יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!
117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3075
דא איז די ווידיאו פון בנט'ו צו די "פרומע ברודער" (האחים המ?)
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=51817">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=51817</a>
אפדעיט מוצ"ש ויק"פ:
לויט די יעצטיגע באריכטן וועט אין די קומענדיגע טאג צוויי פרעזענטירט ווערן פארן עם היושב בציון די נייע רעגירונג וואס ווערט געגרינדעט אונטערן פירערשאפט פון פרעימער מיניסטער בנימין נתניהו. פארמאל וועט דער רעגירונג הערשט געגרינדעט ווערן מיטוואך, ווען דער פרעזידענט שמעון פרס וועט אהיימקומען פון זיין טריפ אין אייראפע.
די רעגירונג באשטייט פון די ליכוד פארטיי, יש עתיד פון יאיר לפיד, מיטן "ברודער" זיינעם נפתלי בנט פון הבית היהודי, תנועה פון פייגעלע ווייס, און קדימה פון שאול מופז. די חרדים זענען ווארשיינליך אינדערויסן אויב ס'וועט נישט זיין קיין לעצט מינוטיגע איבעראשונגען. (אין ישראל זאגט מען אז די פאליטיק איז אזוי ווי א שפיטאל, מ'דערקלערט נישט איינעם טויט ווילאנג דער דאקטער שרייבט נישט אונטער כתוב וחתום אז דאס איז עס...)
די פארהאנדלונגן צווישן די פארטייען האט זיך אביסל פארשלעפט צוליב דאס הארטנעקיגקייט פון יאיר לפיד צו באקומען דעם אויסערן מיניסטעריום און נישט דעם אוצר. ווי דער עולם האט שוין געליינט די אנאליזן פון אונזער קאלעגע 'מי שאמרו' די סיבות דערביי. למעשה איז געליבן אז יאיר לפיד וועט באקומען דעם אוצר, און דער אויסערן מיניסטעריום וועט פארבלייבן ביי ביבי אין די הענט ביז דער געריכט וועט ריינוואשן אביגדור ליבערמאן פון זיינע קלאגעס, וואס דעמאלס קען ער זיך צוריקקערן צו דינען אלס מיניסטער.
נפתלי בנט האט באקומען דעם קאמערץ מיניסטעריום, גראדע נישט אזא גרויסע פאסטן וואס מ'האט ערווארטעט אז ער וועט פאקטיש באקומען נאך די וואכן צעגערנישן. אזוי אויך וועט די הבית היהודי פארטיי באקומען דעם משרד הדתות, משרד השיכון און נאך איין מינדערוויכטיגע משרד.
נאך א שטיקל שאק נייעס איז דא, אז טראץ די פארלאנגן פון יש עתיד צו באקומען דעם משרד החינוך פאר זייער נומבער צוויי, שי פירון. איז דער משרד פארבליבן ביי די ליכוד פארטיי, און גדעון סער וועט בלייבן אויפן אמט אזוי ווי די פאריגע רעגירונג, וואס דאס איז גראדע א שטיקל טרייסט פאר די חרדים, אזוי אויך א שטיקל שאק ווייל מ'האט נישט געגלייבט אז גדעון סער וועט באקומען דעם משרד החינוך נאך די קלאגעס וואס זענען געלאפן קעגן אים אין די מידיא די לעצטע שטיק צייט כאילו ער איז פארמישט אין קאראפציע סקאנדאלן.
ביי די פרומע פארטייען הערט מען נאר געוויינערייען און שעלטערייען אין ריכטונג פון נפתלי בנט פארן זיי אריינלייגן אין חרם. די צייטונגן האבן באריכטעט א אינטערעסאנטן פאקטאר אז ש"ס וועט דערלייגן פון זיצן אין די אפאזיציע א חשבון פון 1.4 ביליאן דאללער (!) וואס זי פלעגט ערהאלטן דורך כל מיני הסכמים זיצענדיג אין די קאאליציע (פרה חולבת כבר אמרנו?). אזוי אויך שטייען אויס ארום 500 אידן פון ש"ס און יהדות התורה צו פארלירן זייערע פאסטענעס וואס זיי האבן ערהאלטן אדאנק דעם וואס די ביידע זענען געזיצן אין די קאאליציע ביז היינט.
געוואלדיג, די אוצר ביי לפיד'ן אין די הענט איז די בעסטע פאר אונז, ס'גייט דאך זיין ריזיגע קיצוצים און אוי גייט מען איהם שעלטען ס'גייט גיין א רויעך..
