☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

276 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3438
בלאט: 1 2 3 4 5 6

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 5:15 pm

· #348454
איך טריי סתם צו פארשטיין מיט וואס איז 'ליבעלע פאלאקי' מער קיהלער און פענסיער ווי 'ליבי פאללאק' ?

טמיר » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:12 pm

· #350567
Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
שרעקליכע חילול השם. ריטוירן פאליסי אנדערש ביי חרדישע געגענטער
http://www.vosizneias.com/249993/2016/0 ... z+Neias%29

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:47 pm

· #350602
נישט געפערליך, ס'איז א היימישע קאמפאני.

צו הערן וואס דער בעה"ב זאגט, זעה דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1295684

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 6:22 am

· #356548
https://www.fbi.gov/wanted/wcc/aryeh-greenes

https://www.fbi.gov/wanted/wcc/aviv-mizrahi/view

מיש-נייעס » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:32 pm

· #356737
קוק די לינק אין ישראל היום
געמאכט א בער פון א אומשילדיגע שרדה

http://www.israelhayom.co.il/article/434407

אויסגעדרייט זיינע ווערטער
און ניצט פאר א שטעקן פאר זייערע אג'ענדעס קעגען די חרדים

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 2:36 am

· #356750
מיש-נייעס: זייער קארעספאנדענט האטציך נאר טועה געווען מיט א קלייניגקייט. זיי זענען בכלל נישט גוט אין די קליינע פרטים ווען ס'קומט צו חרדים. דער הרב יואל ראטה האט בכלל נישט קיין שום שייכות צו תולדות אהרון. אויסער דעם פאקט וואס זיין נאמען איז אויכעט ראטה. ער איז א ברסלב'ער תלמיד מיט זיין אייגענעם דרך אין מפרש זיין דאס חסידות. און ער האט א גרויסן עולם פון אנהענגערס...!

מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 7:02 pm

· #356787
זיי גייט עס נישט אן, אז זיי זעהען א חרדי'שע רב רעדט אז מען דארף גיין ארבעטן, איז דאס זיי שוין א קרן,
איי, הא לן והא להו, און ארצות הבריט... איז די דרך העולם צו גיין ארבעטן, מען לאזט ארבעטן, מ'מאכט נישט משוגע מיט'ן צה"ל, נחל חרדי ליב"ה ודומיהם
און עס זיצט א יונגערמאן נאך דו חתונה אין כולל און קומט און גייט און גייט און קומט שוין!
אבער זיי כאפן זיך אן אויף א שטרוי העכערן וואסער.

חוץ פון דעם זענען די "שרייערדיגע קעפלעך" חרדי שלא הולך לעבוד הוא גנב סתם שקר, ווייל מכלל לאו אתה שומע אז חילוני (וואס "אאאלע" גייען ארבעטן) איז נישט קיין גנב, וואאס אגב זענען זיי סתם אזוי גנבים
און ווי אזוי דער יהודה שלזנגר האט שוין געוויסט צו זאגן אז ער איז א שטארקער און אנגעזענע רב ביי די חרדים

זיי זענען נישט גוט אויף כלל אויך נישט נישט נאר אויף פרטים...

דרך אגב זאגט ער זייער גוט, איך האב געוואלט לייגן א סקרין שאט פון די כתבה, ווייל דא אין אמעריקא איז עס יא נוגע, אבער גיי רעכן דיך אויס מיט די גבאים, ווער עס קען יא אדער נישט לייגן א בילד
שוין זאל זיין אזוי,

עניוועי איך האב דיך געלייקט, אויב דו פייגער'סט פאר א לייק!

מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 7:04 pm

· #356788

מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 7:05 pm

· #356789

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 12:24 am

· #356808
מיש-נייעס: קודם א ייש"כ פאר דעם לייק. די איזראעלי צייטונגען און מעגעזינס (אפילו די חרד'ישע). זענען נישט פונקטליך מיט די פרטים פון מענטשן און שטעט.
אויף א געוויסן אדמו"ר האב זיי שוין 3 מאל געשריבן אז ער איז געשטארבן. און ער איז ב"ה חי וקיים מיט אלע מפרשים. וויל ווען ס'קומט ארויף אויפ'ן קאמפיוטער א געוויסער נאמען פון אן אדמו"ר וואס איז נפטר געווארן, קומט אויך ארויף בטעות זיין בילד. און זיי האבן נישט קיין מענטשן (עדיטארס) וועלכע זאללן פערזענליך קענען אדער האבן געהערט איבער די פערזענליכקייטן וועם זיי באשרייבן.אויך מיט שטעט פון די יו.עס. מישן זיי אויס די יוצרות. אויב ס'איז פארהאן א שטאטו מיט אן ענליכן נאמען פארטוישן זיי עס. אפילו ס'איז כרחוק מזרח ממערב...!.

