☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שיר השירים קאפיטל 2

שיר השירים קאפיטל 2

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1034

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 5:08 am

· #22606
שיר השירים קאפיטל 2
פאר קאפיטל א' זעט דא



אני חבצלת...
איך בין א בלום אינעם גארטן
א רויז אינעם טיפן טאל דארטן

כשושנה...

ווי א רויז צווישן דערנער אליין
איז מיין ליבע צווישן טעכטער שיין

כתפוח...

ווי אן עפל בוים אין ליידיקן וואלד
איז מיין ליבער מיט זיין שיין געשטאלט

הביאנו...
ברענגט מיר מיין טייערער צום וויין הויז
זיין שילד איבער מיר איז ליבע בלויז

סמכוני...
ליין מיר אינטער מיט פלעשער געטראנק
מיט שמעקעדיק עפל בעם ארום מיין באנק
ווייל פון ליבע בין איך פשוט קראנק

שמאלו...
אונטער מיין קעפל איז זיין רעכטער ארעם
און מיט זיין לינקן אה! נעמט ער מיר ארום ווארעם

קול דודי...
הער נאר! דאס קול פון מיין ליבלונג רעדט צו מיר
שטיי אויף מיין צערטלונג איך גיי מיט דיר

כי הנה...
אט דער ווינטער איז שוין פארביי
דער רעגן איז נישטא צוגאנגען די שניי

הנצנים...
די בלומען באווייזן שוין זייער קרוין
די פייגעלעך זינגען דאס טייבעלע ברומט שוין

התאנה...
דער פייגנבוים בליעט שוין אירע פייגן
עס שמעקט דער וויינשטאק מיט אירע צווייגן
קום מיין ליבע נשמה לאמיר זיך לייגן

אחזו לנו...
חאפט די פוקסן די ווילדע פוקסן קליינע
זיי מאכן חרוב די גערטנער די טרויבן מיינע

דודי לי...
מיין ליבער איז מיין און איך בין זיין
צווישן רויזן טוט ער שטענדיק ארום גיין

בן תמליון » מאנטאג יולי 9, 2012 12:28 pm

· #22657
[ציטאט אראפגענומען]

דאנק אייך יאנקל. איר מאכט מיר טראכטן ווער ווייסט וואס נאך איך קען קענען און ווייס ניטאמאל דערפון. דאס איז זיכער יעדער מענטש האט אסאך מער כוחות ווי ער חלומט אליין מ'דארף האבן די כלים זיי ארויסברענגען מכוח אל הפועל.

שלמה המלך » מאנטאג יולי 9, 2012 3:31 pm

· #22713
כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני!!

געוואלדיג שיין און גיט...

כה לחי!!!

יידל » מאנטאג יולי 9, 2012 7:35 pm

· #22782
הערליך שיין.
אויב כ'מעג ניטפיקן - דארטן און דארטן גראמען (לכאורה) נישט.

פראפעסאר שפירא » מאנטאג יולי 9, 2012 8:53 pm

· #22801
בן תמליון

שמאלו...
אונטער מיין קעפל איז זיין רעכטער ארעם
און מיט זיין לינקן אה! נעמט ער מיר ארום ווארעם



אונטער מיין קעפל איז זיין לינקער ארעם
און מיט זיין רעכטען אה! נעמט ער מיר ארום ווארעם

שלמה המלך » מיטוואך יולי 11, 2012 2:19 pm

· #23386
בן תמליון טייערע

מיר ווארטן שוין אומגעדולדיג אויפן חלק ג', האלט אונז נישט אויף.... ווי אויך אויפן גאנצען שיר השירים

איך האלט קענסט מאכען פון דעם א הערליכען קונטרס מיט א קאפירייט דערויף! דארפסט נאר אריינלייגען א קליינע הקדמה'לע וזה הוא

איך בין שוין גרייט דיר צי געבען מעות קדומה (קענסט דיר פארשטעלען עס וועט שטיין א שיינע פעידש א ישר כח פאר "שלמה המלך" פארן דריקען די שיר השירים 🙂

אוהב דעת » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:23 pm

· #40178
הערליך ישר כח!