☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3075
בלאט: 1 2 3

וואלפה » זונטאג מערץ 31, 2013 2:58 am

· #100560
.
📎 2104731553_normal-286044469.jpg 📎 איכה-1315994679.jpg

טעפל » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:30 am

· #107562
ס'איז לעבעדיג אין כנסת שפאצירט אריין לייוו לפיד רעדט די חכי"ם שרייען ואידך זיל ותראה.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53605">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53605</a>

מיין מיינונג » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:22 pm

· #107611
אזוי קוקט אויס דער מצב. חוץ שרייען און בורדענען אין כנסת המינים זענען 'נציגינו היקרים' ווערטלאז. לפיד גייט אן ווייטער מיט זיינע בודזשעט שניטן וואס וועט ביטער עפעקטירן די חרדים, שי פירון ארבעט אויף אלע פראנטן אריינצוברענגן ליב"ה אין די חרדישע מוסדות, און יעקב פרי'ס וועדה לענין שווין בנטל האבן שוין אנגעהויבן די זיצונגן.

וואס איז גראדע יא אינטערעסאנט צו פארצייכענען איז, אז אנפאנג האט אויסגעקוקט ווי די גיוס בני הישיבות איז א באלדיגע סכנה וואס שוועבט העכער די קעפ פון אחב"י בארה"ק, שטעלט זיך אבער ארויס אז דער גזירת תכנית הליבה דער פראבלעם וואס איז יעצט עומד על הפרק, וויבאלד זיי ווילן דאס אריינברענגן שוין יעצט אין עפעקט.

מאן דאמר » מאנטאג אפריל 22, 2013 7:41 pm

· #107769
האט שוין איינער דא אריינגעקלערט אין די "גזירות" ?
זענט איר שוין זיכער אז דאס זענען ביטערע גזירות?
דרך ארץ קדמה לתורה איז א ביטערע גזרה?
בטלה מביאה לידי שועמם איז סתם געשומפט?
אפשטעלן די פאפיטעס געפרעסעריי איז קעגן די שלוש שבועות?

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:44 am

· #159841
חכם עדיף מנביא

מיין מיינונג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:01 pm

· #159932
אבער דיין לענגערע אנאליז די וואך פון הקמת הממשלה איז אבער נתהפך געווארן כמעט לגמרי...

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:16 am

· #237531
שלום עליכם @ממי שאמרו!

אזויפיל טוהט זיך אין ישראל, האשכולות שוממות טראללס הילכו בה... ווי ביזטו פאר א גוט יאר? דיינע לאנגע מאמרים זענען דאך אזוי גוט! יעצט מיט די איראנישע נוקלעארע פארהאנדלונגען האסטו אודאי וואס צו זאגן. דער דדריטע אינתיפאדה ביים שוועל היל"ת, זיצט אודאי אויף דיין געוויסן. השמיעונו את קולך, כי קולך ערב.

איש את רעהו » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:49 am

· #238155
עס שמעקט שוין בחירות אין די לופט

יש עתיד בראשות לפיד האבן אנגעהויבען העצן קעגן די חרדים אז די לאנד ליגט אין די הענט פון די מנהיג הרב שטיינמאן, וואס ער גייט מחליט זיין צו מען זאל יא אדער נישט שטיצען ביבי
📎 orig_035b7dd902aa4cd8bb6da75295bf2910-1.jpg

פלעין יודיש » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:30 am

· #238246
אנאליסטן ווייסען צי דערציילען, אז דיפענס סעקיטערי טשאק העיגל'ס רעזיגנאציע איז אויך צישטאנד געקימען נאך א גאר לאנג פארצויגענע הכרעה דורך הרב שטיינמאן

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:03 pm

· #238281
פלעין יודיש
אנאליסטן ווייסען צי דערציילען, אז דיפענס סעקיטערי טשאק העיגל'ס רעזיגנאציע איז אויך צישטאנד געקימען נאך א גאר לאנג פארצויגענע הכרעה דורך הרב שטיינמאן

פלעין יודיש: ס'הייסט אז די סיקריקים און אנדערע געמיינע יונגען , די וואס שעלטן צוזאם הרב שטיינמאן און די יש עתיד פארטיי זענען אויף די זעלבע מיינונג... 🙄

chusid » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:56 pm

· #238309
ישיבה ווארלד מעלדט אז עס איז ארויסגערונען צו ככר השבת וואס הרב שטיינעמאן האט געפסקנט, זיי גייען נישט אריין אין א קאאליציע. איך פארשטיי נישט פינקטליך. אפשר קען איינער מבאר זיין?

