☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אבסערוואציעס אויף די מגילה

אבסערוואציעס אויף די מגילה

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3040
בלאט: 1 2

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:08 pm

· #90761
[ציטאט אראפגענומען]

תיתי לי שקיימתי המצוה לשמוע לדברי חכמים. ומי לנו גדול מהחכם קופערניקעס.
אגב אז מען רעדט שוין פין דיין חכמה, וויל איך דיך פרעגען א שאלה, אזוי צווישען מיר און דיר. איך פארגין דיר דיין גאנצע חכמה מיט אלעם, אבער אז תנועה איז רעלאטיוו, דעמאלט וואס איז די חכמה פון זאגען וואס עס דרייט זיך ארום וואס? 😛

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:14 pm

· #90763
מוח שליט האט געשריבן 'וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך''
ווער איז דאס די בחינת עולם סקוקט אויס אינטערסאנט?
מיינט דאס די זעלבע ווי תכלית הידוע לידע שלא נידע?

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:27 pm

· #90767
נולד מאוחר
מוח שליט האט געשריבן 'וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך''
ווער איז דאס די בחינת עולם סקוקט אויס אינטערסאנט?
מיינט דאס די זעלבע ווי תכלית הידוע לידע שלא נידע?
דער מחבר פון בחינת עולם איז ידעיה הפניני

א מפרש אויף דעם בחינת עולם צייכענט אהן אז דער ספר העיקרים מאמר ב' פרק ל', [אין די סאמע לעצטע ווערטער אינעם פרק] ברעגט נאך גענוי די ווערטער פינעם בחינת עולם, תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:20 pm

· #90791
מוח שליט
מיט דיין הבנה קען מען אויך פארשטיין די ענליכקייט פון די נאמען מרדכי צום בבלישן אפגאט Marduk
איך מיין אבער אז עס קען טאקע זיין אז זיי האבען געהאט בבלישע נעמען, [וואס בשרשם איז דאס געווען על שם אן אפגאט. אבער נישט אז מרדכי ואסתר האבען געהאט בכוונה פון אן אפגאט.

דארף מען וויסן אויב מען האט נאך אין יענע צייטן געדינט מרדוך און עשתר. מיר זעט אויס אז יא, ווייל תמוז, דער אפגאט וואס איז געווען דער "מאן" פון עשתר, ווערט נאך דערמאנט אין יחזקאל (ח יד). אויב דאס איז ריכטיג איז שווער צו גלייבן אז מען האט נישט געוואוסט פון וואו די נעמען שטאמען. עס איז אזוי ווי א היינטיגער רב זאל זיך רופן הרב דזשיזוז קרייסט און זיך פארענטפערן אז ער'ט נישט געוואוסט פון וואו די נעמען שטאמען.

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:22 pm

· #90792
מוח שליט
יא מ'זעהמיר בשיינפערליך די כוח פין יו"ט פורים. א נייער אור, א נייער יאיר. א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. קימו מה שקבלו כבר.

ס'איז אלעס דער זעלבער יאיר, מ'דארף נאר גוט קוקן וואס איז באהאלטן בבחינת הסתר אסתיר און קומט ארויס אין ליכט פון דעם גרויסן אור פון פורים ווען אלעס ווערט נתגלה און מ'קען גארנישט באהאלטן, כמו שהאריכו בענין נכנס יין ויצא סוד.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:19 pm

· #91162
דאכט זיך אז איינמאל שטייט אין מגילה מומכן אנשטאט ממוכן, וואסי פשט

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:42 pm

· #91203
זר זהב
דאכט זיך אז איינמאל שטייט אין מגילה מומכן אנשטאט ממוכן, וואסי פשט

סיני מאלאוויצקי וואלט מסתם געזאגט ס'האט ציטאן מיטן בחור

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:20 am

· #91261
יאיר
מוח שליט
יא מ'זעהמיר בשיינפערליך די כוח פין יו"ט פורים. א נייער אור, א נייער יאיר. א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. קימו מה שקבלו כבר.

ס'איז אלעס דער זעלבער יאיר, מ'דארף נאר גוט קוקן וואס איז באהאלטן בבחינת הסתר אסתיר און קומט ארויס אין ליכט פון דעם גרויסן אור פון פורים ווען אלעס ווערט נתגלה און מ'קען גארנישט באהאלטן, כמו שהאריכו בענין נכנס יין ויצא סוד.

כיהודה ועוד לקרא אויף דעם נייער יאיר, קבלת התורה איז געווען נאר בבחינות כפייה דהיינו טוהן נאר וואס מ׳מוז ווייל אזוי שטייט בפירוש, אבער די אלע נייע ענינים וגדרים וואס בעצם קען מען זיך מתיר זיין מיט אריין לערנען א נייער פשט און רמב״ם וכו. דאס איז דער יאיר פון אגאנץ יאר אבער פורים איז קיימו מה שקיבלו כבר באהבה אפילו אויף ענינים וואס מ׳קען זיך ווען מתיר זיין וכלשון שליט מווערט א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. קימו מה שקבלו כבר.
דאס קען אויך זיין דער ענין פון די גמרא שבת למה נתחייבו שונאיהם של ישראל כליה? על שנהנו מסעודת אותו רשע לכאורה איז דאס נישט קיין בפירוש ער חטא סגעווען כשר׳ס כדת אין אונס נאר אה״נ ממעג אבער א א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. איז דאס שוין נישט און אויף דעם איז געקומען דער תיקון קימו מה שקבלו כבר באהבה וק״ל

מוח שליט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:26 am

· #91283
כמבואר לעיל ברענגט זיך ארויס פון די מגילה, א מהלך פון לעבן אהן קיין שום הגדרות און אהן קיין שום מושגים. באופן של "תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך". אמת עס שטייט גראד ווייטער, "ואולם נדע היותך נמצא". דארף מען דאך פארשטיין אז אויב ווייסט מען נישט וואס עפעס איז, אויב מיר האבען נישט קיין שום הגדרה בו כלל וכלל, וואס מיינט דעמאלט אז מיר ווייסען אז ער איז נמצא? וואס איז נמצא? עס קומט מיר פאר ווי איינער זאגט פאר זיין חבר אז "איך בין מאמין באמונה שלימה עפעס א זאך אויף בערל אונזער חבר... אבער איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס דער "עפעס" איז. פרעגט אים די חבר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב דו האסט נישט קיין שום ידיעה וואס דער "עפעס" איז, וואס אייגענטליך גלייבסטו? ווי איך פארשטיי די ענין, איז די תירוץ אז מען גלייבט נישט אין עפעס. מען גלייבט נאר און דאס צוווארפען פון אלע גדרים והגבלות, מען גלייבט און שיטת השלילי, פון חוזק מאכען פון אלע הגדרות און חשבונות. דאס איז באמת די טיפסטע דרגא און אמתדיגע אמונה.

ווען מען לערנט אויס א קליין קינד די מושג פון אייבערשטער, איז עס נישט מעגליך צו טוהן אהן דעם וואס מען זאל לאזען דאס קינד מיט שטארקע ציורים פון הגשמה. אבער ווען מען ווערט עלטער דארפען די אלע מושגים אוועקפאלען. מען קען נישט איבערבלייבען אפי' מיט קיין "עפעס". אפשר דארף מען אנקומען צום דרגא ווי מען זעהט פשוט אז לויט וויפיל מען לאזט זיך ארויס פון די גדרי העולם וחשבונותיה, אויף אזוי פיל איז אויף א מיסטעריעזען אופן פאלט אלעס אין פלאץ, און אלעס פארט אויף א גוטען וועג. די מגילה ווייזט ווי די חשבונות, הגדרות, געזעצען [חוקי הטבע, אדער מענטש געמאכטע] זענען ליצנות. מען פרובירט אבער נישט מסביר צו זיין וואס "דאס" איז. מען צייכענט נישט אהן קיין "עפעס". מען ווייזט נישט מיטן פינגער. מען זאגט נישט א ווארט וואס האט נישט קיין באדייט.

[אגב עס קען זיין אז דאס וואס די שטייפקייט פון מרדכי אין זיינע פרינציפען און גדרים, אז לא יכרע ולא ישתחוה, האט גורם געווען די גאנצע צרה, ברענגט אויך ארויס דעם נקודה. (עי' בענין זכריה בן אבקילוס ביים חורבן ביהמ"ק).]

נשמה יתירה, אפשר העלפסטו אביסל ארויס דא. זיי מסביר בעסער פארוואס טאקע דעי בחינה איז דאס וואס מאכט פורים גרעסער פון יום כיפור בדרך קבלה וחסידות. פארוואס מיטן לאכען פון אלע חשבונות און הגדרות פון די וועלט, איז מען א מאמין בה'. איך זעה אזא ענין דא, אבער עס איז קצת מחוסר הבנה אצלי. אפשר קענסטו אויך מסביר זיין פארוואס דאס לעבען אהן קיין הגדרות וחשבונות איז גורם אז עס זאל זיך אייביג פונקט אויסשטעלען א ישועה. ווי די פסוק וואס יאיר האט אנגעצייכענט, "רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר", די בריאה וועט עפעס צושטעלען די ישועה. וואס איז די הבנה פון דעי מהלך.

כמובא לעיל אז מען דערמאנט נישט דעם אייבערשטען און די מגילה מכל וכל. נישט בדרך תפלה אליו בשעת די צרה, און נישט בדרך הודאה אליו בשעת די ישועה. קומען די חז"ל און זאגען אז אפי' אונז בזמנינו אנו, זאלען מיר אויך נישט לויבען דעם אייבערשטען. נישט זאגען קיין הלל, וקריאתה זו הילולה. דאס איז אויך די נקודה הנ"ל.

חז"ל מאכען דעם יו"ט א פייערונג פון שיטת השלילי. ארויסגיין פון אלע מושגים. הן פון טוב ורע, און הן פון ידיעת ה' באופן של נדעך. אלעס איז לא נדע אין פורים.

די מסורה וואס חז"ל האבען געהאט וויאזוי צו פראווענען דעם יו"ט. דהיינו די וועג פון עד דלא ידע, די וועג פון שמחה באופן של הוללות כמעט, מענער פארשטעלען זיך ווי פרויען וכדו', איז עפעס גאר א שטארקע יוצא דופן פון די גדרי וחוקי התורה, [ועוד פרטים אחרים בדרך זה. ווי למשל דאס נישט זאגען הלל המובא לעיל]. עס לאזט זיך נישט פארוואסערען מיט זאגען אדער טראכטען ווי די אפיקורסים וואס יאיר איז מצטט [און מגנה]. עס איז נישט געווען א תקופה פון התבוללות בצירוף מיט אידישע שטאלץ. פארקערט עס ברענגט זיך ארויס גאר א העכערע דרגא. חז"ל האבען פארשטאנען די נואנסעס פון די מגילה און געזעהן דעם שיטת השלילי שבו. דערפאר איז די מצוות והנהגת היום אויסגעשטעלט אויף דעם אופן.

