נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
276 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3438
נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
לאה ווינסענט, די גרינדערין פון פוסטריט, די ארגעניזאציע וואס העלפט אידן אראפגיין פון וועג ר"ל, גייט ערשיינען קומענדיגע וואך אויף טעלעוויזיע
http://www.katiecouric.com/on-the-show/ ... -religion/
יידל, ס'צייט זאלסטיך לאזען אינטערוויוען ביי די מידיע, זאלן אלע זעהן אז מ'קען זיין א "יידל" און א שטיק דעט"ע און נאבעלקייט.
למען פונקטלעכקייט, זי איז נישט די גרינדערן פון פוטסטעפס. מלכה שווארץ פון קרוינהייטס האט עס געגרינדעט. עס ווערט היינט געפירט דורך אנדערע. איך ווייס נישט אויב ווינסענט האט א פירנדע ראלע. זי האט ערגעץ באשריבן זי איז אנטלאפן פון א ישיביש שטוב אנשליסן זיך אין א סיק-בודא קולט ביז זי איז לעצטנס צוריק צום "שורש" אלץ א אידישע אף דע דערעך.
די שוי איז געווארן אפגערופן. געציילטע מינוטין עס האט געדארפט גיין אויף די לופט כוואליעס האט פאסירט די אטאקעס אין באסטן און האט אוועקגעשטופט דעם נעגאטיוון סדר היום.
בן תמליוןדי שוי איז געווארן אפגערופן. געציילטע מינוטין עס האט געדארפט גיין אויף די לופט כוואליעס האט פאסירט די אטאקעס אין באסטן און האט אוועקגעשטופט דעם נעגאטיוון סדר היום.
ס'האט געשפילט פאר צען מינוט, ווען די באסטן נייעס האט איבערגעריסן די פראגראם. ווי געזאגט איז עס געווארן אפגעשיבט. ס'האט געזאלט זיין עוועיליבעל אנליין היינט זיבן אזייגער, און דאס איז אויך געווארן אפגעריפן.
לאמיר האפן אז די יעניגע וועלן זיך נאך כאפן באצייטענס און וועלן חוזר בתשובה און אפשטעלן די חילול השם.
און זעהן אז די גאנצע באמבע איז נאר געווען וועגן זיי.
(אבער מיטדעם אלעם זיי צו לאזן מיט די בחירה)
http://www.cracked.com/article_20143_5- ... _p2.html#1
אן ארטיקל איבער די 5 מערסט-צודרייטע וועגן וויאזוי מענער האבן צענזורירט פרויען. נומער איינס (די לעצטע) איז די נייע אכשר-דרא'דיגע שמירת עינים גלעזער.
דאס זעהט אויס געשריבן דורך א היימישער שנה ופירש'ניק. אנדערש מאכט נישט קיין סענס.
[ציטאט אראפגענומען]
ברייען לעהרער פון WNYC האט אינטערוויוד דעם שרייבער לעצטענס. היינט אין א פאלאו-אפ האט ער אינטערוויואד אהרן ווידער דער חסידישער לעגעסלאטאר אין ראקלענט קאונטי. מ'קען הערן דעם אינטעוואיו און אויך צוהערער אריירופער דא.
http://www.wnyc.org/shows/bl/2013/may/0 ... ntroversy/
נאכאמאל מיט די או טי די אויפן טיווי http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ewsweekly/
שרעקדיג!!!
http://www.preserveramapo.org/Planning% ... Ramapo.htm
זר זהב[ציטאט אראפגענומען]
ברייען לעהרער פון WNYC האט אינטערוויוד דעם שרייבער לעצטענס. היינט אין א פאלאו-אפ האט ער אינטערוויואד אהרן ווידער דער חסידישער לעגעסלאטאר אין ראקלענט קאונטי. מ'קען הערן דעם אינטעוואיו און אויך צוהערער אריירופער דא.
http://www.wnyc.org/shows/bl/2013/may/0 ... ntroversy/
כ'בין נישט באקאנט אין די קאטראווערסיע מער פון וואס די ניו יארק מאגאזין האט געשריבן, אויך קען איך נישט מאנסי פאליטיקס, אבער כ'בין זייער אימפרעסט פון אהרן ווידער'ס זשאב אויף די פראגראם. כ'פארשטיי אז ער האט א גרינגערע פעלד ווייל ער איז נישט אויפן סקול באורד יעצט און קען זיך ריינוואשן ווי א פאליטישאן דורך פארדאמען די יעצטיגע סקול באורד ווען ס'איז אים באקוועם, אבער כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט א חסידישע ווארטזאגער זאל קענען ארויסקומען אין א הייסע אישו א געווינער, אפי' אויב נאר דורך נישט אנמאכן קיין שאדן און דורך געבן א פראפסיאנאלע אימפרעשאן.
