☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס

קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3305
בלאט: 1 2

מורינו הרב » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:47 am

· #100043
קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס
איך עפן אצינד דעם אשכול (קען זיין אז זי באלאנגט אין צימעס), אראפצוברענגען מענטשן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס נאך א פריעדיגע רבי'ס פטירה, און מאיזה סיבה זענען זיי נישט געווארן. דער אשכול קען זיין זייער אינטערעסאנט אין באלערנד, אויב דער עולם וועט דאס האלטן אויף די רעלסן, און קען לערנען פיל היסטארישע אינטערעסאנטע פאקטן פארן ציבור.

איך הויב אן אצינד מיט עטליכע:

ר' שמריה גורארי - ליובאוויטש
ר' חיים ורנר - סלונים
ר' זלמן בריזל - פינסק קארלין

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 25, 2013 10:03 am

· #100050
הלפרט פון סאטמאר

דעתי הענייה » זונטאג אפריל 7, 2013 2:51 am

· #101895
רבי מרדכי זאב מייזליש, אבי הבנין דוד - גור נאכן חידושי הרי"ם.
און גור, ווי און אפאר פוילשע הויפן איז נישט געווען איינגעפירט אז א זוהן אדער אייניקל ירש'נט, נאר די תלמידים האבן אויסגעוועלט פון צווישן די גרויסע תלמידים, מי שראוי לאותו איצטלא.
און גור נאכן חידושי הרי''ם איז געווען צוויי מועמדים, דער שפת אמת וואס איז דרך אגב אליך געווען א אייניקל פון חידושי הרי''ם, אבער זיין קאנדידאטור האט גארנישט געהאט מיט דעם, און ר' מרדכי זאב הנ''ל.
למעשה איז געווען וואלן, און דער שפת אמת איז געווארן רבי (קען זיין אז דא האט צוגעשפילט דער פאקט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם חידושי הרי''ם)
ווען מען האט געפרעגט ר' מרדכי זאב נאכדעם, נא, וואס זאגט אמר צום נייעם רבי'ן? האט ער גענטפערט, זייער וואויל, אבער יעצט וועט עס שוין בלייבן א ירושה...., וכך הוי.

דער ווייטצענער רב ר' יוסף משה מייזליש דערציילט, אז ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל בשנת תש''ה, איז ער געווען שלום נעמען ביים גור'ער רבי דער אמרי אמת, וועלכער איז שוין געווען בסוף ימיו, און ער איז געזיצן מיטן פנים אראפ, און געגעבן די האנט פארן עולם וואס איז אדורכגעלאפן כנהוג אין גור, ווען ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט זיך דער אמרי אמת אויפגעהויבן די אויגן, און אים אנגעקוקט פאר א שטיק צייט (דהיינו לערך צען סעקונדעס, אבער אין גור איז דאס געווען א חידוש) ווען דער בית ישראל האט דאס באמערקט האט ער אים צוגערופן און אנגעהויבן אויספרעגן ווער ער איז, און ער האט זייענדיג צוגעוואוינט אז זיין יחוס איז צאנז וכו' האט אנגעהויבן אויסרעכענען אז ער איז א צאנזער אייניקל, באבוב, ראפשיץ, סיגוט, וכו' אבער דבר בית ישראל האט אלעס אוועקגעמאכט זאגענדיג נישט דאס האט דער טאטע געמיינט, ביז ער האט דערמאנט ר' מרדכי זאב, און צודעם האט ער שוין מסכים געווען, זאגענדיג אז דער אמרי אמת איז שטארק פארקאכט און אים.

מורינו הרב » זונטאג אפריל 7, 2013 3:00 am

· #101897
ר' שאול אלתר מגור
גרונער - מזכיר של הרבי מחב"ד

דעתי הענייה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:06 am

· #101899
ר' שאול איז נאך אלץ....
און היינט איז ער שוין מער פון דעם, און ווערט זיכער א רבי, די שאלה איז נאר וויפיל טויזענט ער וועט האבן.
קיין איינער פון ר' יענקל'ס קינדער זענען ניטאמאל א דמיון צו אים, זיי קומען נישט צו צי אים קיין כהוא זה.

