☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » באסטאן מאראטאן אויפרייסן

באסטאן מאראטאן אויפרייסן

128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3475
בלאט: 1 2 3

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:56 pm

· #106550
א וועלט, די עף בי איי דארף מיין הילף, שיין דערלעבט.

די חברה זענען מסתמה נישטא אין די פעראייניגטע שטאטן, זיי לאכן שוין ערגעץ א גוטס אין א דריטע וועלט לענדל

אדער העמע מיזן אננעמען סעוועדזש'ן אז די גאווערנמענט אליינס פארדעקט דא עפעס...

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:12 am

· #106557
שיסעריי אין מאסאטשוטשעס אינסטעטוט אף טעכנאלאגיע אין באסטאן
ברעיקינג: ס'קומט יעצט פאר א שיסעריי אין מאסאטשוטשעס אינסטעטוט אף טעכנעלאגיע אין באסטאן!

זר זהב » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:15 am

· #106558
א לינק??

איז דאס צווישן לאו ענפאורמענט און יענ 2 באנדיטן?

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:34 am

· #106568

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:12 am

· #106580
איינעם געכאפט, א צווייטער האט געגנב'ט א פאליציי טרעקל און פליט דערמיט שיסענדיג אויף די נאכיאגערס

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:31 am

· #106585
וואס באסטאן האט זיך פארזינדיגט ווייסעך נישט, אבער דאס קוקט מער אויס ווי אן אטענטשן סיקער זיכט פובליסיטי

דאס יא... ס'איז א גוטע נאכט פאר פרעזידענט אבאמא... יעצט גייט מען צוריק צו קאנגרעס און סענאט זיי זאלן פריש איבערקלערן די גאון קאנטראל....

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:39 am

· #106589
טויט
📎 1366349506205.jpg

באשטעטיגט » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:57 am

· #106609
(Reuters) - One suspect in the Boston Marathon bombing was killed during a shootout with police and a massive manhunt was underway for the second suspect in the Boston suburb of Watertown, officials said on Friday.

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 8:45 am

· #106614
ק/פ

סוספעקט נומער איינס טויט. נאך מאסיווע שיסערייען, שעדליכע אויפרייס-מאטריאל קעגן די פאליציי, שטורעמישע פייער-אויסטויש, איבערנאכט אין באסטאן.

די געיעג האט זיך אנגעהויבן נאך א ריף אנהויב נאכט פונעם קעמפוס פון טעכנעלאגיע אינסטיטוציע, וואו ס'איז באריכטעט געווארן אז צוויי פארדעכטיגטע האבן אראפגעשאסן א פאליס אפיציר און גע'גנב'עט זיין קאר.

א גרונטליכע זיכעריי נאכן קאר האט פארנומען די גאסן און שאסייען, נאך א וויילע איז די קאר געזעהן געווארן אין 'וואטערטאון', און איז בלאקירט געווארן דורך די פאליציי.

א העסליכער פייער-אויסטויש איז אנטשטאנען נאך וואס די פארברעכער האבן אנגעהויבן שיסן, און געווארפן אויפרייס מאטריאל אויף די אפיצירן.

איינע פון די פארברעכער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער איז נאך א קורצע צייט ערקלערט געווארן טויט. און ער איז אינדעפעצירט געווארן, אלס דער אנגעבליכער סוספעקט נומער איינס אינעם באסטאן מעריטאן באמבעס.

פאליציי האבן אפגעשפארט א רונדע פון צוואנציג גאסן, אין פארזוך צו כאפן דעם צווייטן סוספעקט.

לויט באריכטן איז א מאן ארעסטירט געווארן. אבער נישט בעפאר ער איז באפוילן געווארן זיך אויסצוטוהן אינגאנצן, בעפאר זיי האבן אים ארעסטירט. אטוריטעטן לייגן אפ דעם באריכט אויב דער ארעסטירטער איז סוספעקט נומער צוויי.
📎 one dead0.jpg
פאליציי האבן איצט אינדערפרי ארויסגעגעבן א פארלאנג פון די איינוואוינער צו פארבלייבן אינדערהיים. און פון די ביזנעסער צו פארבלייבן פארמאכט.
אלע שטאטישע טראנזיט מיטלען זענען אפגעשפארט געווארן, און מ'זאל זיך נישט באנוצן מיט קיין שום אנדערע פאבליק סערוויסעס, באסעס, אדער טעקסי'ס.

