איז פארהאן א מציאות פון כשר'ע עדות?
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3665
איז פארהאן א מציאות פון כשר'ע עדות?
אין א שכניות'דיגער אשכול ווי עס ווערט אויסגעשמועסט חידות און היכי תמצות, האט זיך אנטוויקלט א שטיקל שמועס איבער עדים זוממים. דער שמועס האט מיר ערוועקט א שאלה וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט. לכתחלה האב איך עס אנגעפאנגען שרייבן אין יענע אשכול, אבער דערזענדיג זיך מיט א לענגערע פאר שורות האב איך מחליט געווען צו גרינדן א באזונדער אשכול דערוועגען, היות איך האב שוין אסאך גענישטערט און געזיכט און נישט געפונען קיין תירוץ דערויף, און עס האט א גענוג שטארקע חשיבות ביי מיר. ווער עס האט א שטיקל ישוב זאל אזוי גוט זיין און מיט טיילן מיטן ציבור.
דער דין ביי עדות איז דאך אז 'עדות שאי אפשר להזימה' איז נישט כשר לעדות. לאמיר זיך אריינלייגען אין א וועלט וואס עס דא בס"ה עלעף אידן. אברהם, יצחק, יעקב, ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולון, דן, נפתלי.
עמיר אפגעבען דאס כבוד פאר די ערשטע דריי און זיי שטעלן פאר די דיינא דעלמא. עס איז זונטאג צופרי ראובן און שמעון קומען אריינצולויפן מיט איין אטעם צום בית דין אינגאנצען דערשראקן און בלאס, נאך א צוויי מינוט נעמען זיי זיך שטאמלען אז דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, נעכטען נאכט האט לוי דער'הארג'ט יהודה'ן אינעם זיבעטען קווארטאל אינעם דריטן געביידע! לאחר חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען באגלייבט און כשר לעדות.
ווי נאר זיי ענדיגען מיט זייער עדות'שאפט און בי"ד איז גומר דעם דין אז מען ברויך הרג'נן לוי, קומען יששכר און זבולון צו לויפן מיט יאמערליכע קולות; "ווי קענט פאבראצירען אזעלכע הוילע שקרים?! איר זענט דאך מיט אונז געווען צוזאמען פון שלש סעודות ביז היינט אינדערפרי ווי מיר האבן צוזאמען פאברענגט און געשטופט די צייט! וויאזוי קענט איר באגיין אזא פאברעך און הרג'נן לוי על לא עון בכפו?!"
די דיינים זענען געווארן אינגאנצען פארלוירען דא וואס טוט מען? מען איז דורש וחוקר און עס שטעלט זיך ארויס אז די יששכר און זבולון ווייסן וואס זיי רעדן און אז ראובן און שמעון זענען צוויי באנדיטן! ס'טיישט איר האט געוואלט הרג'נן לוי אומזינסט? שוין ארויף אויף זיין בענקעל! (איין דיין האט געהאט א טענה אז פארוואס עפעס גלייבט מען ענדערשט יששכר און זבולון, עס איז דאך צוויי אנטקעגען צוויי, דאס איז א באזונדער געשיכטע פארזיך, עמיר עס איבערלאזן פאר א צווייט מאל).
איר מיינט אז דא איז עס אוודאי פארטי., איר וועט נישט גלייבן, אבער בשעת'ן ארויס טראגן ראובן און שמעון צו זייער ענדגילטיגער דעסטענאציע, האבן זיך דן און נפתלי אנגערוקט מיט קולי קולות! "א מין פאברעך מען גייט טייטן צוויי פערזאנן על לא עון בכפם? ווי איז אזאנס דערהערט געווארן?! די יששכר און זבולון האבן בלויז געשליפענע צינגלעך און זיי קענען גוט פאנטאזירן א מעשה מיט אלע דעטאלן! עס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס! די צוויי זענען בכלל נישט דא געווען די לעצטע פאר וואכן! מיר זענען צוזאמען געווען אין האנקאס דאנקאס פאר ביזנעס אנגעלעגענהייטן!"
בי"ד איז שוין אינגאנצען צוטראגען דא, וואס האט פאסירט אין די ווירקליכקייט? מען נעמט די צוויי אין א פארמאכטע צימער מען שטעלט זיי פאר א ליסטע שאלות מיט חקירות און יא זיי זענען חברה די צוויי! א יעדע דעטאל זייער האט געשטימט איינער מיט'ן צווייטנ'ס הגם מען האט זיי באזונדער אויסגעפארשט!
נא, אויב אזוי דארף מען דאך נעמען די צוויי באנדיטן און טוהן מיט זיי וואס זיי האבן געוואלט טוהן מיט ראובן און שמעון!
אינמיטען גיבט זיך דער ראב"ד ר' יאנקל א קראץ די בארד און ריפט אויס אז גד מיט אשר זענען פסול לעדות! וואס איז? עס איז דאך נישט דא נאך מענטשן אויפן וועלט וואס קענען בכלל מזים זיין די עדות! און דער דין לויטעט דאך אז 'עדות שאי אתה יכול להזימה' איז קיין עדות נישט!
ר' יצחק א למדן מופלג, נעמט ארויס דעם ברייטן פינגער און מיט אפאר קוועטשעס טענה'ט ער "אויב דן און נפתלי זענען פסול קומט דאך אויס אז יששכר און זבולון זענען אויך פסול לעדות ווייל זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מזים זיין!"
ר' אברעמעל דו עלטסטע פון די דריי, נישט קיין איבריגער חכם הגם א היבשער מתמיד, אבער נאך צוויי מאל כאפט ער וואס גייט פאר, גיבט א שפרינג אויף אויב אזוי זענען ראובן און שמעון אויך פסול געווען לעדות!
ב"ה כלל ישראל שטייט היינט אין צאל פיל פיל גרעסער, אבער סוכ"ס האט דאך עס א מספר, לאמיר אפילו זאגן אז עס איז דא צען מיליאן אידן וואס זענען כשר לעדות, אבער סוכ"ס האט דאך עס א גבול, איז אויב אזוי וויאזוי איז בכלל דא א מציאות פון עדים וואס זענען כשר'ע עדות 'שאי אתה יכול להזימם'?
אהן נאכקוקן די אלע פלעצער וואס מען פארעכענט אלס 'אי אתה יכול להזימה' וואלט איך
מצדד געווען אז די עדות דארף זיין אויסגעבויעט אויף אן אופן אז טעארעטיש זאל מען עס קענען מזים זיין, אבער א טעכנישע פראבלעם אז עס האט זיך פשוט גענדיגט די מענטשהייט און כרגע איז נישט דא ווער ס'זאל קומען בפועל מזים זיין דאס גייט נישט אריין אין עשאאי"ל.
עס קען זיך ענדיגן ביי א פאל וואס די דיינים אליין האבן געזען אז די לעצטע כת עדים אויף דער וועלט זענען זוממין, וואס דאן פעלט נישט אויס עס זאל זיין עדות שאתה יכול להזימה ווייל עס דארף נישט זיין קיין תורת עדות.
בעיקר הדבר, עס איז טאקע מוכח מכח דיין קושיא אז עס מוז נישט זיין א בחינה פון זוממי זוממיהן א.א.וו., עס איז גענוג אז פאר יעדן כת איז נאך דא נאך 2 מענטשן ערגעץ וואו, דאס הייסט אז ביז איינס פאר די לעצטע כת אויף די וועלט איז נאך גוט.
קענען אפשר ראובן און שמעון מזים זיין דן און נפתלי? אז זיי זענען נישט בכלל נישט געווען אין האנקאס דאנקאס ווייל עמנו הייתם. וחוזר חלילה.
ניין, ווייל איינמאל מען האט זיי מזים געווען זענען זיי פסול לעדות. (אפגערעדט פון דעם וואס זיי האבן דאך א נגיעה ווייל אין זייער עדות ווענדט זיך צו זיי זאלן בלייבן לעבן צי נישט.
דעת תורהניין, ווייל איינמאל מען האט זיי מזים געווען זענען זיי פסול לעדות. (אפגערעדט פון דעם וואס זיי האבן דאך א נגיעה ווייל אין זייער עדות ווענדט זיך צו זיי זאלן בלייבן לעבן צי נישט.
