The manager of a big home depot store with around 40 employee's told me he special kept the store open for a extra hour b4 sukkot and people came just to return items not to buy
דערמאנסט מיר א מעשה, איך בין אמאל געפארן אויף א פליגער און איך האב מיר גענויטיגט אין א פען, דריי איך מיך אויס צו מיין שכן אין איך פרעג עים, עקסיוז מי דא יא העוו עי פען פליז?! געס וואס די ענטפער איז געווען? ניין, מיט א ברייטקייט!! וועסטו מיר פרעגן פארוואס איך מאך אזא בראטיל אז איינער געט מיר נישט קיין פען? ניין די מעשה דא איז אביסל אנדערש, דער גוי זאגט מיר ניין, און אויף זיין פנים דערווייזט זיך א ברייטע שמייכל!!! א גוי'שע קאפ!! משא"כ דער יוד!! מי כעמך ישראל!!
געהאט אן ענליכע מעשה. אנגעקומען מיט'ן עראפלאן, מיר זיצן אויפ'ן פליגער אין יוצא ואין בא. איך בעט דעם גוי צו איך קען בארגן א סעלפאן. און ער זאגט מיר No, thank you! מיט א ברייטע שמייכל. איך ערקלער אים אז איך האב בדעה צו באצאלן גוט געלט פאר די איין מינוט'יגע פאן קאל, והוא בשלו: No, thank you! מיט די זעלבע ברייטע שמייכל... נו שוין, וואס קען איך טוהן?
קענסט צולייגען צום קעפל "לעידי ביהעיוו!" איך האב אין מיין בילדינג זייער א פרומע ווייבל וואס ווען איך האלט איר אפען די טיר וועט זי חלילה נישט זאגן טענק יו, און אויב איז זי ביים טיר אפילו אויב ביניך צוויי פוס אונטער איר וועט זי אלס פרומקייט לאזן די טיר אריינקלאפן מיר אין פנים... אזא פרעכהייט האב איך אין ערגעץ נישט געטראפן.
דערמאנסט מיר א דילעמע וואס מאכט זיך מיר אפט. א שיינע פאר יאר צוריק בין איך אראפגעגאנגען פון איינע פון די וויליאמסבורג'ע געשעפטן מיט אסאך טרעפ, און כ'זעה א ווייבל שלעפט זיך ארויף די טרעפ מיט א וועגעלע - פון די גרויסארטיגע גראבע סארט וואס וועגט 75 פונט אן די בעיבי און דייפער בעג. כ'זעה אז אין א ליאדע מינוט פליהט זי צוריק אראפ 20 טרעפ צוזאמען מיט'ן פיצלס. איך קלער נישט צוויי מאל, כ'פרעג נישט קיין קשיות, א כאפ דאס וועגל פון אונטן און כ'העלף איר ביז ארויף אויבן. איך האב נישט געווארט אויף קיין שקויעך, און איך האב עס אוודאי נישט באקומען.
אבער דאן בין איך געווען יונגער און ווייניגער ערפארן. לעצטענס האב איך מורא דאס צו טוהן. ווער ווייסט וואס עס וועלן זיין די קאנסעקווענצן? פון די אנדערע זייט, האב איך אמאל געהערט פון די עזרת נשים זיך באקלאגן אז מענער לויפן אריבער די טרעפ בשעת זיי ברעכן זיך רוקן, און אזוי נישט קוקנ'דיג, כמעט וואס מ'שטופט זיי אראפ מיט די וועגל.
געהאט אן ענליכע מעשה. אנגעקומען מיט'ן עראפלאן, מיר זיצן אויפ'ן פליגער אין יוצא ואין בא. איך בעט דעם גוי צו איך קען בארגן א סעלפאן. און ער זאגט מיר No, thank you! מיט א ברייטע שמייכל. איך ערקלער אים אז איך האב בדעה צו באצאלן גוט געלט פאר די איין מינוט'יגע פאן קאל, והוא בשלו: No, thank you! מיט די זעלבע ברייטע שמייכל... נו שוין, וואס קען איך טוהן?
