☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נערישע / קלוגע קהילות

נערישע / קלוגע קהילות

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2264

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:55 pm

· #57688
נערישע / קלוגע קהילות
איך עפן דעם אשכול אין צימעס, על אף כ'וויל ארויפברענגן גאנץ א נארמאלע דיבאטע, אבער היות ס'איז עלול אז געוויסע מגיבים (זר, כ'מיין נישט דיר) וועלן פארפארן פונעם עצם שמועס אריין אין צימעס-שמועסעריי, ע"כ תחילת מעשה בסוף מחשבה, וכו'.

זייענדיג אויפגעצויגן דאהי, דאהי מיינט אין 11211, בין איך שוין מורגל צו די ווערטלעך JOKES וכדומה געצילט אויף געוויסע קהילות. - כאילו: אלע מענטשען, אדער לכה"פ רוב, פון יענע קהילה זענען "נעריש".
איך קווענקעל צו די עצם זאך פון LABEL'ען א קהילה, האט עפעס אן אמת אין זיך.
אוודאי איז שייך צו CATEGORIZE'ען א קהילה וואס מקור מוצאם פון א געוויסע מדינה, אדער געגענט. אבער בנוגע אחינו בשרינו, וואס איין ברידער איז פארצופאל אריינגעפאלן 50 יאר צוריק אין קהילה א', און די ברידער אין קהילה ב', - וואו איז שייך צו טיילען די צוויי?

בקיצור: איז שייך אז אין איין שטאט זאלן אלע קלוגע מענטשען דאווענען אין ביהמ"ד א', און אלע נערים און ביהמ"ד ב'.?

פריינדליך » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 4:13 pm

· #57723
יא, אלע מענטשן וואס האבן געליינט די "דער איד" און א צו פאר די לעצטע 10 יאר האבן אויסגעפארעמט א אנדערע מהלך המחשבה ווי די אידן וואס האבן געליינט די "דער בלאט" פאר די לעצטע 10 יאר, און די זעלבע איז פארקערט אויך, דערפאר איז שייך צו זאגען אז געוויסע מענטשן האבען אנדערע מיינוגען באופן כללי ווי אנדערע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 5:50 pm

· #57748
פריינדליך, איך מיין האסט נישט פארשטאנען קלאר.
איך האב שוין לאנג געטראכט דאס, איז דען מעגליך אפצוסטעמפלען אלע מיטגלידער פון א קהלה פאר די זעלבע סארט מענטשן?
איין קהלה "זענען באמעס מיט געשעיווטע בערד", די צווייטע זענען "חלה דעקלעך", די אנדערע זענען "א באנדע משוגעים", "נועם המדות", "מצומצם", "רודפים", "נרדפים", א.א.וו.

ס'איז זיכער נישט אמת.
יעדע קהלה - אן קיין אויסנאם - פארמאגט:
תלמידי חכמים און לעומת זה עמי הארצים;
ערליכע יראי ה' און לעומת זה קלי-דעת און אויסווארפן;
קלוגע באזעסענע מענטשן און לעומת זה משוגעים און בהמות;
רודפים טשעפנאקעס און לעומת זה שטילע אידן וועלכע טשעפען נישט קיין פליג,
און אזוי נאך און נאך.

ס'סתם נאריש אנצורופן א קהלה מיט א לעיבל.
ס'פונקט ווי די להבדיל גויים, אויב א איד טוט עפעס אן עוולה, באשולדיגט מען גאנץ כלל ישראל, "אט דאס זענען אידן".
איז דאס יושר? האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:18 pm

· #57794
קיינער וועט נישט לייקענען אז גאנץ יארמע קהילה און אויך דער פעסטע קהילה זענען א באנדע לצים

פריינדליך » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:31 pm

· #57800
שמעקעדיג
פריינדליך, איך מיין האסט נישט פארשטאנען קלאר.
איך האב שוין לאנג געטראכט דאס, איז דען מעגליך אפצוסטעמפלען אלע מיטגלידער פון א קהלה פאר די זעלבע סארט מענטשן?
איין קהלה "זענען באמעס מיט געשעיוודע בערד", די צווייטע זענען "חלה דעקלעך", די אנדערע זענען "א באנדע משוגעים", "נועם המדות", "מצומצם", "רודפים", "נרדפים", א.א.וו.

