☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ברסלב, וואס איז דאס?

ברסלב, וואס איז דאס?

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3134
בלאט: 1 2

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:37 pm

· #96746
בדחן
עס איז איבריג צו מאכען די סך הכל, אז אויב רעכענט מען די סמעטענע פון עני חסידות קעגן די סמעטענע פון ברסלב איז ברסלב חסידות א לוזער, מיט גרויסע פראצענטן, משא"כ אויב מען רעכענט אזוי ווי "לולקע-ציבוך" רעכענט, דאס הייסט אז מען רעכענט די סמעטענע פון ברסלב קעגן די שוואכע פון די אנדערע חסידות דעמלאטס איז ברסלב חסידות בעסער, דאס הייסט אבער נישט גערעכענט.....
איז דען ברסלבער מסופק צו ער זאל גיין צו די צולאשעטע בערד? ער רעדט פון די חבורות וואס האבען נישט קיין צולאשעטע בערד. וואס מישטו הודו מיט קיש? נניח אז תורת ברסלב האט אריינצולייגען עפעס אידישקייט אין די היפפי'ס, איז וואס? דעריבער זאל מען שוין נישט לערנען ספרי מוהר"ן? אדער דעריבער זאל מען נישט אויסהערען פון לומדי ומלמדי ספריו? וואס זאגסטו אייגענטליך דא?

ליפא » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:12 pm

· #297422
די תגובה איז ערשינען אין אייוועטל און איז פארמעקט געווארן צוזאמען מיט די גאנצע אשכול דארט וועגן ר"ה אין אומאן

א ברסלבר/סקווירא חסיד שרייבט
בס"ד

[פאקטן זענען פארטוישט געווארן צוליב פארשטענדליכע סיבות]
צוערשט לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך, איר זאלט וויסן פון וועם מ'רעדט און פארשטיין וואס איך שרייב!

איך בין געבוירן, און אלע מיינע יארן אויפגעוואקסן אין די שטעטל סקווירא נעבן מאנסי אין ניו יארק, און איך וויל נישט צופיל אריינגיין אין מיין היסטערי ווייל איך קען באשטיין צו בלייבן אין געהיים, נישט ווייל איך האב א פראבלעם אז ווען איך וועל גיין דאווענען און שול דא אין סקווירא וועט מיר יעדן אנקוקן פאר אן אפיקורס און א שייגעץ, און א דעזערטירער וואס איז ליידער אראפ פון וועג, נאר פשוט ווייל איך וויל נישט וויי טון מיין משפחה, און איך וויל נישט אז מיין טאטע אדער ברודער וואס וואוינען אויך אין סקווירא זאלן ווערן פארברענט לעבעדיגערהיט אזויווי עס האט שוין ליידער פאסירט אין די ווירקליכקייט!!

איך וויל דא אראפשרייבן א מעשה וואס האט מיט מיר פאסירט דאס יאר פורים תשע"ה לפ"ק.
זייענדיג אן איידעם ביי איינעם אידערויסן פון סקווירא בין איך פארשטייט זיך געגאנגען צום שווער אויף פורים ביינאכט, און געפלאנט איבערצושלאפן דארט, און אזוי צוריקפארן בעצם יום הפורים פארטאגס און דאווענען אין שטעטל זייענדיג אויסגערוהט לכבוד פורים.

מה עשה הקדוש ב"ה, איך בין געגאנגען שלאפן זייער שפעט און איך שטיי אויף גאר פארטאגס אויסגעמאטערט קוים וואס די אויגן האבן זיך געוואלט עפענען, איך לויף ארויס צו כאפן א מקוה, און איך זעה, נישט מער און נישט ווייניגער אין פורים... ס'שנייעט... איך מיין אז עס איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך געדענק אז עס שנייעט אין פורים גופא.

נאך א קליינעם געראנגל צוריקצוגיין צום געלעגער בין איך געלאפן אין מקוה כאפן א טונק און זעהן וואס מ'קען ווייטער טון.
ס'איז פורים אינדערפרי די גאסן זענען שטיל, מהאלט נאך פאר די עלות, אבער פונדעווייטנס זעה איך א ליכטיקייט גייט ארויס פון א בנין אויסקוקנדיג ווי א שול, 'ווער זענען דיע מענטשן וואס פראווענען א גאנצע נאכט פורים, די ערשטע נאכט?'

איך שפאציר אריין אין שול, און א ווארעמע אטמאספערע האט מיר ארומגענומען, איך האב געשפירט ווי איך בין אין די שול פון די תנאים און אמוראים.. איך זעה היימישע חסידישע אידן שוין ארויפגעלייגט די טלית אויפן אקסל זיך גרייטנדיג מיט א ברען צום דאווענען 'דאס זענען זיכער די חסידים הראשונים שהיה שוהין שעה אחת' לויפט אריבער מיין געדאנק..