עדכונים מהבוקר בארץ:
מעריב; ההישגים של יש עתיד: מוסד ללא לימודי ליב"ה לא יתוקצב, פסולי חיתון יוכלו להינשא בישראל, תתוגבר התחבורה הציבורית בשבת למוקדי הבילוי, הקלות בתהליך הגיור וקבלת המתווה לשוויון בנטל שהציגו בשינוי קל. עוד הבוקר ב מעריב; בעקבות דחיקת המפלגות מהקואליציה, גורמים חרדיים מאיימים בהקמת מוסד נפרד לגיור.
גל"צ: נתניהו ולפיד סיימו פגישה שנמשכה קרוב ל-11 שעות. צפויים לשוב ולהיפגש בעוד שעה. המחלוקת כעת היא על תיק החינוך.
דה מרקר; לצד תיק האוצר 'יש עתיד' תקבל גם את ראשות וועדת הכספים, שם ימונה לתפקיד ככל-הנראה עופר שלח או מאיר כהן.
טעפל, ס'לוינט נישט צו ציטירן פון די מבזקי חדשות 24 מיילים, עס איז אומקראנט און האלבעטע באריכטן. עס צומישט מער ווי ס'איז מחדש.
און אפשר בוסטו מיר מסביר ווי גוט דאס איז אז לפיד איז אוצר? עס וועלן קומען אזוינע שניטן פאר די חרדים, אז ס'וועט זיין ממש א הונגער יאר.
מי ששאמרו, קענט וועיט פארן אנאליז.
מיין מיינונגטעפל, ס'לוינט נישט צו ציטירן פון די מבזקי חדשות 24 מיילים, עס איז אומקראנט און האלבעטע באריכטן. עס צומישט מער ווי ס'איז מחדש.
און אפשר בוסטו מיר מסביר ווי גוט דאס איז אז לפיד איז אוצר? עס וועלן קומען אזוינע שניטן פאר די חרדים, אז ס'וועט זיין ממש א הונגער יאר.
מי ששאמרו, קענט וועיט פארן אנאליז.
נישט געזארגט קיין הונגער יאר וועט נישט זיין אזוי שנעל,און לכאורה וועט זיך נישט האלטן די ממשלה מער ווי א יאר.
איך גיי ניסלעך פאר דעם אנאליז. דאס באלאנגט געהעריג אונטערן פענע נאמען נחום ברנע, נישט ממי שאמרו...
איצטערט איז דא אפאר נקודות וואס מ'דארף מעיין זיין אם כנים דבריך, אבער אויבנאויף האסטו מנתח געווען דעם תמונת מצב וואונדערבאר.
[ציטאט אראפגענומען]
איז אזוי, הגם פרעזידענט אבאמא'ס קומען דרייט אן א היבשער פחד אז מ'וועט דארפן צוריקגעבן התנחליות וכדומה, איז נישט מוכרח אז מ'קען נישט לעבן דערמיט. דהיינו, די גאנצע לעצטע קאדענציע פון ביבי האט (אומ)אפיציעל געהערשט א טאטאלער הקפאה צו בויען אויף אלע שטחים, כאטשיג עס איז געווען א רעכטער רעגירונג, אבער מ'האט עס דורכגעשטופט. יעדער האט געוויסט אז די התנחליות זענען פארפרוירן, אבער מ'איז געווען שטיל ווייל קיין אפיציעלע ריקצונגען האט מען נישט פארלאנגט. אלזא קען זיין אז אבאמא וועט טאקע פארלאנגן דאס און יענץ, אבער דאס איז נאכנישט ממש א גורם אז א ממשלה זאל צופאלן, און די היסטאריע האט געוויזן אז מ'האט שוין דורכגעשטופט קאדענציעס אויף אזא אופן.
[ציטאט אראפגענומען]
לפיד האט שוין מקיים געווען זיינע בחירות צוזאגונגען דורכן אהערשטעלן א רעגירונג וואס איז חרדים-פריי. דאס איז פונקט גענוג צו זעטיגן די וויסטע שונאי דת פון תל אביב. קיין איין פארטיי האט נאכנישט מקיים געווען אלע זייערע הבטחת בחירות. אמת ער גייט טאקע פרובירן צו פארלאנגן גיור שלא כהלכה, נישואין אזרחיים, און תחבורה בשבת, אבער קודם כל איז דאס נישט קיינעם מחייב, אביגדור ליבערמאן האט ביי די פאריגע בחירות אויך פארלאנגט א טויש אינעם גיור, אבער אן ערפאלג. והשנית בין איך נישט אזוי זיכער אז "הרב" אליהו בן דהאן האט אזא פראבלעם מיט די אלע זאכן. פארגעס נישט דעם סלאגאן "משהו חדש מתחיל" פון נפתלי בנט, ווי עס שיינט שטעקט א שיינע פאר סורפרייזעס אונטער דעם סלאגאן.
