Its about time we set up our own kehilla/chasidus with the us 3 branch system, legislative, executive and judicial. We shall have our own mosdos shuls and do shiduchim between ourselves. and ignore the world.
ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?
160 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3319
WHAT A BOMB, DIFF
diffIts about time we set up our own kehilla/chasidus with the us 3 branch system, legislative, executive and judicial. We shall have our own mosdos shuls and do shiduchim between ourselves. and ignore the world.
First we will have to to copy the Boston Tea Party, maybe throw out all the kehilla/chasidus matzoz
Then stop paying membership and Kvitel Gelt
Then we will have to do what Washington did, fight off the Gabuim and gaurds of the kehilla/chasidus Kings and Rulers
Draft a decleration of Independance, No taxation without representation
Then to find out after 200 years that a hasid from monsey from the old kehilla/chasidus bribed your new legistlators to draft bills against you
What will you do then? 0
דעת תורהווער האט נישט די דיגיטאלע פארמאט פון די ערשטע אויסגאבע? צאלן אפאר הונדערט דאלער פאר דעם?
ווי?
זיך עס אויף אויף ספרים וסופרים
gandi, is there no corruption today in the hoifen and b din rooms?
diffIts about time we set up our own kehilla/chasidus with the us 3 branch system, legislative, executive and judicial. We shall have our own mosdos shuls and do shiduchim between ourselves. and ignore the world.
פארוואס דארף מען בכלל א קהילה?
לענ״ד איז בעסט, אז ביי יעדע אישא זאל מען מאכען א אשכול ווי דער עולם זאל קענען ארום רעדן און מסברן וואס און פארוואס ער האלט להלכה/השקפה לגבי די נושה.
און נאכדעם זאל מען מאכען א וואטינג סיסטעם ווי אלע מעמבערס( העכער 50 תגובת ? ) זאלען קענען שטימען און מוועט ארויסגעבן א פסק הלכה
דעס וועט מען פארשפרייטען אז דאס איז דעת קאווע שטיבעל ,מסכים?
און נאכדעם זאל מען מאכען א וואטינג סיסטעם ווי אלע מעמבערס( העכער 50 תגובת ? ) זאלען קענען שטימען און מוועט ארויסגעבן א פסק הלכה
דעס וועט מען פארשפרייטען אז דאס איז דעת קאווע שטיבעל ,מסכים?
בפרט אויב עס וועלן אנטייל נעמען זיבעציג מעמבערס, וועט עס זיין ממש בבחינת שבעים סנהדרין, אפשר וועט מען קענען פסק'נן דיני נפשות אויך.
בענדזשאמין פרענקליןבפרט אויב עס וועלן אנטייל נעמען זיבעציג מעמבערס, וועט עס זיין ממש בבחינת שבעים סנהדרין, אפשר וועט מען קענען פסק'נן דיני נפשות אויך.
נע , דיני נפשות וועט נאר קענען שטימען די וואס האבען שוין באקומען א געוויסע סכום לייקס
(אפשר 400 לייקס כדי ר בנימין זאל אויך קענען זיין פון די דיינים)
קינות גירושיןבענדזשאמין פרענקליןבפרט אויב עס וועלן אנטייל נעמען זיבעציג מעמבערס, וועט עס זיין ממש בבחינת שבעים סנהדרין, אפשר וועט מען קענען פסק'נן דיני נפשות אויך.
נע , דיני נפשות וועט נאר קענען שטימען די וואס האבען שוין באקומען א געוויסע סכום לייקס
(אפשר 400 לייקס כדי ר בנימין זאל אויך קענען זיין פון די דיינים)
נעה. דיני נפשות וועט נאר קענען פסק'נען אי-- שייג-- פון התאחד-- אויף דיוויזשן עוו.
נולד מאוחרסאיז א מדרש אז סמיינט צניעות.
די לצינות איז אז דע פרויען וואס פראקטיצירן דאס בת מלך פנימה, זענען און מיינע אויגן די ווייטסטע פון א בת מלכה.
