באסטאן מאראטאן אויפרייסן 128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3475
באסטאן מאראטאן אויפרייסן
צוויי אויפרייסן זענען פארגעקומען ביי די באסטאן מאראטאן ענד-ליניע. ס'איז נישט קלאר וואס אדער ווער ס'האט דאס פאראורזאכט. פארוואונדערטע ווערן אוועקגעפירט.
באריכטן אז מען האט געבלאקט אלע סעלפאן סיגנאלן אז מען זאל נישט קענען אויפרייסן מער באמבעס.
פרישע אויפריס מען האלט שוין בא 12 טויטע
וואו איז דאס? עפעס א סעפעציעלע ארט?
האלט שוין ביי 3 טויטע
Motive?
די באסטאן מאראטאן היי יאר איז געווידעמט און אנדעק פון די נאטיואן שולע שיסעריי.
ביי די באסטאן אויפרייס איז שוין דא 2 טויטע אין 23 פארוואנדעטע, די רויעך ארויף געגאנגען 50 פיס,עס איז דארט געפונען געווארן נאך צוויי אופרייס מאטריאל די פאליציי האט זיי גלייך אומשעדליך געמאכט, פון וואשינגטאן די.סי. קומט אריין די נייעס אז די סיקרעט סירוויס האט פארשפארט די גאס אין פארנט פין די ווייסע הויז פאר פיסגגייער אין די סעקיוריטי דארט איז אויף א הויכע שטאפל, די ווייסע הויז געבט איבער אז אבאמא האט געהייסן זיין אדמענעסטראציע צושטעלן וואספארא הילף עס איז שייך, די ניו יארק פאליס דאפארטמענט האט געלייגט שטארקע סעקיוריטי ביי די לענדמארקס אין מאנהעטן ביז ווען זיי וועלן וויסן וואס דא איז געשען,
ווער עס געדענקט איז די מאראטאן דאהי אין ניו יארק געווארן אפגערופן וועגן סענדי על אפו וחמתו פון בלומבערג. ווער ווייסט אויב די פלענער האבן זיך געטוישט פון ניו יארק צו באסטאן אלס א רעזולטאט.
ביי די לייברערי איז נישט געווען קיין באמבע. ס'איז געווען א פייער אין א מעקעניקעל צימער. נישט פארבינדן. די פאליציי שעף אין זיין פרעסע קאנפערענץ האט געהאט רויע אומקלארע אינפארמאציע.
די פרעזידענט ווערט אינפארמירט איבער די אטאקע
קרעדיט knowledge אייוועלט
Investigators have a suspect — a Saudi Arabian national — in the horrific Boston Marathon bombings, The Post has learned
הערשל קלאר ווערט אויסגעפרעגט דורך די עפ.בי.איי. צו ער האט עפעס געוויסט פארדעים, ווייל ער ווארענט אייביג נישט צו זיין לעבן די מערעטאן'ס
די חב"ד שליח איז ברוך השם נישט געשעדיגט געווארן
וואס קלערסטו - ווער האט דאס אנגעווערטשאפט? אל-קאידעניקעס? ווייסע עקטרעמיסטן? פשוט'ע צולאזטע אראבער? די סי. איי. עי.? אבאמא אליינס? אבאמא ליב-האבער? אבאמא פיינט-האבער? וואס האלטן די קאווע טרינקער?
למעשה איז די אויפרייס ביי JFK יא געווען פארבינדן און דערווייל מיין איך האט מען נישט קיין סוספעקט
לייוו
<a class="postlink" href="http://boston.cbslocal.com/live-video/">http://boston.cbslocal.com/live-video/</a>
סעוועדזש סאונט יעצט פונקט ווי א טאג נאך 911
לעמיל די פרעזידענט ווערט אינפארמירט איבער די אטאקע
קרעדיט knowledge אייוועלט
די ערשטע רעאקציע פונעם נשיא
VIDEO
פריער, 11:30 האט ער נאכאמאל גערעדט אבער אן קיין חדשות
בילד פון נעכטן
📎 539711_515354778501856_116634307_n.jpg
וואס איז פשט אז קיינער נעמט נישט קיין אחריות (קרעדיט) אויף דעם?
פריער צי שפעטער, גייט מען וויסען ווער עס איז געשטאנען אינטער דעם, טא, פארוואס דארף ער דיר העלפען יעצט מיט די אינוועסטיגעשאן. ואת"ל אז די group איז נאך נישט פערטיג מיט זייער ארבעט אין האפען פאר נאך מעגליכקייטען
קיינער טוט דאך דאס נישט לשם מצוה, זיי טוען עס דאך פאר א תכלית מ' זאך וויסן פון זייערע מעשים טובים און וויסן וואס זיי זענען קעיפעיבל, אז די פאראנטווארטליכע נעמען נישט קיין פאראנטווארליכקייט קען דאך יעדער נעמען קרעדיט פאר דעם.
עס איז סך א גרעסערע מעסעזש נאך 15 באמבעס, און הינדערטער טויטע, ווי נאך 1 (אדער צוויי) באמבע מיט 3 טויטע. #השם ישמרנו
למדן וואס איז פשט אז קיינער נעמט נישט קיין אחריות (קרעדיט) אויף דעם?
אפשר, אמאל האבן זיי עס געטוהן
שלא לשמה - פאר אביסל כבוד.