בכלל קוקט אויס ווי נפתלי בנט איז ערענסט דערביי להפריד דת ממדינה, ס'הייסט צו זאגן אז נישט וויבאלד עס הייסט "מדינת ישראל" מוז עס האבן די אלע תורה'דיגע געזעצן. עס איז פונקט גענוג אז מ'האט אהבת ארץ ישראל. מ'קען ווייטער לעבן אין די דעמאקראטישע מדינה, אבער אן זיך מתחייב זיין צו היטן דעם דת ישראלית.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב א אייזענע פשרה. שניידן קצבאות ילדים (וואס וועט בעיקר עפעקטירן די חרדים), שניידן קצבאות פון די ישיבות וואס גייען נישט אין מיליטער (וואס דאס איז דאך בנט'ס פלאן פאר גיוס, און וועט נישט עפעקטירן די ישיבות ווי הסדר אדער בני יהודה).
*
עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט נפתלי בנט'ס סטאטוס ביי די דתלי"ם. עס קען זיין אזוי און עס קען זיין די אנדערע וועג, איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. יכול להיות אז זיי קוקן אים אן פאר א משיח וואס האט געראטעוועט די פארטיי פון אונטערגאנג, און זיי וועלן אים נאכוואקן בלינדערהייט, און מכבד זיין יעדע החלטה וואס ער וועט מאכן (למשל זעט מען אז זיי האבן אים שוין איבערגעגעבן די רעכטן צו איינטיילן לויט זיין געשמאק די מיניסטערישע פאסטענס פאר די הבית היהודי קאנדידאטן; די בריוו פון די רבני תקומה אין זיין שטיצע). אויב איז אזוי, דעמאלס זענען רוב פון די פראגעס אויף וואס מיר פלאגן זיך יעצט בטל ומבוטל, ווייל בנט וועט טון וואס איז גוט פאר אים, הגם ס'וועט זיין בניגוד צו די ביז יעצטיגע שיטה פון די דתלי"ם, אבער ער וועט זיי שוין מסביר זיין אז משהו חדש מתחיל, און פאר יעצט דארף מען טון אזוי לתועלת הענין, און אזוי ארום וועט ער רואיג קענען פארבלייבן אין די קאאליציע.
ווידעראום אויב איז ער בלויז א פירער פון א צושפלינטערטע פארטיי וואס באשטייט פון אפאר פראקציעס, און אויב וועט ער טון ס'מינדערסטע שריט וואס איז למורת רוחם פון זיינע חברים וועט פארקומען א אויפשטאנד און א רידעריי, דעמאלס האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן אפילו פאר א קורצע צייט, ווייל ער וועט די משוגענע מתנחלים נישט קענען צופרידנשטעלן אפילו ווען ער זיצט ווען אין א עקסטרעם רעכטע רעגירונג.
ממי שאמרו וכל הכת
בבקשה אנא לכתוב באידיש
קאווע שטיבעל היא מקום ליודיש ועברית יש הרבה מקומות איפה לכתוב
כנראה שהאנאליזען שלך היא מתוק מאוד אנא לכתוב רק באידש
רבותי דעעס איז א אידישע סייט נישט קיין עברית! ביטע שרייבען אין אידיש אז דער עולם זאל פארשטיין
[ציטאט אראפגענומען]
קאם אן מען קען נאך שרייבען אין אידיש אפשר איז עס באטעמטער אין עברית אבער אויב רוב עולם פארשטייט דיך נישט דענמאלטס קענסטו שרייבען אין פויליש אויך...
[ציטאט אראפגענומען]
אמת אבער אפילו די שרייבסט נאטירליך איז עס גוט גענוג אז מפארשטייט בערך וואס גייט פאר
ענדערשט גארנישט שרייבען ווי איידער שרייבע אויף עברית עס פארמיאוסט די סייט
קורצער אפדעיט מאנטאג ויקרא:
יאיר לפיד, וועלכער איז ניי אינעם עולם הפאליטיקע, האט באשלאסן צו טאנצן אויף ביבי'ס געדולדן און שלעפט ארום מיטן פארמירן ס'רעגירונג פאר נישטיגקייטן. ביבי'ס חלום איז געווען ביי זונטאג צו האבן אונטערגעשריבן דעם הסכם מיט די צוויי פארטייען יש עתיד און הבית היהודי, אבער יאיר לפיד האט אנגעהויבן אויפקומען מיט פרישע פארלאנגן אויף וואס די צוויי צדדים האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן.
קודם האט מען זיך געשלאגן אויפן די צאל מיניסטארן וואס די נייע רעגירונג זאל פארמאגן. יאיר לפיד האט געשטעלט אלס איינע פון זיינע אגענדעס אז מ'מוז שניידן פון די געשוואלענע צאל מיניסטארן וואס ס'זענען געווען אין די פאריגע רעגירונג, און אויף דעם פראנט האט ער געהאט א היבשער ניצחון נאכדעם וואס די צאל שרים איז אראפגעקומען פון עטליכע אין 30 ביי די פאריגע קאדענציע צו 21 כולל דעם ראש הממשלה.
