☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסיפת הסברה "חנוך לנער"

אסיפת הסברה "חנוך לנער"

125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #305
בלאט: 1 2 3

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:48 pm

· #5877
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
זר זהב
זיי וואלטן ווען געמעגט אויך ברענגען די אלטע אידישע ליכט בענדער פון ט"ו ט"ז י"ח י"ט אא"וו, ווי אויך די אידישע קוואל פן יענע צייטן. ווי נעמט מען היינט אזאלעכע הייליגע תוכנ'יגע פיל מיט יר"ש'דיגע לייען מאטריאל ?

50 יאר צוריק האבן די אינגע קינדער געליינט הייליגע שריפטן, היינט לייענט מען דעם שטערן. את מי החלפתם במי ?

חלומ׳סט בגדול.

אמאל האט מען געלייענט READERS DIGEST, ברוך ה׳ מען האט אידישע ערליכע סחורה.

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:52 pm

· #5882
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דער עולם הערט זיך צו מיט גרויס אינטערעסע
📎 עולם 2.jpg

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:55 pm

· #5885
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר' הערשל גראס איז נישט פאפא (אויב איז ער דער וועם גדעון האט אויבן געהאט בכוונה).

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:13 pm

· #5898
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר׳ הערשל (אזאנס? ער האט נישט געקענט נעמען א צווייטן ניק?) איז פארטיג.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:13 pm

· #5899
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ר' אביגדור מילר איז פין די כשרע?
ער איז געווען אנגעליינט מיט גוישע ביכער.
לויט אינזער מסורה איז זיין השקפה טריפה.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:14 pm

· #5901
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נולד מאוחר
ר' אביגדור מילר איז פין די כשרע?
ער איז געווען אנגעליינט מיט גוישע ביכער.

חלילה אזוי צו רעדן, פארוואס זאגסטו אזוי?
אגב יעצט איז זיין יארצייט.

הערשל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:15 pm

· #5902
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
שמואל שלום שלמה
ר' הערשל גראס איז נישט פאפא (אויב איז ער דער וועם גדעון האט אויבן געהאט בכוונה).

פארוואס זאל מען מיינען אז גדעון מיינט אים?

גדעון » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:18 pm

· #5904
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ידען
גדעון

דו ביסט פון די רעדנער דארט?

וואס ביסטע אזוי שטילל ?

איך מיין אז איך דארף שוין גארנישט זאגן די שווערע טויזענטער וואס פילן יעצט אן די זאלן פון קאנטינענטל זאגן שוין אלעס!

גלייבטס מיך נישט, כאפטס א בליק (מיט פארשטאפטע אויערן פארשטייט זיך) און איבערצייגט אייך אליין וואס די וויליאמסבורגע אידן ווילן און ווער ס'וויל ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף וועם!

מ'קען זיך נישט רירן אין די זאל פון די טויזענטער, אין אין די געשטופטע קארידארן שטייען הינדערטער און האנדלן זיך איין א יפה בעתו, אורות און אנדערע כשרע ליין מאטריאל

"אלע" מנהלים פון שטאט פארנעמן די אויבן אן, און אזוי אויך פרימינענטע רבנים ואדמורי"ם.

אשריך וויליאמסבורג,

גדעון » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:23 pm

· #5909
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א שיינע מעשה האט פארציילט די פאפא ראש ישיבה, וואס בדידיה הוה עיבדא אז מיט יארן צוריק האט זיין רבי דער ויחי יוסף אים געשיקט מיט נאך צוויי אידן צו בעטן א בעל הבית פון א בילדינג אז ער זאל "ארויסווארפן א טענענט" וואס האט געדינגן ביי אים א קענדי סטאר וואס האט אויך פארקויפט אויסגאבעס למיניהם,

א שיינע פאר ניקס וואלטן לכאורה דאן געשריגן אויפן פאפא רב, טעראריסט! און דאס וואלט נאך געווען פון די שיינע טיטלען.

