יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!
117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3075
יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!
די זאך איז ווארשיינליך פארטיג. ביבי נתניהו גרייט זיך אויפצושטעלן זיין דריטע רעגירונג אויף א קאאליציע מיט די בנט-לפיד פארבאנד, און לאזט די חרדים אינדערויסן.
די רעזולטאטן וואס אזא קאאליציע ברענגט מיט זיך מיט זענען א געוואלד. קודם כל קומט א פעסטע גיוס בני הישיבות פלאן, און א שטורעמישע מערכה מצד גאנץ כלל ישראל דערקעגן וואס היות זיי זענען נישט אין די קאאליציע האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך צו שלאגן ווי די קנאים דערקעגן; ביבי'ס שטארקייט אלס ראש הממשלה וועט זיין היבש וואקעלדיג היות די לפיד-בנט פארבאנד האבן א שיינעם צאל דעפוטאטן צו קענען מאכן אינערליכע געוואלדטאטן אינערהאלב די קאאליציע קעגן די 'ליכוד' פארטיי; די חרדים וועלן זיך נוקם זיין אין נפתלי בנט מיטן שטומען מיט די לינקע פארטייען אויף התנחליות אנגעלעגנהייטן, וואס איז דער יסוד קיום פון די 'בית היהודי' פארטיי; שטארקע שניטן אין סאציאלע רעגירונגס הילף פאר משפחות מיט אסאך קינדער, וואס עפעקטירט בעיקר די חרדים; עס וועלן קומען גרויסע גראבע שניטן אין די רעגירונגס פאנדן פאר ישיבות און כוללים, עס וועט זיך שוין באלד נישט לוינען צו נעמען געלט נאר ענדערש זיך אנשליסן אין 'קרן הצלה'..
ביבי נתניהו זעלבסט איז שטארק אומצעפרידן מיט דעם געשטעל פון זיין נייע קאאליציע, אבער איז אבער אפציע-לאז היות די בנט-לפיד פארבאנד האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן פאר גארנישט, און מיט די חרדים אליינס האט ער נישט געהאט קיין רעגירונג. ווייטער גיין אויף פרישע בחירות, ווי דער געזעץ לויטעט אויב קען מען נישט צוזאמשטעלן א קאאליציע ביז 60 טאג, איז ביבי אויך נישט גרייט, אלזא איז ער געבליבן מיט די קאאליציע פון בנט-לפיד-ליבני-ליכוד.
ביבי'ס נייע שותף, אביגדור (איווט) ליבערמאן האט היינט צופרי אין א ראדיו אונטערוויו געזאגט אז ער וויל נאך יא זען די חרדים אין רעגירונג. אבער יעצט אויפדערנאכט איז פארגעקומען א זיצונג צווישן די פארהאנדלער פון 'יש עתיד' און 'ליכוד' ווי יש עתיד האט דערקלערט אז זיי ווילן נישט זען די חרדים אין די נייע רעגירונג.
פארוואס איז בענעט מיט דעם עוכר לפיד?
דא שרייבט ער אז עס איז געבליבען אז די חרדים גייען און די אופוזיציה
לדעתי און א יאר ארום איז דא נאך אמאל וואלען און בעסטע פאל וועט עס זיין א יאר איך גלייב אז נאך ווייניגער אפי'
דא ליגט שוין טיף פאליטיק. בנט איז אמאל געווען הויפט משב"ק ביי ביבי, און ער האט זיך צופראסקעט מיט רעבעצין שרה. זינט דעמאלס זענען זיי אויף מעסער שטעך. אלזא דער נפתלי האט מורא געהאט אז מיט זיינע 12 מאנדאטן וועט מען אים ווארפן צו די הונט און מאכן א יד אחת מיט די חרדים און יש עתיד, האט ער זיך געשאפן א פארבאנד מיט לפיד'ן, וואס באמת גערעדט זענען זיי אידילאגיש געשטימט הונדערט פראצענט, זיי האבן נאר אפאר חוצונית'דיגע חילוקים. (איך רעד פון די פערזענליכקייטן, נישט פון די פארטייען)
ווייל די חרדים מאכן א רעגירונג זייער סטאביל. זיי האבן 3 אישוי'ס, און איינמאל מ'געט זיי נאך די דריי אישוי'ס גייט זיי גארנישט עפעס אנדערש נישט אן. די 3 אישוי'ס זענען געלט, געלט און געלט. איינמאל מ'זאגט צו געלט פאר די ישיבות און כוללים זיצן די חרדים אין די רעגירונג און מ'הערט נישט קיין מוק פון זיי. משא"כ די אנדערע פארטייען, לאמיר זאגן ציפי ליבני'ס 'תנועה' פארטיי, אויב מאכט ביבי די מינדערסטע צו שטארק "רעכטע" מאוו וועלן זיי ארויסלויפן פון די רעגירונג, ווייטער די מפד"ל'ס 'הבית היהודי' וועט ארויסלויפן טאמער פארשפארט מען איין זידלונג אפילו עס האט נאר 6 הייזער אויף זיך.
