שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3304
שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג
לויט די שמועות וואס מ'הערט די לעצטע פאר שעה זענען צד מהרי"י און מהר"א איינגעגאנגן אויף א דיעל אפצושטעלן די מחלוקת איבער די בנינים אין וויליאמסבורג און די סאטמארער קעמפס.
דער דיעל לויטעט אז דער מארסי ארמארי ווערט פארקויפט דורך די גאווערמענט פאר ביידע צדדים, און די זאלונים געבן צושטייער 7 מיליאן דאללער פארן מקח אויפן אהרונישן העלפט, און די אהרונים הערן אויף מיט זייער תביעות אויף אלע סאטמארע בנינים אין וויליאמסבורג, די מצה בעקעריי און די פיר קעמפס, עקסקלאדעט דעם נייעם ביהמ"ד.
איינער האט עפעס מער אינפארמאציע?
ניין, ס'קוקט מיר מער אויס ווי עפעס א דמיון, אבער איך וויל אזוי שטארק אז דער נארישער מחלוקה זאל זיך שוין אמאל ענדיגן, אז איך קען אפילו באשטיין אז דאס זאל זיין אמת
הדד טייערע , סאטמאר איז שוין יארן נישט געווען מחלוקה'לאז,
יעצט איז זייער שטיל אפי' ס'איז נישט שלום, נו אפשר לוינט זיך צו בלייבן מיט דעם פאליטיק ווי איידער גיין ווייטער צו א נייע?...
מיין מיינונגלויט די שמועות וואס מ'הערט די לעצטע פאר שעה זענען צד מהרי"י און מהר"א איינגעגאנגן אויף א דיעל אפצושטעלן די מחלוקת איבער די בנינים אין וויליאמסבורג און די סאטמארער קעמפס.
דער דיעל לויטעט אז דער מארסי ארמארי ווערט פארקויפט דורך די גאווערמענט פאר ביידע צדדים, און די זאלונים געבן צושטייער 7 מיליאן דאללער פארן מקח אויפן אהרונישן העלפט, און די אהרונים הערן אויף מיט זייער תביעות אויף אלע סאטמארע בנינים אין וויליאמסבורג, די מצה בעקעריי און די פיר קעמפס, עקסקלאדעט דעם נייעם ביהמ"ד.
איינער האט עפעס מער אינפארמאציע?
איך ליין איבער דעם שטיקל נאכאמאל און נאכאמאל.
עס זעט מיר אויס אז עס איז א חלום!
א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער
📎 photo (5).JPG
די מעשה איז אמת און עס איז שוין אונטערגעשריבן דורך ביידע צדדים ביים גאווערנערס אפיס.
בקיצור הדברים איז אזוי:
דער גאווערנערס געהילף אבי אייזנער האט זיך אריינגעלייגט בתוך הדברים נאך די אלע קאפ פארדרייענישן בנוגע די קעמפ'ס
און מען איז געקומען צו די החלטה אז דער ארמארי אין וומ"ס גייט מען צו טיילן אין העלפט, די ארונים נעמען די זייט פון מארסי {די קלענערע זאל} און די זאלונים די העריסן זייט, די זאליס דארפן געבן 7 מיליאן פאר די ארוינים, און ביידע צוזאמען דארפן געבן פאר די סטעיט 18 מיליאן פאר די ארמארי און די ארוינים דארפן אויפגעבן די תביעות אויף די קעמפס און מצה בעקעריי.
דאס איז בערך די בילד און עס איז נאך דא געוויסע פרטים וואס וועלן זיך ארום טוישן בהמשך הזמן
די פייט וועט נאך מסתמא ווייטער אנגיין על מי מנוחות, בכל תוקף די זאליס עסן טריפות און די ארוינים חמץ וכו' וכו'
פרטים יבואו.
