☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כצאן לטבח? דעם נייעם דור

כצאן לטבח? דעם נייעם דור

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3633
בלאט: 1 2

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 12:14 am

· #110560
כצאן לטבח? דעם נייעם דור
איך קוק זיך ארום אזוי, אויף דעם דור יתום וואס האלט ביי גארנישט (חוץ פון די פאר יודען וואס האלטן נאך יא ביי עפעס, לקיים מה שנאמר עמד ושתלן בכל דור) מען דרייט זיך ארום ווי פערדן נעבעך, מען הייבט נישט אהן צו וויסען פון חובת האדם בעולמו, בעסער געזאגט מען וויל נישט וויסן, עבדא בהפקירא ניחא ליה, מען פראבירט צו דערשטיקן יעדן דבר אמת, לערנען לערענט מען נישט, נאר אביסעל לקיים אני ואפסי, מען דאווענט אויך נישט, נאך אפטיהן כמעט כל עבירות שבתורה טוט ער א טובה און קלאפט זיך סלח לנו, ווייטער מיט דעם לנו פשוט מפני היראה, חסידות מאן דכר שמיה, ביי א טייל איז עס חכמה יונית ודו"ק, און ביי א טייל איז עס מען פרעגט נישט קיין קשיות, און ביי אנדערע איז עס הערינג מיט גאלע אדער גאר קוגעל, און ביי אפאר הנקרא פיינע יודען איז סוף כל סוף די א' ב' פון מוסר ראשית. חכמה של"ה וכו' גארנישט מייט קיין חסידות אהן געשטויסען, נישטא מיט וועם צי רעדען קיין גלייכען ווארט. וואס וועט זיין מיט אונזער קינדער? איז דא א וועג ארויס? וואס קען טוהן בדרך השתדלות לקיים כי לא תשכח מפי זרעו?

בדחן » מיטוואך מאי 1, 2013 12:19 am

· #110563
זייט ל״ג בעומר עפענט זיך יעדן טאג צוויי אזעלכע סארט אשכולות, וואס גייט דא פאר? אזא רוח טהרה האט אונז ר׳ שמען אריינגעשיקט?!

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 12:24 am

· #110567
בדחן
זייט ל״ג בעומר עפענט זיך יעדן טאג צוויי אזעלכע סארט אשכולות, וואס גייט דא פאר? אזא רוח טהרה האט אונז ר׳ שמען אריינגעשיקט?!

ר' שמעון אומר חס ושלום שתשתכח תורה מישראל

בדחן » מיטוואך מאי 1, 2013 12:27 am

· #110570
דא, און דא האט מען די וואך זייער שטארק ארומגערעדט איבער די נושא.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 12:31 am

· #110571
בדחן
דא, און דא האט מען די וואך זייער שטארק ארומגערעדט איבער די נושא.

וואס האבען די קארפען קעפ באשלאסען?

בדחן » מיטוואך מאי 1, 2013 12:35 am

· #110572
בעפאר איך קען דיר איבער געבן זייער געהיימע באשלוס מוז איך קודם מברר זיין, וואס פאר א סארט קאפ האסטו?

דאס איז סודות וואס נאר די וואס האבן צוויי אויגן אין די פראנט פינעם קאפ קען עס ליינען און - מעגליך - פארשטיין.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 12:44 am

· #110576
צו דעם איז נישט געניג די עיני בשר ודגים עס פעלט זיך בעיקר אויס עיני השכל ממילא מצד מידת ענוה קען איך נישט מפרסם זיין ברבים ואתכם הסליחה

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 1, 2013 12:54 am

· #110580
די נייע דור איז ווי ירידה לצורך עליה. ווי א קערל וואס דארף קודם שימלען כדי צי געבן גוטע פירות.
מיט זיי ווערט פארשימלט די פארדארבענע אידשקייט וואס זייער טאטעס האבן פראבירט איינציפליינצען. האפענטליך וועט די נעקסטכ דור ארויסגעבן פרישע משפעים וואס זענין נישט אנגעשטעקט מיט ליגענטס. אזוי וועט בעז''ה זיין ריכטיגע אידשקייט פאר אונזדערע אייניקלעך.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 1:01 am

· #110583
אבער. די פראבלעם איז אז די עיני העדה זענען די ערב רב סתם להכעיס אין זיי פלאנען עוקר מהשורש צי זיין דעם גאנצען כרם בית אבא עס וועט נישט זיין ווי צפלאנצען די פארפאלטע קערלעך

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 1, 2013 10:18 am

· #110660
נו, איז דאך די עצה פשוט, ווער די דער ראש הדור, דער עיני העדה, און היות די האלסט דאך יא ביי עפעס, וועסטו מיט'ן הילף פין השי"ת קענען צוריק אויפשטעלען כלל ישראל לשם ולתפארת.