א מלכה טריעט זיך מיט מעניקויר יעדן צווייטען טאג, גייט אנגעטאן שמעקעדיג, לעבט א לעבן נישט בדוקא פעמפערן קונדער און וואשן דישעס רוב פון זייער לעבן.
פעך, פוי, איינס פון די גרויליגסטע תגובות וואס איך האב נאר געליינט דא אין שטיבל. פופציג דיסלייקס
ידעןדעת תורהווער האט נישט די דיגיטאלע פארמאט פון די ערשטע אויסגאבע? צאלן אפאר הונדערט דאלער פאר דעם?
ווי?
גם אני מצטרף, איך זוך אויך דעם אריגינעלן.
שוין, אז אפאר אידן בעטן האב איך זיך מטריח געווען און אפירגעזוכט דעם לינק:
קרעדיט: OldBrisker אין פורום סו"ס
אגב, ווען כהאב יעצט פרובירט דעם לינק האט מען שוין נישט געדארפט דעם סיסמא.
קיבלתי עוד לינק באישי, שכולל את התמונות שעל הספר.
<a class="postlink" href="http://www.f2h.co.il/776z9zao3k9w#">http://www.f2h.co.il/776z9zao3k9w#</a>
הסיסמא לקובץ היא VCKVCKHO
תוקן על ידי OldBrisker ב- 05/03/2011 21:30:50
קרעדיט: OldBrisker אין פורום סו"ס
אגב, ווען כהאב יעצט פרובירט דעם לינק האט מען שוין נישט געדארפט דעם סיסמא.
משה געצילאויף די זאב ברענע שאוי איז יעצט געווען צו גאסט הרב נתן קאמענעצקי א זון פון ר' יעקב ז"ל, וואס האט ארומגערעדט איבער זיין בוך "דאס שאפונג פון א גדול". דער בוך איז אויסגעשטאנען שארפע קריטיג בשעת ווען עס איז פאבלאצירט געווארן, צוליב אנגעבליכע קאנטערווערסיאלע ענינים וואס הרב קאמענעצקי האט געשריבן דארט, און דאס האט געפירט צו א איסור בשעתו פון ארום צען גדולים אריינגערעכענט הרב אלישיב ז"ל.
הרב קאמענעצקי האט יעצט איבערגדריקט דאס ביכל, אין אביסל מער מרחיב געווען אין די ערטער ווי עס איז ארויס א שטורעם (ער טענ'הט אז ער האט גארנישט ארויסגענומען).
הנוגע לענינינו, תוך הדברים האט הרב קאמענעצקי פארציילט אז די איסור איז געשאפן געווארן דורך א יחיד וואס האט געשאפן א חתימה פון איין גדול וואס האט ניטאמאל געליינט דעם ביכל, און איינמאל ער האט געהאט דעם חתימה איז אים געלונגען צו באקומען דאס איבריגע חתימות אן קיין איבריגע שווערקייטן. צוליב דעם שרייבט ער יעצט א ביכל וואס ער וויל עס נישט ארויסגעבן בחייו, אינטערן קעפל "דאס שאפונג פון א איסור", לויט ווי עס קוקט אויס פון אים איז דאס נישט נאר א פראבלעם וואס פלאגט וויליאמסבורג.
"דאס שאפונג פון א איסור", Anatomy of a Ban בלע"ז, איז שוין ארויסגעקומען אין 2003, און איך האב עס נאך דאן געלייענט.
אוודאי זענען פארהאן צווישנשיידן פון די ערשטע ביז די צווייטע ווערסיע. זעה דא.
ר' נתן רעדט וועגן דעם פארבאט:
Rabbi Nathan Kamenetsky's lecture about the banning of his Making of a Godol delivered at Young Israel of Beth El in Boro Park on 12 March 2005.
דער וויקיפידיע בלאטשמועסט גוט אויס דעם נושא.
אבער די נקודה איז נישט אזוי ווי איר זאגט אז "די איסור איז געשאפן געווארן דורך א יחיד". נאר
1. פון אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן האט נאר איינער געקענט לייענען ענגליש.
