☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס

קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3305
בלאט: 1 2

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 23, 2015 2:53 pm

· #284610
און סאטמאר זענען דא נאך צענדליגע וואס האבען געדארפט ווערן ואמנה רק קצתם
ר' אברהם לייטנער
ר'מנשה פילאפף
ר' ישעי' יעקב שטויבער
די מוזשויער
אלטא פיגא
ר' נתן יוסף
ועוד ועוד
(ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט....!! פארשטייסט ? )

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 23, 2015 2:54 pm

· #284611
ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט אין בורו פרק פלעגט זיך ארום דרייען א איד גייענדיג נאך געלט און ער פלעגט אלץ זאגען... " איך בין דער אמת'דיגע פייע'ר רבי"?


פייע רב נישט רבי. אוודאי געדענקט מיר אים און כ'האב באקומען אסאך פיקטשערס פון אים. געדענסט ווי ער פלעגט סטראשענען אז ער וועט רופן די פייע פאליס?

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 23, 2015 2:55 pm

· #284612
און פשעווארסק האט מען נאך ר' איציקעל געוואלט אויפנעמען ר' ליבוש ווייל די עולם האט נישט אזוי געקענט און יענע יארן ר' יאנקעלע אלץ אזא איש קדוש ווייל ער האט זיך מורא'דיג באהאלטען

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 23, 2015 2:57 pm

· #284614
און אין באבוב45 האט ר' יהושע'לי געדארפט ווערן. ווייסט איינער פארוואס די יונגערע איז געווארען ווייל ער איז מער קדוש אדער ווייל ער איז א בעסערע פייטער ?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2015 3:07 pm

· #284620
האמת לאמיתו
און סאטמאר זענען דא נאך צענדליגע וואס האבען געדארפט ווערן ואמנה רק קצתם
ר' אברהם לייטנער
ר'מנשה פילאפף
ר' ישעי' יעקב שטויבער
די מוזשויער
אלטא פיגא
ר' נתן יוסף
ועוד ועוד
(ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט....!! פארשטייסט ? )

האמת לאמיתו: א טייל פון די וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט האבן בכלל נישט געדארפט צו ווערן. זיי האבן זיך נאר איינגערעדט. אן אנדער חלק, אזוי ווי אלטע פייגא זענען פאקטיש יא געווען אדמורי"ם...!

פאפיטעס » דינסטאג יוני 23, 2015 3:55 pm

· #284634
ווי באקאנט איז ר' מאטעלע וויזניצער געווען די נענסטע תלמיד פון דעם סאטמערן רבין זי"ע, אין סאיז געווען אן ערענסטן רעדע אז ער זאל איבערנעמען די רבנות שטיל,
אבער ווען סהאט שוין געהאלטן ערנסט די מצב אין מען איז געקומען פרעגן אויב ער וואלט איבערגענומען די רביסטעווע, האט ער אפגעזאגט, זיך אויסדריקנדיג אז זיין שיטה בנוגע אגודה וכו' איז נישט לויטן סאטמערן שיטה אין ער וויל נישט פירן א חסידות וואס די קרייז האלט אנדערש פונעם רבין.

היסטאריקער » דינסטאג יוני 23, 2015 3:57 pm

· #284635
פאפיטעס
ווי באקאנט איז ר' מאטעלע וויזניצער געווען די נענסטע תלמיד פון דעם סאטמערן רבין זי"ע, אין סאיז געווען אן ערענסטן רעדע אז ער זאל איבערנעמען די רבנות שטיל,
אבער ווען סהאט שוין געהאלטן ערנסט די מצב אין מען איז געקומען פרעגן אויב ער וואלט איבערגענומען די רביסטעווע, האט ער אפגעזאגט, זיך אויסדריקנדיג אז זיין שיטה בנוגע אגודה וכו' איז נישט לויטן סאטמערן שיטה אין ער וויל נישט פירן א חסידות וואס די קרייז האלט אנדערש פונעם רבין.


שטותים

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 23, 2015 4:11 pm

· #284639
ווי אזוי קען מען פארגעסן פון דעם מיטלען רבי'ן הרה''ח רבי ש.ה. שליט''א?

ער האט זיך געלאזט אויפבויען א פלאטץ אינעם צענטער פון שטאט, אויפן סאמען העכסטען בארג, מיט א הערליכע שטראסע פון ווי ער זאל קענען קענען אנווינטשען ברכות הק' במוצאי החג.

