☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » אשכול אן א טיטל #3296

אשכול אן א טיטל #3296

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3296
בלאט: 1 2 3

דעתי הענייה » מאנטאג מערץ 25, 2013 1:41 pm

· #100075
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך דעם בחור צו וועם ער האט זיך באצויגן, און ל''ע האלט ער שוין היינט סאך ווייטער, ער איז א פורק עול לגמרי, און איז קאלעדזש

יאיר » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:06 pm

· #100078
דעתי הענייה
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך דעם בחור צו וועם ער האט זיך באצויגן, און ל''ע האלט ער שוין היינט סאך ווייטער, ער איז א פורק עול לגמרי, און איז קאלעדזש

איז עס יא צוליב תאוות!

יואליש » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:09 pm

· #100079
יאיר
אינטערעסאנט ווי די אלע וואס פרעגן קשיות און זוכן תירוצים, אויב זענען זיי צוגעקומען צו די אנגעבליכע נישט ריכטיגע מסקנות דאן מוז זיין אז זיי ווערן געטריבן פון ריינע תאוות, אבער די אלע וואס ווערן געבוירן אויף ראדני סטריט און ווערן באגראבן אין קרית יואל'ער בית החיים און אינצווישן האבן זיי ניטאמאל זיך גענומען די מיה דורכגעטון אויף וואספארא יסודות זייערע אני מאמין'ס שטייען, אט די אלע זענען צוגעקומען דערצו מחמת זייער אייגענעם שכל, מדעתם הצלולה והברורה ומתוך בחירה חפשית.
נאכמער אינטערעסאנט ווי די זעלבע וואס פארפירן אז אלע אפיקורסים זענען פשוט'ע בעלי תאוה זענען געווענליך אויך ביי די מיינונג אז מען טאר נישט לערנען חקירה ספרים, מען דארף זיך בלויז פארלאזן אויף די מסורה פון די עלטערן, אין אנדערע ווערטער, זיי אליין זענען מאמינים צוליב די תאוה פון זיין באקוועם און בלייבן אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו זיי זענען געבוירן געווארן.


ווי האט א קליגער איד געזאגט? א וועלט פון אמונה פשוטה ברויך זיך ספראווען מיט כפירה פשוטה.

יואליש » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:13 pm

· #100080
יאיר
דעתי הענייה
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך דעם בחור צו וועם ער האט זיך באצויגן, און ל''ע האלט ער שוין היינט סאך ווייטער, ער איז א פורק עול לגמרי, און איז קאלעדזש

איז עס יא צוליב תאוות!


ווען איינער פירט זיך כפי ראות עינו נאכדעם וואס די תורה לייפסטייל'ס יסודות ווערן אפדעפרעגט ביי אים מיינט נישט אז דאס איז געווען די דראנג און סיבה צום צווייפלן מעיקרא. דו ברענגסט א ראיה פון א תוצאה און מאכסט עס אלס א סיבה.

אויב א פרומער מוסלים איז זיך מגייר צו אידישקייט און הערט נאכדעם אויף פאסטן אים ראמאדאן איז מוכרח אז די טרייב צו פרעסן אים ראמאדאן האט אים באוואויגן זיך צו שמדן צו אידישקייט?

יאיר » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:19 pm

· #100081
יואליש, האסט מיך קאנווינסד 🙂.

יואליש » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:29 pm

· #100083
הקטן
יידל
berlbalaguleh
יידל
וויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?

איך האב נאכנישט באגעגנט א יוד וועלכער איז מקפיד צו גיין אין מקוה פאר'ן דאוונען און ער קומט ארויס מיט נאסע פיאות און ער זאל זיך ארויס שטעלן אלס אפיקורס. וואס איינער האלט ביי זיך אין בויך ווייסט קיינער נישט חוץ דער יודע מחשבות. אבער א יוד וואס איז מדקדק במצוות (און איז נישט געפאפט) און ר'זאל אין די זעלבע צייט זיין אן אפיקורס האב איך נאכנישט באגעגנט.

איך יא.