אויף וואס מ'שלאגט זיך יעצט איז אויפן בענקל פון ערציאונגס מיניסטער (שר החינוך), יאיר לפיד וויל דאס פאר זיין נומבער 2, שי פירון, און ביבי וויל דאס פאר זיין געטרייער מענטש, גדעון סער, וועלכער האט געדינט אויף דעם אמט אין פאריגן קאדענציע. ווי עס קוקט אויס האט נפתלי בנט געלערנט יאיר לפיד א פרק אין מסכת ביבי, און יאיר שלעפט ביז צו די לעצטע רגע ווען ביבי וועט אריינפאלן אין א פערנויע און נאכגעבן וואס זיי פארלאנגן אבי מ'זאל שוין אונטערשרייבן דעם הסכם.
די ארגון המורים האט נעכטן געגעבען זייער שטיצע צו גדעון סער צו זיין נאכאמעל שר החינוך (נישט אז ס'וועט עפעס אויסמאכען).
א נאייווע פראגע..
קען איינער אפשר אביסעל מסביר זיין ווער איז בנט, לפיד, בית יהודי, וכו' וואס מיינט זייערע פארטיייען און וואס זענען זיי פרעזענדלעך, וואז איז זייער אדשענדע אין וואס מאכט עס אויס פאר די חרדים און פאר די וועלט וכו
אדרבה ווער סקען נעמען די פענע אין די האנט אין אביסעל פארציילען פאר די היימישע עולם דא וואס ווייסט נישט וואלט געווען א גוטע זאך
תודה מראש
[ציטאט אראפגענומען]
הייסט לפי דעם אז ביבי איז לינק שבלינק
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז דער מקור פון דעם?
ליין דורך זיין מצע און טרעף מיר א חילוק צווישן אים און ביבי, ער איז בפירוש מרכז, קעגן צוטיילן ירושלים, בעד די גושי התנחליות
[ציטאט אראפגענומען]
לפיד האט אויך נאר גערעדט און גארנישט געטון...
הייסט זאגסט אז ביבי איז א פאלנער ליגנער איך בין מסכים מיט דיר... אבער מה נעשה, ער האלט אין איין זאגן אז ער וויל זיצן מיט אבו מאזן און צוריקגעבן שטחים
[ציטאט אראפגענומען]
ביבי האט אויך געשריבן און געזאגט אנדערש אלע יארן פון וואס ער זאגט און טוט יעצט, האסט דעמאנט די לחץ פון אובאמא וועל איך דיר געבן א דוגמה ווי דאס איז נישט רעלעוואנט, עסקת שליט, און פארגלייך דאס מיט וואס ער האט געשריבן ביי די עסקת ג'יבריל רג'וב, און בכלליות אלע יארן קעגן פיל קלענערע עסקאות ווי דעם
מרץ איז בעד זכות השיבה פאר די פאלעסטינער, עבודה איז קעגן, ציפי הייסט עס איז בעד חלוקת ירושלים,
דו פרעגט מיט וואס איז בנט אנדערש ווי ביבי, אדער ווי טייל אין ליכוד?
בנט איז קעגן א פאלעסטינער שטאט, בעד סיפוח שטחי C, נגד השבת פליטים גם בתוך שטחי A ו B
עס איז לעבעדיג אין א"י, נתניהו הרא געגעבען א אולטימטום פאר לפיד ביז 5 אזייגער, אויב בייגט ער זיך נישט גייט ער מיט די פרומע
לפיד זאגט שוין אז ער האט נישט מורא צו זיצן אין אופעזיציע.
אן ארטיקעל וואס ברענגט ארויס דעם קאנפליקט איבער גיוס בני ישיבות אין א זעלטענער קלארער אופן ולענ"ד איז עס א "must read"
<a class="postlink" href="http://www.algemeiner.com/2013/03/12/the-true-source-of-religious-secular-tension-in-israel-the-arrogance-of-ben-gurion-and-now-naftali-bennett/">http://www.algemeiner.com/2013/03/12/th ... i-bennett/</a>
ביבי זיך געבראכן פאר לפיד. שי פירון איז דער שר החינוך אין די נייע ממשלה וואס ווערט פארמירט אין מדינת ישראל. היינטיגן אווענט וועלן די פארטייען יש עתיד און הבית היהודי ענדגילטיג אונטערשרייבן די הסכמים אריינצוגיין אין די קאאליציע.
דאס איז דאך נישט קיין נייעס. די שאלות השאלות איז ווילאנג אזא קאאליציע גייט אנהאלטן.