מורינו הרב » זונטאג אפריל 7, 2013 3:08 am

· #101901
ווייל ער איז עלטער...

(ואולי איז דאס נאר א חסרון - ער איז נישט קיין יונגער מענטש, וויפיל יאר האט ער בכלל צו פירן רבי'סטעווע?)

דעתי הענייה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:15 am

· #101904
כבוד מורינו הרב, קענט איר נישט נישט אים, און נישט גור'ער רבינ'ס קינדער.
קודם כל איז ער נישט אזויפיל עלטער, ער איז נאכנישט קיין זעכציג, בו בזמן ווען דעם רבינ'ס עלטצער זוהן איז ניטאמאל צען יאר יונגער פון אים.
והשנית, סיי דער לב שמחה און בפרט דער פני מנחם זענען געווען היפש עלטער ווען זיי זענען געווארן רבי.
און איך ווייס צו די ווייסט, אבער גור'ער רבי איז כהיום 'שטערבליך' קראנק, אפילו מען פרובירט עד צובאהאלטן, ער האט יענע מעשה, און ער אויף ווי ווייט איך ווייס איז נישטא עכט וואס צוטוהן.

מורינו הרב » זונטאג אפריל 7, 2013 3:19 am

· #101905
אזוי טענה'עט שאולזאהן... שטארקע ראיה...

דעתי הענייה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:22 am

· #101906
גארנישט וואס איך שרייב קומט פון שאוהלזאון, ער איז דער לעצטער מענטש צו גלייבן ווען עס קומט צו גור.

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 7, 2013 4:29 am

· #101920
מורינו הרב, ר' זלמן בריזל האט נישט געזאלט ווערן רבי אין פינסק קארלין. ווען ר' שמעול'ע לעלוב'ער האט זיך אפגעזאגט פון די קארלין'ער רבי'סטווע, זענען די אלטע קארלין'ער געבליבן אן א רבי, און ר' זלמן, זייענדיג דער אנגעזעענסטער, און לכאורה דער געהויבנסטער איד ביי די אלטע קארלין'ער, איז מען אויטאמאטיש געקומען צו אים בעטן ער זאל ווערן רבי. אבער ער האט עס פון די ערשטע רגע מדחה געווען און געזאגט אז ער איז נישט פאר דעם געמאכט, נאר ער האט געהייסן נעמען דעם ר' אהרן ראזענפעלד זצ"ל (ד"א, זיין יארצייט געפאלט די וואך כ"ח ניסן), וועלכער איז אויך אלעמאל געווען פון די חשוב'סטע חסידים, אבער מען האט אים נישט אנערקענט פאר די גרויסע מעלות וואס ער האט געהאט, סיי צוליב דעם וואס ער איז געווען א שטילער און א נחבא אל הכלים, און סיי צוליב דעם וואס עס זענען געווען א שיינע פאר פון די גרויסע לייבן וועלכע זענען געווען פיל עלטער פון אים. זאגאר זיין אייגענער פאטער - וועלכע איז אויך געווען פון די אריות שבחבורה - ר' מנשה ז"ל, איז נאך געווען בין החיים, און פלעגט טאקע זיצן ביי זיינע טישן כעבדא קמא מרא. נאר אזא סארט איד ווי ר' זלמן איז געווען א מבין אויך ר' אהרן'ען.

און מען האט זיך געוואנדן צו ר' ישראל גראסמאן ז"ל, און אויך ער האט מסכים געווען אז ר' אהרן איז דער ריכטיגער קאנדידאט, האט מען אים טאקע אויסגעקליבן.

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 7, 2013 4:30 am

· #101921
קאווע טרינקער
הלפרט פון סאטמאר

אמת, דער מיטעלער רבי...

