☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שיר השירים קאפיטל ז'

שיר השירים קאפיטל ז'

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2296

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 9:49 am

· #58949
שיר השירים קאפיטל ז'
קאפיטל (א) (ב) דא (ודילוגו עלי אהבה)


שובי שובי השולמית...

קום, קום צוריק שולמית לאז אונז זען דיין גלאנץ
וואס זעסטו אין שולמית? ווי א באנד שטעלט פאר א טאנץ

מה יפו פעמיך בנעלים..

ווי שיין דיינע פיס אין סאנדאלן, אה טאכטער פון א פרינץ
דיינע דיכטן רינדיק ווי מייסטער ווערק א קונץ

שררך אגן הסהר..

דיין נאפל ווי א רינדיקע בעכער פול שימערירט
דיין בויך ווי א הויפן ווייץ מיט רויזן באצירט

שני שדיך...

דיינע צוויי ברוסטן ווי צווילינגען הערשעלעך קליינע
דיין האלדז ווי א טורעם פון עלעפאנטן ביין

עיניך...

דיינע אויגן וויי טייכלעך אין חשבון ביים בת רבים טויער
דיין נאז ווי מ'קוקט אויף דמשק פון לבנון אויפן מויער

זאת קומתיך..

דאס איז דיין געשטעל ווי א טייטלבוים באטראכט
און דיינע ברוסטן ווי זיי הענגען מיט פראכט

אני לדודי...

איך בין צו מיין ליבלונג
און צו מיר איז זיין גליסטונג

לכה דודי..

קום מיין ליבער לאמיר גיין אין פעלד ארויס
אין די דערפער נאכטיקן אין נאטור'ס שויס

נשכימה לכרמים..

צום פעלד וועלן מיר אויפשטיין מיטן מארגן-שטערן
בלומט שוין דער טרויב, עפנט זיך דער מילגרוים וועלן מיר קלערן
דארטן, דארטן מיט מיין ליבע וועל איך דיר באגערן

הדודאים נתנו ריח..

די מאנדראקן, מיט א גוטן ריח זיי קומען אפיר
און דעליקאטעסן פרישע מיט אלטע ביי אונזער טיר
זיי אלע,מיין ליבע האב איך אוועקגעלייגט פאר דיר

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 10:29 am

· #58956
הערליך שיין, באצויבערנד...!!

(אגב, נעלים מיינט מען סאנדאלן?)

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:32 am

· #58969
שמעקעדיג
הערליך שיין, באצויבערנד...!!

(אגב, נעלים מיינט מען סאנדאלן?)


אזוי זאגן די טייטשערס קעניג זשעימס און אנדערע. עפעס זעען מיר טאקע אין תנ"ך נעלים אין א מדבר אויסשטעל ווי משה רבינו אין מדבר וכדומה. איז בכלל געווען שיך ווי מיר האמיר היינט דעמאלטץ ווייסט איינער? אויף די מאלערייען שטעלט מען זי מיט סאנדאלן אייביק.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:23 am

· #59235
נאכאמאל איבערגעקוקט, און כ'מוז נאכאמאל אויסדרוקן מיינע טיפע געפילן..
ס'ברענגט מיר אריין אין אן אנדערן פלאנעט, אין א העכערע אטמאספערע...
בן תמליון, ס'איז נישט נארמאל שיין!

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:40 am

· #59240
אז איך זעה דער טייטש פון שיר השירים אויף מיין מוטער שפראך שיינען די ווערטער אריין אין מיר מיט איר פראכטפולן באדייט, דער שיר השירים האט זיך פאר מיר געעפנט ווי דער גן נעול וואס אנטפלעקט זיך צו מיר מיט איר פראכטפולן נאטורשאפט.
אצינד ווען דער שיר השירים האט זיך פאר מיר געעפנט מיט איר גאנצער פראכט באגרייף איך פארוואס מ'האט גערופן שלמה המלך דער חכם מכל אדם!!!

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:34 am

· #59245
העי, דאס געהערט אין דער שירי אהבה אשכול 😃.
בן תמליון, האסט געטון א הערליכע ארבעט!

