☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כצאן לטבח? דעם נייעם דור

כצאן לטבח? דעם נייעם דור

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3633
בלאט: 1 2

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:19 am

· #111050
איך וויל מתקן זיין. ר' משה פיינשטיין ליידט נישט אויף "שטחיות" נאר ענדערש אויף "צמצום", וואס איז א גורם ער זאל זאגען אמאל זאכען וואס זעהן אויס שטחי און מנותק פון דער מציאות. איך האב נישט גענוצט דער ריכטיגער ווארט.

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:22 am

· #111052
לכבוד הרב לעיקוואד שליט"א ווען מען וואלט היינט געהאט אן אמת'ע גדול וואלט נישט אויסגעפעלט די גאנצע טראסק פון כינוס כלל ישראל דער גדול וואלט מברר געווען דברים ברורים צי איז עס אסור כחזיר ולא נחשדו ישראל קיינער וואלט נישט געהאט קיין אינטערנעט איר מעגט זיין זיכער אין דעם, אדער וואלט ער גאר מברר געווען אז עס איז גאר א חיוב גמור א חוב קדוש אז יעדער זאל עס האבען ביי זיך אין טאש. אזא פנים האט א דור מיט זיינע גדולים שוין כמעט 20 יאר און מען קריכט נישט ארויס מיט דעם.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:24 am

· #111053
איי דיסאגריע, קיינער וואלט נישט געהאט אינטערנעט? און מ'וואלט געצויגן פרנסה פון שטריקן דאליס? דאס וואס מ'האט געקענט ארויסזעהן די טעלעוויזשאן איז נאר ווייל ס'האט מיט פרנסה נישט געהאט שייכות

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:30 am

· #111054
לומד
לכבוד הרב לעיקוואד שליט"א ווען מען וואלט היינט געהאט אן אמת'ע גדול וואלט נישט אויסגעפעלט די גאנצע טראסק פון כינוס כלל ישראל דער גדול וואלט מברר געווען דברים ברורים צי איז עס אסור כחזיר ולא נחשדו ישראל קיינער וואלט נישט געהאט קיין אינטערנעט איר מעגט זיין זיכער אין דעם, אדער וואלט ער גאר מברר געווען אז עס איז גאר א חיוב גמור א חוב קדוש אז יעדער זאל עס האבען ביי זיך אין טאש. אזא פנים האט א דור מיט זיינע גדולים שוין כמעט 20 יאר און מען קריכט נישט ארויס מיט דעם.

איך פארשטיי נישט, יש נביא בישראל, סארי, יש גדול בישראל ושמו הרב לעיקווד שליט"א און ער איז צוגעקומען צו א פשוטער און קלארער מסקנה אז אינטערנעט איז נישט אסור און נישט קיין חיוב, סאיז פשוט נייטראל, פונקט אזויווי א טויסטער אווען. והסכים לו משנהו בב"ד שע"י קאווע שטיבל יאנקל. דאס איז די בירור היותר גמור ע"פ דעת תורה וע"פ שכל ולא יחלוק על זה אלא מי שאין לו מח בקדקדו. מילא איז נישטא וואס צו קריכען און צו טוהן. כלל ישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם און טראץ די פילע נארישע אסיפות מערכות און חרמות פירט זיך טאקע אזוי כדעת מאורי הדור שליט"א אז עס איז פשוט א כלי וואס איז גראדע גאר שימושי און מפראבירט עס צו ניצען לטוב, אזויווי מיט טויסטער אווענ'ס.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:31 am

· #111055
לומד
לכבוד הרב לעיקוואד שליט"א ווען מען וואלט היינט געהאט אן אמת'ע גדול וואלט נישט אויסגעפעלט די גאנצע טראסק פון כינוס כלל ישראל דער גדול וואלט מברר געווען דברים ברורים צי איז עס אסור כחזיר ולא נחשדו ישראל קיינער וואלט נישט געהאט קיין אינטערנעט איר מעגט זיין זיכער אין דעם, אדער וואלט ער גאר מברר געווען אז עס איז גאר א חיוב גמור א חוב קדוש אז יעדער זאל עס האבען ביי זיך אין טאש. אזא פנים האט א דור מיט זיינע גדולים שוין כמעט 20 יאר און מען קריכט נישט ארויס מיט דעם.

