☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » באסטאן מאראטאן אויפרייסן

באסטאן מאראטאן אויפרייסן

128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3475
בלאט: 1 2 3

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 21, 2013 12:58 am

· #106973
זר, לינק ביטע...

און אויב אזוי האבן די טעראריסטן טאקע גארנישט אויפגעטון...טשעטשניע בלייבט ווייטער אונטער רוסישע אקופטציע, די טיעסעי וועט ווייטער האבן שווערע ארבייט צו פעטן דאון אלע דאוניס, און אין עפענטליכע צוזאמקומפטן איז פארבאטן פאר די באטייליגטע א רוק זאק מיט א פלעשל וואסער און באטל ליפסטיק. וואו האלט מיר?

ניו יארק » זונטאג אפריל 21, 2013 11:29 am

· #107082
📎 4-21-2013 11-24-10 AM.jpg
http://www.cnn.com/interactive/2013/04/ ... ror-attack

טעפל » זונטאג אפריל 21, 2013 12:27 pm

· #107126
אינטערעסאנט אז מ'האט געדארפט זוכען איהם צוויי טעג..

shem-tov » זונטאג אפריל 21, 2013 12:34 pm

· #107133
ס'ווערט אנגערופן "באהאלטן

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג אפריל 21, 2013 12:42 pm

· #107142
טעפל
אינטערעסאנט אז מ'האט געדארפט זוכען איהם צוויי טעג..

פארוואס איז עס אינטערסאנט? פונקט פארקערט, עס איז אינטערסאנט אז מען האט אזוי שנעל אידענטיפיצירט די טערראיסטען. עס איז אינטערסאנט אז זיי האבען זיך נישט אפגעטראגען צו א גאנץ אנדערע סטעיט.
פרייטיג איינס אזייגער פארטאגס איז ווען מען האט געהאט א קלארע פערימיטער וואס מען דארף דורכנישטערען. פארשטיי אז קיינער וויל נישט אריינגיין אין יעדען בעיסמענט אדער שיפל. די פאליציי אפיצירען האבען אויך ליב זייער לעבן. א מענטש מיט א סואסייד בעלט איז זייער שווער צו זיכען אויב זיצט ער איינזאם אין א שיפל, און גייט אויס פון זיינע וואונדען.

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 2:46 pm

· #107228
העליקאפטער פוטעדזש פון העכערן שיף

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 21, 2013 3:19 pm

· #107253
וואס איז די טראק מיט וואס זיי הייבן אויף די דעקל?
די שווארצע זאכן וואס פליען איז וואס דער מערדער שיסט אדער די פאליס?

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 3:21 pm

· #107255
דאס איז דער ראבאט. ביידע זייטן האבן געשאסן

בעל הבית » זונטאג אפריל 21, 2013 3:39 pm

· #107272
זר וואס זאגסטו אויף דעם פעטער. ער זאגט ממש דברים היוצים מין הלב

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 4:38 pm

· #107307
די עפ בי איי האט קאטעגאריש אפגעלייקענט אן אויסזעהנדע באריכט אז די באסטאן טעראריסטן האבן געהאט סיי וואספארא שייכות מיט די מזוזה ברענערייען אין וויליאמסבורג

http://www.jdn.co.il/news/212540

דולה ומשקה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:05 pm

· #107392
משפחה שרייט 'קאנספיראציע'. יש דברים בגו?

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:42 pm

· #107967
די הויז צו הויז זוכערייען אין וואטערטאון--- טעריפייאינג

טעפל » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:15 pm

· #108127
זר זהב
די הויז צו הויז זוכערייען אין וואטערטאון--- טעריפייאינג

איינע פון די קאמענטס דארט:
Heil Hitler. Are you hiding any Jews in your house. We are coming in to check no matter if you like it or not.
אזוי בערך זעהט עס נעבעך אויס.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:15 pm

· #108714
די מאמע זאגט אז די גאנצע זאך איז געווען א שוי שפיל מיט רויטע פעינט וואס האט אויסגעזעהן ווי בלוט

http://www.cnn.com/video/?/video/world/ ... arnaev.cnn

שעפטל » מאנטאג מאי 6, 2013 2:11 pm

· #112305
קיין איין בית הקברות וויל נישט ארייננעמען דעם מערדער.

שלשלת » מאנטאג מאי 6, 2013 2:45 pm

· #112313
אז מען האט שוין יא ארויפגעברענגט די נייעס אויפן אויבערפלאך...
איינע פון די דריי ארעסטירטע איז יעצט ארויסגעלאזט געווארן [היים ארעסט] אויף הונדערט אלפים בעיל

שלשלת » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:20 pm

· #113561
מען גיבט נישט ארויס ווי וואס ווען, אבער די פאליציי אין באסטאן האבן געמאלדן, אז איינער האט זיך ענדליך מרחם געווען, און גענומען די פגר פונעם רוצח עס צו באגראבן.