מורינו הרב » זונטאג אפריל 7, 2013 11:10 am

· #101946
הדד בן בדד
מורינו הרב, ר' זלמן בריזל האט נישט געזאלט ווערן רבי אין פינסק קארלין. ווען ר' שמעול'ע לעלוב'ער האט זיך אפגעזאגט פון די קארלין'ער רבי'סטווע, זענען די אלטע קארלין'ער געבליבן אן א רבי, און ר' זלמן, זייענדיג דער אנגעזעענסטער, און לכאורה דער געהויבנסטער איד ביי די אלטע קארלין'ער, איז מען אויטאמאטיש געקומען צו אים בעטן ער זאל ווערן רבי. אבער ער האט עס פון די ערשטע רגע מדחה געווען און געזאגט אז ער איז נישט פאר דעם געמאכט, נאר ער האט געהייסן נעמען דעם ר' אהרן ראזענפעלד זצ"ל (ד"א, זיין יארצייט געפאלט די וואך כ"ח ניסן), וועלכער איז אויך אלעמאל געווען פון די חשוב'סטע חסידים, אבער מען האט אים נישט אנערקענט פאר די גרויסע מעלות וואס ער האט געהאט, סיי צוליב דעם וואס ער איז געווען א שטילער און א נחבא אל הכלים, און סיי צוליב דעם וואס עס זענען געווען א שיינע פאר פון די גרויסע לייבן וועלכע זענען געווען פיל עלטער פון אים. זאגאר זיין אייגענער פאטער - וועלכע איז אויך געווען פון די אריות שבחבורה - ר' מנשה ז"ל, איז נאך געווען בין החיים, און פלעגט טאקע זיצן ביי זיינע טישן כעבדא קמא מרא. נאר אזא סארט איד ווי ר' זלמן איז געווען א מבין אויך ר' אהרן'ען.

און מען האט זיך געוואנדן צו ר' ישראל גראסמאן ז"ל, און אויך ער האט מסכים געווען אז ר' אהרן איז דער ריכטיגער קאנדידאט, האט מען אים טאקע אויסגעקליבן.

דאס מיינט אז ער איז געווען א קאנדידאט צו ווערן רבי. איך רעד דא פון יעדע מענטש וואס איז געווען א הוה אמינה (ביי חסידים אדער ביי יענעם זעלבסט) אז ער זאל ווערן רבי, איז קוואליפיצירט אריינצוגיין אין דעם אשכול.

ר' שמחה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:08 pm

· #102072
הדד בן בדד
מורינו הרב, ר' זלמן בריזל האט נישט געזאלט ווערן רבי אין פינסק קארלין. ווען ר' שמעול'ע לעלוב'ער האט זיך אפגעזאגט פון די קארלין'ער רבי'סטווע, זענען די אלטע קארלין'ער געבליבן אן א רבי, און ר' זלמן, זייענדיג דער אנגעזעענסטער, און לכאורה דער געהויבנסטער איד ביי די אלטע קארלין'ער, איז מען אויטאמאטיש געקומען צו אים בעטן ער זאל ווערן רבי. אבער ער האט עס פון די ערשטע רגע מדחה געווען און געזאגט אז ער איז נישט פאר דעם געמאכט, נאר ער האט געהייסן נעמען דעם ר' אהרן ראזענפעלד זצ"ל (ד"א, זיין יארצייט געפאלט די וואך כ"ח ניסן), וועלכער איז אויך אלעמאל געווען פון די חשוב'סטע חסידים, אבער מען האט אים נישט אנערקענט פאר די גרויסע מעלות וואס ער האט געהאט, סיי צוליב דעם וואס ער איז געווען א שטילער און א נחבא אל הכלים, און סיי צוליב דעם וואס עס זענען געווען א שיינע פאר פון די גרויסע לייבן וועלכע זענען געווען פיל עלטער פון אים. זאגאר זיין אייגענער פאטער - וועלכע איז אויך געווען פון די אריות שבחבורה - ר' מנשה ז"ל, איז נאך געווען בין החיים, און פלעגט טאקע זיצן ביי זיינע טישן כעבדא קמא מרא. נאר אזא סארט איד ווי ר' זלמן איז געווען א מבין אויך ר' אהרן'ען.

און מען האט זיך געוואנדן צו ר' ישראל גראסמאן ז"ל, און אויך ער האט מסכים געווען אז ר' אהרן איז דער ריכטיגער קאנדידאט, האט מען אים טאקע אויסגעקליבן.

לידיעתי איז געווען וואלן צווישן די דריי, די קאנדידאטן זענען געווען:
ר' זלמן בריזל, ר' ישראל גראסמאן, ר' אהרן ראזענפעלד.