Whatw with new shul rodney beis hachaim etc
סאונד'ס ווערי סימפעל. הלוואי אזוי מיט די איזרעליס און די פאלעסטינער. אבער וואס טוט מען מיט קרית יואל? כ'האף די מהרז"ל חברה וועלן כאטש פארלאנגען צו עפענען א טירל פונעם ביה"ח החדש צום ביה"ח הישן מער פון דעם גלייב איך נישט אז ס'איז דא דארט וואס צו פארהאנדלען
shem-tovסאונד'ס ווערי סימפעל. הלוואי אזוי מיט די איזרעליס און די פאלעסטינער. אבער וואס טוט מען מיט קרית יואל? כ'האף די מהרז"ל חברה וועלן כאטש פארלאנגען צו עפענען א טירל פונעם ביה"ח החדש צום ביה"ח הישן מער פון דעם גלייב איך נישט אז ס'איז דא דארט וואס צו פארהאנדלען
איך הער אז בשעת די זיצנגען איז אויפגעברענגט געווארן די וואנט פון די ביה"ח
און צד מהר"א האט געזאגט אז אויב מהרי"י געבט אויף די תבועות אויף בני ברק קומט אראפ די וואנט...
ונראה מה יהיה בחלומותיו....
אויס מענטשדי מעשה איז אמת און עס איז שוין אונטערגעשריבן דורך ביידע צדדים ביים גאווערנערס אפיס.
בקיצור הדברים איז אזוי:
דער גאווערנערס געהילף אבי אייזנער האט זיך אריינגעלייגט בתוך הדברים נאך די אלע קאפ פארדרייענישן בנוגע די קעמפ'ס
און מען איז געקומען צו די החלטה אז דער ארמארי אין וומ"ס גייט מען צו טיילן אין העלפט, די ארונים נעמען די זייט פון מארסי {די קלענערע זאל} און די זאלונים די העריסן זייט, די זאליס דארפן געבן 7 מיליאן פאר די ארוינים, און ביידע צוזאמען דארפן געבן פאר די סטעיט 18 מיליאן פאר די ארמארי און די ארוינים דארפן אויפגעבן די תביעות אויף די קעמפס און מצה בעקעריי.
דאס איז בערך די בילד און עס איז נאך דא געוויסע פרטים וואס וועלן זיך ארום טוישן בהמשך הזמן
די פייט וועט נאך מסתמא ווייטער אנגיין על מי מנוחות, בכל תוקף די זאליס עסן טריפות און די ארוינים חמץ וכו' וכו'
פרטים יבואו.
די זאליס דארפן זיין גרויסע בהמה'ס איינצוגיין אויף אזא דיעל
עס ברענגט זיי נישט גארנישט נאר מער קאפ ווייטאג, ווייל מארגן העלן די ארונים קומען אין בעטן נאך 10 מיליאן דאלער אין אויסטויש אפצולאזן די קלאגעס אויף די ראדני שוהל, אין איבער מארגן וועלן זיי בעטן 50 מיליאן דאלער פאר די נייע ביהמ''ד אין וועלן ארויסנעמען א שיינעם רווח פונעם גאנצן געשעפט
כך הוה די עמך זאליס זענען זייער נישט צופרידן פונעם דיעל
און אזוי אויך טייל פון די פירערס
איך האב היינט געהערט פון איינעם אז דער שלום איז ממש א געצווינגענע זאך פונעם גאווערנער
ער האט ביידע געסטראשעט טאמער מקומט זיך נישט אויס
Is the deal not including rodney if yes it is agreat dealfor the zalis
די זאליס זענען יעצט מיט געבינדענע הענט בנוגע דעם קעמפ, זיי קענען גארנישט טון, און דער גאווערנער האט זיי געסטראשעט אז מ'עפנט עס נישט, דערפאר מוזן זיי זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און די זאליס וועלן ליבערשט צאלן גרויס געלד ווי איידער צו געבן א קעמפ, כדי צו קענען איינרעדן פאר די קעלבלעך אז מ'האט געוואונען.
ווען די זאליס זאלן דארפן ראס אזוי שטארק ווי זיי דארפן דעם קעמפ וואלטן זיי טאקע געווען אין בעד שעיפ, למעשה איז נישט עס אזוי וויכטיג לאזט מען עס פארשפארט, און איה"נ אויב זיי זאלן האבן אזא שלימזל מיט ראדני אז מען זאל דארפן רינויען א פערמיט וכדו' זענען זיי אין בעד שעיפ און מען וועט זיך ווידער דארפן זעצן צום פארהאנדלונגס טיש.