מיין מיינונג, זיי קענען דאך דורכפירן ואס זיי ווילן אין די צייט וואס עס האלט יא אן.
ממי, פארוואס איז עס אזוי שלעכט פאר די חרדים, פשוט ווייל זיי זענען נישט אין די קאאליציע און מען דארף זיך נישט רעכענען מיט זיי בנוגע גיוס בני הישיבות אדער פאר זייער פאנדינג?
ממי ס'איז א נחת צו ליינען דיינע אנאליזן
מי שאמרו האט זיך נישט אזוי גוט אויסגעדרוקט, ער האט נישט געמיינט די סעפטי פון די קינדער, נאר די סעפטי פון די מוסדות. אז מוסדות וועלן אויפהערן ערהאלטן געלט שטיצע איז די מוסד נישט "סעיף" אז ס'וועט אנהאלטן...
תכלית, סעיפטי פון די קינדער הער איך נאך, אבער אפשר זאגסטו מיר צו וואס מ'זאל געברויכן לערנען די תוכנית הליב"ה מיט די קינדער? דאס איז אויך פאר זייער סעפטי אדער דאס איז שוין סתם אויפצובויען א לאומיות?
און יעצט, נאכדעם וואס ש"ס און יהדות התורה מאכן זיך באקוועם אויף די אפאזיציע בענקלעך, איז ערווארטעט דאס ריכטיגע.
דאס ליידיגע צייט וואס די ערוועלטע וועלן פארמאגן וועט אונז שאפן אסאך העדליינס. אנגעהויבן מיט ש"ס ווי מ'וועט זיך רייסן ביי די קעפ ווער ס'זאל זיין דער קאפ (יו"ר). דערנאך צו יהדות התורה ווי די נציגים וועלן האבן אסאך צייט זיך אפצוגעבן מיט אינערליכע רייבערייען ביי די לאקאלע בחירות וואס וועלן פארקומען קומענדיגן ווינטער.
מיין מיינונגאון יעצט, נאכדעם וואס ש"ס און יהדות התורה מאכן זיך באקוועם אויף די אפאזיציע בענקלעך, איז ערווארטעט דאס ריכטיגע.
דאס ליידיגע צייט וואס די ערוועלטע וועלן פארמאגן וועט אונז שאפן אסאך העדליינס. אנגעהויבן מיט ש"ס ווי מ'וועט זיך רייסן ביי די קעפ ווער ס'זאל זיין דער קאפ (יו"ר). דערנאך צו יהדות התורה ווי די נציגים וועלן האבן אסאך צייט זיך אפצוגעבן מיט אינערליכע רייבערייען ביי די לאקאלע בחירות וואס וועלן פארקומען קומענדיגן ווינטער.
מ'רייסט זיך שוין, דרעי האט פריער געזאגט פארן צווייטען קאנאל (ערוץ 2) אז אלץ איז געשעהן ווייל ער איז געוועהן נאר מספר 2 און נישט יו"ר..
נישט לפיד און נישט פיראן זענין שונאי ישראל זיי וויללן אויסמענטשלין די חרדים וואס ווילען נעמען געלד פון די רעיגירונג און גארנישט צוריקגעבין. פארפאלן זיי האבן א נקידה און אונז אין עמריקא זענן אויך נישט פארזיכערט נאך אביסל די מידיא רידערט זענען מיר אויף צרות צרירות
כהאב גיהערט לפיד ווי ער רעדט אין א פרומע קאלידזש און זיינע חברי כנסת זענען א שיינע טהייל פרומע.
יא עס איז א גרויסע פראבלעמם אז זיי ווילען א דעמאקראטישע מדינה אבער איך פארשטיי זיי
די פראגע איז וואס דו רופסט פרום...
סייווי אזוי איז ער קלאר געלאפן אויף א פארטפעל פון אנטי חרדים, זיין ערשטע קאמפיין לאזונג איז געווען: איפה הכסף?! וואו אהין דאס געלט פון די מדינה גייט, געצילט
קעגן די געלטער וואס גייט פאר די חרדים יערליך.
לגבי דיין טענה אז די מדינה האט גארנישט פון די חרדים איז טאקע אמת, אבער דאס מאכט נאכנישט לפיד פאר א אוהב חרדים. בכללו של דבר איז דאס אוממעגליך צו טוישן, און לפיד ווייסט דאס גאנץ גוט. ער קען אבער באשטיין אונטערצוהאקן די פיסלעך פאר די חרדים. גלייב מיר, ווען ס'זאל זיך מאכן א סינעריא אז די גדויילים פון ירושלים און בני ברק באשליסן אז ס'איז עת לעשות לה' הפרו, און מ'מעג יא גיין אין מיליטער כדי מ'זאל גארנישט שניידן פון די תקציבים, וואלט לפיד געווען פונקט אזוי אומצופרידן. אים גייט נישט אן קיין מיליטער, קיין חינוך, גארנישט. ער וויל די חרדים אויפעסן.
