשה מיט ר' יוסי הגללי און ברורי' איז אן אומגעוויינלעכע, ווייל איר באטאנט דווקא, אז די צדיקים האבן זיך נישט געפירט ווי היינטיקע חסידים. אבער, ווי אזוי פארטייטשט מען אדער פארשטייט מען די מעשה געוויינלעך? וואס וואלט א מלמד צי א רבי אין א ישיבה, וועלכער דערווארט יא, אז מענער זאלן פשוט איגנארירן פרויען, געזאגט וועגן די דאזיקע מעשה?

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:21 am

· #363340
בדחן
לאמיר זיך נאך איינמאל פראבירען מסביר צו זיין.
אמאל איז מען געווען מער צושפרייט, עס זענענן געווען מער שותומ״צ ווי היינט, דערפאר אפילו אויב גאנצע שטעט און דערפער אידן זענענן רח״ל געגאנגענן א גאנג און זענענן געווארען אפגעפארען, איז נאך אלץ געווען ערגעץ אויפן כדור העולם גרעסערע שטעט פון ווי אידשיקייט זאל אויפבליען און וואקסן, משא״כ היינט צוטאגס ווען כלל ישראל איז צענטריט און פיר פינף מקומות זאל השי״ת בעסער פריער שיקען משיח אויב ער וויל האבן צו וועם.


היינט איז דא מעהר שותומ״צ ווי אמאל.

קורקלענד » מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:35 am

· #363350
חזקיהו המלך
כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט,
.

מיין רבי פון כתה ד' האט געזאגט אז ביז דאן האבן פרויען נישט געקענט מיטהאלטן אדער אריינקומען אין ביהמ''ק.

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 17, 2018 1:21 am

· #399981
Re: אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור
מאטי
יואב די לויפט נישט אויס פון מליצה׳לעך ממש ווי דער פאפא מעין מקוה, ווי קאנסטרוקציע אויפן בי קיו אי , ווי דאנאלט טראמפ צו משגעת.
ווי יואב צו מליצה׳לעך 👍 👍
t


איך האב נישט געוויסט אז אין 2013 איז שוין טראמפ געווען דער ביישפיל פון משוגעת
[emoji1]

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 6:58 am

· #399987
בדחן
איך ווייס, אבער דאס איז געווען מיט גאנץ כלל ישראל?
היינט צוטאגס דארף גאנץ כלל ישראל רחמים, אמאל אפילו עס איז געווען וואס עס איז געווען איז נאך געווען והיה המחנה הנשאר לפליטה.

ביזטו משוגע צי וואס?! ווען איז די לעצטע מאל וואס ס'איז פארגעקומען אזא מעשה ווי פלגש בגבעה? בד"ו, פון יענע מעשה זעט אויס אז ס'שוין דעמאלטס געווען אין סטייל צו באשיצן מאלעסטערס...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:06 am

· #399988
שמעקעדיג
איך האלט אז אלו וקלו וכו' ולא פליגי. א פריערדיגער קען מאכן א טעות, א מענטש איז א מענטש, אבער מען דארף נאך אלץ רעדן מיט רעספעקט פאר גדולים

איך מיין אז רבה צי רבא האט עס שוין געזאגט, איך געדענק נישט פונקטליך דעם לשון. ער האט געזאגט עפעס אזוי: "ווען מ'וועט נאכזאגן עפעס אין מיין נאמען און עטץ וועטס האבן קשיות אויף דעם, זאלן ענק עס נישט אננעמען להלכה, ווייל ס'קען זיין אז איך האב געגרייזט. אבער עטץ זאלטס עס נישט אינגאנצן אוועקמאכן, ווייל קען זיין אז עטץ זענטס נישט יורד לסוף דעתי".

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:12 am

· #399989
קורקלענד
חזקיהו המלך
כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט,
.

מיין רבי פון כתה ד' האט געזאגט אז ביז דאן האבן פרויען נישט געקענט מיטהאלטן אדער אריינקומען אין ביהמ''ק.