בכל אופן שמועסט מען אז דער אייזנער וויל ברענגן א טאלק צו אלעם און מען זאל פארהאנדלען איבער וויליאמסבורג אויך, און דער סוף פסוק גייט מן הסתם זיין געלד, ד. ה. די זאליס וועלן צאלן פאר די ארונים, ווייל ס'גייט זיי נישט פאסן צו געבן בנינים, און אין דיס פוינט מיין איך איז קיינער נישט אינטערעסירט אין ראדני (איך רעד אינעם בנין), נומער איינס ס'איז צו קליין, און נומער צוויי ס'איז שוין היינט בכלל נישט אין געגנט, דארטן וואוינען אלע אלטע אידן, די אינגעלייט מבן שלשים ועד חמשים וואוינען שוין היינט מער אין ניי וויליאמסבורג, און א צענטראלע פלאץ וועט זיין דאס בעסטע ביים גרעניץ פון אלט וומסב"ג און ניי וומסב"ג.
און איך מיין אז נאך די פארהאנדלונג אין וויליאמסבורג, געב עס א פאר יאר און מען וועט זיך אי"ה משדך זיין....
ונזכה ונחי' ונראה
משה פריעדמאן זאגט : נאו דיעל
די פראקציעס אינערהאלב זענען צוטיילט רוב שטיצן עס יא די שטרות זענען גרייט און טייל אונטערגעשריבן
עמיר זעהן כוחו של אותו גבאי מהו
I hope deal works out there is no point in fighting anymore ther is two huge companies the only people that want to fight are afew ego people that think the could bring down the other side wake up and smell the cofee there are 2 huge rebbes to st
יוי, פליז, ענדיגטס דעם נארישן פייט, פאר העווען סעיק, פאר ענקערע קינדער און אייניקלעך'ס סעיק. גענוג געווען אפצו'הרג'ענען איין דור.
ענדיגט מיט אלעם, ראדני, שמאדני, ראס, ביעמס, וואטעווער, אבער ענדיגטס שוין אמאל. איך ווייס איר גלייבט נישט אין באשעפער, אבער כאטש פאר ענקערע קינדער.
וויאזוי איז דער דור געהארגעט געווארן? אין מיינע אויגן האבן די צוויי סאטמאר'ס גאר געברענגט א ברכה פארן דור. יעדער וויל ווייזן אז ער איז פרומער און ערליכער, טוט מער אויף פארן כלל וכו', און דער רבים האט דערפון הנאה.
איך גלייב שווער אז דיר באדערט די לשה"ר און רכילות, ווייל ווען ס'זאל זיין א גוט שטיקל לשה"ר אויף א פארפאלק וואס האט זיך נארוואס אפגעטיילט, מיין איך אז די אלע וואס שרייען נו נא ביי די סאטמארע מחלוקה, וואלטן זיך נישט צוריקגעהאלטן קיין איין רגע פון בוחש זיין בקדירה צו וויסן פונקטליך וואס און ווען ס'האט פאסירט.
מיין מיינונגוויאזוי איז דער דור געהארגעט געווארן? אין מיינע אויגן האבן די צוויי סאטמאר'ס גאר געברענגט א ברכה פארן דור. יעדער וויל ווייזן אז ער איז פרומער און ערליכער, טוט מער אויף פארן כלל וכו', און דער רבים האט דערפון הנאה.
איך גלייב שווער אז דיר באדערט די לשה"ר און רכילות, ווייל ווען ס'זאל זיין א גוט שטיקל לשה"ר אויף א פארפאלק וואס האט זיך נארוואס אפגעטיילט, מיין איך אז די אלע וואס שרייען נו נא ביי די סאטמארע מחלוקה, וואלטן זיך נישט צוריקגעהאלטן קיין איין רגע פון בוחש זיין בקדירה צו וויסן פונקטליך וואס און ווען ס'האט פאסירט.
פרעג זיך נאך שטילערהייט ביי די רבנים און (אמת'דיגע) עסקנים וואס פאר א חורבן דאס האט אנגעברענגט ביי די חינוך פון די אינגע דור, ביי וועמען אלעס (כמעט ביזן רבוש"ע אליינס) איז געווארן א ביליגע שפיל פון ליצנות און פאליטיק.