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:27 pm

· #5910
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
גדעון
א שיינע מעשה האט פארציילט די פאפא ראש ישיבה, וואס בדידיה הוה עיבדא אז מיט יארן צוריק האט זיין רבי דער ויחי יוסף אים געשיקט מיט נאך צוויי אידן צו בעטן א בעל הבית פון א בילדינג אז ער זאל "ארויסווארפן א טענענט" וואס האט געדינגן ביי אים א קענדי סטאר וואס האט אויך פארקויפט אויסגאבעס למיניהם,

א שיינע פאר ניקס וואלטן לכאורה דאן געשריגן אויפן פאפא רב, טעראריסט! און דאס וואלט נאך געווען פון די שיינע טיטלען.

הע, דו ווייסט פון וועלכע אויסגאבעס מ'רעדט? די וועלכע מ'פלעגט איינפאקן אין די ברוינע פאפירענע בעגס וד"ל.

אורח » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:39 pm

· #5920
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
,
דדדגג.jpg

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:42 pm

· #5922
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
שמואל הלוי
נולד מאוחר
ר' אביגדור מילר איז פין די כשרע?
ער איז געווען אנגעליינט מיט גוישע ביכער.

חלילה אזוי צו רעדן, פארוואס זאגסטו אזוי?
אגב יעצט איז זיין יארצייט.

די ניסם פין חז"ל האט ער מסביר געווען על פי טבע, ווייל ס'דארף מאכן סענס.
ער האט נישט געגלייבט אין דיבוקם/גולגל.
מגשם געווען דעם"ורחל, הייתה, יפת-תואר, ויפת מראה. יח ויאהב יעקוב, את-רחל".

אוי טאטי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:54 pm

· #5924
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
יעצט אויפן וועג ארויס פון קאנטינענטאל די זאל איז אנגעפאקט מקצה אל קצה!

יעדער קען שרייבן וואס ער וויל זאגן וואס ער וויל מען קען אפילו ברענגען געשטיקעלטע בילדער אבער איין זאך! עס איז זיי געלונגען!
יאפ! דאס מאל קומט זיך קרעדיט פאר די חשובע עסקנים וואס האבן זיך איבערגעארבעט איבערמידלעך פארן אסיפה!

אורח » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:56 pm

· #5925
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
,
ה-1.jpg

אוי טאטי » פרייטאג אפריל 20, 2012 12:09 am

· #5927
אשריך וויליאמסבורג אשריך!!!
אשריך וויליאמסבורג! אשריך רבני העיר! אשריך מנהלי המוסדות! אשריך בעלי מחנכים! אשריך העסקנים!

עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באשרייבן די הערליכע אסיפת חינוך ״חנוך לנער״ וואס קומט פאר אין די יעצטיגע מינוטען אין די עיר הקודש וויליאמסבורג! ווי צענדליגע עלטערן וואס זוכן צו געבן א ערליכע חינוך פאר די קינדערלעך קומען זוך צוזאם אונטער איין דאך און שעפן זיך אן מיט חיזוק און הדרכה פון די רבנים הגאונים שליטא.

אבער איין זאך וואס מיז ארויסגעברענגט ווערן די אמתדיגקייט פון די אסיפה אז עס איז נישט דערמאנט געווארן קיין איין איינציג ווארט אנטקעגן די שטערן!!!!!

יא! עס איז זיכער אז די הצלחה פונעם אסיפה איז געווען נאר און דעם זכות אז מען האט נישט געזוכט אונטערצוברענגען יענעמס פרנסה!

אשריך וויליאמסבורג אז מען האט דערלעבט!

זר זהב » פרייטאג אפריל 20, 2012 12:11 am

· #5931
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
דעמאלטס אויף וואס האט מען יא געהאקט דארט ?

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 20, 2012 12:30 am

· #5937
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
לויט וויפיל געלט ס'איז אריין אין מארקעטינג, מיט א ציבור וואס האט נישט קיין סאך בעסער וואס צו טאן מיט צייט, איז נישט קיין גרויסע תורה אנצופילן א זאל.
ס'איז בכלל נישט קיין נפקמ"נ וואס די נושא איזץ

געצל » פרייטאג אפריל 20, 2012 1:41 am

· #5953
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אסאך מענטשן, ווייניג מענטשן. גוט גערעדט, נישט גוט גערעדט. גוטע קאמפיין, נישט גוטע קאמפיין.

אלעס פיין און וואויל. וואס זענען די רעזאלוציעס פון די אסיפה?

גייט מען יעצט עפעס טוישן, אדער מער נישט פארקויפן די אויסגאבעס?

