☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסיפת הסברה "חנוך לנער"

אסיפת הסברה "חנוך לנער"

125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #305
בלאט: 1 2 3

אךשמח » פרייטאג מערץ 30, 2012 6:51 pm

· #3628
אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דער עתיד פון אונזערע קינדער גייט געראטעוועט ווערן!

אזוי אנטשפרעכט א מעלדונג אינעם דבר יום ביומו איבער אן אסיפה וואס גייט בקרוב פארקומען איבער די שעדליכקייט פון ליין מאטעריאל וואס איז א געפאר פארן חינוך פון אונזערע קינדער.

סטעי טונד!

דבילה » זונטאג אפריל 1, 2012 2:40 am

· #3667
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דאכט זיך אז דאס איז דער זעלביגער גרויסארטיגע אסיפה וואס גייט פארקומען אין סיטיפילד. ס'זעט אויס ווי די עסקנים גיבן זיך נישט קיין עצה אליין האבן זיי געשאפן אליאנסן מיט נאך עסקנים פון אנדערע מערכות. נאך אפאר מערדז'ערס זענען אויף די אג'ענדא. קען זיין מציצה בפה, קען זיין הדרת נשים אין א"י. ווארטס געדולדיג און האלטס מיט די פאן

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 1, 2012 8:01 am

· #3675
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דאס איז א פראדשעקט פונעם בעל kdc קאמערא, אין אלע זיינע פינגערפרינטס זענען די בעסטע עדות

אךשמח » זונטאג אפריל 1, 2012 11:47 am

· #3681
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
מה ענין שמיטה?

וואס האט ליין מאטעריאל מיט א קאמערא צו טון?

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 1, 2012 12:13 pm

· #3683
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אנטשילדיגט, האב איך געמיינט די רעדסט פון א אנדערע אסיפה וואס קומט פאר חול המועד פאר מלמדים איבער די טעכנעלאגיע

עסן עסט'זיך » זונטאג אפריל 1, 2012 9:39 pm

· #3720
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
די ליידיגייערס האבן נישט וואס צי טאן? זאלן זיי מאכן א פארטעסט ביי אבי ראזן און לאזן אידן צירי
די וויפילטע בין הזמנים איז עס וואס זיי מאכן שוין אסיפות חרמות, הפגנות און משוגעתן
א נארמאלע טאטע לאזט נישט א קינד גיין צו אזאנע מיטורפים

בן-זומא » מאנטאג אפריל 2, 2012 3:34 pm

· #3788
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך וואלט פארגעשלאגן אז א פלאקאט וואס רופט צו סיי וואספארא מעשים זאל מוזן אונטערגעשריבן ווערן פון די נעמען וואס שטייען אונטער דעם. אויב די שרייבערס און ארגאניזירערס וועלן זיך מוזן אידענטיפיצירן, וועלן די מערכות אנהייבן טראגן א מענטשליכן פנים, א ניס מיט א הוס וועלן נישט פארוואנדלט ווערן אין סכנות פאר אונזער עתיד, די לשונות וועלן אנהייבן זאגן עפעס אנשטאט באזילבערטע מליצות באין אומר ואין דברים, און מענטשן וועלן וויסן מחלק צו זיין פון שלשול מערכות ביז ערנסטע פראבלעמען.

משה געציל » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:21 am

· #5180
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
פאנגט שוין אהן שמעקן וואו עס ליגט דא פארשטעקט פריוואטע אינטערעסן, היינט צופרי געזעהן אין ביהמ"ד א פרישע מודעה אז עס גייט פארקומען אויפען פלאץ א גרויסע עקספא פון די אלע א.ג. כשר'ע ליין מאטריאל אין אויסגאבעס, קוקט אויס אז דער שטערן טוט זיי שטארק שטערן אין ביזנעס...

בן-זומא » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:00 am

· #5188
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
טיפיקל. זיי בארגן אויס די הייליגסטע, האקעלסטע קאנצעפטן פאר יעדער נארישער מערכה אויף דער וועלט. אפילו דער שטערן זאל באמת זיין א פראבלעם - אפילו א גרויסע פראבלעם - איז עס נישט גענוג צו פאמפען מיט "למען עתיד דורותינו" לאזונגען. ס'איז פונקט ווי איינגאנזשירן א פלאטע טאנקען צו הרג'ענען א פליג.