היינט טוען זיי דאס שוין
לשמה , אזא
נתנדב ע"י הרוצה בעילום שמו שליט"א ...
<a class="postlink" href="http://www.reddit.com/r/inthenews/comments/1chphe/boston_marathon_explosion_live_update_thread_8/c9gm9kv?context=3">http://www.reddit.com/r/inthenews/comme ... ?context=3</a> דראדז צייכענט אהער. עס איז פלאי פלאים, ווי געוועהנליכע מענטשען האבען מער בילדער און אינפארמאציע פין דער עף בי איי. עס איז דא דארט אויף רעדאיט, אן עף בי איי מענטש וואס האלט מיט. עס זעהט אויס ווי דער מענטשען אליין, האבען געפאקט א סאספעקט.
הער איך אז מ'האט איינעם ארעסטירט!
שעפטל הער איך אז מ'האט איינעם ארעסטירט!
א באסטן
צייטונג שפאקעלירט נאך...
DEVELOPING: Investigators have arrested a suspect in the Boston Marathon bombing after reviewing photos and video from Monday's event, a federal source confirmed to FoxNews.com. The suspect, who is expected to appear in federal court in Boston later today, has not yet been named by authorities. He was seen on surveillance footage that showed a young man carrying – and perhaps dropping – a black bag at the second bombing scene at the finish line of Monday's race, where two bombs exploded, killing three and injuring 176. The camera at a Boylston Street Lord & Taylor directly across the street from one of the blasts, has given investigators clear video of the area, according to the unnamed official. Read more: <a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/us/2013/04/17/fbi-boston-police-say-range-suspects-motives-remains-wide-open/#ixzz2QkM87FOh">http://www.foxnews.com/us/2013/04/17/fb ... z2QkM87FOh</a>
וואס איז מיט די מעכטייגע אמעריקא כהאב געמיינט אז זיי זענען שטארקער
די עף בי איי גייט יעצט ווייזן א ווידיא פון די סוספעקטעט טערעריסט ביי א פרעס קאנפרענץ
ס'גייט זיך אנהייבן אין בערך א מינוט
מיטצוהאלטן לייוו:
FBI Pree Conference on Boston Terror Bombing אהגעהויבן!
שעפטל אופדעיט וואס זיי ווייזען זאגען
זיי ווייזן יעצט צוויי בילדער פון צוויי מענטשן. ביידע פארדעכטיגט
און איינער ווייזט דארט פאר די טויבע צוזעהער
שעפטל זיי ווייזן יעצט צוויי בילדער פון צוויי מענטשן. ביידע פארדעכטיגט
דא קען מען זעהן די בילדער
FBI.gov און נאכן נעמען אפאר אומפארענטפערטע שאלות איז די קאנפרענץ געשלאסן. מ'בעטן מיר נאכאמאל פונעם גאנצן עולם דא: ווער ס'האט סיי וועלעכע אינפערמאציע איבער די פארדעכטיגטע זאל זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן. ולמצוה גדולה יחשב
די עפ בי איי קען נאר צושטעלן אזעלכע קלארע פיקטשערס וואס זי באקומט פון די סוירוועילענס קעמראס.
דאס איז אין מיינע אויגן די קלארסטע בילד
📎 image.jpg
שעפטל און נאכן נעמען אפאר אומפארענטפערטע שאלות איז די קאנפרענץ געשלאסן. מ'בעטן מיר נאכאמאל פונעם גאנצן עולם דא: ווער ס'האט סיי וועלעכע אינפערמאציע איבער די פארדעכטיגטע זאל זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן. ולמצוה גדולה יחשב
וואס איז מיט מסירה?
איבערגעבן פאר א קארופטירטע יוסטיץ סיסטעם?
גנדי, סאיז א גוי, וואס פארשטייסטו נישט. דיין ברידערס שוואגער קען עם דען, ער זאל קענען מעיד זיין א סאיז קען נישט זיין אמת?
גנדי שעפטל און נאכן נעמען אפאר אומפארענטפערטע שאלות איז די קאנפרענץ געשלאסן. מ'בעטן מיר נאכאמאל פונעם גאנצן עולם דא: ווער ס'האט סיי וועלעכע אינפערמאציע איבער די פארדעכטיגטע זאל זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן. ולמצוה גדולה יחשב
וואס איז מיט מסירה?
איבערגעבן פאר א קארופטירטע יוסטיץ סיסטעם?
זארגט נישט. איר קענט זיין זיכער ווען מען חאפט זיי וועלן זיי נישט באקומען קיין הונדערט און דריי יאר ווי נחמיה וו"ב הי"ד.
שעם אן יו עף בי איי. מ'האלט שוין אזוי לאנג דערנאך און גארנישט?? איר דארפט מיין הילף? פארדעם צאל איך טעקס?
די עפ בי איי איז נאר גוט אין אויפדעקן עפעס וואס זיי אליין שטעלן אונטער...
לעמיל הערשל קלאר ווערט אויסגעפרעגט דורך די עפ.בי.איי. צו ער האט עפעס געוויסט פארדעים, ווייל ער ווארענט אייביג נישט צו זיין לעבן די מערעטאן'ס
ניין. ס'האט זיך געעפנט א אומ'צניעות'דיגע קליידער געשעפט אין באסטאן. האט מען מוחה געווען. נאר א ביסל שארף.