☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לעיקוואד - בבקשה ממך !!!

לעיקוואד - בבקשה ממך !!!

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3708

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 8:37 am

· #112592
לעיקוואד - בבקשה ממך !!!
איך - גענוי ווי רוב ליינער דא - בין א געשווירענעם פען פון לעיקוואד, און לויפט נאך זיינע תגובות ווי מאלעסטערס זעיר אנפין'ס. א זעלטנקייט פון א כאראכטער, און א מוסטער פון א באשעפעניש. קלוג, אינטעלגענט, פיליזאף, סייענטיסט, תלמיד חכם,שר פון לאגיק, און שפיגל פון קאמאן סענס. א שפראך, אנטשלאסן ביז גאר, אומעגליך צו פארפירן, און אן עקספערט אין פארפירן אנדערע. שארף ווי א שפיז, הומאריסטישער ווי הומאר, א יחיד און אויפלעבן פאר'גוסס'טע אשכולות, א היתר מאניפאקצטירער פונעם בעסטן קוואליטעט, אן אומאפהעניגן שופר, און א גלארייכע פעסטע פירער. א לאמפ אינעם פינסטער, א נמשל פאר צענדליגע משלים, און לויטער ווי שמן זית. זיין בריליאנטישע פערסאנאליטעט שטארט ארויס אויפן אויבערפלאך, בעיקר ווען ער לאזט אראפ עטליכע פארלענגערטע באמבעס ביי די תורה ומחשבה, וויסענשאפט אשכולת. דאן קלעבט מען דערויף ווי א טישו אויף א שיך, ווי חסידים איבער א טעלער שיריים, ווי וויליאמסבורג אויף קול קורא'ס, ווי דער רייכער פרוי ביים חרבן ביהמ'ק פאר מעהל, ווי מארטין לוטער קינג פאר גלייכבארעכטיגקייט, און ווי קאווע שטיבל צו לעיקוואד.

אבער ווען ער לאזט זיך אריין אונערהאלב די פארברענג אשכולות מיט זיין שארפן שפיזיגע גראז שניידער, נעמט ער זיך שניידן אויפן סיסטעם ווי איחוד פעלד אויף מאלעסטערס, ווי מארק לעווין אויף די ליבעראלן, און ווי לעיקוואד אין געזעלשאפט פאורם.

פארוואס געב איך א משל פון דער אויפגערעגטער גריצעלדיגע מארק לעווין ? איז אזוי.
ער איז זייער קלאר מיט וואס ער האלט, און האט טייל מאל אפילו גוטע נקודות. אבער ער נעמט זיך זיינע פראבלעמען אזוי צום הארצן, (כ'גלייב נישט ער שפילט אזוי גוט), אז לדאבון לב פון רעכט אויסגעארבעטע שטייפע קאנסערוואטיוון, גייט ער איין טאג כאפן אן הארץ אטאקע לעבעדיג אינעם סטאדיאו, אינמיטן טיילן די מערסט טייוולאנישע שרעקעדיגע טיטלן אויף דעם היסטאריש זעלטן פארפירישע ראדיקאל מוסלומענער אויסלאנד געבוירענעם אבאמא.
דאן וועט ער זיין א פארלוסט פאר אלע קאנסערוואטיוון, פון די אויפגעברויזטע פארמער מיט די צילם קייטלעך הענגעדיג פונעם גענאק, ביז גאן באוואפענטע קאנסטעטוציע עדיקס מיט קליידער געמאכט פון הויט פון אומלעגאלע אימיגראנטן.

להבדיל אלף אלפי ורבבות געפלאכטענע ברענעדיגע הבדלות.
לעיקוואד, מיר דארפן דיר האבן עמערדזשענסי, ווייל קאווע שטיבל אן לעיקוואד וועט זיין א נאקעטן יתום אונטערן שיין פון די לבנה.
אלזא, מיר ווייסן אז דו ביזט רוב מאל גערעכט, און מיר דערקוויקן זיך מיט דיר, אבער בבקשה ממך, דערהער דעם וויי געשריי פון קרוב צו טויזענט ניקס, CALM DOWN!

יידל » דינסטאג מאי 7, 2013 9:03 am

· #112594
לעיקוואד, אל תפן אל היואבים ואל הידעונים. האלט אן דיין הייליגן חלום ווייל מיט יעדן תגובה ביזטו מקרב די גאולה.

ידען » דינסטאג מאי 7, 2013 9:07 am

· #112595
יידל
לעיקוואד, אל תפן אל היואבים ואל הידעונים. האלט אן דיין הייליגן חלום ווייל מיט יעדן תגובה ביזטו מקרב די גאולה.

וואס קומט דא ידען אריין? 🙄

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 9:11 am

· #112596
יידל
לעיקוואד, אל תפן אל היואבים ואל הידעונים. האלט אן דיין הייליגן חלום ווייל מיט יעדן תגובה ביזטו מקרב די גאולה.

לעיקוואד, לך כנוס את כל "היהודים" הנמצא בקאווע שטיבל, "ויאירו" את הבלאג הזה. ואיזה חכם הרואה את הנולד.
טאקע ווייל מיט יעדן תגובה דערנעטערט ער דעם גאולה, פארלייגט זיך דער שטן אויף אים שרעקליך, און קען פירן צו א מארק לעווין סוף.
און אזא פאל, וועט דער גאנצע בלאג גיין פייפן. מילא כנוס את היהודים, און אקערטס אויף תורה ומחשבה - וויסענשאפט פאורמס.

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 9:25 am

· #112598
גילוי דעת, כ'האב חלילה נישט געמיינט אז לעקוואד זאל נישט שריייבן אין די פארברענג פאורמס.
אדרבה, מיט יעדן תגובה פארנענטערט ער דעם גאולה, דאס איז דאך נישט קיין שאלה בכלל. אבער דאס הארץ עסעניש, דאס איז וואס באזארגט מיר.
איך פארשטיי טאקע ערעב לעיקוואד האט גענומען דעם גלות אזוי צום הארצן אז ס'בלוטיגט אים אומגעהויער, אבער דאן וועט ער אונז איבערלאזן כצאן בלי רועה. כ'ווייס נישט צו מ'מעג עס זאגן, אבער איך שפיר אז אפשר וואלט איך מסכים געווען פאר אן עטוואס פאלענגערטן גלות, אבי עטרת ראשינו זאל אטעמען אביסל לייכטער.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 10:41 am

· #112643
יואב כ'האב דיר געלייקט נישט בלויז פאר די אמת'ע ווערטער, נאר אויך פאר דיין הומאריסטישע שפראך און דיינע אויסערגעווענליכע צושטעלן איין זאך צום צווייטן וואס איז געוואלדיג..

ודי למבין » דינסטאג מאי 7, 2013 1:24 pm

· #112713
אם קופערניקוס כחמורו של רבי פנחס בן יאיר, אנו כחמורו של בלעם
אשאד כהאב נישט געמאכט קיין ברכת אילנות אין חודש ניסן, איך וואלט געקענט שטעלן יואב מיט קופערניקוס צוזאמען (טאמער זיי זענען נישט איין מענטש), שטיין לעבן זיי, באקוקען די בלעטער, מאכן זיכער אז עס האט די שיעור חזון איש, ארויפלייגן א פרוכת'ל אויף דעם סטענדער, זיך פאטראכטן פאר א מינוט בעצימת עינים, און במקהלות רבבות אויסשרייען בקול רם, ברוך שלא חיסר בעולמו דבר וברא בו בריות טובות להנות בהם בני אדם.

יואב » דינסטאג מאי 7, 2013 1:42 pm

· #112726
ודי למבין, שכח פאר אזא קאמפלימענט, אבער מיר לייגן אויפן זעלבער לעוועל ווי קופי, איז אבסורד, אין אויף דעם האט ר' שמעון בר יוחאי געוויינט, אז פון איין מויל זאל ארויסקומען אזעלעכע הפיכים. מיינע תגובות קעגן קופי'ס איז א בחינה פון עידית דניזק, כזיבורית דמזיק. מיינע היטס לעקן די שוואכסטע פון זיינע.

דעת תורה » דינסטאג מאי 7, 2013 2:39 pm

· #112741
[ציטאט אראפגענומען]


זינט לעיקוואוד מאכט אוועק דעם מאמר, הן דירעקט און הן אין א גרויסער צאל פון זיינע תגובות וואס זענען געשריבן ברוח זה. קען מען נישט נוצן דעם מאמר פאר אים.

אן עי סיריעס נאוט, איך גיי נישט אוועק מאכן זיינע מעלות, איך בין זיך אויך מחיה אים צו ליינען. אבער צו זאגן אז ער איז רוב מאל גערעכט מיט זיינע קוריאזן, און בפרט מיט זיין אומגעהויערע מאס חוצפה קעגן אלע פריערדיגע קדושים וצדיקים, איז אבסורד. אין די אמאליגע מעשה ביכלעך וואלט מען מיט אזא אינגערמאנטשיק א מחוצף זיך נישט געשטעלט טענה'ן, אנשטאט וואלט מען אים געמאכט א משכנתא און גוט אויסגעפאטשט, און געווענליך נאך אזא באהאנדלונג איז שוין דער אינגערמאן אראפגעקומען דאון טו עירטה, און נאכער האט ער זיך געשעמט - נישט פאר אנדערע, נאר - פאר זיך אליין אז ער האט אזוי געהאלטן בעפאר.