לגבי דעם לשה"ר טייל ביזטו נישט גערעכט (עכ"פ ביי מיר) איך וואלט נישט געזוכט בוחש צו זיין בקדירה פון פריוואטע אידן (חוץ אויב איך שפיר באמת אז איך וואלט זיי געקענט העלפן) און ביי סאטמאר שטערט מיר נישט אז מען רעדט, נאר וואס מען רעדט און וויאזוי מען רעדט.
אוודאי נישט. איינמאל אזא געשעפט רינט ארויס צו די פרעסע איז קיין הוו"א נישט געווען אז דער גאווערנער גייט פאראויסגיין דערמיט. יעצט בלייבט נאר איבער צו חוקר ודורש זיין וועלכע צד האט געהאט א אינטערעסע דאס זאל ארויסרינען...
Dont be a shvatz kiker it does not mean deal is off but the gov has to say not true
דער דיעל איז נאכנישט אףף. די ארונים גייען איין דערויף. זיי האבן גארנישט צו פארלירען
אויך הגז"ל אליין גייט איין דערויף ער וויל האבן די קעמפס אפען. ער זעהט יעדען טאג די ביעמס פאר די אויגן וואס דערמאנט אים אז ער איז געבינדען ווי א שעפעלע.
ער האט אויסגעקראזט דעם שד משה און האט געשטעלט אפאר אנדערע זאלן פארהנדל'ן ווען משה איז געוואור געווארען פארפירט ער זייער. צו א מיטינג דעם חוה"מ ביי הגז"ל אין שטוב איז משה אלס פראטעסט נישט אנגעקומען נאר געשיקט מ"ד ווידער אלס שטעל פארטרעטער.
דער דיל לויטעט דערווייל אז די בילדינג ווערט צוטיילט פונקט אויף העלפט אין ס.פ. די העלפט וואס די זאליס באקומען זעהט אויס גרעסער פון אינעווייניג ווייל עס איז הויל. די אנדערע העלפט קוקט אויס קלענער ווייל עס האט אסאך ניצבארע אינפעסטראקטשער ווי צב"ש בעיסמענט. זייטיגע שטיבער וכדו'
די זאלונים מיזן געבן זיבן מיליאן דאללאר פאר סאטמאר אז דער דיעל זאל דורך גיין ובשכר זאת געבן די ארוינים אויף זייער תבועה אויף די קעמפס און די מצה בעקעריי.
וואס האט די ארמארי צוטוהן מיט די קעמפס? פארוואס זאלן די ארונים אויפגעבן זייערע תביעות אויף די קעמפס נאכן באקומען א חלק פון די ארמארי? פלאנען זיי דארט צו מאכן זייער קעמפ?... די גאנצע מעשה קוקט אויס א פיין געבראטן געבעקס מיט חמץ אום פסח ממש.
Cause they will get 7 mil...
סא פארוואס דארף עס גיין דורך די ארמארי בילדונג? זאל די גאווערנאר זאגן פאר די זאליס אז איך האלט אז די קעמפס געהערן פאר די ארונים זייטס מוחל, עטץ ווילטס די קעמפס? באצאלטס פאר די ארונים זיבן מעלאנעס,פארוואס דארף קומען א גאנצע שפיל, אז מגייט פארקויפן די ארמארי, די זאליס גייען באצאלן פאר די ארונים זיבן מעלאנעס, און נאכדעם דארפן ביידע צדדים אראפלייגן פאר די בילדונג אכצן מעלאנעס,די קעמפס מיט די מצה בעקערי זענען ווערט אסאאאך אסאך מער, סא די גאנצע זאך קוקט אויס איין שטיק באלאני.
ווי איך פארשטיי איז ווייל די זאליס זענען שילדיג סאך מער פאר די רונים ווי 7 מיליון דולער די ארמארי בילדינג באקומט יעדע איינער, אויך ווייל פערצען מיליון דולער פאר 50-60 מיליון דולער ועליוא איז א מתנה ממש און איז א פרי אינטרעס לאון אויכעט צו דיי זייט סוי סלוינט פאר יעדם.
אין אנדערע ווערטער די גאווערמענט ווארפט אריין אין די סאטמער אקונאמיע קרוב צו פופציג מיליון דולער...
