☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס איז "דענים" נישט צניעות'דיג?

פארוואס איז "דענים" נישט צניעות'דיג?

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3062
בלאט: 1 2

ענדע צדיק » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:24 am

· #90892
פארוואס איז "דענים" נישט צניעות'דיג?
מיין בני בית מיט די טעכטער שתחיו האבן זיך אום פורים אנגעטון דענים סקורטס אלס א טייל פון די פארשטעלונג,
ווען אונז האמיר געטראגן משלוח מנות פאר א מומע, האט זי געפילט וויכטיג אריינזאגן מיין ווייב אז דענים איז נישט צניעות'דיג.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די פראבלעם דערמיט? פארוואס איז עס ביי די היימישע א אפגעפרעגטע זאך?

טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:36 am

· #90894
דיין ווייב האסטו געפרעגט??

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:14 am

· #90905
מן הסתם ווייל "דענים" איז א לשון פון "דינים", און די מומע וויל נישט אז עס זאלן - חס ושלום - חל זיין די דינים, איך קען נישט טראכטן קיין אנדערע סיבה...

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:26 am

· #90924
דענים קליידער קען זיין סאך מער צניעות ווי אנדערע קליידער,
איי, פארוואס דעמאלס איז דאס אומ-אפציעל אסור?
דאס איז איז ווייל דער אויג ציהט צו אזא סחורה, אין צו בגדים געמאכט פון דענים,
אט פאר דעם, טאקע מהאי טעמא, האבען די אפציעלע רבנים געזעהן נויטיג דאס צו אסר'ן.

דענים קליידער וואס איז צניעות'דיג אהער געשטעלט, האט נישט קיין שום זין דאס זאל זיין אסור!

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:20 pm

· #90967
זייער א שווערע שאלה, פותח האשכול טייערע.
ס'איז שווער, ווייל די גאנצע מושג פון א.ג. "צניעות" איז נישט געבויט אויף יסודות, ס'איז אינה תלויה בדבר.
אויב מאנכע פילען אז דענים איז נישט צניעות'דיג, זיי זעהן דאס רעש'עדיג געשטימט, אדער קאלט גשטימט, איז דאס א בחינה פון, נישט קיין בחינה, נאר טאקע דאס: על טעם וריח אין להתוכח.
פארוואס גאר פרומע גיין שווארצע טייטס, און דער מעסיגע עולם, עכ"פ אין בארא פארק גייט שווארץ, משא"כ די עולם גולם גייט בעדז'? נישטא קיין לאגישע תירוץ. ס'אלץ רוח רעה'ס און טעם זקנות.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:27 pm

· #90969
איך מיין אז טאקע דערפאר ווייל עס איז געווארן אזוי אנגענומען אז היימישע פרויען גייען נישט מיט דענים, אוטאמאטיש ווערט דאס אויפפאלנד ווען איינע גייט יא דערמיט, און דערפאר טאר מען נישט גיין דערמיט, וכן חוזר חלילה.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:30 pm

· #90971
בד"וו, אין מיין חתימה דערמאן איך דעם ענין.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:34 pm

· #90976
איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, יעדע מאל איך זע א פרוי טראגן דענים דערמאן איך זיך פון די תכלת אין די ציצית, און פון וראיתם אותו וזכרתם, דערמאן זיך די קאליר פונעם הימל, און פון יראת שמו יתברך.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:35 pm

· #90978
געפילטע פיש
איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, יעדע מאל איך זע א פרוי טראגן דענים דערמאן איך זיך פון די תכלת אין די ציצית, און פון וראיתם אותו וזכרתם, דערמאן זיך די קאליר פונעם הימל, און פון יראת שמו יתברך.

נישט נאר דאס, אמאל האבן די דענים סחורה אייגענע ציצית'לעך.

ממרום שלח אש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:37 pm

· #91028
ענדע צדיק
מומע, האט זי געפילט וויכטיג אריינזאגן מיין ווייב אז דענים איז נישט צניעות'דיג.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די פראבלעם דערמיט?