איך גלייב נישט אז די אסיפה וועט אויסמאכן עפעס ממשות'דיג. איך גלייב אבער אויך אז אויב וועט "עתיד דורותינו" באמת זיין אין א סכנה, וועט א נייע שפראך מוזן באשאפן ווערן אז עולם זאל פארשטיין וואס קומט פאר.

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:37 am

· #5193
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א ליצנות און געלעכטער הייבן ניטאמאל אן צו מסביר זיין וואס דא קומט פאר. ליצים און ליידיגייער האבן נישט וואס צו טוען מיט די צייט, די עסקנים פון סיטיפיעלד פארנעמען צופיל ארט אויפן אויבנאן פון דעם ציבור'ס געדאנקען, און די וועלכע עס שמעקט נישט די מערכה, אדער האבן נישט מצליח געווען צו ווערן פון די שוויצערס דארט, גייען אין א מלחמה קעגן זיי, מיט אן אייגענעם איניציאטיוו למען עתיד דורותיהם (זייט וועט טייטשט דורות "געלט").

נו נו, ס'זאל זיי וואויל באקומען. אסאך הצלחה.

אךשמח » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:20 pm

· #5199
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ס'דא נאך אפאר שטארקע בילדער וואס איז היינט ארויסגעקומען.

איך האב שוין אין מיין יונגען לעבן מיטגעהאלטן אסאך מערכות (אן אפטע ערשיינונג אין הייליגן וויליאמסבורג) אבער דער מערכה פאר די אסיפה 'חנוך לנער' איז עפעס אויסער ווי געווענליך, און די געלט וואס ווערט פארשוועמט דערפאר מוז גרייכן אין די הויכע נומערן.

איך וועל אוודאי נישט גיין צו אזעלכע כינוסים (אפי' ווען מיין נייגער ברענט אין מיר) וואס איז קלאר שלא לשם שמים און האט נישט קיין מקום ביי ערליכע אידן, אבער אין וויליאמסבורג איז אלעס אנצונעמען. וואס האט דען די תורה א דיעה בכלל אין דעם שטאט?

גדעון » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:12 pm

· #5245
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קיינער פארדינט נישט קיין כבוד פון דער מעמד אויב עפעס בזיונות, די איינציסטע סיבה פארוואס דער כינוס לשם שמים ווערט גערופן איז ציליב דער עתיד פון אונזערע קינדער, אדרבא לאמיר הערן די זש'יניעס תירוצים פארוואס מ'מאכט דעם מעמד ווי די מחנכים פון "ענקערע" קינדער גייען ארימרעדן פון זייער ערפארונג וואס סשלעפט אוועק קינדער און בחורים פון די גמרות, ווי האטליינס, גויאיש-אידישע ליין מאטריאל אא"וו.

דער עקספאו גייט זיין א גרויסע אויסוואל פון אידישע ביכער און כשר'ע ליין מאטריאל אזאלעכע וואס פארכאפט נישט די קעפ פון די קינדער אבער איז יא אינטערעסאנט און ציענד, וואס וועט דינען אלס אלטערנאטיוו פאר די וואס זוכן וואס צו געבן צו ליינען פאר די קינדער אין די ליידיגע צייט. אזוי אויך גייט זיין א דיסקאונט (נתנדב) פאר די וואס ווילן סובסקרייבן פאר די ריינע אויסגאבעס,

די אסיפה איז נוטראל, רבנים ומנהלים פון "אלע" מוסדות האבן זיך ציגעשטעלט, בלויז אנצומערקן: איינע פון די דרשנים גייט זיין פון די פאפא קהילה,

(אינטערעסאנט דא זוכט מען פריוואטע אינטערעסן פון אינטער דער ערד אבער דאס אז ש. ר., בערגער און נאך שרייבער האבן א פינאנציעלע אינטערעסע דאס גלייבט זיך שוין נישט)

אורח » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:18 pm

· #5247
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט "וויליאמסבורג", דער בעלזא רבי האט שוין פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק געזאגט אז וויליאמסבורג איז א עיר הנידחת, שוין צייט צו מאפען קיין בארא פארק אדער מאנסי

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:20 pm

· #5248
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אורח
פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט "וויליאמסבורג", דער בעלזא רבי האט שוין פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק געזאגט אז וויליאמסבורג איז א עיר הנידחת

טראצדעם איז דא דארט א בעלזער שטיבל.