וואס מיר געפעלט די מערסטע פונעם גאנצן שפיל דא, אז די ארוינים זענען דע וואס ווייסן פונקטליך ווער פון די זאליס זענען דערפאר, ווער עס איז אנטקעגן, נישט נאר דאס זיי גייען נאך ווייטער מיט די אינסייד אינפאו, און ווייסן גאר ווער עס איז נישט געווען ביים מיטונג, און פארוואס, און וועם מען האט געשיקט אלץ שטעלפארטרעטער, גיי איך אין ראדני קיינער ווייסט נישט גארנישט, קוים וואס מען הערט אפאר ישיבה קטנה בחור׳לעך רעדן דערפון..
הקיצור, גייטס אן! האטס א שמחת יום טוב, און ברענגט ווייטער אינסייד אינפאו..
April 1 joke
ביי ברכת כהנים היינט. ביי די ווארט "שלום" האב איך אינזינען געהאט אז עס זאל זיין שלום אין סאטמער
גם אני בחלומי.... ביים דוכענע ווען איך האב געזאגט דעם יהי רצון פון "חלום חלמתי" האביך זיך דערמאנט פון די שלום פארהאנדלונגען....
לדעתי איז א שאד פאר די זאליס זיך צו לאזן שאנטאזשירן פון די אהרונים מה שנוגע די קעמפס. ווייל די קעטסקילס ברויכן סאך וויכטיגער האבן די קעמפס אפן ווי די זאליס. עס איז נישט קיין סוד אז א גרויסער עולם ברעכט אונטער און וואלט גערן פטור געווארן פון דעם גאנצן קאנטרי - קעמפ סינדראם. און אויב אזא גרויסער קעמפ - דוכט זיך די גרעסטע חינוך נעץ אין דעם ראיאן - מאכט זיך צו און אלע קינדער בלייבן אין די שטאט פלוס זייערע עלטערן און אלע מוסדות און קעמפס וואס זענען במישרין ובעקיפין פארבינדן מיט סאטמאר, דאן וועט עס בלי ספק האבן א מעכטיגע קייט רעאקציע אויף אלע אנדערע חסיד׳ישע און אפילו ווייטערע קרייזן.
וואס דאס מיינט בעיסיקלי אז די גאנצע עקאנאמיע פון די קאונטיס וואס האלטן זיך כמעט נאר אויף די 2 זומער חדשים, וועט כאפן א מעכטיגן - מעגליך פאטאלן - קלאפ. מילא וועט די קאונטי לדעתי זיך בעטן צו די זאליס זיי זאלן קומען אויב זאלן זיי איינזען אז פארבלייבן אין שטאט איז א ערנסטע אפציע.
פארשטייט זיך אז אויב רעדט מען פון א גרויסן אלוועלטליכן דיעל וואס וועט שליסן אלע סכסוכים, איז עס מער ווי געווינטשן, אויב אבער רעדט זיך עס בלויז פון שליכטן די קעמפס, ווייל מען לעבט אונטער א באלדיגע שאנטאזש, איז עס א שאד זיך צו לאזן.
לדעתי 100 פארצענט גערעכט די בעסטע זאך איז א שלום וואס נעמט אלעס אריין. בני ברק. בארא פארק.בית החיים.בית מדרש החדש. מיט א כתב התחייבות פון יעדע מעמבער פון ביידע צדדים אז מען איז מסכים.מסתם ר אהרן זעהט וואס עס גייט פאר ביי זיינע שוואגערס אין וויזניץ. וואס ביידענס כבוד שטייגט אין די גאנצע וועלט. דאס געט אויכעט א שטיפ פאר שלום. אם אין שלום אין כלום
אגב. די קעמפס זענען נאך אפען פון לעצטע יאר, מען האט עס נישט פארמאכט דארף עס נישט האבען קיין פערמיט
בארא פארק? איז מען דאך געזעצן ביי די"ת, די זעלבע מיט קרית יואל דער נתבע איז דאך גרייט בכל עת ובכל שעה צו קומען לדין תורה, בכלל צו וואס די גרויסע שלום פלענער זאל יעדער מקום בארבע כנפות הארץ זיך זעצן ביי א ארטיגע בי"ד כשר ומרוצה ויקוב ההר את הדין יעדער העט באקומען וואס עס קומט זיך איהם ע" פ שורת הדין, צו זיצן אין ווארטן פאר איין גלאבאלע שלום איז א לצנות סהעט קיינמאל געשען און סנישט יושר פארוואס זאל לאנדאן זיין תלוי אין מאנרא
גאלדבארא פארק? איז מען דאך געזעצן ביי די"ת, די זעלבע מיט קרית יואל דער נתבע איז דאך גרייט בכל עת ובכל שעה צו קומען לדין תורה, בכלל צו וואס די גרויסע שלום פלענער זאל יעדער מקום בארבע כנפות הארץ זיך זעצן ביי א ארטיגע בי"ד כשר ומרוצה ויקוב ההר את הדין יעדער העט באקומען וואס עס קומט זיך איהם ע" פ שורת הדין, צו זיצן אין ווארטן פאר איין גלאבאלע שלום איז א לצנות סהעט קיינמאל געשען און סנישט יושר פארוואס זאל לאנדאן זיין תלוי אין מאנרא
נו וואס האט די בית דין געפסקענט אין בארא פארק. אדער אין בני ברק?
