☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס איז "דענים" נישט צניעות'דיג?

פארוואס איז "דענים" נישט צניעות'דיג?

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3062
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:15 am

· #91324
זר זהב
gehlungen
היימישער
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

The same reason that black stockings is modern lol (the rebetzens are aloud to wear it ) !

haha lol

😂

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:06 am

· #91336
וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:16 am

· #91339
ודי למבין
וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

פון די פרומע אדער פון די מאדערענע?

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:25 am

· #91345
פון די מאדערענע

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am

· #91357
ווער זאגט ס'איז ראנג? אויך עפעס א מומע?
ווי ווייט איך ווייס האט מען עס קיינמאל גע'אסר'ט.

נאר יעדע סארט וואס איז דין איז (לויט א טייל) אסור ע"פ הלכה (אנדערע זענען זיך נוהג להיתר כל זמן מען זעהט אז עס איז נישט מגולה לגמרי)

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:13 pm

· #91364
שמעקעדיג
ווער זאגט ס'איז ראנג? אויך עפעס א מומע? ווי ווייט איך ווייס האט מען עס קיינמאל גע'אסר'ט.

נאר יעדע סארט וואס איז דין איז (לויט א טייל) אסור ע"פ הלכה


וועלכע פוסקים זענענן מתיר דינע שטרימפ וואס דעקט נישט געהעריג צו די פיס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:22 pm

· #91368
נאר צו געבן איין דוגמא, די משנה ברורה.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:28 pm

· #91370
מראה מקום??

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:31 pm

· #91372

sunbar » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:50 pm

· #91377
טעפל
ודי למבין
וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

פון די פרומע אדער פון די מאדערענע?


און פון די פרומע?

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:14 pm

· #91482
כ'האב אמאל געהערט אז די גאר פרומע גייען גאר מיט צוויי פאר טאקע, ווייל מיט איינס קען מען אמאל אמאל נאכן אויסוואשן אפאר מאל אדורך זעהן!

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:41 pm

· #91495
אפשר נאר די "גאר פרומע". די אנדערע קויפן פשוט א דיקערע דעניער.

חשבון » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:12 pm

· #91521
די זעלבע וואס גייען מיט א קאוט זימער אז מ'זאל זיך נישט טועה זיין אז זיי זענען א פרוי

דולה ומשקה » פרייטאג מערץ 1, 2013 12:00 am

· #91636
ווען 'דענים' וואלט געוועהן בימי חז"ל, וואלטן זיי דאס גע'אסר'ט אזוי ווי רויטע בגדים?
וואס איז דער טעם אז רויט איז אסור משום דין או צניעות (או חוקת הגוי), איז פארהאן ביי 'דנעים' די זעלבע חששות ווי ביי רויטע קליידער?

אגב דא איז א אשכול איבער רויטע מלבושים
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/23">viewtopic.php?f=13&t=23</a><!-- l -->

שלום על ישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:56 pm

· #309524
געפילטע פיש
טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.

סארי פארן אריינקומען א דור שפעטער, אבער דאס האט מיך אלץ געבאדערט. איינער ווייסט טאקע די פשט אז מ'מעג גיין רעכטס אויף לינקס? אדער איז דאס פשוט אזוי נאך פון די צייטן ווען די גוים האבן נאכנישט געהאט קיין כללים דערין, און אונז ווייסן מיר נישט וויאזוי צו גיין ווייטער?

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:00 pm

· #309531
פשט אין וואס? אין אלטע פרימיטיוו סופערסטישאן? נישטא קיין פשט פארוואס רעכטס אויף לינקס זאל זיין מעהר חשוב ווי לינקס אויף רעכטס, מיין מאמע איז א געלינקטע און זי טוט אלעס מיט די לינקע הענט אויסער שרייבן שרייבט זי מיט די רעכטע ווייל אין סקול האט מען דאן געצווינגען די אלע געלינקטע צו שרייבן מיט די רעכטע הענט! פארוואס?, אין די גאנצע וועלט האט מען אזוי געטוהן נישט צו לאנג צוריק, די סיבה פארדעם איז ווייל רוב מענטשען זענען גערעכטע און זיי האבן נישט געהאט קיין אהנונג פארוואס א קליינע פראצענט זענען געלינקטע נישט וויסענדיג אז זייער מוח ארבעט פארקערט און זיי קומען אזוי ביי default האבן זיי סתם געפייניגט די מענטשהייט! והיינו טעמא אויף אסאך זאכן פון די רעליגע וואס קומט פון ignorance און מחוסר ידיעה.

שלום על ישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 4:12 pm

· #309557
כ'פארשטיי דאס קלאהר; כ'זוך נאר א מער-רעליגיעזע הסברה...

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 4:37 pm

· #309565
שרגא
מסתמא ווייל עס איז געווען א רעלאטיוו-נייע סארט מאטעריאל, און ווי יעדע "נייע" ערשיינונג וואס איז אביסל "שענער" ווי די ביז דעמאלטיגע סחורה, גרעניצט זיך עס אויטאמאטיש מיט "מאדערן". היינו טעמא דגאלדענע גלעזער, וואס ווען עס איז ארויסגעקומען איז עס געווען אסור, היינו טעמא ד'דאבל ברידזש, די זעלבע איז מיט שפיציגע שיך, עקעדיגע שיך, און די גאנצע לאנגע ליסטע וואס האלט זיך אין איין טוישן. אלטרא-ארטאדאקסישע אידן פרובירן אוועקצושטיין ווי ווייטער פון יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון די גוי'אישע גאס, ממילא איז נכלל דערין יעדע נייע סטייל אדער ערשיינונג. געוויסע זאכן וואס מ'ווערט צוגעוואוינט דערצו וועפן אויס מיט די צייט און עס ווערט אזוי אריינגעריסן אז עס ווערט "מותר" (למשל די סטייל שיך, וואס עטליכע יאר נאך די סטייל גייט ארויס פון סטייל, קומט עס אריין ביי אונז), און אנדערע זאכן, וואס זענען גענוג "אנדערש" אדער "מאדנע" בלייבן "דרויסנדיגע" זאכן אויף אייביג.


נישט אלטס וואס איז ניי איז שיין.
דענים איז ארויסעקומען אלץ א פראסטע סטייל וואס ארבייטיערס האבן געטראגן ווייל די סחורה איז דיקער.
אין פאקט, אמעריקע האט עס אנגעקוקט זייער מאדנע ווען פרעזידענט קארטער האט אנגעטוהן דענים אין די ווייסע הויז.

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 4:52 pm

· #309568
sunbar
טעפל
ודי למבין
וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

פון די פרומע אדער פון די מאדערענע?


און פון די פרומע?


פארוואס פרומע גייען דווקא מיט שווארצע ווייס איך נישט, אבער די וואס גייען נישט מיט שווארץ, נאר מיט בעיזש-איז עס ווייל די גלח'טעס פלעגן גיין אינגאנצן אין שווארצן. צו ווײזן אז אידן זענען דערהויבן און נישט דעפרעסט, גייט מען מיט א קאליר.
בלאט: 1 2