2. מען האט גארנישט אייגעלאדענט דעם בעל דין ר' נתן. מען האט נישט געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן, אים נישט געגעבן קיין געלעגענהייט צו פארטיידיגן זיין מאסיווע, גרונטליכע און היסטארישע ווערק!
דאס איז דער הימל געשריי!
אויס מענטשדי גאנצע אשכול איז ביי מיר אונטער א פראגע צייכן.
זייט ווען ווערט וויליאמסבורג געפירט ? עס איז בכלל נישטא קיין פירערשאפט! והיינו טעמא וואס אין אזא צופארענע שטאט כאפן זיך די משוגעים צו צום רעדל.
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט וואלט ווען געקענט זיין פראטעסטן קעגן געשעפטן שאין רוח המתקנאים נוחה הימנו?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט פארקומען אזא זאך ווי שבת-עירוב שרייערס ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט הענגען אזעלכע צודרייטע צעטליך אויף די ווענט ?
אין א שטאט ווי עס איז דא א פירערשאפט, וואלט ווען געקענט זיין פאשקעווילן אין די גאסן אויף יעדע פריוואטע פאליטיק ?
אלא אין כאן לא הנהגה ולא מנהיגים אלא יש כאן מתנהגים על ידי כל אחד !!!
you right, i dont think that in monroe happens those things
געווען נאכן קריג ווען א טוץ צדיקים ורבנים זענען אנגעקומען פונעם פארברענטן אייראפע, און האבן אנגעהויבן איינזייען זייערע הויפן. אבער נאר וואס איז אנגעקומען א ווילדע שטורעם, סאטמאר האט עס געהייסן, און האט פארטיליגט און פארטריבן יעדן, און געבליבן געוועלטיגן דארט א יובל יארן, מיט טעראר און כח.
היינט ווען ס'שוין נישט סאטמאר בתוקפה איז ווילי צוריק אויפן וועג פון א תיקון אפשר אפשר. באלעבאס פרעגסטו? פרעג נישט.. ס'איז א ווייטאגליכע פראגע
היינט ווען ס'שוין נישט סאטמאר בתוקפה איז ווילי צוריק אויפן וועג פון א תיקון אפשר אפשר. באלעבאס פרעגסטו? פרעג נישט.. ס'איז א ווייטאגליכע פראגע
לויט ווי איך ווייס, איז אויסער דער וויזשניצער רבי און דער קלויזנבורגער רבי אויך דער סקווערע רבי אנטלאפן פון ווילי, צוליב די אומרוען פון סאטמאר אין נאמען פון רבינו הגדול והנורא שנקרא שמך עליו
און איך תמים האב אלס געגלייבט די באבקע אז סקווערער רבי האט פשוט געוואלט וואוינען אויסער די שטאט,ישיבת כרכים קשה, וואוינען אין א פלאץ וואס איז דא נאר איין מנין א.א.וו. יעצט הער איך סהאט פשוט געהאט מיט סאטמאר צוטאן.
מנשה לוסטיגלויט ווי איך ווייס, איז אויסער דער וויזשניצער רבי און דער קלויזנבורגער רבי אויך דער סקווערע רבי אנטלאפן פון ווילי, צוליב די אומרוען פון סאטמאר אין נאמען פון רבינו הגדול והנורא שנקרא שמך עליו
מפני כבודו פון הרה״ק מסקווירא זי״ע "הגדול והנורא שנקרא שמך עליו" וועל איך מיך נישט אריינלאזן אין א שמועס מיט דיר ווי טעראר איז געווען א גאנגבארע ארטיקל, און וועמענס טעראר אפילו קעגן אייגעע מענטשן איז געגאנגען בירושה און איז בתוקפה עד היום הזה
שוין
האט מען דא מברר געוועהן אז טעראר איז איבעראל געוועהן, סיי סאטמאר און סיי סקווירא, אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
האט מען דא מברר געוועהן אז טעראר איז איבעראל געוועהן, סיי סאטמאר און סיי סקווירא, אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
ביסט דאך א היסטוריקער פארלייקן נישט היסטאריע אז סאטמאר האט טאראזירט וויליאמסבורג און יעד רב האט געמיזט גיין אין שפאן און אזו איז עד היום רבי פישל הרשקאביץ איז נישט אזוי חשוב ווי סענדזשארדזשער רב ער טאר נישט מאכין א עירוב ווען אפאר טוזנט אידן אין שטאט ווילען עס?
