ראסיזם צווישן היימישע אידן
105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3091
לעיקוואדיאיר
'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?
א. דאס איז א הלכה ולא למעשה. איך גלייב נישט אז עס איז אמאל פארגעקומען אין היסטאריע אז מזאל עס טאקע טוהן. און עס איז קיינמאלנישט געווען אז מהאט געלערנט אין בית מדרש הלכות גויים מיט אן ערנסטקייט אויף למעשה.
ב. אין א וועלט ווי מפארשטייט בכלל אז גניבה איז מחוייב מיתה, און ר' אלעזר בר' שמעון מסר'ט אידישע גנבים צו די גויים זאלן זיי הרגנען, איז שוין די מעשה אנדערש.
די הגיון פון דער הלכה איז פונקט ווי יידל האט געברענגט, אז בעצם איז מען חייב מיתה פאר יעדער גניבה, עס איז נאר דא א טעכנישע דעטעיל אז עס איז דא א חילוק פון שו"פ ביז פחות משו"פ, איז די טעכנישע פרט זאגט מען עס איז נאר ביי יידען וואס אויף זיי זענען חל חוקי התורה. קענסט דיך דינגען אויף די הגיון פון הרגנען גנבים, און אויף די הגיון פון דין שו"פ, עס איז אבער קלאר נישט געבויט אויף א מהותדיגער חילוק פון א יוד ביז א גוי.
אזא מעשה האט שוין פאסירט: ובן נח שעבר על אחת משבע מצות אלו יהרג בסייף,
ומפני זה נתחייבו כל בעלי שכם הריגה, שהרי שכם גזל והם ראו וידעו ולא דנוהו, ובן נח נהרג בעד אחד ובדיין אחד בלא התראה ועל פי קרובין. (רמב"ם מלכים פ"ט).
איז דאס יושר'דיג און שכל'דיג אדער ראסיזם?
אויסער דעם, ס'איז בכלל נישט קיין נפק"מ צו מ'איז עס מקיים למעשה, דאס וואלט געווען פיל ערגער. די פוינט איז אז הלכה מאכט ראסיסטישע חילוקים אפילו אויב ס'איז נאר טעארעטיש, און דאס איז פונקט גענוג. און וואס איז מיט עם הדומה לחמור, איז דאס נישט א גלאטע ראסיסיטישע סטעיטמענט?
יאיריידליא.
'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?
אליעזר טרייטל האט געשריבן אויף דעם אין עצכ"ח:
לולי דמסתפינא הייתי אומר שיש לפרש 'הלכה' זו שבן נח נהרג על פחות משווה פרוטה כדרך שיש לפרש את המאמר 'עם הארץ מותר לנוחרו ביום כיפור שחל להיות בשבת' - גוזמא בעלמא!
האבן מיר א מחלוקת צווישן רמב"ם און אליעזר טרייטל 🙂.
אויף די מעשה אין שכם פעלט נישט קיין מפרשים וואס האבען טענות אויף דעם און זענען נישט מוותר שמעון ולוי אויף די רציחות. די ערשטער מבקר פון דער מעשה איז איינער יעקב אבינו אין עפעס א ספר חומש בראשית פרשת ויחי..
כאמור אין יענע צייט האט מען געהרגט מענטשען סתם על ימין ועל שמאל, דאס האט נישט צוטוהן מיט די פראבלעם פון ראסיזם נאר סתם פון אכזריות וואס דער תנ"ך איז פול דערפון.
מאמרי חז"ל קען מען טרעפן וויפיל מוויל סיי לצד זה און סיי לצד זה עס איז שווער צו ברענגען פון זיי עפעס א קלארע ראיה. אויף יעדער אזא מאמר איז דא אויך א פארקערטער מאמר.
ספעציפיש דער עם הדומה לחמור האט ער דאך געזאגט אויף דעם ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין רוה"ק צו וואס צו זעהן דער גילוי שכינה בענן קשור על ההר, שוין, זענען מיר שוין פיל ערגער פון דער דומה לחמור..