ווייל מיט די חרדים איז די גרינגסטע צו דילען, זיי האבען די פאר זאכען וואס זיי דארפען און חוץ פון דעים זענען זיי גוט סטראשענען נישט יעדען טאג אז זיי גייען ארויס
מיין מיינונג האקט זאגט זייער גוט
נאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.
If Prime Minister Binyamin Netanyahu cannot complete the task of forming a coalition by the March 16 deadline, US President Barack Obama will cancel his March 20 visit to Israel, Channel 10 quoted American officials as saying on Thursday.
דערווייל איז נאך דער קאפ אויף מיר נישט געפאלן. איך זאג איבער דעם סטעיטמענט אז אידעלאגיש זענען די צוויי גאר אייניג. די טענות וואס דו האסט געברענגט זענען פיין און וואויל כלפי די דיפרענצן פון די צוויי פארטייען, נישט פון די פערזענליכקייט.
און אז מ'רעדט שוין לאמיר דיך עפעס מסביר זיין. לפיד איז נישט קיין רעכטער און נישט קיין לינקער. ער איז גארנישט אויסער א צייטונג שרייבער און שונא דת (ניטאמאל א פאליטישען איז ער). ממילא צו זאגן אז ער איז שטארק פאר דעם געדאנק פון שני מדינות לשני העמים, ווען ער האט דאס נאך ניטאמאל געהאט ווען און וואו דאס צו פראקטיצירן, עס האט ס"ה אזוי משמע געווען פון אן ארטיקל וואס ער האט אפגעשריבן, איז נישט גערעכט.
מארק מיי ווארד'ס:
בנט גייט נאך צושפליטערן די דתיים לאומים מיט זיינע מיינונגן און שיטות.
לפיד האט קיין שום מיינונג איבער מדיניות (ד.ה. שלום מיט אראבער, התנחלות וכו'), ער וועט שפילן לויט וועלכע זייט ס'פידל גייט זינגן.
און אגב, איך ווייס נישט צי דו ווייסט ווי שטארק "דתי" בנט איז, דאס אז ער וואוינט מיט א גויטע להלכה יוכיח.
דער חילוק איז אבער אז דו מיט דיין שוויגער האבן נישט חתונה געהאט, און לפיד מיט בנט יא. דאס זאגט שוין אסאך.
גראדע האט בנט אליינס געזאגט די וואך אז די סיבה פון דעם שידוך זיינעם מיט לפיד איז ווייל אזוי וועט אים לפיד העלפן וואטשן אז ירושלים זאל נישט ווערן צוטיילט.
מיין מיינונגדער חילוק איז אבער אז דו מיט דיין שוויגער האבן נישט חתונה געהאט, און לפיד מיט בנט יא.
פריער שרייבסטע אז ער וואוינט מיט א גויטע?!
גילת בנט, א גויטע? מה פתאום?
אפשר ווייל זי גייט מיט דענים?
די בעסטע זאך איז אז די פרומע זענען אינדרויסן, סיי פאר די פרומע און סיי פאר די פרייע.