לאמיתית הענין, ביסטו פין די פירות פין די היינטיגע חינוך, אז אמאהל איז אלעס גוט געוועהן, און "היינט" האלט מען ביי גארנישט וכו', און ממילא דארף מען נישט פאלגען וכו'.

בעריש » מיטוואך מאי 1, 2013 10:40 am

· #110670
לומד
איך קוק זיך ארום אזוי, אויף דעם דור יתום וואס האלט ביי גארנישט (חוץ פון די פאר יודען וואס האלטן נאך יא ביי עפעס, לקיים מה שנאמר עמד ושתלן בכל דור) מען דרייט זיך ארום ווי פערדן נעבעך, מען הייבט נישט אהן צו וויסען פון חובת האדם בעולמו, בעסער געזאגט מען וויל נישט וויסן, עבדא בהפקירא ניחא ליה, מען פראבירט צו דערשטיקן יעדן דבר אמת, לערנען לערענט מען נישט, נאר אביסעל לקיים אני ואפסי, מען דאווענט אויך נישט, נאך אפטיהן כמעט כל עבירות שבתורה טוט ער א טובה און קלאפט זיך סלח לנו, ווייטער מיט דעם לנו פשוט מפני היראה, חסידות מאן דכר שמיה, ביי א טייל איז עס חכמה יונית ודו"ק, און ביי א טייל איז עס מען פרעגט נישט קיין קשיות, און ביי אנדערע איז עס הערינג מיט גאלע אדער גאר קוגעל, און ביי אפאר הנקרא פיינע יודען איז סוף כל סוף די א' ב' פון מוסר ראשית. חכמה של"ה וכו' גארנישט מייט קיין חסידות אהן געשטויסען, נישטא מיט וועם צי רעדען קיין גלייכען ווארט. וואס וועט זיין מיט אונזער קינדער? איז דא א וועג ארויס? וואס קען טוהן בדרך השתדלות לקיים כי לא תשכח מפי זרעו?

אינטערסאנט אז איך זע יא הינדערטער אינגעלייט א ברכה צי מאכן מתמידים ועובדי השם, אפילו די ארבייטער זע איך טאג טעליך נאך א טאג שווערע ארבייט שלעפן און ביהמ"ד לערנען תמידים כסדרן.
און אפילו די שוואכערע וואס כלשונך זענען עבדא בהפקירה האבן א חשק צי האבן קינדער בעסער ווי זיי און סעקרעפייען אסאך פון זייערע הפקירה נאר אז די קינדער זאלן שענער וואקסען.

נישט אז איך זאג אז דער דור היינט ברויך נישט קיין רחמים אבער דער באשעפער איז נאך נישט באנקראט.

בן תמליון » מיטוואך מאי 1, 2013 10:47 am

· #110674
בעריש זאגסט גוט אז דער באשעפער איז נישט באנקראט און איך האב א ראיה דערצו, מדרך העולם איז ווען א געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן, נא אז דער אחד יחיד ומיוחד האלט נאך אפן דאס וועלטל דא איז א סימן עס איז נישט באנקראט.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:21 am

· #110701
בן תמליון
בעריש זאגסט גוט אז דער באשעפער איז נישט באנקראט און איך האב א ראיה דערצו, מדרך העולם איז ווען א געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן, נא אז דער איד יחיד ומיוחד האלט נאך אפן דאס וועלטל דא איז א סימן עס איז נישט באנקראט.

דאס איז בכלל נישט קיין ראיה לעולם איז "מפטירין כדאתמול" איי באנקראט? אויף דעם איז דאך דער צדיק, ראה הקב"ה שהם מועטים עמד ושתלן בכל דור ודור כמ"ש וצדיק "יסוד"עולם
און פארוואס כאפט איר אזוי קעלבענע התפעלות, וויפיל פון די מענטשען ווייסען בכלל וואס זיי טיהען?, דער לערנט ווייל פארואס נישט און דער גייט און כולל ווייל אן ארבייט האט ער נאך נישט געטראפען אדער עס פאסט איהם נישט מפני כבוד עצמו אדער כבוד משפחה, און דער בעה"ב ווייל אזוי האט כ"ק אדמו"ר שליט"א געהייסען, און אויב האט ער נאך א גיטען זכרון געדענקט ער נאך פון חדר אז דער רבי האט געזאגט אז ס'טאר נישט אדרוך גיין א טאג אהן תורה, אבער וואס האט די אלע זאכען מיט קבלת עול מיט אהבת ה', לימוד התורה וכל המצות דארף דאך זיין מתוך אהבה ויראה ולעבדו בכל לבבכם נו נו?

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 1, 2013 11:26 am

· #110708
דער חכימא דיהודא הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל האט אמאל געזאגט א גוט ווארט ווען ער האט געזען וואו דער נייער דור פון די קריג איבערלעבער וואקסט אויף:

יודישקייט וואקסט טאקע און אמעריקא, אפשר נאך גרעסער וואו פאר די קריג, אבער "נאר לארכה ולרחבה, אבער בעומק נישט" בעומק איז יודישקייט און יוראפ געווען מער.