'לעולם יהא אדם' שרייט איינער אויס בשעת דער צווייטער זינגט זיך אונטער 'לפיכך אנחנו חייבים'. וועלכע שול איז דאס?? נישט זעהנדיג די סיין אינדערויסן האב איך נישט געוואוסט וועלכע שול דאס איז. אין וועלכע שול זענען שוין אזויפיל אידן אויף פורים אזוי פרי צום דאווענען? אין וועלכע שול גרייטן זיך אידן מיט אזא ברען צום דאווענען? דאס מיז זיין א סקווירא שול!! קען דען זיין אז ס'איז דא נאך אידן אויף דער וועלט וואס זענען הייליגער ווי אונז? נע!! 'אוי וועל איך לאזן וויסן פאר די אידן אין שטעטל אז די סקווירא אידן וואס וואוינען נישט אין שטעטל זענען סאך מער דערהויבענע אידן ווי די שטעטל איינוואוינער' אזוי זאגט מען דאך, ווי ווייטער מ'וואוינט אלס א גרעסערע חסיד.

אהה.. עס ציהט מיר דא צו בלייבן.. אזוי געשמאק.. אזוי ווארעם פארן אייבירשטן.. אוי באשעפער, הלואי זאל מען דאווענען אזוי ביי אונז אין שטעטל אויך.. און נישט עלעף אזייגער נאכן 'אויסזאגן תהלים'..........

'אבער איין זאך....!!! די סקווירא אידן דא גייען נישט מיט קיין שטיוול? רבותי ווי איז אייער שטיוול??' איך קעניש גלייבן וואס מיינע אויגן זעהן.. ווי האב איך דא אריינגעוואנדערט?? וואס?? אההה!! כ'הערניש....!!

עס ליינט זיך א סיין אויפן וואנט "גיוואלד, זייט איך נישט מייאש".. איין מינוט.. אפשר בין איך נישט אין א סקווירא ביהמ"ד??? עה.. עס קעניש זיין.. איז דען דא נאך א פלאץ אויף די וועלט ווי מ.......??

וואס???????????? בין איך אין א ברסלב'ע שול??? איך קען נישט גלייבן וואס מיינע אויגן זעהען!! אוי וויי!! לאמיך שנעל אנטלויפן פון דא.. איך קענישט!! איך זעה שטערן'ס!! עס קען זיין אז זיי גייען מיר דא פארכאפן.. איך זעה דארט א פארמאכטע צימער, איך מיין אז דארט איז זייער 'פארכאפונג סיסטעם'.. איך וועל מיך נישט לאזן פאלן פון מיין ריינע אמונה!! די רבי איז דער גאט און אזוי וועט בלייבן!!

(אגב, מ'האט אמאל געפרעגט א סקווירא חסיד, אויב די אידן אין מדבר האבן געזעהן אז משה רבינו קומט נישט אראפ פון הימל נאך 40 טעג, האבן זיי געדארפט מאכן א נייע "שליח" צום באשעפער, פארוואס האבן זיי געדארפט מאכן א נייע "גאט"??? נאר אז מ'מאכט א קעלבל פאר א מנהיג מוז מען אים מאכן פאר א גאט!!)

איך שפאציר צו די טיר אויפן וועג ארויסצוגיין ח"ו נישט צו דאווענען אין די אפיקורסישע שול ווען מיט אמאל הער איך א רוף 'ר' איד' געט זיך איינער א רוף אן צו מיר און ער קנאקט מיט די פינגער, ווייזענדיג אויף א ליידיג פלאץ אינעם פולן שול צו זיצן! שעמוועדיגערהייט שפאציר איך צוריק אריין אין שול (זעהט אויס א יענער האט געמיינט אז איך האב נישט קיין פלאץ און פארדעם גיי איך ארויס).

אקעי איך וועל דא טאקע דאווענען אבער איך וועל מיר נישט לאזן פארכאפן..
דער בעל תפילה זאגט שוין קדיש (מ'האט געדארפט כאפן די נץ) און איך לייג טלית און תפילין אנהייבענדיג מיין רוטינע דאווענען אוואו איך דאווען יעדן טאג, אבער דעי ברעסלעבע אידן האבן נישט נאכגעלאזט זיי האבן אנגעהויבן דאווענען מיט אזעלכע טיפע געבעטן.. דער שרייט "אוי"... דער שרייט "טאטע"..