און אז מען האט קיינעם נישט ספעציפיש דערמאנט, וועט מען דאך מער קיין צייטונג אין קיין געשעפט נישט טארן אריינברענגען. איז ווער וועט אינפארסירן דעם ניי געשאפענעם תקנה?

געצל » פרייטאג אפריל 20, 2012 1:49 am

· #5956
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
מ'קען שוין משלב זיין די צוויי גרויסע אסיפות...

פון אייוועלט:

קרעמער
צום סוף פון די היינט נאכטיגע מעמד "חנוך לנער" וואס איז פארגעקומען אין זאל פון קאנטינענטל אין וויליאמסבורג מיט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור בליעה"ר יראים ושלמים, האט דער רעדנער הרב יצחק אייזיק קרישעוויסקי איבערגעגעבן א שליחות וואס דער זוהן פון סקולענ'ער רבי שליט"א האט אים באאויפטראגט בשם זיין גרויסן טאטען, צו לאדענען אלע אנוועזנדע צום מעמד כינוס כללי וואס וועט אי"ה פארקומען (א' במדבר?), ער האט געזאגט אז דער סקולענער רבי האט געהייסן איבערגעבן אז א יעדע איד זאל זיך דארט געפונען.

שמואל הלוי » פרייטאג אפריל 20, 2012 8:58 am

· #5974
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געצל
מ'קען שוין משלב זיין די צוויי גרויסע אסיפות...

אין די ימי הספירה איז דא צוויי מאל כ"ח לחודש, און ביידע מאל קומען פאר גרויסע אסיפות צו ראטעווען די יוגנט: כ"ח ניסן קעגן ליין מאטרעאל, און כ"ח אייר קעגן טעכנעלאגיע.

בן תמליון » פרייטאג אפריל 20, 2012 9:09 am

· #5975
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך בין געווען מהחל ועד כלה סאיז געווען א פאר הינדרעט מיט די בחורים. לדעתי איז עס געווען היפש קינדעריש אין טאן מיט די אלע מנהלים און מגידי שיעור מיינען אז זיי רעדן פאר בחורים אין חדר. איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט) דער עולם האט אליין געדארפט פארשטיין דאס האט דאס אינגל גענומען פון קול מבשר צו דער שטערן. אויך זאגט ער אז מענטשן פרעגן די קינדער האבן נישט וואס צו טוהן זאגט ער יא זאלן זיי גיין ליידיק אזוי וועט די תורה האבן פלאץ. (לא יאומן דער איז א מנהל און מחנך קינדער). פיקח גלאנץ פון פאפא זאגט אז ווען א קינד ליינט פון ביל געטס וועט ער קיינמאל און לעבן נישט זיין ציפרידן אויך ווען א קינד ליינט איבער א איד וואס האט געמאכט א סעודת הודאה ביי א קרוז שיף עקסידענט וואקסט אויף אז אויך ער וועט גיין אויף א קרוז שיף. הרב כ"ץ האט אנגעפירט א 1 מען פיליבאסטער א שעה אהאלב זאגנדיק חסידות מיט מעשיות מארקאוויטש האט געשטיפט צעטליך סהאט נישט געהאלפן. ר' קרישעווסקי האט געשריגן יעלות אז א שם משמואל געשריבן תרע"ד איז ממש תשע"ב. נאכדעם עפעס א 23 יעריגער קראלע מנהל וואס האט גערעדט דאס בעסטע פון זיי אלע.

בן תמליון » פרייטאג אפריל 20, 2012 9:10 am

· #5976
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
עס האט אויסגעקוקט ווי קול מבשר באדערט זיי זייער שטארק ווייל קינדער הערן צו צו אנדערע יעדן טאג אויסער זיי. למעשה אלעס בלייבט ביים אלטן הכל על מקומו.

nescafe » פרייטאג אפריל 20, 2012 9:18 am

· #5978
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
שמואל הלוי
געצל
מ'ען שוין משלב זיין די צוויי גרויסע אסיפות...

אין די ימי הספירה איז דא צוויי מאל כ"ח לחודש, און ביידע מאל קומען פאר גרויסע אסיפות צו ראטעווען די יוגנט: כ"ח ניסן קעגן ליין מאטרעאל, און כ"ח אייר קעגן טעכנעלאגיע.