זר זהב » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:24 pm

· #5250
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א עיר הנדחת, ווייל ס'האט אים אוועקגעשטיפט, גוט.

nescafe » מיטוואך אפריל 18, 2012 7:43 pm

· #5315
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א אויטא מיט א מייק גייט יעצט ארום די שטאט, אז מארגען נאכט........

דעינעש » מיטוואך אפריל 18, 2012 9:11 pm

· #5336
כ'ווייס נישט פ"וו, אבער עפעס דערמאנט מיר די אויסגערופעכטץ פין לאקאלע באהערדע וואלן עפאכע,

אפשר ווייל עס זענען ביידע אויפ'ן זעלבע מכיוון ..!?

משה געציל » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:07 pm

· #5352
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
גדעון
(אינטערעסאנט דא זוכט מען פריוואטע אינטערעסן פון אינטער דער ערד אבער דאס אז ראלניצקי, בערגער און נאך שרייבער האבן א פינאנציעלע אינטערעסע דאס גלייבט זיך שוין נישט)

ב"ה מען האלט שוין אויף א וועג גדעון איז שוין מסכים אז זיי האבען ס"ה "פונאנציעלע" אינטערעסן, און נישט וואו עס האט זיך געליינט אין די פאשקעוויל -וואס די אנאנעמיס גרופע אונטערן נאמען "המעוררים" האבען ארויסגעשיקט- אז עס דארף צו הייסען אז די רבנים האבען גובע עדות געווען אז דר. ראלינצקי האט קלאר געזאגט אז ער האט אן אנדערע אגענדע מיט די גאנצע שרייבעריי...

הדד בן בדד » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:26 am

· #5372
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אורח
פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט "וויליאמסבורג", דער בעלזא רבי האט שוין פאר פינעף און צוואנציג יאר צוריק געזאגט אז וויליאמסבורג איז א עיר הנידחת, שוין צייט צו מאפען קיין בארא פארק אדער מאנסי


ליובאוויטשער רבי האט עס דאכצעך שוין געזאגט נאך פריער

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:00 am

· #5417
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אינעם היינטיגן "דער איד" דער אפיציעלער/אומאפיציעלער ארגאן פון די טערער באנדע איז נישט דערמאנט אפילו ברמז קיין כל שהוא איבער די היינט נאכטיגע אסיפה, עס איז גאר גאר אינטערעסאנט וואס די פשט דערפון איז, האבן זיי אויך איינגעזען מיט וועם זיי האבן דא צוטאן? הלוואי והלוואי. אין אנדערע נייעס איז ערשינען אין בלאט א שארפע ארטיקל קעגן די שוידערליכע אימדערהערטע זלזול תלמוד חכם מיט די פאשקעוויל וואס איז אנגעקומען אויף די פאסו פארגאנגענעם יום טוב.

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:00 pm

· #5427
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/53">viewtopic.php?f=6&t=53&start=300</a><!-- l --> דא פאר די ארטיקל

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:39 pm

· #5434
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
די צייטונג פון אלבערט האט יא געלייגט צוויי בלעטער וועגן די מערכה.

שטעלט אייך פאר אז דער שטערן זאל באשרייבן די צייטונג.

יידל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:17 pm

· #5443
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
[ציטאט אראפגענומען]

אבי גערעדט
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=6&t=53&start=300 דא פאר די ארטיקל


מיינסט לכאורה דא

משה געציל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:32 pm

· #5451
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
עמ"כ דבר יום ביומו.

פריי זיך נישט אזוי מיט יענעמס דורעכפעלער, זיי נישט דער מפיץ פון אלע פאשקעווילען וואס א צווייטער וויל נישט דרוקען, לדעתי ביזטו נאך דער עראגסטע חורבן, האסט אוועק גענומען דאס מינעמאלע כבוד הביהמ"ד, וואו מען שטייט און גייט זעט מען דיר מאכען א חאזעריי, צו איז דאס אויף די האקס אין מקוה, צו אין די טישא האלטערס פונעם ביה"כ (וואס עס איז סתם אזוי לענגער געווארען די ליניעס דארט א יעדען טאג זייט דו ביזט ארויס געקומען)... צו צוקנייטשטערהייט אין א גענוצטען פאם קאפ אין ביהמ"ד... ועוד ועוד...