ודפי''ח,

גנדי » מיטוואך מאי 1, 2013 12:27 pm

· #110730
בן תמליון
בעריש זאגסט גוט אז דער באשעפער איז נישט באנקראט און איך האב א ראיה דערצו, מדרך העולם איז ווען א געשעפט גייט באנקראט שפארט מען די טויערן, נא אז דער אחד יחיד ומיוחד האלט נאך אפן דאס וועלטל דא איז א סימן עס איז נישט באנקראט.


Maybe we are in Chapter 11

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 1:54 pm

· #110759
נאך פיל ערגער איז דורינו האומלל פון די פריעדדיגע דורות כימי ש"ץ וימי השכלה וואס דעמאלס האט מען געזען לעיני כל בריש גלי אז זיי ווילען פארפירען כלל ישראל, האט מען זיי טאקע עוקר געווען בתכלית ס'איז נישט געבליבען קיין שריד ופליט, משא"כ כהיום די רבנים מיט די פארענטשעס די ראשי ישיבות מיט די" תערע" וואס זעט אויס א מחיה וואס קען זיין בעסער פון דעם? אויף וועם ליגט די אחריות אויב נישט אויף זיי אויב וועט דער אדמו"ר עפנען זיין פיסק און אויס שפייען די צימעס אדער פיצעי(ווענט זיך וועלכע שבת) און זאגען בהמות טראגט אפ פון דא גייץ ניצט אויס די צייט לערען דאווען איך וועל אייך געבען די התבונות מיט די מהלך דער צי, כמובן קען ער זיכען א צענטען,ממילא וויל ער נישט, תורה דארף מען דאך זאגען (מאן ימר?, "מען טאר נישט פרעגען") הייבט ער אהן מיט תורת לאקשען מיט דרשי פליאות אבי נישט רעדען צים דבר, אויב שטייט יא עפס א חכם אין וועג פארקויפט איהם דער רבי/ראש ישיבה/משפיע/מחנך/מנהל/מלמד /טאטע / ער זעלבסט, "אינטערנעט" מען דארף גיין טאנצען ביים כינס כלל ישראל, נישטא ווער זאל לאכען(וויינען)

הקטן » מיטוואך מאי 1, 2013 5:00 pm

· #110819
למוד, איך הער איך הער.
אבער על מה יצא הקצף now ?

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 5:14 pm

· #110827
אז ס'טוט וויי שרייט מען.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 5:24 pm

· #110831
קאך_לעפל
דער חכימא דיהודא הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל האט אמאל געזאגט א גוט ווארט ווען ער האט געזען וואו דער נייער דור פון די קריג איבערלעבער וואקסט אויף:

יודישקייט וואקסט טאקע און אמעריקא, אפשר נאך גרעסער וואו פאר די קריג, אבער "נאר לארכה ולרחבה, אבער בעומק נישט" בעומק איז יודישקייט און יוראפ געווען מער.

ודפי''ח,

וויפיל אידן אין יוראפ האבן גלערנט מהר"ל ר' צדוק און רמח"ל?
וויפיל האבן גהאט ידיעות אין רמב"ם און אין ספרי קבלה?

הקטן » מיטוואך מאי 1, 2013 5:55 pm

· #110847
וויפיל אידן לעבן היינט מהר"ל, ר' צדוק, און רמח"ל?

איך זאג נישט אז נישט, אבער דאס איז די וועג צו מעסטען

elter-zeide » מיטוואך מאי 1, 2013 8:12 pm

· #110900
איך האב געזען אידן פין פארן קריג, איך בין אופיגעוואקסען באלד נאכן קריג איך האב שוין געזען 5 דורות, אין איך זע אין דעם יעצטיגען דור דאס שענסטע, אמת, דע אפפאל איז זייער נישט גיט, אבער דאס גיטע איז זייער שיין אין גיט, סיי אין יראת שמים אין סיי אין תורה ועבודה אין סיי אין התמדה, מ'דאווענט שענער מ'לערנט בעסער, מ'פארשטייט בעסער וואס מ'לערנט, איך קען זען ווי דע אלע שרייבערס דרייען זיך, ווי מ'דרייט זיך דאס זעט מען, איך בין געווען לעטצטענס אויף א קידוש שבת נאכן דאווענען, אין דארט איז "לומד" גערעכט, נישט צי גלייבן וואס דארט האט זיך געטאן ממש א ווערטץ הויז, אבער געדאוועט האב אין אין א אנדערן ביהמ"ד וואס עס זעט אויס ווי ביים כהן גדול ביי דע עבודה, י