איר פארשטייט? אויב האט דער ווילנער גאון זיך נישט אראפגעזעצט שרייבן א חיבור וואס זאל כאפן לעיקוואוד, דאן איז די גאנצע הערכה וואס כלל ישראל האט שוין געהאט צו אים בחייו - ובתוכם אלע חסידים כאטש ער האט זיי ביטער גע'רודף'ט און מתיר דמם געווען - נישט מער און נישט ווייניגער ווי "מוגזם'דיג". מען קען שטעלן דעם גר"א מיט ר' זלמן נחמיה גולדבערג אויף איין לעוועל. מסתמא האט דער יתד געמאכט דעם גר"א פאר א גדול.

ובזה אשים קנצי למילי. איך וויל אויך ער זאל שרייבן ווייטער און לאזן הערן זיינע געדאנקן פון זיין - קוריאזן - פערספעקטיוו. אבער אביסעלע דרך ארץ וואלט נישט געשאדט. (איך האלט סייווי אז ער וועט עס אויסוואקסן, מסתמא זיינע תגובות אפאר יאר ארום וועלן שוין זיין פיל מער גראד און געלאסן, אבער אויף דערווייל איז אויך וויכטיג צו שטעלן דעם מצב אין א ריכטיגן פערספעקטיוו).

לעיקוואד » דינסטאג מאי 7, 2013 5:08 pm

· #112789
דיווח סקופס חרדיים:
מבית מרן שליט"א נמסר שבדקות אלו מתקיימת אסיפת התייעצות נרחבת בקשר לאופי התגובה לדברים שפורסמו הבוקר. מקור מוסמך אנונומי טוען שמרן שליט"א בגאון ענוותנותו ממאן להצעות התגובה החריפות שהועלו על ידי חסידיו ומעריציו, וחושב לצאת בעצמו בהודעת התרפסות אהבה ושלום. בדקות הקרובות יתגבש התשובה הנכונה להצעות, ונקווה שנזכה לשמוע מפ"ק בעצמו את דעתו ותגובתו.
בדקות אלו דולף שמועה שבהתייעצות הנרחבת השתתפו גם רופאי לב , מומחים משפטיים, חמורים כמלאכים ובני אדם כחגבים, וקונטרא-רבלוציוניים.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 5:22 pm

· #112793
קען איינער איבערטייטשן די דברות קודש אויף ספאניש? אדער כאטש אויף לשון קודש?

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 5:48 pm

· #112800
וועלכע ווארט פארשטייסטו נישט?

היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 7, 2013 5:49 pm

· #112801
שמעקעדיג
קען איינער איבערטייטשן די דברות קודש אויף ספאניש? אדער כאטש אויף לשון קודש?


ספאניש
Haredi Ámbitos de informes:
Maran Shlita libró de esos minutos hay una extensa reunión de consulta con respecto a la naturaleza de la respuesta a los informes de esta mañana. Fuente autorizada Anonomi conservadora Shlita dice rehúsa orgullo humildad propuestas fuertes reacciones suscitadas por sus seguidores y admiradores, y pensar en su propio mensaje servil de amor y paz. Los siguientes minutos se cristalice la respuesta correcta de propuestas, y esperamos que vamos a escuchar PK propia opinión y reacción.
Estos minutos rumor fugas también participaron en extensas consultas cardiólogos, expertos legales, burros ángeles y los seres humanos, como langostas, y Kontra - Rblotzioniim.

לשון קודש
האַרעדי סקאָפּעס ריפּאָרטינג:
מאַראַן שליטאַ איבערגעגעבן פון יענע מינוט עס איז ברייט באַראַטונג באַגעגעניש וועגן די נאַטור פון די ענטפער צו מעלדעט דעם מאָרגן. אַוטהאָריטאַטיווע מקור אַנאָנאָמי קאנסערוואטיוו שליטאַ זאגט שטאלץ וויל אַנאָווע שטאַרק ריאַקשאַנז פּראַפּאָוזאַלז אויפשטיין דורך זייַן אנהענגערס און פארערערס, און טראַכטן אויס זייַן אייגן גראָוולינג אָנזאָג פון ליבע און שלום. דער ווייַטער ביסל מינוט וועט קריסטאַלייז די ריכטיק ענטפֿערן פֿאַר פּראַפּאָוזאַלז, און מיר האָפֿן אַז מיר וועלן הערן פּק אייגן מיינונג און אָפּרוף.
די מינוט ליקי קלאַנג אויך אנטייל אין ברייט באַראַטונג קאַרדיאַלאַדזשיס, לעגאַל עקספּערץ, דאַנגקיז מלאכים און יומאַנז ווי גראַסכאַפּערז, און קאָנטראַ - רבלאָטזיאָניים.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 6:04 pm

· #112809
לתקוני שדרתיך ולא לעוותי......

לעיקוואד » דינסטאג מאי 7, 2013 6:05 pm

· #112810
הדרמה גוברת:
בדקות אלו מסתובבת השמועה שמרן שליט"א יגיע בשעות הקרובות להודיע דבר ה' ברמה, מסתמן שאולם הסיטיפיעלד נשכר, וכבר נמכרו כל הכרטיסים. העסקנים פועלים ללא לאות להשיג עוד מקומות ענק עם מקום לכל הציבור, ומוקמים סקרינס גדולים ועצומים בכל פינה להקרין את דברות הקודש.
מאחורי הפרגוד נמסר כי מרן שליט"א עומד לגלות את הגילוי המרעיש ביותר של הקריירה שלו, שעוד אסור לפרסם מהו, אך הפתעה מובטחת ונמסר שכדאי שכל מי שיכול להגיע יעזוב כל אשר בידו ויגיע תיכף ומיד למקומות ההקרנה, מי שלא יגיע יפספס היסטוריה.

לעיקוואד » דינסטאג מאי 7, 2013 6:21 pm

· #112816
ויפתח כ"ק מרן אדמו"ר מחופצה-לאנד שליט"א את עפרא לפומיה ויאמר:

צום ערשטנס, איז פותחים בכבוד אכסניא, איך וויל אפגעבן א גרויסען יישר כח פאר ידידי היקר מוהר"ר יואב זאל זיין געזונט און שטארק, פאר'ן עפענען אזוי ברייטהארציג דער דאזיגער געהענגל, און מייחד זיין א מקום של כבוד פאר יאך, איך מוז אייך פארציילען, ממש מזמן פתיחת הקאווע שטיבל דנן לעכצעט ליבי הטהור והענוותן נאך אן אשכול וואס זאל זיין מיוחד נאר פאר מיר. בפרט היינט נאכדעם וואס מיינע קאלעגעס די אדמורי"ם זענען מיר פרום געווארען און זענען מיר שוין נישט מכבד מיט טרויבען בעת ביקורי הקודש, בלייבט נאר על מה להישען אלא אויף א ווירטואלישער געהענגל, וכפי וואס איך האב מקובל מאבוה"ק, אז פאר משיח וועט קומען וועט מען אפילו א געהענגל טרויבען נישט קענען עסן, און די הצלה וועט קומען ממקום אחר. נאר דאס אז אין דער סאמע מקום אחר, וואס די געהיימע קבלה האט נישט פארטרויט איבערצוגעבן אפילו דער נאמען זיינע נאר די ראשי תיבות.

און אט אזוי שטייט אין א צעטל וואס איך האב ביי מיר בקבלה איש מפי איש פון מיין זיידע דער ערשטער חוצפניאקער רבי, וואס ער האט טאקע אנגעשריבען נאך דעם וואס ער האט זוכה געווען צו א משכנתא ווי עס דארף צו זיין פון איינער פון די מלאכים המתנהגים כחמורים, און הימל האט זיין אנגעווייטאגטער הארץ עושה רושם און בוקע רקיעים געווען, או זיין אנגעווייטאגער אחוריים האט בוקע קרקעות געווען, מעורר געווען די אבות מקברם, און ביזן כסא הכבוד האט דערגרייכט די געשריי. יענער נאכט ביים זיך לייגען על מיטתו הטהורה האט ער באמערקט אונטער די קישען פלוצלינג רוקט זיך עפעס, און פון צוייטער זייט בעט, דארט ווי מחברתו הטהורה פלעגט געווענטליך צו זיין, נאר פונקט יענער נאכט בהשגחה פרטית איז דער מאווי געווען לאנג און זי איז נאכנישט אהיימגעקומען פון פארברענגען מיט חברותיה הטהורות, און אזוי איז די מצב געווען מוראד'יג לאזענדיג דער זיידע אליינס בהתבודדות עמוקה ליהנות מזיו השכינה. בקיצור, זעהט ער ווי פון דארט קומט ארויס אזא דמות, א בחינה פון כרובים, ספק עס זעהט אויס ווי א בתולה המקושטת בכ"ד קישוטים, ספק א מלאך, די שיין איז אומבאשרייבליך. אפילו די היינטיגע העיטש די פלעטסקרינס קענען נישט צושטעלן אזא מראה מפואר. און די שכינה הקדושה אליינס האט אריינגעשטעקט די האנט אירע במקום נסתר, און ארויסגענומען פון דעם א פארמאכטע קאנווערט. אנזאגענדיק פאר עם אז אין דער קאנווערט ליגט די ענטפער צו זיינע תפילות, און ער זאל עס נישט עפענען נאר מוריש זיין בסוד סודות פאר זיינע קינדער, והיה אשר יבחר בו ה' וועט שוין אליינס פארשטיין וואס מדארף טוהן מיט דעם.