דיין מומע האסטו שוין געפרעגט?

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:38 pm

· #91029
OMG...
ממרום שלח אש???????. אזא שרעקעדיגע ניק? - וועם קומסטו דא פארברענען?
כ'ציטער.
כ

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:47 pm

· #91030
קאווע, איך וויל אויך פארשטיין פארוואס בעדזש איז מער צניעות ווי די שווארצע, ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.

די מאדערענע אבער גייען נישט מיט די זעלבע שווארצע ווי די פרומע גייען.

לעמיל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:51 pm

· #91033
זר זהב
קאווע, איך וויל אויך פארשטיין פארוואס בעדזש איז מער צניעות ווי די שווארצע, ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.

די מאדערענע אבער גייען נישט מיט די זעלבע שווארצע ווי די פרומע גייען.

זר שוין דא אפאר אשכולת דערוועגען

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:53 pm

· #91034
אוי, האסט ווייט אוט?

משה געציל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:54 pm

· #91035
בעצם איז דא אסאך תירוצים, נאר כך קיבלנו מבית פאשקאווילנא, "איינער וואס פרעגט שוין קשיות וועט נישט פארשטיין קיין שום תירוצים שבעולם". דוקת"י ומצאתי שכן הוא. ווי מער קשיות איך האב אלטס ווייניגער פארשטיי איך.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:56 pm

· #91037
דוק"תי איז מותר און וד"ל איז אסור?
וואס איז די חילוק?
שוין, מ'טאר נישט פרעגן.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:33 pm

· #91044
.

שרגא » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:41 pm

· #91063
מסתמא ווייל עס איז געווען א רעלאטיוו-נייע סארט מאטעריאל, און ווי יעדע "נייע" ערשיינונג וואס איז אביסל "שענער" ווי די ביז דעמאלטיגע סחורה, גרעניצט זיך עס אויטאמאטיש מיט "מאדערן". היינו טעמא דגאלדענע גלעזער, וואס ווען עס איז ארויסגעקומען איז עס געווען אסור, היינו טעמא ד'דאבל ברידזש, די זעלבע איז מיט שפיציגע שיך, עקעדיגע שיך, און די גאנצע לאנגע ליסטע וואס האלט זיך אין איין טוישן. אלטרא-ארטאדאקסישע אידן פרובירן אוועקצושטיין ווי ווייטער פון יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון די גוי'אישע גאס, ממילא איז נכלל דערין יעדע נייע סטייל אדער ערשיינונג. געוויסע זאכן וואס מ'ווערט צוגעוואוינט דערצו וועפן אויס מיט די צייט און עס ווערט אזוי אריינגעריסן אז עס ווערט "מותר" (למשל די סטייל שיך, וואס עטליכע יאר נאך די סטייל גייט ארויס פון סטייל, קומט עס אריין ביי אונז), און אנדערע זאכן, וואס זענען גענוג "אנדערש" אדער "מאדנע" בלייבן "דרויסנדיגע" זאכן אויף אייביג.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:54 pm

· #91072
שרגא
היינו טעמא ד'דאבל ברידזש

😂
דערמאנסט מיך פון מיין רייכע אלטע פעטער.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:56 pm

· #91074
שרגא, יישר פאר דיין תגובה. מיר דארפן דיר דא אפטער!

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:58 pm

· #91075
אפטער רב?

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:04 pm

· #91078
איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל

שרגא » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:10 pm

· #91080
שמעקעדיג
שרגא, יישר פאר דיין תגובה. מיר דארפן דיר דא אפטער!


א דאנק. איך וויל אויך. איי וויש איי קוד.