עס איז זיכער דא. פינקט ווי מענטשען פרעגן קשיות אדער פארשטייען נישט אנדערע זאכן. וואס איז זיי יא אדער נישט נוגע. נאך אלס איז זייער מסתבר צי זאגן אז להתיר להם עריות וכו איז א גרויסע מאטיוו קאנשיס אין סוב-קאנשיס


די תאווה פון עריות, צומאל, קומט נישט צום קנעכל פון די צער און יסורי הנפש וואס אן עהרליכע איד גייט דורך איינמאל זיין אמונה קאלאפסירט פאר זיין אויגן! דער איד האט יעדע גשמיות'דיגע תאווה, א סורווייווינג אלארם אפי', צו נישט הערן, זעהן, שפעקעלירן און ווער רעדט נאך פון אנעמען א מיינונג וואס צושפליטערט זיין עקזיסטענץ און גאראנטירט אים צו בארויבן יעדעס ביסל עלמענטארע מנוחת הנפש. די רדיפת המנוחה איז דאס גרעסטע בייעס און נגיעה צו בלייבן ביים סטאטוסקווא, חוץ ווען די סטאטוסקווא איז ביטער פאר זיך.

ממילא אויב מעג מען אנפרעגן ביי ר' אלחנן, וואלט איך זיך אנגעגארטלט מיט חוצפה און געפרעגט אז די הנחה איז פיל מאל מופרך מן המציאות. קאן זיין ר' אלחנן האט גערעדט בלויז פון זיינע צייטן ווען אידן האבן געליטן פארן זיין א איד, דאן איז טאקע דא א גשמיות'דיגע בענעפיט פאר אפלאזן אידישקייט און אנטלויפן, ווי ווייט מעגליך, פון אנטיסעמיטיזם און פערסעקיוציע. בדרך אפשר.

דעת תורה » מאנטאג מערץ 25, 2013 2:54 pm

· #100087
קוק אריין אינעווייניג דברי ר' אלחנן וועסטו זען אז קושיא מעיקרא ליתא. ער פארענטפערט א תמיה וויאזוי עס קען זיין שארפע מוחות און גרויסע מלומדים זאלן נישט איינזען אזא דבר פשוט ווי אמונה אין בורא עולם. ער רעדט נישט פון קיין היימישער איד אויסגעקאכט אין אמונה, א שטייגער ווי ר' אפרים פון קטלא קניא'ס סיפורים...

יואליש » מאנטאג מערץ 25, 2013 3:33 pm

· #100088
ר' אפרים האט געהאט אן אישו מיט די האלאקאוסט, זיינע יסורים קענען אנגעגעבן ווערן אלס די קאטאליסט. ער איז נישט די פערפעקט עקזעמפעל.

diff » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:20 am

· #100175
זיי אליין זענען מאמינים צוליב די תאוה פון זיין באקוועם און בלייבן אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו זיי זענען געבוירן געווארן

Is it easy to be A jew?

diff » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:43 pm

· #100191
אויב א פרומער מוסלים איז זיך מגייר צו אידישקייט און הערט נאכדעם אויף פאסטן אים ראמאדאן איז מוכרח אז די טרייב צו פרעסן אים ראמאדאן האט אים באוואויגן זיך צו שמדן צו אידישקייט

you yourself agree that he has to become jewish, not to be judged so.

קאלאפסירט פאר זיין אויגן

Arent we talking about young boys

כפירה פשוטה

There is no such thing a world without explanation

diff » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:53 pm

· #100195
their belief makes them unhappy

shem-tov » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 6:51 pm

· #100252
שאלה: מיין קליינער זיבן יעריגס פרעגט מיך שוין אזוי עטליכע מאל בתמימות א קשיא, קודם האב איך עס איגנארט אבער דא און דארט האט עס נאכאמאל אויפגעפאַפט, ס'גייט בערך אזוי: ווען איז דער באשעפער באשאפן געווארן? און איך ענטפער אז דער באשעפער איז אלעמאל געווען און אז ער איז העכער פון צייט, און ער האט גאר באשאפן די זאך צייט, און אז מיט די יארן וועט זיך עס שוין אויסקלארן, אבער למעשה רעדט מען דא פון א קליג קינד און ס'זעהט נישט אויס ווי מיין תירוץ ווערט אנגענומען, פרעג איך אייך חברה וויאזוי איז מען דאס מסביר