גם אני בחלומי, געהאט אן ענליכע מעשה. געווען בין איך אין א גוי'אישע סטאר, ווען דאס בעטערי פון מיין סעלפאן האט זיך פארנוצט. נישט האבנדיג מיין קאר מיט זיך האב איך געדארפט האבן א טעקסי, איך בין צוגעגאנגען צו א גוי און געפרעגט מיט העפליכקייט אויב איך קען נוצן זיין סעל פאר א מינוט, יענער האט מיר אנגעקוקט ווי פון די לבנה, און מיר געענטפערט "נאו'. איך האב זיך אזוי ארומגעדרייט א שטיק צייט, שפעטער האב איך געפרעגט בלויז צי יענער קען מיר דיילן א טעקסי, אבער אפילו דאס האט מיר קיינער נישט געוואלט צוליב טון. בלויז דער קאשיר אויפן ארט איז וויליג געווען צו רופן א טעקסי און מיר לאזן נוצן דעם טעלפאן (סידאך א חלק פון די סערוויס).
למעשה האב איך געפינען צו מזל א איד וואס איז אהינגעקומען, און יענער האט מיר הארצן גערן געגעבן א היטש אהיים.
@בדחן, די בעסטע זאך פון דיין מעשה איז אז דו האסט עס נישט געטון ווייל האסט געוואלט צייגן ווי גוט יודן זענען, האסט עס געטון ווייל דו האסט געוואלט העלפן א צווייטע human being אין נויט.
אין דעם אמת'ן קאווע שטיבל אין סמעדריש שטיי איך אפט מאל געפלעפט, ווי צענדליגער מענטשן טרינקען זייערע קאוועס - פאר אומזיסט, שטייצעך - ס'דאך דא א נדבן - און לאזן איבער די שמוציגע גלעזלעך אויפן טיש און אויפן סינק און וואו נישט. צענדליגער שמוציגע גלעזלעך וואלגערן זיך ארום איבעראל, נכלל אויף דער ערד. פארוואס די חיות בצורת אדם קענען נישט ווארפן זייער שמוץ אינעם גרויסן מיסטקאסטן וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט אויפן פלאץ ממש א שפאן אוועק, איז גענצליך אומפארשטענדליך פאר מיר. מדות מגונות? חסר דעה? אוממענטשליך? סעלפיש? פארדארבן? אדער אלל אף דע עבאוו? איך לאז אייך פיקן דעם ריכטיגן ענטפער.
נא, מילא. מענטשליכקייט פארנעמט דאך נישט קיין מקום ביי א חסיד'ישן איד. וואס קען מען שוין ערווארטן. אבער יעצט, אום סוכות, וואס מיר זענען מהדר מיט כל מיני הידורים, שטעלט זיך די קשיא פי כמה. די בתי מדרשים בויען גרויסע סוכות כדי דו זאלסט האבן וואו צו טרינקען דיין אומזיסטע קאווע און זיך קענען אויסטשוכען. אסאך זענען נאך שענער, און זיי טראגן ארויס די מילך אין סוכה כדי דו זאלסט עס האבן צו די האנט און זיך נישט דארפן שלעפן גאר לאנגזאם מיט א איבערגעפילטן גלעזל קאווע און אנגיסן אויפן וועג די דורכגאנג, די טרעפ, און די אייגענע בעקישע. כה לחי. אבער אין א סוכה, זאגט די הלכה, טאר מען נישט איבערלאזן שמוציגע כלים, דאס איז א בזיון פאר די הייליגע סוכה. קומען אבער די סעלפישע ראצערס, וואס ביי זיך אין די סוכה אינדערהיים זענען זיי מהדר מיט כל מיני הידורים און די שענסטע עלעקטריק סיינס, און זאגאר מקפיד אויף יעדן חומרא און מנהג קל, און אין דעם ביהמ"ד סוכה לאזט מען איבער די שמוציגע קאווע גלעזלעך אויף די טישן און אויף דער ערד, ממש א בושה און א חרפה! ווי מען האט שוין אמאל ממליץ געווען, מה נורא המקום הזה, ווי שרעקליך קוקט אויס דער פלאץ דא, אין זה כי אם בית אלקים!
יונגערמאן, טראכט איבער צי דו האסט א חלק אין דעם בזיון סוכה, אין דעם חילול ה'. אויב יא, זעה צו מתקן זיין ביי דיר און מעורר זיין אנדערע דערוועגן. יונגעמאן, ביהעיוו!
איך האב נארוואס אריינגעוואקט אין א סוכה, און עס איז נישט געווען קיין איין קאפ אויפן פלאר! מי כעמך ישראל!!
מי כעמך שמשים, מיינסטו צו זאגן. ריכטיג? אז זיי און זייערע שפאנישע ערלים האבן נאכגעקלינט יעדנס שמוץ כדי דו זאלסט קענען אריינקומען צו א שיינע ריינע סוכה!