איחוד פעלדאלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
סקווערע טעראר איז אינטערנאל, און סאטמארע איז עקסטערנאל (געווען, ביז די אינערליכע מחלוקת ווען די גאנצע וועלט האט אפגעאטעמט.)
געפילטע פישאיחוד פעלדאלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
סקווערע טעראר איז אינטערנאל, און סאטמארע איז עקסטערנאל (געווען, ביז די אינערליכע מחלוקת ווען די גאנצע וועלט האט אפגעאטעמט.)
אונטערעסאנט צו באמערקן, אז דער סקווירער רבי שליט''א, איז אן אייניקל פון הגה''ק דער לעצטע בעלזער רב, מהרי''ד זי''ע,
און דער סאטמאר רב זי''ע, האט זיך געהאלטען פאר א חסיד פון הרה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע,
און דאס וואס מאנכע ריפן דא אן "טעראר" הא מען אוןן בעלז געריפן יודישקייט,
בעזלא אינדערהיים, איז געווען די מערסט עקסטרעמיסטשע חסידות, מען האט געטיילט מכות כדי להמית, פאר ווער עס איז נישט געגאנגען און שפאן 101 פראצענט:
זעט אויס אז סאטמאר אלס חסיד, און סקווירא אלס אייניקל, האבן באקימען די "טעראר-יודישקייט" בירושה פון בעלזא,
דער אייבישטער זאל אפהיטן. ווען סאטמאר נעמט ווען איבער בעלז' טעראר, לא נשתייר משונאיהם של ישראל שריד ופליט... סאטמאר האט גענוג די אייגענע.
אין בעלז האט מען נישט אזוי געטיילט קיינע מכות, געט יור פעקטס סטרעיט! גוטע שפיצלעך/פאשקעוילן און ציפקעס יא אבער פון דארט ביז מכות כדרך הסלולה לנו מבית סיגט/אורשיווע/קראלי/סאטמאר איז דא א וועג צו גיין. און אוודאי איז עס נישט געווען בלויז פארען חטא פון "נישט געגאנגען און שפאן 101 פראצענט".
ואגב, שאל זקינך ויאמרו לך, אלע וואס זענען געווען אקטיוו אין די אלע מחלוקת'ר מכול הצדדים שהם מאז ועד היום האבען באצאלט א ביטערע פרייז דערויף, הם ובני ביתם. בינו נא זאת.
ואגב, שאל זקינך ויאמרו לך, אלע וואס זענען געווען אקטיוו אין די אלע מחלוקת'ר מכול הצדדים שהם מאז ועד היום האבען באצאלט א ביטערע פרייז דערויף, הם ובני ביתם. בינו נא זאת.
דעת תורהאון איך תמים האב אלס געגלייבט די באבקע אז סקווערער רבי האט פשוט געוואלט וואוינען אויסער די שטאט,ישיבת כרכים קשה, וואוינען אין א פלאץ וואס איז דא נאר איין מנין א.א.וו. יעצט הער איך סהאט פשוט געהאט מיט סאטמאר צוטאן.
איך אויך, ווילסט איבערשרייבן היסטאריע? כל הכבוד, וועלקאם טו די קלאב! ביסט נישט דער ערשטער וואס וויל.
