☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ברסלב, וואס איז דאס?

ברסלב, וואס איז דאס?

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3134
בלאט: 1 2

ברסלבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:13 pm

· #93821
ברסלב, וואס איז דאס?
ברסלב, וואס איז דאס?
א מאדנע פראגע, ווער ווייסט דען נישט וואס ברסלב איז? א כאפטע משוגעים וואס לאזן איבער די ווייבער און פארן אויף אומן, און טאנצן אויף די גאסן מיט צושטרויבלטע פאות.
איך וועל מודה זיין על האמת אז איך האב אויך אזוי געהאלטן אמאל, נישט ממש אזוי, איך האב געשריבן אביסל אן עקסטרעמע משל, אבער עפעס אזא פיקטשער איז מיר געליגן אין קאפ אויף די ברסלבע, איך האב נישט געוואוסט אויב זיי זענען טאקע אינגאנצן משוגע, אדער נאר נישט אינגאנצן נארמאל.

דאס אלעס איז געווען ביז איך האב קענען געלערנט ברסלב פון דער נאנט. ווען איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, האב איך געזעהן אז עס גאר אנדערש פון וואס די גאס קוקט עס אן, נישט סתם אנדערש נאר כרחוק מזרח ממערב איז בכלל נישט קיין משל, ווייל מיט איין דריי איז מען שוין אויף מערב, כי גבהו שמים מארץ איז אויך נישט גענוג ווייט, ווי ווייט עס איז פון די אמת'ע ברסלב ביז די וועג ווי אזוי די גאס קוקט אן ברסלב.

פארוואס קוקט מען אן טאקע ברסלבע פאר משוגעים?
די סיבה איז זייער פשוט, ווען הערט א מענטש פון ברסלב? געווענטליך נאך ראש השנה ווען מען ליינט די צייטונגען, און זיי ברענגן שיינע בילדער פון ראש השנה אין אומן, און מען זעהט דארט אלע מיני מאדנע מענטשן, דערפאר גייט אריין אין קאפ אז דאס איז ברסלב. נו וואס דען זאלן די צייטונגען ברענגען בילדער? פון אידן וואס זיצן ביים ציון און וויינען זיך אויס? פון אידן וואס דאווענען מיט השתפכות הנפש? פון אידן וואס זיצן אין די לערן שטיבלעך און לערנען פלייסיג אדער הערן אויס א שיעור? דאס איז דאך דא ערגעץ אנדערש אויך, ממילא זוכט מען די אינטערעסאנטע בילדער וואס דער עולם וועט הנאה האבן, א בילד ווי איינער טאנצט אויפ'ן גאס, א בילד ווי איינער שטייט אויפ'ן דאך, א בילד ווי איינער שלאפט אויף א רענצל, וכדומה, און דאס איז איינ'ס פון די הויפט סיבות פארן אראפקוקן ברסלב, און איך האלט אז די צייטונגען וועלן אפגעבן א דין וחשבון אויף דעם.

אבער למעשה איז דאך דא משוגעים דארט, אויב נישט וואלט מען דאך נישט געקענט כאפן די בילדער?
כדי דאס צו פארשטיין דארף איך מקדים זיין וואס ברסלב איז בכלל.
ברסלב איז נישט קיין חסידות, ברסלב איז א מהלך החיים, און דערפאר איז דא אין אלע חסידות'ן ברסלבע אידן, און זיי בלייבן נאך אלץ פון יענע חסידות, ווייל ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין חסידות, עס איז א מהלך וואס רבי נחמן האט אראפגעשריבן אין זיינע ספרים, און ווער עס וויל קען עס פראקטיצירן, און ווער עס טוט עס האט געווענטליך א געשמאקע לעבן.
און אין ברסלב איז אויך דא רבי'ס היינט צו טאג'ס, נישט אזוי ווי מען מיינט אז נאך רבי נחמן איז שוין נישטא קיין רבי'ס, נאר אנשטאט זיי רופן רבי'ס רופט מען זיי משפיעים, און די סיבה דערצו איז, ווייל "דער רבי" רופט מען רבי נחמן, און די משפיעים זענען אזעלכע וואס האבן גוט געלערנט זיינע ספרים און עס פראקטיצירט און זיי געבן עס איבער ווייטער.
עס זענען דא צענדליגע משפיעים אין ברסלב, יעדער האט זיך זיין אייגנארטיגע מהלך, אבער אלעס באציעט זיך אויף רבי נחמן'ס ספרים, און יעדער ברענגט עס ארויס אויף אביסל אן אנדערע וועג, אבער אין די יסודות זענען אלע די זעלבע.
איין פראבלעם איז נאר דא אין ברסלב, אז די המשכה גייט נישט אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי היינטיגע חסידות'ן פון טאטן צום קינד, ווען דער טאטע ווערט נפטר, ווערט זיין זוהן רבי, אין ברסלב ארבעט עס מער אויף די אלטע וועג אז א תלמיד נעמט איבער, אבער אזוי ווי עס איז שוין מער פון 200 יאר פון רבי נחמן, ממילא היינט הייסט יעדער וואס לערנט זיינע ספרים א תלמיד פון אים, און ער געבט עס ווייטער איבער, און אין דעם איז אויך דא על טעם וריח, יעדער גייט צו וועלכע משפיע עס איז אים צום הארצן, און ער פילט אז דארט וועט ער באקומען מער חיות און געשמאק.
און דערפאר, אזוי ווי עס האט נישט קיין רבי'שע הויף, עס האט נישט קיין לעצטע-נאמען משפחה, וועגן דעם איז עס א שטח הפקר, און יעדער מאן דהוא קען זיך רופן ברסלב, און דו קענסט אים נישט אפפרעגן, און פון דעם שטאמט די משוגעים וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין ברסלב, און גראדע זענען זיי גאר גאר א קליינע פראצענט פון ברסלב, נאר אזוי ווי זיי שטארן מער ארויס, הערט מען מער פון זיי, משא"כ א איד וואס זיצט אין די זייט און ער לערנט ספרי ברסלב, און איז מקיים וואס דארט שטייט, ווער זאל דען הערן פון אים?

דו זאגסט אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלבע; ווער זאגט? זיי זאגן דאך די זעלבע אויף דיר?
אזוי ווי פריער געזאגט איז ברסלב א מהלך החיים אויסגעשטעלט לויט די תורות און שמועסן וואס רבי נחמן שרייבט אין זיינע ספרים, און דערפאר קען מען גלייך זעהן אויב איינער איז אן אמת'ער ברסלבער, אדער ער רופט זיך נאר אזוי, פרעג אים: "די זאכן וואס דו טוסט, שטייט אין די ברסלבע ספרים? קענסטו מיר עס ווייזן פון אינעווייניג?" אויב ווייסט ער עס איז ער א ברסלבער, און אויב נישט האט ער מיט ברסלב קיין שייכות נישט, והוא פשוט.

וואס איז א רבי?
רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן: "פארוואס דארף איך זוכן א גרויסער צדיק און ערליכער איד צו גיין צו אים? איך קען דאך גיין צו סיי וועלכן חשובער איד און זיך לערנען פון אים, קודם זאל כאטש זיין אזוי ווי אים" זאגט אויף דעם רבי נחמן אז דאס איז א טעות, ווייל א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, ער היילט דעם מענטש און געבט אים די ריכטיגע דייעטע צו זיין געזונט ברוחניות, יעצט ווען א מענטש וועט זאגן "פארוואס דארף איך נעמען א גרויסן דאקטער, לאמיך נעמען א קליינעם דאקטער, (זיין טאטע איז דאך געווען א גרויסער דאקטער) קודם זאל איך זיין אזוי געזונט ווי אים" דאס איז דאך זייער נאריש גערעדט, וואס האב איך פון דעם אז ער איז געזונט? איך וויל אז ער מיר אויך קענען מאכן געזונט, און די זעלבע איז מיט א רבי, ער דארף מיר קענען אויסהיילן ברוחניות, און פון דעם וואס ער איז ערליך האב איך גארנישט, ער דארף מיר אויך מאכן ערליך.
און מיט דעם האט זיך זייער שטארק געטוישט די דרך החסידות, אמאל האט מען געזוכט א רבי מער פאר די סיבה פאר א רוחניות'דיגע דאקטער, און דערפאר איז רבי'סטעווע אריבער געגאנגען צו א תלמיד וואס האט דאס מערסטע געטויגט צו דעם, משא"כ היינט איז געווארן עפעס אן אנדערע מושג אין חסידות, עס איז נישט קיין כלל ביי אלע, אבער ביי אסאך חסידות איז דער עיקר צו קוקן אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה, כאפן שיריים, נעמען א ברכה וכדו', און איך רעד אפילו ווען דער רבי איז באמת א צדיק, און עס איז טאקע ווערט צו נעמען א ברכה פון אים, אבער דאס מיינט א "צדיק", און נישט קיין "רבי", א רבי דארף געבן הדרכה פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.
(רבי נחמן זאגט גראדע אויך אז אפילו א פאלשע רבי איז אויך א גוטע זאך, ווייל ווי נישט ווי האלטן זיי דעם עולם אין די ראמען, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לכתחילה'דיגער וועג)
און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל היימישע אידן ווערן נעבעך פארכאפט אין ברסלב, עלטערן עסן זיך אויף דאס געזונט, "מיין קינד איז געווארן א ברסלבער רח"ל", נו וואס זאל דער קינד טוהן אז ער דארף אביסל סיפוק, ער וויל הערן עפעס צו די זאך, עפעס וואס רעדט צו זיין נשמה, און דא האט ער געטראפן ברסלב וואס געבט הדרכות, וואס געבט א מהלך החיים, האט ער זיך אנגעטשעפעט אויף ברסלב.

בקיצור, איך האב געזעהן דא אין שטיבל פון צווישן די שורות, אויף די וועג ווי אזוי מען רעדט פון ברסלב, אז דער עולם האט בכלל נישט ארויס וואס ברסלב איז, און איך קען קיינעם נישט דן זיין דערויף ווייל איך בין אויך אזוי געווען אמאל, האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול צו אראפשרייבן די יסודות פון ברסלב, האב איך יעצט געענדיגט די הקדמה, די הקדמה איז בעיקר געשטעלט אויף וואס ברסלב איז נישט, און איך האף בקרוב צו ממשיך זיין מיט א סעריע שמועסן בתורת ברסלב, וואס ברסלב איז יא, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.

נ.ב. ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר צימעס, אז מען פרעגט נארמאל און צום ענין, וועל איך פרובירן צו ענטפערן בעזר ה'.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:32 pm

· #93834
ברסלב, זייער שיין.

לאמיר דיר פרעגן נאר איין שאלה.
פארוואס ווערט נישט דערמאנט, אין קיין איין ברסלבע ספר, א ווארט, א דערהער פון אפטא רב, ר"ר אלימלך, תפארת שלמה, מאור ושמש, עבודת ישראל, קיינמאל קיינעם! פארוואס?
אויב ברסלב איז נישט קיין סתירה צו קיין איין חסידות, פארוואס זענען אלע חסידישע רבי'ס און ספרים יא א סתירה צו ברסלב?
אפילו אין חב"ד, וואס אלעס דרייט זיך ארום די נשיאים, מאכט זיך שוין מער אפטער אז זיי ברענגען געוויסע אנדערע רביים.


ערגעץ דא האסטו ארויפגעברענגט דעם נושא.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:41 pm

· #93844
ממי, ברסלב איז געווען א גרויסע חסידות אין אוקריינע, אויסגעשפרייט אין אלע שטעטלעך.
ליין וואס דוד אסף שרייבט אין "נאחז בסבך" וועסטו פארשטיין השגחת הבורא פארוואס טאלנע האט 3 חסידים און ברסלב, עז ווי ספיק, געבוירט יעדע רגע נאך א חסיד.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:13 pm

· #93868
קאווע טרינקער
ברסלב, זייער שיין.
לאמיר דיר פרעגן נאר איין שאלה.
פארוואס ווערט נישט דערמאנט, אין קיין איין ברסלבע ספר, א ווארט, א דערהער פון אפטא רב, ר"ר אלימלך, תפארת שלמה, מאור ושמש, עבודת ישראל, קיינמאל קיינעם! פארוואס?