איך בין יעצט דורכגעגאנגען דעם אשכול, איין נקודה וואס איז אסאך ארום געשמועסט געווארען איז אז ביי גויים איז אפשר טאקע דא מענשליכקייט, חוץ מזה אז סאיז א פאלשער שמייכל, זענען מיר סאך בעסער ווייל מיר טוען חסד. דעס איז א נושא אויף וואס איך וויל שוין לאנג שרייבן, עס פארלאנגט זיך אסאך אריכות, און אסאך ארבעט, ואין לי פנאי כעת, וועל איך עס אנרירן אויפן שפיץ גאפל. אמת טאקע מיר זענען שטארק מחונך צו טוען חסד, אונז אטעמען חסד, איינער קען פארברענגען שעות פאר א צווייטען איד אפי׳ ער קען אים ניטאמאל אויפן נאמען, אבער מען געט זיך אוועק, דעס איז חסד, אבער עס האט זילטש מיט מענטשליכקייט, עס איז א מדה פאר זיך, ממילא איז עס נישט קיין העכערע דרגא, עס איז עפעס אנדערש אינגאנצען.
לעומת זה מענטשליכקייט איז מכבד זיין א צווייטן, אנערקענען אז איך בין נישט דער איינציגסטער אין די ד׳ אמות, און געבן פאר יענעם זיין ספעיס, אפילו דער שמייכל איז א פאלשער, אבער וואס ליגט אונטער דעם איז געבן פאר יענעם זיין אייגענע ספעיס אז ער זאל זיך פילן באקוועם, ווי אויך איז דא אנגענומע אנושיות כדי זאכן זאלן פארן אויף א סדר, היות עס זענען נאך מענטשען און איך דארף זיך מיט אים רעכענען.
איך ווייס נישט אויב מען פארשטייט וואס איך וויל דא ארויסברענגען, אבער ווי געזאגט האב איך נאר געוואלט דערמאנען אויפן שפיץ גאפל, איך האף אז עוד חזון למועד, וסימן לדבר אונטער דעם ליגט דער חילוק פון ליבשאפט און רעספעקט, און די וויכטיקייט פון ביידע, וואס נאר דאס פארשטיין אליין קען מאכן א ריזיגע חילוק פון א מענטשעס באנעמונג מיט זיינע ארומיגע, און בעיקר ווי פארשטענדליך בין איש לאשתו.
די גוישע מענטשליכקייט האט נישט קיין קיום א ראיה פון די דייטשן וואס זענען מלפנים געוועין זייער מענטשליך מה שאין כן די יודישע מענשליכקייט שטאמט פון די ווארט אדם וואס איז ר"ת ד'רך מ'צוותיך א'רוץ (ר נחמן) די מענטשליכקייט האט א קיום ווייל עס איז על פי דרך התורה און עס האט א קיום וועסט זעין אפילו גרויסע שונאים וועלן טוהן טובות איינער פארן צווייטען אונטערן טיש בעת דחקו אבער ביי א גוי איז עס א זעלטן הייט ביי זיי איז עס נאר חיצוניות צו אויסקוקן ווי א נייס גיי.
נאכן איבער ליינען זעי איך איך האב נישט פארשטאנען וואס די האסט געשריבן מעיקרא די עיקר שאלה איז טאקע וואס איז די אפטייטש פון מענטשליכקייט זיך רעכענען מיט יענעם אדער טוהן טובות פאר יענעם.

די דייטשען ימח שמם, האבן זיך אויפגעפירט מענטשליך צו א צווייטן, אבער אונזערע עלטערן האבן זיי געלינטשט ווייל זי האבן זיי געהאסט, זיי האבן געהאט א שנאה, זיי האבן געהאלטן אז געוויסע גרופעס פון מענטשען ברענגען אונטער די ציוויליזאציע, ממילא האט ער אים ׳אוועקגענומען׳ זיין פריוואטע ספעס, און עווענטואל אויך זיין לעבן

יעדע רשעות אין די וועלט האט א אידאלאגיע, למשל איך האב א אידאלאגיע פון בשבילי נברא העולם, און יענעמס עקזיסטענס אינטערעסירט מיך נישט, וויי שאד איט? איך קען ארויסגעבן א גאנצע ביכל מיט ראיות ברורות אויפצואווייזען די טעאריע.