עף בי איי זאגט אז די צוויי טעראריסטן זענען ברידער פון טשעטשניע לעבן רוסלאנד 19 און 20 יאר אלט. איינער טויט צווייטער פארוואונדעט. זיי גלייבן אז דאס זענען די זעלביגע וואס האבן געשאסן אויף טויט א פאליציאנט נעכטן נאכט אין MIT. דערנאך קארדזשעקט און בארויבט א 7/11 אין MA

פאליציי פארן ארום מיט באסן שווער באוואפנט. זיי האבן געהייסן יעדעם בלייבן אינדערהיים און פארשפארן די טירן. אלע סקולס, ביזנעסער און געשעפטן זענען פארשפארט.
📎 police on bus.jpg

שטעלן אפ יעדע קאר. פובליק טראנספארטאציע אפגעשטעלט אויפן באפעל פונעם מא. גאווערנער. קיין שום קאר טאר נישט זיין אויפן ראוד
📎 searching.jpg

ניו יארק » פרייטאג אפריל 19, 2013 8:58 am

· #106615
איך מיין אז די מומביי שלאבערישע פאליציי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר די באסטאן פאליס...

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 9:01 am

· #106616
די פאליציי פארן ארום געפאנצערט
📎 searching2.jpg
א באריכט קומט אריין אז זיי שטייען ביי א הויז און רופן אויס מיט הויעכהילכערס אז דער מערדער זאל זיך אינטערגעבן
📎 house1.jpg
📎 house2.jpg
📎 house3.jpg

די לאק-דאון נישט צו עפענען די טיר פאר קיינעם חוץ פאליציי גייט אן אין באסטאן און וואטערטאון

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 9:48 am

· #106623
מענטשן שיקן אלע מיני ריפארטס...

NY| Manhattan| *Dangerous Condition*| New York City| Individual wanted for the boston bombing may be heading to Manhattan in a grey Honda CRV MA: Plates 316ES9 according to CSP BOLO state M/W may be wearing suicide vest. 8

Mayor canceled his radio show this morning

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 9:51 am

· #106625
פאליציי זיכן יעצט א דריטער פארשוין וואס איז מסתמה אויך געווען פערמישט, יענער איז לויט די באריכטן אויפן עמטרעק, די באהערדע האבן ארומגענומען דעם באן.

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:26 am

· #106633
און דער פעטער זייערער איז שפראכלאז...

זר זהב » פרייטאג אפריל 19, 2013 10:34 am

· #106640
Suspects' Uncle: Men Lived In Cambridge Together For Decade; 'Absolutely Deserved' To Die...

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:07 am

· #106664
זר זהב
Suspects' Uncle: Men Lived In Cambridge Together For Decade; 'Absolutely Deserved' To Die...


ער האט מער ווי איין פעטער... און די מידיע האט גערעדט צו ביידע, איינער איז שפראך לאז, דער צווייטער ווייסט שוין איינמאל וואס ער האט צו זאגן.

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:27 am

· #106674
מיט איין פעטער האט ער נעכטן גערעדט אויפן טעלעפאון

די זענען שרעקליכע מחוצפים אדער וואנזיגע פארשוינען. די גאנצע לאנד אדער וועלט גאר דרייט זיך איבער צוליב זיי און זיי קאלן נאנטע, באראבעווען א סעווען עלעווען געשעפט, דרייען זיך ארום פראנק און פריי נאכדעם וואס די עף בי איי האט ארויסעגעגעבן בילדער פון זיי פאר די מאסן פאבליק בעהטענדיג פאר הילף זיי אראפצורוימען פון די פרייע וועלט.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:32 am

· #106680
כשעפטיל, און פאר די חוצפה אליין פארדינען זיי גואנטאנאמא פאר א הונדערט און דריי יאר.

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:34 am

· #106681
געב זיי כאטש א יאר מער מ'זאל נישט מיינען אז זיי זיצן פאר די זעלבע סיבה..