וועגן די פאר קאפל-טראגערס פון זיין פארטיי קוק אביסל נאך זייער היסטאריע צו זען אז דא רעדט מען פון אדער רעפארמער אדער סתם קלים וריקים אויבערחכמים מתוך המחנה.
[ציטאט אראפגענומען]
נאר דאסס דארף איך צו לייגען אז ביסט בכלל נישט גערעכט אז די פרומע לייגען נישט צו צום מדינה, גייען טאקע נישט אין מיליטער אבער צאלען מסים אין גרויסן..
ווידער אמאל לעבעדיג ביים אויפשטעלן די קאליציא, ממש אויפן לעצצטע מינוט, די חבר'ה פון בית היהודי זענען נישט אנגעקומען צו א מיטיניג מיט די ליכוד, זיי וארטן שוין דארט אפאר גיטע שעות
מיין מיינונגמי שאמרו האט זיך נישט אזוי גוט אויסגעדרוקט, ער האט נישט געמיינט די סעפטי פון די קינדער, נאר די סעפטי פון די מוסדות. אז מוסדות וועלן אויפהערן ערהאלטן געלט שטיצע איז די מוסד נישט "סעיף" אז ס'וועט אנהאלטן...
תכלית, סעיפטי פון די קינדער הער איך נאך, אבער אפשר זאגסטו מיר צו וואס מ'זאל געברויכן לערנען די תוכנית הליב"ה מיט די קינדער? דאס איז אויך פאר זייער סעפטי אדער דאס איז שוין סתם אויפצובויען א לאומיות?
די תכנית הליב"ה איז אן אויפטוה אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן אי"ה זאלן זיי קענען אויספילן אן אפליקעישן פאר מעדיקעיד און פוד סטעמפס. אדער, ווען זיי וועלן גיין קויפן א הוט זאלן זיי קענען שרייבון א טשעק.
צוויי זיסע טוויטס פון יוסי אליטוב און אריה ארליך (משפחה)
@yoelituv: כשרואים את המראות ושומעים את הקולות, בש״ס כמובן, נזכרים בפסוקי הקינות על עיר האלוקים המושפלת עד שאול תחתיה. סיום הש״ס, ערב פסח תשע״ג.
@aryeweber: היוהרה ועונשה: שיחת טלפון קצרה בזמן הנכון - והכל נראה היה אחרת. אבל מישהו חשב להשפיל - ויצא התלמיד המוכה של הכיתה. מוסר השכל.
בערל לאמיר נישט אריינגיין יעצט אין דעם צי ליב"ה איז גוט צי נישט. לאמיר זיך נאר פארשטעלן ווען די אמעריקאנער גאווערמענט פארלאנגט ווען אז זיי ווילן פארהערן אונזערע קינדער ענגליש, און זיי ווילן איינטיילן וואספארא לימודים צו לערנען ביי ענגליש, וואלט דא פונקט אזוי ענטשטאנען אן איבערקערניש. דאס איז דער איד, ער איז אפגעטיילט, ער איז באזונדער, ער וויל נישט דער גוי/ציוני זאל זיך אין זיינע לימודים אריינמישן.
די אמעריקאנער רעגירונג (און אויך די איזרעלי רעגירונג) דערווארט נישט צו מאכן קאלעדזש פראפעסארן פון די חסידישע קינדער אין ת"ת. זיי ווילן נאר מ'זאל לערנען בעיסיקס. וכבר הי' לעולמים. אין מאנטריאל, קענעדע האט די רעגירונג זיך פרובירט צו מישן וויפיל מ'זאל לערנען לימודי חול. און די סאטמאר מוסדות האבן זיי גענומען אין קאורט און מען האט געוואונען, ב"ה.
מאכסט נאר שטערקער מיינע ווערטער. מאנטריאל יוכיח אז אידן לאזן זיך נישט פון קיין רעגירונגן וואס ווילן זיך מישן אינעם סדר הלימודים.
צוריק צום קאאליציע.
עני אפדעידס וואס טוט זיך דארט?
עס איז אומאינטערעסאנט צו באריכטן מינוט טו מינוט אפדעיטס. זאכן טוישן זיך דארט שנעלער ווי דו טוישט אונטערוועש. מ'מוז ווארטן ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס און הערשט דערנאך קען מען באריכטן.