חסד איז אויך א העכערע דרגה, ב. כמיין אז די סיבה פון חסרון המענטשליכקייט וואוזוי דו רופסט עס במחנינו איז מחמת ברודערשאפט און היימישקייט וואס איז דא, מיט א פרעמדע פירט מען זיך אויף אסאך שענער ווי מיט א ברודער למשל.
א שטיקל ראי׳ צו אזא מושג פון די גמרא אין ביצה דף כח. והא הנהו שב בניתא דאתו לבי רבי ואשתכח חמש מנייהו בי ר' חייא ולא קפיד ר''ש ברבי אמר רב פפא שדי גברא בינייהו אי ר' חייא ור' ישמעאל בר' יוסי אי ר''ש ברבי ובר קפרא רש״י.דהנהו שב בניתא. שבעה דגים שבאו לרבי ונמצא שנטל רבי חייא חמש והוליכן לביתו: ולא קפיד רבי שמעון ברבי. לומר משל אבי הוא נזון יותר ממני: אי ר' חייא ור' ישמעאל בר' יוסי. היו אותן שחלקו שהן היו רגילין ליקח זה עם זה אי ר''ש ברבי ובר קפרא. דהיינו, אז היות זיי פלעגן קויפן צוזאמען כסדר האבן זיי נישט אזוי מקפיד געווען אויפן פונקטליכען צוטיילונג.
די גוישע מענטשליכקייט האט נישט קיין קיום א ראיה פון די דייטשן וואס זענען מלפנים געוועין זייער מענטשליך מה שאין כן די יודישע מענשליכקייט שטאמט פון די ווארט אדם וואס איז ר"ת ד'רך מ'צוותיך א'רוץ (ר נחמן) די מענטשליכקייט האט א קיום ווייל עס איז על פי דרך התורה און עס האט א קיום וועסט זעין אפילו גרויסע שונאים וועלן טוהן טובות איינער פארן צווייטען אונטערן טיש בעת דחקו אבער ביי א גוי איז עס א זעלטן הייט ביי זיי איז עס נאר חיצוניות צו אויסקוקן ווי א נייס גיי.
די דייטשען ימח שמם, האבן זיך אויפגעפירט מענטשליך צו א צווייטן, אבער אונזערע עלטערן האבן זיי געלינטשט ווייל זי האבן זיי געהאסט, זיי האבן געהאט א שנאה, זיי האבן געהאלטן אז געוויסע גרופעס פון מענטשען ברענגען אונטער די ציוויליזאציע, ממילא האט ער אים ׳אוועקגענומען׳ זיין פריוואטע ספעס, און עווענטואל אויך זיין לעבן
יעדע רשעות אין די וועלט האט א אידאלאגיע, למשל איך האב א אידאלאגיע פון בשבילי נברא העולם, און יענעמס עקזיסטענס אינטערעסירט מיך נישט, וויי שאד איט? איך קען ארויסגעבן א גאנצע ביכל מיט ראיות ברורות אויפצואווייזען די טעאריע.
איך זע איך האב עס נישט גוט ארויסגעברענגט, עס באדערט מיר זייער שטארק, ספעציעל ווען מען קען אויסטייטשען מיינע ווערטער כאילו עס קומט מסביר זיין דעם פארשאלטענעם נאצי אלץ א פארשטענדליכע אידעלאגיע.
איך וועל פרובירן נאכאמאל.
מיר יודן זענען מחונך געווארען און מיר ארבעטען אויף דעם אוועקצוגעבען אונזער גאנצע אנוכיות פאר א צווייטען איבערהויפט און צייט פון נויט, עקזעמפעלס זענען איבריג, און דאס איז די געוואלדיגע מדה פון חסד, ממילא טרעפט זיך זייער אפט אז מען זעט צוויי שונאים זיך טוען טובות איינער פארן צווייטן, ווייל חסד מיסודו איז אוועק קוקען פון זיך און געבן פון מיר פאר א צווייטן. אבער עס איז דא א צווייטע נקודה פון מענטשליכקייט, וואס הגם א גוי האט דאס, דעס איז אלעס מן השפה ולחוץ, עס האט גארנישט מיט אים עס איז סה"כ ווי דיר צו אנערקענען און דיר געבן דעם אפענעם וועג, אבער ער וועט קיינמאל דיר קיין חסד נישט טוען, ער איז נישט גרייט אוועקצוגעבען פון זיך קיין כי הוא זה, ממילא ווען די ביסט זיין שונא, ווען ער האסט דיך, אנערקענט ער דיך נישט און אלעס פאלט אוועק, ער וועט דיך דערגיין די יארן די מערסטע וואס ער קען.