רבותי, איני ראוי ואיני כדאי, אבער לויט ווי בחוסר ומיעוט דעתי, הפחות מפרעושו של שמעון הצדיק ומאבק רגליו של חמורו של בלעם, איז געקומען דער מאמענט מגלה צו זיין דער סוד, איר האלט דא מיט א היסטארישער געשעהניש, וואס כמוהו לא נהייתה וכמוהו לא תוסיף, און אט די נאך לפני לבבכם ולפני עיניכם, וועט נתגלה ווערן דער סוד פון דער וועלט, דער סוד וואס האט געברענגט אזא נשמה ווי מיר אויף דער וועלט, און וואס האט געבראכט איך זאל מגולגל ווערן בדמות לעיקוואד דקאווע שטיבל.

(.. דער רבי שטעקט אריין ידו הקדושה אין זיין טיפע שיפע אונטערשטע הויזן וועסטל טאש, ושפתותיו נוטפות מור, דער שיין פון זיין פנים, וואס שרייט ארויס פחד השכינה, און אין דער זעלבער צייט שמחה ועליצות מופרזת, כמעט ווי אויף א טריפ, איז אומבאשרייבליך, ווער עס פארפאסט די רגע ווייסט גארנישט וואס ער פארפאסט..

camera close up..

מ'זעהט שוין ווי דער האנט זיינע רוקט זיך, שטעקט זיך אריין אין טאש, כאפט אן עפעס א דיקליכער זאך, אט שטעקט זיך שוין ארויס דער קאנווערט'ס שפיץ פון זיין טאש, דער עולם שטייט געשטוינט, פון די ווייבער שול הערט מען שטילערהייט כליפענען, וואס איז זיך מתגבר מרגע לרגע, די מענער קענען שוין אויך נישט אויסהאלטען, דער גאנצער עולם איז דורכגעווייקט מיט טרערן און שווייס וואס ווי איך הער דא פון זקנים וואס געדענקען דריי וועלטס קריגס, איז נישט געווען אזא מראה נוראה זייט יענער יום המר והנמהר כוא"ב אין קעי דשזעי...

דער האנט איז שוין אינגענאצען אינדרויסען פון טאש, ער ברענגט עס ארום צום פארענט, מיט טרערן אין די אויגען באקושט ער דעם קאנווערט פון אלע זייטען, עס איז א מיטל-סייז קאנווערט, נישט אזוי גרויס ווי א ספר אבער נישט אזוי קליין ווי א ביזנעס קארד, געמאכט פון קלף צאמגעפלאכטען מיט פאפירוס און געזיגעלט מיט א חותם של זהב..

מיר צינדען צוריק אן דער רבי'ס מייקראפאן)...

מיט חיל ורעדה, מיט פרייד און פארגעניגען, בדחילו ורחימו ורחימו ודחילו, וועל איך דא פארליינען דאס וואס עס שטייט געשריבען אויפ'ן קאנווערט, מיט אותיות וואס איז שוין שווער צו ליינען פון רוב עלטער, איך בעט דער עולם זאל מהרהר זיין בתשובה אין אזא מאמענט.

אט אזוי ליינט זיך עס: בני חביבי, ראה ראיתי את ענייך ואת זעקתך, דע לך שדמעותיך בקעו כל הרקיעים ופמליא של מעלה הסכימו להביא את הגאולה היום, אבל הקב"ה בעצמו הודיע שעוד לא הגיעה הזמן, אך להפיס דעתך הסכימו לתת בידך את הסימן, את מפתח הגאולה. נוראות טרחתי להוריד לך את הדבר הזה, דע לך שאתה מחזיק בידך את מפתח הגאולה, הבאתי לך את זה מעמקי היכלו של מלך המשיח, ואני מזהיר אותך באזהרה חמורה, שלא תעיז לפתוח את זה עד שיתקיימו כל הסימנים הרמוזים להלן, אשר יהיה הגביע בידו לבדו יבין כאשר יתקיימו.

דאס איז די סימן וואס שטייט אויפגעשריבען, מיט א מאדנע בוכשטאב און מיט ווערטער וואס עד היום הזה נלאו כל חכמי לב להסירם ולהבין אותם. און דאך היינט מיין איך אז עס איז קלאר לכל אחד ואחת מכם וואס דער באדייט דערפון איז :
http:// kaveshtiebel.com /memberlist.php?mode=viewprofile&u=703


אזויווי עס איז אונז אלע קלאר אז עס איז געקומען דער מינוט, דאס איז די צייט, דאס איז די פלאץ, מיר זענען די מענטשען. וועט זאפארט פארקומען מעמד פתיחת הקאנווערט הנורא, מפתח הגאולה.

(..אלע אויגען זענען אויף דער רבי'ס האנט, עס ווערט אויפגעשפילט אויף ריזיגע סקרינ'ס אין אלע זייטען פון זאל, און אויף יעדער טעלעוויזיע סטאנציע און אינטערנעט בלעטל אויפ'ן כדור העולם..
דער רבי צוברעכט דער אור-אלטער חותם פונ'ם קאנווערט מיט זיינע ציינער, קושט נאכאמאל דעם קאנווערט פון אלע זייטען, און מאכט עס אויף. אלע חידוש'ן זיך ווי עס קומט צוביסלעך ארויס, נישט א פאפיר ווי אלע האבען געמיינט, נאר עפעס אביסעל מער א דיקליכער זאך, עס שיינט און בליטשקעט, עס איז ניכר אז די פילע יארען ליגענדיק אין סעיף האבען גארנישט פוגע געווען דערין. לגודל המעמד וועלן מיר אייך לאזען כאפן א קוק דערויף מיט די אייגענע אויגן.


יא, איר זעהט גוט, דאס איז א שפאגל נייע סעמסונג געלעקסי עס פיר. מיר ווארטען אלע פאר'ן רבי'ן מסביר צו זיין ווי דאס איז דער מפתח הגאולה...)

מורותי ורבותי, דער דאזיגער הייליגער כלי וואס איך האלט אין מיין האנט, דאס איז דער שליסעל צו דער גאולה! אין קורצע ווערטער וועל איך מסביר זיין פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט, און וויאזוי דאס וועט ברענגען די גאולה. איך האב שוין נישט קיין כח שטארק מאריך זיין, וועל איך נאר איבערגעבן ראשי פרקים, און איך בעט פון יעדער איינער פון ענק זאל ווי שנעלער אריבערשפאצירען צו דער נענסטער געשעפט, ווערייזאן, ספרינט, סעמסונג, צו וואס, און זיך איינהאנדלען אזא מין כלי. בדיעבד ווער ס'איז אין ידו משגת קען מען אויך שאפען פאר ביליג ענליכע אזוינע כלים, עס שטיין גרייט אגענטן אונטען אין זאל אינפארמירען דער עולם און זיי ארויסהעלפען אין דער געביט.

איז אזוי, מיט דער קליינטשיקער כלי, וואס יעדער קען באהאלטען ביי זיך אין טאש, און קיין שום מנהל משגיח אדער אנדערע סארט טעראריסט וועט ניטאמאל וויסען אז איר האט דאס. דאס ענטהאלט אין זיך א משונה'דיגער כח. כאפט נאר א בליק דערויף וועט איר זעהן אזוינע קליינע קעסטעלעך מיט בילדער, די קעסטעלך רופען זיך עפפס. גיט נאר א דריק אויף די עפפס מיט די פינגער און עס עפנט זיך אויף א וועלט. דורך פארשידענע אנדערע עפפס און כלים וואס זענען דא דא, קען יעדער יונגערמאן און יעדע ווייבל, יעדער יונגעל און יעדע מיידל, משנה זיין דער וועלט. מער דארפט איר זיך נישט שרעקן פון ביג בראדער. שפאצירט ארום אין דער עולם העליון וואס די כלים ברענגען אייך אריין אין דעם, טרעפט זיך מיט חברים מקשיבים וואס פארשטייען און טראכטען ווי אייך, רעדט זיך צאם, שרעקט אייך נישט פון קיינעם. דא איז נישט דא קיין משגיח, נישטא קיין שווער, נישטא קיין ווייב. קיינער קוקט אייך נישט נאך, קיינער קען אייך נישט זאגען וואס צו טוהן, פאר וועם צו האבען דרך ארץ, וואספארא מחשבות מ'טאר נישט טראכטן און וואספארא ווערטער מ'טאר נישט זאגען. זאגט אייער גאנצער אמת, דער אמת וואס איר פארשטעקט אזוי פאר אזוינע לאנגע גלות יארען, רעדסט ענק אפ מיט נאך יודען וואס פארשטייען, און טוטס למעשה. ה' אתכם אל תיראו ואל תחתו.