פארקערט. אהן דעם וואס ראובן און שמעון זענען מזים דן און נפתלי זענען זיי יעצט אין א גוטע סיטואציע. עס האלט דאך יעצט אז זיי זענען צוריק כשר, ווייל דן און נפתלי זענען מזים די מזימים פון ראובן ושמעון. קומט אויס אז כרגע זענען ראובן און שמעון כשר. אויך הייסט דאס לכאורה נישט קיין נגיעה. מיט זייער עדות זאגן מאכן זיי זיך שאדן, נישט ריוח.
איך קען נישט הלכות נגיעה, אבער ביי א קרוב איז די הלכה אז וואס אימער ער איז מעיד הן לטב והן למוטב איז נישט כשר.
דער אמת איז נאכמער, מען קען זאגן אז דא אליין איז דא א דין קרוב, דאדם קרוב אצל עצמו. אלא שזה תלוי אי בכה"ג יכול קרובו של ראובן להעיד על יוסף ובנימין שהגם שאינו מעיד להדיא על קרובו סוף סוף הרי בזה תלוי דינו של ראובן קרובו.
דעת תורהאיך קען נישט הלכות נגיעה, אבער ביי א קרוב איז די הלכה אז וואס אימער ער איז מעיד הן לטב והן למוטב איז נישט כשר.
דער אמת איז נאכמער, מען קען זאגן אז דא אליין איז דא א דין קרוב, דאדם קרוב אצל עצמו. אלא שזה תלוי אי בכה"ג יכול קרובו של ראובן להעיד על יוסף ובנימין שהגם שאינו מעיד להדיא על קרובו סוף סוף הרי בזה תלוי דינו של ראובן קרובו.
רמב"ם הלכות עדות פרק טו הלכה א
כל עדות
שתבא הנאה לאדם ממנה אינו מעיד בה שזה הוא כמעיד על עצמו.
די משנה למלך ברענגט א תשובת הרא"ש אז א נוגע בדבר איז נישט נאמן בין לזכות ובין לחוב. ער איז נישט מסכים, ער טענהט "ודברי תימה הם
דכל נוגע בדבר לא מיפסיל אלא משום בעל דבר וכשמעיד לחובתו כשר ככל אדם ונאמנים נמי לחוב בעדותם לקהל"
דער נמוק"י ע"פ חזקת הבתים דף מ"ד ע"א שרייבט "
דפסול נוגע בעדות אינו כפסול קורבה דאילו קרוב אינו מעיד כלל בין לזכותו בין לחובתו אבל מאן דאית ליה צד נגיעת עדות כל שהוא מעיד בענין דלא מטי ליה שום הנאה מקבלין עדותו וכשר"
וואס מיינסטו צו זאגן מיט 'קרוב'? קענסט דאך ביי יעדע נוגע זאגן קרוב? אפשר מיינסטו טאקע דאס צו זאגן. וכדברי שו"ת מהר"י בן לב חלק א סימן יט:
"או שנאמר
דנוגע בעדות דהוי פסול מדאוריתא לא מטעם דילמא מצד ההנאה שמגיע לו שקורי קא משקר אלא משום דהקרובים הם פסולים לעדות ולא מטעמא דדילמא משקרי להנאת הקרובים אלא משום גזרת הכתוב וכדאמרינן אטו משה ואהרן מי לא מהימנא, וגם כן הם פסולים בין לזכות ובין לחייב, וכן הנוגע בעדות הוי פסול מדאוריתא מגזירת הכתוב דפסל הקרובים וקרוב אדם אצל עצמו ומשום הכי אין אדם משים עצמו רשע אלא בדבר שבממון הוא דנאמן, וכמו שאמרו הודאת בעל דין כמאה עדים דמיא, והיה נראה דכיון דהקרובים הם פסולים אף לחייב לקרובים דמהאי טעמא להוי האדם קרוב אצל עצמו אפילו לחייב את עצמו בממון, אלא דיראה לי לפי זה הדרך דמה דהוא חייב הוי מטעם מתנה.
למעשה פסקנ'ט די ש"ך חושן משפט סימן לז. "ומ"מ אין זה עיקר,
דנוגע לאו כקרוב הוא, דהא קרוב פסול להעיד אפילו לחובה,
ונוגע כשר להעיד לחובה וכדמוכח לקמן סוף סעיף י"ז בהג"ה וכמה דוכתי".
שו"ת יד אפרים סימן ד', מאכט א שטיקל סך הכל.
"ויש לשאול, פסול זה של "נוגע" מהווה עצם פסול, כמו קרובים מגזירת הכתוב או מטעם כיון שהוא "נוגע" חושדים בו שיעיד לטובתו.
בדין זה כותב המהר"ם מלובלין (בבא בתרא מ"ד א') "בכל דבר שיש לאדם הנאה בו ומעיד עליו יש לו דין עד הקרוב, שאדם קרוב אצל עצמו וקרוב פסול לעדות אפילו ידעינן ביה בודאי שאינו משקר בעדותו". מפורש "דנוגע" פסול לעדות מגזירת הכתוב כמו קרוב. וכן כותב העיר שושן בחו"מ סי' ל"ד "עדות נוגע פסול, לא משום דחשדינין ליה, אלא משום דאדם קרוב אצל עצמו".
לעומת דעה זו כותב הנמוק"י ב"ב שם "שמעינן, דפסול נוגע בעדות אינו כפסול קורבה, דאילו קרוב אינו מעיד כלל בין לזכותו ובין לחובתו, אבל מאן דאית ליה צד נגיעת עדות, כל שמעיד בענין דלא מטי ליה הנאה מקבלין עדותו וכשר".
זוהי גם דעת הסמ"ע והש"ך בחו"מ (סי' ל"ז סק"א) ונוגע פסול מטעם הנאה דבודאי יעיד שקר לטובתו עיין אריכות בש"ך ועיין תשו' נוב"ק אבן העזר (סי' ר"ז ד"ה והנה) שבדין זה יהיו מחולקים הרמב"ם והראב"ד, דהרמב"ם נראה שדעתו דנוגע פסול מדין קרוב ומגזה"כ ודעת הראב"ד כהסמ"ע והש"ך - מטעם הנאה ועיין או"ת ונתיה"מ סק"א אריכות בדין זה".
פרויקט בר אילן comes in handy. 🙂
ויש מקום לומר דאפי' די וואס האלטען אז א נוגע הייסט א קרוב, רעדן דוקא ווען עס איז ממש עדות געזאגט אויף אן אייגענע זאך. דעמאלט זאג אז אפי' לחובה הייסט דאס דאך ווי עדות געזאגט אויף זיך אליין. משא"כ ווען ראובן ושמעון זאגן עדות אויף דן ונפתלי אז עמנו הייתם, וואס פון דעם געשעהט אז דן ונפתלי'ס עדות ווערט בטל און ממילא איז יששכר וזבולן'ס הזמה קיים, וועלן זיי אויך מודה זיין אז עס הייסט נישט עדות געזאגט אויף זיך אליין, און עס איז נישט פסול מטעם קורבה.
זייער שיין, רבי אלופי ומיודעי הרב מח שליט. האמיר שוין היינט געלערנט עפעס א חידוש. זע איך אז עס איז דא א גרויסע מחלוקה בדבר.
מיט קרוב האב איך נישט געמיינט דעם מהר"י בר לב, עס איז סאך פשוט'ער. ווען ראובן דער נידון גייט מעיד זיין אויף יוסף און בנימין עמנו הייתם, קומט דאך דא אויס א קלארע אומדירעקטע תוצאה אינעם דין פון ראובן'ס קרוב. ווייל כאמור איז דאך ראובן א קרוב מיט זיך אליין,דאדם קרוב אצל עצמו. סאו די שאלה איז נאר צי ראובן'ס קרוב קען קומען מזים זיין יוסף און בנימין, אויב נישט קען ראובן אליינס אויך נישט.
שיחת מ"ג וק"ט, בביקור גומלין שהתקיימה אתמול על כוס יין וקערת ענבים ושאר ירקות.
כ"ק דרש בשלום כ"ק, ואמר: מ'דארף כוח צו פירען דעם עולם... די טאטע ז"ל איז אמאל... (מכאן נסבה השיחה לסוד שיח, וחבל על דאבדין)
משה געציל: האסט נאך צוויי מינוטקל'ך? (מלשון מינטען)
קאווע טרינקער: כן. וואסי? משה געציל, רעדט..