די פרומע וועלן אסאך מער אויפטוען, אויב ארבעטן זיי פון אינערהאלב די פרייע פארטייען, וואו אין ליכוד אדער עבודה וואו עס שמעקט זיי בעסער, איינמאל עס וועלן זיין זייער אסאך פרומע אין די צוויי פארטייען, וועלן זיי זיך מוזן אסאך מער רעכענען מיט די פרומע, וואו אויך וועלן די פרומע קענען אריינשטעלן אין די פריימעריז זייערע קאנדידאטן.
אויב אין אמעריקע קען אזא פאליטיק ארבעטן, און עס איז נישטא קיין פרומע פארטיי דארט, קען עס אין ארץ ישראל פונקט אזוי און נאך אסאך בעסער ארבעטן, וויבאלד ס'איז א קלענערע לאנד, מיט א קלענער באפעלקערונג.
יידלנאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.
דער נקודה איז שייך ביי יעדע שמאלע קאאליציע, לאו דוקא לפיד און בנט, ווען דער קאאליציע איז שמאל האבן די קאליציע פארטייען א גרינגערע פעלד צי צו ווארפן די רעגירונג. ממילא זיכט ביבי צו צוזאמשטעלן די גרעסטע קאאליציע וואס איז שייך, הגם זעכציג בענקלעך איז אים גענוג.
גערעכט
יוסי אליטוב שרייבט אויף טוויטער: הקרב כעת הוא על הפרידה: ביבי הזמין הערב את שלישיית הנהגת ש״ס לביתו. הם סירבו בנימוס. מהלילה, הימין והחרדים בקרב גירושין מכוער. הברית מתה.
אין אנדערע ווערטער עס קומט א מלחמה ראש בראש צווישן די חרדים און ביבי. ביז היינט פלעגן די חרדים הייסן זיינע נאטורליכע שותפים, אבער ווארשיינליך איז עס פארטיג.
[ציטאט אראפגענומען]
גערעכט און אסאך אמתע גדולים האבן אלע יארן אזוי געהאלטן, די בעסטע ראיה זענען די יארן וואס די לינקע זענן געווען בראש האט מען אייביג געקענט פון אינדרויסן מער פועלן ווי ביי סיי וועלכע רעכטע רעגירונג פון אינעווייניג.
יידלנאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.
אויב איז נישט גענוג געווען די סתם פחד, איז ארויסגעקומען א שטודיע היינט, דורך 'הארץ' וואס צייגט אז אויב די בחירות קומען פאר היינט באקומט יש עתיד/לפיד 31 בענקלעך, און ליכוד בלויז 26. דאס איז א געפערליכע קלאפ פאר ביבי!
א גוטע טעאריע. אבער לויט ווי ס'קוקט אויס איז די אפציע אז שלי זאל אריינברענגן עבודה אין די קאאליציע א חלום בלהות.
סוף סוף שלי היא יושבת ראש מפלגת עבודה, ולא פואד ולא עופר עני. אז ההחלטה בידיה, וכנראה שהוא כבר נפלה, והיא לא מוכנת לקרוץ אפילו קריצה קטנה שפניה לקואליציה.
מיין מיינונגסוף סוף שלי היא יושבת ראש מפלגת עבודה, ולא פואד ולא עופר עני. אז ההחלטה בידיה, וכנראה שהוא כבר נפלה, והיא לא מוכנת לקרוץ אפילו קריצה קטנה שפניה לקואליציה.
יא יא ווען נישט דאס וואלט שוין לאנג געוועהן א קואליציה..
היינטיגן מוצ"ש האט ביבי נתניהו באקומען פון פרעזידענט שמעון פרס א פארלענגערונג פון נאך צוויי וואכן צוזאמצושטעלן א רעגירונג.
ווי עס שיינט וועט ביבי שליסן א קאאליציע מיט לפיד און בנט. די פרומע פארטייען האבן זיך ארויסגעלאזט אין א העסליכן קאמפיין קעגן בנט פארן געבן א יד צו די עקירת התורה דורכן מגייס זיין בחורים צום מיליטער.
די חרדישע פארטייען שרייען פאר בנט אז ער וועט מיאוס חרטה האבן פארן זיך צוזאמשטעלן מיט לפיד, ווייל זיי וועלן זיך נוקם זיין אין אים דורכן שטימען קעגן מתנחלישע זידלונגן א זאך וואס וועט זייער שאטן פאר בנט אין די אויגן פון זיינע פארטיי מיטגלידער.