וואס גייט פאר מיט די חברה?! זיי קענען נישט דאווענען נארמאל אזויווי איבעראל?!!
אבער וואס א מינוט שפעטער האבן די זיסע קלאנגען וואס האט זיך דערהערט אין מיין אויער אריינגעדרינגען טיף טיף אין מיין פארמאכט הארץ..
עס האט זיך געהערט ווי קולות פון אמת'ע תפילה!

קולות פון א הארץ וואס בעהט זיך איבער מיט זיין טאטע!

קולות פון א קינד וואס וויל צוריק נאנט ווערן מיט זיין טאטע וואס האט אים אייביג ליב, און בלייבט אויף אייביג מיט אים!

קולות וואס שרייט ארויס בענקעניש פונעם טיעפסטן ארט פון נשמה!

ניין דאס איז נישט געווען די זעלבע קולות ווי די סטאלין'ע אידן ווען זיי שרייען ביים דאווענען דאס איז געווען קולות פון אידישע קינדער וואס זענען מקבל די תורה ביום הפורים פונדאסניי מיט א פרישקייט!!

און יא! אט די קולות האבן אנגעהויבן אריינדרינגען אין מיין הארץ.. (פארשטייט זיך אז די זאכן וואס מ'האט מיר אריינגעלייגט אינעם הייליג שטעטל זענען געווען "על" לבבך און יעצט איז עס אריינגעפאלן....) און עס האט אנגעהויבן עפענען א לאך, און יא! איך אויך.. איך??? יא! איך אויך.. האב אנגעהויבן דאווענען אויפן קול מיט א געשטיקטע שטימע, שטיקענדיג זיך אויף די טרערן וואס רינען פון מיינע אויגן..

טרערן וואס ליגן שוין אין מיר טיף טיף באהאלטן זייט איך קען מיר..

טרערן וואס קומט ארויס פון טרעפן א פינטעלע אמת אין א לאנג יעריגע וויסטעניש..

טרערן פון רואיגקייט.. כמים קרים..

און ווער רעדט נאך פון דעם מגילה ליינען.. מיט אזא מתיקות.. אפטייטשנדיג יעדעס ווארט.. אן קיין יאגעניש..

איך האב געזעהן אז ס'קען נישט זיין ס'זאל זיין אזא דאווענען און עס זאל קומען פון לופט.. דא מוז ליגן עפעס באהאלטן אונטער דעם..
צו מאכן א קורצע מעשה קורצער.. אזא דאווענען האב איך נאכנישט געהאט און איך וועל אי"ה נאך יא האבן.. ווייל ב"ה איך בין מקורב געווארן צום אור האורות.. צח הצחצחות.. סבא דסבין..

נאכן דאווענען, ווען עס זענען צוגעקומען צו מיר אפאר אידן און מיר געגעבן א ברייטן שלום עליכם, האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט די אידעלעך דארט אין שול'כל. פארשטייט זיך, נישט פארן אפמאכן אין מיין מח אז איך וועל זיין אפנהארציג מיט אן אמת צו הערן וואס זיי האבן צו ענטפערן אויף מיינע 'מוראדיגע' פראגעס וואס איך האב אויף ברסלב.. און וואס אלע פון אונז האבן, בעפאר מיר הערן די תירוצים אן קיין נגיעות (און פארשטייט זיך, אז איך האב אגעצינדן מיין ריקארדער, איך האב עס דערנאך איבערגעהערט עטליכע מאל און אי"ה ביי א געלעגנהייט וועל איך באשרייבן ווארט ביי ווארט פון מיין שמועס).

ניין, איך בין נישט אהיים געפארן מער קיין סקווירא.. עפעס אן אנדערע איד איז אהיים געפארן.. גאר אן אנדערן מענטש.. יא, מיט די זעלבע בני בית אבער אן אנדערע מאן, אן אנדערע טאטע..

א טאטע וואס איז שוין גרייט צו הערן דעם אמת..

א טאטע וואס וויל שוין אנהייבן וויסן פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט..

א טאטע וואס האפט שוין און בענקט שוין צום אייבירשטן..

א טאטע וואס איז שוין מקושר צום צדיק אמת..

א טאטע וואס בענקט שוין צו רעדן צו זיין טאטן דער מלך מלכי המלכים, און אים פארציילן אלעס וואס ער איז דורך..