מיש-נייעס » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:37 am

· #356818
אוקעי איך הער.
אגב ווער איז דער אדמו"ר אוי מעג מען וויסן, אפשר די קינדער ווילן שוין ירש'נן "רבינו בחייו..."

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 11:50 am

· #356833
מיש-נייעס: ניין. דעם נאמען פון אדמו"ר וויל איך דא נישט שרייבן (אפילו נישט אין אישי. טריי אפילו נישט.) מכח כמה טעמים הכמוסים. נאר אויב דו ביסט א רעגולערער ליינער פון ..."משפחה".. וואלסטו אויכעט געוואוסט...!

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 2:03 am

· #356910
א באריכט פון א BBC אינוועסטעגעשאן אין די קלעימס אז חרדים אין ענגלאנד אינטימידעיטן און הארעסאן די וואס לאזן איבער די קאמיונטי, און טוהן זאמלען נדבות ביים היימישען עולם פאר לויערס צו קעמפן אנטקעגן די נושרים אין געריכט אז מזאל אוועקנעמען פון זיי זייערע קינדער.

Inside the closed world of Hasidic Jews in the UK are stories of mothers who risk everything in order to leave their communities, with their children
Emily and Ruth are two women who found themselves locked in lopsided battles - facing harassment, intimidation, and crowd-funded lawyers
.Neither of them realised what it would cost them

http://www.bbc.co.uk/news/resources/idt ... bee5b2251f

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:45 am

· #356914
פשוט וברור.

Although the Haredi community does not speak with one voice, or indeed always see itself as one entity, the BBC spoke to some leading members in the Stamford Hill area of London,
which has the largest concentration of the city's Hasidim. A view that was expressed several times was that, when they married, Emily and others like her agreed to raise their children in the community.

A parent is free to leave, they say, but they don't have the right to disrupt their children's lives, especially if it means alienating them from the rest of their family and taking them far away from a life they are used to. Some children would also naturally choose to stay with what they know.

They added that the parent staying within the community might see their children being exposed to a culture that could be harmful to them and that it's natural for them to be concerned.

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 4:50 am

· #356919
Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
כאטשיק די פאשטון מיטגלידער זענען נישט זייער ארגאנאזירט אדער בכלל פאראייניגט אלעמאל, האבן מיר קאנווינט מיט די זקנים און עלטסטע פון די פאשטון קאמיוניטי אין א נעיבערהוד וואס ווערט פרעדאמינענטלי געזעהן ווי א טאליבאן דאמינירטע טעריטאריע. א בליק וואס אלע האבן אייניג געהאט איז אז "די ספעציפישע משפחה איז געבוירן אין דער שבט, דער קאמיוניטי, דער דערפל און דארט האבן זייערע עלטערן זיי חתונה געמאכט. זיי האבן קאמיטעד צו לעבן לויט די פאשטונאלי טראדיציע, אלזא יעצט ווען איינער איז מחליט אוועקצוגיין צו די אוזבעקן אז אלץ פיין און וואויל וואס שייך אים אבער זיינע קינדערס' לעבן טארן מיר נישט צולאזן ער זאל צושטערן. אויך זענען די קינדער שוין צוגעוואוינט צו די פאשטונער לעבן איז נאר נאטורליך אז זיי ווילן בלייבן מיט וואס זיי ווייסן. (באקאנט אז מיר זענען שטארק פאר נישט אויסרייסן נאטור. ספעציעל קינדער'ס.) די אנדערע מיטגלידער אין די שבט זעען די אוזבעקן קולטור ווי א געפאר צו די המשכה פון די פאשטונער טראדיציע אלזא אין ליכט פון דעם איז נאר פארשטענדליך און נאטורליך [און דערפאר מוז אויך פארשטענדליך זיין צו ענק] אונזערע קאנסערנס. (כידוע זענען מיר שטארקע פראפאנענטס פון ליבערעל רעלעטיוויזם.)"

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שצם_חנכל » זונטאג אפריל 2, 2017 9:11 pm

· #367957
פאזיטיוו? נעגעטיוו?