משה געציל: איך וויל דיר פרעגן א שאלה אין הלכות עדים זוממין וואס כ'האב מיך פריער פארשריבן, לאמיר זען צו דו האסט עפעס א ישוב
קאווע טרינקער: איך? זייט ברכות דף ג האב איך נישט געעפענט קיין גמרא
משה געציל: אן אינטערעסאנטע שאלה, איך שיק דיר עס אין אימעיל עס גייט נישט אריין דא
קאווע טרינקער: קעי.
---
זעהט אויס מעכטיג.
אבער פאר איך בין מודה אז איך פארשטיי באמת, גיבדזש'ע מיר א דערמאן פון א גמרא דוגמה פון עדות שאי אפשר להזים.
משה געציל: דער קלאסישער סעמפעל פון עדות שאי אתה יכול להזימה איז ווען זיי זאגן נישט קיין זמן אז מען זאל זיי קענען מזים זיין אדער זיי זאגן עדות אויף א אדם טריפה.
אבער דא איז לכאורה אויך די זעלבע מעשה, א יא?
קאווע טרינקער: שכוח.
לאמיר איבער קוקען
---
איני למדן. שיעור עיון מעולם לא היה תחביבי,
אבל כתשובה לשאלתך
אפשר לחלק.
כי במשל שלך אין ה"אי יכולת להזים"בעצם העדות.(1)
רק מחוצה לה.
משה געציל: מה איכפת לן? סוכ"ס אין אפשרות להזימם יהיה מה שיהיה!
יש לך איזה ראיה לדבריך?
קאווע טרינקער: לא. אין ראיה. אני רק פותח דברים בענין..
ובוודאי היה שייך משל זה גם בימי חז"ל, כגון מי שמעיד על רציחה שאירע באי קטן, במקום שכמעט אין איש.
משה געציל: לא! השאלה נוגע היום!
טראכט אריין! יש איזה קצבה אנשים מבוגרים בכלל ישראל, לצורך הענין נאמר שיש שני מיליאן אנשים שכשרים לעדות, סוכ"ס יש איזה קצבה שבה אין שום עדות שיכול להזימם
---
קאווע טרינקער: האהא..... מצאתי אופן שגם בציור שלך יהיו העדים ביכולות להיות מוזם!
ברעך דיך קאפ.
קאווע טרינקער: Now I got you
משה געציל: איזה ציור מצאת?
(קאווע טרינקער: Hey
ביי דיני נפשות דארף נישט זיין בית דין של כ"ג?
דו דארפסט צולייגען נאך מענטשען אין די game
משה געציל: אכן, צריך להיות כ"ג אבל נקטתי המספר רק לצורך השאלה לא דקדקתי בכל פרטותיה והלכותיה)
---
קאווע טרינקער: באופן אלע זענען מסכים אויף איין יחיד מומחה, אברהם אבינו, און די אנדערע צוויי דיינים ווערן א פרישע פאר עדות
משה געציל: ווער קען זיי מזים זיין?
יצחק און יעקב. זי גייען נישט עדות זאגן. ס'איז נאר אז זיי "קענען" ווען עדות זאגן.
ממילא ווערען די לעצטע מעידים ביכולת להיות מוזם.
אוי, דערמאנטס מיך פון ישיבה
משה געציל: זיי קענען דאך נישט! ווייל עס איז נישט דא קיינער וואס קען זיי מזים זיין!
קאווע טרינקער: דן און נפתלי זענען גוטע עדות ווייל ס'איז דא יצחק און יעקב וואס "קענען" זיי מזים זיין
משה געציל: יצחק און יעקב זענען דאך נישט כשר לעדות בכלל ווייל קיינער קען זיי נישט מזים זיין
קאווע טרינקער: איך פארשטיי אז ווילאנג יצחק און יעקב קומען נישט "למעשה" עדות זאגן, איז מען נישט דן צו זיי זענען יכולת להזים אדער נישט. זיי זענען דאך נישט, כרגע, קיין "עדות" בכלל.
קאווע טרינקער: אוי, איך זוך אזא גוטע חברותא
לאמיר ענדיגען דא, איך דארף ארויסגיין.
- וקיים משה געציל מצות לויה עד צאת ק"ט, ובירכו: זיי געזונט, טראכט עס איבער, האסט א תירוץ וועק מיר אויף אינמיטן דער נאכט
(1) ונבנתה_העיר, דוגמתו העיר.
אזוי צוזאם ווארפן חריפות ובדיחות, קעניינעהארע.
אבער לכאורה איז די פשוט'סטע תירוץ וואס דעת תורה האט אויבן געשריבן
דעת תורהבעיקר הדבר, עס איז טאקע מוכח מכח דיין קושיא אז עס מוז נישט זיין א בחינה פון זוממי זוממיהן א.א.וו., עס איז גענוג אז פאר יעדן כת איז נאך דא נאך 2 מענטשן ערגעץ וואו, דאס הייסט אז ביז איינס פאר די לעצטע כת אויף די וועלט איז נאך גוט.
אז עס דארף נאר קענען זיין נאך איין סעט מזימין, און נישט זוממי זוממיהן.
@אנאנים תורה @RTברסלבר:
לויט ענק, איז טאקע נישט מעגליך אז די לעצטע צוויי מענטשען אין דער וועלט זאלן קומען עדות זאגן?
@קופרניקוס שרייבט
איך האב צוערשט געקלערט צו ענטפערן כפי שהקדימו חברים יקרים, אז עדות שאי אתה יכול להזימה מוז נישט זיין פראקטיש און טעכניש אז מען זאל זיי אין פאקט יעצט קענען מזים זיין, נאר עס איז א הגדרה פון כשרע עדות,
דאס מאל בעהט איך אייך, זיי מיר נישט כולל צווישען די חברים יקרים. ווארום, וואס איך האב ברוב גאוותי וגאונתי פראבירט צו גרינגער מאכן פאר משה געציל'ן (אפשר פועל'סטו ביי אים ער זאל ווערן מיין חברותא?) איז אביסל שונה. כוונתי לומר, שאין הצורך "יכול להזימה" אלא בעדות ממש, ולא על עדות פוטנציאליים. לכן, כל זמן שיש שני אנשים בעולם, הרי עדותן של אחרים כשרים. אע"פ שאם יבואו האחרונים יווצר בעיה בקבלת עדותן עצמם. כל זמן שהם לא באו, אין עיכוב בעדות הקדומים.
@משה געציל, ביסט גערעכט אז אזא ציור קען געשעהן בימינו אלה. למשל אין בית המדרש בית יהודי אין מאנסי (נישט צו פארטוישען מיט בית "ה"יהודי, א פארטיי אין ארץ ישראל וואס ווערט כסדר באשריבן אין די סאטמערע צייטונגען), זענען דא בערך 16 מעמבערס. אלע איבריגע אידן זענען דאך ליידער פארכאפט אין די סמך מם'ס אייזענע קייטן, און פארשטייט זיך, פסול לעדות. ממילא איז די עדות-וועלט מוגבל. חוץ אויב מ'זאגט אז אפילו די לעצטע צוויי עדות זענען אויך גוט, ווייל ס'איז דאך שייך אז אנדערע אידן זאלן תשובה טוהן און איינזעהן דעם א.ג. אעמעס. אבער דא הייבט זיך אן א סומאטוכע, אויב יכולים להעיד אויף אן עובדה שאירע בעוד טומאתם בהם. כאטש וואס די רבי ז"ל האט דאך געזאגט אז "א קנאי קען מען ווערן איבער נאכט" (עיין אשכל בעהוש), איז דאס אפשר נאר לקולא (ווען ס'קומט אויס גוט פאר מיר) אבער לחומרא (מבטל זיין די עדות פון די לעצטע צוויי ערליכע אידן פון די וועלט) זאגט מען חלילה נישט אזוי.
--
קופרניקוס האקט... הא הא.. וואס מיינסטו וועלכע ספר האב איך די ערשטע מעיין געווען ווען משה געציל האט מיך אהיים באגלייט.. קובץ יסודות וחקירות.... כ'האב מיך געפרייט צו די תוס' רי"ד וואס ער ברענגט דארט, אבער שו"ר ס'אינו דומה.
אוי, ווען איך וואלט געהאט דעם ספר אלץ בחור, וואלט מיין מגי"ש נישט מיר געקענט פארקויפן לאקשען.
בד"וו, די ספר המדות לחקר ההלכה, וואלט אויך געווען helpful אין די ימי הנעורים. - אבער כעת פאסט איך יומם ולילה כדי צו פארגעסן די תורה שלמדתי מפי עמי הארצים, און די פלאן איז אי"ה אנצוהייבן פון פריש, כנייר חלק.
