☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די שרעקליכע קאפירייט סקאנדאל דאהי אין ק"ש,

די שרעקליכע קאפירייט סקאנדאל דאהי אין ק"ש,

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3658

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:28 pm

· #111222
די שרעקליכע קאפירייט סקאנדאל דאהי אין ק"ש,
אזוי ס'האבען זיך געיאוועט צוויי ניקס ממחנינו אין במרד ובמעל אן די מידענסטע זעלבס שולד געפילען געגאנגען אין קאפירט א צווייטע ניקס אשכול כדי צי מאכען דאס ליצנות, אין צי אויפשפילען א לעג וקלס סומאטוכע,

איז קודם וועלען מיר דאס שרייבען זייערע ניקס לעיני העמים והשרים, כדי אז ס'זאל זיין וכל העם ישמעו ויראו, אין ס'זאלען נישט קומען אנדערע אין נאכמאכען אזאלכע זאווערוכעס אינמיטען א העלען זוממער טאג,

דער ערשטער איז דער אלעמען באקאנטער זר זהב, ער איז געווען דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין אן קיין בושה קאפירט א אשכול מיט ווערטער טוישונגען כדי צי פראדיצירען דאס ליצנות, אין א זעקס מינוט שפעטער איז געקומען קופערניקס אין פראדיצירט א צווייטען אשכול שוין מיט מער טוישונגען אבער מיט הימל שרייענדע לעג וקלס וואס טאר נישט טאלערירט ווערען פאר די וואוילזיין פין די גלאבאלע אונטערנעמונגען,

מיר ריפען אז עס זאל דא אויפגעשטעלט ווערען א טריבונאל ווי די באטרעפענדע צדדים זאלען פארשטעלען זייערע טענות אין טאמער וועלען זיי פארלירען דעם געריכט וועלען זיי באשטראפט ווערען לויט וויזוי די געריכט וועט באשטימען,

וכל הניק'ס ישמעו ויראו,

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:30 pm

· #111224
באקום איך א רעגירונג צוגעשטעלער לויער? איך קען נישט אפארדען איינס

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:33 pm

· #111225
חזקיהו המלך
מיר ריפען אז עס זאל דא אויפגעשטעלט ווערען א טריבונאל ווי די באטרעפענדע צדדים זאלען פארשטעלען זייערע טענות אין טאמער וועלען זיי פארלירען דעם געריכט וועלען זיי באשטראפט ווערען לויט וויזוי די געריכט וועט באשטימען,

וכל הניק'ס ישמעו ויראו,

ווי אזוי קען דער געריכט פסק'נען אזא שווערע מבוכה נאך איידער זיי האבן אפילו פארזיכט די געשמאקע קאטשעניא אן פיש?
קודם געב דעם עולם צו טעיסטן און דערנאך העמיר רעדן.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:44 pm

· #111229
דאס אלעס וועסטע קענען טענה'ן ביים טריבונאל, כ'גלייב נישט אז די ריכטער וועט אננעמען אזאלכע טענות, כ'וואלט דיר געראטען צי אויפנעמען א טיכטיגען לויער, אין צי פליען גילטי, ס'האט נישט קיין זין צי פייטען ווען די שולד איז אזוי אפען לעיני הניק'ס, די מיט זר זהב האבען געמאכט א קאנספיראציע צי פארשפרייטען א שלעכטען שם אויף קאשעניו, אין מיר ריפען פאר אלע קאטשעניו פענס צי פארטיידיגען דעם מאכל אין קומען אין געריכט ארויס ווייזען סאפארט,

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:46 pm

· #111231
אינטערעסאנט אז נחום רעדט נאכנישט פון דעם שרעקליכן סקאנדאל. דאס מאכט נאך קלארער די ראיות אז עס איז א קלארע קאנספיראציע.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:51 pm

· #111235
לויט ווי מען הערט פין אונטער די קוליסען, טוט דער געריכט באהאנדלען צי די עונש זאל זיין אז טאמער ווערען זיי געפינען שולדיג וועט ציגעלייגט ווערען צי זיערע ניק'ס א דיסלייק קנעפעל פאר צוויי וואכען ווי יעדער וואס איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט וועט זיי קענען דיסלייקען,