יש אומרים אז ר' שמעון נ"נ מלעלוב האט אינזין געהאט אז זיי וועלן נעמען זיין שוואגער ר' שמואל צבי ראזענפעלד (אחי ר' אהרן)
וועלכער זיינע קינדער האבן אין די לעצטע יארן זיינע באטיטלט אלס אדמו"ר מקארלין-לעלוב.

ר' שמחה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:11 pm

· #102076
דעתי הענייה
רבי מרדכי זאב מייזליש, אבי הבנין דוד - גור נאכן חידושי הרי"ם.
און גור, ווי און אפאר פוילשע הויפן איז נישט געווען איינגעפירט אז א זוהן אדער אייניקל ירש'נט, נאר די תלמידים האבן אויסגעוועלט פון צווישן די גרויסע תלמידים, מי שראוי לאותו איצטלא.
און גור נאכן חידושי הרי''ם איז געווען צוויי מועמדים, דער שפת אמת וואס איז דרך אגב אליך געווען א אייניקל פון חידושי הרי''ם, אבער זיין קאנדידאטור האט גארנישט געהאט מיט דעם, און ר' מרדכי זאב הנ''ל.
למעשה איז געווען וואלן, און דער שפת אמת איז געווארן רבי (קען זיין אז דא האט צוגעשפילט דער פאקט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם חידושי הרי''ם)
ווען מען האט געפרעגט ר' מרדכי זאב נאכדעם, נא, וואס זאגט אמר צום נייעם רבי'ן? האט ער גענטפערט, זייער וואויל, אבער יעצט וועט עס שוין בלייבן א ירושה...., וכך הוי.

ראשית, איר זענט זיכער איבער אייער מעשה מיט די וואלן ?
שנית, איז דער שפת אמת ערשט געווארן רבי 4 יאר שפעטער נאך די הסתלקות פון ר' חנוך העניך פון אלכסנדר,
דאן אויך נאר בהחבא, ווען די באבע האט נישט באמערקט.

דעת תורה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:13 pm

· #102081
לפי די מעשה, האבן די מייזלישעס א קירבות משפחה מיטן ווארשעווער רב?

ר' שמחה » זונטאג אפריל 7, 2013 3:19 pm

· #102087
דעתי הענייה
דער ווייטצענער רב ר' יוסף משה מייזליש דערציילט, אז ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל בשנת תש''ה, איז ער געווען שלום נעמען ביים גור'ער רבי דער אמרי אמת, וועלכער איז שוין געווען בסוף ימיו, און ער איז געזיצן מיטן פנים אראפ, און געגעבן די האנט פארן עולם וואס איז אדורכגעלאפן כנהוג אין גור, ווען ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט זיך דער אמרי אמת אויפגעהויבן די אויגן, און אים אנגעקוקט פאר א שטיק צייט (דהיינו לערך צען סעקונדעס, אבער אין גור איז דאס געווען א חידוש) ווען דער בית ישראל האט דאס באמערקט האט ער אים צוגערופן און אנגעהויבן אויספרעגן ווער ער איז, און ער האט זייענדיג צוגעוואוינט אז זיין יחוס איז צאנז וכו' האט אנגעהויבן אויסרעכענען אז ער איז א צאנזער אייניקל, באבוב, ראפשיץ, סיגוט, וכו' אבער דבר בית ישראל האט אלעס אוועקגעמאכט זאגענדיג נישט דאס האט דער טאטע געמיינט, ביז ער האט דערמאנט ר' מרדכי זאב, און צודעם האט ער שוין מסכים געווען, זאגענדיג אז דער אמרי אמת איז שטארק פארקאכט און אים.

שלישית, די מעשה הערט זיך אביסל מאדנע,
דער בנין דוד איז געווען באקאנט אלס א גערער חסיד,
ער מיט זיינע 4 זין האבן זיך באטייליגט ביי די כנסיה הגדולה (פון די געציילטע רבנים פון אונטערלאנד)
דער בנין דודס קינדער זענען געפארן קיין גור אויף ימים טובים, ועוד.