דו האלטס אז בשעתם זענען גדולי ישראל געווען מער ארויפגעקוקט ווי הרב וואזנער בשעתינו?

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:37 am

· #111059
פון ווי האט ער עס מברר געווען? אלץ וואס איז עס אסור? דאורייתא? יהרוג ואל יעבור אדער לפנים משורת הדין? און פון וואו ווייסט איר אז הרב וואזנער האט מברר געווען, סך הכל פון א האק אפ. איך הער.

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:40 am

· #111061
הרב לעיקוואד איך ווייס נישט צי הרב קטלער האלט אז עס איז אזוי א טויסטער ער איז דאך געווען ביים כינוס.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:43 am

· #111062
איז געדרינגען פון דעם אז ר' מלכיאל קאטלער'ס ניק איז נישט לעיקוואד.

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:45 am

· #111063
אבער ס'איז נאך אלץ שווער, תורה היא וללמוד אני צריך

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:47 am

· #111064
וואס איז דיר שווער?

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:49 am

· #111067
ר' מלכיאל איז א גדול צי נישט?

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:52 am

· #111071
מיינסט צו פרעגן וועגן די מח שבקדקו? זייט ווען איז מח בקדקד א תנאי צו זיין א גדול?

דער עיקר תירוץ אויף דיין קשיא איז פשוט, אז דו ביסט טאקע א לומד קוק גוט וואס איך האב פריער געשריבען רעכן איבער די סוגיא וועסטו זעהן שאין שום סתירה בדבר.

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:55 am

· #111074
אפשר פארענפערט איר בקיצור ממש, איך זאל כאטש קענען שלאפן רואיג

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:52 am

· #111090
לעיקוואד איך האב געליינט דיין שיטה לגבי פריערדיגע דורות קעגן די היינטיגע דו מאכסט אסאך סענס איך האב מיר אלע מאהל געוואונדערט פארוואס פונקט אין מיין דור האט זיך די געים געענדיגט, ממש היינט איז שוין נישט דא גארנישט!! אמאהל ממש נישט לאנג צוריק אה! אמאהל איז געווען וואס רעדסטו.
אבער פארט האב איך עטליכע פראגן

איז געווען אמאל א מושג פון רוח הקודש?

איז געווען אמאל א מושג פון גילוי אליהו?

איז געווען אמאל אן ענין אז צדיקים האבן מתקן געווען נשמות פון יענע וועלט ?

היינט ווייס איך זיכער אז ס׳איז נישטא!

און אויף דיין אפשאצונג אז דורות לאו דוקא פאלן לאזט זיך פרעגן איז דאס דען אזוי? משה יהושע זקנים נביאים אנשי כנסת הגדולה תנאים אמוראים ראשונים, רינגס א בעל?
אפילו און די גוישע וועלט ביזט מודה אז זשארזש וואשינגטאן וחבירו זענען געווען טיפערע דענקער ווי ראנאלד רעיגן. און דער לעצטער קאמפעירד צו אבאמא.

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:06 am

· #111094
moti107

איז געווען אמאל א מושג פון רוח הקודש?

איז געווען אמאל א מושג פון גילוי אליהו?

איז געווען אמאל אן ענין אז צדיקים האבן מתקן געווען נשמות פון יענע וועלט ?

עד כאן."מוחה" "מוחה" ודע מה שתשיב וכו' א קיש אין וכו'

מאטי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:18 am

· #111098
איך פרעג ווייל איך בין קאנווינסד אז יא!! לאפוקי לעיקוואד. וואס שרייסטו מיר אן ווי א נער! דו האלטסט אז היינט איז אויך דא די זאכן?