*
אז דו ווילסט דווקא, נאדיר. יעצט כרגע איז שוין אלעס ווייטער אויף האלד. טראץ דעם וואס היינט נאכט האט שוין געזאלט זיין דער ענדגילטיגער חתימה פון אלע פארטייען. וואס מ'שלאגט זיך בעסיקלי איז אויף א נארישער טיטל, ווער עס זאל הייסן "סגן ראש הממשלה". יש עתיד און הבית היהודי פארלאנגן ביידע דעם טיטל. דערווייל האלט זיך נישט ליכוד ביים ברעכן.
מיין מיינונגעס איז אומאינטערעסאנט צו באריכטן מינוט טו מינוט אפדעיטס. זאכן טוישן זיך דארט שנעלער ווי דו טוישט אונטערוועש. מ'מוז ווארטן ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס און הערשט דערנאך קען מען באריכטן.
*
אז דו ווילסט דווקא, נאדיר. יעצט כרגע איז שוין אלעס ווייטער אויף האלד. טראץ דעם וואס היינט נאכט האט שוין געזאלט זיין דער ענדגילטיגער חתימה פון אלע פארטייען. וואס מ'שלאגט זיך בעסיקלי איז אויף א נארישער טיטל, ווער עס זאל הייסן "סגן ראש הממשלה". יש עתיד און הבית היהודי פארלאנגן ביידע דעם טיטל. דערווייל האלט זיך נישט ליכוד ביים ברעכן.
I heard that bibys wife mixed in & she has some grudge against LAPID lol !
gehlungenמיין מיינונגעס איז אומאינטערעסאנט צו באריכטן מינוט טו מינוט אפדעיטס. זאכן טוישן זיך דארט שנעלער ווי דו טוישט אונטערוועש. מ'מוז ווארטן ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס און הערשט דערנאך קען מען באריכטן.
*
אז דו ווילסט דווקא, נאדיר. יעצט כרגע איז שוין אלעס ווייטער אויף האלד. טראץ דעם וואס היינט נאכט האט שוין געזאלט זיין דער ענדגילטיגער חתימה פון אלע פארטייען. וואס מ'שלאגט זיך בעסיקלי איז אויף א נארישער טיטל, ווער עס זאל הייסן "סגן ראש הממשלה". יש עתיד און הבית היהודי פארלאנגן ביידע דעם טיטל. דערווייל האלט זיך נישט ליכוד ביים ברעכן.
I heard that bibys wife mixed in & she has some grudge against LAPID lol !
Lol
אויב האט זי א גראדזש קעגן איינעם, איז עס קעגן בנט נישט לפיד, כמבואר בתחילת האשכול. אבער דאס איז בכלל נישט קיין פאקטאר דא, עס איז נאר די ספינס וואס קומען ארויס יעדע פאר רגעים פון אלע צדדים מיט אגענדעס דערונטער.
למעשה האט ער אויפגעשטעלט א ממשלה?
מי שאמרו, שוואכע האפענוג. אן אונטערגעשריבענע צעטיל גייט אין ארץ ישראל דעם שפריך ווארט: זה שווה לתלות על הקיר. אויב וועט ער מאכן קונצן מיט לפיד, וועט בנט זאגן העק מיט צעטיל איך גיי מיר ארויס.
למעשה הייסט עס יעצט אז מוצ"ש גייט ביבי פארשטעלן פאר פרעזידענט פרס זיין נייע רעגירונג.
שוין......ממשלת זדון אהער ממשלת זדון אהין...............
רוב פון די גזירות גייען זיך הערשט אנהייבן אפאר יאר ארום, ווען לכאורה גייט קיינער נישט געדענקן אז ס'איז געווען א לפיד בכלל!!
דא האט עס אביסל, גענומען פון בחדרי
רשימת הגזירות הכלכליות המסתמנות על הציבור החרדי
מעיון בהסכמים הקואליציונים עולה בברור תמונה עגומה של שורה של גזירות כלכליות שעומדות לעמוד על הציבור החרדי ושכל משפחה כמעט בציבור עשויה להרגיש זאת בקרוב.
1.כל התתי"ם והישיבות קטנות שלא ילמדו לימודי ליבה בתוך שנתיים יופסקו תקציביהם.
2.כל המענקים לדיור יופסקו באופן מיידי לאלו שלא עולים על ההגדרה של מיצוי כושר השתכרות.
3.כל תלמידי הישיבות והכוללים אזרחי חו"ל לא יקבלו יותר תקציבים מהמדינה.
4.סיפסוד לאברכי הכוללים במעונות יוגבל ל5 שנים בלבד.
5.ההנחה לאברכי הכוללים בתשלום ביטוח לאומי תבוטל.
6.שר האוצר יפעל בהקדם שכל ההנחות והסיפסודים שהמדינה נותנת תותנה במיצוי כושר השתכרות.
בגדול כל הנ"ל יחד מסתכם באלפי שקלים בחודש למשפחה חרדית ממוצעת.