איך פרוביר נישט דא צו זאגען שיינע תורהלעך און געדאנקען. דאס איז מיין אביעקטיווער, [אומקלארער] בליק אויף די גאנצע נושא. פליז פארעכט ווי איך בין פארפארן.

איינגעמיירעט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:51 pm

· #91580
מוח שליט
נאך אבזערוואציעס אויף די סיפור המגילה.
כמובא לעיל איז די מעשה פון די מגילה א צוזאמשטעל פון מקרים וואס פאלען פונקט אריין אין די right place at the right time. און טאקע אויף אן אופן ווי די מקרים שטארקען זיך אויף אלע אויסגערכענטע פלענער, און איעדע פלאן אויף איין דיירעקשאן ברענגט ארויס א מקרה אויף די פארקערטע וועג.
חוץ די פאר זאכען וואס איך האב שוין דערמאנט אויבען, איז דא א גאנצע ליסטע פון אזעלכע מקרים.
פונקט דעמאלט ווען המן גרייט אהן דעם הויכען בוים צו הענגען מרדכי, וויל אחשורש באלוינען דעם זעלביגען מרדכי.
דער שיינער ניגון פון "ויבא המן" איז די turning point פון די גאנצע מגילה. די פעולה פון אריינקומען מיט א חשבון, ווערסוס די כח פון די מקרים, וואס דרייט איבער די גאנצע חשבון ממש מהיפך להיפך, קען נישט בעסער ארויסגעברענגט ווערען ווי מיט דעם ויבא המן.
פונקט איז המן, מרדכי'ס גרעסטע שונא, געווארען דער וואס באשענקט אים גאר מיט אזא ריזיגע כבוד. דאס געשעהט טאקע די רגע ממש וואס ער קומט אריין מיט'ן חשבון צו בעטען רשות אים אויפצוהענגען. אט יענע רגע איז בלא יודעים שענקט ער אים א ריזיגען כבוד. נישט נאר ער שענקט דאס אים, נאר ער פירט דאס טאקע אויס בפועל. געצווינגענערהייט גייט ער ארום שרייענדיג אז דער מענטש וואס פאר פינעף מינוט צוריק האט ער כמעט באקומען רשות אים צו הענגען, איז גאר אן איש אשר המלך חפץ ביקרו.
אט די געדאנקענגאנג איז נישט נאר מצד די כותב המגילה וואס זעהט דעם גאנצען בילד און אבזערווירט די מקרים און זעהט אז השתדלות העלפט נישט צו פארבעסערען דעם גורל פינעם מענטש. דאס איז אויך מצד די מענטשען אינעם מעשה זעלבסט. זיי פרובירען אויך צו טוהן זייערע פעולות מיט אזא מהלך.זיי האבען אויך פארשטאנען אז די אזויגערופענע בלינדע מקרי האדם האבען עפעס א מיסטעריעזען כוח וואס לאזט זיך נישט פון אלע שיין אויסגערעכענטע פלענער.
אנגעהויבען פארשטייט זיך מיט די גורלות וואס המן האט געמאכט. ער וויל א פלאן וואס זאל גיין באופן מקרה. ער פרובירט אריינצושטעלן זיין אויסגערעכענטע פלאן בגדרי המקרה. ער וויל אז די בלינדע גורל זאל דאס אויספאסקענען.
המן'ס חכמים האבען אויך געארבעט מיט אזא מהלך. זיי האבען געזעהן די דירעקשאן וואס די מקרים פארן און געזאגט אז דאס איז עס. נפול תפול לפניו.

בענין די צוויי משתות אסתר איז אויך מסתבר אזא מהלך. זי האט געווארט פאר עפעס א cue, א סימן וואס זאל ווייזען אז עס פירט זיך און איר ריכטונג. די ערשטע משתה איז המן געווען שמח וטוב לב, ווי עס שטייט ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב, האט זי דעריבער אפגעשטופט איר בקשה. דאס צווייטע טאג קען מען זיך שוין אליין פארשטעלען וויאזוי ער האט געפילט. נאכדעם וואס ער האט ארומגעפירט זייל ארכ-שונא מיטן גרעסטען כבוד, און נאכ'ן באקומען די שווארצע נבואה פון זיינע חכמים. אסתר האט אוודאי אויך געוואוסט פון זיין קלאסאלער דורכפאל, איז דעריבער האט זי פארשטאנען אז יעצט איז די פאסיגע מינוט. אסתר'ס געדאנקענגאנג was proven right. דער "וגם הנה העץ אשר עשה המן למרדכי אשר דבר טוב על המלך", איז נאר שייך געווען דעם צווייטען טאג, נאכען נדדה שנת המלך וואס האט גורם געווען די קריאת בספר הזכרונות וכו'.

אין אזא מין געדאנקענגאנג האבען קליינע דעטאלען א גרויסע כח. מען שפירט די דירעקשאן וויאזוי די זאך פירט זיך, און מען לאזט זיך ווערען געפירט. עס קוקט אויס ווי אלע players האבען געהאלטען פון אזא מהלך. אחשורש איז ארויס צום גינת הביתן, און המן איז מיט בקשות ותחנונים געפאלען אויף איר בעט. דער קעניג קומט אריין און זעהט א מראה פון שכיבת המן על מטת אסתר. ער רופט זיך אהן הגם לכבוש את המלכה עמי בבית. הדבר יצא מפי המלך - [נישט קיין פעולה פון רעדן, עס איז עפעס יצא מפיו.] די ווערטער האבען געהאט די כוונה פין די שכיבה במטת אסתר, אבער עס האט זיך דערהערט א משמעות אויף די גאנצע ענין פון המן'ס רצון פון הרגענען די אומה פון די מלכה.
אוודאי קענען מיר נישט פארגעסען פינעם ויתלו את המן על העץ אשר הכין למרדכי... דעם זעלבען בוים וואס איז אויספלאנירט געווארען דורך זיינע חכמים אלס די שפיץ פון זיין נקמה במרדכי, איז גאר געווארען די קרוין פון זיין מפלה.
דערנאך זעהן מיר אז דאס וואס המן'ס בריווען זענען געווען בשם המלך אחשורש און מיט זיין זיגעל, א זאך וואס לאו דוקא איעדע בריוו האט דאס געהאט, והאגרות של" להיות כל איש שורר" יוכיח, וואס דאס גופא מאכט די בריוו אומזיגבאר, מען קען דאס נישט צוריקציען. איז דאך דאס חתימת המלך אויפען גזירה, א גאר געפערליכע חלק פינעם גזירה. שטעלט זיך אבער אויס אז דאס גופא איז גורם ממש להיפך. ווען נישט דאס אז די בריווען זענען אזוי שטארק, וואלט אחשורש מסכים געווען צו אסתר בקשה פון להשיב את הספרים מחשבת המן. דעמאלט וואלט סך הכל געווען אז די גזירה איז בטל געווארען. עס וואלט נישט געווען א געלעגענהייט פאר די אידן קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. וויבאלד אבער אז דאס איז נישט געווען קיין אפציע, האט מען געמיזט שיקען א בריוו וואס געבט די רעכט פאר די אידן זיך קעגנצושטעלן די אויספאלגערס פינעם ערשטען בריוו. ומכח גודל הפחד פון מרדכי, האבען אלע לאקאלע ממשלה איינגעשטעלטע געווען אויף די זייט פון די אידן, כי גדול מרדכי בבית המלך. קומט אויס אז די אומרירבארקייט פינעם גזירה איז גורם אז די אידן האבען א מעגליכקייט קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. נאר אזוי איז געווארען דער ונהפוך הוא...שהיהודים שולטים בשונאיהם. דאס וואס די אידן האבען געמיזט זיך דעפענדען און עומד זיין על נפשם, ווייל עס איז דאך געווען די ערשטע בריוו וואס איז נישט בטל געווארען, דאס האט גורם געווען א בעסערע לאגע פאר די אידן, מיטן עלימינירען זייערע שונאים.

אין א געוויסע וועג איז דאס א פאטאליסטישע צוגאנג, עפעס א בחינה פון כאשר אבדתי אבדתי. די מענטש'ס גורל וועט זיין וואס עס וועט זיין. מען קען זיך אפשר אביסל משתדל זיין זיך אריינצושטעלן אין א געניסטיגע מקרה, אבער דאס איז עס, נישט מער. עד כדי כך אז אין די מגילה שטייט נישט קיין איין ווארט פון בקשה צום אייבערשטען ביים צרה. אויך נישט קיין הודאה צום אייבערשטען ביי די ישועה.
במושכל ראשון קוקט דאס אויס ווי א התרחקות פינעם אייבערשטען, מען האט אינגאנצען פארגעסן פינעם אייבערשטען ח"ו. כעין דעם עד דלא ידע, ווען מען ווייסט נישט קיין חילוק בין טוב לרע.
וואס איז פשט מיט דעם גאנג?
עס קוקט אויס זייער עהנליך צו surrealism

איעדע נקודה וואס די זאגסט שטייט וואס אהרט דיך צוברענגען א גאולה לעולם שרייב א מקור , איך בין דיר נישט חושד אלץ עם הארץ

kliger » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:38 am

· #91657
פון וואו נעמט די גמ' אז מרדכי האט געהאלטן אינמיטן לערנען הלכות קמיצה?
און בכלל די אלע פרטי הסיפור

kliger » פרייטאג מערץ 1, 2013 8:38 am

· #91694
גירוש שפאניע איז נישטא קיין מחלוקת פון רבנים אויף יעדע פרט.
פון די מהלך פון די גמ' און פון די פיהלע מדרשים וואס מען דרש'נט פון איין ווארט גאנצע פרטים זעהט אויך נישט אויס ווי דו זאגסט.

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 1, 2013 9:57 am

· #91704
זיי דרשנ'ען דען די פסוקים? זיי האבן געהאט מקובל פון די זיידעס אז מרדכי האט געמאכט אזוי (איך מאך יעצט מיט מיין הענט א קמיצה...) מיט די קינדערלעך.

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:09 am

· #91711
דער תרגום שני אויף די מגילה האט גאר אינטרעסאנטע מעשיות, וואס מען קען פרעגען אויף יעדעס נקודה פין ווי מען ווייסט.

א גאר אינטרעסאנטע שפעקילאציע וועגען די זמן פין קעניג אחשורוש אין ווי ער ווערט דערמאנט אין אנדערע היסטארישע דאקומענטען, קען מען זעהן אין ספרים בלוג. די מיט שוואכע הערצער ווערען געבעטען נישט אהין צו קוקען.