וואס פארשטייט ר' יעקב צו א שטיקל רמב"ם? 😃
דו זאגסט אז ס'איז דא מאמרי חז"ל לכאן ולכאן. אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט זען עפעס א קנאקעדיגע מאמר חז"ל וואס זאגט אז אלע מענטשן זענען גלייך, א גוי איז גארנישט ווייניגער ווי א איד, און בעסער אז ס'איז נישט קיין פארשטיפטע תנא דבי אליהו, נאר אזא וויכטיגע דרש פון גמרא פון וואס מען לערנט ארויס אזעלכע יסודות'דיגע לימודים ווי גוי אין לו חייס אדער בן נח נהרג על ז' מצוות. אפשר קענסטו מיר טרעפן נאך בעסערס, אז עס זענען דא געוויסע מעלות ביי גויים וואס מיר אידן האבן נישט. דאס וואלט געווען געשמאק.
יעדער רעליגיע גלויבט אז זייערע גלויביגע זענען הייליגער און העכער ווי די נישט גלויביגע דאס איז די נאטור פון רעליגיע, פארדעם זענען פילע מלחמות, ימים בלוט פארגאסן געווארן און נאמען פון רעליגיע,
דאס מיינט נישט ראסיסטיש ווייל יעדע רעליגיע, עכ"פ אונזער זיכער, לאזט אריין יעדע ראסע תחת כנפי השכינה (חוץ עמון ומואב, וואס נאכאמאל עס עקזיזטירט עס נישט)
אבער ווען פרומע אידן מאכן חוזק און דערנידערן שחורים מער ווי אנדערע ראסעס, דאס איז שוין ראסיסטיש און נישט אידישליך,
יאירוואס פארשטייט ר' יעקב צו א שטיקל רמב"ם? 😃
דו זאגסט אז ס'איז דא מאמרי חז"ל לכאן ולכאן. אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט זען עפעס א קנאקעדיגע מאמר חז"ל וואס זאגט אז אלע מענטשן זענען גלייך, א גוי איז גארנישט ווייניגער ווי א איד, און בעסער אז ס'איז נישט קיין פארשטיפטע תנא דבי אליהו, נאר אזא וויכטיגע דרש פון גמרא פון וואס מען לערנט ארויס אזעלכע יסודות'דיגע לימודים ווי גוי אין לו חייס אדער בן נח נהרג על ז' מצוות. אפשר קענסטו מיר טרעפן נאך בעסערס, אז עס זענען דא געוויסע מעלות ביי גויים וואס מיר אידן האבן נישט. דאס וואלט געווען געשמאק.
קודם תנא דבי אליהו איז גארנישט אזוי פארשטופט, עס איז נאך אזא מקור ווי אסאך אנדערע מקורות..
מאמרי חז"ל קעגן יודען איז דא אסאך.. למשל ישראל עזים שבאומות, למה ניתנה תורה לישראל מפני שהם עזים, וע"ש בפירש"י.
כמו"כ פעלט נישט קיין מארז"ל וואס זענען אפען משבח מעלות וואס זענען דא בי גוים און נישט ביי יודען.
ידוע דער וויכוח פון רשב"י ור' יהודה בר עילאי לגבי מה נאים מעשיהם של אומה זו.
ר"ג אומר בג' דברים אוהב אני את הפרסיים.
דאס איז אלץ מעלות וואס איז נישטא ביי יודען.
אז אלע מענטשען זענען גלייך איז דא א מאמר זה ספר תולדות אדם זה כלל גדול מזה
וואס איז אזוי שלעכט אן אפענער משנה, חביב אדם שנברא בצלם, חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם. סך הכל לייגט די משנה צו חביבין ישראל שנקראים בנים למקום, אבער בצלם זענען אלע גלייך.
כל זה מה שנזכרתי כרגע, א קלארע מחקר אויף דעם וועט אוודאי ברענגען פיל מער.
תמצית הדברים לפי הבנתי, אז די תורה דיסקרימינירט, אבער נישט געבויעט אויף ראסיזם, דאס הייסט אויף א טעאריע אז איין ראסע איז מער ווי דער צווייטער. הרב יואב והרב יאיר איר קענט אראפנעמען די לייקס אויף מיינע ווערטער משום שצדק בזה החכם מלעיקוואוד, ונסתרה כל הקו' מדיני תורה לגוים ולנשים.