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:40 am

· #59247
בן תמליון
שמעקעדיג
הערליך שיין, באצויבערנד...!!

(אגב, נעלים מיינט מען סאנדאלן?)


אזוי זאגן די טייטשערס קעניג זשעימס און אנדערע. עפעס זעען מיר טאקע אין תנ"ך נעלים אין א מדבר אויסשטעל ווי משה רבינו אין מדבר וכדומה. איז בכלל געווען שיך ווי מיר האמיר היינט דעמאלטץ ווייסט איינער? אויף די מאלערייען שטעלט מען זי מיט סאנדאלן אייביק.

די גמרא אין יבמות איז דן לגבי חליצה אויב א סנדל איז כשר. עס איז משמע אז די שיך פונ'ם פסוק איז טאקע ריכטיגע שיך.

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 10:51 am

· #59281
יאיר
בן תמליון
שמעקעדיג
הערליך שיין, באצויבערנד...!!

(אגב, נעלים מיינט מען סאנדאלן?)


אזוי זאגן די טייטשערס קעניג זשעימס און אנדערע. עפעס זעען מיר טאקע אין תנ"ך נעלים אין א מדבר אויסשטעל ווי משה רבינו אין מדבר וכדומה. איז בכלל געווען שיך ווי מיר האמיר היינט דעמאלטץ ווייסט איינער? אויף די מאלערייען שטעלט מען זי מיט סאנדאלן אייביק.

די גמרא אין יבמות איז דן לגבי חליצה אויב א סנדל איז כשר. עס איז משמע אז די שיך פונ'ם פסוק איז טאקע ריכטיגע שיך.

"נעלים" מיינט שיך. - שיך קען זיין אויף די פוס, און אויך אויף די הענעט "הענד-שיך".
ווענד זיך וואו די נעל שטייט איין. - פעמיך בנעלים, מיינט שיך אויף די פוס. און "שלף איש נעלו" ביי בועז מיינט הענד-שיך.

בן תמליון » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:33 am

· #59307
קאווע טרינקער
יאיר
בן תמליון
שמעקעדיג
הערליך שיין, באצויבערנד...!!

(אגב, נעלים מיינט מען סאנדאלן?)


אזוי זאגן די טייטשערס קעניג זשעימס און אנדערע. עפעס זעען מיר טאקע אין תנ"ך נעלים אין א מדבר אויסשטעל ווי משה רבינו אין מדבר וכדומה. איז בכלל געווען שיך ווי מיר האמיר היינט דעמאלטץ ווייסט איינער? אויף די מאלערייען שטעלט מען זי מיט סאנדאלן אייביק.

די גמרא אין יבמות איז דן לגבי חליצה אויב א סנדל איז כשר. עס איז משמע אז די שיך פונ'ם פסוק איז טאקע ריכטיגע שיך.

"נעלים" מיינט שיך. - שיך קען זיין אויף די פוס, און אויך אויף די הענעט "הענד-שיך".
ווענד זיך וואו די נעל שטייט איין. - פעמיך בנעלים, מיינט שיך אויף די פוס. און "שלף איש נעלו" ביי בועז מיינט הענד-שיך.


וואס איז דאס הענט שיך?

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 11:34 am

· #59308
בן תמליון


וואס איז דאס הענט שיך?

וואס מ'גייט אין די ווינטער
אנדערע רופן דאס "הענשטשטעטשך" והיינו הך

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:28 pm

· #59341
אוודאי מיינט עס שיך! א פרוי טאר דאך נישט גיין מיט סענדעלס, ס'נישט אויסגעהאלטן מטעם צניעות...!
(מערקט די דריי פינטלעך)

בן תמליון » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:58 pm

· #59363
אִם-מִחוּט וְעַד שְׂרוֹךְ-נַעַל זאגט אברהם פאר עפרון, עפעס משמע אזאלכע פלאפס מיט צוגעטשעפענישן? ווידער אין תהלים על אדום אשליך נעלי זעט עפעס מער אויס ווי א חתיכה ראויה להתכבד. (אגב כ'האב קיינמאל געטראכט דערפון דער אראבישער מנהג צו ווארפן שיך אלס בזיון האט א הייליק מקור על אדום אשליך נעלי. געדענקט פריערדיקער פרעזידענט בוש אין באגדאד האט שיעור געכאפט איינס).