שכוח פאר דיין שיינעם געדאנק, עס איז גוטע רעיון נאכצוזאגן ביים שבת טיש.

שמואל הלוי » פרייטאג אפריל 20, 2012 9:20 am

· #5980
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
בן תמליון
למעשה אלעס בלייבט ביים אלטן הכל על מקומו.

ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות

אורח » פרייטאג אפריל 20, 2012 10:03 am

· #5983
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
בן תמליון
איך בין געווען מהחל ועד כלה סאיז געווען א פאר הינדרעט מיט די בחורים

דזשאסט פאר די רעקארד, ס'איז געווען אנגעגרייט צוועלעף הונדרעט בענקלעך

אורח » פרייטאג אפריל 20, 2012 10:14 am

· #5987
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אוי טאטי
אשריך וויליאמסבורג! אשריך רבני העיר! אשריך מנהלי המוסדות! אשריך בעלי מחנכים! אשריך העסקנים!

עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באשרייבן די הערליכע אסיפת חינוך ״חנוך לנער״ וואס קומט פאר אין די יעצטיגע מינוטען אין די עיר הקודש וויליאמסבורג! ווי צענדליגע עלטערן וואס זוכן צו געבן א ערליכע חינוך פאר די קינדערלעך קומען זוך צוזאם אונטער איין דאך און שעפן זיך אן מיט חיזוק און הדרכה פון די רבנים הגאונים שליטא.

אבער איין זאך וואס מיז ארויסגעברענגט ווערן די אמתדיגקייט פון די אסיפה אז עס איז נישט דערמאנט געווארן קיין איין איינציג ווארט אנטקעגן די שטערן!!!!!

יא! עס איז זיכער אז די הצלחה פונעם אסיפה איז געווען נאר און דעם זכות אז מען האט נישט געזוכט אונטערצוברענגען יענעמס פרנסה!

אשריך וויליאמסבורג אז מען האט דערלעבט!

קאט די קרעפ, קול מבשר איז עפעס נישט יענעמס פרנסה?
סתם נאכגעבאבעלט שטותים מיט הבלים

הדד בן בדד » פרייטאג אפריל 20, 2012 10:53 am

· #5998
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
הדד בן בדד

בד"וו, איך זעה נישט וואס מען האט צו זיין באזארגט איבער דעם אסיפה היינט נאכט, אויב איז דער שטערן דער ציהל דאן גייט עס אויפטאהן פונקט אזוי פיל ווי דער איסור, און אויב מיינט מען באמת ערנסט און מען גייט טאקע מעורר זיין איבער "אלע" נישט כשר'ע אויסגאבעס און נייעס ברענגער, דאן איז דאך עס א חשוב'ע זאך ותחזיקנה ידיהם.

דאס האב איך געשריבן נעכטן אין אנדערן אשכול. און איך גלייב אז די בעלי בתים פון דער שטערן האלטן אויך אזוי. למעשה זעהט אויס אז די עסקנים פון דעם חנוך לנער האבן יא געוואלט עפעס אויפטאהן מיט זייער ארבעט, און זיי האבן טאקע געטאהן צו דער זאך און מעורר געווען אויף אלעס, נישט געקליבן דעם מיט וועם זיי זענען גוט און דאס מעג מען און דאס אנדערע נישט. לאמיר האפן זיי זאלן האבן אויפגעטאהן.

תחזיקנה ידיהם.

דעינעש » פרייטאג אפריל 20, 2012 10:57 am

· #5999
א שכוח אלע פאר די באריכטן,

...צירוק צי די גמרא.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 20, 2012 11:02 am

· #6001
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט)

ס'איז גראדע אמת. כ'ווייס במה דברים אמורים. יענער בחור האט געטענהט אז די שטערן האט אים געעפענט די אויגן.
אבער לדעתי - אפילו ס'איז אמת - איז די שטערן כשר כבתחילה. ווארום, מיר האט די חתן-טישער געעפענט די אויגן, און אין פוצה פה ומצפצף..

האט קאפ » פרייטאג אפריל 20, 2012 11:19 am

· #6005
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איז דא איינער וועלכע איז געווען ביים אסיפה נעכטען און קען אראפגעבן טרוקענע פאקטן מיט ציטאטן פון די דרשות מיט א ניכטערן בליק
אן דעי בייסיגע צינישקייט און ליצנות כדי איך זאל קענען הערן במה דברים אמורים?

