☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

160 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3319
בלאט: 1 2 3 4

גלעזעלע » פרייטאג מערץ 29, 2013 12:19 pm

· #100355
ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?
ליינענדיג לעצטענס די ארטיקלען איבער די וועד הצניעות, ווי קיינע רבנים אריינגערעכנט הרב גליק פין התאחדות הרבנים וויל נישט נעמען די פאראנטווארטליכקייט אז די חברה זענען אונטערגעווארפן אונטער זייער הנהגה. נאר עס ווערט אהערגעשטעלט ווי עפעס אומבאקאנטע ניקים פירען דעם שטאט אונטערען פורהאנג, און די רבנים קענען זיי פשוט נישט קאנטרעלירען. שטעהלט זיך די פראגע אויף ווי ווייט איז דאס טאקע אמת, ווער דרייווט באמת דעם באס? ווער, און ווי אזוי ווערט מוחלט אויף א נייעם חומרא צו דאס איז געגאנגען צו ווייט און דאס קען מען נישט ארויפצווינגען אויפן עולם. ווערט דאס כאטש געטון דורך די רבנים וואס מיר האבען טייל פין זיי מער ווייניגער ערוויילט. אדער ווערן מיר געפירט דורך אפאר פרומאקעס מיט די אלע וועדים בכל שמותם וכינויים, וואס די רבנים האבן פין זיי פשוט מורא. אויב דאס איז די פאקט, דאן דארף נתברר ווערן וואס איז זייער כח וואס איז טאקע די פחד וואס די רבנים האבן פין זיי. און ווער/וויפיל זענען די רבנים וואס קימערן זיך מיט זיי, אפשר גאר האבן רוב נארמאלע רבנים נישט קיין מורא, נאר אזוי ווי די פרומע זענען זיך כסדר מאחד, זיי האבן אלעמאל צוועקן און מכשולות צו דילען מיט, האבען זיי א פלאטפורם. ווידער די מעסיגע רבנים זענען מער אינדעווידיאליסטיק עס איז נישט דא קיין התאחדות המקילים. הערט מען נאר די מיינונג פין די פאר רבנים וואס עס איז פאר די חברה געלונגען משום סיבה צו קאנטרעלירען.

דאס האט מיר דערמאנט צוריק אין די צייטן פונעם "שטערן שערוריה" ווען איך האב ווידער געזען דעם שוין אזוי באקאנטען פלאקאט אויסשטעהל , שוין ווידער אן איסור, געווענטליך רודפען זיי דעם ווייבער שוהל , אבער דאס מאל בין איך דער קרבן זיי ווילן עפעס פין מיר צונעמען. איך מאך שלום מיטען מצב, עס איז פארפאלן, די חברה האבן די רבנים אויף זייער זייט, עס איז שקיעת הכוכבים, די "שטערן" גייט אונטער.

ווי איך שפאציר אוועק גיב איך מיר א טראכט, פארוואס האב איך נארוואס מחליט געווען מיט א פשטות אז די חברה האבן די רבנים אויף זייער זייט. וויפיל רבנים האבן דען אונטערגעשריבען די קול קורא, בסך הכל 16 רבנים, און בלויז 12 פין זיי זענען רבנים אין דעם שטאט. זעה בייגעלייגט קאפי:

אז מען וויל וויסען וואסארע פערצענט דאס איז פין די אלע רבנים וואס טוען פיגורירען און דעם איינעם שטאט? נייתא ספר ונחזי: דאס איז נאך געווען אין די צייטן ווען די Business Directory איז געווען אן אויסגעהאלטענעם ספר. האט מען נאכגעקןקט און שאקירט געווארן אז די שטאט האט קע''ה 132 רבנים, און נאך 57 דיינים וואס זענען נישט קיין רבנים, דער סך הכל 189. זעהט דעם בייגעלייגטען קאפי.

אויב מיר ווילן פאלגן די מערהייט רבנים שטעלט זיך די פראגע: מיר ווייסען שוין וואס די 12 רבנים החותמים האלטן איבער דעם ענין, אבער וואס איז די אמתע פאזיציע פין די איבעריגע 177 רבנים איבערן חומר הענין פונעם שטערן. און פארוואס האבן זיי נישט אונטערגעשריבן. און די זעלבע פראגע שטעהלט זיך אויף אלע אנדערע איסורים וחרמים וואס זיי ווילן ארויפצווינגען. עס בלייבט צו קלערען צוויי ברירות.

אפציע א)
בדרך כלל זענען אלע/רוב רבנים איינשטומיג מיטן קול קורא, און די אוסרים וואלטן געקענט באקומען חתימות לרחצה. מען האט אבער געברויכט איבערלאזען פלאץ אויפן צעטיל צו קענען שרייבן די תוכן האיסור קען מען עס נישט אנפירקלען מיט די אלע חתימות. מען קלייבט אויס אפאר וויכטיגע רבנים מיט א שטארקן איינפלוס, וואס א ברייטן ציבור ווארפט זיך אונטער, ועל הכלל כולו יצא.

אבער פונעם ליסטע אויף דעם קול קורא איז קלאר אז דאס איז נישט געווען די מצב. ווייניגסטענס 4 פין די חותמים, פירן א קליינטשיגען שבת שוהלעכל, וואס האט נאך די גראבע וואנט זייגערס וואס די סעקונדע הענטעלע מאכט א גרודער ביי שלשודעס תורה. און מען באקומט נאך שפענדעלעך פין די ברוינע געפעינטע טישן מיט די אריינגעגסענע געפילטע פיש גערוך. עס איז שווער צו גלייבען אז פונקט די האט מען אויסגעוועהלט פונעם ברייטען ראסטער. עס קוקט ענדערש אויס אז עס איז דא געווען א מאנגל פין חתימות. און פאר א נויט האט מען אימפארטירט איינס פין מאנטריאל.

אפציע ב)
די מערהייט פין די איבעריגע 177 האבן/וואלטן נישט מסכים געווען צו אונטערשרייבן, טייל ווייל זיי האלטען אז די אויסגאבע איז בדווקא א גוטע זאך. טייל האבן נישט קיין מיינונג. און טייל האלטן אפשר אז א רב ברויך נישט ווערן א מורה דרך צו דוקטאטירען דעם עולם אויף א יעדע דעטאל אין לעבן.

אויב דאס פאסירט ביי די פילע קול קורא'ס, דאן ברויך מען טוישן די פראספעקטיוו און אנקוקען א יעדען קול קורא אלס א "שטילע היתור"פין די silent majority די 170 רבנים .

