☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער ''אפריל פולס דעי!!'' אין קאווע שטיבל...

דער ''אפריל פולס דעי!!'' אין קאווע שטיבל...

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3324

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 1:56 am

· #100534
דער ''אפריל פולס דעי!!'' אין קאווע שטיבל...
מיר האלטן שוין ערב אפריל דעם ערשטן, אין געוויסע הויפן פירט מען זיך צו מאכן וויצן און טרייבן שפאס. אזוי ווי אפריל דער ערשטן געפאלט אינעם זיבעטן פון פסח ווען רוב רובו קאווע ליינער סעלעבריטירן די ניסים ונפלאות שראתה שפחה על הים (אז א גויטע האט עס מיטגעהאלטן איז דאך עס גענוג קיהל פאר מיר אויבער חכם אויך, ניין? --כ'פארפאר שוין דא, סארי) האב איך אנגעפרעגט מיין דיין, און א פסק איז ארויס אז אין אזא פאל קען מען מקדים זיין ערב יו"ט.

אין א בחינה פון באותו מקום באותו "זמן" האט מען עס די יאר מקיים געווען טאקע טאקע טאק'ן מיט א זאפטיגן ארטיקל איבער אפריל פולס דעי אזוי אז דער עולם זאל כאטש האבן אן איידיע וואס פארא וויץ מ'פולט (pull) דא ארויף אויף זייערער אייגעלעך... מקורה מה היא?

אזוי שטילערהייט האט זיך עס אדורכגעגליטשט, נישט יעדער האט געליינט, מאנכע האבן נישט געוויסט צי אפשר דארפן זיי נייע ברילן, געוויסע האבן גאר קאלט געמאכט ס'גאנצ'ן ענין... אבער כ'בין זיכער אז דאס רוב האבן עס אנגענומען ווי וואוילע שעפעלעך.
~~~~~
אזא לאנגן - נישט ווי זיין שטייגערישן מהלך - ארטיקל ארויפגעלייגט (נישט געשריבן 😈 ) דורכ'ן באליבטן לעמיל האט געמאכט זיין וועג אריין אינעם היסטארישן פארום, אזוי אפצייכענענדיג דאס ערשטע אפריל פולס וויץ אינעם שטיבל....... 😛

יעדער ניק האט זיך זיין מהלך פון שרייבן, ארויסברענגן, עקספרעסן, גרעמער, ספעללינג. ס'לא הרי זה כהרי זה, {דער צד השוה שבהן איז אז אונז אלע שטיפן מיר פיין די צייט 😉 } און אזוי ווערט יענער פראגרעמירט אין אונזער מח'ל.
~~~~~~~~
אונזער וואן ענד אנלי יידל האטאך א זילבערנעם פעדער (מיט אסאך געדולד), אונזער לעמיל איז דאך א הומאריסט מיט א גאלדען הארץ, דיין זר זהב איז דאך א גוטער אנדרייער, און וואס געשעט ווען די 3 טרעפן זיך צאם??

האבן מיר מטכס עצה געווען, מיר איבייגעפאלן אן ארטיקל איבער אפריל פולס דעי... יידל האט זיך גענומען צו די ארבעט אפצושרייבן ס'ארטיקל, איך האב עס אביסעלע מגיה געווען אז ס'זאל נישט זיין נאך קאווע טרינקער'ס, און לעמיל האט עס ארויפגעלייגט. (קיינער האט נישט געהעקט!)

אבער דא האט זיך דער יצר טוב אריינגעמישט. לעמיל איז געקומען מיט א טענה, ס'נישט פעיר, "וואס פארדין איך דערפון?" פרעגט ער, און מיט רעכט. האמיר זיך אראפגעזעצט און אפגעשריבן שטרי ברורין ביי א זבל"א (מאכט סענס?) אינעם נוסח השטר שטייט צווישן אנדערע:

"אלע לייקס וואס גייען קומען צו יענעם ארטיקל מוז בלייבן ביי לעמיל!" דער נוסח ליינט זיך ווייטער: "ס'זאל נישט וואגן עימיצער פון די וואס האבן געלייקט לעמיל'ן אווקצונעמען דאס לייק נאכן געוואר ווערן וואס דא איז פארגעקומען". "און ווער ס'וועט אויספאלגן דעם פסק דין תבוא עליו ברכה"


מיר האפן אז יעדער וועט אויספאלגן, און האטס מיר אלע א גוטן יו"ט.

זיצענדיג ביים אפריל פולס טישל: יידל, זר זהב, לעמיל.

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 2:48 am

· #100551
עמיר מיזן צו ווארטן ביז אפריל דעם צווייטן, סארי דעם דריטן... צו וויסן וואס דא איז פארגעגאנגען, און צו זר פראבירט אונז יעצט אריינצודרייען אין א אפריל דער ערשטער פאסטקע...

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 2:49 am

· #100552
איך גיב דעם מיקראפאון פאר יידל... לעמיל ארבעט נישט מארגן

לעמיל » זונטאג מערץ 31, 2013 2:02 pm

· #100658
יא איך קען עס קונפירמען.. יש כח זר פאר די גיטע אפריל פולס איידיע!! און פאר יידל וואס האט צוגעשטעל אזא פיינים ארטיקעל .כ'בין העפי געווען דיר ארויסצוהעלפן צוזאמען מיט יידל. א גוטען יו"ט אלע,

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 4:24 pm

· #100709
יידל, שרייב דא אפאר ווערטער דער עולם זאל דיך קענען געבן דיין פארדינטן לייק.

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 4:29 pm

· #100713
יא ביטע! און להבהרה בעלמא, מ'מעג נאך לייקן לעמיל!

