☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסיפת הסברה "חנוך לנער"

אסיפת הסברה "חנוך לנער"

125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #305
בלאט: 1 2 3

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 1:40 am

· #6417
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געצל
מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?

וועלכע מנהלים? די ווואס האט געשריבן די בריוו צו די שטערן? 😉

טעלעפאן » זונטאג אפריל 22, 2012 12:26 pm

· #6480
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געצל
מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?


איך פערזענליך האב מעך גע׳טענה׳ט מיט א מנהל פון איינע פון די אנגענומענע מוסדות אין וומסב״ג און ער האט קלאר נישט געהאט קיין הוכחה אז פאר א נארמאלער אינגל זאל דער שטערן זיין א פראבלעם. ער זאגט אז ער מוז זאגן אז ס׳איז נישט גוט צוליב דרוק (פרעשור בלע״ז...) פון עסקנים

אורח » מאנטאג אפריל 23, 2012 11:34 pm

· #6959
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
,
חל.jpg

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:19 am

· #6967
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אורח
,

סברענגט ארויף אויפן זכרון די מעשה פונעם חסיד וואס האט געטראפן א ווייצל אין פסח אינעם פאס.

gehlungen » דינסטאג אפריל 24, 2012 8:25 am

· #7001
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
OIRACH!! Pls post attch with PDF

יידל » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:03 am

· #7008
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
gehlungen
OIRACH!! Pls post attch with PDF

📎 ChanochLanaar.pdf

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:03 am

· #7045
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
וואס איז אורות? פון סקווירא?

בן תמליון » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:20 am

· #7049
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
"אורות - וואס גייט אריין בגדר ספרי מינות ממש"

הייסט עס מען מאכט א מעמד אדיר צוליב דער שטערן וואס איז צום ארגסטן צו ציציענד פאר קינדער; דא פארקויפט מען ספרי מינות ממש בריש גלי, בפומבי אין אלע ספרים געשעפטן און מ'שווייגט? על כבודי לא מחיתם? הרעישו תבל ומלואה!

chasid » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:25 am

· #7050
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
משוגעים!! אורות פון סקווער איז כפירה?? כ'האב זייער הנאה אז די עסקנים האבן ארויסגעוויזן זייער צומצום בריש גלי...
נאר אשאד אז די צעטל איז נישט געווען פארשפרייט פארן כינוס, אזוי ואלטן זיי געהאט ווייניגער מנהלי מוסדות וואס וואלטן זיך צוגעשטעלט

יידל » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:44 am

· #7054
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
שמואל הלוי
וואס איז אורות? פון סקווירא?

יא, פון סקווירא. אורח, ווי איז דער צעטל ערשינען? איך האב זי אין ערגעץ געזען.

דעינעש » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:16 pm

· #7089
געווען אויך אין תהילות יוא' (קינג'ס) וומ"ס.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:19 pm

· #7090
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אורות אויך נישט?
סאו וואס איז געווען אויסגעלייגט ביי די עקספאו?

האט קאפ » דינסטאג אפריל 24, 2012 1:29 pm

· #7093
Re:
דעינעש
געווען אויך אין תהילות יוא' (קינג'ס) וומ"ס.


די סקווערע בחורים פון ישיבה קטנה וועלכע זענען איינקוואטירט אינערהאלב זייער געביידע אויף העווארד סטריט ארום די בלאק ווי די תהלות יואל ביהמ"ד געפינט זיך
זיי באנוצען זיך מיט די קונגסטרס מקוה דורך אן אונטר טירל וועלכע פירט זיי פון זייער ת"ת גלייך צו די מקוה
ווען זיי האבן היינט אינדערפרי באמערקט די צעטלעך אנטקעגען זייער אויסגאבע האבן זיי עס תיכף "ומיד" מעביר געווען מיט א תלישה גדולה!
___________
איך קען נישט פארשטיין ווי תמימותדיג דער עולם איז דא די צעטלעך האט גארנישט מיט די עסקנים פון די אסיפה, נאר דאס זענען פון די אנטי חברה וועלכע האבן געוואלט ליצנות מאכן און פארוואסערען די גאנצע זאך..........

גדעון » דינסטאג אפריל 24, 2012 2:01 pm

· #7096
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דו האסט געזעהן דעם צעטיל ערגעץ?

אורח » דינסטאג אפריל 24, 2012 2:22 pm

· #7097
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך האב געזעהן נעכטכן ווי צוויי אינגעלייט האבן עס וואס איך האב זייער פנים נאך קיינמאל נישט געזעהן האבן אויפגעהאנגען די צעטל אין ראדני

ידען » דינסטאג אפריל 24, 2012 2:29 pm

· #7098
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
פארוואס האסטו נישט גענימען א בילד פון זיי?

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 24, 2012 4:13 pm

· #7134
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אפשר ווייל סקווירא ת"ת האט נישט גערופן צום כינוס

בן תמליון » דינסטאג אפריל 24, 2012 4:13 pm

· #7135
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר גאר די וואס שטופן אריין אלטע אין מקוה און קאלעקטן א פראצענט עי קעי? איך האלט ערנסט מ'דארף אן ערנסטן אויספארשונג אין דעם גאנצן קנאישן געמויזעכטס דאס גאנצע ביזנעס שמעקט אומלעגאל.

בן תימא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:39 am

· #7855
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
וואס איז אורות אזוי שלעכט איך האב שטארק הנאה דערפין...