ביבי האט אין סטעיטמענט היינט נאכט געזאגט אז ער איז שוין געקומען צו געוויסע פארשטענדענישן מיט די חרדים לגבי גיוס, אבער עס האט זיך אנטוויקעלט א חרם (דורך בנט-לפיד) זיי אריינצוברענגן אין די רעגירונג.
למעשה הייבן די חרדים אן זיך צוצוגעוואוינען צום פאקט אז די קומענדיגע קאדענציע וועלן זיי אפשימלען אויף די אפאזיציע בענקלעך אין כנסת, אן קיין שום אפיציעלע רעגירונג פאסטנס. זיי פארשפרעכן אבער א שטורמישע קאדענציע מיט אסאך מלחמות. זייער הויפט סטראשונקעס זענען געצילט צו נפתלי בנט, און זינגן דעם זעלבן "לא נשכח ולא נסלח" וואס די מפד"לניקעס האבן געזינגן ביים גירוש גוש קטיף.
פון די אנדערע זייט האט בנט באקומען שטארקע שטיצע פון די רבני מפד"ל צום שידוך מיט יאיר לפיד, א שריט וואס די האט געלייגט די חרדים אין שטארקן שאק, נאך וואס זיי האבן זיך איינגערעדט אז די רבנים פון יענעם לאגער וועלן נישט צולאזן אזא שידוך מיט די נאכפאלגענדע גזירות.
די איינציגסטע טרייסט און האפענונג וואס איז נאך געבליבן פאר די חרדים אז דער באזון פון פרעזידענט אבאמא אין ארץ ישראל. עס איז ערווארטעט אז דער פרעזידענט וועט פארלאנגן פון מדינת ישראל שטארקע ריקצונגן פון די שטחים, און בנט וועט מוזן פארלאזן די קאאליציע, און דעמאלס וועט מען זיך צו זיי ווענדן אז זיי זאלן קומען איבערנעמען זיין פלאץ.
[ציטאט אראפגענומען]
גיי ערקלער זיי אז מואב און מדין האבן דא חתונה געהאט. בנט איז גארנישט אזוי "געבינדען צו זיין ווארט" ווי זיי לייגן דאס אראפ.
זיי שרעקן זיך גאנץ ווייניג פון די קלעפ. למעשה מאניפולירן די צוויי די גאנצע ישראלישע פאלטיק אין די טעג, ברצותם מיישרים וברצותם מעקמים.
אין משפחה אמצע שבוע איז געווען א פיינער ארטיקל היינט אראפצולייגן דעם זיג-זעג שפיל פון בנט אנבאלאנגט די חרדים.
📎 Mishpacha_591-32-page-010.jpg
המשך
📎 Mishpacha_591-32-page-011.jpg
הרב עובדי' קען זיך טרעפן מיט שלי 6 מאל, ולהרעיף מברכותיו וצ'פחיותיו האהובים. אבער געוואנדען איז עס אין ביבי וואס "דארף זיך שמד'ן פון זיין ביז איציטיגע קאפיליסטישע שיטה", כלשונה פון שלי יחימוביץ.
אחמד טיבי אהוב גם עלי, זהו מראה הכי כיף כשמוציאים אותו מהכנסת עוד הפעם ועוד הפעם...
שוין, ס'איז שוין דא א פרישע פרשה, יעצט אין מפלגת עבודה עמיר פרץ האט געקויפט קולות, עמיר פרץ זאגט ער האט נישט געהערט בכלל פון דעם (נאר וואס דען?)
פרשת קניית הקולות: שלי יחימוביץ' ומזכ"ל העבודה; מגנים בחריפות את המעשים ומביעים שאט נפש. לשמחתנו מי שביצעו לכאו' את המעשים אינם חברים בעבודה. עמיר פרץ בתגובה; דברי יחימוביץ' חסרי אחריות. שתמתין עם השמחה לאיד שלה.
