☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ראסיזם צווישן היימישע אידן

ראסיזם צווישן היימישע אידן

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3091
בלאט: 1 2 3

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:15 pm

· #93791
בדחן
געפילטע פיש
בדחן
געפילטע פיש
בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?

פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?

ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.


ווי וואס ווען...??

לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א עווריטיש אינגערמאן זייער ווייט פון א פרומער, אבער איך בין זייער צופרידען פון די סאטמער ראדני מהלך החיים אפילו אז איך בין נאר בערך זעכציג אדער זיבציג אייניג מיט זיי, ווייל איך האלט אז כדי איך זאל האבן ערליכע דורות מוז זיין א סיסטעם, און איך ווייס און פארשטיי אז די סיסטעם האט לעכער אבער איך ווייס אז יעדע סיסטעם האט לעכער ווייל נאר אויף יענע וועלט איז אלעס גוט, און ווי לאנג מען קען לעבן דערמיט איז ווערט צו לעבן דערמיט און עס אויסניצען און זיכען צו ענדשויען דאס לעבן, איך קוק נאר אויף די זאכען מיט וואס איך בין צופרידען אוך זיך אויסצימיידען דאס וואס עס שטייט מיר און וועג, איך זיך נישט צו געפעלן פאר אנדערע נאר פארן באשעפער/ווייב און קינדער,

השי״ת האט געגעבן א מתנה פון לעבן, מען דארף אויס ניצען די מתנה און עס ניצען פרייליכערהייט, נישט זיין כסדר ביזי מיט וואס עס גייט נישט גוט, ענדערש זיי ביזי מיט וואס עס איז יא גוט, און זיי נישט אבסעסט מיט וואס אנדערע טיען שלעכט, אדער מיט וואס אנדערע טראכטען.

עס איז מיין פאזעטיווע בליק וואס מאכט מיר אנדערש ווי טייל ניקים דא, אבער באמת האלט איך אז עס ליגט ביי יעדעם און די האנט צו זיין צופרידען און האבן א פרייליך לעבן, און פאר איינעם וואס קען זיך בשו״א נישט ציגעוויינען צו וומסב״ג זאל ווי פריער מופען קיין טינעק ניו דשערזי און אזוי לעבן א ערליך געשמאק לעבן.


בדחן
ברסלב׳ס היינטיגע גאנג קען נאר גיין אינאיינעם מיט שוואכע מוחות,

סקווירע מהלך איז זייער זייער שווער נאכצוגיין,

סאטמער מהלך איז גריניג אבער מען מוז זיין א שותומ״צ,

מאטי » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:22 pm

· #93794
גאלד
יאיר
moti107
לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?

ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?

מיסטער גאלד דיר האט אויך גאט נישט געזאגט פרעזענליך אז טאמער א ישראל וויל צוגיין צו כהן אדער דוכנן אז זאלסט דיסקרימאניטירן בעיסט אויף זיין דזענעטיגס און נישט לאזן ,אבער די גלייבסט אז דאס וויל גאט און אזוי איז רעכט צו טוהן.

יאירלס קשיא איז געווען אויף א ספאנישער פויער וואס גלייבט מיט אן אמת אז דאס וויל גאט וואס קען מען האבן טענות אויף אים פארן גיסן בליט סנישט מעלה ומוריד צו גאט האט טאקע גזאגט...
עיין לעיל תשובתי ליאיר

יואב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:07 am

· #94180
הרב גנדי און הרב בדחן, כלפי ענקערע שאלות בענין חסידות - ראסיזם בנוגע שידוכים, האב איך אויבן געשריבן מיין מיינונג איך האב איבער שידוכים ביי ספרדישע. ס'קען זיין רעלעוואנט דא.

יואב
געווענליך איינער (נארמאלע נישט ראסיסטישע שכל'דיגע פערזאן) וואס צווייפעלט איבער חתונה האבן מיט א ספרדי, איז עס נישט צוליב איר דירעקטע אפשטאם פונעם מער מזרח'דיגן טייל פונעם ערד קוגל. פשוט, בכדי צו קענען לעבן מיט א צווייטן מוז מען זיך פארשטיין, (אזוי גאר?) און העפענס טא בי אז ביי די יעניגע איז מער שכיח געוויסע איינצלהייטן וועלעכע זענען קעגן זיין ווילן. דהיינו, ער וואלט דאס נישט סובל געווען ביי א הארטשטאמידיגע אשכנזי עז וועל. נאר ער האלט אז ביי ספרדים קען זיך ענדערש מאכן. און אנדערע ווערטער, ער האסט געוויסע נאטורן א.ד.ג, און אויב איז ער גאראנטירט אז דאס איז מסודר, קען מען שטעלן א חופה. והוא הדין לגבי שווארצע. אז ער גלייכט נישט קיין טיפשום, און פערצופאל איז דא א גרעסערע פראצענט טיפשים ביי שווארצע ווי ביי די ווייסע, און נניח ער טרעפט א קלוגען שחור איז ער באקוועם דערמיט, איז נישט "שווארץ" זיין פראבלעם. דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל עס זאל זיין ראסיזם, עס איז העכסט נארמאל א מענטש זאל זיך איבלען פון געפרוירענע מוחות אדער ספעציפישע התנהגות'ער. אויב אבער האסט ער אלע ספרדים צו שחורים - אפגעזעהן געפיראכצער, לעבנסשטייגער, קלוג, צו נאראנים, דאן איז ער העכס ווארשיינליך א ראסיסט.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 27, 2013 11:59 pm

· #100131
בעל הבית
היינט איז ראסיזם שטארק אקטיוו ביי באבוב 48 זיי קוקען אן איינער וואס איז נישט פין זייער חדר (אנטשולדיגט פאר די טאטע שפראך) גאליצע וכדומה פונקט ווי ביי אוז א שחור

דאס האט א פסיכאלאגישן הסבר. מ'רופט דאס אויף ענגליש (אמעריקאניש) ארומרינגלען די וועגענער. ד.מ. דער באטרעפנדער אדער די באטרעפנדע גרופע פילט זיך אויס געשטעלט צו פארניכטונג אדער פאלירונג פון כח. נעמען זיי זיך ארום די וועגענער און באשיצן זיך פון א יעדן דרויסנ'דיגן כח אדער איינפלוס.

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 6, 2019 4:44 pm

· #435880
מנחת תודה, מאמרים פון הגרח"ק
📎 20190906_163719-1.jpg
בלאט: 1 2 3