מוח שליט » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:49 am

· #91728
איינגעמיירעט
איעדע נקודה וואס די זאגסט שטייט וואס אהרט דיך צוברענגען א גאולה לעולם שרייב א מקור , איך בין דיר נישט חושד אלץ עם הארץ


איך האב נישט [ביודעים] נאכגעזאגט קיין איין איינציגע זאך. איך האב פשוט געלערנט די מגילה באופן פון ממש עקספעריענסען און ענדזשאויען די גאנצע געשיכטע. און איך האב געשפירט די נקודות וואס איך האב דא געשריבען. איך שטעל מיך פאר אז א חלק פון די נקודות שטייט שוין. עס איז מיר גראדע א גרויסע חידוש אנצונעמען וואס דו זאגסט אז "איעדע נקודה" וואס איך זאג שטייט שוין. אבער איך בין דיך נישט חושד פאר א שקרן.

אויב איז דיר נישט שווער איז נאכדעם וואס דו וועסט פארטיג זיין מצטט זיין די "מהר"ל'ס וואס פארענטפערן אלע אגדות חז"ל" [כדבריך], און נאכדעם וואס דו וועסט אויך האבען די צייט מסביר צו זיין פארוואס די דין ודברים וואס איך מיט אנדערע האבען געהאט בדברי הביאור הלכה, איז "פול מיט עם הארצות" [כדבריך], זיי מוחל ביטע און צייכן אהן די מקורות אויף "א יעדע נקודה" וואס איך האב דא געשריבן. ונזכה לגאולה שלימה במהרה דידן, אמן ואמן.

מוח שליט » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:30 pm

· #91770
ממי שאמרו'ס געשמאקע אשכול אויפען ענין פון מזל האט מיך אויפמערקזאם געמאכט אויף דעם ענין וואס עס שטייט אין חז"ל אז אידן האבען א גיט מזל אין חודש אדר. פארוואס זאגט מען דאס נישט אויף חודש ניסן? איז דען די גאולה פון מצרים נישט קיין געוואלדיגע געשעעניש?
לענ"ד זעהט מען ווייטער די ענין אז חז"ל האבען אפגלערענט די נס פורים ווי עפעס א מזל זאך, מלשון פור וגורל. דהיינו אז די לאטטערי האט אונז גוט געשפילט. נישט ווי די גאולת מצרים וואס איז דוקא א בחינה פון אני ולא מלאך.
איינגעמיירעט, א מקור ביטע 😉 .

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:01 pm

· #91880
מוח שליט
יאיר
מוח שליט
נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?
.....כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.
וואס מיינט דאס אלעס?

עס מיינט, לויט ווי מיר האבן מקובל פון חז"ל און פון דורי דורות ביי גאנץ כלל ישראל, אז דער אמת'ער פשט איז אז אונטער די אלע אויבפערלעליכע qoincidences ליגט באמת באהאלטן דעם יד ה' אויף א דירעקטע, פערזענליכע אופן וואס מיר קענען נישט באגרייפן. דאס איז דער ריכטיגער מהלך ומיניה לא נזוע. לויט דעם מהלך ווערט אויך פארענטפערט פארוואס הדסה האט זיך געגעבן א גוי'אישער נאמען פונקט 'אסתר' וואס באציט זיך לכאורה אויף דעם בבלי'שן אפגאט עשתר, נאר לויט ווי די ספרים ערקלערן איז פונקט פארקערט, זי האט זיך דירעקט געגעבן דעם נאמען אסתר מלשון הסתר אסתיר את פני, צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה',

מיט דיין הבנה קען מען אויך פארשטיין די ענליכקייט פון די נאמען מרדכי צום בבלישן אפגאט Marduk
איך מיין אבער אז עס קען טאקע זיין אז זיי האבען געהאט בבלישע נעמען, [וואס בשרשם איז דאס געווען על שם אן אפגאט. אבער נישט אז מרדכי ואסתר האבען געהאט בכוונה פון אן אפגאט.

אבער אזוי ווי דער בעל המאמר ברענגט ארויס אז די אללע נעמען (מרדכי ואסתר און להבדיל המן)זענען מרומז אין די תורה. ממילא קומט אויס אפילו אז ס'איז געווען אין פערסיע אן עבודה זרה מיט אן ענליך-קלונגנדן נאמען, איז אבער דער אידישער נאמען דער עיקר. אנדערש וואלטן חז"ל אין די גמרא נישט געברענגט קיין רמז אויף די נעמען פון די תורה שבכתב.

יאיר » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:37 pm

· #91897
מוח שליט
כמבואר לעיל ברענגט זיך ארויס פון די מגילה, א מהלך פון לעבן אהן קיין שום הגדרות און אהן קיין שום מושגים. באופן של "תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך". אמת עס שטייט גראד ווייטער, "ואולם נדע היותך נמצא". דארף מען דאך פארשטיין אז אויב ווייסט מען נישט וואס עפעס איז, אויב מיר האבען נישט קיין שום הגדרה בו כלל וכלל, וואס מיינט דעמאלט אז מיר ווייסען אז ער איז נמצא? וואס איז נמצא? עס קומט מיר פאר ווי איינער זאגט פאר זיין חבר אז "איך בין מאמין באמונה שלימה עפעס א זאך אויף בערל אונזער חבר... אבער איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס דער "עפעס" איז. פרעגט אים די חבר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב דו האסט נישט קיין שום ידיעה וואס דער "עפעס" איז, וואס אייגענטליך גלייבסטו? ווי איך פארשטיי די ענין, איז די תירוץ אז מען גלייבט נישט אין עפעס. מען גלייבט נאר און דאס צוווארפען פון אלע גדרים והגבלות, מען גלייבט און שיטת השלילי, פון חוזק מאכען פון אלע הגדרות און חשבונות. דאס איז באמת די טיפסטע דרגא און אמתדיגע אמונה.

ביטע זיי נישט ברוגז, אבער די ווערטער ברענגען ארויס ביי מיר בייז בלוט, כידוע ליודעי ומכירי. גלייבן אין שיטת השלילי מיינט אז מען קומט אן אין די ענדע צו עקסטרעמע סקעפטיציזם, וואו עס איז נישטא קיין מושגים, קיין גדרים, קיין חוקי הטבע, און אודאי נישט קיין באשעפער. דאס איז א טיפע פלאנטער, און ווען דו ענדיגסט דיינע אבזערוואציעס און דו קומסט אן ביז אונטן, ביטע שלעפ ארויס פון דארטן דוד הום און פיררהא ווען דו באגעגנסט זיי.
אקעי, סארי פאר די שארפע שפראך, אבער דער תכלית פון סקעפטיציזם איז אנצוקומען צו דעם ריינעם אמת, צו וויסן צו פינאנדערשיידן צווישן אמת און שקר, דער תכלית איז נישט צו בלייבן פארזינקען דארט און אפמאכן אז עס איז טאקע אלעס איין גרויסע צומישעניש. אדרבה, דאס וואס מיר זעען אז ווען מען לאזט אלעס לויפן כסדרן ארבעט זיך אלעס אויס, דאס איז די גרעסטע ראיה צו די וואונדערליכע שכל וואס ליגט אונטער די אלע צומישענישן. יעדער "צומישעניש" איז א באזונדערע כוח, א רצון, א שטארקייט פון איינע פון די גזיליאנען פרטים אין די טבע, און די וואונדערליכקייט דערפון איז אז אלעס קארעספאנדט איינער צום צווייטן, אזוי אז צום סוף קומט ארויס א הערליכער בילד. יא, עס זענען דא שוועריקייטן אויפ'ן וועג, relapses, און אפילו צומישענישן, אבער צום סוף קומט ארויס דער אמת. א גוטער משל דערצו איז די עקאנאמיע, וואו פון טריליאנען קלייניקייטן וואס שאפן אפטמאל צומישענישן, ווערט געשאפן א ריזיגע מאשין וואס די מעכטיגסטע בריאה וואלט נישט געקענט פראדוצירן אליין. וכשדקדק תמצא דדין רזא דאבלוציה.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2013 12:17 am

· #91912
ענטפער צו יאיר
אמנם תורת האבולוציה הורתה ולידתה היא בטעות. מפני החיסרון לקחת בחשבון את אצבע האלוקים בבריאה. אם מאמינים שהקב"ה ברא את העולם ואת כל הברואים והאקלימים בתוכה ומסר לחוקי הטבע להתפתחות ממושכת אפשר להגיע להבנה עפ"י היגיון ולהסתדר עם מאמרי חכמי הטבע..

איינגעמיירעט » זונטאג מערץ 3, 2013 1:57 am

· #91955
מוח שליט
איינגעמיירעט
איעדע נקודה וואס די זאגסט שטייט וואס אהרט דיך צוברענגען א גאולה לעולם שרייב א מקור , איך בין דיר נישט חושד אלץ עם הארץ


איך האב נישט [ביודעים] נאכגעזאגט קיין איין איינציגע זאך. איך האב פשוט געלערנט די מגילה באופן פון ממש עקספעריענסען און ענדזשאויען די גאנצע געשיכטע. און איך האב געשפירט די נקודות וואס איך האב דא געשריבען. איך שטעל מיך פאר אז א חלק פון די נקודות שטייט שוין. עס איז מיר גראדע א גרויסע חידוש אנצונעמען וואס דו זאגסט אז "איעדע נקודה" וואס איך זאג שטייט שוין. אבער איך בין דיך נישט חושד פאר א שקרן.

אויב איז דיר נישט שווער איז נאכדעם וואס דו וועסט פארטיג זיין מצטט זיין די "מהר"ל'ס וואס פארענטפערן אלע אגדות חז"ל" [כדבריך], און נאכדעם וואס דו וועסט אויך האבען די צייט מסביר צו זיין פארוואס די דין ודברים וואס איך מיט אנדערע האבען געהאט בדברי הביאור הלכה, איז "פול מיט עם הארצות" [כדבריך], זיי מוחל ביטע און צייכן אהן די מקורות אויף "א יעדע נקודה" וואס איך האב דא געשריבן. ונזכה לגאולה שלימה במהרה דידן, אמן ואמן.

איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען, איך האב נישט קיין צייט צו קיין לאנגע פשעטליך , און איך בין נישט דא צו מקיים זיין ללמד תורה און קאווע שטיבעל,תורה האט זיין פלאץ און זיין אופן וויאזוי מלערנט עס און ווען מלערנט עס און לעניית דעתי והרגשתי איז דא נישט דא די פלאץ,אויב ווילסטו לערנען די סוגיא פון לשמה אדרבה שיק מיר אישי לאמיר זיך אראפזעצן איבער א גיטין גמרא לאמיר לערען די סוגיא פונעם שורש ביז אראפ און דערנאך זאג דיך אליינס צו די ווייסט וואס די רעדסט.
די זעלביגע בנוגע מגילה זעץ דיך אראפ לערן דורך די לעצטע בלעטער און מגילה נקראת ווי די גמרא גייט דורך די מגילה , לערן צו די אגדות מהרש״א ,און אור חדש פון מהר״ל , לערן די מגילה מיט רש״י אב״ע, אלשיך, מנות הלוי,גר״א ,מגילת סתרים,מלבים,אפאר שטיקלעך יערות דבש פון פורים,דאס אלעס איז בעסיקס נאך פאר אפאר שטיקלעך דרשות חת״ס און אביסעלע ליקוטי תורה ועוד און נאך פאר אריינגיין און די ריכטיגע תורת הסוד,און נאכען זיך באקענען אביסעל וויאזוי אונזערע לייבען און גדולים האבען אפגעלערענט אונזער מגילה דעמאלס העסטו זיין א שטיקעל מח שליט צו טרעפן נקודות חדשות און די מגילה.
בנוגע אגדות חז״ל זעץ דיך אנידער איבער א גמרא לערן דורך די סוגיות הגמרא לערן דורך מהר״ל באר הגולה , חידושי אגדות פיר חלקים דערנאך העמיר שמועסן איבער אגדות חז״ל, איין זאך נור לערנען איז נישט וויקיפודיע סאיז נישט קיין אינפארמעשין געיבער,תורה דארף אפלערנען מער ווי איינמאל ובכובד ראש און דערנאך קען מען אהנקומען אל עומק הבנתה
איך העל דיר געבן א קליינע שטיקעל מהר״ל וואס אפילו איינער וואס האט נאכנישט ארויס זיין עומק קען זעען זיין מהלך וויאזוי ער האט פארשטאנען א חז״ל
עיין שבת י׳ ע״א ת״ר שעה ראשונה עיין במהר״ל נתיבות עולם ח״ב נתיב האחרון נתיב ד״א דברי המתחיל בפ״ק דשבת

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 2:41 am

· #91972
אייגעמיירערט,
איך בין נישט מחיוב צי לערנען פריערדיגע ספרים אז איך וויל פארשטיין תורה. די פריערדיגע האבן אויך נישט געלערנט אלע פריערדיגע ספרים.
אודאי איז עס א קליגע זאך צי זען וואס א צווייטער האט צי זאגן, אבער סנישט בהכרח אז די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט דא אויס האבן געלערנט בעסער פשט ווי א היינטיגע מוח שליט.
כהאב דיר שוין אמאל געפרעגט די קשיא מיין חבר און ישיבה האט ציגעטראפן צי שטעקער ר' עקיבא איגרס אן עי דעלי בעסיס. אן דעם וואס ער האט געלערענט וואס פרעעדיגע האבן צי זאגן.

מאטי » זונטאג מערץ 3, 2013 4:23 am

· #92001
איינגעמיירעט שרייבט
איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס האסט דיך א נאמען געגעבן ״איינגעמיירעט״ וק״ל

מאטי » זונטאג מערץ 3, 2013 4:31 am

· #92003
נולד מאוחר
אייגעמיירערט,
איך בין נישט מחיוב צי לערנען פריערדיגע ספרים אז איך וויל פארשטיין תורה. די פריערדיגע האבן אויך נישט געלערנט אלע פריערדיגע ספרים.
אודאי איז עס א קליגע זאך צי זען וואס א צווייטער האט צי זאגן, אבער סנישט בהכרח אז די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט דא אויס האבן געלערנט בעסער פשט ווי א היינטיגע מוח שליט.
כהאב דיר שוין אמאל געפרעגט די קשיא מיין חבר און ישיבה האט ציגעטראפן צי שטעקער ר' עקיבא איגרס אן עי דעלי בעסיס. אן דעם וואס ער האט געלערענט וואס פרעעדיגע האבן צי זאגן.

איך agree מיט דיר אז מדארף נישט לערנען אלע פריערדיגע ספרים צו קענען אפלערנען א פסוק אבער צו זאגן אז די אלע וואס ער רעכנט אויס מהר״ל מלבים וכו. איז נישט בהכרח אז זיי האבן בעסער געקענט אפלערנען א פסוק ווי מח שליט איז נעריש און absurd .
כמיין אז שליט (כבודו במקומו..) וועט מסכים זיין צו דעם.

איינגעמיירעט » זונטאג מערץ 3, 2013 10:22 am

· #92038
נולד מאוחר
אייגעמיירערט,
איך בין נישט מחיוב צי לערנען פריערדיגע ספרים אז איך וויל פארשטיין תורה. די פריערדיגע האבן אויך נישט געלערנט אלע פריערדיגע ספרים.
אודאי איז עס א קליגע זאך צי זען וואס א צווייטער האט צי זאגן, אבער סנישט בהכרח אז די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט דא אויס האבן געלערנט בעסער פשט ווי א היינטיגע מוח שליט.
כהאב דיר שוין אמאל געפרעגט די קשיא מיין חבר און ישיבה האט ציגעטראפן צי שטעקער ר' עקיבא איגרס אן עי דעלי בעסיס. אן דעם וואס ער האט געלערענט וואס פרעעדיגע האבן צי זאגן.

אבוויוסלי האסטו נישט די מידינסטע איידיע ווער דיע אויסגערעכענטע זענען געווען און וואס טוט זיך און זייער ספרים,אויב די קענסט צוגלייכען אביסעל אויבערפלעכליכע אבזערוואציעס צו די עמוק עמוק וואס ליגט און דיע ספרים.
איך וואלט דיר געזאגט אז די ביסט טאקע נולד מאוחר גיי צוריק אביסעל זעץ דיך לערנען 24 יאר ווי ר עקיבא נאכדעם דבר דיינע דיעות בנוגע אונזערע תורה ריזען

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 10:34 am

· #92041
איינגעמיירעט, גענוג געווען. מ'דארף נישט פארדרייען נאך אן אשכול צוליב דיין מיינונג וואס דו האסט שוין געשריבן אין אנדערע פלעצער. קענסט עפענען א באזונדערער אשכול און דארטן ערקלערן פונקטליך וויפיל ספרים מ'דארף לערנען כדי צו קענען אנאליזירן און אבזערווירן חז"ל.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 11:04 am

· #92046
צוריק צו די מגילה.

געהערט א שיין ווארט,

הקורא למפרע לא יצא.

די מעשה פין די מגילה, ווען עס געשעהט (כסדרן), ווען די ערשטע חלק פין די מעשה געשעהט, זעהט מען נאך נישט קיין שום השגחה, די צווייטער מען הרג'ט וושתי, אויך נישט, אסתר איז דארט, אפשר אביסעל, אייביג גוט צו האבען א איד אין חצר, און ווייטער מען גיט מרדכי כבוד, נו, אבער קיין השגחה זעהט מען נישט ביזען סוף, דעמאלס זעהט מען הערשט ווי די גאנצע מעשה פין אנהייב איז געוועהן אויסגעשטעלט צו ברענגען דער גרויסער נס פין ראטעווען אלע אידן פין זיכערען טויט.

ווען א מענטש זעהט זאכען געשעהן, דארף ער געדענקען אז אלעס איז בהשגחה, איינער וואס זאגט הערשט צום סוף אז יעצט זעהט ער אלעס איז "למפרע" געוועהן בהשגחה, איז נישט יוצא די מצוה פין אמונה. הקורא למפרע לא יצא.

איינגעמיירעט » זונטאג מערץ 3, 2013 11:18 am

· #92056
יאיר
איינגעמיירעט, גענוג געווען. מ'דארף נישט פארדרייען נאך אן אשכול צוליב דיין מיינונג וואס דו האסט שוין געשריבן אין אנדערע פלעצער. קענסט עפענען א באזונדערער אשכול און דארטן ערקלערן פונקטליך וויפיל ספרים מ'דארף לערנען כדי צו קענען אנאליזירן און אבזערווירן חז"ל.

לבי אמר לי מראשית ימי נעורי, ״כי אין האמת אלא אחת, ולה ראוי לעבוד ובשבילה ראוי להילחם״,

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:19 pm

· #92123
איינגעמיירעט, דערפאר זאגט ער דיר דאך זאלסט עפענען אן אשכול און דארט לוחם זיין איבער דעם 'אמת'.

מוח שליט » זונטאג מערץ 3, 2013 12:23 pm

· #92124
איינגעמיירעט
איך קום אריין דא צוויי דריי מאל א וואך און די שפעטע נאכט שעות אדער זונטאג ווען איך מוטשע מיך מיט מיין שבת מאגען, איך האב נישט קיין צייט צו קיין לאנגע פשעטליך , און איך בין נישט דא צו מקיים זיין ללמד תורה און קאווע שטיבעל,תורה האט זיין פלאץ און זיין אופן וויאזוי מלערנט עס און ווען מלערנט עס און לעניית דעתי והרגשתי איז דא נישט דא די פלאץ,

דו האסט קיינמאל נישט קיין צייט מסביר דיינע ווערטער לאגיש. דו זאגסט אפ דיינע גאוה'דיגע מימרא'ס כאילו אלע דא זענען א באנדע עם הארצים און קינדער, און דו לויפסט. איך ווייס נישט וויאזוי דיין לימוד התורה גייט צו, אבער דא ווייזטו אינגאנצען נישט קיין משהו רעספעקט פאר א דעה וואס האלט א טראפ אנדערש ווי דו. קוק נאך די מ"ח קנינים מיט וואס דו באשולדיגסט אונז מיט זיין לקוי, און זעה וויפעל קנינים דו ביסט עובר.

איינגעמיירעט
אויב ווילסטו לערנען די סוגיא פון לשמה אדרבה שיק מיר אישי לאמיר זיך אראפזעצן איבער א גיטין גמרא לאמיר לערען די סוגיא פונעם שורש ביז אראפ און דערנאך זאג דיך אליינס צו די ווייסט וואס די רעדסט.

ווייטער מיט דיין גאוה. איך האב שוין אקצעפטירט דיין פארשלאג דאס פריערדיגע מאל. זאג מיר וועלכע סוגיא און מיר וועלען עס אדרוכלערענען ביינזאם דא. פארוואס עפעס און אישי? זאל יעדער זאגען זייער אמתע הבנה אין די נושא און זאל עס נתלבן ווערען בדיבוק חברים, און פון דיין פרעספעקטיוו, בפלפול תלמידים. איך זאג עס נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז עס וועט זיין ידינו על העליונה. אדרבה אויב וועלן מיר זעהן דיין גרויסע כוח התורה, דיין כוח הסברא וכדו', וועלן מיר אוודאי האבען רעספעקט פאר דיר. לעת עתה ווארפסטו סך הכל נעמען פון ספרים וואס יעדע בחורל קען פלאפעלען. איינע פון די הערליכע מעלות טובות פון קאווע שטיבעל איז אז דא איז נישט דאס פלאץ פאר דעי מין נעמען געווארפעכטץ. די גאנגבארע ארטיקל דא איז דברי הבנה. איז לאמיר זעהן צו מיר קענען דורכטין א סוגיא בדיבוק חברים דא. I'm ready when you are.