נאר בדוחק קען זיין, אז דער בית ישראל האט נישט געפרעגט אויף זיין נאמען נאר אויף זיין אפשטאם.

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 7, 2013 6:55 pm

· #102250
ר' שמחה
הדד בן בדד
מורינו הרב, ר' זלמן בריזל האט נישט געזאלט ווערן רבי אין פינסק קארלין. ווען ר' שמעול'ע לעלוב'ער האט זיך אפגעזאגט פון די קארלין'ער רבי'סטווע, זענען די אלטע קארלין'ער געבליבן אן א רבי, און ר' זלמן, זייענדיג דער אנגעזעענסטער, און לכאורה דער געהויבנסטער איד ביי די אלטע קארלין'ער, איז מען אויטאמאטיש געקומען צו אים בעטן ער זאל ווערן רבי. אבער ער האט עס פון די ערשטע רגע מדחה געווען און געזאגט אז ער איז נישט פאר דעם געמאכט, נאר ער האט געהייסן נעמען דעם ר' אהרן ראזענפעלד זצ"ל (ד"א, זיין יארצייט געפאלט די וואך כ"ח ניסן), וועלכער איז אויך אלעמאל געווען פון די חשוב'סטע חסידים, אבער מען האט אים נישט אנערקענט פאר די גרויסע מעלות וואס ער האט געהאט, סיי צוליב דעם וואס ער איז געווען א שטילער און א נחבא אל הכלים, און סיי צוליב דעם וואס עס זענען געווען א שיינע פאר פון די גרויסע לייבן וועלכע זענען געווען פיל עלטער פון אים. זאגאר זיין אייגענער פאטער - וועלכע איז אויך געווען פון די אריות שבחבורה - ר' מנשה ז"ל, איז נאך געווען בין החיים, און פלעגט טאקע זיצן ביי זיינע טישן כעבדא קמא מרא. נאר אזא סארט איד ווי ר' זלמן איז געווען א מבין אויך ר' אהרן'ען.

און מען האט זיך געוואנדן צו ר' ישראל גראסמאן ז"ל, און אויך ער האט מסכים געווען אז ר' אהרן איז דער ריכטיגער קאנדידאט, האט מען אים טאקע אויסגעקליבן.

לידיעתי איז געווען וואלן צווישן די דריי, די קאנדידאטן זענען געווען:
ר' זלמן בריזל, ר' ישראל גראסמאן, ר' אהרן ראזענפעלד.

יש אומרים אז ר' שמעון נ"נ מלעלוב האט אינזין געהאט אז זיי וועלן נעמען זיין שוואגער ר' שמואל צבי ראזענפעלד (אחי ר' אהרן)
וועלכער זיינע קינדער האבן אין די לעצטע יארן זיינע באטיטלט אלס אדמו"ר מקארלין-לעלוב.

עס איז נישט געווען וואלן צווישן די דריי. עס זענען געווען כמה נעמען פון וועלכע מען האט גערעדט (עס זענען דאך געווען דארט כמה גרויסע בני עליה) אבער ר' זלמן האט דאך געהייסן דער גרעסטער איז ער דעריבער אויטאמאטיש געווען דער ערשטער צו וועם מען האט זיך געוואנדן. אבער ער האט געטייטלט אויף ר' אהרן. האט מען געפרעגט ר' ישראלן און אויך ער האט געזאגט אזוי האע מען זיך געוואנדן צו ר' אהרן אז ער זאל עס אננעמען, האע ער געזאגט אז אויב מען וועט מאכו וואלן און דער עולם וועט אים וועלן וועט ער עס אננעמעי.

האט מען אים געפאלגע און געמאכט וואלן און ר' זלמן און ר' ישראל האבן געהייסן שטימען פאר אים וכך הוה.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 7:38 pm

· #102259
אגב, ס'זעהט זיך אויס, אז כאילו די אלע וואס זענען נישט געווארן קיין רבי'ס, גייען אריין אינעם אשכול פון "קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס", משא"כ די וואס זענען יא געווארן רבי'ס, האבן כביכול "נישט געוואלט".