פיקציע » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:40 am

· #106684
מער נישט דא קיין 'זיי', נאך וואס דער עלטערער ברודער איז זיך געגאנגען טראפן מיט די באבעס אויף די אנדערע וועלט.

עוד מישהו » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:57 pm

· #106766
קען מיר איינער מסביר זיין די לאגיק פון די באסטאן פאליציי דעפארטמענט, מ'האט אפגעשפארט די שטאט, אלע טראנספארטאציע מיטלען ארבעטן נישט, און מענטשן זענען פארשפארט אין זייערע היימען, און באפוילן געווארן נישט צו עפענען קיין טירן פאר קיינעם נאר פאר פאליציי.
אויב די פארברעכער איז באוואפנט מיט שווערע געווער און אויפרייס מאטריאל, וואס העלפט א פארמאכטע טיר? מיט איין קליינע באמבעלע קומט די טיר אראפ ואו א קארטאפל שיילער שיילט שאלאכץ?!

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:03 pm

· #106769
סא זאל מען לאזן אפען די טיר? אזוי אז ס'פארשפארט וועט ער כאטש אויסנוצן איין גראנאט ביים טיר, וועט ער שטיין מיט איין זעקל אויפרייס מאטיריאל ווייניגער.

עוד מישהו » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:10 pm

· #106774
האט ער איינס ווייניגער, ער האט אבער נישט מיט דעם געענדיגט, ער קען ווייטער נעמען א משפחה פאר משכונות, אדער אויס'הרג'נען.
א געווענליכע אמעריקאנע טיר פון א הויז, איז נישט פארזיכערט אפילו פון א קויל, וואס איז אסאך שוואכער פון א גראנאט.

יואב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:22 pm

· #106780
בערך אזוי האט אויסגעקוקט ווען פרעה איז געלאפן זוכן משה כחצות הלילה. (כ'טרעף נישט די לינק)
א באנדע אקסימאראנס, פאקאקטע אומבאלימפערטע אמעריקאנע שלעפערס, גייטס פראקטס אויס באבעס אין עירפארט,
נעם אוועק זייערע קאפקעיקס,טוהטס אויס די מענטשהייט נאקעט, און ספענד טריליאנען אויף וואנזיניגע זיכערהייט.
אלצדינג וועלן די חברה טוהן אבי נישט Racial Profiling.

שעפטל, דאס וואס די זאגסט וועגן גאנס, איך האלט פארקערט, די רעכטע עלעמענטן וועלן יעצט איבערדרייען א לאנד קעגן גאן קאנטראל.
זיי וועלן זאגן אז פאר אזעליכע יונגאטשעס דארף מען באוואפענען דעם ציווילן המון, נאכדעם וואס די רעגירונג איז הילפסלאז.

יואליש » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:38 pm

· #106786
שעפטל
מיט איין פעטער האט ער נעכטן גערעדט אויפן טעלעפאון

די זענען שרעקליכע מחוצפים אדער וואנזיגע פארשוינען. די גאנצע לאנד אדער וועלט גאר דרייט זיך איבער צוליב זיי און זיי קאלן נאנטע, באראבעווען א סעווען עלעווען געשעפט, דרייען זיך ארום פראנק און פריי נאכדעם וואס די עף בי איי האט ארויסעגעגעבן בילדער פון זיי פאר די מאסן פאבליק בעהטענדיג פאר הילף זיי אראפצורוימען פון די פרייע וועלט.


מיין שפעקעלאציע איז אז טאקע ווייל די בילדער זענען ערשינען האבן זיי געשפירט זיי ברויכן זיך אויסבאהאלטן, און דערצו מיז מען האבן געלט, האבן זיי באראבעוועט א געשעפט איידער זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע. ביז דאן האבן זיי מסתם געהאפט אז זייער נארמאלע אויסזעהן און נארמאלע היסטארי און נארמאלע אויפירונג און די ציקומפט וועט זיי סוקסעספול אויסבאהאלטן אונטערן אויג פון די באאמטע.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:50 pm

· #106796
וואסארא racial profiling? די צוויי חברה זעען אויס און רעדן ווי פולקאמע לעבענס לענגליכע אמעריקאנער, ס'נישט דא קיין שום וועג אין די וועלט וואס דאס וואלט געקענט פארמיטן ווערן.