יידל » זונטאג מערץ 31, 2013 4:33 pm

· #100714
ראה ראיתי מה שכתבו אודותי הני תרי צנתרי דדהב"א ה"ה הרבני התורני פטיש החזק יפוצץ סל"ה זר הכהן זהב, המכונה זערעלע בלשון חבה ואיתו כלומר עמו וגם לרבות הרבני התורני לעמיל לעמילאוויטש הי"ו אב"י בקרתא דקפיה, והנה נתקיימו בהם מה שאמרו ז"ל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם, ובדרך צחות אפשר לומר האומר דבר כאילו בשם אומרו, מביא גאולה, כלומר לייקס, לעולם ודפח"ח. והשי"ת יעזור שנזכה ללון בעומקה של תורה עבגוא"צ בעגלא דידן ממש למטה מי' טפחים. כו"ח בעיצומו של מועד, פעיה"ק ק-ש תובב"א, הק' יידל

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 4:51 pm

· #100720
יהודה אתה יודך אחיך!
אוצרות מלא דהבא, משפיע לנו בכל עת ומענה, הודעות מלאים ידיעות, מכל קצוי תבל ומלואו, ראש דקהילתינו המעטירה, ידיו רב לו בכל הנסתרות, ועל כולם מידותיו הנעימות!
יה"ר שתזכה לעמוד על מכונך ימים רבים ונעימות, ותשפיע לנו מאוצרך המליאות, ומידך הבריכות, לצמאי חסדיך ולרעיבי טובך!

ערב חג השביעי
מתכוננים לגוזר ימא בבית מדרשא
הק' משה געציל

גאלד » זונטאג מערץ 31, 2013 5:31 pm

· #100746

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 5:33 pm

· #100747
אין מערבין שמחה

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 2, 2013 9:30 pm

· #100796
משה געציל
עמיר מיזן צו ווארטן ביז אפריל דעם צווייטן, סארי דעם דריטן... צו וויסן וואס דא איז פארגעגאנגען, און צו זר פראבירט אונז יעצט אריינצודרייען אין א אפריל דער ערשטער פאסטקע...

ס'איז גארנישט קיין ספק.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 2, 2013 9:36 pm

· #100798
אפריל פול'ס דעי וויץ.
דער גרעסטער (און אפשר, בעסטער) אפריל פול''ס דעי וויץ איז די העדליין אין דער איד. "כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג". שפעטער אין ארטיקל (פאר ווער ס'האט נישט איבערגעמישט דאס בלעטל) איז געשטאנען "האדמו"ר מבעלז-מאכניווקא".

זר זהב » דינסטאג אפריל 2, 2013 9:54 pm

· #100802
לייג ארויף א קאפיע פליז

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 2, 2013 10:29 pm

· #100806
זר זהב
לייג ארויף א קאפיע פליז

ס'ליגט מיר אין זיכרון. ס'איז נישט געפיילט מיט א סיידער. איך בין נישט אזוי משוגע אוועקצולייגן יעדן אינטרעסאנטן ארטיקל אדער העדליין פון אלע צייטונגען.

לעמיל » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:22 am

· #100876
berlbalaguleh
דער גרעסטער (און אפשר, בעסטער) אפריל פול''ס דעי וויץ איז די העדליין אין דער איד. "כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג". שפעטער אין ארטיקל (פאר ווער ס'האט נישט איבערגעמישט דאס בלעטל) איז געשטאנען "האדמו"ר מבעלז-מאכניווקא".

דעי יאר? אדער דו רעדסט פון א אלטע זאך?

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:53 pm

· #101061
לעמיל
berlbalaguleh
דער גרעסטער (און אפשר, בעסטער) אפריל פול''ס דעי וויץ איז די העדליין אין דער איד. "כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג". שפעטער אין ארטיקל (פאר ווער ס'האט נישט איבערגעמישט דאס בלעטל) איז געשטאנען "האדמו"ר מבעלז-מאכניווקא".

דעי יאר? אדער דו רעדסט פון א אלטע זאך?

אלטע זאכין. כדאמרן.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 7:44 pm

· #102263
אוהב דעת האט שוין דערמאנט עפעס בענין זה דא

גאלד » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:23 pm

· #194337
נעכטן איז געלאפן אויף די ראדיא די באקאנטע רעקלאמע פון 1877-KarsForKids
ווי א יונגל זינגט אזא תנועה'לע ס'ענדלט צו "איי איי איי ציון, איי איי איי ציון"... (הלא תשאלי)
נעכטן נישט מער אין נישט ווייניגער דער ניגון איז געגאנגען

one eight five five kids for kar, donate your kid today

ס'אינטערסאנט ווי זיי פארלאזן זיך שוין אז יעדער ווייסט די ארגינעלע עד, און מ'העט גלייך כאפן אז דאס איז וויץ,

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:39 pm

· #194455
גאלד

one eight five five kids for kar, donate your kid today

www.kids4kars.org/assets.asp

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 10:07 am

· #469142
איינער האט עפעס א גוטן וויץ?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 1, 2021 2:02 pm

· #469156
Re: דער ''אפריל פולס דעי!!'' אין קאווע שטיבל...
פאר אן אפריל פולס וויץ האב איך געלייגט א דאנקין דאונאטס ליידיגע באקס אופ'ן קאונטער מיט א צעטל דערין Happy april fools - [emoji3590] פארן ארויסגיין דאווענען, איך האב נישט זוכה געווען צו זען איר רעאקציע אבער זי האט מיר געזאגט אז זי האט עס נישט אנגעקוקט אנדערש ווי ווען כ'האב עס געטוען צום גדליה......