[ציטאט אראפגענומען]
לא הרבה ידוע, ורב הנסתר על הגלוי, אבל השתלטותו של נפתלי בנט על מפלגת "הבית היהודי" אינה רק סיפור של הצלחה, מאחורי הפוליטיקה החדשה שבנט הבטיח להביא למפלגה ישנה לכאורה הרבה הרבה מהפוליטיקה הישנה. כסף והרבה והתפקדויות של חוגים קבוצות גדולות תמורת טובות הנאה.
כבר פורסם בעבר כי בתל אביב התפקדו קבוצת נשים גדולה מקרית הרי"ם לוין לבית היהודי עבור בנט, וקשה לנחש שלא היה זה בחינם, ולא בחיני חינם, אין צל של ספק ששולם עבור זה והרבה כמו שבאותה חסידות יודעים לתמחר.
אבל אם לגבי תל אביב הדברים עדיין לא הובררו, לגבי חסידות קרעטשניף רחובות העניין שונה לחלוטין.
א.כ האיש של בנט ברחובות והמקשר והמגשר בין הציבור החרדי בעיר לבין העיריה, מקום 17 ברשימת הבית היהודי לכנסת ה-19 ונציג צעירי הבית היהודי, ויו"ר הפורום הדתי לאומי ברחובות, איש עשיה ובולדוזר אמיתי שניחן גם בכבוד לרבנים ולציבור החרדי.
מטבע הדברים הינו בעל קשרים ענפים עם הציבור החרדי ברחובות, טלפון שקיבל נציג דגל התורה ברחובות לפני הפריימריז בבית היהודי הבטיח הרבה והרבה מאד לאותו נציג אם יצליח להביא את החבר'ה שלו להתפקדות לבית היהודי, אלא שמצד דגל התורה המקומית הדבר נדחה על סף ללא פקפוק: "אנחנו לא מתפקדים לבית היהודי ויהיה מה שיהיה" ,ענה נציג דגל התורה בעיר
אלא שבקרעטשניף רחובות העניין היה שונה לחלוטין, נציג החסידות קיבל את ההצעה בשמחה ומיד פקד לבית היהודי למעלה מ200 קולות של חסידי קרעטשניף רחובות, ותמורת זה הם מקבלים ויקבלו עוד.
אלא שהיום נודע כי המשטרה זימנה לחקירה אישים בכירים מאד במערכת החסידות הנ"ל לבירור יסודי של העניין, וכשיהיו עוד פרטים נעדכן בלי נדר.
- See more at: <a class="postlink" href="http://www.kooker.co.il/%d7%91%d7%9c%d7%a2%d7%93%d7%99-%d7%9c%d7%a7%d7%95%d7%a7%d7%a8-%d7%91%d7%9b%d7%99%d7%a8%d7%99%d7%9d-%d7%9e%d7%90%d7%93-%d7%91%d7%97%d7%a1%d7%99%d7%93%d7%95%d7%aa-%d7%a7%d7%a8%d7%a2%d7%98%d7%a9%d7%a0/#sthash.92ofAawY.dpuf">http://www.kooker.co.il/%d7%91%d7%9c%d7 ... fAawY.dpuf</a>
די מעשה מיט די געלטער איז באמת שוין אין די נייעס איבער א וואך, און האט נישט קיין שייכות באמת מיט דעם אשכול.
די זאך קענער זאגן אז בנט האט געעפענט א קאנע ווארים וואס וועט האבן אסאך עפעקטן. בנט איז געווען דער וואס האט געדינגן פריוואטע אויספארשער נאכצוגיין די קאראפציע ביי די פריימעריס אינערהאלב הבית היהודי. יעצט האט זיך שוין די עמפידיע אריבערגעכאפט צו די עבודה פארטיי.
די חסידות אין רחובות איז די קרעטשניפער חסידות.
[ציטאט אראפגענומען]
ניתוח יפה ומקיף!