הערשל » פרייטאג אפריל 20, 2012 11:33 am

· #6008
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קאווע טרינקער
איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט)

ס'איז גראדע אמת. כ'ווייס במה דברים אמורים. יענער בחור האט געטענהט אז די שטערן האט אים געעפענט די אויגן.
אבער לדעתי - אפילו ס'איז אמת - איז די שטערן כשר כבתחילה. ווארום, מיר האט די חתן-טישער געעפענט די אויגן, און אין פוצה פה ומצפצף..

דו ווייסט דאך יא... יונגל אדער בחור?

בן תמליון » פרייטאג אפריל 20, 2012 11:40 am

· #6009
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קאווע טרינקער
איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט)

ס'איז גראדע אמת. כ'ווייס במה דברים אמורים. יענער בחור האט געטענהט אז די שטערן האט אים געעפענט די אויגן.
אבער לדעתי - אפילו ס'איז אמת - איז די שטערן כשר כבתחילה. ווארום, מיר האט די חתן-טישער געעפענט די אויגן, און אין פוצה פה ומצפצף..

וואס? ג'עפענט די אויגן אז יוזל איז משיח אדער סאן אוו סעם אז ער האט זיך ממש ג'צלמט ווי די גלחים מיר פלעגן ליינען אין די (כשרע) מעשה ביכלעך?? יוא וויי איז מיר אזאלכע הבלים צו נאכזאגן אפילו.

הדד בן בדד » פרייטאג אפריל 20, 2012 11:59 am

· #6016
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך בין נישט געווען, ממילא קען איך נישט איבערגעבן טרוקענע פאקטן. אבער א ווארט וויל איך צולייגן צו וואס איך האב פריער געשריבן.

מאנכע פרייען זיך דא אז דער זאל איז געווען פיל, איבערגעפילט. איינער האט אפילו באריכטעט אז עס זענען געווען צוגעגרייט צוועלף הונדערט בענקלעך.

נניח אז דאס איז אלעס אמת, און נניח אז עס זענען געווען נאר פיר הונדערט בחורים און אכט הונדערט זענען געווען אינגעלייט און בעלי בתים. לאמיר זיך מאכן א חשבון. אין וויליאמסבורג וואוינען עלעף טויזענט משפחות. אכט הונדערט מענטשן פון עלעף טויזענט איז בערך זיבן פראצענט. איר הערט? זיבן פראצענט, זיבן מענטשן פון יעדע הונדערט. פאר א חסידות ווי סקווירא אדער פאפא אדער וויזניץ וואלט אזא נומער געווען זייער שיין, ווייל דאס איז פופציג אדער זיבעציג פראצענט פון זייער עולם, אבער פאר אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, צאמצוברענגען אזא מספר מענטשן (אין בין הזמנים...) איז דאכצעך גאר א קליינער הצלחה.

איך גלייב, אז ווען עס וואלט נישט געווען אזא מיאוסע מערכע קעגן איין געוויסע אויסגאבע, נאר ערליכע עסקנים וואלטן סתם אזוי צאמגענומען דעם ציבור פון "גאנץ וויליאמסבורג" פאר התעוררות אויף חיזוק הדת, וואלטן זיי גרינג געקענט אנפולן דעם ארמארי, (לפחות דעם קלענערן זאל). נאר אצינד, ווייל מען שטייט אונטער דעם שאטן פון א נישט תורה'דיגע מערכה, וועלכער יעדער בר בי רב דחד יומא האט געקענט זעהן אז מען מיינט אינגאנצן נישט דעם רבונו של עולם דא, נאר אייגענע אינטערעסן, ממילא האט דער ציבור זיך אפגעשאקלט דערפון, און דעריבער איז דער טוירנאוט געווען זיבן פראצענט, אנשטאט זיבעציג, ווי עס וואלט ווען באמת געדארפט צו זיין ביי אזא סארט כינוס.