diff » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:01 pm

· #100270
does the cat know what we are made of

הקטן » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:43 pm

· #100278
יואליש

די תאווה פון עריות, צומאל, קומט נישט צום קנעכל פון די צער און יסורי הנפש וואס אן עהרליכע איד גייט דורך איינמאל זיין אמונה קאלאפסירט פאר זיין אויגן! דער איד האט יעדע גשמיות'דיגע תאווה, א סורווייווינג אלארם אפי', צו נישט הערן, זעהן, שפעקעלירן און ווער רעדט נאך פון אנעמען א מיינונג וואס צושפליטערט זיין עקזיסטענץ און גאראנטירט אים צו בארויבן יעדעס ביסל עלמענטארע מנוחת הנפש. די רדיפת המנוחה איז דאס גרעסטע בייעס און נגיעה צו בלייבן ביים סטאטוסקווא, חוץ ווען די סטאטוסקווא איז ביטער פאר זיך.


די ביסט גערעכט אז די סטאטוס-קוא האלט אפ אסך פין טראכטן אין וועגן דעם איז דא נעבך זייער אסך וואס זייער אידשקייט איז טריקען אין אן טעם.

אבער אן ערליכע איד'ס אמונה קאלאפסירט נישט אזוי פליטצלינג פאר זיין אויגן! א ערליכע איד, מיט יר"ש, קיקט נישט ווי מען דארף נישט אין האט אויך די ריכטיגע דעת צי וויסען אז "שכל" איז ווייט ווייט פין זיין objective.

אין אויב כאפט זיך אים אריין ספיקות אין קאפ ווייסט ער וואס ער האט צו טון.

עס איז באמת זייער שווער אנצונעמן אז איינער איז פשוט געצווינגען מכח זיין שכל אפצולאזען זיין אמונה בה' ווען עס זענען דא זייער אסך גרויסע סייענטיסטען, אין א יעדען פעלד פין סייענס, וואס געבן זיך גאנטץ גיט אן עצה. אין פין זיי איז אויך דא אסך וואס האבן אויפגעגעבן אין איבער געלאזט זייער פרייען עבר אין געווארן ב"ת.

פין וועלן מקיים זיין דעם דע את אלהי אביך אויף דעם אופן וואס שטייט אין די חקירה ספרים פארקריכט מען נישט, נאר וואס? מעט רעדט דא פין איינעם וואס איז נישט אזוי מחמיר אויף א קלה אין אויך נישט אויף א חמירה. טא אויב אזוי איז מסתבר צי זאגן אז די קאפ איז נישט די איינציגסטע אבר וואס האט פוגם געווען פארן עסען פין עץ הדעת. אין די מוח האט זיך שוין זיינע וועגן ווי אזוי פטור צי ווערן פין שטארקע גילט אין דאס איז איינס פין זיי.

קיק דא Cognitive dissonance

אויב וועט א סטאדי ווייזען אז פיל א גרעסערע צאל קינדער וואס ווערן מאלעסעטעט ווערן כופרים וועט דאס זאגן אז קליגע קינדער האבן א גרעסערע chance צי ווערען מאלעסטעט. אדער אז מאלעסטעשן עפענט איינם די קאפ?

וואס דען, בנוסף צו תאווה גליסט זיך צו אויך אביסעל כבוד (אין זעלבסט ווערדע פארזיך אליין) פארוואס נישט אויך זיין א hero א שטייגער ווי איינער וואס איז גרייט צי ליידען צער און יסורי הנפש אלס אלס צילב דעם אמת. דער פראבלעם איז נאר אויב איז טאקע גארנישט דא, אין די ביסט נאר דא ביי chance דאן וואסערע געשעפט האסטו מיטען אמת mother nature וועט דיר נישט מכיר טובה זיין

הקטן » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:42 pm

· #100291
shem-tov
שאלה: מיין קליינער זיבן יעריגס פרעגט מיך שוין אזוי עטליכע מאל בתמימות א קשיא, קודם האב איך עס איגנארט אבער דא און דארט האט עס נאכאמאל אויפגעפאַפט, ס'גייט בערך אזוי: ווען איז דער באשעפער באשאפן געווארן? און איך ענטפער אז דער באשעפער איז אלעמאל געווען און אז ער איז העכער פון צייט, און ער האט גאר באשאפן די זאך צייט, און אז מיט די יארן וועט זיך עס שוין אויסקלארן, אבער למעשה רעדט מען דא פון א קליג קינד און ס'זעהט נישט אויס ווי מיין תירוץ ווערט אנגענומען, פרעג איך אייך חברה וויאזוי איז מען דאס מסביר


זאג איר אז לויט די big bang theory איז קלאר אז די וועלט איז נישט קיין קדמון אין אז צייט איז באשאפען געווארען מיט מאשען וכו'

ג'זט קידינק.
איך מיין אז די ביסט שוין געגאנגען אביסל צו ווייט מיט מסביר זיי העכער פין צייט
זיי איר מסביר אז פינקט ווי די קאמפוטער וועט קיינמאל נישט קענען פארשטיין זיין ענדזיניר אין פראגראמער אזוי קען א נברא נישט פארשטיין זיין בורא.