ומכאן הקריאה יוצאת: ווען הרב לעיקוואוד זאגט עפעס, אל תבהל להשיב!
אה, מיר זענען נישט אינגאנצן באנקראט, כאטש נישט ממש אזעלכע קנאקעדיגע אויף וואס איך האב געהאפט. ניחמתנו, לעיקוואוד, ניחמתנו.
גאלדדי ראסיסטן קעגן שחורים צווישן היימישע אידן, זענען געווענליך די וואס האבן ווייניגער שכל ווי דער עוורעדש שחור
שטודיעס ווייזן אז ראסיסטן האבען בדרך כלל א נידעריגערע IQ.
געפילטע פיש שטודיעס ווייזן אז ראסיסטן האבען בדרך כלל א נידעריגערע IQ.
במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
ברסלבער
במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
יש בזה אמת, אבער נאכטאנצען דער סביבה אן טראכטען איז אויך נישט קיין סימן פון גרויס חכמה.
כמעט יעדער טאנצט נאך די סביבה אויף א געוויסע פארנעם, אפילו די קלוגסטע מענטשן, איינער מער און איינער ווייניגער.
ברסלבער
במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
דהיינו א תינוק שנשבה איז מען דן אנדערש נישט נאר כלפי שמיא נאר אויך אין די וועלט פון IQ
לעיקוואדראסיזם איז נאר די אמונה אז אידען זענען עפעס בעצם אנדערש מער בעסער ווי אנדערע, נישט אלץ זייער אמונה אדער רעליגיע וואס איז מער ריכטיג, נאר בעצם אז די אידישע ראסע איז עפעס בעסער און אנדערש פון דער גוי. אויף דעם האב איך געזאגט אז סך הכל אפאר מפרשים פארשטייען אזוי, ובראשם דער כוזרי והנמשכים אחריו, אבער אין דער תורה אליינס טרעפט מען דאס נישט, און איך בין נישט מחוייב צו גלייבען אין דעם. דאס איז טאקע ראסיזם און עס איז נישטא קיין נארמאלער סיבה עס צו גלייבען.
גאלד האט שוין מעורר געווען, און געפילטע האט שוין אזוי געשריבן
במ"א:
געפילטע פישדי עולם מישט דא צאם רעליגיע מיט ראסע. ראסע איז א זאך וואס מ'קען נישט טוישן, א שווארצער בלייבט א שווארצער, און צו אריינצוגיין אינעם אריאנע ראסע קען מען זיך נישט מגייר זיין, משא"כ די אידישע רעליגיע וואס נעמט אן גרים, אפגעזען פון דיין אפשטאם, ראסע, קענסטו ווערן א איד. און דאס קען נישט זיין ראסיסטיש.
אבער א ראסיסט קענסטו נאך אלץ זיין, אזוי ווי א גרויס חלק פון אונזער קאמיוניטי וואקסט אויף ראסיסטיש, אבער מיט אידישקייט האט עס נישט צו טוהן.
הגם דער כוזרי קלאפט יא אביסל די גרים, איז עס אבער א חידוש גדול וואס ווערט לכאורה נישט דערמאנט אין ערגעץ.
עס איז א לאנגע מאמר די הפעמון מאמר וואס איז זיין מסקנה האט עס אמיצער אדוירכגעלייענט?
לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
אבער אזוי ווי אונז זענען דעם עם הנבחר, קינדער פונעם אייבישטער, איז אפשר מעגן אונז אויך..
לא יודע מה טעפל כותב אולי צריך טעפל לעיין בחתימה שלי
כ'האב געוואלט זאגען א ווערטעל, אבער אפשר איז עס נישט אויפן פלאץ
איר פארגעסט אז אפילו פון די ז' אומות און עמלק, (לויט דעם רמב"ם) דארף מען דורש זיין בשלום איידער מען גייט מלחמה האלטן.
אויך, אויב איינער פון זיי איז זיך מגייר באקומט ער א דין פון א רעגורלער ישראל (ווייטער, לויט כמה פוסקים). און זיין ראסע מאכט נישט אויס.
moti107לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?
איך האב א שאלה.