יא, כי מציון תצא תורה.
ירושלים של זהב, של נחושת ושל אור.
אין זהב אלא תורה
אין נחושת אלא תורה
אין אור אלא תורה
אמת קופי, עס איז נאר א חלום, אבער מיר בעטן דאך אל יבהלוני חלומות רעים. א חלום דארף אויך זיין א זיסער. וואסארא פשט האט א חלום ווען מען קען נישט פארענטפערען משה געציל'ס קלאץ קשיא?
די תירוץ פון 'טעכניש ווערסוס למעשה' וואס די חברים דא, און אויך איינער וואס איז נישט קיין חבר [איך וויל יא זיין דיין פרענד, קאווע טרינקער 😞 ], האט פרובירט צו ענטפערן, ארבעט עפעס נישט פאר מיר.
עס איז נישט קיין חילוק ווילאנג מען האט פארברענגט אין מאחורי, נישט קיין חילוק צו עס איז דא מילארד אידן אשר לא כרעו לבעל, אדער נאר א הייפעלע, די גאונישע קשיא פון משה געצל'ן איז לענ"ד פעלזן פעסט.
לאזען מיר רעדן פון די משל של הרב משה געציל. דארט איז די מעשה געשעהן בפועל ממש [נישט קיין אויסגעחלומטע מעשיות] זענט איר דאך אוודאי מסכים אז דן ונפתלי [בספרו של ר' משה געציל יש טעות הדפום. במקום דן ונפתלי כתוב גד ואשר. אולי רצה לגלות לנו החידוש הידוע בסגנון של "נ"ל ה"ה לוי ויהודה" ואכ"מ] זענען פאקטיש פסול לעדות ווייל א"א להזימן. און פון דעם איז דא א דאמינא עפפעקט אז מיר קענען בשום אופן נישט מקבל זיין עדות פון יששכר וזבולון. אדרבא זייט איר דעם בי"ד דא, און זייט מיר מסביר וויאזוי איר קענט מקבל עדות זיין פון יששכר זבולון ווען פאקטיש קען קיינער זיי נישט מזים זיין.
נו, אויב יששכר זבולון קענען נישט עדות זאגן, איז דאך ראובן ושמעון אן עדות שא"א להזימן. קען מען זיי אויך נישט מקבל זיין. איך זעה נישט וויאזוי א בי"ד קען אין דעם פאל טוהן אנדערש.
איר מאכט אבער א חילוק אויב איז טאקע געשעהן אז יששכר וזבולון זענען דא געקומען בפועל, אדער נישט. קומט אויס איר זאגט אזוי, אויב קומען זיי אלע דאן זענען אלע עדות בטל מכח דעם דאמינא עפפעקט פון א"א להזימן, אויב אבער איז עס נישט געשעהן בפועל דאן איז עס א גיטע עדות שאתה יכול להזימן. דאס איז זייער נישט מובן פאר מיר. אויב איז די גאנצע סעט אפ דא עדות שא"א להזימן ווען עס געשעהט בפועל, איז ה"ה ווען עס איז נאר בכוח.
מיט מיין ווייניגקייט, מיין איך אז מיין תירוץ איז יא ריכטיג. מען קען אייביג אריינדיפען נאכאמאל אין די עדות pool, עד אין סוף. עי' מה שכתבתי לעיל.
אין די מעשה פון משה געצל ביזטו טאקע גערעכט, אבער במציאות ווי לאנג עס איז דא נאך איין סעט עדות וואס קענען מזים זיין איז גוט, עס דארף נישט קענען זיין ווייטער זוממי זוממין עד הסוף.
ברסלבעראין די מעשה פון משה געצל ביזטו טאקע גערעכט, אבער במציאות ווי לאנג עס איז דא נאך איין סעט עדות וואס קענען מזים זיין איז גוט, עס דארף נישט קענען זיין ווייטער זוממי זוממין עד הסוף.
בין איך גערעכט מיט די מעשה פון משה געצל'ן נאר ווען זיי קומען בפועל? אויב ביסטו מסכים אז ווען עס געשעהט בפועל וועט די גאנצע עדות סעט אפ בטל ווערן און ראובן ושמעון וועלן נישט זיין קיין כשרע עדות, דעמאלט דארף נאר איין דיין האבן אביסל דעם כח המדמה [ווייטער מיט מיין עולם הדמיון 🙂 ] און אויסשמועסן אזוי:
אויב זאל דן ונפתלי דארפען מזים זיין יששכר וזבולן קענען זיי דאך נישט ווייל א"א להזימן. נו, זענען זיי אינדרויסען פון די געים. אויב אזוי איז טעארעטיש גערעדט קענען דאך יששכר וזבולן אויך נישט מעיד זיין, און אויב אזוי קענען דאך ראובן ושמעון אויך נישט מעיד זיין.
עס איז נישט קיין חילוק צו מען רעדט פון צען מענטשען צו פון מיליאן.
סא פיינע ישיבה. ז
יי זינגען קה אכסוף בניגון המקובלשוין, צוריק צום שיעור... וואו איז לעיקוואד? געגאנגען זיכען עדות?
וואו! איך בין געווען זיכער אז דער אשכול וועט האבן אפשר צוויי תגובות וזה הא! יישר כח פאר אייך אלע!
ונבנתה העיראהן נאכקוקן די אלע פלעצער וואס מען פארעכענט אלס 'אי אתה יכול להזימה' וואלט איך
מצדד געווען אז די עדות דארף זיין אויסגעבויעט אויף אן אופן אז טעארעטיש זאל מען עס קענען מזים זיין, אבער א טעכנישע פראבלעם אז עס האט זיך פשוט גענדיגט די מענטשהייט און כרגע איז נישט דא ווער ס'זאל קומען בפועל מזים זיין דאס גייט נישט אריין אין עשאאי"ל.
א שיינער בריסקער חילוק, אבער לויט ווי קופערניקוס האט שוין צוגעצייכענט פון רש"י אז די טעם פארוואס עס פעלט זיך אויס א עדות וואס מען קען מזים זיין איז כדי זיי זאלן מורא האבן צו זאגן ליגענט, איז מ"ש צו עס איז א עדות וואס טעארטיש שטימט עס נישט אדער עס שטימט נישט טעקנאקלי.
דעת תורה
בעיקר הדבר, עס איז טאקע מוכח מכח דיין קושיא אז עס מוז נישט זיין א בחינה פון זוממי זוממיהן א.א.וו., עס איז גענוג אז פאר יעדן כת איז נאך דא נאך 2 מענטשן ערגעץ וואו, דאס הייסט אז ביז איינס פאר די לעצטע כת אויף די וועלט איז נאך גוט.
די פראבלעם איז נישט אז עס ברויך קענען זיין זוממי זוממין, די פראבלעם אז עס ברויך זיין א זוג כשר'ע עדות וואס זאל קענען מזים זיין צוויי עדים, איז אויב דו פארשטייסט אז די לעצטע צוויי מענטשן אויפן כדור העולם זענען נישט כשר לעדות זענען דאך די צוויי פארדעם אויך נישט כשר וכו' וכו'.
[ציטאט אראפגענומען]
וואו! וואספארא זיך האט דיר צוגעברענגט צו דעם אויב איך מעג פרעגן? איך האב שוין מגגל געווען די שאלה בכל מיני גלגולים המתגלגלים (אבוויעסלי נישט...) ולא מצאתי שום רמז לזה
א היכי תמצא איז נישט גענוג, מען דארף פארענטפערן יעדע ציור.
משה געצילונבנתה העיראהן נאכקוקן די אלע פלעצער וואס מען פארעכענט אלס 'אי אתה יכול להזימה' וואלט איך
מצדד געווען אז די עדות דארף זיין אויסגעבויעט אויף אן אופן אז טעארעטיש זאל מען עס קענען מזים זיין, אבער א טעכנישע פראבלעם אז עס האט זיך פשוט גענדיגט די מענטשהייט און כרגע איז נישט דא ווער ס'זאל קומען בפועל מזים זיין דאס גייט נישט אריין אין עשאאי"ל.
א שיינער בריסקער חילוק, אבער לויט ווי קופערניקוס האט שוין צוגעצייכענט פון רש"י אז די טעם פארוואס עס פעלט זיך אויס א עדות וואס מען קען מזים זיין איז כדי זיי זאלן מורא האבן צו זאגן ליגענט, איז מ"ש צו עס איז א עדות וואס טעארטיש שטימט עס נישט אדער עס שטימט נישט טעקנאקלי.