עס קוקט אויס אז די פאך פין קלייבן חתימות האט פילע אייגנארטיגקייטן צו נדבות קלייבן. אין פלאץ פין אן עשירים ליסטע וואס די קלייבערס גייען קודם צו די עשירים וואס "האבן" און טיילען ברייט, אנשטאט צו גיין זיך אויסטענהען מיט עפעס א קארגען עושר, עקזעסטירט א שטילע רבנים ליסטע. עס זענען דא די רבנים וואס "האבן" (א שטיקעל ווארט ביים עולם) אבער זיי טיילן נישט גרונג. זיי ווילען פארשטיין די צוועק, זיך נאכפרעגן דעטאלען, מבריר זיין צו מען קען די זעלבע אויפטון אן קיינע פרישע חרמות, אין פאר א נויט קען איהם נאך איינפאלען א ווילדע המצאה אריבערופן די צד שכנגד אויסהערען זיינע פארשלאגען. דאן זענען דא אנדערע רבנים וואס "האבן" אפשר ווייניגער, אבער זיי טיילן ברייט. אז עס קומט אריין צוויי אידען מיט לאנגע צושויבערטע בערד און זיי שטעלן פאר א נייע פרצה, טיילט מען בסבר פנים יפות אן קיין פראגעס . מען בעט נאר צו עס וואלט געווען שייך צו שטעלן זיין חתומה צווישען די דריי חשובע רבנים אויבן, נישט ווערן צוזאמגעקוועטשט אונטען מיט נאך עפעס קטלא קניאס. דאן קענען זיי שוין גיין צום נעקסטען פישל וואס מען ברויך בלויז משכנע זיין מיטן זאגן: איר ווייסט דאך אז רעב א.ב.ג האט שוין אונטעגעשריבען איז וואס קוויינקעלט איר, זייט מוחל לייגט אייערע זיסע שאלות און ספיקות אין א ראבער בענד און שרייבט אונטער. היינט צוטאגס ווייסן די קלייבערס פונקט צו וועם יא/נישט צו גיין, און די איסורים ווערן אונטעגעשריבן נאר דורך די גרינגע פישלעך, די וואס זענען כל הפושט לאנגע בארד נותנים לו.

נאך אן אויסטערלישע ערשיינוג מצד הרבנים החותמים. עס איז א פלא ווי די עטליכע זעלביגע רבנים זענען אזעלכע מושלמים אין אלע נושאים בלי עין הרע. זע קענען זיך גאר גוט אויס און אלע עניני אורך חיים סיי פונעם הלכהדיג שטאנדפונקט און סיי און פראקטיק. פארשטייט זיך אז עניני עבן העזר סימן כא וכו. איז זייער עקספערטיז, אזוי אויך זענען זיי מומחים וואס מענער פארחשקען זיך אויף פרעמדע פרויען, און אז מען זוכט א בקי בתורת הקבלה צו אויסראטען דעם געוואלדיגען מכשול פון באקסיגע קמץ'לך, זענען זיי דא. אז עס פעהלט אויס אן עיכול וכדו. זענען זיי אינדערהיים און חושן משפט, פאר א חוות דעת בעניני חינוך, וועלכע צייטונגען זענען געאייגנט פאר קינדער, אלס פרעגט מען די זעלבע Jack of all trades, masters of none .

דאס וואס איז געווע בימי חז"ל א גייענדיגע ארטיקעל אז מען האט געזאגט צו א תנא, עקיבא, מה לך אצל הגדה? כלך מדברותיך אצל נגעים ואהלות! אדער אז מען האט געוואלט זיין אן עקספערט אין הלכות בכורות האט מען געמעגט זיין גרויס ווי רב אבער ערשט שמונה עשר חדש גדלתי אצל רועי בקר לידע איזה הוא מום עובר ואיזה מום קבוע! מען האט זיך געדארפט דרייען און שטאל צו קענען די פראקטיק. דאס איז היינט א פארגאנגענהייט. מען וואלט היינט געזאגט: די רועי בקר, זיי זענען דאך א דעת בעלי בתים זיי האבן נישט אריינצורעדן. עס איז געווארן א חוצפה צו שטעלן ריאליסטישע לימיטס אויף דעם גרויסן היינטיגן רב זאל לעבן, ער זאל איינזעהן אז ער קען טאקע פיין לערנען, אבער בעניני חינוך פארשטייט ער ניטאמאל צו זיינע אייגענע קינדער.

איך קען נישט רוב פין די כבוד הרבנים פערזענליך, איז מיר שווער דן צו זיין צו זיי האבן לויזע פעדערס, אדער זיי זענען טאקע בקיאים און די אלע הינזיכטען. מיר איז נאר געלונגען צו קענען איין פון די חותמים פון דער נאנט. זיין ידיעת התורה האט ער זיך ביי מיר נישט געלאזט פארהערן, אבער אויף אויף זיין עקספערטיז אויף למעשה דאס זענעו עדות זיינע פילע דורכפעלער. ער האט שוין פראבירט צו עפענען מוסדות און ארגענעזאציעס, און וואס נאר ער נעמט אין די האנט אריין פאלט אים ארויס, מיטען איינעם אויסנאם דאס חתימה פעדערל. עס איז מיר לעצטענס בייגעפאלען אים אנצוטראגן אז אזוי ווי ער האט א געוואלדיגע חוש צו חתימות אפשר וואלט געווען ראטזאם אז ער זאל אפלייען צו ווערן א נאטערי פאבליק וועט ער קענען דערפון מאכן א פרנסה קלה ונקויה.

עס בלייבט פאר וויכטיג צו קלערן אז אויב זענען טאקע דא די פילע נארמאלע רבנים וואס מען הערט נישט זייער מינונג, צו איז שייך אז מיר אויפן וועב זאלן אויף אן אופן מאחד זיין די רבנים המקילים, און זיי געבען א פלאטפורם. אז ווי נאר עס קומט ארויס א נייע פרצה זאל ווערן מבואר אז על פי הלכה איז די פרצה אליין נאך א חומרא שבחומרא, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם. און אז די פרומע האלטן אנדערש זאל דאס צווינגען א דייעלאג. נישט אז די פרומע זאלן שרייען און ברייטן חלל אריין און בלויז הערען דאס ווידערקול וואס איז מסכים צו זיי. עס וואלט געווען געשמאק ווען די רבנים וואלטן געקענט זיין אפיציעל מיט נעמען, א שטייגער ווי הרב יאיר האפמאן אויף "וואס איז נייעס" נאר מיטן היימישן קלאנג, און אדרעסירן היימישע קרעמפען. אבער אויב האבן די רבנים אן אישו מיט איידענטעטי דאן לאמיר קלערן פין אן אלטערנאטיוו.

לעמיל » פרייטאג מערץ 29, 2013 12:35 pm

· #100356
וועלכאם בעק גלעזעלע

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 29, 2013 12:46 pm

· #100360
גאר גוט געזאגט, גלעזעלע! שפתיים יישק.
חץ מזה וואס דיין נקודה האט אין זיך אסאך אמת, האב איך באזונדער געקוואלן פון דיינע זיסע מליצה'לעך און געשמאקע אויסדרוקען.
דו דארפסט שרייבן אפטער.