זענען היימישע אידן ראסיסטיש קעגן גאנצע חסידות'ן?
למשל: ברסלב זענען משוגעים. פאפא זענען נערנים. סקווירא זענען מצומצם. באבוב זענען קארג.
מענטשן וועלן גלייך אפווארפן א שידוך, אדער נישט אן נעמען אן ארבייטער פון א געוויסע חסידות, איז דאס ראסיזם?
גנדי
למשל: ברסלב זענען משוגעים. פאפא זענען נערנים. סקווירא זענען מצומצם. באבוב זענען קארג.
האסט גע'עפנט פיר צימעס אשכולים אין איין שאס.
אז איינער זאגט אפ א שידוך ווייל דער מדובר איז א משוגענער, נער, מצומצם, קארג, איז דאס נישט ראסיזם.
אויב איינער זאגט אפ א ברסלבר, ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן קיין אומן יאריערליך, און ער וויל נישט זיין איידעם זאל זיין געלעבעלט דורך אנדערע, איז דאס אויך נישט ראסיזם.
אויב איינער זאגט אפ א סקווירא בחור ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן יעדע נאכט צו שיכון סקווירא פאר א חתן מאהל, ארומע סעודה, שבע ברכות, בר מצוה, וכו', איז דאס אויך נישט ראסיזם.
ברסלב׳ס היינטיגע גאנג קען נאר גיין אינאיינעם מיט שוואכע מוחות,
סקווירע מהלך איז זייער זייער שווער נאכצוגיין,
סאטמער מהלך איז גרינג אבער מען מוז זיין א שותומ"צ,
וואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, די שאלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפא'נער צו דאס איז ראסיזעם..
בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?
בדחן
סאטמער מהלך איז גריניג אבער מען מוז זיין א שותומ״צ,
ווי א בדחן, דו פארסט פון איין זאך צום צווייטען, שלא במקומו.
גרינג און שותומ"צ גייען נישט אין איינעם, אויסער ווען מ'איז מצרף סאטמער ("איך יא, דו נישט") דאן איז עס טאקע גרינג.
דאס האסטו געמיינט?
ח"ו איך האלט נישט אז די סטעריאטייפ איז אמת, איך האב געזאגט "למשל".
אז איינער זאגט אפ א שידוך ווייל דער מדובר איז א משוגענער, נער, מצומצם, קארג, איז דאס נישט ראסיזם. - דאס בין איך מודה.
אויב ער זאגט אבער פארן שדכן: "איך וויל נישט הערן קיין שום שידוך פון חסידות X ווייל זיי זענען... " - איז דאס ראסיזם?
אויב ער וויל נישט זיין איידעם זאל זיין געלעבעלט דורך אנדערע - מיינט דאס ער רעכנט זיך מיט די מיינונג פון ראסיסטן?
טעפלדי שאלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..
אויב איז דער בחור באמת א נער, דאן איז דאס נישט ראסיזעם, אויב האט ער נישט קיין אנדערע סיבה אפצוזאגן דעם שידוך, דאן איז דאס ריינע ראסיזעם.
אבער, דער פאפא בחור וויל דאך אויך נישט חתונה האבן מיט א סאטמער מיידל צוליב ראסיזעם.
די שאלה איז נאר ווער ס'האט אנגעהויבן.
די תשובה איז גראדע נישט קיין סוד.
whatever
איי דיסאגריע. א פאפא'נער האט אנדערע השקפות פון סאטמאר, מ'קען נישט יעדן צאמפארן. ס'נישט ווי סקווירא איז זיך משדך מיט קלויזענבארג
געפילטע פישבדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?
פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?
טעפלוואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, דיש אלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..
אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.
קאווע טרינקערטעפלדי שאלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..
אויב איז דער בחור באמת א נער, דאן איז דאס נישט ראסיזעם, אויב האט ער נישט קיין אנדערע סיבה אפצוזאגן דעם שידוך, דאן איז דאס ריינע ראסיזעם.
אבער, דער פאפא בחור וויל נישט חתונה האבן מיט א סאטמער מיידל אויך צוליב ראסיזעם.
די שאלה איז נאר ווער ס'האט אנגעהויבן.