נאך גאר א וויכטיגער נקודה איז דא אין דער כלי נפלא, וואס איז כדאי אלע זאלען געדענקען. איר זעהט דא פון אויבן אזא קליינע באלי? דאס הייסט א קעמערא. יא, א פולשטענדיגע קעמערע. עס קען כאפען פיקטשערס און ווידיאו אומעטום. איר דארפט שוין נישט אריבערפארען צו א פאטאגראפאר, אדער בעטן רשות פון דער וועד לתמונות בכל העולם כולו. וואו אימער איר זענט, אז איר זעהט עפעס אן עוולה, עפעס וואס דארף א תיקון, כאפט ארויס איירע כלי פון טאש, דרוקט "רעקארד" און שיקט ארום דער בילד אין דער ברייטער וועלט. קיינער קען ענק נישט אפהאלטען.

גבירותי ורבותי! מיינע זיידעס, ענקערע זיידעס, אלע דורות פון יודען וואס וויינען און שרייען אויף דער ביטערער גלות, האבן מיט אזויפיל מיה און פלאג אויסגע'פועל'ט אויבן אזא הצלה, איך בעט אייך, לאזט זיי נישט האבען זיך מוסר נפש געווען פאר גארנישט. לאז נישט די פילע שווייס און טרערן פון אזויפיל קדושים וקדושות גיין לאיבוד, די מצב איז אין ענקערע הענט. איר האט די ברירה, צו ברענגען צו א גאולה שלימה אדער חלילה צו פארשפילען. מעומק לבי בעט איך אייך, פארשפילט נישט! איך הער מורמעלען אז די סטרא אחרא איז זיך ווייטער מתגבר, און פראבירט מיט אייזענע כחות צוצונעמען אט די טייערע כלים פון אונז און אונזערע קינדער, בתואנת שונות ומשונות, במשאות שווא ומדוחים. איך קען נישט מאריך זיין איבער די היכלות הטומאה והרשע, אבער איך בעט אייך, חוסו על נפשותיכם ועל נפשות בניכם, האט רחמנות אויף אייערע זיידעס און באבעס, הביטו אל צור מחצבתכם, ואל תשיבו פניהם ריקם.

א גוטע נאכט, און מעי גאד בלעס אמעריקע.

(.. מרן שליט"א התעלף ונפל ארצה מפחד המעמד ומגודל המאמץ שהתאמץ, ההצלה עובדת כרגע לעורר אותו, הגידו פרק תהילים לרפואת לעיקוואד בן קאווע שטיבל שישוב לאיתנו וינהיג אותנו לקראת המשיח בשמחה ובטוב לבב...)

הוגה » דינסטאג מאי 7, 2013 6:37 pm

· #112822
מחאה והערה:

ע"פ תורת הסוד חייבים לומר "הייליגע" רבי, ולא רבי סתם. כמו שמבואר בקדמונים וכן נהגו כל גדולי הצדיקים מימים ימימה. וכל המרבה לומר הייליגער מביא גאולה לעולם, וזוכה להתראות מיט די הייליגע רבי בעת אחזתו פלצות, והזכות יעמד לו לדורי דורות.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 7, 2013 8:19 pm

· #112845
שוין, נתגלה העטרה, אבסעסד מיט זיך אליין!
א האלבער עילוי, דער אנדערער האלב!

לעיקוואד » דינסטאג מאי 7, 2013 10:37 pm

· #112867
מאראנצןזאפט
שוין, נתגלה העטרה, אבסעסד מיט זיך אליין!
א האלבער עילוי, דער אנדערער האלב!

r u serious??
u need 2 fix ur detectors.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 7, 2013 11:39 pm

· #112878
דעאמלט בעט איך אייך איבער, אנטשולדיגט.
עס פעלט זיך נייטיג אויס א מוראה של בשר ודם, והלואי שיהא כו', אנדערש ווי דער אנאנימער אינטערנעט וואו א מענטש קען טון וואס ער וויל ווייל ער האט נישט קיין ווייב, מנהל, וכו'.

דעת תורה » דינסטאג מאי 7, 2013 11:54 pm

· #112882
דעת תורה

אין די אמאליגע מעשה ביכלעך וואלט מען מיט אזא אינגערמאנטשיק א מחוצף זיך נישט געשטעלט טענה'ן, אנשטאט וואלט מען אים געמאכט א משכנתא און גוט אויסגעפאטשט, און געווענליך נאך אזא באהאנדלונג איז שוין דער אינגערמאן אראפגעקומען דאון טו עירטה, און נאכער האט ער זיך געשעמט - נישט פאר אנדערע, נאר - פאר זיך אליין אז ער האט אזוי געהאלטן בעפאר.



דוגמא


Untitled - Copy.png



המשך


Untitled1 - Copy.png

מאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 12:14 am

· #112889
כבוד הרב לעיקוואד אדמו״ר מחוצפה שליט״א
דיין לאנגע תגובה האט מיך דערמאנט פון ראוש לימבאו פרייטאג נאכמיטאג. אפשר קען דאס טאקע זיין די סאלושן צו יואב׳ס ברענעדיגע פראגע.
דהיינו אין תורה ומחשבה אפטיילונג קום אריין מיטן פולן ״קאפ״ ווי קופי זאגט, האק שטיקער בוי בנינים און צישטער זיי כחומר וכזכיכות ביד ה...
אבער אין פארברענגען just tie up half of your brain behind your back אזוי וועט עטליסט זיין א פעיר קעאנווערסעשאן.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 12:38 am

· #112902
הרב ר' דעת תורה

לעולם וואלט איך זיך נישט געדארפט זיך טענה'ן מיט דיר, נאכדעם וואס יואב האלט בכלל איך זאל נאר שרייבען אין תורה ומחשבה נישט דא, און אפילו על הצד אז יא, האסטו דא אביסעל פארדרייט דער אשכול מענינו. דער אשכול האט געפענט יואב מדאגתו אלי איך זאל נישט כאפען א הארץ אטאק, עס איז נישט א כללותדיגער אשכול אויף לעיקוואד-בעשינג, דאס מאך אויף אייוועלט, ספאסט נישט בכלל פאר אזא שיינע שטיבל צו האבען א ספעציעלער אשכול נאר אראפצולייגען א ניק וואס שרייבט דארט אויפ'ן טיש.

אבער כדי לספק תאוות חברי קופערניקוס וואס ווארט אז דא זאל זיין פאן, און וויבאלד איך האב עפעס א שטיקל הוה אמינא אז דו מיינסט ח"ו ערנסט, וועל איך אביסעלע אויסשמועסען מיט דיר וואס איך מיין.

קדום כל, וויל איך דיר מעורר זיין אויף א טובה וחסד וואס השי"ת האט געטוהן מיט דיר, וויבאלד אין בעל הנס מכיר בניסו, מאך איך דיר אויפמערקזאם. דו האסט גרויס מזל אז די לעגיטימישע שאלות וואס איך האב געפרעגט האב איך נישט אלעמעל מקפיד געווען צו פרעגן מיט גרויסע לשונות מזוייפים פון הכנעה כתלמיד הדן בקרקע. וואס וואלסטו דען געטוהן ווען איך פרעג ווען מיט די פולסטע דרך ארץ און רעספעקט, דער עיקר תשובה דיינע "מחוצף! שייגעץ!", וואלסטו דאך נישט געהאט, און קיין תשובות לגבי דער עצם זאך לגופו של ענין האסטו נישט (עכ"פ איך האב נישט באמערקט אז דו זאלסט זיי שרייבען אין דער שטיבל), ביסטו מחוייב אפגעבן א שבח והודאה להשי"ת אז לעיקווד האט נישט קיין דרך ארץ און ממילא האסטו וואס עם צו ענטפערן.