אין ווי DIFF האט געשריבן: קענסט איר פרעגן אויב זי האלט אז א קאטץ קען פארשטיין ווי אזוי א באס פארט? .... אבער די באס פארט.... דער וואס האט באשאפען די קאטץ האט אויך אינז באשאפען מיט אביסעל מער שכל ווי די קאטץ אבער פארט זענען מיר מיגבולים אין מיר קענען נישט אלס פארשטיין.

א קליג קינד וועט דאס פארשטיין

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:10 pm

· #100299
shem-tov
שאלה: מיין קליינער זיבן יעריגס פרעגט מיך שוין אזוי עטליכע מאל בתמימות א קשיא, קודם האב איך עס איגנארט אבער דא און דארט האט עס נאכאמאל אויפגעפאַפט, ס'גייט בערך אזוי: ווען איז דער באשעפער באשאפן געווארן? און איך ענטפער אז דער באשעפער איז אלעמאל געווען און אז ער איז העכער פון צייט, און ער האט גאר באשאפן די זאך צייט, און אז מיט די יארן וועט זיך עס שוין אויסקלארן, אבער למעשה רעדט מען דא פון א קליג קינד און ס'זעהט נישט אויס ווי מיין תירוץ ווערט אנגענומען, פרעג איך אייך חברה וויאזוי איז מען דאס מסביר

ווי אזוי ביסטו דאס מסביר פאר דיר?
וואס ענטפערסטו עם ''וויאזוי געבוירט מען א בעבי'?

days » פרייטאג מערץ 29, 2013 4:16 pm

· #100403
איך ווייס נישט וואס דער שאק איז,
גאר גאר אסאך אינגעלייט זענען היינט זייער אויפגעקלערט,
נאר נישט יעדער ברענגט עס ארויס מכוח אל הפועל..
לכאורה דער סיבה דערצו איז ווי לעיקוואד רופט עס 'דער אידישקייט וואס מען פרעדיגט ביי אונז'

petergrifin » דינסטאג מאי 20, 2014 10:16 pm

· #201476
[ציטאט אראפגענומען]


א מחלל שבת (במזיד) װאלט אויסגעטון זיין טלית.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 20, 2014 4:59 pm

· #207245
[ציטאט אראפגענומען]

ס'זאל זיך נאר נישט ענדיגן אזוי ווי אין ירושלים. מ'מאכט קידוש (און מ'טרינקט דעם שיעור) פאר מ'גייט ארויס צו די הפגנה. נאכדעים גייט מען ארויס צו די הפגנה מיט'ן טלית און שטריימל, און מ'ראנגלט זיך מיט די פאליציי. די טלית און שטריימל שלעפן זיך נעבעך נאך זייער בעה"ב אחר כבוד אויפ'ן גאטטער און אויפ'ן פאליציי'אישן טענדער ווען מ'ווערט ארעסטירט. די בני בית ווארטן נעבעך אז די טאטע/מאן זאל אהיימקומען מאכן קידוש און עסן די סעודה. ער,אבער איז מקדש שם שמים אין פאליציי סטאנציע, נאכ'ן געצווינגען ווערן (און אריינכאפן א פאר גוטע שטויסן פון פאליציאנטן) צו פארן אום שבת קודש. די סעודת שב"ק עסט ער ערשט דריי, אדער פיהר אזייגער נאכמיטאג, ווען א פאר עסקנים ברענגען בילקעלעך צו די פאליציי סטאנציע. מנחה לשבת דאוונט מען מיט א גרויסן מנין, מיט די איבעריגע ארעסטאנטן. מעריב און מלוה מלכה פראוועט מען אויך אין טורמע. זינטיג אינדערפריה קומט מען און מ'לייזט זיי אויס און מ'באפרייט זיי. זיי גייען אהיים זינטיג אינדערפריה מיט די שבת'דיגע טלית און שטריימל ווען אלע מענטשן קוקן אויף זיי. לשבת אחרת, חזר'ט זיך איבער די זעלבע געשיכטע... 😕 😂 😠 😛 😳 😉 😈 😞 😮