כל הנ"ל כבר נכתב ונחתם במפורש בהסכמים
יש עוד את הסנקציות הכלכליות שהולכים להטיל על כל האברכים מעל גיל 21 שלא יתגייסו שעדיין לא מפורט מהם
וככל הנראה יש גם עוד קיצוץ משמעותי בקיצבאות הילדים שעדיין לא מפורט כמה הוא יהיה.
דא איז דא נאך פרטים:
<a class="postlink" href="http://www.themarker.com/news/politics/1.1966561">http://www.themarker.com/news/politics/1.1966561</a>
לפיד לחרדים: דלגו על העסקנים. פנו אלינו. נהיה לכם כתובת
יו"ר סיעת יש עתיד, יאיר לפיד, אמר היום בפתח ישיבת הסיעה, "אני רוצה לנצל את ההזדמנות ולפתוח את היום החגיגי בפניה לציבור החרדי. בממשלה הזו יש ארבעה משרדים שרלוונטים לציבור החרדי - האוצר, החינוך, הבריאות והרווחה. הציבור החרדי צריך לדעת שדלתנו פתוחה בפניו, חובתנו לעזור לו".
"כל מי שאומר שננצל את המצב כדי לפגוע בחרדים הוא טועה ומטעה", הדגיש לפיד, "אל תעשה לחברך מה ששנוא עליך זה עיקרון מצוין. זו ממשלה שאין לה סיעות חרדיות אך זו לא תהיה ממשלה שתפלה חרדים".
"אני פונה לחרדים ואומר, אני יודע שיש הסתה פרועה אך אני מציע לכם נסו אותנו, נסו לדלג מעל העסקנים ולפנות אלינו ישירות ותגלו שאנו יותר מאשר נשמח להיות לכם לכתובת", אמר לפיד.
על המשא ומתן הקואלציוני אמר, "היה ארוך, ההצלחה הגדולה היא לא התפקידים שקיבלנו אלא העובדה שבתוך ההסכם יש את כל המהות שרצינו - שינוי שיטת הממשל, העלאת תקציבים לניצולי שואה וקידום נשים במגזר הציבורי".
לפיד הודה לנתניהו ואמר, "היו הרבה מאוד מתחים והוא השכיל לגשר מעליהם, הרכבה של קואליציה היא גישור בין השקפות עולם שונות וזה לא דבר פשוט". לסיום אמר, "אני מודה לחברי נפתלי בנט שהרבה פעמים העלה אותנו והכריח אותנו להמשיך".
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/253142">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/253142</a>
Yair Lapid said Monday that while there were no haredi parties in the new government, that did not mean that it was an anti-haredi government.
Advertisement:
Speaking at a Yesh Atid faction meeting hours before he was set to become Finance Minister, Lapid urged haredim to give the new government a chance before rejecting it.
He thanked Prime Minister Binyamin Netanyahu for displaying “patience and leadership” during the lengthy coalition building process.
Lapid stated that Yesh Atid had been a winner in coalition talks, not because of the jobs the party received, but because they gained commitments to the “essentials” they campaigned for, such as election reform.
נו? אלעס איז פארנומען פסחיג מאכען, מיין מיינונג? ממי? ווי זענט עטץ? וואס איז מיט די קנאקעדיגע דרשות נעכטען, פון רעביצן שלי? פון ליצמאן? גפני? די ארויסשפאצירן ווען מ'האט דערמאנט בנט'ן "יהודי לא מגרש יהודי"???
א ליגענער וכו' זאגט אויך אמאל א אמת'ע ווארט
עס איז קאמיש זיך אזוי ציצוקיקען פון דער זייט, וואו די פרימע חברי כנסת המינים, שימפן און שעלטען, סטראשענען און בלאזען, פארן ווערן ארויסגעשליידערט פון די קאליציע, עס זעט עפעס אויס, וואו עס באדערט זיי עפעס מער וואו דאס אז זיי וועלן מער נישט קענען "אויפטאן פאר יודישקייט", און זיך שלאגען פון אינערווייניג, עס זעט עפעס אויס וואו זיי האבן געכאפט עפעס א פרעזענדליכען פליק.
דער ניגון אז מען מיז פשוט זיצען און כנסת המינים, כאילו כפאו שד, פשוט ווייל די פרייע ווילן עוקר זיין דעם דת, איז שוין פארגעסן געווארן, עס איז שוין היינט א סוד פאר גאנץ בראד, אז מען זיצט און כנסת, פאר נאר 2 הייליגע סיבות: א) כבוד: ב) געלט: טייערע "שליחים דמרנן" זייט נישט אזוי קמצניש, און אומפארגינעריש, לאזט די פרייע אויך מאכען א פאר דאללאר, און האבן א ביסל כבוד.