מיין מיינונגהמשך
אפשר צייכנסטו מיר אן איין זיגזעג, איך טרעף פשוט נישט
[ציטאט אראפגענומען]
ביבי לא מתעקש על תיק האוצר ליאיר לפיד, הוא בכלל לא בעמדה להתעקש על שום דבר, מה שפורסם בעיתון ישראל היום (הנמצא בשליטתו של ביבי אז קחו את זה בערבון מוגבל) הוא, שלפיד יקבל את משרד החוץ, ובנט את האוצר, ולאיווט יינתן את הביטחון
[ציטאט אראפגענומען]
שוב ביבי לא יכול התעקש על כלום, הוא מסונדל לחלוטין, בנט לא יפר את הברית בשום מקרה. לפיד בכלל מבקש תיקים מינוריים יותר, בנימוק שהוא לא נכנס בגלל יוקרתו של תיק זה או אחר, אלא דורש עמדות היכן שהוא יוכל לפעול כפי שהבטיח לבוחריו, מה שמעניק לו נקודות זכות בעיני הקהל, וזה משתקף היטב בסקרים המעניקים לו ניצחון על ביבי בבחירות חוזרות.
אם מה שפורסם נכון שזה אולמרט מי שמייעץ ללפיד, אז ביבי יכול לשכוח מכל זה, זמנו עבר...
נפתלי בנט, הודיע היום לנתניהו כי הוא מקבל את הצעתו להתמנות לתפקיד שר האוצר, זאת לאחר סיכום עם יאיר לפיד. טרם התברר מי יקבל את תיק החוץ.
זה נכון שהכל זה באשמתו של ביבי בעצמו אך הנעשה אין להשיב, במצב הקיים ביבי מסונדל לחלוטין.
זה לא שהוא זלזל בבנט, העניין הוא ככה, ביבי מאשים את בנט בהדלפת מסמכים לתקשורת בעת כהונתו של האחרון כראש לשכתו של ביבי, אז הוא שב והבהיר לו דרך כל צינור אפשרית לפני הבחירות ואחריהן שהוא לא יישב בקואליציה, מה שהוא עשה זה עוון בל יכופר בפוליטיקה, אך זחיחותו עמד לו לרועץ, הוא ניהל מהלכים פוליטיים על פי רגשותיו האישיות וחשב שיצא מזה בשלום, אבל זה עלה לו ביוקר.
מה זה משנה בדיוק איך, הנקודה היא שהוא היה מקור ההדלפות
אגב על איזה קואליציה אתה מתכוון שנפל תחת אולמרט, מה שידוע לי שזה היה בעקבות פרשת הפלילים נגדו ואז הוא התפטר
הוא נותר עם ממשלה של 67 חכ"ים אחרי פרישת ליברמן.
לבני לא זרקה אותו, הוא פשוט לא התמודד בפריימריס למפלגתו כי ידע שיוגש נגדו כתב אישום
אני זוכר, היא דרשה ממנו להתפטר, אבל במפלגה תמכו בו והיא ירדה מהרעיון מהר מאוד ושוב לא הזכירו, זה היה כחודשיים לפני שהתפטר וזה לא היה בגללה.
ברק הפיל את הממשלה אחרי שאולמרט התפטר
מי שאמרו,
ביבי לא מאשים אף אחד, שרה הוא המאשימה, וכנראה שזה היה ההחלטה שלה שביבי לא יתחבר עם בנט תיכף אחרי הבחירות.
*
אין לדעת ברענגן זיי אראפ פון א פוליטיקאי חרדי בכיר אז ס'דא א שפאלט פון האפענונגן אז שלי יחימוביץ וועט יא אריינקומען אין די קאאליציע מיט די חרדים, און דערמיט מאכן א ענדע צום בנט-לפיד שפיל.
במשבה שני' איז אפשר אפילו בעסער פאר די חרדים א קאאליציע מיט עבודה ווי מיט בנט (אן לפיד), היות שלי וועט קיינמאל נישט צולאזן די אלע שניטן אינעם בודזשעט וואס ביבי האט געפלאנט פאר דעם קאדענציע, וואס וואלט שטארק געשאדט פאר די חרדים מיט גרויסע משפחות, ממילא פארדינען זיי א דאבל באנוס.
משבר במו"מ הקואליציוני; לפיד ביטל פגישה של צוות המו"מ של יש עתיד עם הליכוד. הסיבה: "הליכוד מתעקש על מכסה של 28 שרים בממשלה הקרובה"
ממי שאמרו אנהייב טאג האב איך דיר חושד געוועהן אלץ רמב"ם, יעצט גיי איך אריבער אופן מיינד אז דו ביסט באמת "ביבי".. פון קענסטו אזוי גוט די מהלכים??