שבת אחים » פרייטאג יוני 20, 2014 7:36 pm

· #207263
[ציטאט אראפגענומען]


קען איינער ברענגען א לינק פון דעי קליפ ביטע ?
יישר כח למפרע

קינד_אן_קייט » פרייטאג יוני 20, 2014 7:44 pm

· #207265
<a class="postlink" href="https://www.sendspace.com/file/64rig0">https://www.sendspace.com/file/64rig0</a>

שבת אחים » פרייטאג יוני 20, 2014 7:46 pm

· #207267
קינד_אן_קייט
https://www.sendspace.com/file/64rig0

יישר כח

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 20, 2014 7:50 pm

· #207270
איך קען עמיצן וואס איז ליידער אפגעפארן פון אידישן וועג. אבער זיין בארד לאזט ער וואקסן. איז לפעמים טוהט ער זיך אן אויף א שבת זיינע אלטע שבת'דיגע בגדים מיט'ן טלית און גייט להכעיס שפאצירן אין די פרומע געגנט מיט א טעלעפאן און א ציגארעטל אין האנט ל"ע.

קינד_אן_קייט » פרייטאג יוני 20, 2014 8:14 pm

· #207274
דער לעיקוואד׳רס דומ״ץ וויי געשריי דערמאנט אביסל פון דעם מנחת אלעזר׳ס קליפ בנוגע שבת:

קרעמער1
אז מ'רעדט פון מונקאטשער רב'ס ברכות, ווי קען מען נישט דערמאנען די באקאנטע פייערדיגע ברכה פאר די יודן אין אמעריקע

(אין דעם פאלגנדן קליפ, אנגעהויבן פון 1:00)

"שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש, שבת איז נאר איינער, ס'האט נישט קיין דוגמא.
זאג איך ענק מיינע ברודער אין אמעריקע: עטס זאלטס האלטן שבת, וועט ענק גוט זיין!
מ'מיינט נישט שבת מיטן דאווענען. היטס אפ דעם שבת. עטס קאנטס האלטן שבת!
"

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8">http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8</a>


דא איז דער זעלבער קליפ אין קורצן (נאר די שבת חלק).

פארוואס? » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 4:15 pm

· #224782

חקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 4:37 pm

· #224790
פארוואס?


קען איינער טון א חסד אום חודש אלול, און ברענגען דעם קליפ אויף אן אופן, אז אפילו מיט א פילטער זאל איך עס קענען זעןו? - איך קען נישט זען קיין יוטוב.

שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 30, 2015 10:05 pm

· #279121
ער מיינט מסתמא אידן וואס טראגן רח"ל מיטן עירוב

געוואלדיג » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:37 pm

· #279146
אמת'דיג אדער א וויץ?

מען דארף איהם ארויסווארפן ווי די תקנות המקום לויטן

smart » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:40 pm

· #279147
וואי פשט פון דע קליפ? זיי שעמען זיך נישט עס ארומשיקען ?

איך מיין אז עס נישט שבת

וויל קענען » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:57 pm

· #279156
ישמרנו ד׳ דער איינצוגסטער וואס האט נישט געוויסט פון מחללי שבת ווייסט שוין אויכעט

ירא שמים » זונטאג מאי 31, 2015 12:06 am

· #279159
מסתמא איינער פון א״י וואס האט זיך געוואלט רייצן

ירא שמים » זונטאג מאי 31, 2015 12:17 am

· #279167
יעצט העסטו שוין נישט לאכן פון ראבינאוויטש…

יואליש » זונטאג מאי 31, 2015 12:20 am

· #279170
[ציטאט אראפגענומען]



בין איך דער איינציגסטער וועם קיינער שיקט נישט קיין אישי אים שבת?