משה געציל » זונטאג אפריל 7, 2013 9:00 pm

· #102289
עס איז דאך פשוט אזוי קאווע, רוב רבנים היינטיגע צייטן האט מען די ערשטע שבת געדארפט אריינפירן מיט קייטן צום טיש.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 10:23 pm

· #102314
און אויף די צווייטע וואך איז דער עולם שוין געווען גרייט און ויליג אים ארויסצושלעפן מיט קייטן.

פשטידא » מיטוואך אפריל 17, 2013 5:37 pm

· #105948
רבי מאטיל סלאנימער אין סלאנים.

קינדער פון הרה"ק רבי מענדעלע רימאנובער זצ"ל.

טאטע פון היינטיגן באיאנער רבי [יעצט געווען באשריבן גאר שיין אין פסח'דיגע "משפחה" אויסגאבעס אין אר"י און דאהי].

atmybest » מיטוואך אפריל 17, 2013 5:39 pm

· #105949
בני ה'מילקשעיקער.

בעל הבית » מיטוואך אפריל 17, 2013 5:46 pm

· #105951
איצי סקווריא רביס זין ב.פ.

עסקן בדברים » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:57 pm

· #106451
דאכט זיך א ברודער פון ר' יהושע'לע בעלזער

מורינו הרב » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:45 am

· #106590
ר' משה רוקח, בנו של הרה"ק רבי אהרן מבעלזא
רבי משה בצלאל מגור.

דעתי הענייה » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:48 am

· #106592
אזוי ווי ר' משה רוקח, דהיינו 'קרוין פרינצען' וואס זענען געהארגעט געווארן ביים מלחמה איז דא גאר אסאך.

הדד בן בדד » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:30 am

· #106601
דער היינטיגער ביאנער רבי האט אן עלטערער ברודער וועמען מען האט געבעטען קודם צו ווערען רבי אבער ער איז שוין געווען עלטער און האט שוין געהאט בעסערע השגות אין לעבען האט ער זיי געשיקט צום אינגערן ברודער, וועלכער האט עס גערן אנגענומען.

מורינו הרב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:50 am

· #106602
און וואס טוט היינט יענע עלטערע ברודער?

ר' שמחה » זונטאג אפריל 21, 2013 1:14 pm

· #107148
ער הייסט ישראל אברהם, ארבעט פאר נאס"א, חתונה געהאט געציילטע יאר צוריק.

מורינו הרב » זונטאג אפריל 21, 2013 1:40 pm

· #107172
סא, אויב וואלט ער געווארן רבי, וואלט דער היינטיגע בואיאנער רבי געארבעט פאר נאס"א?

דולה ומשקה » זונטאג אפריל 21, 2013 5:01 pm

· #107322
רבי שמואל רוקח פון סקאהל האט גע'דארפט ווערן בעלזא רב אנשטאט זיין אינגערע רבי ישכר דוב.
ס'געוועהן א ביטערע דין תורה, צום סוף האבן זיי געמאכט א שטיקל "אינדרויסען פון בי"ד סעטילמענט",
אבער ביז צום סוף האט ער נישט מוחל געוועהן, ער האט זיך טאקע משדך געוועהן ווען ער האט גענומען רבי ישכר דוב'ס זוהן רבי אהרן אלס איידעם, אבער דער איידעם איז כמעט קיינמאהל נישט געוועהן ביי זיין פעטער/שווער.
דער פרשה איז אביסל א אריכות אין נישט נוגע אין דער אשכול.

בעל הבית » זונטאג אפריל 21, 2013 5:07 pm

· #107325
קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?

מורינו הרב » זונטאג אפריל 21, 2013 7:48 pm

· #107383
בעל הבית
קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?

שמעתי הטעם, ווייל זיין טאטע פלעגט אויפנעמען פרויען, און ער - מרוב פרושותו - האט נישט געוואלט אויפנעמען פרויען, און ווידער משנה זיין מדרכי אבותיו און נישט אויפנעמען פרויען האט ער אויך נישט געוואלט, האט ער מחליט געווען אז ער ווערט נישט רבי און ער הויבט נישט אן.

והמבין יבין.