יואב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:54 pm

· #106798
Boston bombing suspect's father: "Dzhokhar is such an intelligent boy. We expected him to come on holidays here." <a class="postlink" href="http://goo.gl/U7fz6">http://goo.gl/U7fz6</a>

יואב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:56 pm

· #106799
געפילטע פיש
וואסארא racial profiling? די צוויי חברה זעען אויס און רעדן ווי פולקאמע לעבענס לענגליכע אמעריקאנער, ס'נישט דא קיין שום וועג אין די וועלט וואס דאס וואלט געקענט פארמיטן ווערן.

איך רעד אין אלגעמיין דער גאנצער אמעריקאנער סיסטעם.

יואב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:59 pm

· #106802
יעצט קוקט עס שוין אויס מער היימיש, מ'האט געטוישט דעם אלערט אויף אן 1995 גרויען אדעסי.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 19, 2013 4:02 pm

· #106805
יואב
געפילטע פיש
וואסארא racial profiling? די צוויי חברה זעען אויס און רעדן ווי פולקאמע לעבענס לענגליכע אמעריקאנער, ס'נישט דא קיין שום וועג אין די וועלט וואס דאס וואלט געקענט פארמיטן ווערן.

איך רעד אין אלגעמיין דער גאנצער אמעריקאנער סיסטעם.

מיט דעם ביסטו גערעכט.

וואלפה » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:34 pm

· #106831
8y/o Boy Killed at Marathon was Standing Near Suspect Bomber who 'Murder Him'.
📎 IMG-20130419-WA0107.jpg

שעפטל » פרייטאג אפריל 19, 2013 6:04 pm

· #106843
א פרישע פרעס קאנפרענץ גייט פארקומען ווי מ'וועט איבערגעבן די לעצטערע דעטאלן

זר זהב » פרייטאג אפריל 19, 2013 6:08 pm

· #106845
ס'קומט שוין פאר

<a class="postlink" href="http://www.bostonglobe.com/news/politics/livestream">http://www.bostonglobe.com/news/politics/livestream</a>

יואליש » פרייטאג אפריל 19, 2013 6:23 pm

· #106850
צו אבאמא'ס מזל זענען די ברודער געקומען קיין אמעריקע אונטער בוש, שוין נאך סעפטעמבער עלעווען (ווען מ'האט איינגעשטעלט שטרענגע פראצעדורן פאר וויזאס), און איין ברודער איז געווארן א געזעצליכע בירגער אין 2007. דער ברודער וועם מ'זיכט נאך, איז געווארן א בירגער אים סעפטעמבער עלעווען 2012.

ווען נישט ער האט די שוץ פונעם אנדערען ברודער אונטער בוש, וואלטן מיר אפשר נישט געהערט די ענדע אז דאס איז א דורכפאל פאר אבאמא אז ער האט אים נישט גענצליך דורכגענישטערט די היסטארי פון א ניין יעריגע אימיגראנט איידער ער איז געווארן א בירגער.

After emigrating in 2002, the brothers lived in the U.S. for at least a decade and were legal permanent residents.
Tamerlan arrived from Kyrgyzstan. Dzhokhar came on a tourist visa in April, 2002, sought asylum in Sept. 2002, and he gained lawful resident status in February 2007, reported CBS News senior investigative producer Pat Milton.
Dzhokhar Tsarnaev became a naturalized American citizen on Sept. 11, 2012, Milton reported.


<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/8301-201_162-57580518/boston-bombing-manhunt-latest-developments/">http://www.cbsnews.com/8301-201_162-575 ... elopments/</a>

זר זהב » פרייטאג אפריל 19, 2013 7:10 pm

· #106866
BREAKING NEWS: Residents describe pandemonium on Franklin Street in Watertown; source says suspect pinned down.