כ'נעם נישט קיין אחריות אז די אינפארמאציע איז ריכטיג,

יואב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:56 pm

· #111237
As long this newly erupted scandal goes on, I'm committing my self to a harsh strike, I won't eat neither Kochanyoo nor fish, and neither Kuchanyoo with fish nor fish with Kuchanyoo. I'm ready to be one of the juries if Chaskya wants to appoint me. (If it depends on him) *sorry for typing in English, I don't have Yiddish by far on my new phone.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:59 pm

· #111239
אין נאמען פון געריכט ווערן ביידע באשולדיגטע געפינען שולדיג אויף אלע קאונטס פון דעם שוידערליכן סקאנדאל.
אלס עונש באקומען זיי צוגעטיילט 103 יאר צו שרייבן תגובות אויף קאווע שטיבל.
וכל העם ישמעו וייראו און זיי זאלן טון די זעלבע זאך למען יעמדו למשמרת ימים רבים!

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:04 pm

· #111241
נישט דא עפעס א דיסקאונט פאר גוד ביהעווער?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:08 pm

· #111243
ס'לוינט נישט. דער אורטייל איז א סגולה פאר אריכות ימים.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:18 pm

· #111245
שמעקעדיג
אין נאמען פון געריכט ווערן ביידע באשולדיגטע געפינען שולדיג אויף אלע קאונטס פון דעם שוידערליכן סקאנדאל.
אלס עונש באקומען זיי צוגעטיילט 103 יאר צו שרייבן תגובות אויף קאווע שטיבל.
וכל העם ישמעו וייראו און זיי זאלן טון די זעלבע זאך למען יעמדו למשמרת ימים רבים!



נא נא נא, נישט אזוי שנעל, ס'נאך בכלל נישט געווען קיין געריכט,

לויט ווי מען הערט, ווילען זיי נישט פליען גילטי, אין זיי גרייטען זיך צי אויפנעמען א באקאנטע ניק פאר א לויער, כ'וויל נישט ארויס געבען די נאמען ווייל דער באריכט איז נישט קאנפירמד,

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:31 pm

· #111249
איך הער אז איינער וויל יא פליען גליטי נאר זינט די איזרעילי לופט לינעס סטרייק זענען די לופט פעלדער אנגעפילט ס'שווער צו פליען

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:32 pm

· #111250
וואו איז יאסעלע וואסער טרעגער ווען מען דארף אים?

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:37 pm

· #111254
קופערניקוס איז גמטרי' קאהנספיהראציע, דאס מיינט אז די אליינס מאכסט די קאנספיראציע אין נאכדעם זאגסטע אז א צוויטער מאכט עס,

כ'זאג דיר נאכאמאל מאך א פלי - בארגען, ס'אשאד צי דארפען מאכען א געריכט

יואב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:50 pm

· #111260
To be honest, I don't think anyone has violated the copyright law, since King Chaskyha hasn't even posted his recipe. He said he is going to, and also only if folks are looking for that. Nu nu, so did the other ones! Maybe it was inappropriate, but u certainly can't blame him. (Youv if the judge)

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:54 pm

· #111263
יואב
To be honest, I don't think anyone has violated the copyright law, since King Chaskyha hasn't even posted his recipe. He said he is going to, and also only if folks are looking for that. Nu nu, so did the other ones! Maybe it was inappropriate, but u certainly can't blame him. (Youv if the judge)


די רעסעפי איז שוין געלייגט, געב א קוק,

יואב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:59 pm

· #111267
But at the time the scandal has erupted, there wasn't even signs of a recipe, people were eating Kutchana along with fish, as before the revolution, and that's what leads me to say they are innocent. Although I think they should publicly apologize for that

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:06 pm

· #111269
איך מיין אז די סקאנדאל אז יואב האט נישט קיין אידישע קיבארד שטייגט פילפאכיג איבער די סקאנדאל פון די קאנטשעניא/קאפירייט.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 3, 2013 12:16 am

· #111498
[ציטאט אראפגענומען]

?Are you stupid
No
?What's your major
...Uh... Kansas
😂