לענינינו, עס קוקט נישט אויס ווי אזא זאך זאל ווערן א רעאליטעט. די "פירערס" זענען א כמו-אינקוויזיציע, וואס טעראריזירן און פייניגן אויס די וועלכע גייען נישט אין שפאן. ממילא זאגן די אנדערע רבנים און דיינים, שב ואל תעשה עדיף. און די טעראר-פירער נוצן דאס אויס פאר זייער אגענדע, און טענה'ן מדשתקי רבנן ש"מ ניחא להו, און מיר בלייבן צווישן האמער און נאגל.

וזה שאמרו פני הדור כפני הכלב.

ידען » פרייטאג מערץ 29, 2013 1:03 pm

· #100365
ביסט שוין גאנישט אזא גלעזעלע...

א גרויסע גלאז האסטו אונז געגעבען.

שרייב נאך.
נאר 16 תגובות האסטו געלייגט דא, אבער סע בעסער ווי א סאך אנדערע ניקס וואס האבען שוין געשריבען סאך סאך מער.

איך מיין אז סע האט גארנישט אנדערש געמאכט די איסור.

ביי די שטערן/שפאקטיוו אשכול האבעך געלייגט די תפילה פון די דזיקעווער רבי וואס האט געמאכט קעגען די שטערן און ביי דעם איז עס געבליבען. מע דארף פרעגען פון די סטארס אויב מע פארקויפט די זעלבע סאך ווי אמאל פאר די איסור.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 29, 2013 1:32 pm

· #100368
ביי אונז אידן (עכ"פ די מבחר פון כלל ישראל) איז ידוע אז מ'גייט נישט נאך רוב, "כי אתם המעט"! ממילא ווען זיבן out of 170 רבנים זענען נוטה לאיסור, רעכענט מען זיך מיט זיי.

אויס מענטש » פרייטאג מערץ 29, 2013 1:56 pm

· #100373
רוב חתימות זענען קאט און פעיסט,
ודו"ק וד"ל ותשכח

דעת תורה » פרייטאג מערץ 29, 2013 2:12 pm

· #100376
גלעזעלע

עס קוקט אויס אז די פאך פין קלייבן חתימות האט פילע אייגנארטיגקייטן צו נדבות קלייבן. אין פלאץ פין אן עשירים ליסטע וואס די קלייבערס גייען קודם צו די עשירים וואס "האבן" און טיילען ברייט, אנשטאט צו גיין זיך אויסטענהען מיט עפעס א קארגען עושר, עקזעסטירט א שטילע רבנים ליסטע. עס זענען דא די רבנים וואס "האבן" (א שטיקעל ווארט ביים עולם) אבער זיי טיילן נישט גרונג. זיי ווילען פארשטיין די צוועק, זיך נאכפרעגן דעטאלען, מבריר זיין צו מען קען די זעלבע אויפטון אן קיינע פרישע חרמות, אין פאר א נויט קען איהם נאך איינפאלען א ווילדע המצאה אריבערופן די צד שכנגד אויסהערען זיינע פארשלאגען. דאן זענען דא אנדערע רבנים וואס "האבן" אפשר ווייניגער, אבער זיי טיילן ברייט. אז עס קומט אריין צוויי אידען מיט לאנגע צושויבערטע בערד און זיי שטעלן פאר א נייע פרצה, טיילט מען בסבר פנים יפות אן קיין פראגעס . מען בעט נאר צו עס וואלט געווען שייך צו שטעלן זיין חתומה צווישען די דריי חשובע רבנים אויבן, נישט ווערן צוזאמגעקוועטשט אונטען מיט נאך עפעס קטלא קניאס. דאן קענען זיי שוין גיין צום נעקסטען פישל וואס מען ברויך בלויז משכנע זיין מיטן זאגן: איר ווייסט דאך אז רעב א.ב.ג האט שוין אונטעגעשריבען איז וואס קוויינקעלט איר, זייט מוחל לייגט אייערע זיסע שאלות און ספיקות אין א ראבער בענד און שרייבט אונטער. היינט צוטאגס ווייסן די קלייבערס פונקט צו וועם יא/נישט צו גיין, און די איסורים ווערן אונטעגעשריבן נאר דורך די גרינגע פישלעך, די וואס זענען כל הפושט לאנגע בארד נותנים לו.

כאפ אמאל א שמועסל מיט די עסקנים גופא, דו וועסט זען ווי גוט דו האסט געזאגט! זיי ווייסן פונקטליך צווישן זיך וועלכער רב איז א גרינגער טארגעט, און בבחינת סהדי שקרי אאוגרייהו זילי, לאכן זיי הויך פון די רבנים. זיי פערזענליך זענען גרעסערע כופרים אין די רבנים ווי די קאווע שטיבל ליינער. זיי פאכענען נאר מיט דעם כח הרבנים צו אויספירן זייערע פארלאנגען.

די ווירקזאמסטע מיטל וואלט געווען, ווען איינער זאל רעקארדירן וואס די עסקנים זאגן פריוואט אויף די רבנים, און עס אפטראגן צום רב אליינס, ער זאל אליין זעהן ווי ווייט דער פסוק כחומר ביד היוצר מיינט אים.

פערינא » פרייטאג מערץ 29, 2013 3:28 pm

· #100388
איך וואלט פארגעשלאגן א געדאנק איינער זאל צושטעלען א ליסט פון די אלע גדולי רבנים החותמים ווי מ'קען זיי שרייבען/פאקסען/אימעילען הם, נשהים, בניהם ועשיריהם. וועלען מיר נעמען די כוס מלא נסכים און עס פארשיקן פאר די הייליגע פאר אויגען וואס זענען נעבעך פארשפארט און זייער שטיבעל, זאל ער זעען וואס די עמך כולם צדיקים, די אנשים הטבעיים שאינם מלומדים שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי על ידי שגיאות העולות מהלימודים ועל ידי חלישות הכחות וההתקצפות הבאה על ידי העול הלימודי טראכט. נעבעך פריזענערס ביי זייער פארקוטשטקע קעפ.

days » פרייטאג מערץ 29, 2013 3:54 pm

· #100394
איך האב אמאל געהערט א רעקארדינג פון אזא אז ביי א רב אין שטוב בנוגע איינע פון די פרצות, מ'האט איהם ניטאמאל געבעטן זיין חתומה, נאר אויסגעשמיעסט די הארבקייט פון די פירצה און ווי שטארק עס וואלט ווי געטון פאר זיינע אבות... און נאכדעם איז ער געוואר געווארן אז זיין נאמען איז אויפן קול קורא...
די לעצטע רגע פארן ארויסקומן האט ער מיט בייזן געפויעלט אז מ'זאל עס אראפנעמען...