אבער נאך דעם אלעם דארף מען נאך אלץ באדאנקען די עסקנים וועלכע האבן לפחות פארשטאנען צו ראטעווען כבוד שמים אין די לעצטע מינוט און נישט פארפירט דעם כינוס פאר פערזענליכע אינטערעסן נאר האבן זיך געהאלטן צו שטארקע פרינציפן מעורר זיין קעגן אלעמען גלייך, אז קינדער דארפן אזעלכע זאכן נישט ליינען. פינטל. און זאל דער אויבערשטער זיי געבן אסאך סייעתא דשמיא זיי זאלן קענען אויפטוהן נאר גוטס.

נ.ב. נאכן זעהן אלעס וואס מען האט ארויסגעשטעלט נעכטן ביים עקספאו, קום איך צו די מסקנה, אז פאר קינדער איז טאקע דא וואס צו ליינען, אבער פאר ערוואקסענע, אדער גרעסערע מיידלעך, איז טאקע נישט דא עפעס וואס צו ליינען אויסער דעם שטערן-שפאקטיוו.

גדעון » פרייטאג אפריל 20, 2012 12:30 pm

· #6024
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
- איך האב געזעהן ביים מעמד א פאטאגראפירער. פרוביר צו זיין אינטער די "איינפלוס פון עפעס" ווען די בילדער וועלן צושפרייט ווערן,
- סאיז מעגליך אז מהאט אנגעפאנגן מיט 1200 בענקלעך (איך ווייס נישט פון ווי יענער נעמט זיין נומער) - אבער מהאט געהאלטן אין איין צוזאמריקן דעם עולם אין צילייגן נאך בענקלעך, דאס איז שוין אויסער דעם וואס א גרויסע עולם האט געמיזט בלייבן שטיין, אזוי אויך איז נישט יעדער געווען ביי די גאנצע מעמד, אסאך זענען געקומען און געגאנגען.
- עס איז געווען זייער ווייניג בחורים אין זאל, און די עסקנים האבן אויך געארבייט א גאנצן צייט אז די בחורים זאלן אויפשטיין און איבערגעבן די בענקלעך פאר די יונגעלייט ובעה"ב
- דו ביסט מורא'דיג אראפצולייגן פינקטליך וויפעל מענטשן ס'איז דארט געווען אן דארט זיין.. געוואלדיג
- אפשר זאגסטו מיר ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס מהאט ציזאמגעשטעלט אזוי פיהל מענטשן פון אלע קרייזן בלויז פאר דרשות? פרוביר דיך צו דערמאנען.
- מהאט טאקע נאר גערעדט פון די שעדליכע ליין מאטריאל פאר די קינדער

בן תמליון » פרייטאג אפריל 20, 2012 1:14 pm

· #6037

סאיז געווען לכה"פ 30% בחורים איך האב מיר ארומגעדרייט אגאנצן צייט. די ערשטע 2 שעה איז געווען היפש ליידיקע בענקלעך שפעטער איז אויך געווען ליידיקע בענקלעך פאר א נויט.

האט קאפ » פרייטאג אפריל 20, 2012 1:36 pm

· #6046
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
בן תמליון האט זיך די ליכט פון דיין אוועטאר אויסגעלאשן? אז דו קענסט נאר זעהן אלעס שווארץ!!!!!!!!!!!!???????????????????????

קרעקער » פרייטאג אפריל 20, 2012 2:28 pm

· #6066
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
כבון דארט געוועהן כמעט ביזען סוף
געוועהן 1200 מענטשען = = שקר!!!!!! סאיז אפשר געווען קוים די העלפט פין דעם
בכלל איז ביי אינז אייביג די סדר צי שרייבען טויזענטער אין צענדליגע טויזענער פארוואס נישט סקאסט נישט קיין געלט

איך וואלט געשאצט אויף 160 אינגעלייט אין ערוואקסענע אין 300 בחורים

אבער סאיז נאך אלס דא עטליכע מאל אזויסאך ליינער פין די שטערען אין ווילאמסבורג

גדעון » פרייטאג אפריל 20, 2012 2:29 pm

· #6067
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
מדבר שקר תרחק (שמות כג)

שמואל שלום שלמה » פרייטאג אפריל 20, 2012 4:15 pm

· #6091
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
הדד בן בדד
איך בין נישט געווען, ממילא קען איך נישט איבערגעבן טרוקענע פאקטן. אבער א ווארט וויל איך צולייגן צו וואס איך האב פריער געשריבן.