צו פארגלייכן אפילו סאטמאר / סיגוט צו בעלז, כל שכן צו זאגן אז סאטמאר איז געווען ערגער, איז זינלאז טו א ווערי פאר עקסטענד. אין סאטמאר האט מען געשלאגן מפעם לפעם, ווען עס איז אויסגעקומען צו דיעלן מיט עזות פנים׳ער בעלי מחלוקת, אבער דאס איז נישט געווען די עמטליכע שפראך. אין בעלז איז נישט געווען קיין אנדערע שפראך נאר פעטש. אווי ר׳ יאנקעלע האט זיך אויסגעדרוקט: די יושבים האבן געשלאגן זיי האבן פשוט נישט געוויסט אז מען טאר נישט שלאגן...

פוןדעסטוועגןדאךדעת תורהפשוט אז גורם זיין א מכשול פאר מענער, כאטש עס דינט כהיום ווי דער עיקר טעם פאר צניעות, איז עס אין פאקט די לעצטע און שוואכסטע טעם, און קען נאר קומען צוזאם מיט א אנדערע טעם, אבער אויב א געוויסער מין מלבוש אדער אויפפירונג איז מצד עצמו מותר צו גיין אזוי ברבים, דאן איז נישטא קיין שום מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם.
פארשטייט זיך אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, המחמיר הרי זה משובח, אבער דער מאן אירער ברויך אויך מחמיר זיין אויף למשל אויב א איד ב'גנב'ט אים זאל ער תיכף מוחל זיין כדי נישט מכשיל צו זיין מיט א עבירה. וכן הלאה על זה הדרך.
א מקור ביטע.
אויך פארשטיי איך נישט. דו זאגסט אז עס איז נישטא קיין מקום מחמיר צו זיין וועגן דעם טעם, און תיכף דערנאך זאגסטו אז נשים צדקניות מעגן מחמיר זיין, והמחמיר הרי זה משובח. What gives?
טו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).
א שטערקערע מקור, איז דער רבינו יונה - אין אגרת התשובה - וואס שרייבט: ״וצריכה האשה להיות צנועה וכו׳ שלא יסתכלו בני אדם בפניה וידיה והם יורדים לגיהנם והיא ענושה בעונש כל אחד מהם״. דער רבינו יונה רעדט נישט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון פריצות׳דיג, ער רעדט דאך אז מען וועט קוקן בפניה ובידיה, זעט מען דאך לכאורה אז סאיז אייביג דא דער ענין. באמת אויבנאויף קען מען זאגן אז אויב זאל עס באמת זיין א איסור וואלט ער דאך געדארפט רעדן פשוט׳ער, אנשטאט אפשרעקן מיט עונשים וואלט ער געדארפט פשוט שרייבן אז זי איז עובר אויף לפני עוור, אלא מאי רעדט ער נאר על דרך המוסר כעין מש״כ המהרש״א הנ״ל. אלא שלפי זה האט ער ווען געדארפט שרייבן מיט א ענליכע שארפקייט אויף די אידן וואס זענען נישט מוחל אויף די גנבים.
ואולי מיירי ברעשנית מאוד שמהפכת הרחוב בקולה וכדומה וכאילו מכריחה לאנשים להסתכל עליה. ובפשיטות י״ל כגון שלבושה מלבושי פריצות שכנ״ל אין לה הזכות לזה כיון דהתורה אסרה, אלא דאם כן למה באמת לא עוברת על ״לפני עוור״? ויל״ע.
דעת תורהאיך אויך, ווילסט איבערשרייבן היסטאריע? כל הכבוד, וועלקאם טו די קלאב! ביסט נישט דער ערשטער וואס וויל.
צו פארגלייכן אפילו סאטמאר / סיגוט צו בעלז, כל שכן צו זאגן אז סאטמאר איז געווען ערגער, איז זינלאז טו א ווערי פאר עקסטענד. אין סאטמאר האט מען געשלאגן מפעם לפעם, ווען עס איז אויסגעקומען צו דיעלן מיט עזות פנים׳ער בעלי מחלוקת, אבער דאס איז נישט געווען די עמטליכע שפראך. אין בעלז איז נישט געווען קיין אנדערע שפראך נאר פעטש. אווי ר׳ יאנקעלע האט זיך אויסגעדרוקט: די יושבים האבן געשלאגן זיי האבן פשוט נישט געוויסט אז מען טאר נישט שלאגן...