אויב רעדסטו פון די ספרים פון רבי נחמן און פון רבי נתן, זיי ברענגן יא אסאך פון צדיקים פון פאר זיי און אסאך פון די צדיקים פון זייערע דורות.
און אויב רעדסטו פון די היינטיגע ספרי ברסלב, איז דא טאקע טייל וואס ברענגן נישט פון אנדערע ספרים, און איך ווייס טאקע נישט פארוואס, קען זיין ווייל זייער ציהל איז נאר איבערצוגעבן די תורת ברסלב, און זיי זוכן נישט צו מאכן א ליקוט ספר, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אסאך היינטיגע ברסלבע ספרים וואס ברענגן יא אסאך פון אנדערע צדיקים, דו"ק ותשכח.

[ציטאט אראפגענומען]

אזוי ווי קאווע טרינקער האט געזאגט איז ברסלב געווען שטארק צושפרייט אין אוקריינא, אבער פאר די קריג איז ברסלב געווען אויך זייער צושפרייט אין פוילן, בעיקר דורך דעם גרויסן משפיע ר' יצחק ברייטער ז"ל, עס זענען געווען אין פוילן ברסלבע שטיבלעך אין אסאך שטעט.
אגב, אין די צייט וואס מען האט נישט געקענט פארן אויף אומן ראש השנה צוליב קאמיניזים, זענען זיך די ברסלבע חסידים פון פוילן צוזאמגעקומען ראש השנה דאווענען אינאיינעם אין לובלין, ר' מאיר שפירא ז"ל פלעגט אוועק געבן זיין היכל הישיבה חכמי לובלין פאר די ברסלבע צו דאווענען דארט, אזוי ווי די בחורים זענען נישט דארט געווען יום טוב, און ער פלעגט אויך דאווענען מיט זיי.
ביי די קריג זענען ליידער א גרויסע פראצענט אידן פון פוילן גע'הרג'ט געווארן ובתוכם א גרויס חלק פון די ברסלבע חסידים.
נאך די קריג האט ברסלב אנגעהויבן צוריק בליען בעיקר דורך די תלמידים פון ר' אברהם בן ר' נחמן, ער איז געווען דער זוהן פון ר' נחמן טולטשינער וואס איז געווען א תלמיד פון ר' נתן מברסלב, איינע פון די באקאנטסטע פון זיינע תלמידים איז געווען ר' לוי יצחק בענדער, און אזוי איז געווען נאך אנדערע, און אזוי האט זיך עס אנגעהויבן צוביסליך צושפרייטן.

[ציטאט אראפגענומען]

וואס תורת החסידות פון ברסלב איז וועסטו מוזן ציווארטן אויף די המשך פון מיינע מאמרים, ווי איך וועל בעזר ה' שרייבן וואס ברסלב איז יא.

שטערן » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:34 pm

· #93878
בעפאר איר וועט שרייבן אייערע לאנגע מאמרים וואס ברסלב איז יא.

וואלט איך הנאה געהאט אויב איר קענט אראפ שרייבן און קורצן בערך פינף שורות וואס די נייע דרך איז.

שכוח

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:51 pm

· #93894
ברסלב איז א חסידות וואס האט 'טאלנע' האט שטארק מקנא געוועהן, והשנאה הביא לידי שנאה, ודו"ק.
דוד אסף האט געשריבען באריכות איבער דער פרשה.
קוק דא <a class="postlink" href="http://www.tau.ac.il/~dassaf/articles/Bratslav_Persecution.pdf">http://www.tau.ac.il/~dassaf/articles/B ... cution.pdf</a>
אין זיי בוך איז נאך מער געשמאקער, קוק דא <a class="postlink" href="http://www.tau.ac.il/~dassaf/books/bratslav/bratslav.html">http://www.tau.ac.il/~dassaf/books/brat ... tslav.html</a>

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:19 pm

· #93913
קאווע טרינקער
ברסלב, זייער שיין.

לאמיר דיר פרעגן נאר איין שאלה.
פארוואס ווערט נישט דערמאנט, אין קיין איין ברסלבע ספר, א ווארט, א דערהער פון אפטא רב, ר"ר אלימלך, תפארת שלמה, מאור ושמש, עבודת ישראל, קיינמאל קיינעם! פארוואס?
אויב ברסלב איז נישט קיין סתירה צו קיין איין חסידות, פארוואס זענען אלע חסידישע רבי'ס און ספרים יא א סתירה צו ברסלב?
אפילו אין חב"ד, וואס אלעס דרייט זיך ארום די נשיאים, מאכט זיך שוין מער אפטער אז זיי ברענגען געוויסע אנדערע רביים.

מיין שאלה צו דיר קאווע טרינקער אזוי: פארוואס איז ברסלב מחויב צו ברענגן אנדערע חסידישע ספרים? און אז רבי נחמן האט אויפגעבויעט מיט זיינע אייגענע כוחות א פילאזאפיע ממסד ועד טפחת איז ער נישט גילטיג?

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:30 pm

· #93919
איך בין מסכים מיט דיינע אפאלאגעטיגע ענטפערס אויף דעם פאנאמענאן פון משוגעים אין ברסלב.
איך וויל נאר וויסן, ביסטו מסכים אז דער תוכן און דער שפראך פון ברסלב'ע ספרים זענען אויך *עטוואס* עפעס שולדיג אין דעם?

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:49 pm

· #94113
ברסלבער, איך קוק שטארק ארויס אויף דיין המשך, שוין יאהרן וואס איך מוטשע זיך ארויסצוהאבן די הגדרה פון תורת ברסלב.

איך בין געווען פון די יושבים ביי ר' איטשע מאיר מארגנשטערן, אבער חוץ פרטיות'דיגע עצות והנהגות האביך גארנישט געהערט, די ספרים זעהן מיר אויס זייער צומישט, קבלה, גימטריאות, בחינות און ר"ת [יעדע גראז האט זיין ניגון און דער צדיק וכו', אזעלכע מופשט'דיגע ווערטער וואס יעדער קען אין דעם אריינטייטשן וואס איהם געפעלט, ווי רא"מ פלעג טוהן מיט סיפורי מעשיות...], פרטיות'דיגע נקודות קען מען טרעפן אין יעדע מוסר ספר, עס מוז דאך זיין עפעס א בריח התיכון וואס לויפט דורך די אלע נקודות און צוזאמען שטעלן זיי אוועק א מהלך וואס איז מקיף די כוונת הבריאה, ירידת הנשמה וכו' וכו', מיט מהלכים ווי אזוי דאס אויסצופיהרן.

עס לייגט זיך מיר נישט אפ אז די גאנצע זאך באשטייט פון התקשרות צום צדיק [וואט עווער איט מינס], רעדן צום אייבערשטען, לערנען דפים פוסק וכו' וכדו'.

אפשר ליגט די שולד ביי מיר, איך האב עס אלעמאל פראבירט צו פארשטיין אין צושטעל\קאנטראסט מיט חב"ד.

משה געציל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:19 am

· #94164
זייער שיין הרב ברסלבר! דאס ערשטע מאל וואס איך הער אביסל דברים של טעם איבער שיטת ברסלב.
איין זייטיגע פונקט געפעלט מיר גאר שטארק. דאס אז דער רבי' ווערט נישט אויסגעוועלט נאר ווייל ער איז דעם רבינ'ס א זוהן אדער איידים, וואס איז לדעתי א גרויסע פראבלעם ביי די חסידישע הויפן, ווי א פראסטע מקוה זיצער שטריק ווערט איבער נאכט א רשכבה"ג, א תל שכולם פונים בו, א קוויטעל ליינער, א עצה געבער, א שידוך צוטרעפער, א ביזנעס קאנסאלטאנט, א געלט שלעפער, וכו'. ווען א חסידות וואלט ווען געווען געבויט אויף די יסוד אז די פאמיליע נאמען האט נישט קיין שייכות מיטן מנהיג, וואלט איר כח אין עקזיסטענץ געווען א פיל שטערקער.

דער פראבלעם איז לאו דוקא א חסידי'שער, אין די ליטווישע וועלט איז אויך דא אפאר משפחות וואס דאמענירן די ישיבה וועלט מידי דור ודור. די סלאווייטשיקס אין בריסק, די קאטלערס אין ב.מ.ג. דלעיקוואד, און די פינקלס אין מיר. הגם עס איז יא פארהאנען א שטיקל חילוק, ווייל א ראש ישיבה דארף קענען דרייען אין קוועטשען מיט די פינגער אפאר שורות גמרא פאר צוויי וואכן, און זיין אביסל אויסגעקאכט אין די ישיבה'שע סוגיות. משא"כ א חסידי'שער רבי' דארף נישט האבן דאס מינאמאלע כח הנהגה, כח הסברה, כח התורה, מידות אנושי. נאר וויאזוי צו זיצן אויפן בענקעל און נעמען דאללארן, טיילן קיגל, ווינטשן ברכות, פארדרייען אפאר פסוקים, קענען זאגן מיט א בלעכענע פנים אז פקודי איז א לשון פון פקודא בתר דא, כאפן א שינת צהרים. דאך איז די ליטווישע דרך אויך נישט די ריכטיגע מהלך, ווייל סוכ"ס איז דאך ווייט פון א הכרח אז דער ראש ישיבה'ס זוהן זאל זיין דער מושלם וואס זיין טאטע איז געווען, און צומאל זענען דא תלמידים וואס פאקן איין דעם ממלא מקום אינעם לינקן טאש.

די ישיבה'ישע וועלט האט אבער נאך א גרויסע מעלה. דער תלמיד קען עפענען ישיבות פאר זיך און מפיץ זיין תורה אויף זיין אייגענארטיגן דרך. משא"כ אין די עולם החסידות, ווען א חסיד זאל האבן די חוצפה צו מאכן שבת פאר זיך נאכן רבינ'ס פטירה, איז ער אפגעפרעגט למפרע. ווער עס גייט צו איהם איז אן אויפגעקלערטער, א אויבער חכם, איפכא מסתבר'ניק. איי דער חסיד איז מלא וגדיש מיט תורה און עבודה?! א איד וואס האט געארבעט אויף זיך כל ימי חייו?! דעם רבינ'ס זוהן וואלט ווען נישט זיין משפחה נאמען, גערוימט ביהכ"ס! דאך, אזוי ארבעט עס און פערטיג, פינטל. ווילסט זיך צושטעלן איז גוט און אז נישט וועט מען דיר מאכן דעם טויט.

איין זאך וואס באדערט מיר יא זייער איבער ברסלב איז דאס אנגעווייטאגקייט. פון מיינע ברסלב'ער חברים זענען זיבעציג פראצענט, דעפרעסט, צושאסן, מלא ספיקות. (דו ביסט פון די ערשטע ברסלב'ער וואס איך זעה מיט אזא פאזיטיווער בליק אויף יעדע זאך, עכ"פ אין דיין ווערטואלע לעבן...) הגם לויט וויפיל איך פארשטיי תורת ברסלב פון אונדרויסן, איז פון די סאמע פאדאמענטן די געדאנק פון "אין שום יאוש" און "שמחה". לפי"ז וואלטן די ברסלב'ער חסידים געדארפט זיין אויפגעהייטערט און גוטמוטיגט, ובעיני דרייען זיך א מאריטעט ארום מיט נעגאטיווע געפילן אנשטאט פאזיטיווע.

kliger » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:48 am

· #94176
וויאזוי ווייס איך אז עס איז נישט נאך עפעס א סוקסעפול קולט און אז דאס און נאר דאס וויל דער אייבישטער?
און פארוואס גייען אסאך צו ברסלב אפילו זייער עלטערן זענען קיינמאל נישט געגאנגען,כמיין אויב מעג איך זיין קלוגער פון מיין טאטע פארוואס זאל איך נישט ווערן א ספרדי?

פארוואס האלטן זיך רוב ברסלב'ע מער פון אנדערע ווי כאילו זיי האבן עפעס מער א סטרעיט ליין צום אייבירשטען און נאר זיי פארשטייען אמתדיג וואס דער אייבישטער וויל, און מאכן אוועק אלע אנדערע אז זיי זענען נעבעך כעוור ממשמש באפילה

פארוואס ווערט יעדע ליידיג גייער וואס האט נאכנישט געענדיקט א בלאט גמ אין זיין לעבן פלוצלינג א ברסלבר מיט "גרויסע" השגות און א גרויסער אידישקייט פארשטייער ער מאכט אוועק די איבריגע פארנאטישע און ער טוט מה שלבו חפץ און וואס עס פאלט אים ביי עפעס א אייגענע זאך וואס מאכט אים פילן גוט לייגט ער עס אריין אין ברסלב און מיט דעם loved ער דעם אייבירשטען

יואב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:32 am

· #94187
אין דער פארווערטס אידיש מיט א אלף אפטיילונג. איז ערשינען אן ארטיקל פון בן זומא איבער ברסלב, נאט אייך דעם לינק, <a class="postlink" href="http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/167484/">http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/167484/</a>

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:26 am

· #94243
א גרויסן דאנק פאר די אלע וואס געבן מיר חיזוק צו שרייבן ווייטער, איך האף בעזר ה' בקרוב ממשיך צו זיין, אבער קודם לאמיר מגיב זיין אויף די פילע הערות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט.