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:34 am

· #111104
moti107
איך פרעג ווייל איך בין קאנווינסד אז יא!! לאפוקי לעיקוואד. וואס שרייסטו מיך א ווי א נער! דו האלטסט אז היינט איז אויך דא די זאכן?

חטאתי זעט זיך אויס אז כ'בין א שוואכע למדן איך זאל עס אויסמעקען?

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:52 am

· #111107
לעיקוואד
איז געדרינגען פון דעם אז ר' מלכיאל קאטלער'ס ניק איז נישט לעיקוואד.


כ׳שטוין פון די ווערטער אויסטויש....חחח

קול דודי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 4:28 am

· #111109
האט א קליגער יוד אמאל געזאגט: אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה, כי לא מחכמה שאלת על זה.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:04 am

· #111148
@מוטי
דו ווילסט וויסען צו איך קלער אז אמאל איז געווען אזעלכע זאכען אדער צו איך קלער אז היינט איז אויך דא אזעלכע זאכען?

וויבאלד סרעדט זיך דא פון מיסטיששע רוחניותדיגע ענינים וואס איז זייער שווער מוכיח צו זיין, אז דער בעש"ט האט פארציילט אז ער זעהט נשמות וכו', איז האסטו א ברירה יא צו גלייבען אדער נישט צו גלייבען. דו האסט בוחר געווען יא צו גלייבען אין די פריערדיגע ואוס פארציילען אזעכלע מעשיות און נישט אין די היינטיגע. דאס איז אבער א החלטה פון אמונה, בפועל איז דא היינט פונקט ווי אמאל צדיקים וואס זאגען אז זיי זענען מתקן נשמות וכו' וכו'. א חלק וואס איך קען פרעזענליך. ממעג זיך ספקנען אויב איז עס אמת אדער דמיון, אבער פונקט די זעלבע ספקות איז דא אויף די פריערדיגע. די פאקטן וואס מקען זעהן זענען אייניג היינט און אמאל, לגבי גלייבן זאל יעדער גלייבען וואס ער וויל.


לגבי משה רבינו תנאים ואמוראים שלשלת מסורת התורה אונזער הערכה צו זיי איז לאו דווקא ווייל זייז זענען געווען גרעסערע מענטשען ווי אונז נאר וויבאלד זיי געבן אונז איבער דער מסורת התורה. אחוץ דער ענין פון אמונה בנבואת משה שהיה אב לנביאים וכו', אבער דאס האט נישט צוטונן מיט ירידת הדורות נאר מיט דער ענין מיוחד פון נבואת ותורת משה.

איך האב אויך א הערכה צו דזארדזש וואשינגטאן וחבריו, ווייל איך האב געליינט אמעריקאנער היסטארי וואס מאכט זיי פאר גרויסע גיבורים. בפועל אבער איז דא אסאך שמוץ צו פארציילען אויף זיי, פרעג זיך נאר נאך וועגן בען פרענקלין'ס ממזרים למשל, און פארשטייט זיך רוב וואס איז געווען צווישען זיי איז געווען ריין פאליטיק כאז כן היום. ספעלט נישט היינט קיין גרויסע מענטשען אין די גויישע וועלט, וואס פארמעסטן זיך בקלות בחכמה ובמעשים מיט אלע פריערדיגע. לאוו דווקא אז זיי טוהן אין פאליטיק, אבער דאס האט שוין פאליטישע סיבות.

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:26 am

· #111160
זר זהב
איי דיסאגריע, קיינער וואלט נישט געהאט אינטערנעט? און מ'וואלט געצויגן פרנסה פון שטריקן דאליס? דאס וואס מ'האט געקענט ארויסזעהן די טעלעוויזשאן איז נאר ווייל ס'האט מיט פרנסה נישט געהאט שייכות

איר קענט יודען יראי ה' וואס זענען מלוה ברבית אדער ציען פרנסה דרוך איסורי הנאה, אדער באיזהו אופן וואס איז אסור עפי' דת תורה?