שרגא » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:13 pm

· #91084
זר זהב
איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל


קודם כל זענען דא גענוג און נאך מינים פון דענים וואס זענען ווייט פון אפגעקראכן און ביליג, און אפילו שווארצע דענים.
ווידער זענען דא גענוג סחורה נישט פון דענים, וואס זענען יא אפגעקראכן און ביליג און קיינער האט קיין פראבלעם דערמיט. אויב עס וואלט געווען אן אור-אלטע סחורה, וואלט עס מסתמא נאך געווען די לכתחילה פאר די גאר פרומע, וועלכע וואלטן זיך "אויסגעצייכנט" מיט'ן גיין מיט די פשוט'סטע סארט קליידונג, כמנהגם הק' מקדמת דנא.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:17 pm

· #91086
שרגא, דו מישט אויס "פשוט" מיט "פראסט"

שרגא » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:25 pm

· #91088
זר, איך זאג אז אלעס איז רעלאטיוו, ממילא "פראסט" וואלט געווען "פשוט" אויב וואלט אזוי געווען אנגענומען.
ביישפיל: פלאסטישע גלעזער איז "פשוט" אדער "פראסט"? 30 יאר צוריק איז עס געווען די פשוט'סטע וואס שייך. בערך 10-15 יאר צוריק איז עס געווארן די קילסטע וואס שייך. די זעלבע איז מיט דינע הענטלעך און ברייטע הענטלעך, און דאבל ברידזש און סינגל ברידזש, און לאנגע סקוירטס ביז'ן פלאר און קורצע (ביי די ליטווישע קרייזן איז עס זייער "פשוט", אבער ביי אונז קוקט מען עס אן "פראסט", און לאנג צוריק בשנים קדמוניות איז עס זיכער געווען "פשוט", ווייל אלע זענען אזוי געגאנגען.), און אויך טיכלעך (וואס די קילע חסידישע לעידיס גייען היינט מיט די "פשוט'ע" כמעט-ירושלמי טיכלעך און באטראכטן זיך דערמיט אלס "פראסט" קעגן די טורבאנס...) עס איז אלעס רעלאטיוו. דענים וואלט קלאר פונקט אזוי געקענט זיין די אנגענומענע געווענליכע קאליר און סטייל ביי אונז, און איך מיין עס איז דיר שווער דאס צו הערן נאר ווייל דו טראכסט פון די אפגעריבענע סארט דענים וואס זענען טאקע מער מאדנע און פראסט, אבער זיי זענען ערשטע פיל שפעטער אריינגעקומען און איז נישט די געווענליכע.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:29 pm

· #91090
איך פארשטיי וואס דו זאגסט.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:46 pm

· #91099
גראדע האט מיר א געשעפטסמאן געזאגט אז היינט איז דא צובאקומען א סחורה וועלכע רופט זיך "כשר דענים". דאס איז א דענים וועלכע די קאליר בכלל נישט אפגעקראכן.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:47 pm

· #91101
ס'אויך דא כשר'ע פיצא פאר פסח. דאס איז אלעס פון די ס"א, די פאלשע אידן בלע"ז.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:48 pm

· #91103
שמעקעדיג
"כשר דענים".

מיט א היימישע הכשר?

היימישער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:55 pm

· #91106
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:57 pm

· #91109
א עסקן? אזוי שטייט אין די ספרים

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:01 pm

· #91111
"פאסט נישט", און "נישט צניעות", איז נישט גענוי די זעלבע.

היימישער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:26 pm

· #91128
ער האט טאקע נישט געזאגט אז עס איז נישט צניעות'דיג, נאר בלויז אז עס פאסט נישט

יא א עסקן מיט א קלארע שכל, נישט קיין פאשקוויל ווארפער

איינגעמיירעט » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:39 pm

· #91134
איך וועל דיר ענטפערען צוויי תירוצים
א׳) פרעג דיין ווייב פארוואס זי האט זיך פארשטעלט מיט דענים,(אדער פארוואס איהר מאן האט פארלאנגט זי זאל זיך פארשטעלן מיט דענים)און פארוואס זי האט פארשטעלט דיין טאכטער מיט דענים.
ב׳)זאלסט אביסעל מעיין זיין וואס די מבינים פון פעישין און די אויפקומער פון דענים זענען מסביר און דעם ענין פון דענים ומשם תדרשנו

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:44 pm

· #91136
זר זהב
איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל

נאר אפגאלן די קאפ פאסט?