עז לאנג עז ווי אר אן עי בריסק'ער נאוט איז פשט אז עס איז א דין אזא..., אדאי קען עס זיין געבויעט בשרשו אויף כל מיני סברות - זיי זאלן מורא האבן וכו', אבער מען גייט נישט יעדעס מאל דן זיין מכח די סברא אויף כל מיני טעקניקעל פראבלעמען, היינט איז עס שוין א דין אין די
צורת ההגדה פון עדות, אז די הגדה דארף זיין אזא סארט הגדה וואס לאזט זיך מזים זיין.
כעין ווי דו וואלסט פארשטאנען אז אויב איז דער עד א גבר אלם וואס קיינער וועט זיך נישט דערוואגן איהם מזים צו זיין הייסט נישט א עשאי"ל.
ר' משה'ניו,
ביסטו מסכים צו מיין תירוץ? ראובן ושמעון קענען מזים זיין דן ונפתלי.
נאכנישט דורך געקוקט אלע טענות ומענות ועוד חזון נאר א קליינע נקודה אפילו לאמיר זאגן אז יעצט בפועל איז נישט געבליבן קיין כשר׳ע עדות , אבער ס׳האלט און איין צוקומען קטנים וואס ווערן גדולים און די עדים ווייסן נישט ווילאנג די דין תורה וועט זיך שלעפן קומט אויס אז רש״יס טעם פון מורא איז נאך אלץ דא אפילו יעצט בפועל איז נישט דא
נו, איך מצאת ידיך ורגליך בבית קפה'נו?
די וואס גייען נולד ווערן במשך הזמן, זענען סייווי נישט ראוי להעיד, ווייל זיי זענען נישט געווען בשעת מעשה.
מוטי האט זייער גוט געזאגט" וזה לשון ספר אמרי בנימין על מכות (עמ' ע"ז בממהדורה חדשה)
מקום אתי להעתיק מכתבי זקני הרב
משה ליב שפירא זצ"ל מחבר ספרי
טבעות זהב ונמוקי מלב"ם וז"ל שמעתי מקשים
בשם הגאון בעל חידושי הרי"מ ז"ל בהא דבעינן
עדות שאפשר להזימה הא דבר זה אינו במציאות
בכל העדיות דהא גם המזימין צרין שיהיו
יכולים להזימן ואם אאי"ל בטלה כל העדות וכן
גם זוממי זוממין צרין שיהא אפשר להזימן ואם
לאו בטלה כל העדות וכן הלאה וא"כ הרי הדבר
מוכרח להסתיים כגון אם יהיו אלף אלפים
בישראל ראוים לעדות הרי כת העדות האחרונה
א"א עוד להזימן מפני שלא נמצאו עוד עדים
כשרים בישראל לעדות זו ומפני זה צריך להבטל
כל העדויות כולם ולא משכחת כלל עשאי"ל זהו
קושיתו המחודדת. ולי נראה דגם אם נאמר כן
לא נסתיימו כל העדויות כולם דהא איתא
במכות ה' א' דאם העידו דבצפרא הרג פלוני את
הנפש ובאו עדים ואמרו הלא בפניא עמנו
הייתם בנהרדעא ואם א"א לבא מצפרא עד פניא
מסורא לנהרדעא הרי אלו זוממין יעו"ש בגמ'
הרי חזינן דעדות שהועד בפניא מכיון שזה
מוכיח על מעיקרא שגם בצפרא לא היו במקום
העדות נעשו זוממין וא"כ הרי משכחת שיזימו
את העדים האחרונים ע"י אלו שנעשו בני י"ג
ביום שאחרי העדות ויעידו שבלילה אחרי שכבר
נעשו בני י"ג ראו את המעידים במקום שכזה
שא"א שהיו שם ביום עדותם שעדותם מבררת
שלא היו שם במקום עדותם ובודאי נעשו
זוממין ואלו בני הי"ג יוכלו להיות ניזומין ע"י
אלו שיעשו בני י"ג ביום שאתרי כן וכן הלאה
וא"כ א"א שהעדים יסתיימו בישראל ותמיד
אפשר להזימן וזה נכון מאד עכ"ל, עיי"ש עוד שמפלפל בזה
וראה עוד
שו"ת שי למורא סימן נח שמאריך בקושיא זו
קאווע טרינקער זאגט:
נו, איך מצאת ידיך ורגליך בבית קפה'נו?
די וואס גייען נולד ווערן במשך הזמן, זענען סייווי נישט ראוי להעיד, ווייל זיי זענען נישט געווען בשעת מעשה
.
איך האב פארשטאנען אז הרב משה געציל שליטא״ס טענה איז אז ס׳דארף על כל פנים זיין צוויי כשר׳ע פאטענציאלע עדים און ווילאנג זיי קומען נישט, און מ׳ווייזט נישט אויף ביים בית דין די יום הולדת פון די עדים, פארוואס קענען זיי נישט אויפן מאמענט אנגערופן ווערן פאטענציאלע עדים ?
וועט מען דען זאגן אויף צוויי עדים פון די גאס וואס זענען זיכער יא געווען גדולים בשעת מעשה אז כדי זיי זאלן קענען ווערן פארעכנט ווי פאטענציאלע מזימים פון די יעצטיגע עדים וועלן זיי קודם דארפן אויפווייזן אז זיי וואלטן ווען געקענט עדות זאגן ביי די מעשה צו ווערן פארעכנט ווי פאטענציעלער עדים ?
זיכער נישט! אויב איז נאר דא צוויי גדולים וואס זענען יעצט כשר פאר עדות איז דאס לכאורה גוט אפילו אויב ווען די וואלסט זיי ווען געפרעגט וואלטן זיי געזאגט אז פערצופאל דא ווייסן זיי נישט אדער קענען נישט צוליב וואספארא סיבה עדות זאגן.
מאטי,
מען דארף זיין א גדול בשעת ראיית המעשה. רמב"ם עדות יד' ד' - לפיכך מי שהיה יודע עדות והוא קטן, ובא והעיד בה כשהוא גדול--אינה כלום.
איך פארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס מיין תירוץ וואס איך האב געשריבן אויבען, איז נישט מסדר דעם פראבלעם ענדגילטיג?
זיי מיר מסביר דיין תירוץ אין אידיש קורץ און שארף.
איך זאג נישט אז דער קטן שנתגדל קען ווען עדות זאגן אויב ער קומט טאקע עדות זאגן . סך הכל זאג איך אז ווילאנג ס׳איז נישט אויפגעוויזן זיין יום הולדת ביים בית דין איז ער א פאטענציאלער מזים פונקט ווי יעדער גדול וואס קען צום סוף ווערן אויפגעוויזן אז ער איז בכלל נישט געווען ביי די ספעציפישע מעשה און קיינמאהל נישט געזען די עדים און זיין לעבן און דאך ווערט ער אנגערופן א פאטענציאלער מזים ווילאנג ס׳ווערט נישט בפועל אויפגעוויזן.
וליתר שאת עיין בדברי ודי למבין דקטן שנתגדל יכול להעיד כשהגדיל שראה העדים במקום שאי אפשר לנסוע שמה מהמקום שהעידו עמנו הייתם. כפי הזמן והריחוק. וכן יכול לבא עדים חדשים שנתגדלו להעיד על עדים שנתגדלו הראשונים וכן להלאה ללא קץ.
די איין שורה תגובה וואס איך האב
דא געשריבען, איז דאס קורצסטע און שארפסטע וואס איך קען. Hope it works for you 😕
מוח שליטקענען אפשר ראובן און שמעון מזים זיין דן און נפתלי? אז זיי זענען בכלל נישט געווען אין האנקאס דאנקאס ווייל עמנו הייתם. וחוזר חלילה.
ביטע קוק איבער משה געצל'ס שאלה כדי צו וויסען אז אין זיין משל, זענען ראובן און שמעון די עדות אויף די מעשה, און דן און נפתלי זענען די לעצטע מענטשען אויף די וועלט. מיין תירוץ איז פשוט אז מען קען אייביג איבערנוצען דעם גאנצען עולם נאכאמאל און נאכאמאל עד עולם. נמצא אז עס איז אייביג אן עדות שיכול להזימן.