ניו יארק » מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:23 pm

· #106871
געכאפט!!!
📎 IMG-20130420-WA0000.jpg

ניו יארק » מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:33 pm

· #106875
איז אזוי... איינער אין די געגענט האט געזען אז א ליין פון בלוט אויפן ערד, ער איז עס נאכגעגאנגען ביז עס האט אים געפירט צו א שיף, ווען די פאליציי איז אנגעקומען איז שוין די פארברעכער געווען און גאר א שוואכע צושטאנד (פון די סך בלוט וואס ער האט פארלוירן פון די שיסעריי א נאכט פארדעם). מען האט אים געקייטעלט און אריינגעפירט און חד גדיא אריין.
מיט דעם האט זיך מער ווייניגער גענדיגט א שרעקליכע בלוטיגע וואך אויף די באסטאנע איינוואונער.

ניו יארק » מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:34 pm

· #106876
די פארברעכער אין די אויגען פון די ציל שיסער...
📎 RTXYTVG-725x543.jpeg

ניו יארק » מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:39 pm

· #106879
עס איז נישט ציל שיסער, עס איז א infrared בילד.

זר זהב » מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:49 pm

· #106882

זר זהב » מוצ"ש אפריל 20, 2013 9:54 pm

· #106885
און דא זעהט מען אים מינוטין נאכן פאלן טויט

זר זהב » מוצ"ש אפריל 20, 2013 10:03 pm

· #106888
גערעכט

זר זהב » מוצ"ש אפריל 20, 2013 10:11 pm

· #106889

ניו יארק » מוצ"ש אפריל 20, 2013 11:42 pm

· #106918
די צווי ברודער ביים מעראטאן בערך 10-20 מינוט פארן אויפרייס.
📎 Boston-Marathon-Photo_sham-2-725x558.jpeg

נולד מאוחר » מוצ"ש אפריל 20, 2013 11:59 pm

· #106934
זר זהב
BREAKING NEWS: Residents describe pandemonium on Franklin Street in Watertown; source says suspect pinned down.

זר, ערב שבת פארן זמן האב איך געטשעקט 'וואס איז נייעס' זיי האבן גארנישט געשריבען. טשעק איך ק''ש זע איך זר האט עפעס אן אפדעט. סאיז מיר געווען אינערסאנט ווי די ביזט מער אפדעטעט ווי vin. כהאב נאכאמאל עפרישיעטעט אז די ביזט דא מיט אונדז .

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 12:04 am

· #106938
וואס איז דען VIN ? זיי זענען נישט עפעס א פעסט פעיסט נייעס ארגענעזאציע, זיי זענען בכלל נישט שנעל אין אפדעיטס. ס'א אקאלעקציע פון נייעס וואס איך און דו קענען זעהן בעפאר זיי אויף די וועב. פאר עכטע נייעס אין אזא סיטואציע רגע צו רגע, גייט מען צו טוויטער אדער די היים צייטונג פון יענע געגענט, עטס.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 21, 2013 12:09 am

· #106942
איך וואלט עקספעקטעט אז vin וויבאלד זיי קעטערן למעשה צי טויזנטער היימישע אידן, זאל האבן איינער וואס טשעקט אדער באקומט אפדעטס יעדע רגע.
ציגיין צום שבת און קענען מקיים זיין די ארבעה צריכים להודות מיט מיינע ברודערס פון באסטען איז גאנץ וויכטיג געווען פאר מיר.

וואלפה » זונטאג אפריל 21, 2013 12:16 am

· #106944
ארטדאקסישע חרדישע אידן אימעטום זענען פיל מיט וואונדער און פלא: וויאזוי האבן "צוויי ברידער" אזוי שיין געארבייט צונאזאם?!
📎 IMG-20130420-WA0010.jpg

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 21, 2013 12:52 am

· #106967
למעשה, אחרי ככלות הכל. איינער איז טויט. סאספעקט צוויי ( וואס כקען נישט ארויסזאגן זיין נאמען, עפעס אזויווי אכמאנדינידזשאד) איז מיט א געשאסן האלז פארשלאפט אין בית ישראל שפיטאל. און באסטאן פאליציי מיט די עףביאיי יובל׳ען פאר פרייד...

וואס גייט/ קען געטון ווערן אויף ווייטער? ס׳דאך א שרעק...

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 12:54 am

· #106968
ס'גייט זיין עפעס א מין (סארט) פאראדע אין ניו יארק אין די קומענדיגע טעג, און "בעק פעק'ס" איז פארבאטן מיטצונעמען
בלאט: 1 2 3