שטערן, ברסלב איז לאו דוקא א "נייע דרך", עס איז שוין אלט איבער 200 יאר, ועוד רוב נקודות פון ברסלב טרעפט מען אין אנדערע ספרים אויך, נאר אין ברסלב איז צוזאמגענומען די "יסודות" אויף א מער קלארע און געשמאקע וועג, מער פרטים וועט קומען אין המשך.

דולה ומשקה, איך האב נישט געליינט יענעם ארטיקל, און אויך נישט קיין איין ארטיקל פון חוקרים וואס שאצן אפ ברסלב, מיינע מאמרים שרייב איך לויט ווי איך האב געלערנט אין ברסלבע ספרים.

יידל, זייער גוט געזאגט.

היימישער ליטוואק, האסט א פוינט, אבער איך וויל נישט אריינגיין יעצט אין דעם נושא, איך וועל צוריק קומען דערצו בהמשך, ווייל עס פעלט אויס געוויסע הקדמות דערצו.

ונבנתה העיר, איך האב דירעקט נישט דערמאנט קיין נעמען פון ברסלבע משפיעים ווייל איך קען נישט און איך גיי נישט פארענטפערן יעדן משפיע פערזענדליך, יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, איך וויל רעדן פון ברסלב ביסודו.
דער בריח התיכון פון ברסלב וועל איך אי"ה מסביר זיין אין די ערשטע פון די סעריע מאמרים, האפענטליך היינט.
און גראדע האט ברסלב און חב"ד שטארקע ענדליכקייטן, איך האב נישט אזוי סאך עוסק געווען אין ספרי חב"ד און איך האף אז דו וועסט מיר פארבעסערן אין דעם ענין ווען ס'פעלט אויס.

משה געצל, זייער גוט געזאגט בנוגע רעביסטעווע ירושה.
און וועגן דיינע חברים, האב איך שוין געשריבן אז נישט יעדער וואס רופט זיך ברסלבער שטעלט פאָר די ברסלבע מהלך, די ברסלבע מהלך שטייט אראפגעשריבן אין די ברסלבע ספרים, און עס איז אפען פאר יעדן צו זעהן און לערנען, און אויב האסטו אן אנגעזעצטן ברסלבער, איז עס לכאורה ווייל ער "וויל" זיין א ברסלבער, אויך א געוואלדיגע זאך, אבער ער דארף מער לערנען די ברסלבע ספרים און מער פראקטיצירן וואס דארט שטייט.
(בד"וו די ווירטואלע לעבן איז דאך לשיטתך מער אמת ווי די אמת'ע לעבן, אויב איך געדענק גוט).

קליגער, ווער זאג אז "נאר" דאס וויל דער אייבערשטער? אויב איז עס א סוקסעספול מהלך, וועל איך עס אננעמען אפילו אויב מאנכע וועלן עס רופן "קולט", איך ווייס נישט פונקטליך די אפטייטש פון "קולט", עפעס אזא נאמען וואס מען ניצט אויף א חסידות אדער מהלך, ווען מען קען עס נישט אפפרעגן אויף א נארמאלע וועג, מיט וואס איז ברסלב מער א קולט ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות'ן און מהלכים?
און פארוואס דארף איך גיין אויף די זעלבע וועג ווי מיינע עלטערן זענען געגאנגען? סך הכל דארף איך זיין א איד א שומר תורה ומצות און אויב מיינע עלטערן האבן באקומען חיזוק דערויף ביי זייער רבי'ן, ווער זאגט אז איך וועל עס אויך דארט באקומען? פארוואס טאר איך זיך נישט זוכן אן אייגן רבי'ן וואס איז מיר מחזק בשמירת התורה והמצות? און אויב מיין זוהן וועט זיך זוכן א צווייטע חסידות אדער אפילו ווערן א ספרדי, וועט עס מיר בכלל נישט באדערן, ווי לאנג ער וועט זיין א איד א שומר תורה.
דאס איז אויך א נייע זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, אז מען מוז גיין צום זעלבן רבי'ן ווי די עלטערן זענען געגאנגען, און עס האט אויך צו טוהן מיט די רבנות-ירושה, אמאל פלעגט יעדער גיין צו וועלכן רבי'ן עס האט אים געצויגן, אין אדם לומד תורה אלא במקום שלבו חפץ.
און בנוגע די ברסלבע וואס האלטן זיך גרעסער און באקומען גרויסע השגות פארן קענען א שטיקל גמרא, האב איך שוין געשריבן אז נישט יעדער וואס רופט זיך ברסלבער איז טאקע א ברסלבער, די ברסלבע מהלך שטייט אראפגעשריבן ורק משם תדרשנו, און איך פערזענדליך קוק ארויף אויפ'ן יעדן ערליכן איד נישט קיין חילוק אין וועלכע חסידות ער שטייט איין.

יואב, דער שרייבער האט גאנץ גוטע פוינט'ס, און איך וועל אפשר רעדן פון דעם בהמשך.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:03 pm

· #94267
ברסלבער
דולה ומשקה, איך האב נישט געליינט יענעם ארטיקל, און אויך נישט קיין איין ארטיקל פון חוקרים וואס שאצן אפ ברסלב, מיינע מאמרים שרייב איך לויט ווי איך האב געלערנט אין ברסלבע ספרים.


דוקא אויף ברסלב שרייבט ער זייער פאזאטיוו, ער שרייבט אז ער שטאמט פון ברסלב'ער חסידים על כן נעמנט ער זיך שטארק אן פאר די חסידות, אדרבה ער רייסט אונטער אלע אנדערע וואס האבען גע'רודפ'ט ברסלב (כגון טאלנא וסאווראן). אין אז איינער וויל דוקא יא ארויס האבען ברסלב איז זיין באשרייבונג רעקמענדעט כל שכן זיין בוך.

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:32 pm

· #94283
ווי געזאגט האב איך עס נישט געליינט, און א גרויסן דאנק פאר די אינפארמאציע.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:46 pm

· #94292
יידל
קאווע טרינקער אזוי: פארוואס איז ברסלב מחויב צו ברענגן אנדערע חסידישע ספרים? און אז רבי נחמן האט אויפגעבויעט מיט זיינע אייגענע כוחות א פילאזאפיע ממסד ועד טפחת איז ער נישט גילטיג?


אן אריינגיין בתוך הדברים, אבער די תירוץ אויף דיין שאלה איז זייער פשוט,

משה קיבל תורה מסני ומסרה ליהושע וכו', די תורה וואס מיר לערנענן היינט איז א המשכה מדור דור,
אבער גראדע ספרי ר"נ איז אויך געבויעט אויף פריערדיגע מהלכים,

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:31 pm

· #94316
ווען מען רעדט פון ברסלב איז די ערשטע שאלה וואס יעדער פרעגט: מיהו ברסלב?

איז דער ברסלב'ער דער:

1} די האמלאוס חברה מיטען ווייסען נ נח קאפעל וואס טאנצט אין די גאסן?
2} דער אינגערמאן וואס ווייסט פון ברסלב צו זאגען נאר ווען ער וויל פארן אויף א אוספלוג חודש תשרי?
3} מוהרא"ש וואס איז עוסק אז מען זאל חתונה האבן ביי די 14, און הייסט וואטען פאר ש"ס?
4} אדער דער אינגעלייט וואס גייט ארום צו בחורים אז זיי זאלן אנפייפען די טאטעס { וואס גיט זיי ברויט, מאכט זיי חתונה } עד זוב דם?
5} אדער ר' יואל ראטה וואס מקרב צובראכענע נשמות און פראביר זיי אביסל אופצולעבן?
6} אדער דער בעל פלוגתא פון ר יואל, הרב שטערן וואס האלט ער פארשטייט בעסער שיטת מוהרא"ש?

דערנאך איז די שאלה: מה זה ברסלב?

איז שיטת ברסלב:

1} מען מוז גיין מיט א נ נח קאפעל?
2} מען מוז אויסזען פאני און אנדערש פון המון עם?
3} אויב פארט מען אויף אומאן ר"ה ווייל עס איז בא'טאמעט און באקוועם הייסט מען שוין א ברסלב'ער?
4} מוז מען זיין א מח קטן צו זיין א ברסלבער?


דער אמת איז לא באלה חפץ השם, נישט דאס איז ברסלב, נישט די אלע גרופעס און נישט די אלע מהלכים,
שיטת ברסלב איז אז מען דארף דינען השי"ת שיטת ברסלב איז גארנישט אנדערש מיט דעם פון אלע אנדערע מהלכים בדרך השם,
ברסלב האט ארייגעארבייט אינעם מהלך צו דינענן השי"ת מתוך רגש ושמחה, ברסלב האט גארבייט אינעם אלטן מהלך פון התבדודות און רעדן גלייך צו השי"ת,

דער אמת'ער ברסלב איז לכאורה ביי הרה"צ ר יעקב מאיר, און נאך זקני חסידי ברסלב וואס דינענן השי"ת מיט א אמת און מיט א שטארקייט, ביי זיי איז נישט ברסלב די פאקט אז ווי באלד און ברסלב איז שמחה א ארטיקעל דערפאר קען מען זיך מאכען פאני, און אז מען מאכט זיך פאני מעג מען שוין טיען וואס מען וויל, וחוזר חלילה דרייט זי א קייט, ביי זיי איז נישט אז זאגען משניות אויסעווענדיג א ערזאץ אויף לימוד התורה ווי באלד ר"נ רעדט פון די מעלות פון חסר'ן און זאגען משניות,

יעדר איינער קען זיין א ברסלב'ער, מען דארף נישט האבן דערצו אז מען מוז מצער זיין דאס ווייב איינמאל א יאר און די הייליגיסטע זמנים פון יאר, און מען דארף נישט גיין מיט א נ נח קאפעל, אויך דארך מען נישט זיין פאני און מעג זיין א מענטש צווישען מענטשן, און זיכער מוז מען נישט גיין צו די בחירות און וואטען ש"ס צו זיין א אמתע ברסלב'ער,

אמת אז ר"נ האט געזאגט אז קומען צו ר"ה איז זייער גרויס, אבער ער האט געזאגט נאך זאכען ער האט געהייסט מאכען התבדדות יעדן טאג, וכו'
פאר פראפאנגעדע פון די קאמפאני איז זיכער בעסער אויב ברסלב איז א קולט און נישט א מהלך החיים, ווייל א קולט איז קיינעם גארנישט מחייב, ער דארף בסך הכל איינמאל א יאר פארן קיין אומאן {נישט קיין שווערע זאך...} אפמאכען אז קיינער קען אים מער גארנישט זאגען אין אידשקייט ווייל ער איז ברסלב'ער { מיט וואס...??} זיין רבי/קהלה/עלטערען/מסגרת/מסורה איז אים שוין גארנישט מחייב ווייל ער איז א ב-ר-ס-ל-ב-ע-ר {מיט וואס..? ווייל ער פארט אויף אומאן ר"ה},

משא"כ אויב ברסלב איז א מהלך החיים א שטייגער ווי בי ר' יעקב מאיר, דעמלאטס איז אלעס אנדערש ווייל דעמלאטס האלט מען נאך אן אלעס וואס מען האט געלערנט ביז יעצט, און מען לערענט זיך אויס נאך א וועג ווייטער צו דינענן השי"ת פינקט ווי ביז יעצט,

{ר יואל ראטה איז א סוגיא בפני עצמו, ווייל סיי וואס ער זאל טיען טוט ער א גיטע זאך, ווייל ער איז מקרב דעם וועם ליידער די סעסייעטי איז נישט מקרב {פארוואס טוט עס אונזער סעסייעטי..? א גיטע קשיא} הגם דארט איז אויך דא לעכער אבער ביי אונז איז אויך דא לעכער......}

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:41 pm

· #94324
ברסלבער
נ.ב. ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר צימעס, אז מען פרעגט נארמאל און צום ענין, וועל איך פרובירן צו ענטפערן בעזר ה'.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:52 pm

· #94333
די שאלה איז לעצטענס געגאנגען מיט איין שטאפל העכער, כידוע איז דא סאטמערע אינגעלייט וואס גייען צו מוהרא"ש אדער זיינע תלמידים, זיי ווילען ווייטער הייסען סאטמערע מענטשן/תלמידים, אבער לפי שיטת ברסלב,

ביז יעצט וואלט עס נישט געווען קיין פראבלעם {אלמלא מען טוט שיטת ברסלב באמת..} יעצט אבער אז מוהרא"ש איז געגאנגען צו ש"ס און געהייסן גיין צו די בחירות איז נולד געווארן א פראבלעם פאר זיי, ווייל לפי שיטת סאטמער איז בחירות הטמאות פון די ארגסטע.. און לפי שיטת מוהרא"ש דארפן מען גיין צי די בחירות...