מאנכע פרייען זיך דא אז דער זאל איז געווען פיל, איבערגעפילט. איינער האט אפילו באריכטעט אז עס זענען געווען צוגעגרייט צוועלף הונדערט בענקלעך.

נניח אז דאס איז אלעס אמת, און נניח אז עס זענען געווען נאר פיר הונדערט בחורים און אכט הונדערט זענען געווען אינגעלייט און בעלי בתים. לאמיר זיך מאכן א חשבון. אין וויליאמסבורג וואוינען עלעף טויזענט משפחות. אכט הונדערט מענטשן פון עלעף טויזענט איז בערך זיבן פראצענט. איר הערט? זיבן פראצענט, זיבן מענטשן פון יעדע הונדערט. פאר א חסידות ווי סקווירא אדער פאפא אדער וויזניץ וואלט אזא נומער געווען זייער שיין, ווייל דאס איז פופציג אדער זיבעציג פראצענט פון זייער עולם, אבער פאר אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, צאמצוברענגען אזא מספר מענטשן (אין בין הזמנים...) איז דאכצעך גאר א קליינער הצלחה.

איך גלייב, אז ווען עס וואלט נישט געווען אזא מיאוסע מערכע קעגן איין געוויסע אויסגאבע, נאר ערליכע עסקנים וואלטן סתם אזוי צאמגענומען דעם ציבור פון "גאנץ וויליאמסבורג" פאר התעוררות אויף חיזוק הדת, וואלטן זיי גרינג געקענט אנפולן דעם ארמארי, (לפחות דעם קלענערן זאל). נאר אצינד, ווייל מען שטייט אונטער דעם שאטן פון א נישט תורה'דיגע מערכה, וועלכער יעדער בר בי רב דחד יומא האט געקענט זעהן אז מען מיינט אינגאנצן נישט דעם רבונו של עולם דא, נאר אייגענע אינטערעסן, ממילא האט דער ציבור זיך אפגעשאקלט דערפון, און דעריבער איז דער טוירנאוט געווען זיבן פראצענט, אנשטאט זיבעציג, ווי עס וואלט ווען באמת געדארפט צו זיין ביי אזא סארט כינוס.

אבער נאך דעם אלעם דארף מען נאך אלץ באדאנקען די עסקנים וועלכע האבן לפחות פארשטאנען צו ראטעווען כבוד שמים אין די לעצטע מינוט און נישט פארפירט דעם כינוס פאר פערזענליכע אינטערעסן נאר האבן זיך געהאלטן צו שטארקע פרינציפן מעורר זיין קעגן אלעמען גלייך, אז קינדער דארפן אזעלכע זאכן נישט ליינען. פינטל. און זאל דער אויבערשטער זיי געבן אסאך סייעתא דשמיא זיי זאלן קענען אויפטוהן נאר גוטס.

נ.ב. נאכן זעהן אלעס וואס מען האט ארויסגעשטעלט נעכטן ביים עקספאו, קום איך צו די מסקנה, אז פאר קינדער איז טאקע דא וואס צו ליינען, אבער פאר ערוואקסענע, אדער גרעסערע מיידלעך, איז טאקע נישט דא עפעס וואס צו ליינען אויסער דעם שטערן-שפאקטיוו.

אוי הדד זאגסטו גוט. ירבו כמותך בקאווע שטיבל!

טשאווארגוי » פרייטאג אפריל 20, 2012 5:28 pm

· #6098
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
און דאס איז נאך א ליל שישי בין הזמנים

ידען » פרייטאג אפריל 20, 2012 7:32 pm

· #6111
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
יידל ביסט געווען ביים אסיפה?

א באריכט, א באמערקונג?

גארנישט?

gehlungen » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:31 pm

· #6133
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
Its very interesting how this subject is spoken about in KAVEH SHTEIBLE only negative comments. But in IVELT you will only see possitive comments ❗

יידל » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:35 pm

· #6136
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
gehlungen
Its very interesting how this subject is spoken about in KAVEH SHTEIBLE only negative comments. But in IVELT you will only see possitive comments ❗

א. אין אייוועלט איז די אשכול אויף דעם נושא פארשפארטגעווארן נאך 5 תגובות.
ב. מיר האבן ב"ה געהאט גדעון און זר זהב וועלכע האבן אונז געפיטערט פאזעטיווע קאמענטארן.