א בליק אינעווייניג איינע פון די וועכענטליכע footsteps צוזאמענקום באגלייט מיט קרישקעלעך און אנאליז:
https://www.nytimes.com/2017/03/30/maga ... -life.html

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 1, 2018 1:48 pm

· #404294
http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... story.html

ווען וועלן ערוואקסענע מענטשן פארשטיין ווי נעריש די לעלאס זענען און אז סמאכט אונז אלע אויסזען ווי קליינע קינדער?

שבת אחים » פרייטאג יוני 1, 2018 2:32 pm

· #404302
שצם_חנכל
פאזיטיוו? נעגעטיוו?

א בליק אינעווייניג איינע פון די וועכענטליכע footsteps צוזאמענקום באגלייט מיט קרישקעלעך און אנאליז:
https://www.nytimes.com/2017/03/30/maga ... -life.html

Another woman in her early 20s, sitting on the sofa in jeans with one leg slung over its arm, told us she had spent most of her life being molested by her father. She told the group that recently she had taken to advertising online, saying she followed the laws of family purity — going to a ritual bath after menstruation, not having sex during her “unclean” week — and that she was available for sex in exchange for money. Ultra-Orthodox men visited her at all hours, and they cheated on their wives, having sex with this ritually pure young woman in her apartment. When the men finished, they told her what a shame it was that she was off the derech, that she seemed nice, that she should try again at a religious life.

די שטיקל קוקט אויס צוזיין נעגעטיוו.

ס׳דערמאנט מיך. איך האב געטראפן א גרופע פון ״היפסטערס״ פון גרינפוינט ברוקלין וואס האבן געארבעט פאר די בערני סענדארס קאמפיין. האבן זיי מיר פארציילט אז זייער לענדלארד איז א היימישע חסידישע איד. ווען זיי האבן געדינגען די אפארטמענט פון אים האט ער זיי ״אויסגעשפילט״ און נישט געהאלטן ווארט לויט די קאנטראקט/ליעס. האט זיך איינער פון די יונגלעך אנגערופן ״איך בין אויך א איד-מיין טאטע איז א אידישע ריעל-עסטעיט לויער פון מאנהעטן״, און אז איר גייט נישט איינהאלטן די קאנטראקט וואס איר האט אינטערגעשריבן וועלן מיר אייך קלאגן אין קאורט.
האט זיך דער חסידישע לענדלארד אנגערופן אה! ביסט א איד. איך האב דא תפילין אפשר ווילסטו לייגן תפילין??? פרעגט אים יענער פרייע היפסטער ״אין די עשרת הדיברות שטייט דאך לא תגנב, און וועגן קיין תפילין ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט״...

זיי זענען ביזי מיט פרייע זאלן לייגן תפילין בשעת זיי האלטן אינמיטן באגנבנן יענעם... 😕 😢

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 1, 2018 2:56 pm

· #404305
שבת אחים: דאס איז א טיפשות. (סיי די רעפארט פון ענגלאנד. און סיי די מעשה וואס דו האסט פארציילט.). די מענטשן כאפן נישט וואס זיי אליינס טוען. איין האנד ווייס נישט וואס די צוווייטע טוט. אויסער דעם חילול השם...!

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:39 pm

· #418563
כ׳ווייס נישט צי עס באלאנגט דא:

Leah Forster Says She's Getting Push-Back From Orthodox Jewish Community When All She Wants To Do Is 'Make People Laugh'
https://newyork.cbslocal.com/2018/12/11 ... ne-kosher/

שווערע דאגות! 😂

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:21 pm

· #418577
Meanwhile she ends up being in a state of depression herself...!

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:49 am

· #418623
berlbalaguleh
Meanwhile she ends up being in a state of depression herself...!

לאה פאוסטער?
נעה! איך גלייב נישט. איך קען איר גוט. זי לעבט און לאכט. זי האט א גיטע ביזנעס, זי מאכט אסאך געלט. זי טוט וואס זי וויל. די אלע אנדערע זאכן איז בעלאוני.

הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:01 am

· #418641
איך קען איר נישט
אבער א מאטרעליסשע לעבן פין האבן געלט און א גוטער ביזנעס האט זייער א קליינע שייכת מיט נישט זיין דיפרעסד
איך בין זיכער שבת אחים אז דו ווייסט דאס אויך

קלונימוס » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:56 am

· #418653
וואסערע ביזנעס האט זי?

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 12:17 pm

· #418656

כלבאשבוע » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:21 pm

· #447037
געפערליכע בזיון המת און בזיון כלל ישראל ביי ר׳ חיים מערץ לוי׳

#קאראנע
בלאט: 1 2 3 4 5 6