דאס קומט נאך א שטיק צייט וואס די טויטע קערפער איז געלעגן אין א לאקאלע טשאפעל, אין די צייט וואס קרובי משפחה האבן געזוכט א בית הקברות וואס זאל מסכים זיין איהם צו באגראבן אין זייער שטח, אבער די בקשות זענען צוריקגעשליידערט געווארן איינס ביי איינס. קיינער האט זיך נישט געזוכט די כבוד אז דער מערדער זאל ליגן אין זיינע ד' אמות.

די מאמע פון רוסלאנד האט אין א אינטערוויו געזאגט זי ווייסט נישט וואס סגייט פאר. איין מינוט זאגט מען ער איז באגראבן, א צווייטע מינוט הער זי אז נישט...

ווארשיינליך ברויך זי דאס וויכטיג וויסן, כדי מזאל זיך שוין קענען זעצן שבעה, און אנהייבן שרייבן א פאסיגע נוסח מצבה...

שלשלת » פרייטאג מאי 17, 2013 4:01 am

· #115200
פרישע באריכט איבער די מאטיוו פון די טעראריסטן...

דער צווייטער, לעבן געבליבענער, טעראריסט, וועלכע האט זיך אויסבאהאלטן אין א שיפל, האט - לויט א היינטיגע באריכט - אנגעפירקעלט א מעסעדזש אויף די וואנט פונעם שיפל, ווי ער שרייבט אז די אטאקע איז געקומען אלס "פעיבעק" פאר די אמעריקאנע מלחמות אין מוסלמענישע לענדער ווי איראק און אפגאניסטאן.

"אן אטאקע אויף 'איין' מוסלים, איז א אטאקע אויף אלע" האט ער געשריבן. צווישן אנדערע שרייבט ער אויך, אז ער וועט זיך נישט בענקן נאך זיין עלטערע ברודער - וועלכע איז יענע נאכט גע'הרג'עט געווארן אין א פייער אויסטויש מיט די פאליציי - ווייל בקרוב וועט ער זיין צוזאמען מיט איהם (למעשה איז איהם געווען באשערט צו איבערלעבן און ארעסטירט ווערן)

שלשלת » פרייטאג מאי 17, 2013 4:30 am

· #115201
אין א צווייטע באריכט איז ערשינען פרישע, און גאנץ שטוינענדע, פאקטן איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט יענע אומפארגעסליכע נאכט אין וואטערטאון, ווי די צוויי טעראריסטן האבן זיך געראנגלט מיט די פאליציי, נוצענדיג גאנס און אנדערע וואפן.

לויט א פרישע אינוועסטיגעישן, וואס איז אונטערגענומען געווארן צו דערגיין גענוי וואס סהאט זיך דארט אפגעטוהן, שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע...

- צווישן ביידע ברודער צוזאמען האט זיך געפינען נאר איין גאן, ביי די עלטערע ברודער וואס איז געשטארבן. אין צוגאב צו די גאן האבן זיי אויך געהאט אנדערע אייגן-געמאכטע עקספלאסיווס.

- די פאליציי האט אויסגעשאסן 300 רונדען קוילן יענע נאכט - א פיל גרעסערע נומער ווי פריערדיגע באריכטן - אין א אפשניט פון א צירקע פינף-צען מינוט.

- די טראנסיט פאליסמאן וועלכע איז געשאסן און שווער פארוואונדעט געווארן אויפן סצענע, איז גאר געשאסן געווארן פון פריינטליכע פייער. קוילן וואס די פאליצייי האבן געשאסן רעכטס און לינקס, האבן איהם אנגעטראפן און כמעט געהרג'עט.

- אין איין פאל האט די פאליציי באשאסן א אומשולדיגע ליידיגע SUV, מיינענדיג אז עס באלאנגט פאר די טעראריסטן

שעפטל » מיטוואך יולי 10, 2013 4:16 pm

· #132274
דער לעבן פארבליבענער מערדער האט היינט געפליעט 'נאט גילטי' אויף אלע 30 קלאגעס!