אויב אמאל האט מען געוואוסט אז א בחור ווען ער ווארט צופרי אויפען באס אין ישיבה קוקט אריין אין א חסידיש ספר, איז היינטיגע צייטען דער בחור פארנומען זיך פארשאפען אלע טעגליכע פלייערס וואס קומען ארויס א דאנק דיר.

דו קענסט זיין זיכער אז דו אנאנעמיס גרופע גערופען "המעוררים", האבען שוין גרייט א מערכה אויף דיר איינמאל זיי זענען פארטיג מיטען שטערן.
און צום לעצט לאמיך קלאר מאכען אז איך האב גארנישט קעגען דיר, נאר אזוי וואו איך האב אנגעפאנגען זיי נישט דער פאליס מאן פון אנדערע! מום שבך אל תאמר לחברך!

פארשטאנען???... איך מיין איך האב עס גענוג קלאר ארויס געברענגט...

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:56 pm

· #5457
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נישט אמת. די מעוררים מיטן דבר יום ביומו איז איינס.

מיינסט זיי גייען זיך אליינס פארמאכן?!

קרעקער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:57 pm

· #5458
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א עוללה פין אלבערט פרידמאן פארען אריינלייגען דע מחאה
זיי מיינען דאך עם אויכ פארוואס איז ער אזא נאר???????

רופטס אריין אין זייטס מוחה וכן אני נוהג

יידל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:58 pm

· #5460
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קרעקער
א עוללה פין אלבערט פרידמאן פארען אריינלייגען דע מחאה
זיי מיינען דאך עם אויכ פארוואס איז ער אזא נאר???????

רופטס אריין אין זייטס מוחה וכן אני נוהג

ער טוט עס ווייל ער וויל מ'זאל אים פארקויפן ביי די "כשר ליי מאטיריאל עקספאו".

גדעון » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:18 pm

· #5467
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נאר איין קשיא, וואס טוט זיך מיט די טויזענטער אידן וואס שטיצן די מערכה? זיי ווילן א ריינע שטאט, זיי זענען עפעס רוזשינקעס? פארוואס האלט עטס אז יעדער מיז זיך צישטעלן צו ענקערע קאפריזן אזש א צייטונג וואס לייגט אריין א מודעה איבער א אסיפת חינוך טוט א חוצפה,
עטס ווילטס איש הישר בעיניו, מיר ווילן קאנטראל אויף אונזערע גראסעריס. עטס ווילטס פריקת עול הרבנים, מיר ווילן ועשית ככל אשר. מיר ווילן הארכען צו די מחנכים פון אונזערע קינדער און טוען זיך אפהאלטן פון זאכן וואס זיי פארשטייען איז שעדליך,
ענקער כח איז דער אינטערנעט ווי אנאנימע פארשוינען קענען זיצן פיר און צוואנציג שעה א טאג און באשמיצן וועם ס'שמעקט זיי, און לעצטענס אויך טעראר. די כח פון די רבנים זענען די טויזענטער וויליאמסבורגע אידן וואס שטייען אינטער זיי, זיי האבן נישט קיין מח שווענקער אויפן וועב, נישט קיין טוויטער אקאונטס, א בלויזע אלט-מאדישע צעטל אינטערגעשריבן פון די חשובע רבנים האט אויפמערקזאם געמאכט דעם עולם און געמאכט די פורקי עול שפרינגען,
איך הער האלבע טענות אהער אהין-פיין, אבער דאס אז דער צייטונג זאל נישט מעגן אריין לייגן א מודעה פון א אסיפה (וואס ניטאמאהל ווערט דערמאנט דער שטערן אויף די פלייערס) א אסיפה וואס א גרויסע ציבור קוקט ארויס דערויף - דאס איז חוצפה!
און די מחאה פאון קאללס - דאס איז טעראר!

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:35 pm

· #5473
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
האסט א נקודה גדעון.

ער האט טאקע נישט געברויכט וויסן אז די אסיפה איז קעגן דעם שטערן.

אפשר איז די אסיפה אויך קעגן די בליץ?