לפיד לא מעוניין באוצר (את האמת כי אין לו כישורים לכך ויעשה את העבודה גרוע) ומעביר אותו בכיף לבנט
[ציטאט אראפגענומען]
נישט דא קיין שאנס אז ביבי וועט איינגיין אויף אירע תנאים, שלי וועט פארוואדלען מדינת ישראל אין א צווייטער ווענעזועלה, מיטן איינציגן חילוק אז ישראל האט נישט קיין אויל און דער עסק וועט שנעל קראכן
בפרסום המקורי בידיעות של אתמול כבר דווח שהוא לא מעוניין באוצר
ממי שאמרו, דיין אנאליז איז סופער. ממש ווי א פרשן בכיר אין א גרויסע צייטונג אין די מדינה.
*
היינט האט נפתלי בנט ארויסגעגעבן א קליפ ווי ער אפעלירט צו זיינע "אחים החרדים" צו אראפנידערן די שנאה טענער קעגן אים און זיין פארטיי, זאגענדיג אז ער וועט היטן אויפן עולם התורה אז זי זאל נישט פארשוועכט ווערן.
עס דארף צוגעצייכענט ווערן א שטארקע נקודה לטובת בנט, ווי קלוג און פאליטיש זיינע שטיקלעך זענען מאנאווירט. בנט זאגט אז די נייע פלאן וואס ער האט אויף גיוס בני הישיבות, רעדט זיך בכלל נישט פון גיוס בכפי', ס'הייסט נעמען בחורים אין מיליטער מיט געוואלד דורכן ארעסטירן אדער אראפשיקן מחנות פאליציי אויפפיקן די בחורים. זיין פלאן לויטעט נאר אז ער וועט ארויפלייגן שרעקליכע געלט סאנקציעס אויף די ישיבות אויב וועלן זיי נישט מגייס זיין די בחורים. אויף אזא פלאן קענען שוין נישט די חרדים אזוי פארפירן כלפי חוץ, ווייל אויב פארשטייסטו אז דו דארפסט נישט מגייס זיין דיינע בחורים און מיט דעם העלפן די מדינה, פארוואס איז די מדינה מחויב דיר צו העלפן מיט געלט שטיצע?! דער טאקטיק איז זייער א קלוגער און שטעלט די פרומע פארטייען אין א ערענסטע דילעמא וויאזוי דאס צו עסן.
ביני לביני איז נישטא עפעס קיין ספעציעלע פארשריט אויפן פראנט פון גרונדן א קאאליציע, דערווייל זענען אלע צדדים פארנומען מיטן ארויסשיסן ספינס איינס אויפן צווייטן. ביז א וואך מוז ביבי ארויפקומען צום נשיא מיט א קאאליציע, אז נישט וועט זיין בחירות חוזרות. די סיבה פארוואס ביבי יאגט זיך נישט אזוי איז ווייל די ש"ס'ניקעס פארקויפן אים אז זיי לייגן גרויס דרוק אויף שלי יחימוביץ פון עבודה, און ער רעדט זיך איין אז ס'וועט עפעס ווערן דערפון.
נו אודאי איז בנט גערעכט. די חרדים וועלן אפילו נישט קענען מאכן א שטורעם אין די וועלטליכע מידיא, ווייל ס'האט דאך נישט קיין הסבר, דא לעבסטו איינס אויף איינס מיט די רעגירונג, ווען ס'קומט אבער צו דינען ס'לאנד האלטסטו נישט דערביי. ווייטער די נישט געלט נעמערס האבן א ענדליכע טענה צו די אראבער, איך בין נישט מכיר אין דיין מדינה ממילא נעם מיך נישט צום דינסט (אויך נישט קיין שטארקע טענה, ווייל דינען ס'לאנד האט גארנישט מיט געלט נעמען, אבער לפי בנט'ס טאקטיק אז מ'גייט סתם אויפהערן טיילן געלט, נישט ארעסטירן אדער שלעפן מיט געוואלד, איז עס א טענה)