מאטי » מיטוואך מאי 1, 2013 8:36 pm

· #110917
סתם וויינען און קלאגן אז דער דור פאלט! אמאל איז בעסער געווען! הסתרת פנים!! (אדער פאאענים) איז דיפרעסיע/זעלבסט רחמנות/ self pity/ victimization .. אויב קענסטו ברענגען זאכליכע איידיעס צום טיש וויאזוי בעסער צומאכן! דאן קען איך פארשטיין דיין הספד.
סוף כל סוף האט טאקע יעדער א בחירה צו טון ווי ער וויל אבער דער אייבישטער פירט זיין וועלט ווי ס׳שמעקט אים און אז ס׳קוקט אויס אזוי מיינט דאס אז דאס איז יעצט דער תכלית אזוי האט ער געוואלט און אזוי האט געמוזט זיין און ס׳נישט קיין שום סתירה צום בחירה.
קענסט בעטן וידע כל פעול כי אתה פעלתו ביי דיר אין מחזור אבער אבי מספיד זיין כלל ישראל אן קיין תכלית ברענגט קיין שום נוצן.

גימפל » מיטוואך מאי 1, 2013 9:17 pm

· #110929
elter-zeide
איך האב געזען אידן פין פארן קריג, איך בין אופיגעוואקסען באלד נאכן קריג איך האב שוין געזען 5 דורות, אין איך זע אין דעם יעצטיגען דור דאס שענסטע, אמת, דע אפפאל איז זייער נישט גיט, אבער דאס גיטע איז זייער שיין אין גיט, סיי אין יראת שמים אין סיי אין תורה ועבודה אין סיי אין התמדה, מ'דאווענט שענער מ'לערנט בעסער, מ'פארשטייט בעסער וואס מ'לערנט, איך קען זען ווי דע אלע שרייבערס דרייען זיך, ווי מ'דרייט זיך דאס זעט מען, איך בין געווען לעטצטענס אויף א קידוש שבת נאכן דאווענען, אין דארט איז "לומד" גערעכט, נישט צי גלייבן וואס דארט האט זיך געטאן ממש א ווערטץ הויז, אבער געדאוועט האב אין אין א אנדערן ביהמ"ד וואס עס זעט אויס ווי ביים כהן גדול ביי דע עבודה, י


דאס איז טאקע די פארבלעים, די 'געפ' ווערט גרעסער מיט יעדען טאג וואס גייט פארביי, די בעסערע ווערן בעסער און די שוואכערע שוואכער אין די מיטל קלאס שרינקט כסדר און סגייט מער און די ריכטונג פון אראפ ווי אויף ארויף.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 10:19 pm

· #110970
שטותים והבלים. נישט אמאל איז געווען אזוי געוואלדיג נישט היינט איז אזוי שרעקליך אלץ איז מער וייניגער די זעלבע, מיט די אייגענארטיגע תכונות פון יעדער דור און פלאץ. די סארט ויינעריי איז שקר און האט נישט קיין שום תועלת.

ודי למבין » מיטוואך מאי 1, 2013 10:27 pm

· #110975
האט א קלוגע יוד געזאגט: די היינטיגע דור איז נישט ערגער פון אמאל (און די פריעדעריגע דור זענען "טויזענטע טויזענטע" אראפ טאטל פון וועג), עס איז נישט בעסער פון אמאל, עס איז "אנדערש" פון אמאל, ודפח"ח

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 10:39 pm

· #110984
עס שטייט דאך אז די דורות וועלן פאלן, און בעפאר ביאת המשיח וועט מען זיין גאר נידריג... עס ברויך דאך צו זיין אזוי! עס איז נישט קיין שום קשיא פארוואס.

elter-zeide » מיטוואך מאי 1, 2013 10:45 pm

· #110992
א
דאס איז טאקע דער פראבלעם, די 'געפ' ווערט גרעסער מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי, די בעסערע ווערן בעסער און די שוואכערע שוואכער, און די מיטל קלאס שרינקט כסדר און ס'גייט מער אין די ריכטונג פון אראפ ווי אויף ארויף.



איך שרייב וואס איך זע, אמאל און היינט. איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, סתם שרייבן וואס דו שטעלסט דיר פאר מיינט גארנישט, איך שרייב וואס איך האב געזען דאן און וואס איך זעה היינט. דער דור איז היינט אסאך שענער ווי אמאל. איך זע וויאזוי עס זעט אויס אין אמעריקע אין אלע גרויסע אידישע ישובים און אין א"י איז נאך אסאך אסאך שענער, אויך אין לאנדאן איז גאר שיין, איך פארשטיי נישט ווי מ'קען זיין אזוי בלינד אין שרייבען אזוי געמיין אויפן היינטיגען דור.