נאך איז מאדנע, אז איינער וואס פאדערט דרך ארץ און מענטשליכקייט, זאל זיין אזוי בלינד צו וואס ער אליינס טוט. דער ווילנער גאון און ר' משה פיינטשיין לעבן שוין נישט און ליינען נישט קאווע שטיבל, ממילא איז נישטא קיין חשש אז זיי וועלן נפגע ווערן פון וואס איך שרייב, און בכלל זענען זיי דאך באמת געווען גרויסע מענטשען און איך גלייב נישט אז סגייט זיי אן וואס עפעס א זבוב קצוץ כנפיים שרייבט אויף זיי. אבער לעיקוואד איז דאך א יונגערמאן (אדער "אינגערמאנטשיק" ווי דו האסט די חוצפה עם צו רופען) א בשר ודם, וואס איז חי וקיים אתנו, און ליינט און שרייבט דא, איז ווי נעמט זיך די שלעכטסקייט אזוי צו שרייבען און מזלזל זיין אין עם? פון א ריין בין אדם לחבירו'דיגער שטאנדפונקט איז פשוט אז דאס איז פיל א גרעסעערע עוולה ווי מהרהר זיין בקול אין דער חילוק פון הגר"א והגרז"נ.

שלא יטעו, באמת איז לעיקוואד אויך אן אדם גדול און איז נישט נפגע געווארען אפילו אויף א רגע, און סאיז מחול לך למפרע און מכאן ולהבא למפרע. דארפסט מיר בכלל נישט איבערבעטן. איך מיין נאר מסביר זיין דער עצם ענין, בדרך של תורה ומחשבה, זאלסטו וויסען, קען דאך אמאל זיין אז דו וועסט האבען צוטוהן מיט אזעלכע וואס זענען נישט אזוי קשה לכעוס ונוח לרצות ווי מיר.

יעצט וייטער, איך מוז דיר דאנקען אז לויט ווי דו פארציילסט די היסטאריע, איז מיר טאקע מיושב געווארען די קשיא וואס באדערט מיר לאורך כמה אשכולות ווי קען דאס טאקע זיין אז כלל ישראל ווערט אזוי נתפעל פון כל מיני מענטשען וואס לכאורה איז נישט עפעס עקסטער דא ווסא נתפעל צו ווערן, קענעדיג דער כלל"י אלץ אן עם חכם ונבון איז מיר אלץ דאס אביסעל שווער געווען, אבער לויט וואס דו פארציילסט איז ממש מיושב כפתור ופרח. ווען איינער האט זיך דערוואגט זאגען אויפ'ן קול אפשר איז דער א"ג גדול הדור ורשכבה"ג נישט עפעס פונקט ווי ממאכט עם, האבען עם גלייך אנגעכאפט די פאר מלאכים כחמורים פון בית מדרש, די גברא אלימא'ס שכל מעשיהם לשם שמים, און אזוי גוט אנגעפראקט אז אויב האט ער געהאט א משהו שכל האט ער שוין געהאלטען זיין מויל פארמאכט. און דעמאלטס איז דאך נאכנישט נתגלה געווארען דער פתק הגאולה המכונה סמארטפון, ממילא ווייסען מיר נישט פון דעם. אלזא האסטו מיר פארענטפערט איינע פון די גרויסע שאלות מיינע.

[אגב די היסטאריע וואס דו האסט געשריבען לגבי די גר"א איז נישט ריכטיג, עיי' במכתבי בעל התניא שמתלונן שהגר"א כלל לא מקובל כגדול שאין להרהר אחריו אלא במדינתו, ועי' במאמרי ר' יהושע מונדשיין בכרם חב"ד באריכות.

נאך א היסטארישע טעות וואס דו האסט געמאכט איז לגבי וואס איז געווארען מיט יענער יונגערמאן. לויט מיינע קוועלער האט די משכנתא עם בד"כ עם גארנישט געברענגט דאו טו אירטה, נאר אדער איז ער פשוט פארשטיקט געווארען באלימות, אדער האט דאס עם געהאלפען אראפגיין פון וועג אינגאנצען. איך האף אז דיין מטרה דא איז נישט די צווייטער אפשריות.]

(ולהעיר, אפשר איז דער מהלך פון ענטפערן אויף א שאלה מיט א משכתנה אויך א חלק פון דער חרדישער פשט שהזכיר מרנצז"פ אין מאמר ריב"ז מורא שמים כמורא בשר ודם, אז טאקע אנשטאטס פראבירען מחנך זיין צו מורא שמים עכ"פ אויף די מדרגה פון מורא בו"ד, איז מען אנגאנצען מחליף מורא שמים מיט מורא בו"ד, והמבין יבין).

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 12:41 am

· #112904
@יואב, @מוטי, ושאר החברים

בבקשה מכם, הערטס אויף אויסהערן ראש לימבאו, שאן העניטי, מארק לעווין, וחבריהם. סאיז נישט גוט פאר אייך. איך האף אז איר וועט נישט אויסהערן אזויפיל 770 וועלן פיל פון אייערע קשיות אויף מיר מיושב ווערן אליינס.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 1:02 am

· #112914
איין זאך ביסטו כשר גערעכט @אנאנים תורה, דאס איז דווקא דאס וואס דו האסט געשריבען אנפאנג דיין ערשטער תגובה בבדיחותא.

נוצען די מאמר אם הראשונים כמלאכים, אדער בכלל אזוינע מאמרים וואס זענען תובע כבוד און רעספעקט, האט ממש נישט קיין פשט צו זאגען אויף לעיקוואד. ספאלט מיר נישט איין אז איינער דארף מקבל זיין וואס איך זאג בלויז ווייל איך האב עס געזאגט, אדער אז אויב רעד איך דברי שטות והבל זאל איינער נישט האבען די רעכט צו שרייבען אנטשולדיגס דו רעדסט הבלים. טאקע איך פיר זיך נישט דווקא צו רעדן במליצות דרך ארץ כלפי פריערדיגע, נאר איך בין דן לגופו של ענין פראבירען צו פארשטיין מיט אונזער שכל און שפראך וואס זיי זאגען, און בהחלט די זעלבע זאל מען טוהן פאר מיר. איך האב נישט קיין שום פראבלעם מזאל אויסלאכען מיינט תורות, און איך אליינס מאך דאס אויכעט אמאל. כמו שכתבתי כבר כאן, חלילה לי זיך צו נעמן ערנסט אדער זיך איינרעדען אז איך טוה עפעס א זאך מיט אן אמתקייט לשם שמים. אלעס וואס איך טוה מיין איך נאר מיין בויך מיין כבוד און מיינע אנדערע אינטערעסן, איך האב חס ושלום נישט אינזין דער אמת בשום פנים ואופן.

די איינציגסטע זאך וואס איך פאדער, איז א מענטשליכער התייחסות צווישען חברים וואס רעדן דא. כמו שהסברתי למעלה. און פשוט ואין צריך להיאמר אז אויך לגבי די אלע שמות וואס איך בין מזלזל אין זיי מיין איך נישט ח"ו מזלזל זיין אין זיי אלץ מענטש, און אפילו דער וואס לדעתי זאגט נאר שטותים ווען איך טרעף עם געב איך עם א שיינע שלום עליכם און איך רעד מיט עם מענטשליך און מיט דרך ארץ.

דעת תורה » מיטוואך מאי 8, 2013 1:35 am

· #112923
לעיקוואד
הרב ר' דעת תורה

לעולם וואלט איך זיך נישט געדארפט זיך טענה'ן מיט דיר, נאכדעם וואס יואב האלט בכלל איך זאל נאר שרייבען אין תורה ומחשבה נישט דא, און אפילו על הצד אז יא, האסטו דא אביסעל פארדרייט דער אשכול מענינו. דער אשכול האט געפענט יואב מדאגתו אלי איך זאל נישט כאפען א הארץ אטאק, עס איז נישט א כללותדיגער אשכול אויף לעיקוואד-בעשינג, דאס מאך אויף אייוועלט, ספאסט נישט בכלל פאר אזא שיינע שטיבל צו האבען א ספעציעלער אשכול נאר אראפצולייגען א ניק וואס שרייבט דארט אויפ'ן טיש.


ביסט בעצם גערעכט, לאמיר דיר מפייס זיין עס איז אוודאי נישט שיין צו נעמען א אשכול וואס איז מלא שבחים און מהפך זיין קערה על פיה, דאס איז א קלאסישע דוגמא צו מתוך שבחו אתה בא לידי גנותו. (אבער למעשה האב איך נישט געעפנט קיין ספעציעלן לעיקוואוד בעשינג אשכול, דאס טו איך נאר אויף אייוועלט. איך האב נאר קאמענטירט).

לעיקוואד

אבער כדי לספק תאוות חברי קופערניקוס וואס ווארט אז דא זאל זיין פאן, און וויבאלד איך האב עפעס א שטיקל הוה אמינא אז דו מיינסט ח"ו ערנסט, וועל איך אביסעלע אויסשמועסען מיט דיר וואס איך מיין.


בוודאי מיין איך עס ערנסט, טראכסט אז איך וואלט סתם גענומען א היימישן בא'טעמ'טן אינגערמאן און צולייגט? אדרבה, כי מששת את כל כלי מה מצאת? האב איך דען אמאל דאס געטון צו א ניק דורכאויס מיינע תגובות?