נאך אסאך מער
און סאטמאר האט מען עטליסט זיך איינגערעד אז משלאגט לשם שמים (כרעד ביים זיך שלאגן מיט די דרויסענדע) שיטה, ציונות, וכדומה ווי אויך די שלעגער זענען געווענליך געווען פון די שוואכערער עלעמענט
ווידער און בעלז האבן גרויסע לייט געפילט מנחת זרועם נאר ווייל סהאט זיך זיי געדאכט אז סרירט צו צי "כבוד בית בעלזא" און ווי די האסט געקוואויט ר יאנקעלע ז"ל האט מען גערעד פון עפעס מער ווי די בחורים אדער שוואכע סחורה.
דעת תורהטו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).
סאך מער, די גמרא אין מס' תענית פארציילט אז דער אמורא ר' יוסי דמן יוקרת האט אוועקגעלייגט זיין אייגן טאכטער, ער האט געזאגט "שוב לעפרך", ווייל זי איז געווען צו שיין און מכשיל געווען אנדערע מענער
דעת תורהאיך אויך, ווילסט איבערשרייבן היסטאריע? כל הכבוד, וועלקאם טו די קלאב! ביסט נישט דער ערשטער וואס וויל.
צו פארגלייכן אפילו סאטמאר / סיגוט צו בעלז, כל שכן צו זאגן אז סאטמאר איז געווען ערגער, איז זינלאז טו א ווערי פאר עקסטענד. אין סאטמאר האט מען געשלאגן מפעם לפעם,
זענט איהר אוקעי? סאטמער געששלאגען מפעם לפעם??? דאס איז געוועהן די שפראך אלע יארען!! אמאהל האט מען טאקע געציטערט פון זיי וועגען דעם.
פרובירט זיכען די קונטרסים אין פאבליקאציעס פונעם בעלזע/מונקאטשער מחלוקה, שטייט גארנישט הינטער פון עני אינדעוואלע מחלוקה וואס די טרעפסט ביי סאטמאר.
ווען די רעדסט פון מלחמת תשנ"ט און ווייטער שטייט דאס מסתמה ארויס, אבער אויך מכוח ווייל ריזיגע מעצמה פון רבבות משפחות בלי גוזמה וואס איז דורעך א ספליט.
אז די וועסט פראבירן עס משוה צי זיין לאמיר טאקע אנכאפן א בעלזער דוגמה, מלחמת בעלזע/מחנובקא און עס פראבירן צעצעטיילן איז עס אולי מער אלימות פער מחנובקער חסיד.

קופערניקעס, איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר דיין תגובה, אבער מיין סאטמערישקייט לאזט נישט.
דער אמת איז איז:
אז פאר די מלחמה, האט מען זיך איבעראל, געשלאגען און געהארגעט סיי מיט די הענד, סיי מיט די פוס, סיי מיט די ציין, פאשקעווילן, צייטונגען, ציפקעס, אד''ג, מיט יעדע דיסטראקציע מיטל וואס מען האט נאר געהאט און דער דיספאזיציע.
