☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות

מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3255
בלאט: 1 2

לעמיל » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:47 pm

· #98516
מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות
כ'האב אמאל געהערט פשט אז דעם בעל שמחה רופט מען אזוי אן "בעל" שמחה ווייל ער איז בעל הבית אויף די שמחה ער קען משפיע זיין אויף אידען נאך שמחות, איז מאך איך די אשכול וואס דא קען יעדער (ווער ס'וויל) מעלדען זיינע שמחות בעז"ה און אנווינטשען אלע חברים. איז אזוי די אייבישטער האט מיך געהאלפען איך בין א בעל שמחה געהאט א מיידלע נעכטען איז ווינטש איך יעדעם איינעם פון טיפעניש פון מיין הארץ אז אך טוב וחסד ירדפכם כל ימי חייהם און מ'זאל נאר מבשר זיין בשורת טוב און
אי"ה ביי אייך אויף שמחות

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:50 pm

· #98519
מזל טוב!
סאו זר זהב'ס ווערטל פון די שעפסעלע איז בכלל נישט קיין ווערטל?
זאלסטו האבן נחת לרוב במדה גדושה.. אמן!

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:10 pm

· #98526
מזל טוב! זאלסטו טאקע זען נחת פון איר, זי זאל אויפוואקסן לשם ולתפארת, און סימכעס ביי אונז אלע.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:12 pm

· #98529
מז"ט! אסאך נחת און א באנטש געלט

אביגדור » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:16 pm

· #98533
שה לבית אבות!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:23 pm

· #98536
עס דערמאנט מיר, עס איז דאך א דבר בעתו, ויקחו איש שה לבית, דעם קרבן פסח...
לעמיל, וואו גייט מען אויף יו"ט? צו די מאמע? שוויגער? (אין האטעל?)

צדיקל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:30 pm

· #98539
מזל טוב, תזכה לרוות נחת לרוב

Espresso » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:10 pm

· #98563
מזל טוב, אזא הערליכע שמחה, ווי איז די קידוש?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:52 pm

· #98697
מזל טוב * 3
what a shidduch kugel
look at the 3 last lines
credit: CH.SH. blog
📎 shiduch.jpg

Espresso » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:31 pm

· #98716
איך בין זיכער אז עס איז נאר פערצופאל, אלע דריי שידוכים זענען געראטען אן זיי פאסן ווי חרוסת צום מרור, נאר פונקט האבן זיי אלע מחליט געווען די זעלבע נאכט אז זיי זענען מסכים. ממש באשערט!

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:17 pm

· #98748
קען זיין ס'איז פון די "תקנות" גאר, כדי איינצושפארן געלט מ'זאל האבן גענוג פאר נסיעות למקומות הקדושים, ווער ווייסט..

משה געציל » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:36 pm

· #98756
קאווע טרינקער
what a shidduch kugel
look at the 3 last lines
credit: CH.SH. blog

ניבא ולא ידע מה ניבא...

טעפל » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:57 am

· #98799
לעמיל
כ'האב אמאל געהערט פשט אז דעם בעל שמחה רופט מען אזוי אן "בעל" שמחה ווייל ער איז בעל הבית אויף די שמחה ער קען משפיע זיין אויף אידען נאך שמחות, איז מאך איך די אשכול וואס דא קען יעדער (ווער ס'וויל) מעלדען זיינע שמחות בעז"ה און אנווינטשען אלע חברים. איז אזוי די אייבישטער האט מיך געהאלפען איך בין א בעל שמחה געהאט א מיידלע נעכטען איז ווינטש איך יעדעם איינעם פון טיפעניש פון מיין הארץ אז אך טוב וחסד ירדפכם כל ימי חייהם און מ'זאל נאר מבשר זיין בשורת טוב און
אי"ה ביי אייך אויף שמחות

וועגן דעם וואונטשט מען מזל טוב כדי די "בעל" שמחה זאל צוריקוואונטשען.
מזל טוב ידידנו ערעב לעמיל זאלסט זעהן באנטש נחת, און מיר זאלן ווייטער הנאה האבן פון דיר דא!