דערפאר דארפן זיי מאכען א באשלוס צו זיי ווילען הייסן א תלמיד מוהרא"ש, אדער א חסיד סאטמער? מען קען מער נישט זיין ביידע,

זיי קענענן גיין צו א אנדערע רבי אין ברסלב,

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:23 pm

· #94363
נאך א נדוקה אינאכט צו נעמען, די ברסלב'ע לא בשמים הוא, לאמיר זען ביי די אלע וואס האבן זיך מיט געכאפט מיטען מאוומענט או זיך אנגעהויבן ריפען ברסלב,

מיט וופיל זענענן זיי געשטיעגן?
מיט וופיל מער האבן זיי אנגעהויבן מכבד זייער ווייב? {א שטארקע נקודה און ברסלב}
חוץ אראפ נעמען זייער שיעבוד פון אלעם ביז יעצט זענענן זיי געווארן בעסער אויך? אדער נישט?

אמת עס איז דא שוואכע אינגעלייט איבעראל, און עס איז דא גיטע איבעראל, און עס איז דא פאר וועם ברסלב איז זייער גוט, און עס איז דא וועם ברסלב האט געהאלפן, אבער דאס איז אלעס ווען מען רעדט פינעם שיטת ברסלב אדער א מהלך החיים בתורתו, אבער במציאות איז ווען מען קוקט זיך און זעט מען אז עס גייט אן א דרויסענדיגע הייפ עס איז דא א ליפטיגע באלאן, מען קען ווערן א ב-ר-ס-ל-ב-ע-ר און מען דארף מער נישט האבן קיין פרבלעם מיט די סאטמער פרעשעור, מען קען זיך ענשויען ר"ה מען דארך נישט זיין א גאנצן טאג און ראדני/הופער, מען דארף מער נישט זאגן תהילים שובבים גענוג אז מען טאנצט מיט די טלית קטן אינדרויסען דריי מאל ארויף און אראפ, לימוד התורה איז נישט מחייב/ תיקון הכללי אינאינעןם מיט א פרק משניות א טאג איז גענוג, ועוד ועוד,

אויב ברסלב הייבט א אינגערמאן מה טוב ומה נעים, אבער כיום יום איז דא א שטיקל פארקערטע מהלך, {נישט אז איך האלט עס איז א פראבלעם אז יעדער גייט ווי ער וויל, איך שמיעס נאר אויס די מציאות לויט מיינע אויגן}

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:24 pm

· #94364
שוין, כ'האב שוין געוואלט אנהייבן שרייבן די ערשטע שיעור בתורת ברסלב, אבער יעצט מוז איך זיך קודם באפאסן מיט א פרישע צימעס-סומאטוכע.

הרב בדחן, פון די וועג וואס דו שרייבסט זעהט אויס אז דו האסט נאר געליינט די קעפל פון דעם אשכול, און דו האסט נישט געליינט קיין איין ווארט וואס עס איז געווען געשריבן ביז אהער.
איך האב עטליכע מאל מדגיש געווען אז איך האב נישט געעפנט דעם אשכול צו דעבאטירן די היינטיגע מנהיגים אדער מנהגים אין ברסלב, איך האב געעפנט דעם אשכול וואס ברסלב איז מיסודו געבויעט אויף ספרי ברסלב.
קומסטו אן מיט א גאנצע פאק פון נעמען און שיטות, און דו קריכסט אריין אינעם קאפ פון יעדן וואס פארט אויף אומן, פונקטליך פארוואס ער טוט עס, און ווער עס איז מער גוט פאר די סאסייעטי און ווער נישט, ביז דו האסט שוין א קלארע החלטה, ווער עס איז די אמת'ע ברסלבע און ווער נישט, און דו ווייסט שוין פונקטליך ווי א סאטמערע חסיד מעג יא אדער נישט גיין, ממש גאונות.
אבער זאג נאר, האסטו שוין אמאל געלערנט ספרי ברסלב, אז דו רעדסט אזוי ברייט?
ביזטו שוין אמאל געפארן אויף אומן ראש השנה, אז דו רעדסט אזוי ברייט?

און ווי קומט בכלל אהער די אלע זאכן פון וואס דו רעדסט?
בנוהג שבעולם אז ווען מען איז מגיב אויף א נושא ליינט מען קודם וואס עס איז געשטאנען ביז אהין, און אויף דעם באציעט מען זיך, סא ביטע ליין איבער דעם אשכול, און נאכדעם זאלסטו מגיב זיין אויף זאכן וואס זענען דארט געשטאנען.

---
בדחן האקט שוין ווייטער, לאמיר זעהן וואס ער וויל.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:30 pm

· #94368
ברסלבער
שוין, כ'האב שוין געוואלט אנהייבן שרייבן די ערשטע שיעור בתורת ברסלב, אבער יעצט מוז איך זיך קודם באפאסן מיט א פרישע צימעס-סומאטוכע.

הרב בדחן, פון די וועג וואס דו שרייבסט זעהט אויס אז דו האסט נאר געליינט די קעפל פון דעם אשכול, און דו האסט נישט געליינט קיין איין ווארט וואס עס איז געווען געשריבן ביז אהער.
איך האב עטליכע מאל מדגיש געווען אז איך האב נישט געעפנט דעם אשכול צו דעבאטירן די היינטיגע מנהיגים אדער מנהגים אין ברסלב, איך האב געעפנט דעם אשכול וואס ברסלב איז מיסודו געבויעט אויף ספרי ברסלב.
קומסטו אן מיט א גאנצע פאק פון נעמען און שיטות, און דו קריכסט אריין אינעם קאפ פון יעדן וואס פארט אויף אומן, פונקטליך פארוואס ער טוט עס, און ווער עס איז מער גוט פאר די סאסייעטי און ווער נישט, ביז דו האסט שוין א קלארע החלטה, ווער עס איז די אמת'ע ברסלבע און ווער נישט, און דו ווייסט שוין פונקטליך ווי א סאטמערע חסיד מעג יא אדער נישט גיין, ממש גאונות.

און ווי קומט בכלל אהער די אלע זאכן פון וואס דו רעדסט?
בנוהג שבעולם אז ווען מען איז מגיב אויף א נושא ליינט מען קודם וואס עס איז געשטאנען ביז אהין, און אויף דעם באציעט מען זיך, סא ביטע ליין איבער דעם אשכול, און נאכדעם זאלסטו מגיב זיין אויף זאכן וואס זענען דארט געשטאנען
..

ברסלבער
ברסלב, וואס איז דאס?
א מאדנע פראגע, ווער ווייסט דען נישט וואס ברסלב איז? א כאפטע משוגעים וואס לאזן איבער די ווייבער און פארן אויף אומן, און טאנצן אויף די גאסן מיט צושטרויבלטע פאות.
איך וועל מודה זיין על האמת אז איך האב אויך אזוי געהאלטן אמאל, נישט ממש אזוי, איך האב געשריבן אביסל אן עקסטרעמע משל, אבער עפעס אזא פיקטשער איז מיר געליגן אין קאפ אויף די ברסלבע, איך האב נישט געוואוסט אויב זיי זענען טאקע אינגאנצן משוגע, אדער נאר נישט אינגאנצן נארמאל.

דאס אלעס איז געווען ביז איך האב קעגן געלערנט ברסלב פון דער נאנט, ווען איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, האב איך געזעהן אז עס גאר אנדערש פון וואס די גאס קוקט עס אן, נישט סתם אנדערש נאר כרחוק מזרח ממעריב איז בכלל נישט קיין משל, ווייל מיט איין דריי איז מען שוין אויף מעריב, כי גבהו שמים מארץ איז אויך נישט גענוג ווייט, ווי ווייט עס איז פון די אמת'ע ברסלב ביז די וועג ווי אזוי די גאס קוקט אן ברסלב.

פארוואס קוקט מען אן טאקע ברסלבע פאר משוגעים?
און דאס איז איינ'ס פון די הויפט סיבות פארן אראפקוקן ברסלב, און איך האלט אז די צייטונגען וועלן אפגעבן א דין וחשבון אויף דעם.

אבער למעשה איז דאך דא משוגעים דארט, אויב נישט וואלט מען דאך נישט געקענט כאפן די בילדער?
כדי דאס צו פארשטיין דארף איך מקדים זיין וואס ברסלב איז בכלל.
ברסלב איז נישט קיין חסידות, ברסלב איז א מהלך החיים, און דערפאר איז דא אין אלע חסידות'ן ברסלבע אידן, און זיי בלייבן נאך אלץ פון יענע חסידות, ווייל ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין חסידות, עס איז א מהלך וואס רבי נחמן האט אראפגעשריבן אין זיינע ספרים, און ווער עס וויל קען עס פראקטיצירן, און ווער עס טוט עס האט געווענטליך א געשמאקע לעבן.
און אין ברסלב איז אויך דא רבי'ס היינט צו טאג'ס, נישט אזוי ווי מען מיינט אז נאך רבי נחמן איז שוין נישטא קיין רבי'ס, נאר אנשטאט זיי רופן רבי'ס רופט מען זיי משפיעים, און די סיבה דערצו איז, ווייל "דער רבי" רופט מען רבי נחמן, און די משפיעים זענען אזעלכע וואס האבן גוט געלערנט זיינע ספרים און עס פראקטיצירט און זיי געבן עס איבער ווייטער.
עס זענען דא צענדליגע משפיעים אין ברסלב, יעדער האט זיך זיין אייגנארטיגע מהלך, אבער אלעס באציעט זיך אויף רבי נחמן'ס ספרים, און יעדער ברענגט עס ארויס אויף אביסל אן אנדערע וועג, אבער אין די יסודות זענען אלע די זעלבע.
איין פראבלעם איז נאר דא אין ברסלב, אז די המשכה גייט נישט אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי היינטיגע חסידות'ן פון טאטן צום קינד, ווען דער טאטע ווערט נפטר, ווערט זיין זוהן רבי, אין ברסלב ארבעט עס מער אויף די אלטע וועג אז א תלמיד נעמט איבער, אבער אזוי ווי עס איז שוין מער פון 200 יאר פון רבי נחמן, ממילא היינט הייסט יעדער וואס לערנט זיינע ספרים א תלמיד פון אים, און ער געבט עס ווייטער איבער, און אין דעם איז אויך דא על טעם וריח, יעדער גייט צו וועלכע משפיע עס איז אים צום הארצן, און ער פילט אז דארט וועט ער באקומען מער חיות און געשמאק.
און דערפאר, אזוי ווי עס האט נישט קיין רבי'שע הויף, עס האט נישט קיין לעצטע-נאמען משפחה, וועגן דעם איז עס א שטח הפקר, און יעדער מאן דהוא קען זיך רופן ברסלב, און דו קענסט אים נישט אפפרעגן, און פון דעם שטאמט די משוגעים וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין ברסלב, און גראדע זענען זיי גאר גאר א קליינע פראצענט פון ברסלב, נאר אזוי ווי זיי שטארן מער ארויס, הערט מען מער פון זיי, משא"כ א איד וואס זיצט אין די זייט און ער לערנט ספרי ברסלב, און איז מקיים וואס דארט שטייט, ווער זאל דען הערן פון אים?

דו זאגסט אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלבע; ווער זאגט? זיי זאגן דאך די זעלבע אויף דיר?
אזוי ווי פריער געזאגט איז ברסלב א מהלך החיים אויסגעשטעלט לויט די תורות און שמועסן וואס רבי נחמן שרייבט אין זיינע ספרים, און דערפאר קען מען גלייך זעהן אויב איינער איז אן אמת'ער ברסלבער, אדער ער רופט זיך נאר אזוי, פרעג אים: "די זאכן וואס דו טוסט, שטייט אין די ברסלבע ספרים? קענסטו מיר עס ווייזן פון אינעווייניג?" אויב ווייזט ער עס איז ער א ברסלבער, און אויב נישט האט ער מיט ברסלב קיין שייכות נישט, והוא פשוט.