און נאך א זאך וויל איך דא אויפמערקזאם מאכען, מ'שרייבט אויף רבנים "היינטיגע רבנים" דאס ערגסטע, אזעלכע געמיינע לשונות, וויל איך דערציילען ווי אזוי מ'האט גערעדט תיכף נאכען קריג אויף דעמאלסדיגע רבנים צדיקים, (מ'האט דעמאלטץ אויך זיי אנגערפען "דע היינטיגע רבנים") איך וועל נישט ארויס שרייבען דע לשונות אבער פינקט ווי מ'שרייבט היינט, קיין שום חילק נישט, אויב עס איז געווען א רבי פון אנדערע חסידות האט מען גערעט דאס ארגסטע, איין זאך וואס איז יא גלייך היינט ווי אמאל, איז דע וואס זיי רעדען, זיי זעהען אייניג אויס, די זעלבע סארט מענטשן רעדען נישט קיין חילוק פון וועלעכע חסידות זיי זענען.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:05 pm

· #110997
לעיקוואד
שטותים והבלים. נישט אמאל איז געווען אזוי געוואלדיג .

אבי גערעדט.וויפיל יודען זען בקי בכל ספרי תנ"ך וויפיל ווייסען וואס טיט זיך ווען מען כיפערעט אפ די הפטורה? אויף וויפיל מענטשען קען מען אהן ווייזען אז זיי קענען ששה סדרי משנה? סדר טהרות. אויף ווי סאך מענטשען קען מען זאגען אז זיי קען ש"ס גפ"ת כפשוטו ד' חלקי ש"ע חסידות קבלה תולדות הדורות וכו' משא"כ אמאל זייט מברר איז געווען אין יעדען גרויסען שטאט "צענדליגע צענדילגע אזעלכע יודען, נישט קיין אויסגעריפענע גאונים עכ"פ למחצית. ווער רעדט נאך פון די גדולי ישראל פון אמאל אפי' פונעם לעצטען דור אזוי דער טשעבינער רב, ר' משה פיינשטיין וכו' וואס זיי האבען געקענט כל התורה כולה בעיון ממש בנוסף זייער גדלות בעבדות ה', משא"כ היינט גיי צייל מיט'ן פינגער.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 11:06 pm

· #110999
דו האסט אויך געציילט מיט'ן פינגער. האסט אויסגערעכנט 2 גדולים

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:12 pm

· #111003
לומד
לעיקוואד
שטותים והבלים. נישט אמאל איז געווען אזוי געוואלדיג .

אבי גערעדט.וויפיל יודען זען בקי בכל ספרי תנ"ך וויפיל ווייסען וואס טיט זיך ווען מען כיפערעט אפ די הפטורה? אויף וויפיל מענטשען קען מען אהן ווייזען אז זיי קענען ששה סדרי משנה? סדר טהרות. אויף ווי סאך מענטשען קען מען זאגען אז זיי קען ש"ס גפ"ת כפשוטו ד' חלקי ש"ע חסידות קבלה תולדות הדורות וכו' משא"כ אמאל זייט מברר איז געווען אין יעדען גרויסען שטאט "צענדליגע צענדילגע אזעלכע יודען, נישט קיין אויסגעריפענע גאונים עכ"פ למחצית. ווער רעדט נאך פון די גדולי ישראל פון אמאל אפי' פונעם לעצטען דור אזוי דער טשעבינער רב, ר' משה פיינשטיין וכו' וואס זיי האבען געקענט כל התורה כולה בעיון ממש בנוסף זייער גדלות בעבדות ה', משא"כ היינט גיי צייל מיט'ן פינגער.

שטותים און נאכאמאל שטותים. איך קען היינט צענדליגע כולל יונגעלייט וואס קענען זיך גרינגערהייט פארמעסטן מיט ר' משה פינשטיין דער טשעבינע רב און די אלע אנדערע גאונים דיינע, הן בחריפות והן בבקיאות והן בהתמדה והן בערליכקייט, (ווען זיי ווואלטען ווען נישט אליינס געווען איינגערעדט אין די ירידת הדורות קאנספיראציע וואלטן זיי עס אויך געטוהן בפועל).
און אזוי אויך האב איך מברר געווען אז אין יעדער שטאט אמאל זענען געווען הונדרעטער אדער טויזנטער מטומטמים נארנים בעלי עבירה שקצים סתם ליידיגייער אפיקורסים וכו' וכו'. סו קאט די קרעפ.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:15 pm

· #111005
זר זהב
דו האסט אויך געציילט מיט'ן פינגער. האסט אויסגערעכנט 2 גדולים

כתבתי וכו' אפי' עד מאה ודו"ק

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 11:16 pm

· #111006
לעקוואד - דיין חלק ב' איז ריכטיג. דיין ערשטע פארט סאונד אביסל מוגזם, אדרבה, הוציאם אלינו ונדעה אותם!

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:16 pm

· #111007
שמעקעדיג
עס שטייט דאך אז די דורות וועלן פאלן, און בעפאר ביאת המשיח וועט מען זיין גאר נידריג... עס ברויך דאך צו זיין אזוי! עס איז נישט קיין שום קשיא פארוואס.