איינגעמיירעט
די זעלביגע בנוגע מגילה זעץ דיך אראפ לערן דורך די לעצטע בלעטער און מגילה נקראת ווי די גמרא גייט דורך די מגילה , לערן צו די אגדות מהרש״א ,און אור חדש פון מהר״ל , לערן די מגילה מיט רש״י אב״ע, אלשיך, מנות הלוי,גר״א ,מגילת סתרים,מלבים,אפאר שטיקלעך יערות דבש פון פורים,דאס אלעס איז בעסיקס נאך פאר אפאר שטיקלעך דרשות חת״ס און אביסעלע ליקוטי תורה ועוד און נאך פאר אריינגיין און די ריכטיגע תורת הסוד,און נאכען זיך באקענען אביסעל וויאזוי אונזערע לייבען און גדולים האבען אפגעלערענט אונזער מגילה דעמאלס העסטו זיין א שטיקעל מח שליט צו טרעפן נקודות חדשות און די מגילה.

אינטערסאנט אז דו האסט אויבען געזאגט אז "איעדע נקודה" וואס איך האב געשריבען שטייט שוין. הרי לנו אז אומווילענדיג זאגסטו אז מיטן אפלערנען די מגילה אליינס קען מען צוקומען צו אסאך פון די געדאנקען וואס זיי זאגען. ביסטו אומווילענדיג מודה צו נולד מאוחר.
לאמיתו של ענין איז אמת אז עס איז כדאי איבערצוקוקען וואס אנדערע, און אוודאי טיפערע, בעלי מחשבה זאגען אויף די נושא. עס איז גראדע אן אינטערסאנטע שמועס וואס מען דארף אויסארבעטען פונקטליך ווען און וויפיל איז כדאי צו קוקען. איז טאקע כדאי דורכצולערנען יעדע ספר אויף די מגילה וואס איז געשריבען געווארען דורך תלמידי חכמים בעלי מחשבה? פארוואס האסטו נישט אויסגערעכנט ר' יצחק הוטנער, לקוטי שיחות, ועוד ועוד לאין שיעור? ווען מעג איך מיך אראפזעצען צו די מגילה און עקספירענסען די מגילה געשיכטע פאר מיר אליין? שפירען און דיסקוטירען די נקודות וואס ברענגען זיך מיר ארויס פון אט די עקספיריענסען? די שאלות זענען חומר למחשבה. אבער איבערטראכטען צווי צדדים אין די נושא איז נישט שייך ווען מען זוכט נאר צו האקען א טשייניק. דעריבער בעט איך אויב ביסטו נישט גרייט צו רעדן בדיבוק חברים, דעמאלט עפען אויף אן אייגענעם אשכול און זאג דיינע תורות כנתינתן מסיני. זאג קלאר דארט אז קיינער פון די עמי הארצים דא האבען נישט קיין רעכט דיך אפצופרעגען, ווייל די האסט נישט קיין צייט פאר זיי. און ווייל נאר דיינע דברי תורה הבהירה והברורה איז געמאכט פאר קאווע שטיבעל, נישט זייערע.

איינגעמיירעט
בנוגע אגדות חז״ל זעץ דיך אנידער איבער א גמרא לערן דורך די סוגיות הגמרא לערן דורך מהר״ל באר הגולה , חידושי אגדות פיר חלקים דערנאך העמיר שמועסן איבער אגדות חז״ל, איין זאך נור לערנען איז נישט וויקיפודיע סאיז נישט קיין אינפארמעשין געיבער,תורה דארף אפלערנען מער ווי איינמאל ובכובד ראש און דערנאך קען מען אהנקומען אל עומק הבנתה
איך העל דיר געבן א קליינע שטיקעל מהר״ל וואס אפילו איינער וואס האט נאכנישט ארויס זיין עומק קען זעען זיין מהלך וויאזוי ער האט פארשטאנען א חז״ל
עיין שבת י׳ ע״א ת״ר שעה ראשונה עיין במהר״ל נתיבות עולם ח״ב נתיב האחרון נתיב ד״א דברי המתחיל בפ״ק דשבת

איך וועל איבערקוקען דעם שטיקעל שפעטער.

מוח שליט » זונטאג מערץ 3, 2013 7:20 pm

· #92344
יאיר
מוח שליט
כמבואר לעיל ברענגט זיך ארויס פון די מגילה, א מהלך פון לעבן אהן קיין שום הגדרות און אהן קיין שום מושגים. באופן של "תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך". אמת עס שטייט גראד ווייטער, "ואולם נדע היותך נמצא". דארף מען דאך פארשטיין אז אויב ווייסט מען נישט וואס עפעס איז, אויב מיר האבען נישט קיין שום הגדרה בו כלל וכלל, וואס מיינט דעמאלט אז מיר ווייסען אז ער איז נמצא? וואס איז נמצא? עס קומט מיר פאר ווי איינער זאגט פאר זיין חבר אז "איך בין מאמין באמונה שלימה עפעס א זאך אויף בערל אונזער חבר... אבער איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס דער "עפעס" איז. פרעגט אים די חבר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב דו האסט נישט קיין שום ידיעה וואס דער "עפעס" איז, וואס אייגענטליך גלייבסטו? ווי איך פארשטיי די ענין, איז די תירוץ אז מען גלייבט נישט אין עפעס. מען גלייבט נאר און דאס צוווארפען פון אלע גדרים והגבלות, מען גלייבט און שיטת השלילי, פון חוזק מאכען פון אלע הגדרות און חשבונות. דאס איז באמת די טיפסטע דרגא און אמתדיגע אמונה.

ביטע זיי נישט ברוגז, אבער די ווערטער ברענגען ארויס ביי מיר בייז בלוט, כידוע ליודעי ומכירי. גלייבן אין שיטת השלילי מיינט אז מען קומט אן אין די ענדע צו עקסטרעמע סקעפטיציזם, וואו עס איז נישטא קיין מושגים, קיין גדרים, קיין חוקי הטבע, און אודאי נישט קיין באשעפער. דאס איז א טיפע פלאנטער, און ווען דו ענדיגסט דיינע אבזערוואציעס און דו קומסט אן ביז אונטן, ביטע שלעפ ארויס פון דארטן דוד הום און פיררהא ווען דו באגעגנסט זיי.
אקעי, סארי פאר די שארפע שפראך, אבער דער תכלית פון סקעפטיציזם איז אנצוקומען צו דעם ריינעם אמת, צו וויסן צו פינאנדערשיידן צווישן אמת און שקר, דער תכלית איז נישט צו בלייבן פארזינקען דארט און אפמאכן אז עס איז טאקע אלעס איין גרויסע צומישעניש. אדרבה, דאס וואס מיר זעען אז ווען מען לאזט אלעס לויפן כסדרן ארבעט זיך אלעס אויס, דאס איז די גרעסטע ראיה צו די וואונדערליכע שכל וואס ליגט אונטער די אלע צומישענישן. יעדער "צומישעניש" איז א באזונדערע כוח, א רצון, א שטארקייט פון איינע פון די גזיליאנען פרטים אין די טבע, און די וואונדערליכקייט דערפון איז אז אלעס קארעספאנדט איינער צום צווייטן, אזוי אז צום סוף קומט ארויס א הערליכער בילד. יא, עס זענען דא שוועריקייטן אויפ'ן וועג, relapses, און אפילו צומישענישן, אבער צום סוף קומט ארויס דער אמת. א גוטער משל דערצו איז די עקאנאמיע, וואו פון טריליאנען קלייניקייטן וואס שאפן אפטמאל צומישענישן, ווערט געשאפן א ריזיגע מאשין וואס די מעכטיגסטע בריאה וואלט נישט געקענט פראדוצירן אליין. וכשדקדק תמצא דדין רזא דאבלוציה.

אראפווארפען הגבלות והגדרות מיינט נישט טיפע סקעפטיציזם און עס מיינט נישט בלייבען אין צומישעניש. עס מיינט בלייבען מיט Unity. אין אן אנדער אשכול האט איינער געברענגט פון שאופענהאעור און העגעל. זיי מעיין אין זייערע ווערטער פאר דו באקומסט בייזע בלוט. אז דו ביסט שוין מעיין בספריהם, קענסטו אויך א בליק טוהן אויף ניטשע. איך מיין נישט דא צו זאגען אז איך נעם אהן אלעס וואס זיי זאגען, אבער מען דארף פארשטיין די בעיסיקס קודם. כ'על רעדן צו דיר גראד אויף גראד. לויט וויפיל איך האב געליינט אלע דיינע תגובות אין דעי נושא, זעה איך אז דו פארשטייסט נישט די טיפקייט פון בלי גבול. דו פארשטייסט נישט די ערשטע סטעפ אז ווען עס איז נישטא קיין גבול דעמאלט איז דאס די היפך ממש פון צומישעניש. Unity איז נישט Chaos. אחדות הפשוט איז סימפלי נאך א וועג פון זאגען אלקות, עס איז היינו הך.