וואס איז א רבי?
רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן: "פארוואס דארף איך זוכן א גרויסער צדיק און ערליכער איד צו גיין צו אים? איך קען דאך גיין צו סיי וועלכן חשובער איד און זיך לערנען פון אים, קודם זאל כאטש זיין אזוי ווי אים" זאגט אויף דעם רבי נחמן אז דאס איז א טעות, ווייל א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, ער היילט דעם מענטש און געבט אים די ריכטיגע דייעטע צו זיין געזונט ברוחניות, יעצט ווען א מענטש וועט זאגן "פארוואס דארף איך נעמען א גרויסן דאקטער, לאמיך נעמען א קליינעם דאקטער, (זיין טאטע איז דאך געווען א גרויסער דאקטער) קודם זאל איך זיין אזוי געזונט ווי אים" דאס איז דאך זייער נאריש גערעדט, וואס האב איך פון דעם אז ער איז געזונט? איך וויל אז ער מיר אויך קענען מאכן געזונט, און די זעלבע איז מיט א רבי, ער דארף מיר קענען אויסהיילן ברוחניות, און פון דעם וואס ער איז ערליך האב איך גארנישט, ער דארף מיר אויך מאכן ערליך.
און מיט דעם האט זיך זייער שטארק געטוישט די דרך החסידות, אמאל האט מען געזוכט א רבי מער פאר די סיבה פאר א רוחניות'דיגע דאקטער, און דערפאר איז רבי'סטעווע אריבער געגאנגען צו א תלמיד וואס האט דאס מערסטע געטויגט צו דעם, משא"כ היינט איז געווארן עפעס אן אנדערע מושג אין חסידות, עס איז נישט קיין כלל ביי אלע, אבער ביי אסאך חסידות איז דער עיקר צו קוקן אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה, כאפן שיריים, נעמען א ברכה וכדו', און איך רעד אפילו ווען דער רבי איז באמת א צדיק, און עס איז טאקע ווערט צו נעמען א ברכה פון אים, אבער דאס מיינט א "צדיק", און נישט קיין "רבי", א רבי דארף געבן הדרכה פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.
(רבי נחמן זאגט גראדע אויך אז אפילו א פאלשע רבי איז אויך א גוטע זאך, ווייל ווי נישט ווי האלטן זיי דעם עולם אין די ראמען, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לכתחילה'דיגער וועג)
און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל היימישע אידן ווערן נעבעך פארכאפט אין ברסלב, עלטערן עסן זיך אויף דאס געזונט, "מיין קינד איז געווארן א ברסלבער רח"ל", נו וואס זאל דער קינד טוהן אז ער דארף אביסל סיפוק, ער וויל הערן עפעס צו די זאך, עפעס וואס רעדט צו זיין נשמה, און דא האט ער געטראפן ברסלב וואס געבט הדרכות, וואס געבט א מהלך החיים, האט ער זיך אנגעטשעפעט אויף ברסלב.

בקיצור, איך האב געזעהן דא אין שטיבל פון צווישן די שורות, אויף די וועג ווי אזוי מען רעדט פון ברסלב, אז דער עולם האט בכלל נישט ארויס וואס ברסלב איז, און איך קען קיינעם נישט דן זיין דערויף ווייל איך בין אויך אזוי געווען אמאל, האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול צו אראפשרייבן די יסודות פון ברסלב, האב איך יעצט געענדיגט די הקדמה, די הקדמה איז בעיקר געשטעלט אויף וואס ברסלב איז נישט, און איך האף בקרוב צו ממשיך זיין מיט א סעריע שמועסן בתורת ברסלב, וואס ברסלב איז יא, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.

נ.ב. ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר צימעס, אז מען פרעגט נארמאל און צום ענין, וועל איך פרובירן צו ענטפערן בעזר ה'.


הרי שלך לפניך, איך האב געליינט דיין ערשטע הודעה אןן עס פארט זיך זייער גוט מיט מיינע הודעות, {לייען עס איבער, כ'האב עס געקוואט פאר דיר} דא איז א אפענע פארום ווי יעדער שרייבט זיין זייט פון די נושא ווי אזוי ער זעט עס, און שעץ דיין מיינוג, און איך שעץ מיין מיינוג,

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:40 pm

· #94381
ברסלבער

פארוואס קוקט מען אן טאקע ברסלבע פאר משוגעים?
די סיבה איז זייער פשוט, ווען הערט א מענטש פון ברסלב? געווענטליך נאך ראש השנה ווען מען ליינט די צייטונגען, און זיי ברענגן שיינע בילדער פון ראש השנה אין אומן, און מען זעהט דארט אלע מיני מאדנע מענטשן, דערפאר גייט אריין אין קאפ אז דאס איז ברסלב. נו וואס דען זאלן די צייטונגען ברענגן בילדער? פון אידן וואס זיצן ביים ציון און וויינען זיך אויס? פון אידן וואס דאווענען מיט השתפכות הנפש? פון אידן וואס זיצן אין די לערן שטיבלעך און לערנען פלייסיג אדער הערן אויס א שיעור? דאס איז דאך דא ערגעץ אנדערש אויך, ממילא זוכט מען די אינטערעסאנטע בילדער וואס דער עולם וועט הנאה האבן, א בילד ווי איינער טאנצט אויפ'ן גאס, א בילד ווי איינער שטייט אויפ'ן דאך, א בילד ווי איינער שלאפט אויף א רענצל, וכדומה, און דאס איז איינ'ס פון די הויפט סיבות פארן אראפקוקן ברסלב, און איך האלט אז די צייטונגען וועלן אפגעבן א דין וחשבון אויף דעם.
.


דאס איז איז נישט אמת, ווייל אר"י איז פול מיט די סארט וואס טאנצן אן די גאסן און שרייען אז זיי זענענן ברסלב, עס איז טויזענטער פון זיי, אסאך מער וופל חסידים אלע ברסלבע רבי'ס האבן אינאיינעם... אומאן איז אויך פול מיט זיי..

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:27 pm

· #94424
בדחן, יעצט האב איך הנאה פון דיר, יעצט האסטו אנגעהויבן זיך צו באציען צו די נושא.
איך שעץ דיין מיינונג, און איך וועל דיר ענטפערן וואס מיין מיינונג איז, איך האב נאר אזויפיל געזאגט אז דא איז נישט צימעס, אין צימעס דעבאטירט מען די "מענטשן", און אין תורה און מחשבה דעבאטירט מען די "נושאים", און איך וועל דיר ענטפערן נאר אויף "נושאים" וואס דו האסט געשריבן.

און יעצט צום "נושא".
בדחן
ווען מען רעדט פון ברסלב איז די ערשטע שאלה וואס יעדער פרעגט: מיהו ברסלב?
איז דער ברסלב'ער דער:
1} די האמלאוס חברה מיטען ווייסען נ נח קאפעל וואס טאנצט אין די גאסן?
2} דער אינגערמאן וואס ווייסט פון ברסלב צו זאגען נאר ווען ער וויל פארן אויף א אוספלוג חודש תשרי?
3} מוהרא"ש וואס איז עוסק אז מען זאל חתונה האבן ביי די 14, און הייסט וואטען פאר ש"ס?
4} אדער דער אינגעלייט וואס גייט ארום צו בחורים אז זיי זאלן אנפייפען די טאטעס { וואס גיט זיי ברויט, מאכט זיי חתונה } עד זוב דם?
5} אדער ר' יואל ראטה וואס מקרב צובראכענע נשמות און פראביר זיי אביסל אופצולעבן?
6} אדער דער בעל פלוגתא פון ר יואל, הרב שטערן וואס האלט ער פארשטייט בעסער שיטת מוהרא"ש?
דערנאך איז די שאלה: מה זה ברסלב?
איז שיטת ברסלב:
1} מען מוז גיין מיט א נ נח קאפעל?
2} מען מוז אויסזען פאני און אנדערש פון המון עם?
3} אויב פארט מען אויף אומאן ר"ה ווייל עס איז בא'טאמעט און באקוועם הייסט מען שוין א ברסלב'ער?
4} מוז מען זיין א מח קטן צו זיין א ברסלבער?

די אלע קשיות האב איך שוין פארענטפערט, אז א ברסלבער איז איינער וואס לערנט רבי נחמנ'ס ספרים און ער פאלגט וואס דארט שטייט, עס איז נישט קיין חילוק ווי אזוי ער הייסט, ווי ער וואוינט, ווי אזוי ער גייט אנגעטוהן.

בדחן
דער אמת איז לא באלה חפץ השם, נישט דאס איז ברסלב, נישט די אלע גרופעס און נישט די אלע מהלכים,
שיטת ברסלב איז אז מען דארף דינען השי"ת שיטת ברסלב איז גארנישט אנדערש מיט דעם פון אלע אנדערע מהלכים בדרך השם,
ברסלב האט ארייגעארבייט אינעם מהלך צו דינענן השי"ת מתוך רגש ושמחה, ברסלב האט גארבייט אינעם אלטן מהלך פון התבדודות און רעדן גלייך צו השי"ת,

אמת, אבער וואס איז פונקטלעך דער מהלך? למעשה ביזטו דאך מודה אז עס זענען דא מהלכים אין עבודת ה', סא מיט וואס איז ברסלב אנדערש ווי אנדערע?

בדחן
דער אמת'ער ברסלב איז לכאורה ביי הרה"צ ר יעקב מאיר, און נאך זקני חסידי ברסלב וואס דינענן השי"ת מיט א אמת און מיט א שטארקייט..
..משא"כ אויב ברסלב איז א מהלך החיים א שטייגער ווי בי ר' יעקב מאיר, דעמלאטס איז אלעס אנדערש ווייל דעמלאטס האלט מען נאך אן אלעס וואס מען האט געלערנט ביז יעצט, און מען לערענט זיך אויס נאך א וועג ווייטער צו דינענן השי"ת פינקט ווי ביז יעצט,

האסט אמאל געלערנט רבי יעקב מאיר'ס ספרים? האסט אמאל געהערט דרשות פון אים? און האסט אויך געהערט אדער געלערנט ספרים פון אנדערע משפיעים אין ברסלב, אז דו מאכסט אזעלכע החלטות? אדער דו ביזט דן דעם מענטש אויף די נאז, מורח ודאין.

בדחן
ווי באלד און ברסלב איז שמחה א ארטיקעל דערפאר קען מען זיך מאכען פאני..
זאגען משניות אויסעווענדיג א ערזאץ אויף לימוד התורה ..
ער דארף בסך הכל איינמאל א יאר פארן קיין אומאן..
קיינער קען אים מער גארנישט זאגען אין אידשקייט ווייל ער איז ברסלב'ער..
זיין רבי/קהלה/עלטערען/מסגרת/מסורה איז אים שוין גארנישט מחייב..
מען מוז מצער זיין דאס ווייב איינמאל א יאר און די הייליגיסטע זמנים פון יאר..
מען דארף מער נישט האבן קיין פרבלעם מיט די סאטמער פרעשעור..
מען קען זיך ענשויען ר"ה..
מען דארף מער נישט זאגן תהילים שובבים..
לימוד התורה איז נישט מחייב..
תיקון הכללי אינאינעןם מיט א פרק משניות א טאג איז גענוג..
ועוד ועוד..

WOW.............. אזויפיל שטותים אויף איינמאל?
זאג מיר, פון וועלכן משפיע אין ברסלב האסטו געהערט די אלע זאכן? וויפיל ברסלבע אידן קענסטו אויסרעכענען מיט נעמען אין דיין מח, וואס זאגן די אלע זאכן?
כאטש באמת, ווי געזאגט, אז פון א פריוואטן מענטש וואס רופט זיך ברסלבער קען מען נישט דן זיין, אזוי ווי דו פארשטייסט אז מען קען נישט דן זיין גאנץ סאטמאר געבויעט אויף עטליכע קליינע מוחות וואס געפינען זיך דארט, נאר אויף שיטת סאטמאר, וכן הוא לגבי שיטת ברסלב. אבער אפילו פריוואטע מענטשן אין ברסלב האב איך אויך נאכנישט געזעהן מיט די אלע "מעלות" וואס דו האסט דא אויסגערעכנט.