עס שטייט נישט. אדרבה ברענג עפעס איין נארמאלער מחייבדיגער מקור פאר אזא מין זאך. איך וייס אויך די צוויי מאמרי חז"ל אם הראשונים כמלאכים וכו'. אבער פון צויי מיט אהאלב מאמרי חז"ל בויט זיך נישט קיין גאנצע וועלט און אוודאי נישט קיין נבואה לדורות אז אייביג מיז שולט זיין עפעס אזא חוק פון ירידת הדורות. פונקט ווי סדא די צויי מיט אהאלב אזעלכע מאמרים איז אויך די צויי מיט אהאלב מאמרים פארקערט וואס מקען פון זיי בויען פונקט די פארקערטע תורה. און מציאות וייזט קלאר אנדערש, אדער אפשר אפילו פארקערט.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 11:19 pm

· #111008
איז נישט דער אמת אז אמאל זענען טאקע געווען מער אמעראצים און ליידאקעס, אבער די גוטע זענען געווען גאר הויעך. היינט זענען רוב אויסערליך גוט מיט שיינע שטריימלעך אבער אינווייניג איז פוסט. און די גוטע זענען מידיאקער קאמפערט צו די אמאליגע.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:20 pm

· #111010
היימישער ליטוואק
לעקוואד - דיין חלק ב' איז ריכטיג. דיין ערשטע פארט סאונד אביסל מוגזם, אדרבה, הוציאם אלינו ונדעה אותם!

אז דו וועסט זיך קודם אפשאקלען פון די מוגזמדיגע הערכה צו פריערדיגע, וואס איז געבויט אויף סיפורי גוזמאות, און וועסט זיין גרייט צו מעריך זיין דער צאנזער רב דער משנה ברורה און דער ווילנער גאון על סמך וואס מזעהט בפועל פון זייערע ספרים וכו' נישט על סמך כל מיני חיובי הערכה מוגזמים וסיפורי נפלאות, ווייז איך דיר אויף יעדער גאון וואס דו קענסט מיר אנצייכענען אין פריערדיגע דורות איינער וואס פארמעסט זיך מיט עם אדער שטייגט עם גאר איבער בדורנו.

מדארף זיי נישט זיכען מיט לעכט, שפאציר נאר אריין אין ספרים געשעפט און קוק זיך ארום די ערנסט ספרים וואס קומען היינט ארויס, און פראביר אובייעקטיביש זיי צוצושטעלן צו פריערדיגע ספרים.

און אז מרעדט וועגן פשוטע יודען, דערמאן איך סתם, איך אליינס האב געהאט צוויי מלמדים וואס מהאט געקענט פארהערן ש"ס מיט א נאדל. דאס איז נישט קיין מעשיות נאר מהאט זיי טאקע פארהערט און זיי האבען געקענט. און דאס איז יודען וואס זענען פשוטע מלמדי תינוקות אין חדר און דרייען זיך אפילו נישט ארום אלץ שיינע יודען.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:23 pm

· #111012
זר זהב
איז נישט דער אמת אז אמאל זענען טאקע געווען מער אמעראצים און ליידאקעס, אבער די גוטע זענען געווען גאר הויעך. היינט זענען רוב אויסערליך גוט מיט שיינע שטריימלעך אבער אינווייניג איז פוסט. און די גוטע זענען מידיאקער קאמפערט צו די אמאליגע.

ניין סאיז נישט אמת.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 11:27 pm

· #111015
איך בין גרייט.
איך ווייס די חלק הגוזמא אויפן גאון און אויפן משנה ברורה. יעצט, זייט אזוי גוט און ברענג מיר דעם היינטיגן ר' משה.
היינטיגע ספרים, זענען: 1. מיט הילף פון קאמפיוטר און ספרי מפתח. 2. מצומצם צו איין איזאלירטע נושא. 3. איז בדרך כלל גרעסער פון דעם מחבר, משא"כ אמאליגע מחברים.

לומד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:34 pm

· #111021
הרב לעקוואד קיקט זיי מוחל אריין אין שו"ת דובב מישרים חלק א' רוב תשובות האט ער געשריבען אהן קיין איין ספר כמו שכתב הוא בעצמו עיי"ש האט איר היינט איינער וואס קען אפ שרייבען כמו ספרי ר' יוסף ענגיל בלויז מיט'ן קאפ אהן די היינטיגע ספרי עזר ומראי מקומות

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:35 pm

· #111022
ר' משה פיינשטיין, במחילה מהדר"ג, רעדט פיל מאל שטותים, ער בויט זיך אויף אזעלכע סברות וואס האבען מיט די מציאות קיין דמיון נישט. דאס קומט טאקע פון דער נישט האבען קיין קאמפיוטער און פראבירען צו זאגען דעות אויף "אלע" נושאים, אויך די וואס מהאט נישט ארויס. די היינטיגע ספרים וואס קאנצענטערירען אויף איין נושא און טוהן עס געהעריג דורך טאקע מיט אלע כלי עזר וכו' רעדן אסאך מער צו דער זאך ווי אלע בענדער דברות ואגרות משה צוזאמען וואס פראבירען צו זאגען דעות אויף כל העולם כולו.