לומד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:32 pm

· #111345
מענין לענין כו' כ'האב אמאל געהערט דערציילען אז מען האט געפרעגט הגאון ר' מנחם זעמבא זצ"ל ווי אזוי איז ער מגדיר די גאונות פון הגאון האדיר גאון הגאונים שר התורה כל רז לא אניס ליה הרבה דורות לא קם כמוהו רבינו הראגאטשאבער זצ"ל, ס'איז דאך דא גאוני אדורים בזמנינו אזוי ווי הגאון ר' יוסף ענגיל זצ"ל ר' חיים עוזר זצ"ל ועוד מיט וואס איז ער מיוחד מיט זיין גאונות?, האט ער גענפערט לאמיר זאגען אז מען וואלט צוזאמען גענימען צען תלמידי חכמים און זיי זאלען אדרוך לערנען אינאיינעם בחברותה נאר די ערשטע משנה פון ב"מ שנים אוחזין בטלית בעיון גדול פאר א וואך צייט און מען זאל זיך שטעלען אויף יעדען מינדענסטן דיוק למשל פארוואס שנים און נישט שלשה וכדו' אוחזין און נישט תופסין טלית פארוואס נישט בגד וכדו' מיט אלע לומדות ופשעטליך וועלען זיי דערנאך זיכער ארויס קומען מיט א משונה'דיגע קלאר קייט כנתינתן מסיני, אזוי מיט אזא קלארקייט האט די ראגאטשאבער געקענט "כל התורה כולה".
ס'איז א גוטע מעשה!!!

מחשבה » פרייטאג מאי 3, 2013 12:58 am

· #111513
לעיקוואד
והנני מונה מקצת שבחן של מקצת מגאוני דורנו המפורסמים, והכל סתם מה שאני זוכר על הרגע, ובהשוואה לדורות קודמים.
ר' חיים קנייסבקי געדענקט ש"ס וכל ספרי חז"ל קלארער ווי א שום גדול וואס איך וייס וועגן אפשר ביז'ן ראגעטשאבער אדער דער ווילנער גאון. ר' עובדיה יוסף געדענקט כל התורה כולה און יעדער פארשטיפטע תשובות ספר בעסער ווי אסאך גדולים פון אסאך דורות. ר' יעקב חיים סופר כנ"ל. ר' דב לנדו קען כל התורה כולה ראשונים ואחרונים מיט אלע לומדות קלאר. ר' חיים גריינמאן האט ערנסטע עיונ'שע ספרים אויף גאנץ ש"ס. ר' שלמה פישר איז קלאר מיט אן אייגנארטיגקייט אין רוב מקצועות התורה בהלכה ובאגדה.
ר' משה שפירא זאגט שטערקערע און מערערע מערכות אין השקפה ווי ר' צדוק הכהן. ר' מאטל זילבער'ס דרוש קען זיך גרינגערהייט פארמעסטן מיט'ן זרע קודש און אמרי נועם. ר' יצחק גינזבורג'ס דרוש שטייגט איבער יעדער ספר וואס איך קען. ר' בן ציון ליפשיץ איז א עובד ה' וואס פארמעסט זיך מיט אלעס חסידישע יודען פון אמאל. אזא עקסטרעמער עבודה ווי האדמו"ר מאמשינוב, ר' אליעזר ברלנד, ר' צבי מאיר זילבערבערג, וייס איך נישט אויב סאיז דא אפילו אין די מעשה ביכלאך.

אייזען. א מחיה 1000 לייקס!!
אבער לענ"ד איז געניג הגאון הצדיק רבי בן ציון ליפשיץ שליט"א איך מיין אז אזא יוד קען זיך טאקע פארמעסטן מיט גאונות אין עבדות ה'. ישר כח פארן קלאר ארויס ברענגען דער ענין, אין ארויס האקען דעם מצומצם'דגע מהלך.
בלאט: 1 2