לעמיל » מאנטאג מערץ 25, 2013 10:26 am

· #100052
א גגרויסען יישר כח פאר די אלע וואס האבען זיך מיטגעפרייט מיט מיין שמחה פון דערווייט און א ספציעלע יישר כח פאר די חשובע חברים וואס זענען געקומען צום קידוש תשאות חן להם!
אי"ה ביי אייך אויף שמחות

לעמיל » מיטוואך מאי 8, 2013 3:50 pm

· #113096
שעפטל
און אז מ'רעדט שוין וויל איך וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר הרב MK צום געבורט פון זיין טאכטער למזל טוב.
זאל דער פון אויבן העלפן אז זאלסט ווייטער קענען פריילעך מאכן דעם ציבור מיט שמחות און נחת בענעזאם

מזל טוב הרב mk

קרעקער » פרייטאג מאי 10, 2013 12:56 pm

· #113867
עס קומט זיך מיר א מזל טוב
שפארטס נישט קיין ברכות
איך ענפער אויף אלע אמן

זר זהב » פרייטאג מאי 10, 2013 1:02 pm

· #113873
מזל טוב דער אייבידרשטער זאל העלפען כשם שנכנס לברית כן יכנס, אמן

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 10, 2013 1:18 pm

· #113883
מזל טוב אסאך נחת, השפעות לרוב, און הצלחה בכל הענינים.

לעמיל » פרייטאג מאי 10, 2013 1:23 pm

· #113886
שמעקעדיג
מזל טוב אסאך נחת, השפעות לרוב, און הצלחה בכל הענינים.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 10, 2013 1:28 pm

· #113890
מזל טוב קרעקער, זאל דער אייבישטער העלפן, זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד\בחור'ל\זיווג\אייניקל\ביזנעס, עמו"ש.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:31 pm

· #113966
מזל טוב קרעקער צו דיין בכור'ס חומש סעודה....

צוגעטראפן?

טעפל » מאנטאג יולי 15, 2013 7:42 am

· #133661
מזל טוב פארן טעפל לרגל הולדת בנו הטעפעלע למז"ט..

לעמיל » מאנטאג יולי 15, 2013 8:36 am

· #133664
מזל טוב טעפל א באנטש א באנטש נחת גרונגערהייט מיט פילע קעשנעס

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 9:53 am

· #133673
פשיהא, א ספעציעלע מזל טוב, ממש א נס ווי ביי אברהם אבינו, אז א ניק מיט אזא לאנגע ווייסע בארד קען נאך געבוירן טעפלעך!
פארשטייט זיך ער וועט מוזן הייסן יצחק כי צחקה שרה, וכל השומע יצחק,
בעיקר זאלסטו האבן נחת לרוב גרינגערהייט מיט א באנטש געלט אין די זייט!

אביגדור » מאנטאג יולי 15, 2013 10:37 am

· #133691
דלי.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 10:51 am

· #133695
מזל טוב טעפל, די שמחה זאל ברענגען עמערס מיט השפעות, ס'זאל זיך גיסן לרחצה.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2013 10:54 am

· #133696
לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה אלא ה'טעפל.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 11:00 am

· #133698
מזל טוב!!

טעפל

די נייע טעפל זאל משפיע זיין טעפלעך געלט טעפלעך נחת טעפלעך געזונט!!!

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 15, 2013 1:33 pm

· #133749
געפילטע פיש
מזל טוב טעפל, די שמחה זאל ברענגען עמערס מיט השפעות, ס'זאל זיך גיסן לרחצה.

טעפל » דינסטאג יולי 16, 2013 6:51 pm

· #134015
ברוכים תיהיה פאר אלע וואונטשער'ס עס מאכט גוט אויפן הארץ..
זאל דער אייבישטער ענק בענטשען בכל מילי דמיטב בשלמות..

אביגדור » דינסטאג יולי 16, 2013 7:28 pm

· #134035
טעפל
ברוכים תיהיה פאר אלע וואונטשער'ס עס מאכט גוט אויפן הארץ..
זאל דער אייבישטער ענק בענטשען בכל מילי דמיטב בשלמות..

ויהי כטוב לב וגו'

טעפל » מיטוואך יולי 17, 2013 5:42 am

· #134168
יא, זאלסט נאר אריבערקומען צו אונז..