און פוילן איז עס געווען גור מיט אלכסאנדער, און גאליציע איז עס געווען צאנז מיט ריזן, און אונגארן בעלז מיט מונקאטש, און מארמאראש וויזניץ מיט סיגוט, און ראמעניע סאטמאר מיט דעש, און די ליטע און וואלאדזשין די תלמידים פון הגר''ח בריסקער, מיט די תלמידים פונעם נצי''ב, און ראדין די תלמידים פון הגאון רבי משה לאדינסקי מיט די תלמידים פון הגאון רבי נפתלי טראפ, און אזוי ווייטער און ווייטער,
עס האט עפעס אויסגעזען אז אזוי קימט גאר יודישקייט,
אבער זייט סאטמאר האט אונטערדריקט די בני יואל מיט אן אייזענעם פויסט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט און די ק''ק און דער אלטער היים, האבן די בני יואל אנגעפאנגען זינגען "טעראר" און עס איז זיי געלונגען, פאר דער ווארט טעראר האט יעדער איינער מורא, און א דאנק דעם האבן זיי שוין מנוחה די לעצע 14 יאר:
און בכלל איז די וועלט היינט געווארן מורא'דיג ליבלעראל, דער איש כל הישר בעיניו יעשה, דיקטאטירט היינט דער יודישער גאס, און עס גייט שוין אזוי ווייט, אז אפי' און א שטעטל וואס איז דא א רבי, א מרא דאתרא, מיט תקנות פון די וואס האבן מייסד געווען דעם שטעטל, איז אויך דא בר-נש'ן וואס ווילן זיך פירן מיט די שיטה פון איש כל הישר בעיניו יעשה, און אויב זאגט זיי א בא... שרייען זיי מיט הימל'שע קולות "טעראר" גיוואלד..............
ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, און מען האט געפאקט א יוד ביי די מעשה... ער האט זיך פארליבט אונעם שכן'ס ווייב, זענען געקימען צו גיין די שליחי ב''ד, און מען האט אים מיט שלעק געפירט צום אומשלאג פלאטץ, און מען האט אים אראפ געשליידערט 2 שטאק, און מען האט זיכער געמאכט אז ער טרעפט זיך מיט זיינע עלטערן און גן עדן, און דערנאך האט מען אום באגראבן אונטערן פלויט, איז דען איינעם ביי געפאלן צו שרייען "טעראר" ?????
היינט אז איינער וואוינט און א שטעטל און ער שרייט נאך דעם רבי'ן כאמעני, ירבעם בן נבט... אד''ג, און מען שיקט אים אהיים די בנים פון חדר, האט ער גאר די חוצפה צו שרייען גיוואלד.... טעראר.... אדער ווען א אשת חיל באשליסט און א גרינעם מיטוואך, זיך אריין צו בויערן א טבעת בטבורה, און מען זאגט איר נשמה'לע.. דא קאן מען אזאנס נישט טאן, מען וועט דיר מיזן אהיים שיקן דיין זיסע מיידעלע פון סקול... הייבט זיך אן א יאמעריי טעראר גיוואלד ...
דאס גילעכטער איז דאך עד לב השמים....

וואס איז די מעשה מיט די טבעת בטבורה? און וועם האט עס געשטערט?
@קאךלעפל
דו מיינסט טאקע צו קלאגען אויפ'ן מצב הדור וואס ליידער ליידער טעראר איז נישט אנגענומען צו זיין א שיינע זאך?
דו מיינסט טאקע צו קלאגען אויפ'ן מצב הדור וואס ליידער ליידער טעראר איז נישט אנגענומען צו זיין א שיינע זאך?
קאךלעפל, איז רוזין אין מזרח גאליציע אדער מערב גאליציע?
newkaveקאךלעפל, איז רוזין אין מזרח גאליציע אדער מערב גאליציע?
פרעג רבי גוגול:
דאס איז אונזער שוואכער יוטוב דור שולדיג, ווילאנג יו טוב איז נישט געשטאנען האט מען געזאגט "פון קענט און ווייטער עט יור אוון ריסק", היינט איז שוין יו טוב שטערקער פון די פאליציי און זיי האבן אויך מורא פון יו טוב, אויף דעם שטייט דאך שוין אלמלא מוראה איש את רעהו וכו'
קאך_לעפלדער אמת איז איז:
און ראמעניע סאטמאר מיט דעש,
אפשר געסטי עפעס דיטעילס איבער די שוידערליכע סאטמאר דעשש מחלוקה, עפעס זעט אויס האבן די היסטאריקער פארגעסן עס צי קאווערן.
גאלדדעת תורהטו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).
