☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "שוין אנגעקומען": נייע רעסעפי קאטשעניו אן פיש!

"שוין אנגעקומען": נייע רעסעפי קאטשעניו אן פיש!

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3644

חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 1, 2013 8:22 pm

· #110905
"שוין אנגעקומען": נייע רעסעפי קאטשעניו אן פיש!
מיט גאט'ס הילף וויל איך דא ארויף לייגן א נייע רעסעפי וואס כ'האב אויסגעפינען צו מאכען קאטשעניו אן צו נוצען פיש, אין צי דעם ביליג אין זייער געזונט,

קודם ווילעך זעהן צי דער עולם איז נייגעריג דערויף, אין נאכדעם טאמער ס'וועט זיין א פאדערונג דערויף וועל איך זיך אי"ה נעמען די מיה אין עס אראפ שרייבען דא,

------------------------------ ויאכלו ענוים וישבעו ----------------------------

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 8:24 pm

· #110908
ענדערש מאך דעם קעפל איבער רעסיפיס בכלליות. איינער האט שוין געבעטן אמאל פאר א רעסיפי אשכול.

ברעט מענינג » מיטוואך מאי 1, 2013 8:29 pm

· #110911
זר זהב
ענדערש מאך דעם קעפל איבער רעסיפיס בכלליות. איינער האט שוין געבעטן אמאל פאר א רעסיפי אשכול.

ווער?

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 8:33 pm

· #110914
ברעט מענינג
זר זהב
ענדערש מאך דעם קעפל איבער רעסיפיס בכלליות. איינער האט שוין געבעטן אמאל פאר א רעסיפי אשכול.

ווער?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/100691">viewtopic.php?p=100691#p100691</a><!-- l -->

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 9:42 pm

· #110944
ג'עלו (JELLO) אן פלייוואר.

חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 1, 2013 9:50 pm

· #110949
ניין כ'רעד נישט פין קיין געקינצעלטע, געהעריג נאטורליך,

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 10:04 pm

· #110957
קודם זאג וואס קען מען טון מיט קאטשעניו אן פיש? מה טיבו?

חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 1, 2013 10:10 pm

· #110962
שמעקעדיג
קודם זאג וואס קען מען טון מיט קאטשעניו אן פיש? מה טיבו?


מ'מאכט עס גוט ספייסי אין מען עסט עס מיט די חלה אזוי ווי א דיפ, אדער מיט ברויט אין דער וואכען,

Lexus » מיטוואך מאי 1, 2013 10:32 pm

· #110977
That's the recipe? Just a bit spicy water?
Seems to be tasty...

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 11:44 pm

· #111033
מ'לייגט אריין פלארייד?

דזשאסט קידינג, וואס איז די טריק?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:54 am

· #111072
מה ראה געפילטע פיש וינוס? פלארייד של חזקיהו ראה.
קאטשעניו אן (געפילטע) פיש איז איין צרה, פיש אן די וואסער קען דאך נישט בלייבן לעבן!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:56 am

· #111076
כ'האב מורא אז עס וועט האבן אזא טעם ווי פארווע טשיז קעיק און מילכיגע האט-דאגס 😕

משה געציל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:40 am

· #111088
א באנדע בטלנים דא! זה בכה וזה בכה! א איד וויל דא ארויסגעבן א פארצווייגטע געהיימע איינשטיין קאטשעניא געהיימניס, וואס וועט לכל הדיעות רעוואלטירן אין די עולם הזאפטעראציע ווי לאנגיעריגע וויסענשאפטלער וועלען זיך ברעכן דאס קאפ וויאזוי מיר האבן אייביג געלעבט אין א נעטען איזעלאציע, איז אנשטאט דער עולם זאל זיך ארויפכאפן אויף חזקיה און אים נישט ארויסלאזן ווילאנג ער אנטפלעקט דעם געהיימניס, פאנגט מען אן מיט נאר'ישע -וואס איז געשען מיט די בוים- קשיא'לעך?!
נא אוודאי וויל מיר וויסן! ס'טיישט א קלייניגקייט? עסן ראפיגאש מיט קאטשעניא אין א גרינעם דינסטאג?! פארואס זענען מיר דא אויפן עולם השקר, אויב נישט אויף מתקן צו זיין און מפיץ צו זיין די קאטשעניא בכל קצוי תבל עד שיפצו ויתקאטשא החוצה!

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:06 am

· #111095
אונז ווארטען קוים אויף די נייע מאכל לכבוד שבת חזק!!
ביטע ארויסגעבן ווי פריער מען זאל עס קענען צורישען נאך אויף דעי וואך 

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:38 am

· #111164
כפי ידיעתי איז "גאלע רעטע" קאטשעניו אהן פיש.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:44 am

· #111170
חזקיהו געב ארויס די רעסעפי לאמער עס טרייען נאכדעים וועמער זעין וואספארא טעם קאטשעניו האט אן פיש

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:35 am

· #111190
פרענטש וואנילע
כפי ידיעתי איז "גאלע רעטע" קאטשעניו אהן פיש.