יידל » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:39 pm

· #6138
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
ידען
יידל ביסט געווען ביים אסיפה?

א באריכט, א באמערקונג?

גארנישט?

איך בין געווען. די דרשות זענען געווען אביסל צי דראמאטיש און איבערגעטריבן. די כשר ליין מאטעריאל עקספאו איז געווען א געוואלדיגער זאך (בעיקר ווייל זיי האבן נישט געהאט פון די פארטייאישע צייטונגען) און דאס אז מ'האט כמעט נישט דערמאנט דארט קיין נעמען פון קיין ספעציפישע ליין-מאטעריאל איז אויך געווען א געוואלדיגער זאך. אבער ביסוד הדבר מוז איך זאגן אז איך בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער שטערן שאדט פאר די יוגנט.

שרייבער » זונטאג אפריל 22, 2012 12:21 am

· #6213
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
צו דער שטערן שאדט פאר די יוגנט צו נישט ווייס איך נישט

איך פערזענליך קויף עס נישט

מיר באדערט אבער די זעלבע די אלע גויאישע ארטיקלען אין די צייטונגען, און מהאי טעמא קויף איך יענץ אויך נישט, איך וויל נישט מיינע קינדער זאל עס ליינען עכ"פ אין די יוגנט יארן, אביסל שפעטער אפילו אויב זיי וועלן זיך צוכאפן דערצו וועט עס האפנטליך נישט שאטן פונקט ווי ס'האט מיר נישט געשאדט, איינמאל מען איז אנגעליינט מיט סיפורי צדיקים כנלע"ד

מיר באדערט אבער וואס אסאך באדערט, פארוואס מאכסטו איבערקערענישן ווען דו אליין ביסט נישט בעסער, כלומר די צייטונג פון דיין פארטיי

געצל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:49 am

· #6285
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
יידל
אבער ביסוד הדבר מוז איך זאגן אז איך בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער שטערן שאדט פאר די יוגנט.

און וואס וועסטו זאגן צו די עלטערן וואס רעדן זיך אפ און די מלמדים וואס וויינען אז די קינדערס קעפ ליגן אין זאכן וואס העלפט זיי נישט צום לערנען? )איידל גערעדט...(

ענטפער נישט אז אנדערע לייען מאטריאל זענען די זעלבע, ווייל מיט דעם ביסטו גערעכט.

לכאורה וועסטו זאגן אז גארנישט שאדט זיי נישט.

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:58 am

· #6312
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געצל
יידל
אבער ביסוד הדבר מוז איך זאגן אז איך בין בכלל נישט קאנווינסד אז דער שטערן שאדט פאר די יוגנט.

און וואס וועסטו זאגן צו די עלטערן וואס רעדן זיך אפ און די מלמדים וואס וויינען אז די קינדערס קעפ ליגן אין זאכן וואס העלפט זיי נישט צום לערנען? )איידל גערעדט...(

ענטפער נישט אז אנדערע לייען מאטריאל זענען די זעלבע, ווייל מיט דעם ביסטו גערעכט.

לכאורה וועסטו זאגן אז גארנישט שאדט זיי נישט.

איך זאג נישט אז גארנישט שאדט נישט, אבער א נארמאלער קינד וועלכער האט א געשמאק אין לערנען, פארלירט עס נישט פון לייענען שטערן איינמאל צו צוויי מאל א חודש.

געצל » זונטאג אפריל 22, 2012 1:14 am

· #6362
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 1:15 am

· #6365
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
א מנהל אדער מלמד וואלט יעצט נישט געזיצן אין קאווע שטיבל אזוי שפעט. (מ'דארף דאך האבן כח צו די קינדער מארגן)

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 1:18 am

· #6372
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געצל
מנהלים און מלמדים זאגן דאך אנדערש.

וועם זאל איך גלייבן?

יידל ביסט א מנהל אדער מלמד?

איך האב גערעדט צו א מלמד די שבת. ער זאגט מיר אז שטערן שאדט פאר די וועלכע שפירן ממילא נישט קיין טעם אין לערנען. (אך און וויי אויב א נארישער ארטיקל איבער עיר פארס וואן איז מצליח אוועקצובלאזן א קינד פון לערנען).
בלאט: 1 2 3