איך האב נישט פונקטליך ארויס פארוואס זאכען "פאלען אין פלאץ", אויף דעם ווארט איך נאך אויף א שטיקעל ביאור, אפשר בדרך החסידות פון נשמה יתירה.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 9:00 pm

· #92379
מוח שליט,
קודם וויל איך מקדים זיין אז איך בין א שוואכער בקי אין די פילאזאפיע פון נאך דעם רענעסאנס, די גריכישע פילאזאפיעס זענען מיר אסאך מער באקאנט און רעדן מער צו מיין נשמה, ממילא איז מסתבר אז איך ווייס טאקע נישט פון וואס דו רעדסט. פונדעסטוועגן, שטעל איך זיך פאר אז דו שרייבסט נישט דיינע תגובות דוקא צו איינעם וואס האט שוין דורכגעלערנט די ספרים פון די פילאזאפן וועמען דו רעכנסט אויס, ממילא וויל איך דיר קודם פרעגן אויב דו קענסט מיר מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס דאס באדייט אז א לעבן אן קיין גדרים און מושגים ברענגט יוניטי. מיט מיין פשוט'ער שכל פארשטיי איך אז געווענליך געשעט דאס פארקערטע. אויך איז מיר א חידוש וואס דו זאגסט אז פון אזעלכע שיטות קומט מען נישט אן צו א צומישטער לעבן נאר צו הכרת הבורא און אחדות, ווי ווייט איך ווייס האט שאפענהאוער געהאט א דעפרעסטע פארביטערטע לעבן, און ניטשע איז געווען דער ערשטער צו דערקלערן דעם טויט פון גאט (ר"ל). איך וועל איבערגעבן דאס ווארט פאר די הויכגעשעצטע פילאזאפן:
Human life must be some kind of mistake. The truth of this will be sufficiently obvious if we only remember that man is a compound of needs and necessities hard to satisfy; and that even when they are satisfied, all he obtains is a state of painlessness, where nothing remains to him but abandonment to boredom. This is direct proof that existence has no real value in itself; for what is boredom but the feeling of the emptiness of life?
ארטור שאפענהאוער.
"the idea that an eternal recurrence of blind, meaningless variation—chaotic, pointless shuffling of matter and law—would inevitably spew up worlds whose evolution through time would yield the apparently meaningful stories of our lives. This idea of eternal recurrence became a cornerstone of his nihilism, and thus part of the foundation of what became existentialism
."
דאניעל דענעט אויף פרידריך ניטשע.
און ניהיליזם, וואס ניטשע האט געפרעדיגט, איז:
Most commonly, nihilism is presented in the form of existential nihilism, which argues that life is without objective meaning, purpose, or intrinsic value.[1] Moral nihilists assert that morality does not inherently exist, and that any established moral values are abstractly contrived.
ויקיפידיה.
עס זעט מיר אויס אז דאס צואווארפן הגדרות און מושגים ברענגט גארנישט אזעלכע גוטע רעזולטאטן 😕.
מוח שליט
דו פארשטייסט נישט די ערשטע סטעפ אז ווען עס איז נישטא קיין גבול דעמאלט איז דאס די היפך ממש פון צומישעניש. Unity איז נישט Chaos. אחדות הפשוט איז סימפלי נאך א וועג פון זאגען אלקות, עס איז היינו הך.
איך האב נישט פונקטליך ארויס פארוואס זאכען "פאלען אין פלאץ", אויף דעם ווארט איך נאך אויף א שטיקעל ביאור, אפשר בדרך החסידות פון נשמה יתירה.

דאס פארשטיי איך אינגאנצן נישט. אויב פארשטייסטו אז ווען מען נעמט אוועק גדרים און מושגים ווערט אן אחדות (כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי), דעמאלט איז דאך זייער גוט פארוואס אלעס פאלט אין פלאץ. עס ווערט דאך אן אחדות!

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2013 10:05 pm

· #92439
יאיר
שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?

ער האט דאך געהאט א גאנצן בית הנשים און פילגשים אויך. אפילו א שר בית הנשים האט ער געהאט.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2013 10:17 pm

· #92448
נולד מאוחר
וואס איז פשט והשתיה כדת אין אנס כי יסד המלך.... לעשות כרצון איש ואיש?
איז געווען סעודת וואס מהאט געמיזט טרינקן, אז סאיז כדי צי דערמאנען אז דא האט מען נישט געצווינגען?
''גם ושתי המלכה עשתה משתה נשים בית המלכות'' איז דאס געווען די סדר אמאל צי האבן עקסטרע מענער עקסטרע פרויען?

נאר זיין הייליגקייט וואס איז לכאורה געווען אין איינקלאנג מיט די שטרענגסטע גדרי הצניעות אהערגעשטעלט דורך דעם וועד הצניעות פון שושן, האט שוין געהאט יענעם טעם. ווי ס'שטייט טאקע אין די מגילה "כטוב לב המלך ביין" גלייך ווי ר'האט נאר א ביסל געטרונקען האט ער געהייסן מ'זאל ברענגען ושתי אין איהר "בוירטהדעי סוט", להראות את יפי' בפני כל השרים והעמים".

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2013 10:23 pm

· #92451
[ציטאט אראפגענומען]

ניין. דריוש ווערט דורך די היסטאריקער אנגערופן Darius.

מוח שליט » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:43 pm

· #92629
יאיר
מוח שליט,
קודם וויל איך מקדים זיין אז איך בין א שוואכער בקי אין די פילאזאפיע פון נאך דעם רענעסאנס, די גריכישע פילאזאפיעס זענען מיר אסאך מער באקאנט און רעדן מער צו מיין נשמה, ממילא איז מסתבר אז איך ווייס טאקע נישט פון וואס דו רעדסט. פונדעסטוועגן, שטעל איך זיך פאר אז דו שרייבסט נישט דיינע תגובות דוקא צו איינעם וואס האט שוין דורכגעלערנט די ספרים פון די פילאזאפן וועמען דו רעכנסט אויס, ממילא וויל איך דיר קודם פרעגן אויב דו קענסט מיר מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס דאס באדייט אז א לעבן אן קיין גדרים און מושגים ברענגט יוניטי. מיט מיין פשוט'ער שכל פארשטיי איך אז געווענליך געשעט דאס פארקערטע.
א זאך וואס האט נישט קיין מוגדריגע חלקים צו זיך, קען נישט האבען קיין סתירות אינערהאלב זיך אליין. עס האט דאך נישט קיין צוויי זאכען וואס איינער זאל קענען מחולק זיין מיטן צווייטן.
יעצט בנוגע כל הבריאה כולה, נניח אז די פילאזאפען וואס איך האב אראפגברענגט זענען גערעכט מיט זייער אויסבוי אז בעומק ובשורש האט נישט די בריאה קיין הגדרות והגבלות. איי מען זעהט דאך א וועלט פול מיט חפצים און מציאותן וואס זענען מוגדר ומוגבל, דארף מען עקסטער מסביר זיין פארוואס זיי האבען דאס נישט געהאלטען פאר א סתירה צו דעי יסוד זייערע. לאמיר אננעמען אז זיי האבען ריכטיג אויסגעבויט אז בעומק הבריאה איז נישטא קיין הגדרות.
איינמאל מען אקצעפטירט דעם יסוד, פארשטייט מען אז די אמתע עומק המציאות איז נישטא דא קיין צוויי [כדי ס'זאל זיין צוויי מוז יעדע איינס פון די צוויי זיין מוגבל ומוגדר, נאר אזוי קען זיין אפגעטיילטע זאכען, איז דאס מובן?] נישט נאר עס איז נישטא קיין צוויי, עס איז אפי' נישטא די מושג פון צוויי. [א מושג איז דאך אויך אן הגדרה, און מיר אקצעפטירן פאר די סעיק אף דיס דיסקאשען, דאס וואס די פילוזפין זאגען אז בעומק אמיתות המציאות איז נישטא קיין שום הגדרה כלל וכלל, מוז דאך זיין אז עס איז נישטא אפי' קיין מושג פון צוויי. ווי עס איז טאקע באקאנט די לשון, "יחיד ואין יחידות כמוהו". ווייל יעדע אחדות וואס מיר טראכטען, טראכטען מיר פון א קאנצעפט פון צוויי און מיר זענען שולל צוויי און מען זאגט אז עס איז איינס. אבער בעומק המציאות וואס דארט איז בכלל נישטא קיין גבול וגדר, איז נישטא אפי' די מושג צוויי. קומט אויס אז עס איז אנדערש ווי די געווענליכע פארשטאנד פון די ווארט "איינס".] דאס מיינט אחדות בתכלית הפשיטות.
ביי דעם אחדות איז נישט שייך סתירה ומחלוקה, עס איז דאך נישטא קיין צוויי באזונדערע כוחות/מציאות, אז מיר זאלען קענען אפי' אנהייבען רעדען פון א מחלוקה צווישען צוויי מציאות'ן. איז דאך אויב אזוי מובן פארוואס אחדות קען נישט זיין כאאס.
יאיר, איך וויל יעצט נישט אריינגיין וויאזוי שאפענהאעור דער שווארץ זעהער, איז בעצם נישט מחולק מיט דאס וואס איך האב דא געשריבען. איך וויל קודם פרעגען צו מצד הבנת הענין הערסטו די טענה דא פארוואס און די וועלט פון בלי גבול איז אלעס אחדות אין הארמאניאס, פשוט ווייל מען קען זיך נישט קריגען מיט זיך אליין. It takes two to tango.
פארשטיי אז ווען מען זאגט אויף סיי וואסארא זאך אז די עומק מציאותה איז נישט דאס וואס מען קוקט אהן פון אויבען אויף, מיינט דאס אז איר עכטע מציאות איז די טיפע הבנה דערפון. עס איז אזוי ווי מען זאל זאגען, "יא אמת עס קוקט דיר טאקע אויס כך וכך, אבער אז דו וועסט דיך גוט מתבונן זיין און גוט מעמיק זיין, וועסטו זעהן אז עס איז נישט דאס וואס עס קוקט אויס צו זיין במושכל ראשון". דאס מיינט דאך אז די טיפע מציאות איז די עכטע מציאות אירע. קומט אויס אז די עכטע מציאות פון כל הבריאה כולה האט נישט קיין מחלוקה וסתירה. עס פארלאנגט זיך פשוט אז מיר זאלען זיך גענוג מעמיק זיין דאס צו דערזעהן אין לעבן דערמיט. ניין?
כל הנ"ל איז מסביר צו זיין די איינע נקודה פארוואס בלי גבול מיינט אן הארמאנירטע אחדות בלי שום ניגוד כלל וכלל. בלייבט נאר יעצט צו דערגיין די 'קליינינקע שאלה', וויאזוי קומט מען אהן צו לעבן אין דעם געדאנקענגאנג. און אויך איז אינטערסאנט צו וויסען וויאזוי דאס שפילט זיך אויס מצד די 'אויבערפלעכליכע שכבה" פון גבול וגדר.