לויט דעם קומט אויס אז די תקנה גדולה איז געווען אז מ'האט אריינגעלאזט פרויען אין בית המקדש... אט דאס הייסט א תקנה גדולה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:15 am

· #399990
חזקיהו המלך
כ'טראכט אז אסאך גדרים ווערט לויטען דור,
מען זעהט דאך אז די תיקון גדול אין די עזרה ביים שמחת בית השואבה איז ערשט געווארען אין די שפעטע צייטען פון בית שני (אזוי ליגט מיר אין קאפ), זעהט זיך אויס אז ביז דאן האט עס נישט אויסגעפעלט.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=qBFbM8JpiDU">http://www.youtube.com/watch?v=qBFbM8JpiDU</a>

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:17 am

· #399991
שבת אחים
בדחן
לאמיר זיך נאך איינמאל פראבירען מסביר צו זיין.
אמאל איז מען געווען מער צושפרייט, עס זענענן געווען מער שותומ״צ ווי היינט, דערפאר אפילו אויב גאנצע שטעט און דערפער אידן זענענן רח״ל געגאנגענן א גאנג און זענענן געווארען אפגעפארען, איז נאך אלץ געווען ערגעץ אויפן כדור העולם גרעסערע שטעט פון ווי אידשיקייט זאל אויפבליען און וואקסן, משא״כ היינט צוטאגס ווען כלל ישראל איז צענטריט און פיר פינף מקומות זאל השי״ת בעסער פריער שיקען משיח אויב ער וויל האבן צו וועם.


היינט איז דא מעהר שותומ״צ ווי אמאל.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/Gv5X8_LqLR4?list=PLa7LNhVrFIG7-iPcg4PtotzIskm_J62un">https://youtu.be/Gv5X8_LqLR4?list=PLa7L ... Iskm_J62un</a>

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:31 am

· #399992
קינות גירושין
בדחן
קינות גירושין
בדחן, איך בעט דיך יעדע מאל ווען די ווילסט ריפערן צו דיין רבי שרייב ארויס זיין נאמען נישט פלעין רבינו הקדוש זי״ע פארוואס דארף איך געסן צו די רעדסט פון קלויזנבורגע רב צו פון וואדעסלאווער רב בתקוה להבנה

עס פעלט נישט אויס, ווייל קלוז"ב רבי און אזוי אויך אלע אנדערע רבי'ס רופט מען ביים נאמען, עס איז נאר סאטמער וואס מען רופט אן די רבי זי"ע, חזיר דיר עס גוט איין אזוי אז די וועסט מער נישט האבן קין פראבלעם דערמיט,

בתקווה להבנה.

די סאטמערע האבען עפעס א מין איינרעדיניש וואס סאיז אין דגמתו, ביי אומז און סקווער רופט מען אויך די רבי זי״ע
עס א סייד נאט די מאכסט עס גוט די ברענגסט ארויס בייז בלוט ביי דעם עולם דא און די ברנגסט דעם שטיבעל צום תכלית

מענין לענין. געווען א מגיד שיעור אין א חסידישע ישיבה קטנה אין ברוקלין, וואס האט גערעדט שבת ביים סעודה אין קעמפ וועגן 'רבינו הקדוש' און די יסורים וואס ער האט געהאט פאר דרייצן יאר. אינמיטן רעדן באמערקט ער ווי אפאר בחורים שמייכלען זיך אונטער, אבער ער האט נישט געקענט כאפן פארוואס. נאך אפאר מינוט כאפט ער זיך וואס גייט דא פאר. ער, די מגיד שיעור האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעשטויסן, און די שבת, איז די שבת פאר די יארצייט פון סאטמארע רב, און די בחורים, וואס האבן נאכקיימאל נישט געהערט פון די ערשטע רבינו הקדוש, האבן געמיינט אז ער רעדט פון סאטמארע רב, און ס'איז געווען זייער פאני אז ער רעדט פון סאטמארע רב און ער רופט איהם 'רבינו הקדוש'...

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 17, 2018 7:58 am

· #399996
און דאס וועט מסביר זיין פשט אין דיין ניק?...

אגב דו רעדסט דא צו ניקס וואס זענען שוין נישט דא פאר דורי דורות...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:06 am

· #399999
שמעקעדיג
און דאס וועט מסביר זיין פשט אין דיין ניק?...

וואס הייסט?

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 22, 2018 1:35 am

· #400399
דו רופסט זיך דאך אויך רבינו הקדוש.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 22, 2018 1:50 am

· #400400
דאס איז טאקע איינע פון די טעמים.
בלאט: 1 2