ס'איז זיכער נישט אמת.יעדע קהלה - אן קיין אויסנאם - פארמאגט: תלמידי חכמים און לעומת זה עמי הארצים; ערליכע יראי ה' און לעומת זה קלי-דעת און אויסווארפן; קלוגע באזעסענע מענטשן און לעומת זה משוגעים און בהמות; רודפים טשעפנאקעס און לעומת זה שטילע אידן וועלכע טשעפען נישט קיין פליג,
און אזוי נאך און נאך.ס'סתם נאריש אנצופרופן א קהלה מיט א לעיבל. ס'פונקט ווי די להבדיל גויים, אויב א איד טוט עפעס אן עוולה, באשולדיגט מען גאנץ כלל ישראל, "אט דאס זענען אידן". איז דאס יושר? האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף?


איך האב יא זייער קלאר פארשטאנענן די שאלה, נאר וויבאלד איך בין נישט קיין סאטמערער בכלל, אפגערדעט פון זיין א צד און די מחלוקות דארט,
דערפאר האב איך געשריבען מיין תשובה זייער איידל און אויבערפלעכליך, אבער עס איז זייער קלאר אז די טשולענט פון יעדע חסידות - די עיקר הייסע חסידים - האבן א אנדערע אנדערע מהלך המחשבה ווי דער אנדערער.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:55 am

· #58196
קאווע טרינקער
איך עפן דעם אשכול אין צימעס, על אף כ'וויל ארויפברענגן גאנץ א נארמאלע דיבאטע, אבער היות ס'איז עלול אז געוויסע מגיבים (זר, כ'מיין נישט דיר) וועלן פארפארן פונעם עצם שמועס אריין אין צימעס-שמועסעריי, ע"כ תחילת מעשה בסוף מחשבה, וכו'.

זייענדיג אויפגעצויגן דאהי, דאהי מיינט אין 11211, בין איך שוין מורגל צו די ווערטלעך JOKES וכדומה געצילט אויף געוויסע קהילות. - כאילו: אלע מענטשען, אדער לכה"פ רוב, פון יענע קהילה זענען "נעריש".
איך קווענקעל צו די עצם זאך פון LABEL'ען א קהילה, האט עפעס אן אמת אין זיך.
אוודאי איז שייך צו CATEGORIZE'ען א קהילה וואס מקור מוצאם פון א געוויסע מדינה, אדער געגענט. אבער בנוגע אחינו בשרינו, וואס איין ברידער איז פארצופאל אריינגעפאלן 50 יאר צוריק אין קהילה א', און די ברידער אין קהילה ב', - וואו איז שייך צו טיילען די צוויי?

בקיצור: איז שייך אז אין איין שטאט זאלן אלע קלוגע מענטשען דאווענען אין ביהמ"ד א', און אלע נערים און ביהמ"ד ב'.?

אויף דעם איז אפשר שייך דער מאמר פון די משנה אין פרקי אבות. "הווה זנב לאריות ואל תהי ראש לשועלים", ס'איז בעסער צו זיין א נאר צווישן חכמים ווי א חכם צווישן נאראנים.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:37 am

· #58211
זר זהב
קיינער וועט נישט לייקענען אז גאנץ יארמע קהילה און אויך דער פעסטע קהילה זענען א באנדע לצים

די "מתפללים", א.קעי. אבער נישט די רעבעס.

טעפל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:48 am

· #60228
berlbalaguleh
זר זהב
קיינער וועט נישט לייקענען אז גאנץ יארמע קהילה און אויך דער פעסטע קהילה זענען א באנדע לצים

די "מתפללים", א.קעי. אבער נישט די רעבעס.

אויך גערעכט..
ס'איז דא אמאל א קהילה וואו ס'דאווענען א באנדע בעיביס לדוגמא, און ס'קומט אריין דארט איינער א שכן וכדומה דאווענען און זעהט די מצב... ציעט ער זיך אוועק פון דעם שול... בלייבט עס א באנדע בעיביס... די זעלבע איז דא מיט לצים..... (איך וויל נישט פורש בשמם זיין)