דיין תירוץ פון פאטענציאלע עדים מכח נישט וויסן דעם יום הולדת פארשטיי איך נישט מכח כמה סיבות. מיין פשוטע טענה דערויף איז אז די אלע פאטענציאלע עדים זענען נישט בעסער ווי די עכטע עדים. מיט'ן צולייגן פאטענציאלע עדים האסטו נישט מער ווי געמאכט די מספר עדים מער. אנשטאט א מיליאן גדולים, איז דא נאך צוואנציג טויזענט פאטענציאלע עדים. דאס העלפט נישט צו ענטפערן די שאלה.
דיין ליתר שאת תירוץ פארשטיי איך יא. א הערליכע תירוץ לדעתי. דו ברענגסט ארויס ווי אפי' די וואס זענען נאך נישט געבוירן היינט קענען זיין מזימים. ממילא איז דאס אין לו סוף. very nice.
מען דארף נאר דן זיין לויט די דעה אז שית אלפי שנין הוה עלמא, איז דאך דא א סוף 😂
איך מיין נאך אלץ אז מיין תירוץ איז פשוטער. If I may say so myself 🙂
אויב איך מעג דא אריינרעדן בדרך פשוט, הגם איך מיין אז בדרך לומדות איז שוין פארענפערט געווארען דא די שאלה, איז די תירוץ אויף דעם באופן פשוט ביותר על דרך וואס איז געווען אמאל מצוטט אין קופערניקוס'ס חתימה בשם ש"י עגנון, ניין, שפינאזע, ניין מענדעלסאן, ניין ביאליק, ניין שעיקספעיר, אה, איך געדענק שוין, עפעס א משנה אין מסכת פסחים: אין חוששין, שאם כן אין לדבר סוף.
רבותי, די אלע פלפולים זענען אלע שיין און וואויל, נחמד ונעים יגדיל תורה ויאדיר. אבער די תורה האט מען נישט געגעבן פאר קיין קאמפיאטערס. די תורה האט מען נישט געגעבן פאר מלאכים. די תורה האט מען נישט געגעבן פאר למדנים. אוי. וואס האב איך דא געשריבען. איך מיין נאר צו זאגען אזוי. די תורה האט מען געגעבן פאר נארמאלע מענטשליכע שכל. יעדער איינער פארשטייט אז די הגיון פון עדות שאי אתה יכול להזימה איז גאנץ פשוט. צו מזאל עס זאגען מער מופשטיג לומדיש אז אויב סנישט מעגליך עס מזים זיין פעלט אין דער דין עדות, אדער מער פשוט ווייל זיי זאלן מורא האבען, אדער מער פילאספיש על דרך קרל פאפער'ס קריטיריון פון אפפרעגעניש. עכ"פ, יעדער איינער פארשטייט אז דאס איז א זאך וואס איז געזאגט געווארען אויף א נארמאלער אופן בעולם הזה. און יעדער פארשטייט אויכעט אז דער ציור פון וואס מרעדט דא איז שטארק נישט שכיח בעולם הזה. איך מיין בכלל אז סזאל זיין זוממי זוממין וזוממי זוממי זוממין איז אליינס א מילתא דלא שכיחא, און אוודאי אויף אזא אופן. יא, זייער שיין, האבען אונזערע גרויסע חכמים און לאגיקער אויפגעקומען מיט אן אופן וואס סקען זיין שכיח און מצוי אויך באופן השכיח ומצוי אויפ'ן אינזל וכו'. אבער קינדערלאך, איר וייסט אליינס אז דער ציור אליינס איז אויך נישט מצוי, און איר האט גענוצט אייער אנאליטישער שכל אויפצוקומען מיט דעם, נישט א בעלבתישער שכל וואס קומט פון קענען דער מציאות. אויפ'ן פשוטער בעלבתישער אופן פארשטייט יעדער איינער דער סברא פון מילתא דלא שכיחא לא גזרו בה רבנן, און אויך לא הזהירה עליו תורה. נישט פאר דעם איז דא דער דין פון עדות שאי אתה יכול להזימה. די שאלה הייבט זיך נישט אן בכלל מיט נארמאלער מענטשליכע שכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל אין א וועג פיל איך זיך דא ווי דער קינד וואס שרייט דער קעניג איז נאקעט. יא, איר האט אריינגעראבען אין קובץ יסודות וחקירות און מעלה געווען הערליכע חקירות און צדדיים, געשווימען אין ים התלמוד, בעזרת גוגל ובר אילן, און מעלה געווען פנינים, מראי מקומות און ראיות בחריפות ובקיאות. אבער דאס אלס איז בכלל נישט אין ריכטונג, נאך דער גאנצער פשעטל בלייבן מיר נישט מיט מער ווי א פשעטל נאכצוזאגען ביים טיש. נישט נאר דער גאנצער פשעטל איז געבויט אויף מנותק'דיגע יסודות און א מנותק'דיגע מהלך המחשבה, נאר וויבאלד אונזערע גרעסטע מוחות און כשרונות במהלך הרבה דורות האבען אוועקגעגעבן די צייט און מח פאר מאכען אזעלכע פשעטלאך אין דער לופט זענען מיר אין אזא לאנגע גלות. שטעלט אייך נאר פאר אז דער חידושי הרי"מ, מיט זיין גאון הגאוני'שער קאפ, וואלט אנשטאטס ממציא געווען אזעלכע פשעטלעך חסרי סיכוי, שלא להלכה ושלא למעשה, ווי געברענגט אויבן, באמת צוגעלייגט קאפ צו דער פראבלעם פון רעליגיע און מאראל, אדער איינע פון די אמתע פראבלעמן פאר וואס יידושקייטשטייט אין היינטיגע צייטן, וואלטן מיר דאך אפשר געהאט מיט וועם צו גיין צום טיש. אנשטאטס דעם איז מען פארנומען מיט די גאנצע מח מפלפל זיין אין שכר מצווה בהאי עמלא און עדות שאי אתה יכול להזימה, און ווען סקומט צו די אמתע טשעלענדזשעס פון לעבן בלייבט נאר איבער צו שרייען שייגעץ ארויס בכל כחו וכל כוונתו.
יעצט קומטס אלע לומדים און פראבירט מיר מזים צו זיין.. כ'האב גארנישט געמיינט.
לעיקוואדאויב איך מעג דא אריינרעדן בדרך פשוט, הגם איך מיין אז בדרך לומדות איז שוין פארענפערט געווארען דא די שאלה, איז די תירוץ אויף דעם באופן פשוט ביותר על דרך וואס איז געווען אמאל מצוטט אין קופערניקוס'ס חתימה בשם ש"י עגנון, ניין, שפינאזע, ניין מענדעלסאן, ניין ביאליק, ניין שעיקספעיר, אה, איך געדענק שוין, עפעס א משנה אין מסכת פסחים: אין חוששין, שאם כן אין לדבר סוף.
