Opportunities פאר א פרישע עתיד
טראכט ארויס פון די BOX און זייט נהנה פון די מולטי-מעגליכקייטן פאר א בעסערן לעבן.
📎 OU.jpeg
נא פוי! איך האב נישט קיין צייט עכט, אבער כדי שלא יאמרו מדשתקי וכו' מיז איך אויסדרוקען מיין טיפע אנטריסונג.
וואס פאר א מין גערעדאכטס איז דאס ארויס פונעם באקס?! א געזעלשאפט ווי פליפעריין ווערט געמאכט אונטער א אויגן בליק, הייסט א פארמאכט פלאץ? אדרבה! ווייז מיר ווי נאך א פלאץ אין דער וועלט ווי שדכנים קענען צוזאמדרייען אזא דרייער שידוך פון ארבעל ארויס?
וואס באקס ווען באקס? איז דא נאך א פלאץ ווי מען קען אנקומען אזוי הויך אויפן שפיץ לייטער אן קענען דאס מינאמאלע ענגליש? איז דא נאך ערגעץ ווי מען קען פארציקן א שאכטל הערינג אונטער א אויגן בליק? איז נאך דא א געזעלשאפט וואס יעדער אן א אויסנאם שטעלט זיך אזוי צו אן קיין שום מאק?
לדעתי איז דער באשולדינגונג, דער בליט-בלבול פונעם צווייטען מילעניאם. איך האב שטארק חשק צו פאריפען א פרעסע קאנפרענץ מארגען אין שפיץ פון דיפערי-דא פרידמאן! זיינע צוויי העכסט געלונגענע לאקען זענען פון די שטערקסטע באווייזן אז, יא! מיר קענען!
איך בין געווען ביי די ערשטע דריי, און איך האף אי"ה צו זיין ביי די אויך.
און דו ביסט נאך אלץ דא, אויף לי קארנער ראדני???