משה האלט עס נישט אויס ער טענט אז יעצט ווייסט מען אז די ארוינם האבען נאך א כח אז זיי מיזען זיך זעצען צים פארהאנליגסט טיש
וואס מיינט שלום?
געהערט א מאל פון א קליגען יוד, דאס באדייט פון דעם צויבער ווארט "שלום און סאטמאר":
בלוט זאל זיך גיסן, און שלום וועט זיין,
שנת תש''ס האט אדמו''ר הגרז''ל צילוב זיין פאליטישע אגענדע, נישט געלאזט זיין טאטען דער ברך משה זי''ע, פארן קיין קרית יואל אויף יו''ט שביעות, אזוי ווי עס איז געווען זיין סדר אלע יארן, מען האט זיך דאן באניצט מיט יעדן מיטל וואס איז נאר געווען און דיספאזיציע, וואו למשל אנטאן א קוטשמע מיט שטיוול פאר איינעם פון די משבקים, און יענער איז געקימען צום ברך משה און געשווארען אז ער קימט א צינד פון קרית יואל, און דארט איז דא א שניי ביז צו די קניען, און עס איז פשוט אוממעגליך צו זיין און קרית יואל אויף שביעות.
יענעם שביעות האט ליידער פאסירט א ביטערען אומגליק, א אייניקל פונעם ברך משה זי''ע מיט אן אור אייניקל, א מאמע מיט א קינד, זענען ליידער פארברענט געווארן צום טויט, אונעם סאמען הייליגן יו''ט שביעות, דאס אומגליק האט בשעתו אויף געטרייסלט יעדען יוד.
אפי' הגרז''ל שליט''א האט דאן אויך געכאפט א טרייסל, און ער איז געקימען צו לויפן קיין קרית יואל "שלום צו מאכן" מיט זיין הייליגן ברידער כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א.
האט אים דאן כ''ק אדמו''ר שליט''א געזאגט, אז פאר מען קען אפי' רעדן פון שלום, זאל ער קודם ארויס טראגן אלע הינט פונעם שטוב פון ברך משה זי''ע, ( יעדער ווייסט וואו אזוי דאס הייליג שטוב פון ברך משה זי''ע האט אויסגעזען און יענע ביטערע צייטן).
פארשטייט זיך אז אדמו''ר הגז''ל שליט''א האט דאס נישט געטאן, און די "שלום געשפערכן" איז געבליבן שטעקן ביי א טויט פונקט.
לענינינו:
אדמו''ר הגרז''ל האלט נישט ביין קיין שלום, און קען זיך נישט ערלויבן קיין שלום, מיט א שלום איז ער אויס פורים רב, די אלע געטרייע חסידים זיינע, זענען נאר דא ווייל עס איז דא מלחמה, אז עס איז אויס מלחמה איז אויס מיט הגרז''ל,
ווער נאך קען דעם גולם אזוי גוט, וואו דער וואס האט אים באשאפן?