(אלס א ניטפיקער האב איך אויפגעפאסט אז ער איז פארט נישט קיין נעטיוו אמעריקאנער פאלאטישאן, ווי למשל ווען ער האט געזאגט "ווי אלל העיוו ווייבס" וואס איז מער חסידיש גערעדט, אדער ווען רעדענדיג פון א סטודענט בלשון נסתר האט ער אנגעכאפט לשון זכור און נישט "הי אר שי." זיין כסדר איבער'חזר'ן זיין אהבה צו סענעטאר קאלוטשי האט אים געמאכט אויסקוקן ווי ער ליינט פון א טאלקינג פאונט מעמא צו אונטערווישן דעם סענעטאר. אבער דא בין איך שוין א פאדאנט.)
כ'האב זייער הנאה געהאט פון זיין קאמבעק איבער נעמען קרעדיט פאר גראדועשאן ראטע פון סטודענטס וואס זענען שוין אין די פייפליין מערערע יארן. כ'ווייס נישט אויב ער איז גערעכט, אבער פאר א ראדיאו צוהערער האט ער זיכער געמאכט א גיטע אימפרעשאן מיט זיין צייגן באהאווענטקייט און סטרייקן א קאנסיליעטארי נאוט.
וועי טו גאו!
ר' ברייען לעהרער האט יעצט ווידער די הייסע קאנטראווערסיע איבער די איסט רעמעפאו סקול באורד אויף זיין פראגראם.
עי עם 820 און עף עם 93.9
שלא שינו את לבושם - אויגען גלעזער
די NY post האט באשריבען די מערכה קעגען די נייע סטיילס גלעזער.
אינמיטען שרייבען זיי פון די אידישע בריוו אז מע טוישט נישט די קליידער און אויך היינט די גלעזער וועגען איין פון די זכותים וואס מע איז אויסגעלייזט געוואררען פון מצרים.
זיי ענדיגען מיט א וויץ אז די ביידע סאטמאר רביס גייען שוין מיט די היינטיגע סטייל גלעזער פאר די לעצטע 35 יאר....
אינטערעסאנט איז, זיי שרייבן אז באבוב 48 איז די מקור צו דעם רודעריי. וואלט באבוב נישט געדארפט זיין די לעצטע צו רעדן וועגן אויגן גלעזער אנגעלעגהייטן?
www.vosizneias.com/130781/2013/05/12/borough-park-ny-yeshiva-glasses-ban-results-in-exchanges-and-retail-inspections/באבאבוב מאכט אינספעקשנס צים גלעזער סטאר. דער עולם טראגט ציריק די טרייפנע גלעזער אין גרויסען.
סטוט זיך א רוח טהרה ב''ה. כמיין זיי האבן עפעס געהערט טריפנה גלעזער און זיי מיינען מ'רעדט פין ליפא'ס גלעזער. זיי כאפן נישט אז די גוגל גלעזער איז די מדובר.
לאליפאפאינטערעסאנט איז, זיי שרייבן אז באבוב 48 איז די מקור צו דעם רודעריי. וואלט באבוב נישט געדארפט זיין די לעצטע צו רעדן וועגן אויגן גלעזער אנגעלעגהייטן?
אין א באבוב איז א נושא אויגן גלעזער?
שלא שינו את לבושם אויף אויגן גלעזער?
איך האב נישט געוואוסט אז די אידן אין מצרים האבן שוין געהאט אויגן גלעזער...
איך וויל נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא. ווי קען איך פארשאפן די געלעזער פון מצרים? וועלכען ארכילאג אדער עגיפטאלאגיסט קען איך אנרופן?
איינער קען ברענגען א לינק צו נ"י טיימס ?
בחדרי ברענגען נאך פון דארט אויך איבער טונקעלע שיך אין בית שרה.