יא אבער גאלע איז פליישיג, דאס איז פארווע,

גוט אי"ה היינט וועליך עס ארויף לייגען,

אביגדור » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:43 am

· #111194
כשר?

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:08 pm

· #111212
נאופ - יו גאדט איט ראנג,

כ'רעד פין א הויעך קוואליטעט קאטשעניו, נישט פין פיש גארביטש, אין נאכאמאל ס'האט נישט אין זיך גארנישט קיין פיש פראדוקטען,

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:11 pm

· #111214
נא? עס איז שוין באלד שבת, עס דארף נאך בלייבן צייט עס צוצוגרייטן.

למדן » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:16 pm

· #111218
קענסט נעמען פייק סקין וואס דאס ניצן די נשים צדקניות ממילא צו פארגליווערן די קאטשעניו און מאכן א קאטשעניו דיפ.
די וואס האבן עס ליעב מיט חריין קענען מאכן מאכן חריינעניו (ע"ד חרייענעז)

בעל הבית » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:50 pm

· #111234
אין די פאפא קאאק בוך דפוס ראשון תרע"ג, בחייו פין די רעבעצין פון הרה"ק ויגד יעקב מפאפא ב.פ. זצ"ל, ווערט געבערנגט גאר גאר א שיינע רעסיפי, מיט א שלל מפורשים,

עיין בדף עא ד"ה דג שנטבע בנהר

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:25 pm

· #111247
גוט ס'איז צייט צי ארויס לייגען דעם רעסעפי לעיני הקאווע שטיבל,

באמת ס'איז בעסיקלי איין אינגריגיענט וואס מאכט דאס פאר קאטשעניו, אין די איבריגע איז די ספייסעס צי געבען דעם טעם יעדער לויט זיין געשמאק, כי כן יסד המלך לעשות כרצון איש ואיש,

מען רעדט דא פין א sea weed דאס איז אזאלכע סארט געוויקסען וואס וואקסען אין וואסער, די ספעציפישע sea weed פין וואס די קאטשעניו ווערט געמאכט ריפט זיך Irish Moss , דאס איז א sea weed וואס האט אויך א שטיקעל פיש טעם טאקע פארדעם וואס עס קומט אויך פין וואסער, אין ס'האט דעם אייגענשאפט אז ווען מען קאכט עס אין וואסער באקומט דאס געקעכטס א שטיקל פיש טעם אין עס ווערט פארגליווערד ווען מען לייגט עס אין פרידזשידער,

דא האט איר א בילד פין דעם פלענט

מען קען עס קויפען געטריקענטערהייט דא,


אין מען דארף ניצען זייער ווייניג צי מאכען אסאך קאטשעניו, ס'גייט למשל א אונס פאר א ליטער, ווענד זיך ווי שטארק מען וויל עס מאכען,

ס'גוט עס צי לאזען ווייקען אין וואסער פאר צעהן מינוט פארען קאכען, נאכדעם אוועקגיסען די וואסער אין ניצען נייע וואסער,

נאכען קאכען זופט מען עס אדורעך אין מען לייגט אין פרידשידער, ווען ס'ווערט אפגעקילט האט מען פיינע קאטשעניו !

נאכדעם קען מען צילייגען ספייסעס יעדער וואס ער האט ליב, ווי גארליק, סעדזש, באסיל, שווארצע פעפער, ווייסע פעפער, אין פארשטייט זיך זאלץ, אין אזוי ווייטער יעדער לויט זיין געשמאק,

כי כן יסד המלך לעשות כרצון איש ואיש,

אין צי דעם וויל איך צילייגען וואס א אנערקענטע הערבאליסט Dr. Edward E. Shook שרייבט איבער דעם פלענט,

You will doubtless remember that we
told you that Irish Moss (chondrus crispus) contained the organic
salts of phosphate of potassium, (brain and nerve food) phosphate
of calcium, (bone food) phosphate of magnesium, (found in every
cell in the body) together with chlorides, sulphates, iodides and
bromides, all beautifully balanced in ideal proportions which
could never be equaled by any trituration process man could
invent.

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:27 pm

· #111280
עס דארף א הכשר?
מען קען עס נישט קויפען LOCAL ביי א סאשי באר?

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:31 pm

· #111286
סאשי פיש
עס דארף א הכשר?


כ'ווייס נישט צי ס'דארף, אבער דעי קאמפאני האט עפעס א הכשר,