בן תמליון » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:09 pm

· #100401
פערינע דיין פענע איז ווערט קעש. אויף די פראגע ווער פירט וויליאמסבורג האב איך גראדע געהערט א רב דעם פארגאנגענעם שבת הגדול וואס האט געשריגן ווי כרוכיא בערך אזוי: ווער פירט וויליאמסבורג? א פאר שותי שכר אויף קאווע שטיבל אויפן טריפה'נעם אינטערנעט? זיי טיילן איין וואס די רבנים מעגן אסר'ן און וואס נישט. א חאפטע גרושים וגרושות זענען געווארן די הוגי דעות ביים כלל ישראל! מיר רבנים זאגן זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אבער זיי פארנאגרעפע איינגעטונקענע ווייסן יא. רבונו של עולם שיק שוין משיח ביי 4G. ווייל ביי 10G וועט ער שוין נישט האבן צו וועם צו קומען.

בקיצור ווער פירט וויליאמסבורג? ווענדט זיך פון ווי מ'קוקט.

יידל » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:12 pm

· #100402
זאג מיר פון וואו מ'דארף קוקן ס'זאל אויסזען ווי קאווע שטיבל פירט עס.

days » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:18 pm

· #100404
בן תמליון
פערינע דיין פענע איז ווערט קעש. אויף די פראגע ווער פירט וויליאמסבורג האב איך גראדע געהערט א רב דעם פארגאנגענעם שבת הגדול וואס האט געשריגן ווי כרוכיא בערך אזוי: ווער פירט וויליאמסבורג? א פאר שותי שכר אויף קאווע שטיבל אויפן טריפה'נעם אינטערנעט? זיי טיילן איין וואס די רבנים מעגן אסר'ן און וואס נישט. א חאפטע גרושים וגרושות זענען געווארן די הוגי דעות ביים כלל ישראל! מיר רבנים זאגן זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אבער זיי פארנאגרעפע איינגעטונקענע ווייסן יא. רבונו של עולם שיק שוין משיח ביי 4G. ווייל ביי 10G וועט ער שוין נישט האבן צו וועם צו קומען.

בקיצור ווער פירט וויליאמסבורג? ווענדט זיך פון ווי מ'קוקט.

ווער איז ער רב?
אז ער האט עס געזאגט ברבים האפט ער אז מ'וועט רעדן פון איהם...

בן תמליון » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:30 pm

· #100407
נישט ממש ברבים. איך שרייב לשבר את האוזן.

משה געציל » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:42 pm

· #100415
זייער שיין גלעזעלע!
וויליאמסבורג ווערט געפירט דורך א אומזעבארע עלעמענט וואס טראגט דער נאמען "עקסטרעמיזם". אמאל באהאלט זיך דער עלעמענט אונטערן שלייער פון קלאר-צימערמאן, אמאל אונטערן שלייער פון פילאף-סופר, און אמאל אונטערן שלייער פון לויפער-דאראג. סוף פסוק איז אז ער קאנטראלירט עס, וכל המרבה ה"ז משובח, עקסטרעמזים האט נישט קיין שיעור.

יואב » פרייטאג מערץ 29, 2013 5:51 pm

· #100425
"גלעזעלע"האט געשריבן: ווערט דאס כאטש געטון דורך די רבנים וואס מיר האבען טייל פין זיי מער ווייניגער ערוויילט.

הממממ, ווען מיר וואלטן טאקע ערוועלט רבנים,
אזוי ווי עס איז טאקע געוועזן אין לויף פון כלל ישראל'ס גלארייכע היסטאריע,
דאן וואלט שוין איינמאל גוט געווען,
היינט איז די גאנצע שאלה צו ס'דארף זיין דער עלטערער זוהן, צו דער יונגערן,
אבער דאס איז איינמאל קלאר אז די רבי-רב דארף זיין איינער וואס זיין טאטע איז געוועזן,
ערוועלן א מנהיג לויט זיין קוואליפיקאציעס אא"וו, מן דכר שמיה,
דאס איז כת ש"ץ- סיטרא אחרא- אונטערברענגער-פארכאפערס-מחוצפים,
איים סארי איך טייפ נישט פאשקעווילן סאו איך מאנגל לשונות,

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 29, 2013 5:55 pm

· #100426
סקוק אויס ווי גלעזעלע האט נישט געקויפט א ספעציעלע פסח'דיגע גלאז, נאר ווי אונדזרע אויפגעקלערטע זיידעס געכשרט די חמץ'דיגע גלאז. איך גלייך די ליין ''דאן ברויך מען טוישן די פראספעקטיוו און אנקוקען א יעדען קול קורא אלס א "שטילע היתור"פין די silent majority די 170 רבנים ''

דאס איז אן אינטערסאנטע געדאנק א אינטערנעט רב. די רבנים'ס קונדער זיכען ווי סדא א געלעגנהייט פאר א נאך א פאסטן. א היימישער אינטערנעט רב איז נאך דא פלאץ. ער קען ענטפערן שאלות דורך סאשעל נעטווארקינג, פארשטייט זיך חסידים וועלן זיין פענ'ס אויף פעיסבוק. מכירת חמץ האבמיר שוין געהאט דא אנליין.

יאיר » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:03 pm

· #100429
דער סטאלינער רבי ענטפערט שאלות אויף אימעיל איין מאל א וואך.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:04 pm

· #100432
ער איז נישט פון די היימישע. ער גייט א נעק-טיי.

חשבון » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:16 pm

· #100439
צו די שאלה ווער עס פירט וויליאמסבורג איז די ענפער א שטיקל סוד אבער איך וועל דא מגלה סוד זיין און והוא רחום יכפר עון וכו'

ס'איז דא ערגעץ א מאנטל וואס הייסט עקסטרעמיזם די מאנטל ליגט אויף א באהאלטענע פלאץ און ווער עס איז גענוג הייליג קען אהין גיין און זיך אנטון דערמיט איינמאל מ'האט דאס אן קען מען פירן וויליאמסבורג און שרייען און פארפירן אלעס אונטערן מאנטל פון עסקטרעמיזם. אמאל טראגט דער די מאנטל און אמאל יענער ווער עס האט עס ליגט אויף די חוב און ער טראגט דאך די יאך פון וויליאמסבורג.