מיין שטוב האט זיך געטוישט.. מיין אויפשטיין איז אנדערש.. (די רבי זאגט אז יעדע צופרי זאל מען זיך אריינלייגן אין קאפ 'עלמא דאתי' וד"ל) מיין גיין צום דאווענען איז אנדערש.. איך רעדט שוין נישט פון דעם דאווענען גופא.. מיין לערנען (יא, איך ווייס שוין אז מ'דארף) איז אנדערש.. מיין משא ומתן איז אנדערש.. אפילו מיין בני בית און מיינע קינדערלעך שפירן אז זיי האבן באקומען אן אנדערע טאטע.. א טאטע מיט חיות און געשמאק צו יעדע דבר מצוה.. וכו' וכו'

אסאך טעג זענען אריבער און אסאך מניעות האב איך שוין געהאט מבפנים ומבחוץ אבער ב"ה איך האב מיר געקענט דערהאלטן און איך וועל מיר דעהאלטן.. איך האב שוין ב"ה אויך גערעדט צו אסאך אינגעלייט דא אין סקווירא איבער דעם און אין זיי אריין געווארפן פינטעלעך פון אמת.. א קליינע חבורה'לע איז אויך געגרינדעט געווארן ווי יעדע וואך רעדט א צווייטער און איז מסביר א שטיקל אין ליקוטי מוהר"ן..

יא מיר שפירן טאקע אז מיר לערנען אוואו אין שפאניע און מיר האבן אויך מיט אונז דריידלעך אויב עס קומט פערצופאל אריין א פייערדיגע פארברענטע חסיד וואס קען משפיע זיין און פארברענען אנדערע.. אבער מיר זענען גליקלעך.. מיר ווייסן ווי אזוי מיר האבן געשפירט פארדעם און ווי אזוי מיר שפירן איצטער.. כו'..
אה, דעם רבין'ס זאך קומט אריין אין סקווירא די ווייטסטע פלאץ וואס איינער וואלט נאר אמאל געקענט טראכטן אז ס'וועט זיין יעדן וואך א שיעור אין ליקו"מ.. אט דאס איז דעם רבין'ס זאך.. ואפילו בהסתרה..

אמת, מיר וועלן דאס יאר נאכנישט האבן די זכיה צו זיין אין אומן אויף ר"ה (הגם מיר האבן נישט אויפגעגעבן, די רבי זאגט דאך אין שום יאוש, און מיר זענען יעדן טאג מתפלל אויף דעם) אבער מיר האפן כאטש און בענקן צו דעם אזויווי די רבי זאגט כמה פעמים אז מ'זאל טון דאס מערסטע וואס מ'קען..

און איך האב מיר גענומען די מיה צו שרייבן די שורות פאר צוויי סיבות,
ערשטנס פאר מיינע טייערע ברסלבע חברים איבער דער גארער וועלט: א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל.. זייט וויסן וואס איר האט מיט אייער (אונזער) רבי'ן און מיט די הייליגע דרך.

טאנצט פון פרייד יעדער טאג וואס איר זענט א תלמיד פון רבין, בך רבינו נגילה ונשמחה.. געדענקט אז איר האט א עפעס וואס קיינער האט נישט.. איר האט א רבי וואס גייט פאר אייך.. א רבי וואס ווען מ'דערמאנט זיך אין אים כאפט אן א הרהור תשובה!! מיינע ברידערלעך פארט האפ..

און צווייטענס צו מיינע ברודער אין סקווירא: איר ווייסט דאך יא אז איך בלאף נישט, און איך האב נישט געזאגט קיין איין ווארט ליגנט ווען איך האב גערעדט פון סקווירא.. מיינע טייערע ברודער אחים לצרה ס'איז צייט זיך אויפציוועקן און אנהייבן טון צו די זאך.. קוקט ווי אייערע טעג לויפן אריבער פוסט און עס לויפט א מינוט נאך א מינוט ליידיג פון יעדע פינטעלע אמת..

זייט וויסן אז ס'איז דא א צדיק וואס האט צוגעזאגט -און מאנכע ווייסן צו זאגן אז ער האט גאר געשוואוירן- אז ווער ס'וועט קומען צו זיין ציון און זאגן תיקון הכללי וועט ער זיך לייגן און די לענג און אין די ברייט אים ארויסצוציען פון שאול תחתית.. א צדיק וואס האט געזאגט איידער ער איז אוועק פון דער וועלט 'וואס האט איר זיך צו זארגן, נאכדעם וואס איך גיי פאר אייך'.. מיינע ברודער, איר ווייסט דאך יא וויפיל איר דארפט א תיקון און וויפיל איר דארפט א צדיק זאל שטיין פאר אייך און גיין פאר אייך און אייך העלפן..

די טינט וועט מיר אויס גיין איידער איך וועל ענדיגן שרייבן צו אייך אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, אבער איך וועל זיך מוזן דא אפשטעלן און אי"ה איך וועל צוריקומען ביי אן אנדערע געלעגנהייט און שרייבן די פונקטליכע וויכוח וואס איך האב געהאט מיט יענע חברה..

זייטס מיר געזונט מיינע ברידער אין אומן און אין סקווירא..
בלאט: 1 2