די תשובה איז גראדע נישט קיין סוד.
whatever
אויב א פאפא בחור וויל נישט חתונה האבן מיט א סאטמער מיידל, ווייל ער האלט
סאטמארע מיידלעך זענען קלוגער פון פאפא, איז דאס ראסיזם?
ראסיזם איז לכאורה נאר ווען מ'קוקט אראפ א געמיינדע, נישט ווען מ'קוקט ארויף?
גנדי, כ'בין נישט געווען קלאר, שוין פאראכטן.
ניין עס האט נישט מיט קיין ראסיזם, יעדער האט זיך זיין סטייל, זיין קאפ אוו טי וואס ער שפירט זיך באקוועם, ס'אלס בעסער צו צאמשטעלן צוויי מענטשן מיט די זעלבע בעקגראונד, אסאך מאל קען א נארישע מנהג נערווירן א מענטש, מ'קען זיך נישט צוגעוויינען, וואס קען אסאך מאל ברענגען צו גרעסערע פראבלעמען, איך ווייס ס'סאונד סילי, אבער דאס איז א אמת וואס פסיכיאטורן וועלן דאס באשטעטיגן,
אוואדי איז עס נישט קיין כלל, אבער דער ריזיקע עקזיסטירט
וואס מ'רעדט דא איז נישט ראסיזם דאס איז "סטיריאטייפינג", (stereotype) דאס מיינט מ'שטעלט זיך פאר אזא מענטש האט א געוויסער נאטור בלויז ווייל ער געהער צו א געוויסע גרופע,
בדחןטעפלוואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, דיש אלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..
אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.
אויב א ווייסע ארבייטס געבער זאגט פאר אן אפריקען-אמעריקאן, "איך נעם דיר נישט אויף פאר אן ארבעטר, ווייל ווייסע און שווארצע האבן אן אנדערן מהלך און די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם." - איז דאס ראסיזם?
אויב זאגט דאס א גוי פאר א איד - איז דאס ראסיזם?
גאלדוואס מ'רעדט דא איז נישט ראסיזם דאס איז "סטיריאטייפינג", (stereotype) דאס מיינט מ'שטעלט זיך פאר אזא מענטש האט א געוויסער נאטור בלויז ווייל ער געהער צו א געוויסע גרופע,
וואס איז די חילוק צווישן "סטיריאטייפינג" און "ראסיזם"?
קאווע טרינקערגנדי
למשל: ברסלב זענען משוגעים. פאפא זענען נערנים. סקווירא זענען מצומצם. באבוב זענען קארג.
האסט גע'עפנט פיר צימעס אשכולים אין איין שאס.
אז איינער זאגט אפ א שידוך ווייל דער מדובר איז א משוגענער, נער, מצומצם, קארג, איז דאס נישט ראסיזם.
אויב איינער זאגט אפ א ברסלבר, ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן קיין אומן יאריערליך, און ער וויל נישט זיין איידעם זאל זיין געלעבעלט דורך אנדערע, איז דאס אויך נישט ראסיזם.
אויב איינער זאגט אפ א סקווירא בחור ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן יעדע נאכט צו שיכון סקווירא פאר א חתן מאהל, ארומע סעודה, שבע ברכות, בר מצוה, וכו', איז דאס אויך נישט ראסיזם.
די וועלכע האבן דיסקרמינירט אקעגן יודן אדער להבדיל, שחורים האבן אויך אנגעגעבן "לאגישע" סיבות און טעמים פארוואס זיי געבן נישט אן ארבעט'ס געלעגנהייט אדער האוזינג פאר מעמבערס פון די גרופעס.
גנדיבדחןטעפלוואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, דיש אלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..
אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.
אויב א ווייסע ארבייטס געבער זאגט פאר אן אפריקען-אמעריקאן, "איך נעם דיר נישט אויף פאר אן ארבעטר, ווייל ווייסע און שווארצע האבן אן אנדערן מהלך און די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם." - איז דאס ראסיזם??
100%גערעכט
גערעכט - אז דאס איז ראסיזם?
אדער גערעכט - אז דער ארבייטס געבער איז בארעכטיגט אזוי צו זאגן?