ירא שמים » זונטאג מאי 31, 2015 12:24 am

· #279172
זיי גרייט אויף נעקסטע וואך…

וויל קענען » זונטאג מאי 31, 2015 12:39 am

· #279177
סטאפ עס איז נישט קיין וויץ מדארף עס נעמען אין די הענט אריין עס איז עמי בבית

געוואלדיג » זונטאג מאי 31, 2015 1:15 am

· #279181
[ציטאט אראפגענומען]


כז) אין ליכט פון לעצטיגע אנטוויקלונגען, און נאכ'ן איבערשמועסן מיט פילע מיטגלידער און די חברי ההנהלה, ווילן מיר קלאר מאכן די פאלגנדע נקודות:

1) "קאווע שטיבל" טאר נישט גענוצט ווערן פאר א צוועק וואס איז שלא עפ"י תורה. איינער וואס נוצט קאווע שטיבל אויף מחלל שבת זיין בפרהסיא קען נישט דא שרייבן.


גיב איבער פאר די הנהלה ווער עס איז געווען, א דאנק.


איך בין אין שאק.

בן אדם » זונטאג מאי 31, 2015 1:20 am

· #279185
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט איז עס שוין (לכה"פ א שטיקל) פרהסיא

געוואלדיג » זונטאג מאי 31, 2015 1:21 am

· #279186
אז ער שיקט צו א צווייטן, קען דאס מן הסתם געקרעכנט ווערן אויף פרהסיה, איך בין נישט קיין ת"ח אבער איך שטעל זיך פאר אז די הנהלה האט געמיינט צו זאגן אויף א אופן וואס אנדערע ווייסן פון דעם, משא"כ אויב ער ליינט ק"ש און קיינער ווייסט נישט.

בן אדם » זונטאג מאי 31, 2015 1:26 am

· #279188
למעשה, ער קען נאך עניוועי צוריקומען מיט א נייע ניק און פרעדיגען ווייטער וואס ער וויל, (חוץ פון תשובה טון אויף זיינע אישי'ס).

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 31, 2015 2:11 am

· #279203
בן אדם
למעשה, ער קען נאך עניוועי צוריקומען מיט א נייע ניק און פרעדיגען ווייטער וואס ער וויל, (חוץ פון תשובה טון אויף זיינע אישי'ס).

כהייב אן טראכטן אז קול מבשר רעדט שבת אין נאך שבת נעמנט ער עס אראפ [emoji6].

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 31, 2015 2:13 am

· #279204
[ציטאט אראפגענומען]

וואס האט ער געוואלט אפשר איז עס געוועהן פיקוח נפש ?

פארוואס נאר צו דיר שיקט ער ?

ווי זוי זאגט מען נאך פינעם בעש"ט אז אויב איינער זעהט ביי איינעם אן עבירה זאל ער וויסן אז ער איז אויך שוואך דערין.

ח"ו כמיין נישט דיר פערסאנעל !!

Kool man » זונטאג מאי 31, 2015 12:38 pm

· #279273
און ווען איך געשריגען ווי א כרוכיא אז איך ווייס פאר א פאקט אז דא זענען דא עטליכע שרייבער וואס זענען גענצליך או טיד די האט מען פון מיר געלאכט אויף כוח, דאס פארענטפערט אויך אסאך תגובות וואס אנדערש קען מען עס נישט פארשטיין, וד"ל, וק"ל, ..

הקטן » זונטאג מאי 31, 2015 1:19 pm

· #279286
וואס איז בכלל די שאלה. איטס עי גיווען
סא וואט?
דאס דארף מען שרייען כרוכיא ?
בערעל דו מאכסט זיך?

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 7:34 am

· #280098
[ציטאט אראפגענומען]


טייערער פאטער מיין הארץ שפירט מיט מיט דיר, קיינער קען נישט פארשטיין די צער פון א פאטער וואס די קינד ריקט זיך אוועק פונעם דרך.
אבער זיי וויסן אז ס'איז נאר א דורכגאנג. ער האט זיך איינגעהאנדלט א סמארטפאון, און זייענדיג אהן קיין שום פילטער און באגרעניצונג האט ער זיך באגעגנט מיט זאכן שנפשו של אדם מחמדת. און דאס האט אים געפירט מטה מטה.
אבער ס'קימט א צייט נאך אפאר חדשים, צו אפילו אביסל לענגער, וואס ס'ווערט נמאס אזא סארט לעבן און די נשמה בענקט צוריק צום באשעפער, ספעציעל אויב מ'איז אויפגעוואקסן אין א ווארימער שטוב. און אויב איז נאר די טיר אביסל אפן קומט מען צוריק.
נאכדערצו אין דיין פאל ווי ער היט נאך אויפן דרויסנדיגן געשטעל, זעה נאר אים חלילה נישט צו מרחק זיין. איז זיכער צום האפן אז עס וועט נישט נעמען לאנג, און די וועסט נאך זעהן אסאך נחת פו אים.