בדחן
נאך א נדוקה אינאכט צו נעמען, די ברסלב'ע לא בשמים הוא, לאמיר זען ביי די אלע וואס האבן זיך מיט געכאפט מיטען מאוומענט או זיך אנגעהויבן ריפען ברסלב,
מיט וופיל זענענן זיי געשטיעגן?
מיט וופיל מער האבן זיי אנגעהויבן מכבד זייער ווייב? {א שטארקע נקודה און ברסלב}
חוץ אראפ נעמען זייער שיעבוד פון אלעם ביז יעצט זענענן זיי געווארן בעסער אויך? אדער נישט?

איך קען גראדע גאר אסאך מענטשן וואס האבן זיך מיט געכאפט מיט די מאוומענט, און זיי זענען געשטיגן גאר שטארק ברוחניות, מכבד מער די ווייב, נישט אראפגענומען די שיעבוד.
יעצט טראכט דו אריין וויפיל מענטשן קענסטו וואס האבן זיך מיטגעכאפט און זיי זענען געווארן שוואכער? איך רעד נישט פון וואס מען שמועסט אין די מקוה, נאר טראכט אין דיין מח וויפיל מענטשן קענסטו אפציילן מיט נעמען וואס זענען שוואכער געווארן דורך ברסלב.

בדחן
דאס איז איז נישט אמת, ווייל אר"י איז פול מיט די סארט וואס טאנצן אן די גאסן און שרייען אז זיי זענענן ברסלב, עס איז טויזענטער פון זיי, אסאך מער וופל חסידים אלע ברסלבע רבי'ס האבן אינאיינעם... אומאן איז אויך פול מיט זיי..

אין ארץ ישראל ווייס איך נישט, אבער אין אומן בין איך שוין געווען אסאך יארן כולן שוין לטובה, און דו זאלסט מיר נישט איינרעדן וואס דארט טוט זיך, עס קומען זיך צוזאם בערך 30/40 טויזנט אידן, און פון די אלע, זענען דא א סך הכל פון בערך 200 נ נח'ס וואס מאכן זיך משוגע, דאס איז די גרעסטע נומבער וואס איך קען נאר זאגן, עס איז לכאורה נאך ווייניגער, אבער דאס איז שוין ברייט גערעדט, יעצט 30,000 מיינוס 200 =29,800 און די אלע זענען נארמאלע מענטשן וואס קומען זיך אויסבעטן ראש השנה צו האבן א גוט געבענטשט יאר, טאקע אין אומן ווי רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים וועט ער אים העלפן.
יעצט די אלע גייען נישט יעדער מיט א שטריימל און לאנגע בעקיטשע, עס זענען דא אלע סארט אידן יעדער גייט כמנהג אבותיו מיט די לבוש וואס ער איז אויפגעוואקסן ביי זיינע עלטערן (מען טאר דאך נישט משנה זיין) אבער זיי טאנצן נישט אויף די גאסן, זיי מאכן זיך נישט משוגע, זיי מאכן נישט קיין פאן, זיי קומען קיין אומן מיט איין ציהל, צו תשובה טוהן און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, איינער וואס גייט אריין ערב ראש השנה צום ציון הקדוש אין אומן, איז נישט במציאות אז ער זאל נישט מיטוויינען מיט די טרערן וואס גיסן זיך דארט פון יעדן איינעם אן אויפהער, און דערנאך ביי תפלות יעדער ביי זיין מנין מיט השתפכות הנפש.
נאר אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, די משוגעים שטארן ארויס מער, און פון זיי מאכט מען די בילדער, און דערפאר זעהט עס אזוי אויס.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:08 pm

· #94439
איך וועל אביסל קאנפיוזד פון דיין לעצטע תגובה, האסט געמאכט א מיש מאש פון אלע מיינת תגובות אינאיינעם עס איז מיר שווער צו פארשטיין פינקטליך, סאו איך וועל דיר געבן די בענעפיט אפ די דאוד אז מן הסתם האסטע זייער גוט געשריבען,
__

לאמיר דיר נאר פרעגן א זייטיגע נקודה {מיזט נישט ענטפערן}, ביסט מיסודו א ברסלב'ער?
איז דיין טאטע די משפחה ארויף אייביג געווען ברסלב'ע?
אויב נישט, ווי האט דיין טאטע געהערט? וועלכע חסידות האסטע באלאנגט? { דאנט ווארי, איך זי נישט צו מאכען קיין גילו דא} פלעין נייגעריג,

האסט א היינטיגע משפיע און ברסלב? אויב יא, ווער איר איז דאס? מוהר"ש? רנ"ש? ראי"מ?רימ"ש?ר"ש?רי"ר? ...???

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:15 pm

· #94445
בדחן
איך וועל אביסל קאנפיוזד פון דיין לעצטע תגובה, האסט געמאכט א מיש מאש פון אלע מיינת תגובות אינאיינעם עס איז מיר שווער צו פארשטיין פינקטליך, סאו איך וועל דיר געבן די בענעפיט אפ די דאוד אז מן הסתם האסטע זייער גוט געשריבען - א ווי אייביג -,

אין אנדערע ווערטער: "איך האב נישט וואס צו ענטפערן". האב איך גוט פארשטאנען?
איך האב דיר געענפערט בטוב טעם ודעת אויף יעדע קשיא דיינע, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

בדחן
לאמיר דיר נאר פרעגן א זייטיגע נקודה {מיזט נישט ענטפערן}, ביסט מיסודו א ברסלב'ער?
איז דיין טאטע די משפחה ארויף אייביג געווען ברסלב'ע?
טויב נישט, ווי האט דיין טאטע געהערט? ווי חסידות האסטע באלאנגט? { דאנט ווארי, איך זי נישט צו מאכען קיין גילו דא} פלעין נייגעריג,

איך בין א געווארענער ברסלבער, און פון ווי איך קום, איז נישט קיין נפק"מ.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:35 pm

· #94463
ברסלבער
בדחן
לאמיר דיר נאר פרעגן א זייטיגע נקודה {מיזט נישט ענטפערן}, ביסט מיסודו א ברסלב'ער?
איז דיין טאטע די משפחה ארויף אייביג געווען ברסלב'ע?
טויב נישט, ווי האט דיין טאטע געהערט? ווי חסידות האסטע באלאנגט? { דאנט ווארי, איך זי נישט צו מאכען קיין גילו דא} פלעין נייגעריג,

איך בין א געווארענער ברסלבער, און פון ווי איך קום, איז נישט קיין נפק"מ.


ביי רוב עמך אידן, און זיכער אזוי ביי מער ווי עמך אידן איז שפילט די זאך יא א ראלע, מען איז זיך מתיחס פון ווי מען קימט, מען איז עס מחשיב, און מען פראבירט אנהאלטן א שטיקל קשר, אפילו מען גייט עס נישט נאך אינגאנצן, עס איז ממש ווי א טבע שני אז מען זיכט נישט צו אנטלויפן פינעם אפשטאם,

אבער ליסען, ביסט אינטיילט צו דיינע אייגענע החלטות..

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:39 pm

· #94467
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך האב עס געזאגט פאר דיר, עס איז נישט קיין נפק"מ פאר דיר און פאר די אנדערע ליינער'ס דא.
אבער פאר מיר איז עס שוין איינמאל א נפק"מ.
איך בין קיינמאל נישט אוועק געגאנגען פון די חסידות ווי איך בין אויפגעוואקסן, איך בין נאך אלץ דארט, און עס איז נישט קיין שום סתירה מיט ברסלב. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן:
ברסלבער
ברסלב איז נישט קיין חסידות, ברסלב איז א מהלך החיים, און דערפאר איז דא אין אלע חסידות'ן ברסלבע אידן, און זיי בלייבן נאך אלץ פון יענע חסידות, ווייל ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין חסידות, עס איז א מהלך וואס רבי נחמן האט אראפגעשריבן אין זיינע ספרים, און ווער עס וויל קען עס פראקטיצירן, און ווער עס טוט עס האט געווענטליך א געשמאקע לעבן.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:44 pm

· #94470
-,

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:49 pm

· #94472
איך האב בסך הכל געדארפט ענטפערן אויף עטליכע תגובות אויף איין מאל, האב איך עס געשריבן אויף איין מאל.
אבער וואס האט דאס צום נושא?
קוק איבער מיין לאנגע תגובה, און זעה וועלכע פון דיינע קשיות זענען געבליבן אומפארענטפערט, און ברענג עס ארויף.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:52 pm

· #94475
בדחן, לאז ברסלבער קומען צום ווארט, ער קומט דא מסביר זיין תורת ברסלב, דערנאך קענסטו דורכטוהן וועלכע קאפל מען דארף אנטוהן ווען מען גייט אויף התבודדות.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:56 pm

· #94478
-

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 5:55 pm

· #94509
-

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 6:14 pm

· #94510
=

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:56 pm

· #94569
@ הרב בדחן, איך זעה איר האט איבערגענומען די לייצעס, און איר שמייסט דעם פערדל צו גיין אויף גאר אן אנדערע דירעקציע פון וואו דער פותח האשכול האט געוואלט פארן.
קען ביטע צוריקדרייען דעם רעדל און זיך פארקירעווען פון די זייטיגע שטותים? וואס איז, האסט מורא אז נאך איינער דא וועט ווערן ברסלב?

@ הרב ונבנתה, קודם כל וויל איך אייך קאנגראטולירן פאר אייער קוראזש און שכל הישר צו קענען פארנעמען א צווייטנס מיינונג, ווייניג חסידים היינט וואס געהערן אויף א פלאץ ווילן - אדער קענען - הערן א צווייטנ'ס צד אויכעט.
אלס א זייטיגע זאך, האב איך געטראפן איין נקודה וואס חב"ד און ברסלב זענען אייניג: מיטן שיטת "ויפוצו".
די חב"ד'סקע זענען זייער שטארק לטובת ההפצה, ווייל לשיטתם ווענדט זיך אין דעם ביאת המשיח,
ווידעראום ברסלב ווערט אויך פארשפרייט היינט, ר' נחמן אליינס האט געזאגט אז עס וועט שטארק פארשפרייט ווערן זיין דרך בעפאר ביאת המשיח... און מען זעהט עס בחוש..

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:20 pm

· #94588
-

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:06 pm

· #94626
א גרויסן ייש"כ פאר ברסלב'ער פאר'ן עפענען דעם אשכול. איך קען עטליכע גאר חשוב'ע אידן, גרויסע תלמידי חכמים און לומדים וואס זענען ברסלב'ער, און איך בין אלס געווען נייגעריג וואס איז דער סוד וואס ליגט אין ברסלב. לקוטי מוהר"ן, צום באדויערן, האט מיר נישט געקענט געבן א צופרידנשטעלנדער ענטפער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:43 pm

· #94657
איך? געגעבן א פסק? איך ווייס אפילו נישט וויאזוי מען טוט דאס!
איך האב געשמייכלט בשעת איך האב געשריבן.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:21 pm

· #94713
=

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:30 pm

· #94716
-

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:31 pm

· #94718
וואס איך זע איז איין זאך, א חשוב'ער ניק האט געעפנט אן אשכול מיט'ן ציל צו מסביר זיין תורת ברסלב, און מען לאזט אים נישט צוקומען צום ווארט, נאר אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט נארישע שטותים'דיגע טענות שלא מן הענין. איך וואלט אים מציע געווען צו עפענען א פרישע אשכול און בעטן די אחראים אז סיי וועלכע תגובה וואס באציט זיך נישט דירעקט צום נושא זאל אויסגעמעקט ווערן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:39 pm

· #94723
בדחן
ווי לאנג ברסלב איז נאך נישט צוריק מיט זיין פארזעצנוג לאמיר פרעגן א שאלה,

1} חיים איז א זייער א פיינער אינגערמאן, געלערנט און סאטמער אלע יארן זיין טאטע שווער זענען סאטמער, ער איז לעצטע א ברסלב'ער אבער ער איז זייער א פיינער אינגערמאן, ער חליש'ט צו פארען קיין אומאן ר"ה אבער ווי באד ער ווייסט אז עס וועט זייער וויי טיען פאר זיין טאטען { זיין טאטע איז נישט גערעכט, אבער דאס איז די מציאות} פארט ער נישט, זיין ווייב וויל ער זאל פארן, אבער ער פארט נישט צוליב כיבוד אב,

2} משה איז א זייער א פיינער אינגערמאן, געלערנט און סאטמער אלע יארן זיין טאטע שווער זענען סאטמער, ער איז לעצטע א ברסלב'ער אבער ער איז זייער א פיינער אינגערמאן, ער חליש'ט צו פארען קיין אומאן ר"ה און ער פארט אפילו ער ווייסט אז עס וועט זייער וויי טיען פאר זיין טאטען { זיין טאטע איז נישט גערעכט, אבער דאס איז די מציאות}, זיין ווייב וויל ער זאל פארן,

ווער פון די צוויי האט מקיים געווען דעם רצון השם??