יאיר » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:51 am

· #93011
מוח, דו ברענגסט גאר גוט ארויס דעם ענין פון אחדות הפשוטה. דו זאגסט אלעס וואס אחדות הפשוטה איז נישט, און דאס איז טאקע די איינציגסטע וועג עס מסביר צו זיין. איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז יא דער אחדות, און איך מיין אז קיינער ווייסט נישט גענוי, ווייל דער מענטש טראכט דאך אין מוגבל'דיגע הגדרות, און איינמאל ס'איז מוגדר איז עס אויס אחדות. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט.
יעצט, דו ווילסט ארויפקלעבן אחדות הפשוטה אויף די גאנצע וועלט, נישט נאר אויפ'ן באשעפער. דארפן מיר געדענקען אז טאמער איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט און די פיזישע וועלט איז יא מוגדר, וועסטו מאכן א גרויסע צומישעניש דא, ווייל פונקט ווי ווען אחדות צוטיילט זיך אויף כמו מוגבל'דיגע זאכן ווערט א צומישעניש, אזוי אויך ווען מוגבל'דיגע זאכן ווערן כמו אחדות'דיג ווערט א מהומה. דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז מען קומט אן צו א צומישטע וועלט. פארשטייט זיך, עס מוז נישט זיין איך בין גערעכט, מעגליך אז באמת איז טאקע נישטא קיין גדרים ממילא וועט דיין הבנה אויף די וועלט ברענגען נאר אחדות.
יעצט וויל איך פארשטיין, וואס מיינט דאס אז בעומק המושג איז די פיזישע וועלט באחדות. מסתמא מיינסטו אז כאטש עס זעט אויס מוגדר און מוגבל, דאך באמת איז עס באחדות. אזוי ווי למשל זמן זעט אונז אויס אבסאלוט, אבער באמת איז עס רעלאטיוו, אין אנדערע ווערטער, אונזער אויבערפלעכליכע הבנה אין זמן איז א פשוט'ער דמיון. לויט דעם קומט אויס אז אונזער פיזישע וועלט איז טאקע אויך נאר א דמיון, ווייל לויט דיר אז דער גאנצער עקזיסטענץ באשטייט נישט פון קיין גדרים און הגבלות, און עפעס וואס איז נישט מוגדר קען נישט זיין פיזיש, מוז זיין אז דאס וואס מיר זעען פיזישע זאכן איז נאר אן אילוזיע. ריכטיג?
קען זיין אז דאס מיינסטו מיט דיין צווייטע שאלה, וואס מען טוט מיט די שכבה עליונה. אבער איך מיין אז דאס איז די וויכטיגסטע צו ערקלערן איידער מיר גייען ווייטער.

מוח שליט » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:15 am

· #95898
יאיר
מוח, דו ברענגסט גאר גוט ארויס דעם ענין פון אחדות הפשוטה. דו זאגסט אלעס וואס אחדות הפשוטה איז נישט, און דאס איז טאקע די איינציגסטע וועג עס מסביר צו זיין. איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז יא דער אחדות, און איך מיין אז קיינער ווייסט נישט גענוי, ווייל דער מענטש טראכט דאך אין מוגבל'דיגע הגדרות, און איינמאל ס'איז מוגדר איז עס אויס אחדות. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט.
דו דארפסט עס נישט שטעלן אין א זייט. איך בין גענוי מסכים צו דיר. מען קען דאס נישט פארשטיין, מען קען דאס נאר עקספיריענסען. פונקט ווי דו פארשטייסט נישט קאליר, טעיסט, שמעק, א.ד.ג.
יאיר
יעצט, דו ווילסט ארויפקלעבן אחדות הפשוטה אויף די גאנצע וועלט, נישט נאר אויפ'ן באשעפער.
פון דעי ווערטער קוקט מיר אויס אז דו האסט א צד בעולם אז מען קען זאגען אחדות הפשוטה אויפ'ן באשעפער אהן דאס "ארויפקלעבן אויף די גאנצע וועלט". ביטע זאג מיר וויאזוי דאס איז שייך. אויב מען 'קלעבט' דאס נישט אהן אויף אלעם, איז דאך די ווערטער אחדות הפשוטה א דזשאוק. דו ביסט בארעכטיגט צו זאגן אז דו האלטסט נישט פון אזא מין רעאליטי ווי אחדות הפשוטה. אבער אויף וויפיל מען ניצט דעם טערמין איז דאך דאס אוודאי און אוודאי 'ארויפגעקלעבט' אויף אלעם. עס איז נישט שייך עפעס אינדערויסען פון אחדות הפשוטה. That would be a contradiction in terms.
יאיר
יעצט וויל איך פארשטיין, וואס מיינט דאס אז בעומק המושג איז די פיזישע וועלט באחדות. מסתמא מיינסטו אז כאטש עס זעט אויס מוגדר און מוגבל, דאך באמת איז עס באחדות.
דו פרובירסט צו פארענטפערען א סתירה דא, אמת? נעמליך, וואס גייט דא פאר, וויאזוי קען מען טראכטען אז אלעס איז איין אחדות הפשוטה, בו בשעה וואס מיר זעעהן דאך א וועלט פון מוגדרים ומוגבלים. די סתירה דיינער איז אז די הגדרה פון אחדות הפשוטה איז סותר אן הגדרה פון מוגדרות. מיין פראבלעם מיט אזא שאלה איז, אז בלא יודעים גנב'סטו אריין אן הגדרה אויף דעם אחדות הפשוטה. I don't blame you, מיר זענען אזוי צוגעוואוינט מסדר צו זיין אונזער עקספעריענס מיט הגדרות אז מיר קענען זיך נישט ארויסדערזעהן דערפון. מכח חוסר בהירות אינעם רעאליטי פון אחדות הפשטוה זענען מיר מגדיר אט דעם בלי הגדרה זעלבסט. עד כדי כך אז מיר פרעגען וויאזוי די הגדרה אירע [דהיינו די הגדרה פון בלי הגדרה 😕 ] שטימט מיט גדר, גבול, ונפרדים.
יאיר
אזוי ווי למשל זמן זעט אונז אויס אבסאלוט, אבער באמת איז עס רעלאטיוו, אין אנדערע ווערטער, אונזער אויבערפלעכליכע הבנה אין זמן איז א פשוט'ער דמיון. לויט דעם קומט אויס אז אונזער פיזישע וועלט איז טאקע אויך נאר א דמיון, ווייל לויט דיר אז דער גאנצער עקזיסטענץ באשטייט נישט פון קיין גדרים און הגבלות, און עפעס וואס איז נישט מוגדר קען נישט זיין פיזיש, מוז זיין אז דאס וואס מיר זעען פיזישע זאכן איז נאר אן אילוזיע. ריכטיג?
מען קען אפשר ניצען אילוזיע אלס א משל. אבער באמת קען מען נישט ניצען קיין שום מיני הגדרות מסביר צו זיין בלי גבול ובלי הגדרה. אילוזיע איז א מושג/הגדרה. און די אלע זאכען אין דעם אילוזיע זענען מושגים והגדרות. ממילא איז דאס נישט ריכטיג אויף אן אמת. עס איז אפשר גוט צו ניצען אלס א משל.
יאיר
קען זיין אז דאס מיינסטו מיט דיין צווייטע שאלה, וואס מען טוט מיט די שכבה עליונה. אבער איך מיין אז דאס איז די וויכטיגסטע צו ערקלערן איידער מיר גייען ווייטער.
מיין שאלה איז געווען צו עס איז דא עפעס אן הבנה פארוואס דעמאלט ווען מען לאזט זיך ארויס פון די וועלט פון חשבונות והגדרות, וועלען אלא שטיקלעך פאלען אין פלאץ, עפעס אזוי ווי די מעשה פון די מגילה? עס קוקט מיר דאך אויס אז די מעשה המגילה וויל אונז דערציילען אז מען זאל אויפהערען אזויפיל אויסצורעכענען זאכען, און מען זאל זיך לאזען פירען. האב איך געוואלט פארשטיין די הבנה דערפין אביסל בעסער.

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:49 am

· #95918
מוח שליט
פון דעי ווערטער קוקט מיר אויס אז דו האסט א צד בעולם אז מען קען זאגען אחדות הפשוטה אויפ'ן באשעפער אהן דאס "ארויפקלעבן אויף די גאנצע וועלט". ביטע זאג מיר וויאזוי דאס איז שייך. אויב מען 'קלעבט' דאס נישט אהן אויף אלעם, איז דאך די ווערטער אחדות הפשוטה א דזשאוק. דו ביסט בארעכטיגט צו זאגן אז דו האלטסט נישט פון אזא מין רעאליטי ווי אחדות הפשוטה. אבער אויף וויפיל מען ניצט דעם טערמין איז דאך דאס אוודאי און אוודאי 'ארויפגעקלעבט' אויף אלעם. עס איז נישט שייך עפעס אינדערויסען פון אחדות הפשוטה. That would be a contradiction in terms.
.....
דו פרובירסט צו פארענטפערען א סתירה דא, אמת? נעמליך, וואס גייט דא פאר, וויאזוי קען מען טראכטען אז אלעס איז איין אחדות הפשוטה, בו בשעה וואס מיר זעעהן דאך א וועלט פון מוגדרים ומוגבלים. די סתירה דיינער איז אז די הגדרה פון אחדות הפשוטה איז סותר אן הגדרה פון מוגדרות. מיין פראבלעם מיט אזא שאלה איז, אז בלא יודעים גנב'סטו אריין אן הגדרה אויף דעם אחדות הפשוטה. I don't blame you, מיר זענען אזוי צוגעוואוינט מסדר צו זיין אונזער עקספעריענס מיט הגדרות אז מיר קענען זיך נישט ארויסדערזעהן דערפון. מכח חוסר בהירות אינעם רעאליטי פון אחדות הפשטוה זענען מיר מגדיר אט דעם בלי הגדרה זעלבסט. עד כדי כך אז מיר פרעגען וויאזוי די הגדרה אירע [דהיינו די הגדרה פון בלי הגדרה ] שטימט מיט גדר, גבול, ונפרדים.

בעניי זעט מיר אויס אז ס'איז דא א סתירה צווישן די צוויי פאראגראפן. דו שרייבסט אז איך קען נישט פרעגן פארוואס מיר זעען פילע הגדרות אינ'ם אחדות הפשוטה, ווייל דאס אליין מיינט שוין אז איך זאג א הגדרה אינ'ם אחדות הפשוטה אז עס קען נישט גיין צוזאמען מיט מוגדרות. אבער אינ'ם ערשט פאראגראף שרייבסטו אז אויב מען רעדט פון אחדות הפשוטה מוז מען דאס ארויפקלעבן אויף די גאנצע וועלט. ובכן, האבן מיר דאך א הגדרה אויפ'ן אחדות, עס מוז זיין איבעראל, אין מיין האנט, אין מיין קאמפיוטער, און אין דיין מוח! איז וואסזשע זאגסטו אז אחדות קען נישט האבן קיין שום הגדרה בעת דו אליין זאגסט א הגדרה?
מיין הבנה אין אחדות הפשוטה איז אז עס האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום מוגדרות. אזוי ווי די רילעישאנשיפ צווישן זמן און מקום, מיין האנט איז א חלק פון זמן, אבער זמן "געפינט זיך" נישט אין מיין האנט. ווען יא וואלט עס געמיינט אז מען קען מעסטן א שטיקל זמן מיט א ראלער.
מוח שליט
מיין שאלה איז געווען צו עס איז דא עפעס אן הבנה פארוואס דעמאלט ווען מען לאזט זיך ארויס פון די וועלט פון חשבונות והגדרות, וועלען אלא שטיקלעך פאלען אין פלאץ, עפעס אזוי ווי די מעשה פון די מגילה? עס קוקט מיר דאך אויס אז די מעשה המגילה וויל אונז דערציילען אז מען זאל אויפהערען אזויפיל אויסצורעכענען זאכען, און מען זאל זיך לאזען פירען. האב איך געוואלט פארשטיין די הבנה דערפין אביסל בעסער.