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 3:40 pm

· #5491
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
וואסערע מחאה איגעווען אינעם צייטונג ??? קעגן וועם ??

ידען » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:36 pm

· #5666
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר׳ אבא חייא טויבער גייט אויך רעדן,

כאמער געווינדערט ווין כאב אים נישט געזען אינעם דבר יום פאשקעוויל.

ידען » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:45 pm

· #5679
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
[ציטאט אראפגענומען]

מעלה אדער חסרון?

גייט ער האקן קעגן ״אלע״ צייטונגען?

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 8:18 pm

· #5683
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
זאל איינער וואס איז דארט אנוועזנד ביטע שרייבן דא א ליסטע פון לייען-מאטריאל וואס זיי פארקויפן דארט
📎 ליין מאטריאל עקספאו.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:13 pm

· #5743
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געפרעגט איינעם צו ער גייט צום אסיפת חינוך, זאגט ער מיר ניין, ס'איז חנוך לנערים בעלמא

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:15 pm

· #5749
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קיינער פון דא גייט נישט אהין?

גדעון?

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:16 pm

· #5753
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר׳ אבא חייא האט געענדיגט רעדן.

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:26 pm

· #5770
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך בין נישט דארט, איך באקום אפדעיטס.

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:45 pm

· #5801
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר׳ יצחק כץ רעדט יעצט.

ווער איז ער?

ריק סאנטורעם » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:51 pm

· #5809
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ביי די עקספאו קען מען זיך סובסקרייבען צו די פאלגענדע אויסגאבעס
מעלות
אוצרות
דער אוצר
דאס אידישע ליכט
עונג שבת
ר' אביגדור מיללער אויף די סדרה

און נאך פילע אידישע ביכלעך

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:58 pm

· #5828
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
צו דער בליץ נישט?

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:00 pm

· #5835
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ריק סאנטורעם
ביי די עקספאו קען מען זיך סובסקרייבען צו די פאלגענדע אויסגאבעס
מעלות
אוצרות
דער אוצר
דאס אידישע ליכט
עונג שבת
ר' אביגדור מיללער אויף די סדרה

און נאך פילע אידישע ביכלעך

קודם שלום עליכם ריק, נייס טו סי יו נאכ'ן אזוי מיאוס פארלירן. --- קען מען דארט סובסקרייבען פאר אביליגירע פרייז ווי געווענליך ?

ידען » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:07 pm

· #5843
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
גדעון

דו ביסט פון די רעדנער דארט?

וואס ביסטע אזוי שטילל ?

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:21 pm

· #5860
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א גרויסער עולם האט זיך פארזאמלט
📎 עולם.jpg

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:22 pm

· #5861
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קרעמער1
א גרויסער עולם האט זיך פארזאמלט

קוקט אויס ווי א חומת אש די גאנצע זאל (בילד איז אראנדזש פייערדיג), די שכינה רוהט דארט.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:25 pm

· #5862
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
"הרב" אשר לעווין רעדט יעצט... ער איז מסביר אז מ'מוז ארבעטן פון אינעווענדיג וויבאלד די מדינה איז א פאקט. אקעי גענוג.

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:35 pm

· #5866
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דער עולם פארזאמלט ארום די ביכער עקספאו
📎 ביכער.jpg

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:40 pm

· #5869
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
זיי וואלטן ווען געמעגט אויך ברענגען די אלטע אידישע ליכט בענדער פון ט"ו ט"ז י"ח י"ט אא"וו, ווי אויך די אידישע קוואל פן יענע צייטן. ווי נעמט מען היינט אזאלעכע הייליגע תוכנ'יגע פיל מיט יר"ש'דיגע לייען מאטריאל ?

50 יאר צוריק האבן די אינגע קינדער געליינט הייליגע שריפטן, היינט לייענט מען דעם שטערן. את מי החלפתם במי ?

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:41 pm

· #5870
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
די הייליגע בליץ זעה איך אויך נישט

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:46 pm

· #5873
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר׳ הערשל גראס פייערט יעצט.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:48 pm

· #5874
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
הערשל
ר׳ הערשל גראס פייערט יעצט.

זאג מיר נישט אז דו רעדטס יעצט 😉

וועלכע ר' הערשל? ר' הערשל גראס שו"ב?
בלאט: 1 2 3