ביטע נישט ארויסגעבן אז איך האב אנדעקט דא דעם סוד

איינגעמיירעט » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:27 pm

· #100443
איך ווייס נישט פארוואס די עולם איז אזוי פארנומען מיט רבנים,איך האב מיר שוין געמאכט לאנג א מסקנה אז ס׳איז נישט דא אזא מין זאך ווי רבנים.
וואונדער איבער וואונדער גלייך נאך די מסקנה האבן אלע רבנים דיסעפפערד פון מיין לעבן קיינער פון זיי איז נישט אריין געקומען און מיינע תחומים.
קען מיר איינער באמת מסביר וואס דער עולם איז אזוי עדיקטעט מיט רבנים וועמען דא שטערן זיי דער פערזענדליכע לעבן,
מקען ציילען מיט פינגער ווער סהאט אויפגעהערט ליינען דער שטערן און מקען ציילען מיט הענט וויפיל האבן אנגעפאנגען לכ די קול קורא.
נעמטס ארויס דעם שיגעון פון קאפ ס׳איז נישט דא אזא זאך ווי רבנים

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:34 pm

· #100446
איינגעמייערט סאיז דא הונדרעטער אידן וואס זענען נישט אזוי קליג ווי דיר און זייער לעבן ווערט היפש געפירט דורך רבנים.
דרך אגב ווי קויפסטי סאפיר ווען דע רבנים פארשפארן גריל אן לי?

יואליש » פרייטאג מערץ 29, 2013 7:06 pm

· #100452
ווי משה געציל און "חשבון" האבן שוין געזאגט. קיין איין רב שפירט זיך נישט באקוועם צו זיין דעם צד שכנגד צו א פרומקייט, ממילא געווינט יעדע שגיון ביי דיפאלט. ס'איז כוח דאיסורא עדיף. צו זיין א שלעכטער עקסטרעמיסט ברויך מען נישט קענען קיין פסוק חומש. מ'ברויך בלויז ארומשפאצירן די גאסן פון וויליאמסבורג מיט אויבגעהויבענע אויגן און זעהן שמוץ און חרבנות אין יעדען ווינקעל. ווער וועט אים שטיל מאכן?

קינות גירושין » מוצ"ש מערץ 30, 2013 8:46 pm

· #100461
נולד מאוחר
איינגעמייערט סאיז דא הונדרעטער אידן וואס זענען נישט אזוי קליג ווי דיר און זייער לעבן ווערט היפש געפירט דורך רבנים.
דרך אגב ווי קויפסטי סאפיר ווען דע רבנים פארשפארן גריל אן לי?

דע וואס האבען נישט קיין שכל,טא בעד פאר זיי, וואס איז מיינע דאגות?

משה געציל » מוצ"ש מערץ 30, 2013 8:50 pm

· #100462
שטארקע רייד איינגעמיירעט!
וה"ה בנוגע עירוב, בגדי צבעונים, וכו' וכו'?

אויס מענטש » מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:59 pm

· #100472
די גאנצע אשכול איז ביי מיר אונטער א פראגע צייכן.
זייט ווען ווערט וויליאמסבורג געפירט ? עס איז בכלל נישטא קיין פירערשאפט! והיינו טעמא וואס אין אזא צופארענע שטאט כאפן זיך די משוגעים צו צום רעדל.
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט וואלט ווען געקענט זיין פראטעסטן קעגן געשעפטן שאין רוח המתקנאים נוחה הימנו?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט פארקומען אזא זאך ווי שבת-עירוב שרייערס ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט הענגען אזעלכע צודרייטע צעטליך אויף די ווענט ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט זיין פאשקעווילן אין די גאסן אויף יעדע פריוואטע פאליטיק ?
אלא אין כאן לא הנהגה ולא מנהיגים אלא יש כאן מתנהגים על ידי כל אחד !!!

וואלפה » מוצ"ש מערץ 30, 2013 10:09 pm

· #100476
....
📎 IMG-20130330-WA00011804972713.jpg

הדד בן בדד » זונטאג מערץ 31, 2013 12:27 am

· #100507
איך ווייס נישט וואס איר שרייט דא. איך האב געזעהן, טאקע ביי דעם שטערן פרשה, אז די רבנים המכשירים האבן זיך נישט געלאזט, און האבן געלאזט הערן זייער מיינונג, און כאטשע עס איז געווען צוויי דריי רבנים קעגן זעכצן, האבן די זעכצן איינגענומען א שווייגעניש.

זעה איך פון דעם אז דער איינציגסטער זאך וואס מען דארף טוהן איז זיך נישט לאזן, אפילו א קול ענות חלושה איז אויך גענוג, ווייל די חברה קענען נאר ווען יענער לאזט זיך פירן ווי א שאף צו די שחיטה. ווי זאגט די וועלט? פארוואס באגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

רבותי, איר ווילט האבן רבנים וועלכע שטעלן זיך אויף פאר וואס עס איז ריכטיג? שטייט אונטער זיי, מאכט זיכער זיי זאלן וויסן אז זיי האבן אייער רוקן, וועט איר שוין איינמאל זעהן ווי די רבנים האבן נישט מורא ארויסצוקומען קעגן די שרייערס און פארפירערס למיניהם. און די אלע קול קורא אונטערשרייבערס וועלן אנהייבן טראכטן צוויי מאל פאר זיי וועלן גיסן אזויפיל טינט אויף די אלע קול קורא'ס.

איינגעמיירעט » זונטאג מערץ 31, 2013 12:28 am

· #100509
נולד מאוחר
איינגעמייערט סאיז דא הונדרעטער אידן וואס זענען נישט אזוי קליג ווי דיר און זייער לעבן ווערט היפש געפירט דורך רבנים.
דרך אגב ווי קויפסטי סאפיר ווען דע רבנים פארשפארן גריל אן לי?

ס׳איז דאך דא אלימפיק און אגב איך בין נישט קיין גרויסע ארויס עסער סעקעלט מיר

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 31, 2013 1:45 am

· #100532
דער בעשט האט געזאגט אז ווי עס איז נישטא א מנהיג, ווערט דער סמך מם דער מנהיג.

ליידער איז דאס נתקיים געווארען אין וומ"ס

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 31, 2013 1:54 am

· #100533
שמעקעדיג
גאר גוט געזאגט, גלעזעלע! שפתיים יישק.
חץ מזה וואס דיין נקודה האט אין זיך אסאך אמת, האב איך באזונדער געקוואלן פון דיינע זיסע מליצה'לעך און געשמאקע אויסדרוקען.
דו דארפסט שרייבן אפטער.

לענינינו, עס קוקט נישט אויס ווי אזא זאך זאל ווערן א רעאליטעט. די "פירערס" זענען א כמו-אינקוויזיציע, וואס טעראריזירן און פייניגן אויס די וועלכע גייען נישט אין שפאן. ממילא זאגן די אנדערע רבנים און דיינים, שב ואל תעשה עדיף. און די טעראר-פירער נוצן דאס אויס פאר זייער אגענדע, און טענה'ן מדשתקי רבנן ש"מ ניחא להו, און מיר בלייבן צווישן האמער און נאגל.

וזה שאמרו פני הדור כפני הכלב.

און וואס טוטצעך מיט'ן "לא תגורו"? וויאזוי לערנען די רבנים המשתיקים פשט אין פסוק?