דער עבד לעבדי ה' משה פריעדמאן, דער באשאפער פון די באשעפענישען הנקרא זאלוינים, ווייסט דאס זייער גוט, דעריבער איז ער פלאם פייער קעגן יעדן סארט שלום געשפרעך, ער וויל נישט אז זיין 14 יעריגען הראוואניע זאל גיין לאיבוד, דעריבער פארארבייט ער אזוי שטארק קעגן יעדן סארט שלום.
אדער דער פיפיגער משה פר''מ ארבייט אויף אלע פראנטען, אז אפי' דער שלום גייט פאראויס, (ואס עס זעט נישט אויס אז עס זאל געשען,)מאכט ער דעם אנשטעל, וואו די גאנצע הגרז''ל סימטאכע, וואס פלאגט שוין דאס כלל ישראל 14 יאר, האט גאר, גארנישט צו טאן מיט אים, ער האט אלס " געטרייער גבאי" פשוט נאר אויסגעפאלגט דאס הייליג ווילן פונעם ברך משה זי''ע, אזוי ווי ער לאזט כסדר באשרייבן און די איזרעלישע פרעסע, אזוי אז אויב דער זאלי חלום גייט א גאנג, איז עס נישט זיין פארזענליכע דירוך פאל.
MR KUCHLEFEL I LOVE YOUR KUCH sina BUT DID YOU WRITE THIS ARTICLE IN 2013 YOU SERIOUS LOOKS TO ME LIKE IT WAS WRITTEN IN THE ZALI 2000 STICKER ERA NEBACH I FEEL YOUR PAIN ONCE THERE IS SHULEM ALL MY FRIENDS ZALIS ARE SENDING THIER KIDS TO KJ YESHIVA OH VEY GROW UP
משה ווערט נישט אויס קאפיליעטש מאכער!
עס איז געווארען צוויי אוועקגעשטעלטע באזעס איינער שטערקער אין ראביסטיווע איינער ווייניגער אבער מער ויינניגער צוויי מעגא פארטייס (טאקע זיין חולום אז ר' אהרן זאל אנקומען אין פלעטבוש אין א בעיסמענט זיכען מינין וכו' איז טאקע נישט ערפילט געווארען אבער כעת איז עס שוין אלעס א געסעלטע זאך.
במילא שטימט וואס איך הער אז משה מיט זיין קאמפאני איז דערפאר (לאפיקי די ראשי קהלה ובראשום אברהם בער יאקאבאוויטש - ווייל זיי האבען אריינגעלייגט די געלט...) ווייל זייהאבן שוין גארנישט מו דערלייגען נאר פארקערט זיי האלטען זוין ביי דעם פונקט פון זיך ריינוואשען..
איינער קען אפשר קלעריפייען?
אוי טאטיגיי איך אין ראדני קיינער ווייסט נישט גארנישט, קוים וואס מען הערט אפאר ישיבה קטנה בחור׳לעך רעדן דערפון..
די ביזט אויך א ישיבה קטנה בחור?
זיי דיך מסביר ביטע.
שרייבעראון איך מיין אז נאך די פארהאנדלונג אין וויליאמסבורג, געב עס א פאר יאר און מען וועט זיך אי"ה משדך זיין....
ונזכה ונחי' ונראה
און די חתונה וועט פארקומען אין עטרת מאיר צבי...
געהערט 2נד הענד די סטיעט האט שוין געסיינט נאר משה דארף נאך סיינען.
מאכט סענעס משה איז דען אן אפיציעלר סיינער ?
מסתמא משה דארף געבן דעם אקעי.
משה איז א חבר הנהלת המחנות
אויב 1סט הענד דארף רחמי שמים אז ס'זאל זיין אמת, וואס איז 2נד הענד?
מיין 2נד האנד האט עס געהערט פין א אינסיידער
קאך לעפעל דיין תגובה איז מתוק מדבש עס דערמאנט מיך פון די גוטע צייטן אין הייד פארט קיפ גאויניג
אגב קען איך באשטיין צו וויסן אויף וואס איז געבויעט די באהויפטונג אז משה גאבאי האט געוואלט אז ר' אהרן זאל זיצן אין פלעטבוש
ווי ווייט איך ווייס האבן דאס די ארונים געשריגן פאר 10 יאר צוריק אויף ר' זלמן לייב ווען עס איז געווען מער קרוב לאמת ע''פ דרך הטבע
די דילל איז בטל ומבוטל..
Details why