ווי אויך איז פארהאן א לעגענדע אז זיין הויז איז דאס איינציגסטע פריוואטע הויז אויפן ערד-קוגל וואס פארמאגט קטנערס.(דהיינו שטייעדיגע בתי כיסאות לגברים בלבד פאר השתנה) צילוב דעם וואס עס איז געבויעט געווארן אלס א ראביסטטווע צענטער....

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 23, 2015 6:43 pm

· #284685
berlbalaguleh
האמת לאמיתו
און סאטמאר זענען דא נאך צענדליגע וואס האבען געדארפט ווערן ואמנה רק קצתם
ר' אברהם לייטנער
ר'מנשה פילאפף
ר' ישעי' יעקב שטויבער
די מוזשויער
אלטא פיגא
ר' נתן יוסף
ועוד ועוד
(ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט....!! פארשטייסט ? )

האמת לאמיתו: א טייל פון די וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט האבן בכלל נישט געדארפט צו ווערן. זיי האבן זיך נאר איינגערעדט. אן אנדער חלק, אזוי ווי אלטע פייגא זענען פאקטיש יא געווען אדמורי"ם...!

סאיז דא א חילוק ווען איינער ווערט א רבי לשם רבי אדער ער ווערט נאר כדי א צווייטער זאל נישט ווערן (להבין דברי עיין ייטב לב פרשת שופטים) למעשה פון די אלע וואס איך האב אויסגערעכנט זענען אלע פון זיי געווארען הוגי דעות מיט א שטיקעל נאכפאלגערשאפט אבער נאר אבי נישט א צווייטען (משנת תשמב-תשמה איז עס געווען בלשונם די סיגוטער און לאחר תשנט האבען זיי גענומען דער פון סיגוט ב"פ אבי נישט דער פובליק סקול...)

חקרן » דינסטאג יוני 23, 2015 7:42 pm

· #284699
ראש הישיבה
דעתי הענייה
בעל הבית
קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?

קען איינער מסביר זיין פארוואס עשו האט אויפגעגעבן די בכורה פאר יעקב? ער האט עס פשוט נישט געדארפט.
ה''ה מיט אים ער האט עס פשוט נישט געדארפט (נישט אז ער איז עשו, ער איז א וואוילער איד מיט א גאלדענע הארץ).

😂


מ'זאגט אז ער האט עס נישט געוואלט אננעמען, ווייל זיין טאטע זצ"ל פלעגט אויפנעמען פרויען, און ער האט נישט געוואלט אריינלאזן פרויען, דעריבער האט ער אויפגעגעבן אויף די רבי'סטעווע און דאס איבערגעגעבן פאר זיין יונגערע ברודער.

בן אדם » דינסטאג יוני 23, 2015 7:53 pm

· #284702
ווער זאגט ער האט בכלל מוותר געווען אויף די רביסטעווע ? די משפחה מיט די גבאים האבן עס פשוט צו גענומען פון עם און עס געגעבן פאר'ן יונגערן ברודער.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג יוני 23, 2015 8:10 pm

· #284707
חקרן


מ'זאגט אז ער האט עס נישט געוואלט אננעמען, ווייל זיין טאטע זצ"ל פלעגט אויפנעמען פרויען, און ער האט נישט געוואלט אריינלאזן פרויען, דעריבער האט ער אויפגעגעבן אויף די רבי'סטעווע און דאס איבערגעגעבן פאר זיין יונגערע ברודער.


זיין פראבלעם איז נישט געווען דאס אריינלאזן פרויען, זיין פראבלעם איז געווען זיי ארויסצולאזן... וד"ל.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יוני 23, 2015 8:11 pm

· #284708
דולה ומשקה
רבי שמואל רוקח פון סקאהל האט גע'דארפט ווערן בעלזא רב אנשטאט זיין אינגערע רבי ישכר דוב.
ס'געוועהן א ביטערע דין תורה, צום סוף האבן זיי געמאכט א שטיקל "אינדרויסען פון בי"ד סעטילמענט",
אבער ביז צום סוף האט ער נישט מוחל געוועהן, ער האט זיך טאקע משדך געוועהן ווען ער האט גענומען רבי ישכר דוב'ס זוהן רבי אהרן אלס איידעם, אבער דער איידעם איז כמעט קיינמאהל נישט געוועהן ביי זיין פעטער/שווער.
דער פרשה איז אביסל א אריכות אין נישט נוגע אין דער אשכול.