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 31, 2013 1:57 am

· #100536
ענטפער צו וואלפה
א ראאף וואס ווייסט א חילוק פון 4G און 10G איז שוין ממילא פסול.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 31, 2013 2:24 am

· #100541
ענטפער צו בערל באלעגאלע
berlbalaguleh
וואס טוטצעך מיט'ן "לא תגורו"? וויאזוי לערנען די רבנים המשתיקים פשט אין פסוק?

זיי לערנען מסתמא תוספות פשט (משל בעלמא) אז נאר אויב מען קומט זיי פרעגן איז שייך לא תגורו, אויב נישט איז שב ואל תעשה עדיף.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 31, 2013 2:32 am

· #100544
שמעקעדיג
berlbalaguleh
וואס טוטצעך מיט'ן "לא תגורו"? וויאזוי לערנען די רבנים המשתיקים פשט אין פסוק?

זיי לערנען מסתמא תוספות פשט (משל בעלמא) אז נאר אויב מען קומט זיי פרעגן איז שייך לא תגורו, אויב נישט איז שב ואל תעשה עדיף.

נאר ס'איז דא נאך א פשט. דעם באלאגאלעה'ס פשט. "אל תעשה ואל תשב" אויב דזו טוסט נישט האסטו נישט פון וואס מורא צו האבן. דו 'עסט נישט גיין יושב'ן. נאר דער וואס טוט (וואס מ'טאר נישט ), דער דארף מורא האבן אז ר'ט גיין אין יושב בסתר.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 31, 2013 2:47 am

· #100550
איחוד פעלד
דער בעשט האט געזאגט אז ווי עס איז נישטא א מנהיג, ווערט דער סמך מם דער מנהיג.

ליידער איז דאס נתקיים געווארען אין וומ"ס

די ווילסט א מנהיג און וויליאמסבורג?

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 2:57 am

· #100559
אויף די זאב ברענע שאוי איז יעצט געווען צו גאסט הרב נתן קאמענעצקי א זון פון ר' יעקב ז"ל, וואס האט ארומגערעדט איבער זיין בוך "דאס שאפונג פון א גדול". דער בוך איז אויסגעשטאנען שארפע קריטיג בשעת ווען עס איז פאבלאצירט געווארן, צוליב אנגעבליכע קאנטערווערסיאלע ענינים וואס הרב קאמענעצקי האט געשריבן דארט, און דאס האט געפירט צו א איסור בשעתו פון ארום צען גדולים אריינגערעכענט הרב אלישיב ז"ל.
הרב קאמענעצקי האט יעצט איבערגדריקט דאס ביכל, אין אביסל מער מרחיב געווען אין די ערטער ווי עס איז ארויס א שטורעם (ער טענ'הט אז ער האט גארנישט ארויסגענומען).
הנוגע לענינינו, תוך הדברים האט הרב קאמענעצקי פארציילט אז די איסור איז געשאפן געווארן דורך א יחיד וואס האט געשאפן א חתימה פון איין גדול וואס האט ניטאמאל געליינט דעם ביכל, און איינמאל ער האט געהאט דעם חתימה איז אים געלונגען צו באקומען דאס איבריגע חתימות אן קיין איבריגע שווערקייטן. צוליב דעם שרייבט ער יעצט א ביכל וואס ער וויל עס נישט ארויסגעבן בחייו, אינטערן קעפל "דאס שאפונג פון א איסור", לויט ווי עס קוקט אויס פון אים איז דאס נישט נאר א פראבלעם וואס פלאגט וויליאמסבורג.

הדד בן בדד » זונטאג מערץ 31, 2013 3:06 am

· #100564
משה געציל

דאס איז אמת אין יעדע קאמיוניטי, אדרבה, פרעגט נאר ביי הרב שאול שמעון דויטש, אדמו"ר מליאזנא (און אנפירער פון ליווינג תורה מוזעאום) ווי מען האט גע'אסר'ט זיין ערשטן בוך איבער דאס לעבן אין שאפן פון דעם לעצטן ליובאוויטשער רבין. און אויב איז דער איסור נישט גענוג געווען, האט מען אים געסטראשעט מיטן לעבן, און אראפגענומען דעם בוך פון אלע ספרים געשעפטן.

סדנא דארעא חד

קלוג און יונג » זונטאג מערץ 31, 2013 3:10 am

· #100565
גלעזעלע,
כ'קען דיר ערלעדיגען סיטיפיעלד פאר א נאכט, גיימער דרוקען פאוסטערס?
איינער דארף זיך נעמען טוהן, אזוי ווי זיי.
אסיפת כלל ישראל #2.
(אפשר קען עס טאקע זיין אן אסיפת כלל ישראל, און נישט אסיפת הרבנים ווי פאריאר)

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 31, 2013 9:28 am

· #100576
דער עיקר פראבלעם איז אז די עסקנים שטעלען זיך נישט ארויס. זיי ארבעטען אנאנים, און באקומען זיך זייערע חתימות פין רבנים אויף וואס זיי ווילען. די רבנים ווייסען נישט בחייכון דער ענין. צ.ב.ש. אויף וואס איז נייעס איז ארויס אן איסור ווען זיי האבען טאקע גיוויזען שטיקלעך פין קאממענטס דארט, די רבנים (דער גרעסערע ערנסטערע) ווייסען נישט וויאזוי דאר אינטערנעט ארבעט און אז דער איסור איז א חוכא וטלולא. און די יאנטשי רבנים כאפען זיך מיט פאר דער איינגערעטע כבוד צו האבען זייער נאמען און בעסמעדרעש אדווערטייזט פאר פרי.

די עסקנים זעלבסט בלייבען אנאנים. ווען דו רבנים זאלען שרייבען הן באו לפנינו כבוד העסקנים פלוני בן פלוני, וואלטען רוב סטופיד הכרזות קיינמאל נישט ארויס.

אויס מענטש » זונטאג מערץ 31, 2013 10:04 am

· #100582
משה געציל
אויף די זאב ברענע שאוי איז יעצט געווען צו גאסט הרב נתן קאמענעצקי א זון פון ר' יעקב ז"ל, וואס האט ארומגערעדט איבער זיין בוך "דאס שאפונג פון א גדול". דער בוך איז אויסגעשטאנען שארפע קריטיג בשעת ווען עס איז פאבלאצירט געווארן, צוליב אנגעבליכע קאנטערווערסיאלע ענינים וואס הרב קאמענעצקי האט געשריבן דארט, און דאס האט געפירט צו א איסור בשעתו פון ארום צען גדולים אריינגערעכענט הרב אלישיב ז"ל.
הרב קאמענעצקי האט יעצט איבערגדריקט דאס ביכל, אין אביסל מער מרחיב געווען אין די ערטער ווי עס איז ארויס א שטורעם (ער טענ'הט אז ער האט גארנישט ארויסגענומען).
הנוגע לענינינו, תוך הדברים האט הרב קאמענעצקי פארציילט אז די איסור איז געשאפן געווארן דורך א יחיד וואס האט געשאפן א חתימה פון איין גדול וואס האט ניטאמאל געליינט דעם ביכל, און איינמאל ער האט געהאט דעם חתימה איז אים געלונגען צו באקומען דאס איבריגע חתימות אן קיין איבריגע שווערקייטן. צוליב דעם שרייבט ער יעצט א ביכל וואס ער וויל עס נישט ארויסגעבן בחייו, אינטערן קעפל "דאס שאפונג פון א איסור", לויט ווי עס קוקט אויס פון אים איז דאס נישט נאר א פראבלעם וואס פלאגט וויליאמסבורג.