רבותי, די אלע פלפולים זענען אלע שיין און וואויל, נחמד ונעים יגדיל תורה ויאדיר. אבער די תורה האט מען נישט געגעבן פאר קיין קאמפיאטערס. די תורה האט מען נישט געגעבן פאר מלאכים. די תורה האט מען נישט געגעבן פאר למדנים. אוי. וואס האב איך דא געשריבען. איך מיין נאר צו זאגען אזוי. די תורה האט מען געגעבן פאר נארמאלע מענטשליכע שכל. יעדער איינער פארשטייט אז די הגיון פון עדות שאי אתה יכול להזימה איז גאנץ פשוט. צו מזאל עס זאגען מער מופשטיג לומדיש אז אויב סנישט מעגליך עס מזים זיין פעלט אין דער דין עדות, אדער מער פשוט ווייל זיי זאלן מורא האבען, אדער מער פילאספיש על דרך קרל פאפער'ס קריטיריון פון אפפרעגעניש. עכ"פ, יעדער איינער פארשטייט אז דאס איז א זאך וואס איז געזאגט געווארען אויף א נארמאלער אופן בעולם הזה. און יעדער פארשטייט אויכעט אז דער ציור פון וואס מרעדט דא איז שטארק נישט שכיח בעולם הזה. איך מיין בכלל אז סזאל זיין זוממי זוממין וזוממי זוממי זוממין איז אליינס א מילתא דלא שכיחא, און אוודאי אויף אזא אופן. יא, זייער שיין, האבען אונזערע גרויסע חכמים און לאגיקער אויפגעקומען מיט אן אופן וואס סקען זיין שכיח און מצוי אויך באופן השכיח ומצוי אויפ'ן אינזל וכו'. אבער קינדערלאך, איר וייסט אליינס אז דער ציור אליינס איז אויך נישט מצוי, און איר האט גענוצט אייער אנאליטישער שכל אויפצוקומען מיט דעם, נישט א בעלבתישער שכל וואס קומט פון קענען דער מציאות. אויפ'ן פשוטער בעלבתישער אופן פארשטייט יעדער איינער דער סברא פון מילתא דלא שכיחא לא גזרו בה רבנן, און אויך לא הזהירה עליו תורה. נישט פאר דעם איז דא דער דין פון עדות שאי אתה יכול להזימה. די שאלה הייבט זיך נישט אן בכלל מיט נארמאלער מענטשליכע שכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל אין א וועג פיל איך זיך דא ווי דער קינד וואס שרייט דער קעניג איז נאקעט. יא, איר האט אריינגעראבען אין קובץ יסודות וחקירות און מעלה געווען הערליכע חקירות און צדדיים, געשווימען אין ים התלמוד, בעזרת גוגל ובר אילן, און מעלה געווען פנינים, מראי מקומות און ראיות בחריפות ובקיאות. אבער דאס אלס איז בכלל נישט אין ריכטונג, נאך דער גאנצער פשעטל בלייבן מיר נישט מיט מער ווי א פשעטל נאכצוזאגען ביים טיש. נישט נאר דער גאנצער פשעטל איז געבויט אויף מנותק'דיגע יסודות און א מנותק'דיגע מהלך המחשבה, נאר וויבאלד אונזערע גרעסטע מוחות און כשרונות במהלך הרבה דורות האבען אוועקגעגעבן די צייט און מח פאר מאכען אזעלכע פשעטלאך אין דער לופט זענען מיר אין אזא לאנגע גלות. שטעלט אייך נאר פאר אז דער חידושי הרי"מ, מיט זיין גאון הגאוני'שער קאפ, וואלט אנשטאטס ממציא געווען אזעלכע פשעטלעך חסרי סיכוי, שלא להלכה ושלא למעשה, ווי געברענגט אויבן, באמת צוגעלייגט קאפ צו דער פראבלעם פון רעליגיע און מאראל, אדער איינע פון די אמתע פראבלעמן פאר וואס יידושקייטשטייט אין היינטיגע צייטן, וואלטן מיר דאך אפשר געהאט מיט וועם צו גיין צום טיש. אנשטאטס דעם איז מען פארנומען מיט די גאנצע מח מפלפל זיין אין שכר מצווה בהאי עמלא און עדות שאי אתה יכול להזימה, און ווען סקומט צו די אמתע טשעלענדזשעס פון לעבן בלייבט נאר איבער צו שרייען שייגעץ ארויס בכל כחו וכל כוונתו.
יעצט קומטס אלע לומדים און פראבירט מיר מזים צו זיין.. כ'האב גארנישט געמיינט.
כבוד הרה"ג ר' לעיקוואד שליט"א,
נעמט נישט די ענין אזוי ערענסט. ענדזשוי דעם שאך שפיל דא.
אז דו ווילסט נאך פאן קענסטו גיין צום אשכול בענין דעם סעיל פון Buzz.
ובעיקר הענין נראה לי אז געזעץ, סיי אידישע און סיי סעקולארע, ארבעט דוקא יא אזוי. סאפיסטיקירטע געזעצען זענען דוקא אויסגעשטעלט אז די עומק הענין זאל טעארעטיש מיזן שטומען ביז'ן סוף. זאגן א געזעץ אין עדות וואס אין טעאריע איז עס מופרך מעיקרא, איז א פאצערישע געזעץ.
קודם כל דער סארט פשעטל איז געגאנגען אביסעלע צו ווייט. און צוייטענס, נניח אז סעקולארע געזעץ ארבעט אויך ענליך, פארענפערט דאס עפעס? אדרבה, זאל איין יונגעל אמאל געבן א שריי אריין טאקע אין די סאפרים קארט העלא! איר רעדט שטותים. און נישט סתם שטותים נאר שטותים וואס פאר דעם דארף מען גיין אין לאו סקאל זעקס יאר צו קענען פארשטיין. דער קעניג איז נאקעט. די אלע פשעטלאך און לויערס איז אלס איין גרויסע סקעם געבויט אויף נאך אפאר סקעם'ס, פון פשעטלאך און צויי דינים, ווערטער אן קיין תוכן.
א שאך שפיל ענדזשויט מען ווען סאיז רוהיג און פיין אן קיין אנדערע פראבלעמען. פארוואס נישט? ווען אנשטאטס טוהן ערנסטע ארבעט שפילט מען שאך, איז אך און ויי.
ובנוגע נישט נעמן ערנסט און ענדזשויען, חלילה לי צו נעמן א שום זאך צו ערנסט.
לעיקוואד.. כ'האב גארנישט געמיינט.
הרב לעיקוואד. אויב past experience זאגט עפעס גלייב איך אז צום סוף גייסטו בלייבן מיט דעם לעצטן ווארט עניוויעס (sorry for my French) איך זאג דאס מיטן מערסטן לשון ניחותא וואס ס׳איז פארהאן.
לאמיר דיר זאגן איר האט נישט אויסגעטראפן דעם קעניג נאקעט סאיז קיינעם דא נישט געווען קיין הו״א יעצט צו גיין באגנב׳נען מענטשן מיטן חשבון אז אויב צוויי עדים קומען פארציילן וועלן זיי טענה׳ען הנ״ל.
סך הכל טאקע להגדיל תורה .... וויפיל מאהל אין ש״ס טרעפן זיך סוגיות בלויז לחדד התלמידים מדארף טאקע לערנען ללמוד ללמד לשמור ולעשות אבער ס׳איז דא בלויז א ללמוד אויך!! און ווערט נישט גערעכנט ווי א פארלוסט,שאך שפיל ווי דו רופסט דאס ..
דרך אגב אויב די געדענקסט נאך פון פרשת תרומה וויאזוי די משכן קוקט אויס לאזטו אויס פרשת ויקהל ? שריי אריין דער קעניג איז נאקעט מ׳האט יעצט נישט לאנג צוריק געלערנט גענוי די זעלבע זאך.אדער אליעזר עבד אברהם פארציילט איבער די זעלבע מעשה מיט א פרישקייט וואס איז אקאורשט יעצט געשטאנען די זעלבע זאך האלטסט נישט אז ס׳איז א שאד די צייט ?
מוח שליט האט געשריבן:
קענען אפשר ראובן און שמעון מזים זיין דן און נפתלי? אז זיי זענען בכלל נישט געווען אין האנקאס דאנקאס ווייל עמנו הייתם. וחוזר חלילה
לויט דיר קומט אויס אז עמיצער וואס זאגט עדות אויף א מעשה וואס דורך דעם גייט דער עד צוריק ווערן זומם און געהרג׳עט ווערן כשר.
האב איך די פאלגענדע שאלות
גייט דאס נישט אריין אין כלל פון אין אדם משים עצמו רשע?
ועוד אויב די גלייבסט אים, ווערט דאך זיין נאמנות און זיין פסול לעדות אלס עד זומם באין כאחד. דאס איז דאך אקסימאראניש ..
moti107מוח שליט האט געשריבן:
קענען אפשר ראובן און שמעון מזים זיין דן און נפתלי? אז זיי זענען בכלל נישט געווען אין האנקאס דאנקאס ווייל עמנו הייתם. וחוזר חלילה
לויט דיר קומט אויס אז עמיצער וואס זאגט עדות אויף א מעשה וואס דורך דעם גייט דער עד צוריק ווערן זומם און געהרג׳עט ווערן כשר.
האב איך די פאלגענדע שאלות
גייט דאס נישט אריין אין כלל פון אין אדם משים עצמו רשע?
ועוד אויב די גלייבסט אים, ווערט דאך זיין נאמנות און זיין פסול לעדות אלס עד זומם באין כאחד. דאס איז דאך אקסימאראניש ..
גוטע נקודות למחשבה טאקע.
א' - איז א מענטש נישט באגלייבט עדות צו זאגען אויף אן עבירה וואס מזימי זוממיו זאלען האבען געטוהן? אלס אין אדם משים עצמו רשע? עס קען זיין אז דאס הייסט נישט קיין דירעקטע הגדה אויף זיך.