עקסטארשען ביי היימישע אידען
ביי היימישע אידען הערט מען אמאל וועגען עקסטארשען בעיקר ביי ועד הצניעות אבער מע קען עס נישט קאנפערמען ווייל געווענטלעך וועט קיינער נישט דערציילען אז מע האט געוואלט ארויס נעמען געלט פון איהם. ווייל ווער וויל מע זאל וויסן אז ער איז א חזיר?
די daily news האט עפעס א אנדערע עקסטארשען מעשה וואס איינער האט געשלעפט געלט פון די קדם הערצאג משפחה
מעג איך וויסן וואס די מעשה איז געווען, אויב ליין איך נישט די דעילי נויז?
http://www.vosizneias.com/130840/2013/0 ... tion-scam/
ליידער איז עס נישט קיין נייעס, עס פלאמט אבער דאס פנים (און דאס אחור אויך) פאר בושה ווען דאס קומט אן צו אלע גוים. דער חילול ה' איז דאך נורא ואיום.
דערפאר טאקע האב איך גאר שטארק רעספעקטירט דודי זילבערשלאג פון א"י, ווען ער האט זיך נישט געלאזט בלעקמעילן, נאר איז ארויסגעקומען און פאבליק מיט די גאנצע מעשה
דאס איז גוי'אישע עקסטארשן. היימישע עקסטארשן ארבייט בערך אזוי: אויב וועסטו זיך נישט משדך זיין מיט מיר, וועל איך באישון לילה גיסן עשר מכות וויין (פון קדם...) ביי דיין אסקופה.
[ציטאט אראפגענומען]
קופי, דא האב איך געשריבן דערוועגן שוין א יאר צוריק....
היימישע עקסטארשן #2: אויב וועסטו אויסזאגן פאר דיינע שוועסטערס ווי מיר קויפן די קיוט זימער אוטפיטס פאר די קינדער, וועל איך דיך נישט מיטנעמן שאפינג נעקסטע יאר.
היימישע עקסטארשן #3: אויב וועסטו זיך נישט משתתף זיין ביים דינער, וועלן מיר העכערן דיין שכר לימוד.
[ציטאט אראפגענומען]
או יאמר, אונזער עם נבון וחכם האט לעצטענס אונטערגענומען א דערפאלגרייכע מיסיע, אפצושאקלן די עין הרע די אומות העולם טראגן זיך ארום איבער זייער חכמה.
http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ism/16364/ what u say to this one
[ציטאט אראפגענומען]
על פי רוב איז ריכטיגער די פאלגענדע סטעיטמענט
לעצטענס מאכט די נייעס זיכער צו האבן דעם עם חכם ונבון יעדן טאג.
קוק וואס קען ארויס קומען פון א סאטמערע יונגל וואס ווערט א OTD. און. נישט ווי מען
האט אונז אלטס איינגערעט אז זיי זענען סתם באמעס און ליידיג גייערס ליינטס די לינק
און גייטס אויס פאר קנאה.
http://commcgi.cc.stonybrook.edu/am2/pu ... olar.shtml
קודם כל האט עס גארנישט צו טוען מיט א נעגעטיווע ליכט אפשר גאר פארקערט.
און וואו שטייט אז ער איז א סאטמארער סך הכל זאגן זיי אז ער האט געלערנט אין סלאבאדקער ישיבה.
אויב איינער איז דא א סלאבאדקער תלמיד אדער סיי ווער ס'קען אים זאל ביטע מיטטיילן אינפארמאציע איבער דעם דר. שמואל כ"ץ.
א דאנק.
מאראנצןזאפטקודם כל האט עס גארנישט צו טוען מיט א נעגעטיווע ליכט אפשר גאר פארקערט.
און וואו שטייט אז ער איז א סאטמארער סך הכל זאגן זיי אז ער האט געלערנט אין סלאבאדקער ישיבה.
אויב איינער איז דא א סלאבאדקער תלמיד אדער סיי ווער ס'קען אים זאל ביטע מיטטיילן אינפארמאציע איבער דעם דר. שמואל כ"ץ.
א דאנק.
ר איד איך קען דעם בחור ער איז געגאנגן און סאמארע חדר און אויך. האט זיין זיידע א שוהל.