איש את רעהו » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:08 pm

· #238310
גאנץ פשוט די חרדים האבן מורא פאר די קאמפיין פון יש עתיד אז די חרדים זענען שוין ווייטער ביים רעדל און זענען אין געשפרעכן מיט ביבי

האט מען שנעל ארויסגעליקט א סוד אז די הוראה דערווייל איז אז מען שטעלט זיך נישט צו צו קיין שום הבטחות און צוגעזאגעכצער, ונראה מה יהי' דערוויילגייען לפיד און ביבי זיך טרעפן פרובירען אפצוראטעווען די קאליציע.

איש את רעהו » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 11:04 pm

· #238417
עס איז שוין אפיציעל אז מען גייט אויף פרישע בחירות, יש עתיד שארפט זיך שוין די ציין צו באשמוצען די חרדים.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 5:00 pm

· #444351
דורכגעלאפן אפאר יאר, יש עתיד איז נאכאלץ אינדרויסן ווי א לוזער צוזאמען מיט ליבערמאן.

בעני גאנץ האט געשלאסן א דיעל מיט ביבי און זיך צוטיילט פון לפיד. יעצט איז דא א ברייטע רעכטע ממשלה פון 74.

ליכוד 36
חוסן/גאנץ 16
חרדים 16
ימינה/שקד 6

די איבריגע, ליבערמאן, לפיד, אראבערס, און העבודה זענען געבליבן אינדרויסן.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 3:41 pm

· #444471
איסר האיטלקי: כ'ווייס נישט פונקטליך וויאזוי. אבער ליבערמאן גייט זיכער האבן א מפלה. די זעלבע יאיר לפיד. ווייל זיי שטעללן זיך אפן ארויס אקעגן די תורה און מצוות...!

וואס די אנדערע חשבונות זענען מיט הפוך על הפוך'דיגע חשבונות. אנטי-תורה איז גוט. נישט נגד התורה איז נישט גוט...ווייל ס'איז דאך ממילא א טמא'נע ציוניסטישע מדינה.

איך ווייס נאר איין זאך. די אלע משנאי ה' האבן פריער אדער שפעטער געכאפט א וויסטע מפלה. אנגעהויבן פון גענעראל רפאל איתן (רפול). וואס איז בכלל נישט געווען א איד עפ"י הלכה. דורך טומי לפיד. און זיין תכשיט יאיר. ביז אביגדור ליבערמאן. ווייל סוכ"ס לאזט דער אייבישטער נישט צו אז זיי און זייערע אנהענגערס זאללן ח"ו צושטערן די תורה אין ארץ ישראל...!

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 27, 2020 5:21 pm

· #444481
צו זיי גייען האבן ווייס איך נישט, אבער נעכטן האבן זיי זיכער געהאט...

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:02 pm

· #444507
איסר האיטלקי:צי זיי האבן געהאט א וויסטע מםלה נעכטן ווייס איך נאכנישט. אבער זיי גייען זיכער יא האבן א וויסטע מפלה. כלה גרש יגרש...!

איך געדענק נאך ווען טומי לפיד שר"י עפ"ל ארענדז"ש ימ"ש האט געהאט א וויסטע מפלה. (אויף איהם זאגיך יא די אלע נעמען. ווייל ער איז געווען אן עכטער שונא ישראל. ר'האט פיינט געהאט אן ערליכן איד נישט ווייניגער ווי אלע אנטיסעמיטן אויף די וועלט.) האט געליטן א פאליטישע מפלה. ר'איז פלוצלינג אראפגעפאלללן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא. און ער איז פארשווינדן פון די פאליטישע ארענא. ממש פון איין טאג צום צווייטן. זיין זוהן איז נישט אזא רשע. ער האט נישט פיינט אן ערליכן איד פערזענליך. נאר ער האט ליידער נישט באקומען א תורה'דיגן חינוך. איז בבחינת א תנוק שנשבה. אביגדור ליבערמאן איז יא א רשע. בבחינת יודע את ריבונו ומכוון למרוד בו...!
בלאט: 1 2 3