שו"ע (יו"ד סי' ר"מ סעיף כ"ה): תלמיד שרוצה ללכת למקום אחר, שהוא בוטח שיראה סימן ברכה בתלמודו לפני הרב ששם, ואביו מוחה בו וכו', אינו צריך לשמוע לאביו בזה!

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:48 am

· #94771
[ציטאט אראפגענומען]

בדחן
עס האט מיט אומאן, ווייל עס איז היינט אזא וועלט אז א ריזיגע צאל ערוואקסענע בעה"ב עסן זיך אויף ווען זייער קינדער פארן קיין אומאן, {פרעג מיר נישט פארוואס, אבער עס איז א שטארקע מציאות,}

ווילסט מסביר זיין וואס די תירוץ איז?

בדחן » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:11 am

· #94777
יא, דא און דעם אשכול, איך האב אפגעמעקט דא מיינע תגובות און אהין געפירט זעענדיג ווי שטארק ברסלב וויל האלטן די אשכול אינגאנצן ריין אויף ליקוטי מוהר״ן באידיש. דארט קענסטע אנפרעגן,

מיר ווארטן מיט שפאנוג אויף זיין קימענדיגע שיעור.

לולקע-ציבעך » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:21 pm

· #96511
א גרויסן יישר כוח, ברסלבער, פאר דיין אינציאטיוו און געדולד.

איך האב געזען אז ברסלבער האט שוין געעפנט אן אשכול מיט'ן חלק ב', אבער כ'האב נאכנישט אנגעיאגט צו לייענען. דערווייל, עטליכע באמערקונגען אויף דעם אשכול.

איך בין נישט קיין ברסלבער און כ'האב נאכנישט קיין סך געלערנט די ברסלבער ספרים. אנקוקנדיג די זאך פון דרויסן, בין איך מורא'דיג נתפעל פון דער באוועגונג, און ווי רבי נחמן איז געווארן דער דע פאקטא רבי פונעם היינטיגן דור.

ברסלבער
און מיט דעם האט זיך זייער שטארק געטוישט די דרך החסידות, אמאל האט מען געזוכט א רבי מער פאר די סיבה פאר א רוחניות'דיגע דאקטער, און דערפאר איז רבי'סטעווע אריבער געגאנגען צו א תלמיד וואס האט דאס מערסטע געטויגט צו דעם, משא"כ היינט איז געווארן עפעס אן אנדערע מושג אין חסידות, עס איז נישט קיין כלל ביי אלע, אבער ביי אסאך חסידות איז דער עיקר צו קוקן אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה, כאפן שיריים, נעמען א ברכה וכדו', און איך רעד אפילו ווען דער רבי איז באמת א צדיק, און עס איז טאקע ווערט צו נעמען א ברכה פון אים, אבער דאס מיינט א "צדיק", און נישט קיין "רבי", א רבי דארף געבן הדרכה פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.
(רבי נחמן זאגט גראדע אויך אז אפילו א פאלשע רבי איז אויך א גוטע זאך, ווייל ווי נישט ווי האלטן זיי דעם עולם אין די ראמען, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לכתחילה'דיגער וועג)
און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל היימישע אידן ווערן נעבעך פארכאפט אין ברסלב, עלטערן עסן זיך אויף דאס געזונט, "מיין קינד איז געווארן א ברסלבער רח"ל", נו וואס זאל דער קינד טוהן אז ער דארף אביסל סיפוק, ער וויל הערן עפעס צו די זאך, עפעס וואס רעדט צו זיין נשמה, און דא האט ער געטראפן ברסלב וואס געבט הדרכות, וואס געבט א מהלך החיים, האט ער זיך אנגעטשעפעט אויף ברסלב.


זייער גוט געזאגט. און דא ליגט דער הונט באגראבן. רבי היינט האט ווייניג שייכות מיט'ן רבי פון אמאל. אפילו דער אופן וויאזוי ברסלבער שילדערט דעם היינטיגן רבי'ן איז אויך היפש אפטימיסטיש. דער היינטיגער רבי, פונקט ווי חסידות בעצם, איז געווארן א מיטל צו האלטן א סטרוקטור אין וועלכער דער עולם זאל לעבן. דער רבי איז דער צענטערפונקט פון דער סטרוקטור, דער CEO פון דער פירמע. אין רוב חסידות'ן איז נאך טאקע דא דאס צורה-קוקן און שיריים-כאפן, אבער יעדער ווייסט אז דאס זענען בדרך כלל שוין צוגאבן און צוגעהערן.

איך זאג דאס נישט בתורת קריטיק. דער מהלך האט זיינע מעלות וואס דער אמאליגער מושג רבי-חסידות האבן נישט געהאט. אבער ברסלבער איז בכל אופן גערעכט, אז די רבי'ס און חסידות שטעלן נישט צו די ריכטיגע סחורה פאר א מבקש. די רבי'ס און חסידות זענען געצילט אויפ'ן כלל; ברסלב גיט זיך אפ מיט די גייסטיגע געברויכן פונעם יחיד מבקש.

ברסלב, ווי ברסלבער איז מסביר, פארמאגט פאקטיש רבי'ס פונקט ווי ערגעץ אנדערש, נאר זיי הייסן משפיעים. איך מיין אז דא ליגט איינע פון די גרויסע חכמות פון ברסלב. אין ברסלב איז דער מושג "רבי" נישט איינגעפרוירן געווארן, און דערפאר קענען די היינטיגע ברסלבער "רבי'ס" דינען באמת ווי רבי'ס -- טאקע דורך הייסט "משפיע" אנשטאט "רבי".

דער פאקט וואס ברסלב דערהייבט אזויפיל ערליי שיטות איז אין מיינע אויגן איינס פון ברסלב'ס מורא'דיגע אייגנארטיגקייטן. און ווי ברסלבער זאגט:

ברסלבער
ברסלב איז נישט קיין חסידות, ברסלב איז א מהלך החיים, און דערפאר איז דא אין אלע חסידות'ן ברסלבע אידן, און זיי בלייבן נאך אלץ פון יענע חסידות, ווייל ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין חסידות, עס איז א מהלך וואס רבי נחמן האט אראפגעשריבן אין זיינע ספרים, און ווער עס וויל קען עס פראקטיצירן, און ווער עס טוט עס האט געווענטליך א געשמאקע לעבן.


רבי נחמן האט גערעדט צו דער אידישער נשמה, וועגן מענטשליכע, נפשיות'דיגע פראבלעמען און וואקלנישן. דערפאר קען כמעט יעדער זיך דארט טרעפן. רבי נחמן רעדט פון פסיכישע מצבים וואס פלאגן היינט אזויפיל מענטשן מיט אזא פשטות און קלארקייט, אז מען כאפט זיך נישט אז אין זיינע תורה'לעך און מעשה'לעך געפינען זיך דיאגנאזן און עצות צו א ריי מענטשליכע שוואכקייטן און אימפולסן, וואס האבן היינט-צו-טאג פענסי מעדיצינישע טערמינען.

משה געציל
איין זאך וואס באדערט מיר יא זייער איבער ברסלב איז דאס אנגעווייטאגקייט. פון מיינע ברסלב'ער חברים זענען זיבעציג פראצענט, דעפרעסט, צושאסן, מלא ספיקות. (דו ביסט פון די ערשטע ברסלב'ער וואס איך זעה מיט אזא פאזיטיווער בליק אויף יעדע זאך, עכ"פ אין דיין ווערטואלע לעבן...) הגם לויט וויפיל איך פארשטיי תורת ברסלב פון אונדרויסן, איז פון די סאמע פאדאמענטן די געדאנק פון "אין שום יאוש" און "שמחה". לפי"ז וואלטן די ברסלב'ער חסידים געדארפט זיין אויפגעהייטערט און גוטמוטיגט, ובעיני דרייען זיך א מאריטעט ארום מיט נעגאטיווע געפילן אנשטאט פאזיטיווע.


איך קען נישט דיינע חברים, אבער מיך קומט פאר אז די סיבה אין רוב פעלער פארוואס זיי האבן געלאנדעט אין ברסלב איז די זעלבע פארוואס זיי זענען "דעפרעסט און צעשאסן": ווייל זיי זוכן עפעס און זיי פילן אז עפעס איז נישט ארדענונג. רוב מענטשן וואס זענען נישט אנגעזעצט און דעפרעסט זענען נישט אזוי ווייל זיי פארשטייען בעסער ווי די "אנגעזעצטע ברסלבער", נאר ווייל זיי טראכטן בכלל נישט. איך מיין נישט צו זאגן אז יענע זענען דווקא אויבערפלעכליכע מענטשן -- זיי קענען זיין דווקא זייער קלוג און טיף. אבער די יסודות'דיגע עקזיסטענציאנאלע פראגעס עגבערט זיי נישט. ס'איז שווער *נישט* אריינצופאלן אין קיין מרה שחורה ווען מען טראכט אמת'דיג אריין אין די אייביגע פראגעס, וואס האבן באמת נישט קיין גוטע ענטפערס. דער סוג מענטשן פון וועמען דו רעדסט זענען אנגעקומען קיין ברסלב, *ווייל* זייער נפש זוכט סיפוק און מנוחה. מנוחת הנפש פאר עמיצן וואס מוטשעט זיך, איז זייער שווער און נעמט א סך הארעוואניע.

kliger
וויאזוי ווייס איך אז עס איז נישט נאך עפעס א סוקסעפול קולט און אז דאס און נאר דאס וויל דער אייבישטער?
און פארוואס גייען אסאך צו ברסלב אפילו זייער עלטערן זענען קיינמאל נישט געגאנגען,כמיין אויב מעג איך זיין קלוגער פון מיין טאטע פארוואס זאל איך נישט ווערן א ספרדי?

פארוואס האלטן זיך רוב ברסלב'ע מער פון אנדערע ווי כאילו זיי האבן עפעס מער א סטרעיט ליין צום אייבירשטען און נאר זיי פארשטייען אמתדיג וואס דער אייבישטער וויל, און מאכן אוועק אלע אנדערע אז זיי זענען נעבעך כעוור ממשמש באפילה

פארוואס ווערט יעדע ליידיג גייער וואס האט נאכנישט געענדיקט א בלאט גמ אין זיין לעבן פלוצלינג א ברסלבר מיט "גרויסע" השגות און א גרויסער אידישקייט פארשטייער ער מאכט אוועק די איבריגע פארנאטישע און ער טוט מה שלבו חפץ און וואס עס פאלט אים ביי עפעס א אייגענע זאך וואס מאכט אים פילן גוט לייגט ער עס אריין אין ברסלב און מיט דעם loved ער דעם אייבירשטען


און וואס איז אויב ברסלב איז יא א סוקסעספול "קולט"? וואס טוישט זיך דעמאלט? (באמת גערעדט: פעלט נישט אויס צו ווערן סטאק אויף א ווארט. מען רעדט פון ברסלב ווי עס איז.)

די ברסלבער האלטן נישט אז *נאר* זיי האבן א "סטרעיט ליין צום אויבערשטן"; ברסלב זאגט אז *יעדער* איד האט דעם זעלבן ליין. איך, ברסלבער, ניץ דעם ליין; האב שכל, דו נישט-ברסלבער, און ניץ דיין אייגענעם נישט-ברסלב'ן סטעיט-ליין.

ברסלב זאגט נישט אז מען זאל "טאן מה שלבו חפץ" און שפילן ליבע מיט'ן אויבערשטן. ברסלב זאגט אז יעדער איד איז גוט, און יעדער איד דארף שטרעבן און פרואווען זיין בעסער. דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד, אפגעזען פונעם מצב אין וועלכן ער געפינט זיך. דאטס אלל. זיין טאן מה שלבו חפץ האט נישט מיט ברסלב. זיין נישט צעבראכן ווערן לכבוד דעם און ווייטער פילן א קשר מיט'ן אויבערשטן, דאס איז ברסלב.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:56 pm

· #96528
יישר כח הרב לולקע, זייער שיין ארויס געברענגט.
דו האסט א טיפע הבנה, און א געשמאקע הסברה.