סתם פאר נייגעריגקייט, דו ביסט אזוי זיכער אז אלע שטיקלעך זענען געפאלן אין פלאץ? כ'מיין מ'האט דאך אויסגע'הרג'עט צענדליגער טויזנטער מענטשן? לאמיר זאגן אז די אידן האבן געהאלטן אז מען האט געהאט א בארעכטיגטע סיבה דערצו, אבער ווען דו ביסט ווען אן אייניקל פון די פרסיים וואלסטו געשריבן פונקט פארקערט, מען האט געלאזט אלעס לויפן, און קוק נאר וואס ס'איז געשען, אן ערשטער האלאקאוסט!

מוח שליט » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:28 pm

· #96136
עס איז דא א שטיקל אמת אין דאס וואס דו זאגסט אז איך האב מגדיר געווען אחדות הפשוטה. עס איז דאך פשוט אז די מינוט איך רוף עס מיט א נאמען האב איך דאס שוין באיזה אופן שהוא געגעבן אן הגדרה. מען דארף אנקוקען די אלע גערעדעכטס און טראכטונגען אין אחדות הפשוטה ווי א שטיפ אויף ארויס. מען וויל זיך ארויסשטיפען פון מושגים והגדרות. פארשטייט זיך אז די כלים וואס מיר האבען איז נאך אלעם ווערטער, מחשבות, והגדרות.
בנוגע דיין ספעציפישע סתירה פון די צוויי פאראגראפען: זעה איך נישט קיין סתירה בכלל. ביידע זאגען איין זאך "נישט קיין הגדרה, נישט קיין הגדרות".
בנוגע דיין צושטעל צו זמן, פארשטיי איך נישט. אחדות הפשוטה זאגט דאך "נישט קיין הגדרות", משא"כ זמן זאגט בכלל נישט "נישט מקום". והכל על מקומו יבא בשלום, בעתו ובזמנו.
בונגע דיין 'נייגער' בענין "אלעס שטעלען זיך אין פלאץ": אמת, איעדע מציאות נפרדת וואס איז געראטעוועט געווארען, געהאלפען געווארען, וכדו', איז עס אייביג אויפן חשבון פון א צווייטע נפרד. אז איך האב אן אסטמא אטטאק און איך כאפ מיך די אטעם אהההה, איז דאס א טויט קלאפ פאר די אקסעגען וואס גייט יעצט צופיצלט ווערן. נפרד מיינט אז מען קוקט פון איין קוק ווינקל. קומט אויס אז לכאורה ביסטו דא אויך גערעכט. אז מצד דעם גאנצען מציאות איז דאס לכאורה לאו דוקא א גיטע זאך.
אבער עס קען זיין אז ווען מען קוקט שוין פינעם פרעספקטיוו פון אחדות הפשוטה, איז דאך נישט קיין חילוק וואס נעמט איבער וואס. איך האב אמאל געטראכט אז עס שטייט ווען משיח וועט קומען וועט זיין וגר זאב עם כבש. ואפ"ל אז אוודאי וועט דער זאב פארציקען דעם כבש, אבער עס וועט זיין אזא התגלות פון אחדות הפשוטה אז קיינעם וועט נישט אהרען דעם טויש פון כבש צו זאב, אפי' דעם כבש אויך נישט.
איז דאך שווער אויב אזוי, אז דעמאלט וועט גארנישט זיין קיין פראבלעם, און גארנישט זיין א שמחה. אפאטיע [apathy]. ימים שאין בהם חפץ. אבער די קשיא פון כסף מנלן איז נאך שווערער, נאכדערצו לויט סתם משנה פון הפועלים עצלים....

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 16, 2014 2:01 am

· #190794
כברענג ארויף לכבוד פורים

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג מערץ 16, 2014 12:39 pm

· #190834
מיט מח שליט'ס מהלך, שטימט דאס וואס שטייט אז לעתיד לבא וועלן כל המועדים זיין בטלים חוץ מפורים.

אברהם אבינו האט אונז אויסגעלערנט די ליצנות פון אלע פארשידענע געטשקעס, און ער האט צובראכען אלע געטשקעלעך אין זיין טאטענס showroom. ער האט אבער איבערגעלאזט איין געטשקע, און אריינגעלייגט דארט די האק, כידוע.
אפשר ווען דער איינער געטשקע פון מגשם זיין דעם אחד יחיד ומיוחד, וועט בטל ווערן, וועט מיט דעם זיין די תיקון השלם.
דערפאר וועלן אלע מועדים וואס קאכן אין א personal God, בטל ווערן. פורים אבער, מאכט מען נישט גאט שטיין אינדרויסען פון די מציאות, ווי א פערסאנאליטי עפעס ענליך צו אונז, וואס טוט זאכן אזוי ווי אונז טוהן זאכן, נאר בעסער און שטערקער. פורים קאכט מען זיך אינעם ענין אז די טיפקייט פון מציאות איז גאט. מען נעמט אוועק דאס לעצטע ביסל הגשמה. אט אזא יום טוב איז דאס העכסטע, דאס גרעסטע, און טאקע תורתו של משיח. אזא יום טוב ווערט נישט בטל לימות המשיח.

די עבודת היום איז אראפווארפן אלע תורהלך און פילוסופיעס, פון גאט, טוב ורע, וכו'. עד דלא ידע, תכלית הידוע שלא נדע.
אהן די פאשאלטענע דעת, וואלטן מיר געווען פרייליך און ענדזויט זיך א גאנצען טאג, א יעדן טאג.
די אויסקוק פון פורים איז ימות המשיח, אזוי דארף אויסקוקען יעדע איינציגע טאג. אז עס וועט אזוי אויסקוקען איעדען טאג, דעמאלט איז משיח דא.

אהן דעת, אהן קיין preconcieved ideas, וואס די וועלט איז, וואס די מציאות איז, לעבט מען די וועלט אין איר טיפסטע עססענץ.

איך וויל נישט ווערן פארכאפט אין 'פרובירן מאכן לעבעדיג', איך וויל אויסניצען די opportunity פון נישט זיין אזוי ריספאנסיבל פאר מיינע ווערטער און מעשים, און קאננעקטן צו מיין ארומיגע אהן קיין preconceptions.

א גאנץ יאר פורים!!

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 16, 2014 3:09 pm

· #190841

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג מערץ 17, 2014 4:25 pm

· #190950
המן האט ארויסגעשיקט די אגרות ראשונות בחדש הראשון, בשלשה עשר יום בו.
לויט חז"ל האט המן שוין געהאנגען על העץ אשר הכין למרדכי, דעם צווייטן טאג פסח. מען רעדט הייסט עס, פון א פאר געציילטע טעג פון ווען די גזרה איז ארויס, ביז ווען די ארויסגעבער פון די גזרה האט זיך געשאקעלט אויף א פופציג פיסיגע תלייה.
אזא קליינע צייט אפשניט פון די גזרה ביז ווען עס איז בטל געווארען, נעמט זייער שטארק אוועק די חומר פון די גזירה.
מען האט אפי' נישט געהאט קיין צייט געהעריג זיך אריינצונעמען אין קאפ אז עס איז דא אן ערענסטע פראבלעם, מען האט בכלל נישט געהאט קיין צייט צו באלעבען די פחד פון וואס עס ערווארט אונז דא, און עס איז שוין לאנג בטל געווארן.

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 17, 2014 10:37 pm

· #191009
פוןדעסטוועגןדאך
המן האט ארויסגעשיקט די אגרות ראשונות בחדש הראשון, בשלשה עשר יום בו.
לויט חז"ל האט המן שוין געהאנגען על העץ אשר הכין למרדכי, דעם צווייטן טאג פסח.

א יאהר שפעטער.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 17, 2014 11:06 pm

· #191016
ונבנתה העיר
פוןדעסטוועגןדאך
המן האט ארויסגעשיקט די אגרות ראשונות בחדש הראשון, בשלשה עשר יום בו.
לויט חז"ל האט המן שוין געהאנגען על העץ אשר הכין למרדכי, דעם צווייטן טאג פסח.

א יאהר שפעטער.

??!

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 17, 2014 11:58 pm

· #191027
ריכטיג, טעיתי.

די גזירה איז אבער נישט בטל געווארן מיט'ן הענגן פון המן, די בריוו אז די אידן מעגן זיך קעגן שטעלן איז ערשט געשיקט געווארן אין סיון, און אויך דאס איז נאר געווען א היתר זיך צוריק צושלאגן, די עצם נס איז ערשט געווען א יאהר שפעטער ביום המלחמה.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג מערץ 18, 2014 12:02 pm

· #191093
ווען דער ארכיטעקט פינעם גזירה הענגט אויף א תלייה, ווייל ער האט געטשעפעט מיט אסתר'ס פאלק, און זיין הויז ווערט געגעבן צו זיין גרעסטער שונא וואס איז בעצם די סיבה פון די גאנצע גזירה, איז זייער שווער צו גלייבן אז די גזירה גייט נאך ווערן אויסגעפירט.
עס איז גאנץ פשוט אז עס וועט נתבטל ווערן, אזוי ווי אחשורוש האט טאקע געזאגט, 'בֵית-הָמָן נָתַתִּי לְאֶסְתֵּר, וְאֹתוֹ תָּלוּ עַל-הָעֵץ--עַל אֲשֶׁר-שָׁלַח יָדוֹ, ביהודיים (בַּיְּהוּדִים).   וְאַתֶּם כִּתְבוּ עַל-הַיְּהוּדִים כַּטּוֹב בְּעֵינֵיכֶם'

דאס וואס דו זאגסט אז די הצלה און די שמחה איז נאר געשען פורים, נישט פריער, איז אנדערש ווי די פסוקים דערציילן.
 לַיְּהוּדִים, הָיְתָה אוֹרָה וְשִׂמְחָה, וְשָׂשֹׂן, וִיקָר.  וּבְכָל-מְדִינָה וּמְדִינָה וּבְכָל-עִיר וָעִיר, מְקוֹם אֲשֶׁר דְּבַר-הַמֶּלֶךְ וְדָתוֹ מַגִּיעַ, שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים, מִשְׁתֶּה וְיוֹם טוֹב; וְרַבִּים מֵעַמֵּי הָאָרֶץ, מִתְיַהֲדִים--כִּי-נָפַל פַּחַד-הַיְּהוּדִים, עֲלֵיהֶם.

יתרו » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:58 pm

· #256013
אויפגעוועקט

גאלד » דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 1:13 pm

· #467197
לכבוד פורים הממשמש ובא
בלאט: 1 2