סאך מער, די גמרא אין מס' תענית פארציילט אז דער אמורא ר' יוסי דמן יוקרת האט אוועקגעלייגט זיין אייגן טאכטער, ער האט געזאגט "שוב לעפרך", ווייל זי איז געווען צו שיין און מכשיל געווען אנדערע מענער
אבער די האסט נישט גענדיגט די גמרא
אז די אנדערע אמוראים האבען נישט געהאלטען אז ער האט גוט געטוהן
אויף אזוי ווייט אז זיי האבען נישט געוואלט לערנען ביי אים!!
זיי האבען געזאגט אז א מענטש האט נישט רחמנות אויף זיין אייגענע טאכטער אויף אונז תלמידים גייט ער זיכער נישט רחמנות האבען
newkaveקאךלעפל, איז רוזין אין מזרח גאליציע אדער מערב גאליציע?
ער מיינט צו זאגן סאדיגור. און ווען איינער מישט אויס "הודו" מיט "כוש". איינס איז אין אזיע און די אנדערע איז אין אפריקע.
איחוד פעלדשוין
האט מען דא מברר געוועהן אז טעראר איז איבעראל געוועהן, סיי סאטמאר און סיי סקווירא, אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
[ציטאט אראפגענומען]
נאך איין חילוק, פון די יעצטיגע סאטמארע מחלוקה איז כאטש ארויסגעקומען עפעס גוטס פארן ציבור, צו איז דאס חתונה תקנות, ווייץ, פלייש (פאר ווער ס'האלט ס'איז מהודר), און נאך אסאך גוטע זאכן צוליבן רייץ פון ווער ס'טוהט אויף מער און שטעלט צו מער, אבער פון רוב אנדערע מחלוקת, חוץ די פירוד לבבות און רדיפות האט עס גארנישט געברענגט!
אז דו ווילסט קענסטו צולייגן די עירוב אויך.... אן קיין סאטמארע מחלוקה איז קיין עירוב אין וויליאמסבורג נישטא!
ווילסט גיין ווייטער? א דף היומי סיום אין אימפיריאל זאל אין וויליאמסבורג, ווען סאטמאר איז בתוקפו וואלט דאס נישט פארגעקומען!
ווילסט גיין ווייטער? א דף היומי סיום אין אימפיריאל זאל אין וויליאמסבורג, ווען סאטמאר איז בתוקפו וואלט דאס נישט פארגעקומען!
שעפטלאז דו ווילסט קענסטו צולייגן די עירוב אויך.... אן קיין סאטמארע מחלוקה איז קיין עירוב אין וויליאמסבורג נישטא!
פארוואס וואלט נישט געווען קיין עירוב ווען נישט די מחלוקה? ❓ ❗
דאס איז מיין מיינונג, ווען סאטמאר איז געווען איינס און שטארק וואלט עס ניטאמאל ארויפגעקומען על דעת המתירים עס צו מאכן
אמאל האט עס ר' יואליש פארכאפט מיט כח, מיט יארן האט עס ר' מאטעלע געוואלט איבערנעמען, למעשה האט ברוך השם כל איש כל הישר בעיניו יעשה. ב''ה ארויס מידי מושלים בכח
און ר' יעקב יוסף האט געמוזט אנטלויפן אין די הרי אררט אריין נישט קענענדיג צוקוקן ווי איינער וואס איז נישט נכד טשערנאביל פאקט אים איין
אלע זענען אנטלאפן, קלויזענבורגער רב, און וויזשניצער רבי - ר' חיים מאיר'ל, און באבובער רב, און ר' יאנקעלע, אלע זענען אנטלאפן ווייל זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר זיי, ווער ס'האט אנגעהויבן מיט דעם טעראר מאשין וואס האט געהייסן רבינו הקדוש, איז געווארן פארפייניגט און באדרענגט.
טראץ וואס ר' יואליש איז געווען פונקט אזא פליט ווי אלע גרינע נאכן קריג, און ווילי איז געווען א פלאץ פון א באשיידענע קהילה, גארנישט קיין שייכות מיטן טעראר מאשין, וואס האט אנגעפירט די עבודת המולך מהודו ועד כוש