איך זעה נישט מיט וואס א ספר פון איינער וואס טוט דורך גוט א נושא איז גרעסער ווי דער מחבר. קיינער קען נישט פון ארבעל ארויס מברר זיין קיין שום נושא ריכטיג, און ווען מפראבירט עס צו טוהן האט עס אזא פורימדיגע פנים ווי די קוועסטשין ענס ענסער פוו ארגון שיעורי תורה חול המועד, אדער פון ספרים וואס מגיט ארויס מפסקי הרב אלישיב, און אפילו דער ספר וואס איז ארויס לעצטנס אויף ר' משה פיינשטיין בסגנון זה.

ווילסט דווקא א נאמען? איך שיס סתם. ר' זלמן נחמיה גאלדבערגער איז א שטערקערע פוסק ווי ר' משה פיינשטיין.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:37 pm

· #111026
לומד
הרב לעקוואד קיקט זיי מוחל אריין אין שו"ת דובב מישרים חלק א' רוב תשובות האט ער געשריבען אהן קיין איין ספר כמו שכתב הוא בעצמו עיי"ש האט איר היינט איינער וואס קען אפ שרייבען כמו ספרי ר' יוסף ענגיל בלויז מיט'ן קאפ אהן די היינטיגע ספרי עזר ומראי מקומות

קודם האב איך בדעתי הענייה מאד נישט באמערקט עפעס עקסטערע גאונות אין דובב מישרים וואס איז נישטא ביי ר' מלכיאל קוטלער למשל. (כמובן כל אחד לפי דרכו שלא קרב זה אל זה).
צוייטענס היינט איז אויך דא עילויים וואס קענען שרייבען גאנצע מערכות אן קיין קאמפיוטער. נעם למשל ר' יעקב חיים סופר.

אבער איך זעה נישט די גרויס התפעלות פון אזא זאך בכלל, סתם עליושקייט איז א מתנה מן השמים און לדעתי בפועל איינער וואס ניצט נישט די אלע היינטיגע כלים און איז זיך סומך על דעתו וזכרונו אפילו דער גרעסטער עליוי טוט א אומאחריותדיגער זאך.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 11:39 pm

· #111029
ביטע רעפרענס איין מחודש'דיגן פסק פון הגרז"ן

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:43 pm

· #111031
קודם כל איז דוקא דא, און נישט נאר איינס. קוק נאך די קובצים ווי ער שרייבט וועסטו זעהן. איך מוז נישט געדענקן אויף דער מינוט. צווייטענס איז לדעתי דער "חדשנות" פון ר' משה בכלל נישט אזא גרויסער מעלה, און קומט פון א געוויסער שטחיות און נישט זיין באהאווענט מיט אלע פרטי המציאות. וכנ"ל. דו זיכסט פוסקים וואס האבען גאטס אזויווי ר' משה און זענען מחדש כל מיני היתרים אדער חומרות? נעם ר' משה שטרנבוך לצד החומרא, און ר' יובל שרלו לצד הקולא. אבער כנ"ל איז דאס נישט קיין מעלה שכלית נאר אן ענין פון גאטס.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 11:43 pm

· #111032
גאלדבערג נישט גאלבערגער

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7%9C%D7%9E%D7%9F_%D7%A0%D7%97%D7%9E%D7%99%D7%94_%D7%92%D7%95%D7%9C%D7%93%D7%91%D7%A8%D7%92">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7% ... 7%A8%D7%92</a>

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 11:48 pm

· #111034
איך זוך איינער זאל גיין אין א שדה לא זרועה און אהיימברענגן הלכות המבוררות כשמלה - הן לחומרא הן לקולא.
די צוויי נעמען וואס דו האסט דערמאנט זענען כננסים ממש לגבי ר' משה'ס תורה קענטעניס. אמת, זייער חדשנות חלק פאסט אביסל צו.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:51 pm

· #111036
מ'דארף וויסן וויאזוי אינטערצוציפען דעם לעיקוואד, איינמאל מ'האט אים, הייבט זיך גיסן סחורה...
יעלה, געגאנגען ווייטער...