לידיעתך
רבי אהרן איז שוין געוועהן א חתן בחיים חיותו פין דער זיידען דער מיטעלע בעלזער רב
אין רבי אהרן האט חתונה געהאט שוין לאחר פטירתו פין דער זיידן
אין געוואוינט א שטיק צייט אין סקאהל ביים פעטער\שווער
אין איז יא געפארן פין צייט צו צייט אין נישט אזוי ווי איהר לייגט דא אראפ..

signout » מיטוואך יוני 24, 2015 10:32 am

· #284853
דערמאנונג פאר די אשכול אין אלע אנדערע: בעפאר איר שרייבט מאכט זיכער אז גייט נישט דארף קלאפען יענעם אין טיר אין מפייס זיין, אויף שפיכות דמים זעהט מען שרעקעדיגע זאכען, ס'נישט ווערט

סקרן » דינסטאג יולי 4, 2017 3:54 pm

· #377820
ר' מאיר אדלער מדזיקוב ויזניץ
ר' יושע שפירא מבלאזוב ריבאטיטש
ר' משה מנחם מבלאזוב
אדמור מבעלעד

היימלינד » מאנטאג יוני 10, 2024 12:47 pm

· #564759
Re:
דעתי הענייה #
גאר ווייט פון מציאות....
אזוי וואלטן די ווישאווא תלמידים געוואלט עס זאל ווען האבן געווען, אבער, עס איז קיין ספק נישט געווען אז דער אמרי חיים גייט זיצן אין גרויסווארדיין.
איך האב נישט יעצט קיין צייט, עס איז אן אריכות, מער וועט נאכקומען.
די אמר"ח איז אלע יארן געזעצען אין גרוסווארדיין ביים טאטען, כמעט נישט געווען אין זיין רבנות שטאט ווילחוביץ, משא"כ די ווישאווא רב האט שוין געהאט זיין אייגענע מלוכה אין ווישאווא

היימלינד » מאנטאג יוני 10, 2024 12:47 pm

· #564760
Re:
עסקן בדברים #
דאכט זיך א ברודער פון ר' יהושע'לע בעלזער
דו מיינסט די עלסטער רבי אלעזר

תניא בניחותא » מאנטאג יוני 10, 2024 2:30 pm

· #564775
Re: Re:
היימלינד #
דעתי הענייה #
גאר ווייט פון מציאות....
אזוי וואלטן די ווישאווא תלמידים געוואלט עס זאל ווען האבן געווען, אבער, עס איז קיין ספק נישט געווען אז דער אמרי חיים גייט זיצן אין גרויסווארדיין.
איך האב נישט יעצט קיין צייט, עס איז אן אריכות, מער וועט נאכקומען.
די אמר"ח איז אלע יארן געזעצען אין גרוסווארדיין ביים טאטען, כמעט נישט געווען אין זיין רבנות שטאט ווילחוביץ, משא"כ די ווישאווא רב האט שוין געהאט זיין אייגענע מלוכה אין ווישאווא
קלי וקלי דא"ח
דער אמרי חיים איז געזעצן אין גרויסווארדיין די גאנצע צייט, און די פאנטאפל גווארדיע (aka חניוקעס) זענען געווען זיינע מענטשן, לאידך גיסא אין גרויסווארדיין האבן קוים געוואוינט אפאר מנינים וויזשניצע חסידים נישט געווען קיין גרויסע גליק איבערצונעמען, קוים א ביהמ"ד וואס איז געווען אינמיטן בויען (דער עולם האט געוואוינט צושפרייט איבער מארמאראש) משא"כ אין ווישיווא איז געווען א פארטיגע מלוכה, נאר די כיבוד פונעם טאטנ'ס פלאץ האט ווישעווע רב דערלייגט מיטן זיין אין אמעריקע.