לעיקוואד

קדום כל, וויל איך דיר מעורר זיין אויף א טובה וחסד וואס השי"ת האט געטוהן מיט דיר, וויבאלד אין בעל הנס מכיר בניסו, מאך איך דיר אויפמערקזאם. דו האסט גרויס מזל אז די לעגיטימישע שאלות וואס איך האב געפרעגט האב איך נישט אלעמעל מקפיד געווען צו פרעגן מיט גרויסע לשונות מזוייפים פון הכנעה כתלמיד הדן בקרקע. וואס וואלסטו דען געטוהן ווען איך פרעג ווען מיט די פולסטע דרך ארץ און רעספעקט, דער עיקר תשובה דיינע "מחוצף! שייגעץ!", וואלסטו דאך נישט געהאט, און קיין תשובות לגבי דער עצם זאך לגופו של ענין האסטו נישט (עכ"פ איך האב נישט באמערקט אז דו זאלסט זיי שרייבען אין דער שטיבל), ביסטו מחוייב אפגעבן א שבח והודאה להשי"ת אז לעיקווד האט נישט קיין דרך ארץ און ממילא האסטו וואס עם צו ענטפערן.


יו דידנט גאט די פוינט עט אלל, לפי דעתי הקט איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו פרעגן קשיות, און לפעמים מעג מען ציען מסקנות פון די קושיות אויכעט. מיין איינציגסטער פראבלעם איז טאקע ווייל "די לעגיטימישע שאלות וואס איך האב געפרעגט האב איך נישט אלעמעל מקפיד געווען צו פרעגן מיט גרויסע לשונות מזוייפים פון הכנעה כתלמיד הדן בקרקע", דעטס אלל. פרעגן קשיות קענסטו ביז מארגן, עס איז אפשר יא דא א תירוץ, אפשר נישט, אבער רעספעקט דארפסטו נאכאלץ האבן. און דער ענין פון די "משכנתא" איז נישט צוריקצוהאלטן פון פרעגן קשיות, עס איז פשוט א מיטל אריין צובראקן אביסל רעספעקט אין דעם - צולאזטן קינד, אדער אין דעם פאל - חוצפה'דיגער אינגערמאנטשיק.

לעיקוואד

נאך איז מאדנע, אז איינער וואס פאדערט דרך ארץ און מענטשליכקייט, זאל זיין אזוי בלינד צו וואס ער אליינס טוט. דער ווילנער גאון און ר' משה פיינטשיין לעבן שוין נישט און ליינען נישט קאווע שטיבל, ממילא איז נישטא קיין חשש אז זיי וועלן נפגע ווערן פון וואס איך שרייב, און בכלל זענען זיי דאך באמת געווען גרויסע מענטשען און איך גלייב נישט אז סגייט זיי אן וואס עפעס א זבוב קצוץ כנפיים שרייבט אויף זיי. אבער לעיקוואד איז דאך א יונגערמאן (אדער "אינגערמאנטשיק" ווי דו האסט די חוצפה עם צו רופען) א בשר ודם, וואס איז חי וקיים אתנו, און ליינט און שרייבט דא, איז ווי נעמט זיך די שלעכטסקייט אזוי צו שרייבען און מזלזל זיין אין עם? פון א ריין בין אדם לחבירו'דיגער שטאנדפונקט איז פשוט אז דאס איז פיל א גרעסעערע עוולה ווי מהרהר זיין בקול אין דער חילוק פון הגר"א והגרז"נ.


זיי גייט אפשר נישט אן, אבער אונז, די ליינער, די תורה גייט עס יא אן. מילא הרגשתי חובה (לא זכות ודו"ק) למחות.

אויב דו האסט געליינט מיין תגובה, איך האב חלילה נישט מזלזל געווען אין לעיקוואוד, נישט אין זיין שכל העדין, נישט אין זיינע סברות (העקומות לפעמים לטעמי), נישט אין דעם פייער וואס קאכט אין אים די לעצטע פאר טאג, איך האב דירעקט געשריבן זייער קלאר אז איך בין אלל די וועי פאר לעיקוואוד, איך האלט פון אים. נאר אין איין תכונה, וואס אויך אויף דעם האב איך געשריבן אז לפי דעתי וועסטו עס אויסוואקסן און סאיז נאר א צייטווייליגע רתיחות פון די ימי השחרות. אבער זלזול? חס ליה לזרעיה דבר אבא.

איז אויב האסטו עס יא גענומען ווי א זלזול כללי, אדער אויב אנדערע האבן עס אזוי פארשטאנען, בין איך קלאר מגלה דעתי אז נישט דאס האב איך געמיינט חלילה. עז א מעטטער אוו פעקט, איך האב פריער געהאט בדעה מגיב צו זיין אויף מאראנצןזאפט'ס תגובה אז אפילו עס זאל זיין אמת שרייבט מען עס נישט ברבים און כל שכן אז עס הייבט זיך נישט אן.

לעיקוואד

יעצט ווייטער, איך מוז דיר דאנקען אז לויט ווי דו פארציילסט די היסטאריע, איז מיר טאקע מיושב געווארען די קשיא וואס באדערט מיר לאורך כמה אשכולות ווי קען דאס טאקע זיין אז כלל ישראל ווערט אזוי נתפעל פון כל מיני מענטשען וואס לכאורה איז נישט עפעס עקסטער דא ווסא נתפעל צו ווערן, קענעדיג דער כלל"י אלץ אן עם חכם ונבון איז מיר אלץ דאס אביסעל שווער געווען, אבער לויט וואס דו פארציילסט איז ממש מיושב כפתור ופרח. ווען איינער האט זיך דערוואגט זאגען אויפ'ן קול אפשר איז דער א"ג גדול הדור ורשכבה"ג נישט עפעס פונקט ווי ממאכט עם, האבען עם גלייך אנגעכאפט די פאר מלאכים כחמורים פון בית מדרש, די גברא אלימא'ס שכל מעשיהם לשם שמים, און אזוי גוט אנגעפראקט אז אויב האט ער געהאט א משהו שכל האט ער שוין געהאלטען זיין מויל פארמאכט. און דעמאלטס איז דאך נאכנישט נתגלה געווארען דער פתק הגאולה המכונה סמארטפון, ממילא ווייסען מיר נישט פון דעם. אלזא האסטו מיר פארענטפערט איינע פון די גרויסע שאלות מיינע.


ככלב שב על קיאו. אפשר איז עס פארקערט, אז דו זעסט אז כלל ישראל איז געווארן אזוי נתפעל פונעם גר"א, אפשר האט דער גאון פארקויפט עפעס מער ווי וואס ר' אבא קליינמאן האט געטראפן צוגעשריבן אויף די גליונות פונעם גאון'ס שו"ע? אפשר איז בכלל דא עפעס מער צו די פערזענליכקייט פון א גדול ווי זיין מחודש'דיגן עמקות'דיגן שפיץ אויפטוה אין לערנען? האסט שוין געהערט אמאל פון די גמרא אז בית שמאי זענען געווען מחדדי טפי און דאך איז די הלכה ווי בית הלל ווייל זיי זענען געווען ענווים?

סתם טו סעט די רעקארד סטרעיט, די מעשה וואס איך האב גערעדט רעדט זיך פון א מחוצף וואס האט זיךך פארמאסטן איבער פריערדיגע גדולים, נישט היינטיגע. און כ'האב נאך נישט געזען מען זאל פארמאכן דאס מויל פון איינעם וואס טרויעט זיך מפקפק צו זיין אין די גדלות פון א היינטיגן גדול, מילא פאלט אוועק די גאנצע טעאריע.

לעיקוואד

[אגב די היסטאריע וואס דו האסט געשריבען לגבי די גר"א איז נישט ריכטיג, עיי' במכתבי בעל התניא שמתלונן שהגר"א כלל לא מקובל כגדול שאין להרהר אחריו אלא במדינתו, ועי' במאמרי ר' יהושע מונדשיין בכרם חב"ד באריכות.


אין די זעלבע מכתבים זעט מען אויך אז ער האלט עולם ומלואו פון אים און ווארנט אן זיינע חסידים דערוועגן. נו אוודאי האט ער אים נישט געהאלטן פאר פוסק אחרון שאין להרהר אחריו, ווען יא לאזט ער דאך ווען אפ חסידות, אבער ער האט געהאלטן פון אים מער ווי פון רז"נ.. (אגב, איינע פון זיינע טענות אויפן גר"א איז אז ער גלייבט נישט אז דער אריז"ל האט אלעס מקבל געווען פון אליהו הנביא).

לעיקוואד

נאך א היסטארישע טעות וואס דו האסט געמאכט איז לגבי וואס איז געווארען מיט יענער יונגערמאן. לויט מיינע קוועלער האט די משכנתא עם בד"כ עם גארנישט געברענגט דאו טו אירטה, נאר אדער איז ער פשוט פארשטיקט געווארען באלימות, אדער האט דאס עם געהאלפען אראפגיין פון וועג אינגאנצען. איך האף אז דיין מטרה דא איז נישט די צווייטער אפשריות.]