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:16 pm

· #91142
זר זהב
איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל

גיי זאג עס פאר די פרומע מיט די אפגעקראכענע היטן, און די פרומע פרויען וואס נוצן א מאפ פאר א שייטל.

היימישער
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

וואס איז מיט שיך? אויך א סטייל ביי די גוים, און בכלל גייען מיט הויזן איז א גוישע סטייל.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:19 pm

· #91143
שיך און הויזן איז א מאסט, וואס מאכסטעך נאריש?.....

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:39 pm

· #91145
ס'עפעס? מ'קען גיין אזוי ווי אונזערע זיידעס מיטן נאכט העמד און סנדל המסומר. און חוץ פון דעם, וואס גייט אריין אין גוישע סטייל און וואס נישט? פארוואס זענען אונזערע העמדער נישט גוישע סטייל? און וואס איז מיט די האנדא אדעסי? וואס א חילוק אויב א גוי אין פאריז מאכט די סטייל אדער א דיזיינער אין יאפאן? האסט געזען די גוישע פאקעט בוקס וואס די פרויען נוצן לעצטענס? מיט די אלע גוישע נעמען ווי דזשוסי און פראדא, שומו שמים! ואין פוצה פה ומנפח?

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:44 pm

· #91149
זר זהב
הויזן איז א מאסט

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2414#p63659">viewtopic.php?f=24&t=2414&start=25#p63659</a><!-- l -->

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:47 pm

· #91152
אונזערע העמדער זענען יוניק, ווייסע, געקנעפלט רעכט'ס אויף לינקס. מ'האט עס אפגעשייט פונעם גוי.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:55 pm

· #91155
טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:00 pm

· #91156
סוי איך גיב אויף. מוז מען אלעמאל זיין אזוי קלוג? מ'מעג אמאל פארשטיין אויך...

NAVY SEAL » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:15 pm

· #91161
היימישער
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.


איך האב שוין געזעהן שיקסעס מיט צעפ,אפשר פאסט נישט פאר די חסידישע מיידלעך צו גיין מיט צעפ?
רוב מיידלעך גייען טאקע נישט מיט קיין צעפ, קען זיין מהאי טעמא....

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:28 pm

· #91185
למעשה רוב פרויען האבען דוקא יא ליב דענים, נאר צוליב דעם סיסטעם טאר'ן זיי דאס נישט אנטוהן, אבער אי אפשר בלא כלום, טוהן זיי דאס אן פאר די יונגערע קינדער, ביז צו פיר פינעף קען מען זעהן בא'חן'טע קינדער, פון חסידישע היימען, וואס דער מאמע טוט זיין אן דענים הויזען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:44 am

· #91274
געפילטע פיש
טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.

איז דאך די מעלה פון דעם אז אויב דאס העמד איז אין די לאנדרי קען דער מאן אויסבארגן זיין ווייב'ס בלאוז, בשעת הדחק.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:51 am

· #91286
דולה ומשקה
למעשה רוב פרויען האבען דוקא יא ליב דענים, נאר צוליב דעם סיסטעם טאר'ן זיי דאס נישט אנטוהן, אבער אי אפשר בלא כלום, טוהן זיי דאס אן פאר די יונגערע קינדער, ביז צו פיר פינעף קען מען זעהן בא'חן'טע קינדער, פון חסידישע היימען, וואס דער מאמע טוט זיין אן דענים הויזען.

דו זעהסט די גרויסע גדולה אין דעם? באמת..

gehlungen » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:32 am

· #91303
היימישער
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

The same reason that black stockings is modern lol (the rebetzens are aloud to wear it ) !

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:34 am

· #91305
דו ביסט אויך אזא שווארץ קוקער ווי מיך (דא)

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:53 am

· #91319
gehlungen
היימישער
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

The same reason that black stockings is modern lol (the rebetzens are aloud to wear it ) !

haha lol
בלאט: 1 2