און בארא פארק
אשר שמואל כ"ץ קומט פון א סאטמאר משפחה. ביי די זעכצען יאר איז ער געפארן לערנען אין סלאבאדקא. זיין מעשה איז פאראיאר געווען
אויף ען פי אר, ווי ער האט געזאגט אז זיין ראש ישיבה האט אים מרחק געווען ווייל ער איז נחשד געווען צו זיין א כופר. ער איז געווען פון די שארפסטע קעפ אין ישיבה. זיין טאלאנט זעהט זיך טאקע אן אז ער האט באקומען די פולברייט סקאלערשיפ צו שטודירן בייאקעמיסטרי אין בערלין. מ'וועט אים אזוי לאנג מרחק זיין ביז ער וועט באקומען די נאבעל פרייז. דאן וועט די קירוב ארגענעזאציע אש התורה ניצן זיין נאמען צו צייגן ווי קליג אידן זענען...
ער האט אויך א
פאדקעסט און האט געשריבן
מערערע ארטיקלן אויף אנפייעס.
טאטע איז א חשובער מרביץ תורה
נולד מאוחרטאטע איז א חשובער מרביץ תורה
דאכט זיך זיין פאטער פלעגט האבן די גרעסטע דף היומי שיעורים אין בארא פארק. היינט האט ער א ביהמ"ד אין פייוו טאונס. כך שמעתי, כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די אינפארמאציע.
זיין טאטע איז א מגיד שיעור אין ישיבת חובבי תורה.פון זיין רעדן
דא זעהט ער אויס שטארק א פארשטענדליכער.
ABOUT RABBI KATZ:
Rabbi Ysoscher Katz is the Director of the Beit Midrash Program (preparatory year) at YCT. He received ordination in 1986 from Rabbi Roth, dayan of UTA Satmar. Rabbi Katz studied in Brisk and in Yeshivas Beis Yosef, Navaradok for over ten years. A graduate of the HaSha'ar Program for Jewish Educators, Rabbi Katz has taught at the Ma'ayanot High School for Girls and SAR High School. He was a leading teacher of a daf yomi class in Boro Park for over eight years.
ביי וועם איז יששכר כץ געווען אן איידעם? (סאררי איך האב פארגעסען)
יואלישאשר שמואל כ"ץ קומט פון א סאטמאר משפחה. ביי די זעכצען יאר איז ער געפארן לערנען אין סלאבאדקא. זיין מעשה איז פאראיאר געווען
אויף ען פי אר, ווי ער האט געזאגט אז זיין ראש ישיבה האט אים מרחק געווען ווייל ער איז נחשד געווען צו זיין א כופר. ער איז געווען פון די שארפסטע קעפ אין ישיבה. זיין טאלאנט זעהט זיך טאקע אן אז ער האט באקומען די פולברייט סקאלערשיפ צו שטודירן בייאקעמיסטרי אין בערלין. מ'וועט אים אזוי לאנג מרחק זיין ביז ער וועט באקומען די נאבעל פרייז. דאן וועט די קירוב ארגענעזאציע אש התורה ניצן זיין נאמען צו צייגן ווי קליג אידן זענען...
ער האט אויך א
פאדקעסט און האט געשריבן
מערערע ארטיקלן אויף אנפייעס.
נישט אז איך פראביר צו לייקענען סיסטעם פראבלעמען, נאר סתם נייגעריג. די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעלאזט איז צוליב מרחק זיין ?
כ'מיין אז מ'וואלט אים מקרב געווען וואלט ער געבליבן מיטן שארפן קאפ ביים גמרא ?
מ'וואלט אים צוגעשטעלט אין סלאבאדקא דאס וואס סטאוני בראאק האט ?
shefeleביי וועם איז יששכר כץ געווען אן איידעם? (סאררי איך האב פארגעסען)
ר' יששכר,
ר' קאפל שווארץ
סעם קאטץ איס נישט קיין טיפיקעל אף דע דערעך. זיין מאמע איז פריי און זי שטיצט איהם און איז אונטער זיין הצלחה, ממילא קען מען איהם נישט נוצן אלץ דוגמה לדעתי.
בן תמליוןסעם קאטץ איס נישט קיין טיפיקעל אף דע דערעך. זיין מאמע איז פריי און זי שטיצט איהם און איז אונטער זיין הצלחה, ממילא קען מען איהם נישט נוצן אלץ דוגמה לדעתי.