דולה ומשקה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:12 pm

· #107394
כ'וויל נישט שפאצירן אויף א דינע שטריק -
אבער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם בעל דברי יחזקאל איז געוועהן רב אין שטאט שינאווע בחייו חיותו פון זיין פאטער דער צאנז רב, אחר פטירתו איז דער שינאווא רב געקומען וואוינען אין צאנז א דריי פערטל יאר, געוואלט איבערנעמען דאס רבנות, דאך אביסעל ראבעריי איז ער צוריק קיין שינאווא, אין צאנז איז קיינמאהל נישט צוריק געווארען דער זעלבע, אלע זענען געפארען קיין שינאווע אדער אפילו קיין באבוב, אבער גארליץ קשאנוב ובראשם דער קרייזער רב איז געווארען זייער אויסגעשפילט.

דעתי הענייה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:13 pm

· #107395
בעל הבית
קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?

קען איינער מסביר זיין פארוואס עשו האט אויפגעגעבן די בכורה פאר יעקב? ער האט עס פשוט נישט געדארפט.
ה''ה מיט אים ער האט עס פשוט נישט געדארפט (נישט אז ער איז עשו, ער איז א וואוילער איד מיט א גאלדענע הארץ).

דעתי הענייה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:17 pm

· #107400
דולה ומשקה
כ'וויל נישט שפאצירן אויף א דינע שטריק -
אבער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם בעל דברי יחזקאל איז געוועהן רב אין שטאט שינאווע בחייו חיותו פון זיין פאטער דער צאנז רב, אחר פטירתו איז דער שינאווא רב געקומען וואוינען אין צאנז א דריי פערטל יאר, געוואלט איבערנעמען דאס רבנות, דאך אביסעל ראבעריי איז ער צוריק קיין שינאווא, אין צאנז איז קיינמאהל נישט צוריק געווארען דער זעלבע, אלע זענען געפארען קיין שינאווע אדער אפילו קיין באבוב, אבער גארליץ קשאנוב ובראשם דער קרייזער רב איז געווארען זייער אויסגעשפילט.

קרייז און קשאנוב איז טאקע געווען אויסגעשפילט, אבער גארליץ בכלל נישט.
און עס האט גארנישט געהאט מיט דעם, ביידע סיי קרייזער רב און סיי רבי דוד'ל קשאנובער האבן פארטריבן דעם עולם.
אגב שינאוויא'ער רב האט געזאגט סוף ימיו אז אויב וואלט ער געפארן היינט צו א רבי, וואלט עס געווען צו זיין ברודער קיין קשאנוב, אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער קען צוויי אידן וואס לערנען תורה לשמה, און איינס איז דער קשאנובער רב.

הדד בן בדד » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:14 am

· #107551
אקעי, לויט ווי דער אשכול האלט יעצט, דארף מען דא אריינלייגן דעם ווישאוו'ער רב זצ"ל.

דער אהבת ישראל פון וויזניץ האט געהאט פיר זוהן, דער עלטסטער פון זיי איז געווען ווישאוו'ער רב, נאך בחיי אביו זצ"ל, ער האט שוין דאן געפירט דארט א גרויסע ישיבה פון הונדערטער בחורים, און איז געווען מפורסם אלס גאון עולם. זיין טאטע פלעגט אים רופן מיין ספרים שאפע, און מען האט פארשטאנען מיט א פשטות אז ער וועט זיין ממלא מקום פון זיין טאטן, און אזוי וואלט טאקע לכאורה געווען. אבער מה עשה הקדוש ברוך הוא (אלעמאל איז ער א טראבל מעיקער, ער מישט זיך אריין און פארדרייט די יוצרות...) ווי געזאגט איז דער ווישאווער רב געווען א גרויסער תופס ישיבה און ער איז געפארן קיין אמעריקא נאך געלט פאר זיין ישיבה (אזויווי אסאך דעמאלס'דיגע גדולי ישראל) און פונקט ווען ער איז געווען אין אמעריקא איז דער אהבת ישראל אוועק.