ער האט ארויסגענומען אסאך זאכן און נעמען בעיקר, אביסל געוויזן דא
א ראי' האסטו אז דעם ערשטן חלק קען מען נישט באקומען נאר פאר עטליכע הונדערט דאללאר

משה געציל » זונטאג מערץ 31, 2013 10:13 am

· #100586
ער טענ'הט אז די סיבה פארוואס מען קען נישט באקומען די ערשטע חלק איז צוליב דעם וואס ער איז זיך משכנע אונטער די רבנים האוסרים. די איבערגעמאכטע ווערסיע איז נאר מער מסביר געוויסע זאכן וואס האט געשאפן קאנטערווערסיעס פארגאנגענעם מאל, פארוואס עס איז אויסגעהאלטן. אבער ער האט גארנישט ארויסגענומען.

אויס מענטש » זונטאג מערץ 31, 2013 10:17 am

· #100587
איך האב צוגעלייגט א לינק צו אפאר זאכן אבער עס איז נאך דא זאכן וואס איז נישט מבואר דארטן

וואלפה » זונטאג מערץ 31, 2013 10:26 am

· #100590
berlbalaguleh
א ראאף וואס ווייסט א חילוק פון 4G און 10G איז שוין ממילא פסול.

וואס הייסט ביי דיר א רב, איינער וואס זאגט שיינע שלש סעודות תורה, אדער א רב'ל וואס גייט נישט אן ווי די יונגעלייטלעך רייסען זיך אויס די נשמה צי צאלען די הימעלשרייעדיגע דירות פרייזען און רייבט די ריקען פון די געלט פרעסערס...
א ראףףף איז דייקא יא איינער וואס פארשייט צי די "היינטיגע" מצב און ווייסט צי זאגען פון 4G וכדומה

דעת תורה » זונטאג מערץ 31, 2013 12:18 pm

· #100622
ווער האט נישט די דיגיטאלע פארמאט פון די ערשטע אויסגאבע? צאלן אפאר הונדערט דאלער פאר דעם?

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג מערץ 31, 2013 12:37 pm

· #100626
נולד מאוחר
סקוק אויס ווי גלעזעלע האט נישט געקויפט א ספעציעלע פסח'דיגע גלאז, נאר ווי אונדזרע אויפגעקלערטע זיידעס געכשרט די חמץ'דיגע גלאז. איך גלייך די ליין ''דאן ברויך מען טוישן די פראספעקטיוו און אנקוקען א יעדען קול קורא אלס א "שטילע היתור"פין די silent majority די 170 רבנים ''
דער אפטימיסטישער קוק-ווינקעל אז דאס גלעזלע איז האלב פול.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 31, 2013 1:09 pm