צקון לחש » זונטאג יולי 23, 2023 12:17 pm

· #531995
איז דא ערגעץ וואו איך קען ליינען די דרשות פון דער ווינער רב שליט"א אין דעם ענין? זיי האבן א בלעטל וכדו'?

שעפטאל » זונטאג יולי 23, 2023 3:42 pm

· #532006
געהערט אז קול מבשר האט ליידער א גרויסע סכום ריפער'ס ביום השבת.

קראנטע מקורות געבן איבער אז ק"ש איז קיינמאל נישט אפען אויף שבת, נאר פרייטאג צו מוצ"ש..
ס'איז אלעמאל דא צעווישען צוואנציג ביז פופציג באניצער (אפי' ווען ס'שטייט פרייטאג-מוצ"ש.)

ווי וואלט הרה"ק ר"א מבעלזא געזאגט, זיי זענען פון רב'ס מענטשען. רב צלי של מוצ"ש בשבת. אדער זענען זיי פון די רמב"ם אידן וואס פסק'נט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
אדער האבן זיי א היתר!

וואלווי » זונטאג יולי 23, 2023 5:40 pm

· #532008
שעפטאל
געהערט אז קול מבשר האט ליידער א גרויסע סכום ריפער'ס ביום השבת.

קראנטע מקורות געבן איבער אז ק"ש איז קיינמאל נישט אפען אויף שבת, נאר פרייטאג צו מוצ"ש..
ס'איז אלעמאל דא צעווישען צוואנציג ביז פופציג באניצער (אפי' ווען ס'שטייט פרייטאג-מוצ"ש.)

ווי וואלט הרה"ק ר"א מבעלזא געזאגט, זיי זענען פון רב'ס מענטשען. רב צלי של מוצ"ש בשבת. אדער זענען זיי פון די רמב"ם אידן וואס פסק'נט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
אדער האבן זיי א היתר!
קראנטע מקורות געבן איבער....

דארפסט פארשטיין, אז ק"ש איז אן אינטערנאציאנאלע אונטערנעמונג. די ממהרים לצאת פון שבת נאכמיטאג זענען די ארץ הקודש מעמבערס, די פרייטאג נאַכט מאחרים לבא חברה זענען יעצט אויף ביזנעס און האנקאנג, און די שבת אינדערפרי באזוכער האבן סתם אזוי א היתר מכירה...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 23, 2023 5:59 pm

· #532010
וואלווי: ביז דעם היתר מכירה ביסטו גערעכט. ווייל די מציאות איז אז מענטשן פון פארשידענע טיים זאונס באניצן זיך מיט קאווע שטיבל. אזוי ווי ארץ ישראל. יוראפ און אויסטראליע/האנג קאנג.

נאר אויב איינער באניצט שוין א היתר מכירה צו פאוסטן ווען ביי איהם איז שבת, קעןנמען זיך שוין דינגען איבער א סאך אנדערע היתרים. ס'איז דא היינט ראבייס "לומדים", וועלכע קענען אהערשטעללן א פשט'ל מתיר צו זיין עסן טשיעז בוירגערס און חזיר אויך.

זיי קענען מתיר זיין צו עסן שקצים ורמשים בק"ן טעמים. זיי קענען טאקע דרייען מיט דעם גראבן פינגער. נאר קיין יראת שמיים האבן זיי אינגאנצן נישט...!

סקעפטיקער » זונטאג יולי 23, 2023 6:25 pm

· #532013
ווער דארף די היתירם ווען מ'זוכט נאך איסורים?

תוהו ובוהו » מאנטאג יולי 24, 2023 1:20 am

· #532052
צום קעפל: מ'דארף זיין א היבשער תלמיד חכם כדי מחלל שבת צו זיין. ס'איז גארנישט אזוי גרינג ווי מ'מיינט. פארהאן מענטשן וואס רעכטן אפ דעם גאנצן שבת ווי א גוי גמור און ניטאמאל ווייסן זיי אז זיי האבן בקושי עובר געווען אויף איסורי דרבנן.
בלאט: 1 2 3