בדחןגעפילטע פישבדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?
פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?
ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.
יאירmoti107לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
אה״נ דער אימוויסענדער פויער וואס איז איינגערעדט געווארן פון זיין שמייליגער אז דאס וויל גאט איז בעצם גערעכט פון זיין פרעספעקטיוו.
אסאמא בין לאדין קען אויך מיט אן אמת האלטן אז ער טוט גאטס ארבייט און זיך שפורן גערעכט,אבער ווער פרעגט אים?
מייזן אין ראטן מאכן כסדר מיטינגען וויאזוי קער צו נעמען פון די אכזריותדיגע exterminator's
געפילטע פישבדחןגעפילטע פישבדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?
פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?
ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.
ווי וואס ווען...??
לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א עווריטיש אינגערמאן זייער ווייט פון א פרומער, אבער איך בין זייער צופרידען פון די סאטמער ראדני מהלך החיים אפילו אז איך בין נאר בערך זעכציג אדער זיבציג אייניג מיט זיי, ווייל איך האלט אז כדי איך זאל האבן ערליכע דורות מוז זיין א סיסטעם, און איך ווייס און פארשטיי אז די סיסטעם האט לעכער אבער איך ווייס אז יעדע סיסטעם האט לעכער ווייל נאר אויף יענע וועלט איז אלעס גוט, און ווי לאנג מען קען לעבן דערמיט איז ווערט צו לעבן דערמיט און עס אויסניצען און זיכען צו ענדשויען דאס לעבן, איך קוק נאר אויף די זאכען מיט וואס איך בין צופרידען אוך זיך אויסצימיידען דאס וואס עס שטייט מיר און וועג, איך זיך נישט צו געפעלן פאר אנדערע נאר פארן באשעפער/ווייב און קינדער,
השי״ת האט געגעבן א מתנה פון לעבן, מען דארף אויס ניצען די מתנה און עס ניצען פרייליכערהייט, נישט זיין כסדר ביזי מיט וואס עס גייט
נישט גוט, ענדערש זיי ביזי מיט וואס עס איז יא גוט, און זיי נישט אבסעסט מיט וואס אנדערע טיען שלעכט, אדער מיט וואס אנדערע טראכטען.
עס איז מיין פאזעטיווע בליק וואס מאכט מיר אנדערש ווי טייל ניקים דא, אבער באמת האלט איך אז עס ליגט ביי יעדעם און די האנט צו זיין צופרידען און האבן א פרייליך לעבן, און פאר איינעם וואס קען זיך בשו״א נישט ציגעוויינען צו וומסב״ג זאל ווי פריער מופען קיין טינעק ניו דשערזי און אזוי לעבן א ערליך געשמאק לעבן.
גנדיבדחןגנדיבדחןאויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.
אויב א ווייסע ארבייטס געבער זאגט פאר אן אפריקען-אמעריקאן, "איך נעם דיר נישט אויף פאר אן ארבעטר, ווייל ווייסע און שווארצע האבן אן אנדערן מהלך און די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם." - איז דאס ראסיזם??
100%גערעכט
גערעכט - אז דאס
איז ראסיזם?
אדער גערעכט - אז דער ארבייטס געבער איז
בארעכטיגט אזוי צוזאגן?
ביזט גערעכט אז דו האסט א רעכט צו זאגען דיין מיינוג אפילו מען פארשטייט עס נישט,
דא איז געווען א שמיעס איבער שידוכים, און עטליכע האבן געשריבען אז עס איז דא קהילות וואס איז זייער שווער אז זיי זאלן גיין צוזאמען,
ביסטע געקימען מיט א קשיא, אמער.. אויב מען וועט אפזאגען א אפריקאנער ארבייטער וועט עס דאך הייסן ראסיזם..?! דערפאר האב איך דיר גענפערט אז ביסט גערעכט צו האבן דיין מיינוג.
יאירmoti107לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?
היינט איז ראסיזם שטארק אקטיוו ביי באבוב 48 זיי קוקען אן איינער וואס איז נישט פין זייער חדר (אנטשולדיגט פאר די טאטע שפראך) גאליצע וכדומה פונקט ווי ביי אוז א שחור