ישמעאל הכהן » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 11:24 pm

· #139174
חזקיהו המלך
@חזקיהו המלך

Boston - Boston Marathon bombing suspects Tamerlan and Dzhokhar Tsarnaev befriended a brain-damaged anti-U.S. government conspiracy theorist through their
mother’s health care aide job years before the deadly attack, a lawyer said Tuesday.
Advertisement:

Attorney Jason Rosenberg, who represents the family of Donald Larking, said Larking shared publications with the brothers and discussed theories including that the Sept. 11, 2001, terror attacks and the Newtown, Conn., elementary school shooting didn’t happen or the U.S. government was behind them

חזקיהו המלך » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 12:03 am

· #139193
@ישמעאל הכהן

אין די גלייבסטעס נאך, ס'הוילע נארישקייטען, די גאנצע באסטען באמינגס איז אינטער געשטעלט, ס'דא אויף דעם פיהלצאליגע באווייזען,

אין ניין ס'איז לאו דוקא "די גאווערמענט", ס'איז אינטערעסען וואס האבען היבש קאנטראל איבער די גאווערמענט, אין זיי ניצען די גאווערמענט פאר זייערע אינטערעסען, אין ווער ס'גייט נישט אין שפאן ווערט עלימינירט, ווי למשל קענעדי,

ניין עלעווען איז פשוט אז ס'געווען אינטערגעשטעלט פין זיי, ווען ס'האלט אנדרעש איז פשוט לא בא לכלל דעת, אדער האט ער קיינמאל נישט איבערגעקוקט די דעטאלען וואס שרייען פין זיך אז די גאנצע אפיציעלע סטארי איז א באבע מעשה,

אין די זעלבע ביי סענדי האק, וואס דארט איז געווען די אמת האב איך נישט ציפיהל אדורעך געטוהן, אבער לויט איז סטאטיסטיקס קען מען נישט גיין צי ראנג מיטען זאגען אז ס'געווארען אינטערגעשטעלט כדי עס צי ניצען פאר א פראפעגאנדע קעגען גאנס, אזוי צי אזוי איז דארט אויך דא היבש קשיות, זיכער האט עס פאסירט זיכער זענען קינדער געהארגעט געווארען, די שאלה איז נאר ווער האט עס געטוהן,

אזאלכע זאכען זענען אלטע טריקס צי סטעדזשען טעראר אטאקעס פאר געוויסע אינטערעסען, היטלער האט עס אסאך געניצט, למשל די רייכסטאג פייער אין קלאמפישע אטאקעס פין פוילען ביי די גרעניץ פין דייטשלאנד פאר די נאצישע אטאקע אויף פוילען, אין אזוי ווייטער,

בקיצור, ס'איז אלעס אלטע טריקט מיט א נייע טוויסט, אין די קינדערלעך גלייבען אלעס ווי די שעפסעלעך, האלאו וועקט אייך אויך, מען פיטערט אייך בערג מיט שקרים, ס'קען ברענגען א ערענסטע שולשול,

הצלחה

ישמעאל הכהן » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 12:09 am

· #139194

ישראל קאפקע » פרייטאג מאי 15, 2015 3:33 pm

· #275494
ברעיקינג: די דזשורי האט צוגעטיילט טויטשטראף פארן אינגערע באסטאן מאראטאן טעראריסט דזשאָכאַר צאַרנאַעוו.
📎 Screenshot_2015-05-15-15-35-17~01.png 📎 Screenshot_2015-05-15-15-35-08~01.png

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 4:21 pm

· #275507
wow, א היסטארישע מאמענט!

זעהט אויס די דזשורי איז געווערן צוריסן פון די שרעקליכע עוועדענס, און האט נישט רעפלעקטירט די איבער 60 פראצענט באסטאן איינוואוינער, וואס זענען געווען אנקעגן טויט שטראף פאר'ן מערדער.

ישראל קאפקע » פרייטאג מאי 15, 2015 4:36 pm

· #275509
מען זאגט אז זיי האבן אים געגעבן טויטשטראף ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום חרטה דורכאויס דעם גאנצן פראצעס.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 4:46 pm

· #275511
לאקאלע קאוורעזש נאך סערנייעו'ס טויט אורטייל
http://boston.cbslocal.com/show/cbs-boston-live-video/

א שטוינדע מסודר'דיגע קאלעקציע פון אלע עדות און עווידענס אינעם קעיס. זשורנאליזם גאונות.
http://www.bostonglobe.com/metro/2015/0 ... story.html

פיש כאפער » מיטוואך יוני 24, 2015 2:33 pm

· #284886
היינט אין געריכט, האט דער ריכטער פאר׳משפט דעם אנגעקלאגטער מערדער צו טויט שטראף. דער אנגעקלאגטער האט 10 טאג צו אפעלירן.
בלאט: 1 2 3