Might be, I don't know. But from the NPR interview, sounds like his mother is observant. They say he calls her every Friday before Sabbath.Etc.
זיין מאמע איז פריי? כ'מיין די מאכסט א טעות.
בן תמליון, נישט שיין צו שרייבן ווען מ'ווייסט נישט. זיין מאמע איז א היימישע סאטמערע פרוי פון בארא פארק. זיין טאטע האט משנה געווען דרך אין עבודת ה' און איז פון א חסידישער אינגערמאן געווארן א מאדערן ארטאדאקסישע איד און איז היינט א מגי"ש אין ישיבת מהר"ט שע"י ישיבת חובבי תורה.
איך ציה צוריק דעמאלט. אזוי האט מיר איינע וואס קען איהם געזאגט. אפשר איז עס זיין באבע? אדער האט יענער פארמישט טאטע מיט מאמע וכו'.
יואלישנולד מאוחרטאטע איז א חשובער מרביץ תורה
דאכט זיך זיין פאטער פלעגט האבן די גרעסטע דף היומי שיעורים אין בארא פארק. היינט האט ער א ביהמ"ד אין פייוו טאונס. כך שמעתי, כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די אינפארמאציע.
יעצט זעמיר דערגאנגען דעם סוד. ס'האט זיך נאך אנגעהויבן ביים זיידן."ער האט געהאט די גרעסטע
דף היומי שיעורים" , ר"ל. הרב י.מ. סופר, דו הערסט? עורו ישנים משינתכם. ברכיים אשר לא כרעו לבעל, וואו זענט עץ? אויף דעים האט די רבי זי"ע פארגאסן טייכן טרערן ביי ש"ש תורה!!
יא, פינקעל פון מאנסי האט אויך געגעבן א דף יומי שיעור...
בן תמליוןאיך ציה צוריק דעמאלט. אזוי האט מיר איינע וואס קען איהם געזאגט. אפשר איז עס זיין באבע? אדער האט יענער פארמישט טאטע מיט מאמע וכו'.
נו, אז דו ציהסט שוין יא צוריק, אפשר זאלסטו סתם שווייגן?
נישט די טאטע, נישט די מאמע, נישט די זיידע, נישט די באבע, זענען פריי.
זיינע זיידעס און באבעס זענען אידן יראים ושלמים. (קאפל שווארץ, בעמח"ס יקב אפרים איז זיין מאמע'ס פאטער.) זיין מאמע איז א אשה כשרה אין בארא פארק, אינגאנצן פרום. זיין טאטע איז מאדערן ארטאדאקסיש, א חשוב'ער רב און מגיד שיעור, און גייט נאך שטריימל-בעקיטשע ווען ער קומט שבתים/ימים טובים/שמחות אין בארא פארק.
אינטערעסאנט איז אבער צו זען וויאזוי די שמועות קעסל ארבייט אין ריעל טיים. אז איין ליגענט שטימט נישט, פרובירט מען גלייך א צווייטס און א דריטס.
שלום, אז ביסט דא אפשר קענסטע אריינקימען אין
די אשכול,איך פראביר צו פארשטיין דיין זייט פארוואס דו האלסט אז יענע איז גערעכט, פון א נייטראלע פראספעקטיוו אן אריינמישען OTD דערין.
גוט אייך צו זעהן דא צוריק שלום. פארט וועט איר מיר מודה זין אז שמואל'ס פאל, ווי זיין חסידישער פאטער איז געווארן מאדערן ארטאדאקס, איז ווייט פון טיפיקעל און מען קען נישט מאכן א גזירה שוה צו אנדערע. איך גלייב אז סעם באקומט פולע שטיצע פון זיין טאטן. איך מיין איר וואלט עס געוואונטשן אויף אלע או טי די'ס.
אגב ליגט מיר אין קאפ אין העלע ווינסטאנס בוך "אנטשאסען" באשרייבט זי איינעם א תלמיד חכם פון בארא פארק וואס האט זיך ג'געט און באקומען א פאסטן אין א מאדערן שולע. איז ער סעם'ס פאטער? די דעטאלן שטימען. איך געדענק אז יענער האט געהאט ערנסטע טענות און ספיקות אויפן גאנצן סיסטעם. איך האב נישט די בוך פאר מיר.