ב' - איז נישט דער ענין פון באין כאחד א חידוש? דהיינו חאטש די כוח פון קבלת הגט געשעהט דוקא אויב זי האט שוין א כוח לקבל גיטה, אפ"ה ארבעט עס. איז נישט די פשוטע הבנה אז זי זאל נישט קענען מקבל זיין גיטה, לויט די כראנאלאגישע סדר הדברים? זי האט דאך נאך נישט דעם כוח לקבלה, טא וויאזוי ווערט זי בכוח לקבל גיטה? מען איז מחדש אז ביי באין כאחת קוקט מען נישט אויף זמן. [דאס דארף א גוטע הסבר ואכ"מ]
דא איז די מער פשוטע ציור. מען איז מקבל די עדים ווייל זיי זענען דאך כשר. מען פסקנ'ט אויס מיט'ן פולען כוח פון כשרע עדים. פון דא און ווייטער זאלען די שפענדליך פליען וויאזוי אימער. סתירה'דיג אדער נישט.
אלענפאלס האב איך זייער הנאה פון דיינע נקודות. סיי דיין תירוץ, וואס מיט דיינע חקירות אויף מיין תירוץ מאכט מיך שוין טראכטן אז דיינער איז דוקא די פשוטערע תירוץ. און סיי דיין חומר למחשבה אויף מיין תירוץ. א דאנק.
איך האב איבערגערעדט די נושא מיט מיין ווייב, פארלאזענדיג זיך אויף די שיטות המקילים דא אז דאס איז א שאך שפיל. זי טענה'ט אז מיט די פארשריט פון סייענס וועט אין די עתיד נישט שייך מזים צו זיין באופן אז דו האסט נישט געקענט זיין דא נעכטען אויב היינט ביסטו אזא מרחק אוועק. מען וועט איבעראל קענען אנקומען in no time. קומט אויס אז מען וועט נישט קענען אריינברענגן נייע מענטשען אין די מיקס. עס איז דא א פינייט נאמבער פון גדולים. ממילא פאלט אוועק דיין תירוץ. והדרא קושיא לדוכתא.
וכמאמר הידוע אז חכמת נשים איז בפלך, האט פראקטיש סייענס געווארפען א טעארעטישע פשט'ל איבערן דראנג.
כמובן אז מיין פשט האט זי נישט אפגעוואנדען 😂
מח שליט א דאנק פאר דיינע קאמפלימענטן.
לגבי דיין אשת חבר כחבר׳ס שיינע באמערקונג קען מען זאגן אז ס׳קומען דאך צו כסדר פרישע ערטער און פלאנעטן ווי מ׳קומט אן העכער און העכער ווי מ׳קען אלץ עמנו הייתם׳ען.
לגבי דיין פירכא אויף מיין ערשטע תירוץ פון פאטענציאלע עדים אז סך הכל האב איך צוגעלייגט א גרעסער מספר עדים וואס האט אויך א סוף,קענסטו פונקט אזוי פרעגן אויפן יתר שאת תירוץ. ווייל קטנים ווערן גדולים נאר אנהייב טאג און די קומענדיגע שיפמענט גדולים ווערן הערשט למחר, קומט אויס אז בשעת גמר דין האבן זיך שוין אלע נייע בר מצוה בחורים׳לך פון היינטיגן טאג צאמגעפארט פער צוויי און די לעצטע זענען געבליבן אן א חברותא און ס׳איז געשען א גמר דין מיטן גאנצן טריקל עפעקט.
חוץ אויב מ׳זאגט אז א רגע פאר׳ן גמר דין איז דאך נישט זיכער אז יעצט גייט ווערן א גמר דין ווייל סקען דאך יעדע רגע זיין דילמא חזי טעמא וסתר דינא (שבת ט עמוד ב) קען דאך זיין אז ס׳וועט זיך פארציען אויף מארגן און דאן איז שוין דא א פרישע שיפמענט עדים. (ס׳גרעניצט זיך מיטן באין כאחד לומדות אויך)
השתא דאתית להכא איז שוין פארענפערט דיין פירכא אויף מיין ערשטע תירוץ אז וויבאלד בשעת׳ן דין איז אלץ דא דער שמא ימשך למחר איז די פאטענציאלע נייע גדולים אין לדבר סוף.
ס'קוקט אויס אז דו ביסט גערעכט מיט דעם אין סוף מקום דיינער. איזל ואימלך בדביתהו. 🙂
איך בין נישט קלאר וואס דו ברענגסט אהער די ענין פון דילמא חזי טעמא וסתר דינא. הזמה איז בעיקר נאכ'ן גמר דין, פארן' אויספירן דעם דין. אמת אז פאר'ן גמר דין ווערן זיי אויך מוזם אבער מען טוט נישט דעם כאשר זמם לעשות נאר ווען די הזמה איז געשעהן נאכ'ן גמר דין.
רמב"ם הלכות עדות כ' א'. אין עדים זוממין נהרגין ולא לוקין ולא משלמין, עד שיהיו שניהם ראויין לעדות, ויוזמו שניהם, אחר שנגמר הדין. אבל אם הוזם אחד מהן בלבד, או שהוזמו שניהם קודם גמר דין, או שהוזמו שניהם אחר גמר דין ונמצא אחד מהן קרוב או פסול--אין נענשין: אף על פי שהוזמו, ונפסלו לכל עדות שבתורה.
איך שיהיה פארשטיי איך נישט דיין תירוץ אהן דעם יתר שאת דיינער. נאר מיט דעם יסוד אז עס וואקסן צו עדות יעדן טאג עד עולם, האסטו אוועקגענומען דעם פראבלעם. דאס געשעהט דוקא מכח וואס דו האסט אריינגעווארפען די נקודה פון 'ודי למבין' אז מען קען מזים זיין א עדות אויף א מעשה פון היינט מיט אן עמנו הייתם פון נעקסטע וואך. דאן האסטו געעפענט א טיר פאר נייע בחורים'לך עד אין סוף כמבואר במתק דבריך. אהן דעם קענען די קטנים שנתגדלו נישט אריינרעדן אויף א מעשה שראו בקטנותם. בלייבט מען דאך מיט א מספר מוגבל, ומפטירין כדאתמול.
ס'איז א מורא'דיגע לשון טאקע. וועלכע דף איז עס?
ונבנתה העיר
עז לאנג עז ווי אר אן עי בריסק'ער נאוט איז פשט אז עס איז א דין אזא..., אדאי קען עס זיין געבויעט בשרשו אויף כל מיני סברות - זיי זאלן מורא האבן וכו', אבער מען גייט נישט יעדעס מאל דן זיין מכח די סברא אויף כל מיני טעקניקעל פראבלעמען, היינט איז עס שוין א דין אין די צורת ההגדה פון עדות, אז די הגדה דארף זיין אזא סארט הגדה וואס לאזט זיך מזים זיין.
כעין ווי דו וואלסט פארשטאנען אז אויב איז דער עד א גבר אלם וואס קיינער וועט זיך נישט דערוואגן איהם מזים צו זיין הייסט נישט א עשאי"ל.
שטארק מסתבר דיין נקודה אבער דער 'כעין' וואס דו ברענגסט איז בכלל נישט דומה, דאס איז א פאל וואס קען זיך מאכן, משא"כ בנידדן דידן איז א מציאות וואס איז אייביג אזוי.
מוח שליטקענען אפשר ראובן און שמעון מזים זיין דן און נפתלי? אז זיי זענען נישט בכלל נישט געווען אין האנקאס דאנקאס ווייל עמנו הייתם. וחוזר חלילה.
קודם כל ווייס איך נאכנישט פונקטליך וויאזוי עס איז שייך במציאות אז זיי זאלן קענען בשעת'ן עדות זאגן אויף די עצם הריגה בכל פרטיה ודקדוקיה, אויך קענען אין די זעלבע צייט וויסן אלע דעטאלן וואו דן און נפתלי זענען געווען בשעת מעשה. לאמיר זאגן אז דאס שטימט יא, איז אבער נישט דא קיין פראבלעם פון 'אין אדם משים עצמו רשע' מיט זייער הגדה לטובת דן און נפתלי, היות דורך דעם לייגן זיי זיך צוריק ארויף אויפן באשולדיגונגס באנק? איך קלער אז עס איז נישט קיין פראבלעם היות זייער הגדה לטובת דן און נפתלי לאזט נאר די פריעדיגע עדות שטיין ווי עס איז געווען ארגינעל עס איז נישט קיין פרישע הרשעה וואס געשענט דא, אולי.