בדחן » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:45 pm

· #96638
לולקע-ציבעך
איך בין נישט קיין ברסלבער און כ'האב נאכנישט קיין סך געלערנט די ברסלבער ספרים. אנקוקנדיג די זאך פון דרויסן, בין איך מורא'דיג נתפעל פון דער באוועגונג, און ווי רבי נחמן איז געווארן דער דע פאקטא רבי פונעם היינטיגן דור,

און דא ליגט דער הונט באגראבן. רבי היינט האט ווייניג שייכות מיט'ן רבי פון אמאל. אפילו דער אופן וויאזוי ברסלבער שילדערט דעם היינטיגן רבי'ן איז אויך היפש אפטימיסטיש. דער היינטיגער רבי, פונקט ווי חסידות בעצם, איז געווארן א מיטל צו האלטן א סטרוקטור אין וועלכער דער עולם זאל לעבן. דער רבי איז דער צענטערפונקט פון דער סטרוקטור, דער CEO פון דער פירמע. אין רוב חסידות'ן איז נאך טאקע דא דאס צורה-קוקן און שיריים-כאפן, אבער יעדער ווייסט אז דאס זענען בדרך כלל שוין צוגאבן און צוגעהערן.

איך זאג דאס נישט בתורת קריטיק. דער מהלך האט זיינע מעלות וואס דער אמאליגער מושג רבי-חסידות האבן נישט געהאט. אבער ברסלבער איז בכל אופן גערעכט, אז די רבי'ס און חסידות שטעלן נישט צו די ריכטיגע סחורה פאר א מבקש. די רבי'ס און חסידות זענען געצילט אויפ'ן כלל; ברסלב גיט זיך אפ מיט די גייסטיגע געברויכן פונעם יחיד מבקש.

ברסלב, ווי ברסלבער איז מסביר, פארמאגט פאקטיש רבי'ס פונקט ווי ערגעץ אנדערש, נאר זיי הייסן משפיעים. איך מיין אז דא ליגט איינע פון די גרויסע חכמות פון ברסלב. אין ברסלב איז דער מושג "רבי" נישט איינגעפרוירן געווארן, און דערפאר קענען די היינטיגע ברסלבער "רבי'ס" דינען באמת ווי רבי'ס -- טאקע דורך הייסט "משפיע" אנשטאט "רבי
".


איך וועל מסביר זיין די ווערטער פון א אנדערע קוק ווינקעל,

לאמיר קודם באטראכטען עטליכע חסידות מיט זייערע רבי'ס.

1}בעלז, זיי האבן הערליכע חסידות וואס לייגט אריין די מערסטע און די אינגעלייט מיט גרופעס חבורות אאא"וו, און זיי זענענן באוויסט צו האבן שיינע אינגעליינט מיט א שטארקע נאנטע קשר צום רבי'ן,

2}וויזניץ אר"י, ר ישראל איז באוויסט לייגט אריין גאר גרויסע כוחות און זיינע אינגעלייט, און ער שניידט די פירות האבענדיג איינע פון די שענסטע חסידות הערליכע פיינע אינגעלייט,

3}סאטמער מוהר"א, איז אביסל א גרעסערע חסידות ווי דער רבי האט נישט א דירעקט קשר מיט אלע אינגעלייט, ער האט נאר א שייכות מיט די וואס גייען אריין צו אים און רעדן זיך אדורוך לגבי יעדע זאך, טויזענטער אינגעלייט ווארטען אויף זיין הוראת לגבי אידישקייט און זיכען צו הערן זיינע תורות און זיינע הוראות ביי יעדע רוחניות און גשמיות'דיגע זאך, זיין זון וומסב"ג רב האט אויך דאר א שיינע שייכות מיט אינגעלייט,

4}סאטמער מוהרז"ל, האט אויך א מעגא גרויסע חסידות, און פינקט ווי זיין ברידער האט ער נאר א שייכות מיט די יוגנעלייט וואס גייען אריין צו אים און דאס איז טויזענטער אינגעלייט, עס קימט אים קרעדיט אויף וואס ער האט איינגעפירט אז קיקען אויף א סמארט פאון {אפילו נישט א אייגענע} אן א פילטער איז אסור, שווערע הינדערטער אינגעלייט האלטן זיך צו די הוראה, און בכלל ווארטען זיי אויף זיינע תורות און הוראות.

5}ר מאטעלע פון מאנסי, אויף אים איז איבריג יעדעס ווארט, ווער עס ווייסט נאר וויפיל ער הער האט געבליטיגט צו האבן שיינע ערליכע אינגעלייט, היינט איז ער שוין אביסל עלטער.

בקיצור אזוי קען מען גיין ווייטער זען וואס עס טוט זיך ביי די אנדערע חסידות, למעשה וועט יעדער אגריען אז די אלע חסידות האבן און זיך אויף שוואכע אינגעלייט וואס האבן נאר דען נאמען פון די חסידות אבער גארנישט מער, און עס איז נישט אמת אז די רבי'ס האבן נישט קיין שייכות מיט זייערע יונגעלייט, זיי האבן יא א שייכות נאר וויבאלד די חסידות איז זייער גרויס מוז דער אינגערמאן טיען זיין חלק אויך און עקשועל אנהאלטן די קשר, { פינקט ווי ביי ברסלב ווי מען מוז לערנען די ספרים און אנהאלטן די קשר }

לעומות זה לאמיר זען וואס עס טוט זיך ביי ברסלב וואס ער דער שרייבער האט געשריבען אז זיי זענענן די מערסטע געלונגען,
פון אלע חסידות האבן זיי די מערסטע טייפ מענטשן וואס ריפען זיך נ נח ניקעס, דאס וואס מען זעט און גאנץ און אר"י מיט די צולאשטע בערד טאנצען און די גאסן שלאפן און די טענעטס ועוד, א ריזיג חלק הניכור וואס פארט קיין אומאון ווייסט נישט פון ר נחמן צו זאגען פון תשרי ביז תשרי, משום כבודם של ישראל איז נישט כדאי אויס צורעכענענן נאך אישוס וואס עס גייט פאר מיט די רוב וואס ריפט זיך ברסלב,
אזוי אויך האבן זיי א קליינע הייפעלע מענטשן ערליכע אידן אזוי ווי דער ניק ברסלב, רי"מ מיט זיין קהלה, רמ"ש מיט זיין קהלה, אידן וואס גייען מיט ברסלב לשם ברסלב און זיי זענענן מצליח,

עס איז איבריג צו מאכען די סך הכל, אז אויב רעכענט מען די סמעטענע פון עני חסידות קעגן די סמעטענע פון ברסלב איז ברסלב חסידות א לוזער, מיט גרויסע פראצענטן, משא"כ אויב מען רעכענט אזוי ווי "לולקע-ציבוך" רעכענט, דאס הייסט אז מען רעכענט די סמעטענע פון ברסלב קעגן די שוואכע פון די אנדערע חסידות דעמלאטס איז ברסלב חסידות בעסער, דאס הייסט אבער נישט גערעכענט.....

די נערמאלע מהלך איז אז מען קוקט נישט זה לעומת זה, מען זיכעט צו דינענן השי"ת מתוך אמת, און מען זיכעט נישט אוועק צו מאכען אנדערע טראכטענדיג כאילו דאס וועט ברנגן ארקענוג.

בדחן » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:39 pm

· #96677
לולקע-ציבעך
משה געציל
איין זאך וואס באדערט מיר יא זייער איבער ברסלב איז דאס אנגעווייטאגקייט. פון מיינע ברסלב'ער חברים זענען זיבעציג פראצענט, דעפרעסט, צושאסן, מלא ספיקות. (דו ביסט פון די ערשטע ברסלב'ער וואס איך זעה מיט אזא פאזיטיווער בליק אויף יעדע זאך, עכ"פ אין דיין ווערטואלע לעבן...) הגם לויט וויפיל איך פארשטיי תורת ברסלב פון אונדרויסן, איז פון די סאמע פאדאמענטן די געדאנק פון "אין שום יאוש" און "שמחה". לפי"ז וואלטן די ברסלב'ער חסידים געדארפט זיין אויפגעהייטערט און גוטמוטיגט, ובעיני דרייען זיך א מאריטעט ארום מיט נעגאטיווע געפילן אנשטאט פאזיטיווע.

איך קען נישט דיינע חברים, אבער מיך קומט פאר אז די סיבה אין רוב פעלער פארוואס זיי האבן געלאנדעט אין ברסלב איז די זעלבע פארוואס זיי זענען "דעפרעסט און צעשאסן": ווייל זיי זוכן עפעס און זיי פילן אז עפעס איז נישט ארדענונג. רוב מענטשן וואס זענען נישט אנגעזעצט און דעפרעסט זענען נישט אזוי ווייל זיי פארשטייען בעסער ווי די "אנגעזעצטע ברסלבער", נאר ווייל זיי טראכטן בכלל נישט. איך מיין נישט צו זאגן אז יענע זענען דווקא אויבערפלעכליכע מענטשן -- זיי קענען זיין דווקא זייער קלוג און טיף. אבער די יסודות'דיגע עקזיסטענציאנאלע פראגעס עגבערט זיי נישט. ס'איז שווער *נישט* אריינצופאלן אין קיין מרה שחורה ווען מען טראכט אמת'דיג אריין אין די אייביגע פראגעס, וואס האבן באמת נישט קיין גוטע ענטפערס. דער סוג מענטשן פון וועמען דו רעדסט זענען אנגעקומען קיין ברסלב, *ווייל* זייער נפש זוכט סיפוק און מנוחה. מנוחת הנפש פאר עמיצן וואס מוטשעט זיך, איז זייער שווער און נעמט א סך הארעוואניע.


דאס פארלאנגט זיך מער הסבר, בפרט דאס וואס איך האב געמאכט באלד. {גם אז איך דיסאגרי מיטען הנחה אז ברסלב'ע זענענן אנגעזעלט דיפרעסטע מענטשן}

לולקע-ציבעך » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:29 pm

· #96707
בדחן
פון אלע חסידות האבן זיי די מערסטע טייפ מענטשן וואס ריפען זיך נ נח ניקעס, דאס וואס מען זעט און גאנץ און אר"י מיט די צולאשטע בערד טאנצען און די גאסן שלאפן און די טענעטס ועוד, א ריזיג חלק הניכור וואס פארט קיין אומאון ווייסט נישט פון ר נחמן צו זאגען פון תשרי ביז תשרי, משום כבודם של ישראל איז נישט כדאי אויס צורעכענענן נאך אישוס וואס עס גייט פאר מיט די רוב וואס ריפט זיך ברסלב,
אזוי אויך האבן זיי א קליינע הייפעלע מענטשן ערליכע אידן אזוי ווי דער ניק ברסלב, רי"מ מיט זיין קהלה, רמ"ש מיט זיין קהלה, אידן וואס גייען מיט ברסלב לשם ברסלב און זיי זענענן מצליח


ווי ברסלבער האט שוין דערמאנט איז "ברסלב" נישט קיין חסידות אין דעם געווענליכן משמעות, במילא קען מען עס נישט מעסטן לויט און קעגן א געווענליכן חסידות. איך האב דערמאנט דעם חילוק פון "רבי" אין ברסלב און רבי געווענליך נישט כדי צו פארגלייכן חסידות צו חסידות, נאר וויאזוי מושג "רבי" פונקציאנירט אין ברסלב.

דער פארגלייך פון די "צולאשטע בערד" אין ברסלב און די "שוואכע יונגעלייט" אין חסידות'ן איז נישט אינגאנצן גערעכט. ווייל די "צולאשטע בערד" זענען "צולאשט" מיט אדער אן ברסלב. זיי זענען נישט אויפגעוואקסן "ברסלבער" און זיך צולאשט די בערד.


בדחן
די נערמאלע מהלך איז אז מען קוקט נישט זה לעומת זה, מען זיכעט צו דינענן השי"ת מתוך אמת, און מען זיכעט נישט אוועק צו מאכען אנדערע טראכטענדיג כאילו דאס וועט ברנגן ארקענוג.


הונדערט פראצענט מסכים.

בדחן » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:28 pm

· #96739
לולקע-ציבעך
דער פארגלייך פון די "צולאשטע בערד" אין ברסלב און די "שוואכע יונגעלייט" אין חסידות'ן איז נישט אינגאנצן גערעכט. ווייל די "צולאשטע בערד" זענען "צולאשט" מיט אדער אן ברסלב. זיי זענען נישט אויפגעוואקסן "ברסלבער" און זיך צולאשט די בערד.


נעווער מיינד, איך האב גראדע גערעדט פון דעם עלעמענט וואס דרייט זיך נאר ביי ברסלב, און זיי זענענן די חלק הניכר דארט,
בלאט: 1 2