· #100634
האלב פול ? דא די מעט 177- 12

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג מערץ 31, 2013 1:38 pm

· #100647
נולד מאוחר
דאס איז אן אינטערסאנטע געדאנק א אינטערנעט רב. די רבנים'ס קונדער זיכען ווי סדא א געלעגנהייט פאר א נאך א פאסטן. א היימישער אינטערנעט רב איז נאך דא פלאץ. ער קען ענטפערן שאלות דורך סאשעל נעטווארקינג, פארשטייט זיך חסידים וועלן זיין פענ'ס אויף פעיסבוק. מכירת חמץ האבמיר שוין געהאט דא אנליין.
אפשר ביז צום קרעטשמע פון האבן א היימישע אינטערנעט רב, זאל זיין אן אשכול מיט יעדע קול קורא וואס קומט ארויס, און עס זאל זיין באזונדערע אשכולות אויף יעדען קול קורא מברר זיין להלכה צו עס איז יש דברים בגו. די הלכה זאל ווערן מבורר צו זעהן צו איז בכלל דא אן איסור, און אויב יא ווער איז דער אוסר, פון ווי נעמט ער דאס, איז געווען חולקים מיט אים וכדו' הרבה. אסאך מאל איז דא איין רב פון 150 יאר צוריק וואס האט נוטה געווען לאיסור, און היינט בויעט מען שוין דערויף תילי תילים של הלכות. אדער אפי' אויב רוב רבנים האבען גאסר'ט מעג מען דאך וויסן די מיעוט המתירים.
עס איז דאך קלאר כשמש בצהרים אז די איינציגסטע וועג צו ווערן אקצעפטירט אין קהילות בישראל איז דורך מחמיר זיין. דאס איז א vicious cycle וואס גייט אלץ ווייטער און ווייטער. מה דאך אז דא אין קאווע שטוב מיט'ן אנאנימישע ניק, איז דא א ליין וואס יעדער פון די ניקים האט געמאכט פאר זיך אז עד פה תבא, כדי אז ער זאל קענען האבען א זכות קיום דא, און אויך אז כדי על כל צרה שלא תבא (גילוי) איז ער דאך נאר געגאנגען ביז אהין. אזי דאך קל וחומר די רעבאני העיר וואס זענען קיינמאל נישט געווען פון די מבקשי האמת, און בעסטען פאל זענען זיי געווען די פרומערע בחורים וואס האבען געוואלט געפעלען פאר זייערע חברים און רבי'ס אדער פאר זייערע אייגענע פאלשע געפילען. זיי לערנען אפאר יאר פלייסיג און וויאלע ער ווערט א דיין. זיין פרנסה איז געוואנדען צו ער געפעלט פאר'ן ברייטען ציבור. די קופצים בראש ביים המון עם פון די ברייטען ציבור, זענען די וואס פרעדיגן מער פרומקייט. דאס געט כבוד פאר זיי אז זיי זענען ערליך און נישט קיין קלים ח"ו, והא ראי' קוק וויפיל זיי טוהן קעגן די און יענע פירצה. די חינוך איז דאך נאך אלעם אז גשמיות און געשמאקע לעבן איז נידריג, און רוחניות ופרישות איז חשוב. אפי' דער בעה"ב וואס וואלט געוואלט עסען א פרישע סטראבערי אדער ח"ו זיך מאכן לייכטער און טראגן מיט'ן עירוב, שפירט בתוך תוכו אז דאס נעמט זיך פון עפעס א פחיתות וואס ער האט. דאס איז די חינוך וואס מען האט אריינגעלייגט גאר טיף אין אים. בלייבט מען דאך מיט די vocal minority וואס בעלבאטעוועט אויף די silent majority. ובכגון דא, מה יעשה הדיין ולא יחטא? ער מיז דאך האבן לחם לפי הטף, ער מיז דאך האלטן זיין פאזיציע און בקומען פשוט געלט שטיצע. וועט ער דאך אוודאי און אוודאי נישט ארויסקומען מיט היתירם אויף זאכען וואס אנדער ליארעמען. ווען איינער אין זיין שול פרעגט אים, מיז ער ענטפערען אז יש דברים בגו אויף דעם איסור, למחצה שליש ורביע, חאטש ער האלט אז ס'איז ליגענט. צוביסלעך פאנגט ער אהן צו גלייבן זיין אייגענעם ליגענט, און נאך אן אוסר איז געבוירען געווארען.
ווער רעדט נאך אויב איז ער פון די רוב שלא קראו ולא שמשו, נאר פשוט פון די המשכה פון 18 דורות נוטרי ברית, איז דאך פשוט אז עס קומט נישט אריין אין באטראכט צו ניצען דעם כח דהיתירא עדיף, ער האט נישט געלערנט גענוג אויף צו קענען די פירוש המלות פון כח דהיתירא עדיף.
ממילא בלייבען מיר איבער מיט דאס וואס מיר האבען.
די קונץ איז אבער נישט צו באוויינען זאכן. די קונץ איז צו פארעכטען וואס מען קען.
די תורה איז אפען פאר יעדעם. ווי איידער צו זידלען און רעגן זיך, קען מען מברר זיין יעדע חומרא. מברר זיין אהן קיין אגענדע פון חומרא, און אפשר טאקע מיט אן אגענדע פון כח דהיתירא עדיף. עס זענען דא גענוג תלמידי חכמים דא אין שטיבעל וואס קענען די מלאכה בעסער ווי רוב רבנים אונזערע. זאל זיין א מקום ווי כל דכפין ייתי וייכול, ער זאל זעהן וואס די מקור האיסור איז און צו איז עס יש דברים בגו. יעדער איד זאל וויסען אז אויב וויל ער זעהן דעם אמת אויף סיי וואסערע חומרא, אדער עכ"פ זעהן דעם הלכהדיגען צד שכנגד קען ער נאכקוקען אין מדור הלכה. די פסוק "ויאכלו ענוים וישבעו" וועט נישט נאר זיין גילטיג ווען דער רב דער בעל המכשיר ניצט זיין כחא דהיתירא אויף צופרידענשטעלען זיינע אויבערהארן די בעלי בתים פון די קאמפאני'ס וואס ער געט אן השגחה. עס וועט זיין גילטיג אויף אלא לעבן זויגענדע חומרות וואס די אוסרים זוכען ארויס חדשים לבקרים.
נעמט ארויס די געווער פון זייער האנט און ניצט דאס אקעגן זיי.
די אשכולים פאר בירורי הלכה זאל זיין זייער שטרענג אז מען מיז רעדן הלכה, נישט זיין מוכיחים בשער.
באמת איז דא אין שטיבעל שוין דא אסאך גיטע בירורים להלכה אויף געוויסע נושאים. עס איז אבער צושפרייט און צעזייט לאורכה ולרחבה פון אינזער בליענדען שטיבעל קע"ה. אויך האבן מאנכע שוין צוגעלינקט שיינע בירורים וקונטריסים אויף אסאך ענינים מיט הערליכע בירורים. מי יתן ונזדמנו כולם לפונדק אחד, בסדר פנים יפות.
אנשטאט באוויינען, לאמיר טון!!!!!!!!!!

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 31, 2013 1:47 pm

· #100649
ווי אזוי וועט א אן הלכה'דיגע בירור דא אין שטיבעל סטאפן צימערמאן און ווייזער פון טעררזירן דאס מענטשהייט?

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג מערץ 31, 2013 1:54 pm

· #100652
אויס מענטש
די גאנצע אשכול איז ביי מיר אונטער א פראגע צייכן.
זייט ווען ווערט וויליאמסבורג געפירט ? עס איז בכלל נישטא קיין פירערשאפט! והיינו טעמא וואס אין אזא צופארענע שטאט כאפן זיך די משוגעים צו צום רעדל.
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט וואלט ווען געקענט זיין פראטעסטן קעגן געשעפטן שאין רוח המתקנאים נוחה הימנו?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט פארקומען אזא זאך ווי שבת-עירוב שרייערס ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט הענגען אזעלכע צודרייטע צעטליך אויף די ווענט ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט זיין פאשקעווילן אין די גאסן אויף יעדע פריוואטע פאליטיק ?
אלא אין כאן לא הנהגה ולא מנהיגים אלא יש כאן מתנהגים על ידי כל אחד !!!

לענ"ד איז א פירערשאפט גראנישט אזא גוטע זאך. די גאנצע וועלט האט שוין איינגעזעהן אז פירערשאפט קארופטירט power corrupts. דעמאקראטיע איז די איינציגסטע עצה.
אזוי ווי יעדע דעמאקראטיע האט א קאנסטיטוציע, האבן מיר להבדיל די תורה. לאז זיין א פולע דעמאקראטיע אפצוטייטשען אונזער קאנסטיטוציע. אהן מורא פון די טעראריסטען האוסרים. לעת עתה קען דאס נאר געשעהן אינטער דעם אנאנימער טריפהנעם אינטערנעט.
לאז אפ פירערשאפט. נאר מיט די תורה קענען מיר האבען פרייהייט. אין לך בן חורין וכו'
אבער צו דעם דארף מען זיך אונטערגארטלען און טוהן למעשה, נישט נאר וויינען.

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג מערץ 31, 2013 1:57 pm

· #100654
נולד מאוחר
ווי אזוי וועט א אן הלכה'דיגע בירור דא אין שטיבעל סטאפן צימערמאן און ווייזער פון טעררזירן דאס מענטשהייט?
דער כוח פון ווייזער איז פון די פאר רבעלך האוסרים. זייער כוח איז מכלומרשט פון די תורה. נעמט דאס אוועק פון זיי.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 31, 2013 2:19 pm

· #100665
איך טראכט אז א חלק פון די רבנים אויב מיר וואלטן זיי געהאלפן מיט א פרנסה, וואלטן זיי אראפגעקראכן פונעם ציבור. אפשר מאכן מיר אן ארגענזאציא ווי מלערענט רביס און זייערע קינדער כשרות/משגיחות/שחיטה.
די ארגענעזאציע זאל אויך העלפן די עסקנים מיט שלו'בית פרנסה מענטאל העלט .
בלאט: 1 2 3 4