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:57 pm

· #111037
והנני מונה מקצת שבחן של מקצת מגאוני דורנו המפורסמים, והכל סתם מה שאני זוכר על הרגע, ובהשוואה לדורות קודמים.
ר' חיים קנייסבקי געדענקט ש"ס וכל ספרי חז"ל קלארער ווי א שום גדול וואס איך וייס וועגן אפשר ביז'ן ראגעטשאבער אדער דער ווילנער גאון. ר' עובדיה יוסף געדענקט כל התורה כולה און יעדער פארשטיפטע תשובות ספר בעסער ווי אסאך גדולים פון אסאך דורות. ר' יעקב חיים סופר כנ"ל. ר' דב לנדו קען כל התורה כולה ראשונים ואחרונים מיט אלע לומדות קלאר. ר' חיים גריינמאן האט ערנסטע עיונ'שע ספרים אויף גאנץ ש"ס. ר' שלמה פישר איז קלאר מיט אן אייגנארטיגקייט אין רוב מקצועות התורה בהלכה ובאגדה.
ר' משה שפירא זאגט שטערקערע און מערערע מערכות אין השקפה ווי ר' צדוק הכהן. ר' מאטל זילבער'ס דרוש קען זיך גרינגערהייט פארמעסטן מיט'ן זרע קודש און אמרי נועם. ר' יצחק גינזבורג'ס דרוש שטייגט איבער יעדער ספר וואס איך קען. ר' בן ציון ליפשיץ איז א עובד ה' וואס פארמעסט זיך מיט אלעס חסידישע יודען פון אמאל. אזא עקסטרעמער עבודה ווי האדמו"ר מאמשינוב, ר' אליעזר ברלנד, ר' צבי מאיר זילבערבערג, וייס איך נישט אויב סאיז דא אפילו אין די מעשה ביכלאך.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:00 am

· #111039
און נחום ראזנעבערג שטייגט איבער אלע מוסרים פון די מעשה ביכלעך....

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:02 am

· #111040
היימישער ליטוואק
איך זוך איינער זאל גיין אין א שדה לא זרועה און אהיימברענגן הלכות המבוררות כשמלה - הן לחומרא הן לקולא.
די צוויי נעמען וואס דו האסט דערמאנט זענען כננסים ממש לגבי ר' משה'ס תורה קענטעניס. אמת, זייער חדשנות חלק פאסט אביסל צו.

איך באמערק נישט אז ר' משה זאל דאסא טוהן אזוי גוט. אויב שוין רעד פון ר' שלמה זלמן אוירבאך וואס איז לענ"ד דער שטערקסטער פוסק פון דער לעצטער יאר-הונדרעט. ר' משה פינשטיין בד"כ אויף א נייע שאלה ברענגט איין אדער צויי גמרות און סברות און לויט דעם בויט ער אלעס אויס. זיינע תשובות זענען וייט פון אויסגעבויט און גענומען אלע צדדים אין באטראכט. (בשונה מרשז"א שכל המעלות האלו בו). אמת די צויי שהזכרתי קומן נישט נאנט צו ר' משה'ס ידע, איך האב נאר געמיינט ארויסברענגען אז אויב זיכסטו חידושים איז דאס לאו דווקא תלוי אין יידיעת התורה נאר מער אין תכונות הנפש, און איז אמאל אפילו נובע פון צו וייניג ידיעות וד"ל. דוקא למשל ר' עובדיה פארמעסט זיך מיט ר' משה מיט ביידע צוזאמען.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:09 am

· #111046
און לגבי המון עם. די צאל יונגעלייט וואס זיצען און הארעווען על התורה ועל העבודה לשמה אן קיין שום אנדערע ציל אדער מטרה אין לעבן וואס איז דא היינט אין בני ברק אדער אין לעיקוואד ווייס איך נישט אויב סאיז אמאל געווען אין היסטאריע. (על אף החסרונות הרבים שיש בדבר שאכ"מ). די ריבוי שטיבלאך און קבוצות פון עובדים, מבקשי ה', לומדי פנימיות התורה קבלה חסידות מחשבה מוסר, וואס איז דא בדורנו, איז מיר שווער צו טרעפן דוגמתו אין היסטאריע. די ערנסטקייט מיט וואס מנעמט דקדוקי מצוות, הידורים, חומרות, וואס איז היינט א מילתא דפשיטא ביי חלקים נרחבים פון כלל ישראל, איז אויך א פרעצעדענטלאזע זאך. אמת אין אשכולות איבער אכשר דרא לאכט מען אביסעל איבער די תופעות, אבער צו הערן די אויסגעדראשענע סיסמאות וועגן שפלות הדור און ירידת הדורות אז מנעמט דער מציאות אין באטראכט איז פשוט צו לאכען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:12 am

· #111048
מ'קען אפשר צולייגן אז גאנצעטע חלקים פון די תורה ווערן היינט געלערנט 100 מאל מער ווי אמאל, א דאנק שיבת ציון.
כ'מיין נישט די אגדתא גמרא אין כתובות פון ג' שבועות. כ'מיין די אמת'ע הלכות התליות בארץ.

ווער רעדט נאך פון אונזער שפראך, וואס איז היינט אויפגעארבעט אויפן בעסטען פארנעם.
בלאט: 1 2