למעשה זענען אלע קינדער געווארן "וויזשניצע רבי'ס"
ווישעווע רב איז געווארן וויזשניצע רבי אין ווישעווע
אמרי חיים אין גרויסווארדיין
דמשק אין וויזשניץ
משום איזה סיבה אפשר ווייל ער איז נישט געווען לאנג רבי (פיר אהאלב יאר, ב' סיון תרצ"ו - י"ג טבת תש"א), און דערנאך איז געווען א וועלט מלחמה, ווערט ער בעיקר געדענקט אלס ווישעווע רב.

תניא בניחותא » מאנטאג יוני 10, 2024 3:38 pm

· #564780
Re:
דעתי הענייה #
הדד בן בדד
,און מען האט פארשטאנען מיט א פשטות אז ער וועט זיין ממלא מקום פון זיין טאטן, און אזוי וואלט טאקע לכאורה געווען
איך וועל אי''ה שפעטער עפענען א באזונדערע אשכול, די נושא איז א ברייטע, נאר איין נקודה:
אויב וואלט טאקע אזוי געווען, איז נישט מסתבר אז אין צוויי חדשים האט דער אמרי חיים באוויזען אלעס צו טוישן אזוי ווייט אז מען זאל נישט קענען צוריקדרייען??
אבער ווי געזאגט היסטאריע דארף נישט קיין טעאריע'ס, דאס איז געווען דער מציאות, דער עולם איז געווען מיטן אמרי חיים.
ווישעווע רב איז למעשה אויך געווארן א גרויסע רבי - וויזשניצע רבי אין ווישעווע נישט אין גרויסווארדיין (גרויסווארדיין איז סה"כ געווען א גלות רעגירונג...), אין וויזשניץ גופא איז דער דמשק געווען וויזשניצע רבי, דער אמרי חיים איז געווען וויזשניצע רבי אין גרויסווארדיין.

היימלינד » מאנטאג יוני 10, 2024 4:57 pm

· #564787
Re: קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס
איה"נ, אין ויזניצא גופא איז די דמשק געווארען רבי

אבער א גרויסע פראצענט פון די אהבת ישראל'ס חסידים זענען למעשה יא אריבער צום אמר"ח, די ווישאווא רב האט אליינס געבויעט זיין חסידות מתלמידיו.

צו די מקום איז גורם אדער נישט ווייס איך נישט אבער היסטאריע האט אסאך מאל געוויזען א דער וואס "אויף די פלאץ" האט עס.
ממילא אפילו אויב גר"וו איז נאר געווען א גלות סטאנציע איז עס למעשה געווען "די פלאץ" פאר בערך 20 יאר.

תניא בניחותא » מאנטאג יוני 10, 2024 7:40 pm

· #564806
Re: קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס
היימלינד #
איה"נ, אין ויזניצא גופא איז די דמשק געווארען רבי

אבער א גרויסע פראצענט פון די אהבת ישראל'ס חסידים זענען למעשה יא אריבער צום אמר"ח, די ווישאווא רב האט אליינס געבויעט זיין חסידות מתלמידיו.

צו די מקום איז גורם אדער נישט ווייס איך נישט אבער היסטאריע האט אסאך מאל געוויזען א דער וואס "אויף די פלאץ" האט עס.
ממילא אפילו אויב גר"וו איז נאר געווען א גלות סטאנציע איז עס למעשה געווען "די פלאץ" פאר בערך 20 יאר.
בכלל האט דער אמרי חיים געצויגן אן עולם מיט זיין כאריזמע.
מ’דערציילט אז אמאל בחייו פונעם טאטן האבן ביידע ברודער געפירט א באטע נאכן טיש, דער ווישעווע רב אין איין ווינקעל פון ביהמ”ד און דער אמרי חיים אין א צווייטן ווינקעל, דער ווישעוווע רב האט געהאלטן אין איין זאגן תורות, דער אמרי חיים האט געזונגען שירות ותשבחות כדרכו, צוביסלאך האט זיך דער עולם איינציגווייז אריבער גערוקט צום באטע פון אמרי חיים ביז דער ווישעווער איז געבליבן זיצן אליין, איז ער אויך אריבער צום באטע פון אמרי חיים...
צי די מעשה האט ווירקליך פאסירט איז נישט נוגע למעשה, ס’ברענגט ארויס די סיבה וואס דער המון עם האט מער פארשטאנען צום אמרי חיים, די מארמאראשע אידן ברובם זענען נישט געווען צו שטארק אינטרעסירט און 5 שעה’דיגע לומדישע דרשות.
בלאט: 1 2