אוודאי יא, מען טרעפט נישט בדרך כלל די מין חוצפה אין א איד פון פופציג יאר און העכער, דאס איז אזא אינגערמאנטשיקל סינדראם וואס מיינט ער האט שוין איינגענומען די וועלט, און עס איז נישטא קיין בעסערע וועג איינצומאכן אזא אינגערמאנטשיק ער זאל נישט פילן אזוי ב'גדול'דיג ווי א משכנתא... ער איז נישט פארשטיקט געווארן באלימות, ער האט פשוט געלערנט די הארד וועי אז מען דארף האבן רעספעקט.

דאונט טעל מי אז די צווייטע אפשריות איז א ערנסטע אפציע, אוודאי נישט ביי אזא פערזענליכקייט ווי - איך האלט - אייך.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 1:42 am

· #112925
דעת תורה, ייש״כ פאר אזוי שיין אראפלייגען די זאך, בעיקר פון דיין ערשטע תגובה דא און דעם אשכול אז מען זאל נישט כאפען קיין קעלבערנע התפעלות פון קיין געשליפן פעדער, נאר כל ערום יחשוב בדעת און פארשטיין אז מען דארף האלטן דיסטענץ און וויסען פון ווי מען קימט און ווי מען באלאנגט.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 1:44 am

· #112927
@אנאנים תורה
איך פארשטיי אז דו האסט מיין פאספורט און ווייסט ווי אלט איך בין. אז נישט פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט. אפשר בין איך בכלל א בן שבעים?

זאלסט מוחל זיין, אבער די חוצפה און אוממענטשליכקייט פון שרייבען "נע, ער וועט דאס אוודאי אויסוואקסען, ער איז יונג, אפאר פעטש וואלט געהאלפען אריינברענגען אין עם דרך ארץ", איז עפעס וואס איז שווער מסביר זיין ווי אוממענטשליך דאס איז.

איך וייס נישט וועגן דיר, אבער ביי מיר, אז איינער איז בוחר צו געבן פעטש פארן פרעגן לעגיטימישער שאלות אויף אביסעל א קלות'דיגער אופן, איז דאס איבערהויפט נישט די זאך וואס וועט ברענגען מיין רעספעקט. נאר פונקט פארקערט. אז איינער מוז צוקומען צו אלימות צו מאכען זיין פוינט, איז עס ביי מיר א זאך וואס פרעגט אפ דער מענטש אדער דער געזעהלשאפט מראשו ועד רגלו.


(לגבי די פרטישע וויכוחים שהתווכחנו בהם, איז נישט דא דער פלאץ דערפאר).

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 1:52 am

· #112928
בדחן
דעת תורה, ייש״כ פאר אזוי שיין אראפלייגען די זאך, בעיקר פון דיין ערשטע תגובה דא און דעם אשכול אז מען זאל נישט כאפען קיין קעלבערנע התפעלות פון קיין געשליפן פעדער, נאר כל ערום יחשוב בדעת און פארשטיין אז מען דארף האלטן דיסטענץ און וויסען פון ווי מען קימט און ווי מען באלאנגט.

וועל איך נאכאמאל דער וואך מסכים זיין מיט בדחן. אוודאי זאל קיינער נישט כאפען קעלבערנע התפעלות פון דאס וואס איינער שרייבט שיין און צו דער זאך. און ח"ו נישט נתפעל ווערן צופיל נאר ווייל לעיקוואד וואס מאכט זיך אויסזעהן אזא קלוגער האט דאס געשריבען. אין כמעט יעדער נושא איז דא מער ווי איין צד און נישט אלעמאל זענען ביידע צדדים מיוצג ריכטיג אין א שמועס. יעדער איינער איז מחוייב זיך אליינס דורכצוטראכטען זיינע מיינונגען לויט די ראיות סברות און מקורות וואס ער האלט און גלייבט און נישט נאכגיין ווי א תמים וואס לעיקוואד אדער עני אנדערע חכם שרייבט.

יואב » מיטוואך מאי 8, 2013 4:08 am

· #112935
לעיקוואד


לעולם וואלט איך זיך נישט געדארפט זיך טענה'ן מיט דיר, נאכדעם וואס יואב האלט בכלל איך זאל נאר שרייבען אין תורה ומחשבה נישט דא,


אילו איר זאלט זיך ווען רעכענען מיט וואס יואב האלט, האט איר גענצליך ארויסגענומען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט.
איך האב זיך בכלל נישט באצויגן צו אייער עצם שרייבעריי אונערהאלב די פארברענג פאורמס, אויף אייער עצם שרייבעריי האבן פילצאליגע נמשלים געדינט אלס משל, עיין לעיל.
ווי כאילו איר זענט די מערסט אויסגעשפראכן לינק דא, (כ'פארגין דיר עס נישט אפילו דו ווילסט), און ווי כאילו מיר שטערט אז מ'האקט אריין אויפן סיסטעם.

כ'האב בלויז גערעדט איבער דעם געשוואלענעם אויפברויז און פייערדיגע האס, מיטן פארסאפטע פענע. איר קומט לעצטענס איינמאל און נאכאמאל, ווי דער מלמד וואס קען נאך אלץ נישט קומען צו זיך פונעם חוצפה וואס דער קינד איז באגאנגען, הגם ער האט אים שוין 25 מאל אריינגעקנאקט דערפאר, און 26 מאל גענומען עדווענטיש אויף דעם וואס זיי זענען בעל הבית און די קינדער קנעכט. און אויף דעם האט קופערניקוס געשריבן אז ס'איז דער קאפ און נאכאמאל דער קאפ, און איר זיצט גאר מיט א שמייכל.

נו גוט. יעצט בין איך שוין בעצם נישט דער בעל דבר, נאר בלויז א צוקוקער צום שאוי פון אייך און דעת תורה. Go Ahead, און איך מיט דעם מינאמאלע אוטארעטי אויף מיין לייק קנעפל וועל פארן אהין און צוריק, לייקן דיר, און לייקן דעת תורה, און ווען קופערניקוס איז לאנגווייליג וועל איך אים אויך צוווארפן א לייק, בבחינת מלאך רע בעל כורחו יענה אמן.

יואב » מיטוואך מאי 8, 2013 4:32 am

· #112936
לעיקוואד
@יואב, @מוטי, ושאר החברים

בבקשה מכם, הערטס אויף אויסהערן ראש לימבאו, שאן העניטי, מארק לעווין, וחבריהם. סאיז נישט גוט פאר אייך. איך האף אז איר וועט נישט אויסהערן אזויפיל 770 וועלן פיל פון אייערע קשיות אויף מיר מיושב ווערן אליינס.

מיינע עלטערן און מלמדים פלעגן אלץ זאגן ווען עפעס איז געשען דורך מיר במקרה, און איך בין געווועזן אומשולדיג ביז גאר.
"פיין און וואויל, ביזט טאקע נישט שולדיג, אבער פארוואס פאסירט דאס נאר ביי דיר, פארוואס ביי מיר פאסירט דאס נישט. (As if).
לענינו, פארוואס עפעס בלויז ווען מ'האט קשיות אויף דיר דארפן אט די דעמאגאגישע פייפער בלאזערס אריינקומען אינעם בילד ? - Lol.

אגב, כ'האב שוין נישט אויסגעהערט די יעניגע מיט שילשול אין מויל און עצירות אין קאפ, נאך פון בעפאר איר האט אפילו געטראכט פון אנהייבן צו שרייבן אויף אייוועלט.

אין מיינע יונגע יארן, בין איך פאר א שטיק צייט פארכאפט געווארן אינעם גייסט פון קאנסערוואטיזם וועלעכע האט זיך אראפגעלאזט ווי א פארנעפעלטן וואלקן אויפן היימישען ציבור. אבער מיט די צייט בין איך דאס שוין ב'ה אויסגעוואקסן.

אמאל קען מען נאך אריינטאנען צו זר זהב'ס רבי ערעב מיכאל סעוועדש, פאר א דעטאלירטן באריכט איבער ווויאזוי ער האט נעכטן געגרעבעטס פון ספאגעטי וואס ער האט געגעסן אין אן איטאליענער רעסטאראנט, לעבן זיין הונטל, צווישן ליבעראלן, אינמיטן זעהן אומלעגאלע אימעגראנטן באגיין פאברעכענס.

און אז מ'רעדט שוין פון 770, ווי קען איר געבן אזא פאטש אפ דעם גאנצן סטעשאן, ווען אויפדערנאכט קען מען הערן דעם גאר זעלטענעם דזאן בעטשלער, וואס איך גלייב איר וואלט גע'חלש'ט אים צו האבן דא אינעם שטיבל.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 8, 2013 8:11 am

· #112948
מיינע אויגן קלעבן נאך, אבער טייערער הרב לעיקוואד.
ברשות מורי ורבותי, איר זענט נישט גערעכט! מ'דארף רעדן מיט רעספעקט אויף גדולי ישראל, ואדרבה, די נקודה וואס דו ווילסט ארויסברענגען קומט שטערקער ארויס ווען ס'איז בנחת.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 9:03 am

· #112954
מאראנצןזאפט
אבער טייערער הרב לעיקוואד. ברשות מורי ורבותי, איר זענט נישט גערעכט! מ'דארף רעדן מיט רעספעקט אויף גדולי ישראל, ואדרבה, די נקודה וואס דו ווילסט ארויסברענגען קומט שטערקער ארויס ווען ס'איז בנחת.