DotCom » מיטוואך יולי 17, 2013 8:48 am

· #134172
מזל טוב מזל טוב מעומקא דליבא לכבוד הרב ר' טעפל!

טעפל » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:51 am

· #134479
שמעקעדיג
לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה אלא ה'טעפל.

עטץ פארשטייט'ס?? @שמעקעדיג, די ברכה אליינ'ס, זאגט אויף יענעם מחזיק ברכה!!

לעמיל » פרייטאג יולי 19, 2013 2:13 pm

· #134846
@טעפל ווי איז די זכר? אונז וועלען קומען עסען דשעלי רינגס

טעפל » זונטאג יולי 21, 2013 3:14 am

· #134949
@לעמיל א שאד ביסט טאקע נישט געקומען, געוועהן א ריזן עולם אבער ס'איז איבערגעבליבען, קענסט נאך קומען זיך משתתף זיין..

אביגדור » זונטאג יולי 21, 2013 3:26 am

· #134950
שומר הברית והחסד.

טעפל » זונטאג יולי 21, 2013 5:01 am

· #134958
וואס איז דער סוד?
בדרך אגב ס'איז נאר דא צוויי..

איך אויך » זונטאג יולי 21, 2013 7:42 am

· #134968
כך מקובלני מרבותי שצוויי פינטעלעך באתרינו נחשב כמו דריי פונטעלעך במק"א.

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:35 pm

· #180432
מזל טוב פאר ידיד בית הקאווע הרב @פישל'ע העררינג עורך ראשי פון די וועלט בארימטע #קאוועבלעטער לרגל די געבורט פון א קינד למזל טוב

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:01 pm

· #180445
א יונגעל אדער א מיידל?

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:32 pm

· #180462
גילוי.

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:40 pm

· #180466
איך וויל וויסן צו סגייט זיין א קידוש מיט הערינג

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:48 pm

· #180470
פיש(עלע) פרייטאג צונאכטס וועט זיכער זיין
מזל טוב ס'זאל זיין וידגו לרוב - ס'זאל זיך פישלען ביי פישעלע'ן

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:23 pm

· #180545
איש עברי
א יונגעל אדער א מיידל?

עס איז נישט גילוי. הונדרעטע יונגעלייט האבן געהאט קינדער לעצטענס... איך האב געהאט א מיידל'ע קע"ה. דאס ערשטע קינד ביי מיך. טייל פון אירע מעלות זענען אז זי וויינט גאנצע נעכט און ברעכט נאכ'ן עסן.

יישר פאר די וואונטשען. אי"ה ביי ענק.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:25 pm

· #180546
לעמיל
מזל טוב פאר ידיד בית הקאווע הרב @פישל'ע העררינג עורך ראשי פון די וועלט בארימטע #קאוועבלעטער לרגל די געבורט פון א קינד למזל טוב

יישר @לעמיל. איך זעה אז דאס איז דיין אשכול.

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:27 pm

· #180547
עס איז נישט מיין אשכול איך האב עס נאר געפענט

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:28 pm

· #180548
ביזט דאך א פרישער טאטע לאז מיך דיך אויסלערנען, מאך דעם "איין נאכט איך - איין נאכט דו" דיעל מיט דיין ווייב, דו רעד נישט אריין ווען ס'איז איר TURN און זי זאל דיך לאזן שלאפן ווען ס'איז דיין TURN

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:31 pm

· #180549
מ גפני
ביזט דאך א פרישער טאטע לאז מיך דיך אויסלערנען, מאך דעם "איין נאכט איך - איין נאכט דו" דיעל מיט דיין ווייב, דו רעד נישט אריין ווען ס'איז איר TURN און זי זאל דיך לאזן שלאפן ווען ס'איז דיין TURN

ווי איך קום בכלל אריין אין די בילד? איך מוז ארויסהעלפן כדי זי זאל זיך אפרוהן. איך קען מיך נישט אליינס אינזין האבן יעצט. פארוואס זאל איך מיך וועלן ארויסדרייען פון העלפן מיין אייגן ווייב, וואס האט זיך געמוטשעט 9 חדשים מיך צו מאכן פאר א טאטע?

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:39 pm

· #180597
אז דו רעדסט אזוי קענסטו נישט זיין קיין גערער פריטץ ,ביטע טויש דיין בילד.
בלאט: 1 2