ווען ער איז צוריק געקומען האט שוין דער אמרי חיים זיך געהאט באפעסטיקט אויפן בענקל. ער האט נאך געשיקט א תלמיד זאל אהינגיין און אפלערנען דעם מצב, זען צו עס איז נאך שייך צוריק צו דרייען. אבער ווען דער תלמיד האט אים געזאגט אז דער אמרי חיים האט עס פעסט, און נאר מיט א ערנסטע מלחמה וועט מען עס קענען צוריק באקומען, האט ער געזאגט אז מאכן א מלחמה וויל ער נישט, און ער איז געבליבן אין ווישאווע.

דעתי הענייה » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:20 am

· #107557
גאר ווייט פון מציאות....
אזוי וואלטן די ווישאווא תלמידים געוואלט עס זאל ווען האבן געווען, אבער, עס איז קיין ספק נישט געווען אז דער אמרי חיים גייט זיצן אין גרויסווארדיין.
איך האב נישט יעצט קיין צייט, עס איז אן אריכות, מער וועט נאכקומען.

דעתי הענייה » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:28 am

· #107560
הדד בן בדד
,און מען האט פארשטאנען מיט א פשטות אז ער וועט זיין ממלא מקום פון זיין טאטן, און אזוי וואלט טאקע לכאורה געווען

איך וועל אי''ה שפעטער עפענען א באזונדערע אשכול, די נושא איז א ברייטע, נאר איין נקודה:
אויב וואלט טאקע אזוי געווען, איז נישט מסתבר אז אין צוויי חדשים האט דער אמרי חיים באוויזען אלעס צו טוישן אזוי ווייט אז מען זאל נישט קענען צוריקדרייען??
אבער ווי געזאגט היסטאריע דארף נישט קיין טעאריע'ס, דאס איז געווען דער מציאות, דער עולם איז געווען מיטן אמרי חיים.

טעפל » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:37 am

· #107564
אויף הרב גורארי' פון חב"ד איז דא גאנצעטע מגילות, סאיז שוין דא אן אשכול שוין אויף דעהם??

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:07 am

· #107576
ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.

דעתי הענייה » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:10 am

· #107579
איחוד פעלד
ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.

און זיין נישט מאכן שבת פאר זיך, איז שולדיג אז חב''ד איז גענצליך אונטערגעגאנגען.

טעפל » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:50 am

· #107593
דעתך הענייה..

דעת תורה » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:30 pm

· #107646
וואס הייסט חב"ד איז אונטערגעגאנגען? וואס איז געשען?

מורינו הרב » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:49 pm

· #107707
איחוד פעלד
ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.

דאס נישט עסן שלש-סעודות האט זיך דארט אנגעהויבן, לידיעתך...

מען פלעגט זיך אלס צוזאמענקומען אין חב"ד ביי שלש-סעודות, טראצדעם וואס דער רש"ב האט זיך טאקע נישט געוואשן. אבער אז ער האט אנגעהויבן פירן שלש-סעודות, האט דער עולם אויפגעהערט צוקומען.

ר' שמחה » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:32 am

· #107856
עסקן בדברים
דאכט זיך א ברודער פון ר' יהושע'לע בעלזער

איר מיינט דעם עלטסטן זון ר' אלעזר?
ר' יהושע'לע איז געווען דער יונגסטער.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 23, 2015 1:14 pm

· #284583
ווער געדענקט אין בורו פרק פלעגט זיך ארום דרייען א איד גייענדיג נאך געלט און ער פלעגט אלץ זאגען... " איך בין דער אמת'דיגע פייע'ר רבי"?

ראש הישיבה » דינסטאג יוני 23, 2015 2:10 pm

· #284600
ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט אין בורו פרק פלעגט זיך ארום דרייען א איד גייענדיג נאך געלט און ער פלעגט אלץ זאגען... " איך בין דער אמת'דיגע פייע'ר רבי"?

וואס טוט זיך מיט אים? שוין לאנג נישט געזעהן.

ראש הישיבה » דינסטאג יוני 23, 2015 2:13 pm

· #284601
איחוד פעלד
ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.

דיי איינציגסטע זאך וואס די רש"ג איז שולדיג און ער קען נעמן קרעדיט פאר איז, אז עס איז נישטא קיין צוויי חב"ד.

ראש הישיבה » דינסטאג יוני 23, 2015 2:15 pm

· #284604

😂
בלאט: 1 2