שרגא » מיטוואך מאי 2, 2012 10:24 am

· #9343
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
[ציטאט אראפגענומען]


מען זעט ווי ער שרייבט קלאר "הן חודשליכע הן וועכענטליכע אויסגאבעס", כדי צו מדגיש זיין אז ער מיינט די צייטונגען פונקט אזוי. (ער שרייבט פאזיטיוו אז "מען זאל נאר קויפן ערליכע לייען-מאטעריאל, חודשליכע און וועכנטליכע, אפילו איך זע נישט וועלכע וועכנטליכע ער קען דא מיינען, נאר מסתמא האט ער נישט געוואלט שרייבן אז "מען זאל נישט קויפן", נאר ענדערש פארקערט ומכלל הן אתה שומע לאו.)

לויט דעם דארפן אלע טאטעס פונקט אזוי נישט ארייננעמען דעם איד-בלאט-צייטונג ווי דעם שטערן-שפאקטיוו. און אויך יעדער וואס הערט קול מבשר, סעיף ג', גייט פונקט אזוי קעגן זייער רעקאמענדאציע.

סעיף ד' איז אן ערנסטע [ערשטע] אנצייגונג ווי היימישע מוסדות אנערקענען אפיציעל אז עס איז דא א פראבלעם. האפנטליך וועלן זיי טאקע פרובירן אנהייבן בעסער ארבעטן אויף אונזער יוגנט און טאקע אריינלייגן ווי מער נאך ווען די די ביימעלע איז קליין און די ווארצלען פארמירן זיך.

הדד בן בדד » מיטוואך מאי 2, 2012 11:18 am

· #9355
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אנאנים, איך פרעג נאך מער, אויב מאכט מען שוין אן עסק פון דעם ואבדיל אתכם מן העמים, פארוואס פארלייגט מען זיך נישט אויף די נקודה אין אלע אנדערע תחומים פון דעם לעבן?

לדוגמא, יעדע סארט לוקסוס און מותרות, ווי טייערע מעבל, און די נייע מאדעלן פון די טייערסטע קארס, וואס טוט זיך מיט אלע סארט רעסטאראנטן מיט אלע מינים חזר'ייען וועלכע קומען דירעקט פון די גוים. און די זעלבע איז נוגע אלע מינים נאשערייען וועלכע מען טוט כסדר הכשר'יזירן אריינברענגענדיג דעם גוי מיט אלע זיינע תאוות שפילות גראד צו אונז אין שטוב אריין מיט די שענסטע השגחות ואין פוצה פה ומצפצף. ולולא דמיסתפינא וואלט איך אפילו געזאגט אז די היינטיגע שטאקיגע געבויעטע שטריימלעך, קומט אויך פון די השפעה פון די גוי'אישע גאס, ווייל אלעס דארף זיין פענסי, און די סטיילס טוישן זיך כסדר.

בקיצור, אויב לייגן אן דגוש אויף דעם ואבדיל אתכם מן העמים (און מען דארף עס טאקע טוהן), איז נאך דא אסאך אסאך תחומים אין אונזער לעבן ווי מען האט נאך א לאנגען וועג. און לאמיך זעהן אז די רבי'ס, רבנים און מנהלים זאלן זיין די ערשטע צו ווייזן דעם וועג ביי דעם.

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 8, 2014 3:55 pm

· #195297
איך הער אז עס קומט א פרישע אסיפה צוליב די נייע פארפלייצונג פון אויסגאבעס

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:18 am

· #195453
אנאנים: א ייש"כ פאר ברענגען דעם (לאנגן) בריעף פון די נייטרא ת"ת. כאטש ס'איז שוין פון צוויי יאר צוריק. אבער איך האב עס ערשט יעצט געזעען. וויל איך זאגן א חוץ פונ'ם עצם אסיפה, צו ס'איז יא וויכטיג אד'ער נישט וויכטיג, אדער פאליטיש מאטיווירט, האביך פארלוירן דעם רעספעקט פאר די מענטשן וועלכע שטייען אונטער דעם בריעף. שוין ביי די צווייטע שורה. ווייל א וועד פון מחנכים וועלכע געבן ארויס א בריעף פאר'ן ציבור און זיי קענען נישט מבחין זיין צווישן "אין" און "און" און זיי שרייבן אויף די דרגא ווי די שרייבערס אינ'ם בלאט. וואס קען מען שוין דערווארטן פון אזעלכע "מחנכים"?!... 😕 🙄 😠 😛 😳 😞 😈 😈 😮

גנדי » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:24 am

· #195456
מיין זוהן ברענג כסדר אהיים צעטלעך פון די מנהל מיט נישט ריכטיגע "לשון קודש" ווערטער וואס מען קען נאכקוקען אין א סידור...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:39 am

· #195459
גנדי
מיין זוהן ברענג כסדר אהיים צעטלעך פון די מנהל מיט נישט ריכטיגע "לשון קודש" ווערטער וואס מען קען נאכקוקען אין א סידור...

דער מנהל פון צעלימער ת"ת, "הרב" דוד יושע אלטמאן שליט"א טוט אויך דעמאנסטרירן זיין עם-הארצות ברבים. א חוץ פון דעם נישט מבחין זיין צווישן "אין" און "און" שרייבט ער (ברוב בורותו) "השגחה פרטיות" אנשטאט שרייבן , ריכטיג, "השגחה " פרטית". אזוי ווי עטליכע פון די "גאונים" וועלכע שרייבן "ציונית" אנשטאט "ציונות". אדער "רבנית" במקום "רבנות". אדער פארקערט. "רבנות" במקום "רבנית". און אט די מענטשן שטעלן זיך ארויס אלס די מחנכים פון אונזערע קינדער. ס'נישט קיין וואונדער אז דאס איגנאראנץ און בורות וואקסט... 🙄 😕 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😮
בלאט: 1 2 3