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:40 pm

· #59379
ווי געזאגט. נעל מיינט ביידע

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:45 pm

· #59381
פון וויקיפידיע איז משמע אז אין די צייטן פונעם תנ"ך איז מען אינעם מיטל מזרח געגאנגען מיט פליפ-פלאפס, און ברענגט א מקור, נישט קיין זייער שטארקע מקור אבער דאך עפעס.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 2:06 pm

· #59391
אין תהלים איז עס נישט דער פשוטער פשט פון ווארפן שיך.
אבער דער געדאנק איז מיר שוין אמאל איינגעפאלן....

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:39 am

· #59574
בן תמליון
קאפיטל (א) (ב) דא (ודילוגו עלי אהבה)



שררך אגן הסהר..

דיין נאפל ווי א רינדיקע בעכער פול שימערירט
דיין בויך ווי א הויפן ווייץ מיט רויזן באצירט



א יישר כח פאר די געוואלדיגע פירוש.
דאס וואס די זאגסט אז שררך מיינט די נאפל, אין הכי נמי, איך דענק אז די מפרשים זאגען אויך אזוי. אבער עס איז דא וואס זאגען אז "שררך" מיינט דער אותו מקום, לויט דער סדר הדברים פין די איברים. און נאך א ראיה פין די פסוק אליין אל יחסר המזג, וואס עס מיינט אז די משקה זאל נישט פעלען, און דאס איז מער מסתבר אז דאס גייט נישט ארויף אויף דער נאפל וואס האט נישט קיין משקה וד"ל.
דער אבן עזרא איז לענ"ד מרמז אויף דער פשט וואס יאך זאג.

אויך וואס מיינט "שימערירט"?

אלזא
דיין ... רינדיג ווי א לבנה אין מיטען מאנאט,
נישט דורך וואזאלין, נאר אייביג פייכט,

איך בין נישט קיין גראמער.
אל יחסר המזג מיינט אז עס דארף נישט קיין מזיגה,

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:27 am

· #59595
איחוד פעלד

אויך וואס מיינט "שימערירט"?

Shimmer

בן תמליון » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:19 am

· #59608
איחוד פעלד
בן תמליון
קאפיטל (א) (ב) דא (ודילוגו עלי אהבה)



שררך אגן הסהר..

דיין נאפל ווי א רינדיקע בעכער פול שימערירט
דיין בויך ווי א הויפן ווייץ מיט רויזן באצירט



א יישר כח פאר די געוואלדיגע פירוש.
דאס וואס די זאגסט אז שררך מיינט די נאפל, אין הכי נמי, איך דענק אז די מפרשים זאגען אויך אזוי. אבער עס איז דא וואס זאגען אז "שררך" מיינט דער אותו מקום, לויט דער סדר הדברים פין די איברים. און נאך א ראיה פין די פסוק אליין אל יחסר המזג, וואס עס מיינט אז די משקה זאל נישט פעלען, און דאס איז מער מסתבר אז דאס גייט נישט ארויף אויף דער נאפל וואס האט נישט קיין משקה וד"ל.
דער אבן עזרא איז לענ"ד מרמז אויף דער פשט וואס יאך זאג.

אויך וואס מיינט "שימערירט"?

אלזא
דיין ... רינדיג ווי א לבנה אין מיטען מאנאט,
נישט דורך וואזאלין, נאר אייביג פייכט,

איך בין נישט קיין גראמער.
אל יחסר המזג מיינט אז עס דארף נישט קיין מזיגה,


דוכט זיך אייערס איז נישט פשוט פשט אבער ע' פנים לתורה איר זאגט גוטע חידושים. (אייער פירוש קען אבער אריינפירן דעם גאנצן אשכול אינטערן פירהאנג 🙂)