דאס איז נאר לפי שיטתך אז עס איז בכלל דא - אדער אמאל געווען גדולי ישראל,
אבער לפי שיטתו אז אזא זאך איז נישט דא און איז קיינמאל נישט געווען, ביסטע מופרך מעיקרו.

מאטי » מיטוואך מאי 8, 2013 9:32 am

· #112964
בדחן
מאראנצןזאפט
אבער טייערער הרב לעיקוואד. ברשות מורי ורבותי, איר זענט נישט גערעכט! מ'דארף רעדן מיט רעספעקט אויף גדולי ישראל, ואדרבה, די נקודה וואס דו ווילסט ארויסברענגען קומט שטערקער ארויס ווען ס'איז בנחת.


דאס איז נאר לפי שיטתך אז עס איז בכלל דא - אדער אמאל געווען גדולי ישראל,
אבער לפי שיטתו אז אזא זאך איז נישט דא און איז קיינמאל נישט געווען, ביסטע מופרך מעיקרו.


אוי וי וי וי ווי האמיר זיך דערלעבט!! ... בדחן לייקט לעקוואד! לעקוואד איז מסכים צו בדחן !

און יעצט אזא תגובה פון בדחן ליידער ליידער דאס איז דאך ממש כח הפועל בבדחן אם מארזים יצאו אש!!.......! איך נפלו גבורים.......אזא הסתרת פאאענים!!

סאיז אויס וועלט!!!!
איך קען מער נישט!! איך גיי צוריק צו איי וועלט...

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 8, 2013 12:14 pm

· #113011
בדחן איז געווען סארקאסטיש.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 4:54 pm

· #113119
מאראנצןזאפט
מיינע אויגן קלעבן נאך, אבער טייערער הרב לעיקוואד.
ברשות מורי ורבותי, איר זענט נישט גערעכט! מ'דארף רעדן מיט רעספעקט אויף גדולי ישראל, ואדרבה, די נקודה וואס דו ווילסט ארויסברענגען קומט שטערקער ארויס ווען ס'איז בנחת.

טייערער הרב מאראנצנזאפט, ברשות מורי ורבותי, איר זענט נישט גערעכט! מ'מדארף נישט שרייבען "מיט רעספעקט" אויף "גדולי ישראל", ווען מאיז דן אויף זיי אליינס. פונקט ווי ווען מלערנט א סוגיה טוהט מען דורך די זאך אליינס בלא משא פנים, נישט מזאגט יעדער רגע ברשות דער הייליגער שור שנגח דער הייליגער פרה זי"ע, די זעלבער זאך ווען מטוהט דורך די סוגיה פון גדולים דארף מען רעדן פון די זאך אליינס אן קיינע מליצות.

דאס האב איך געשריבען סתם לשם הוויכוח, סתם ווייל סמאכט מיר אביסעל נערוועז ווי דו שרייבסט אזוינע הנחות אן קיין ראיה אן קיין סברא "מדארף רעדן", נו, און איך זאג מדארף נישט רעדן, כ'מיין, דאס איז עפעס געזאגט בכלל? האב איך סך הכל אויסגעדרייט די וערטער און נאך צוגעלייגט אפילו א סברא אויך.

באמת אבער, איז די גאנצע טענה הייבט זיך נישט אן. אדרבה, צייכען אן איין שורה ווי איך האב געשריבען אן די נוטיגיע רעספעקט פאר גדולי ישראל, אדער בכלל פאר עני יומען ביינג. אוודאי דארף מען שרייבען מיט רעספעקט און דרך ארץ אויף יעדער איינער. די וואס שרייען דא "רעספעקט", "דרך ארץ", טענה'ן זיך נישט מיט מיר אויף די נוסח, נאר אויף די עצם זאך. לויט זיי מוז מען אייביג האבען א מוגזמ'דיגער למעלה מן המציאות'דיגער הערכה צו גדולים, בפרט צו אזעלכע וואס פונקט האבען זיי געלעבט צויי הונדרעט יאר צוריק, א סארט הערכה וואס איז בכלל נישט ראציאנאל און איז נישט מעגליך צו האבען בשום אופן דורך א מענשטליכער שכלדיגער קוק אויף קיין שום מענטש נאר דורך ליינען הגזמות און מעשה ביכלעך וואס זענען מגזים ביזן הימל. די שיטה דינגט זיך מיט מיר אין דעה, נישט אין דער אופן פון שרייבען אדער רעספעקט. איך האב דער פולסטער רעספעקט פאר'ן ווילנער גאון און איך טראכט אז סאיז ממש נאריש צו האבען אפילו א הוה אמינא אז איך רעספעקט עם נישט פאר וואס ער איז געווען. סך הכל טענה איך איז די הערכה והפלגה צו עם, וואס לאזט נישט צושטעלן ר' חיים קנייבסקי'ס בקיאות צו זיינע, איז מוגזם, און איך בין נישט דער אינציגסטער וואס טראכט אזוי. דאס איז נישט קיין נושא פון רעספעקט נאר גערעדט לגופו של ענין. דער טענה דרך ארץ וכו', איז בדרך כלל נאר א כיסוי פאר א מחלוקת בשיטה, ווען אויף די עצם טענות האט מען נישט קיין תשובה, שרייט מען דרך ארץ, וכמו שכבר העיר הרב סליפקין.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 8, 2013 6:29 pm

· #113172
לעיקוואד, A1!
איך האב דיך שוין לאנג געקרוינט פאר מיין רבי, יחי אדונינו מורינו ורבינו.
זאגסט א סברא, אז ווען מ'רעדט 'פון' גדולי ישראל דארף מען זיך באציען מיט רעספעקט, אבער ווען מ'רעדט 'וועגן' גדולי ישראל דעמאלט אויב דארף מען זיי אויסטון נאקעט, איז געגאנגען, אז נישט ביזטו סתם א ליגנער.
יש לדון בזה, ווייל אפשר דארף מען זיך מעלים זיין פון געוויסע שוואכקייטן למשל פון רבי עקיבא אייגער מפני כבודו, אבער האסט א שטארקע סברא.
דערמאנט מיר א מעשה, איינער האט אמאל געפרעגט דעם אמשינאווער רבי'ן (פרעג מיך נישט וועלכע) אויב דער בעל שם טוב האט געקענט אזויפיל נגלה ווי דער חזון איש?
האט ער אים געענטפערט: מיר האבן דען א השגה אין דער נגלה פונעם חזון איש?!

לעיקוואד » מיטוואך מאי 8, 2013 6:59 pm

· #113177
מאראנצןזאפט
לעיקוואד, A1!
איך האב דיך שוין לאנג געקרוינט פאר מיין רבי, יחי אדונינו מורינו ורבינו.

איך בין בשום אופן נישט מקבל דער הכתרה. מיין טאטע איז נישט געווען קיין רבי, און מיין ברודער איז נישט קיין רבי. איך בין נישט קיין רבי און וועל נישט זיין קיין רבי. קיינער האט נישט די רעכט זיך סומך צו זיין אויף מיינע דעות אין קיין שום הינזיכט. און איך העם נישט קיין אחריות אויף קיינער וואס גלייבט מיר כ"ש נישט וואס ער טוהט מיר נאך. יעדער מענטש איז מחוייב אליינס צו נעמן אחריות אויף זיך און ציען זיינע מסקנות לויט די אינפארמאציע וואס ער האט און לויט וואס ער פארשטייט. איך קען סתם שמועסען און צוגעבן אינפארמאציע און מיינונגען, אבער בשום אופן נישט באופן אז איינער זאל מיר נעמן ערנסט.

יחי כל אחד ואחת בפני עצמו!

(שוין, איך דערמאן זיך שוין אביסעל פון דער שטיקל, און דא נאך בעסער 😃 )

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 8, 2013 8:22 pm

· #113207
יא, יא, דער חוזה האט אויך געשריגן ער איז נישט קיין רבי.
געב אכט מיט דיין עניוות, מ'קען דיך נאך גלייבן!

smartinof » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:39 pm

· #113609
[ציטאט אראפגענומען]

הרב קראפערקניקעס
האסט מיר אנגעמאכט א כרנולוגישען שלשול, מעי מעי חמרמרו, מיינע קישקעס פארדרייט, מיינע לינגען געלעכרט איך בין שוין באלד הייזעריק פון לאכן, איך דריי זיך אויף די גאסען און ווי אדינער אינמיטן העלן טאג שיס איך אויס ווי א גייסטיש צורידערטער, אבער איך וועל גיין און פייער און אין וואסער צו הערן פון דיר
keep it up