☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אבסערוואציעס אויף די מגילה

אבסערוואציעס אויף די מגילה

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3040
בלאט: 1 2

מוח שליט » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:01 am

· #90009
אבסערוואציעס אויף די מגילה
טיפיקעל low self esteem מענטשן טוהן איבערגטריבענע מיטלן צו ווייזען זייער גדולות וגבורות.
ער מאכט א פארטי פון הונדרעט פופציג טעג, כדי להראות את עושר כבוד מלכותו פאר אלע עמים ושרים? .
ער דארף פראווען אז זיין ווייב איז שיין.
אבער ווען עס קומט צו דיעלן מיט לייף, און ער דארף מאכען א דעסיזשען בנוגע זיין ווייב, פלוצלינג דארף ער 7 שלום בית עקספערטס. ער באהאלט זיך אינטער דעם שלייער פון עקספערט אפיניאן.
דער ממוכן האט פארשטאנען דערצו. און ער נעמט דאס אינגאנצען ארויס פון א פערזענליכע אישו. די ראמיפיקאציעס פון זיין ווייב זיך מתחצף זיין צו אים, האט קאזמיק פארפארשענס. נאך א טאקטיק פון איינעם מיט נידעריגע זעלבסט ווירדע. ער באהאלט זיך אונטער דעם שלייער פון "לטובת הכלל".

נאך אבזערוואציעס פון די מגילה סצענעס.
די מגילה איז פול מיט ונהפוך הוא'ס, און מיט איראנישע מקרים.
ושתי איז זיך מתחצף מיט נישט קומען צום קעניג. אסתר איז זיך מתחצף מיט יא קומען צום קעניג
ער שיקט ארויס בריווען 'להיות כל איש שורר', און ביזדערווייל איז ער פאטאש בידי אסתר אשתו. זי מאניפולירט אים כדבעי'.
עפעס דאכט זיך מיר אז דער "ומדבר כלשון עמו", איז נישט נתקיים געווארען ביי אסתר. די כוונה פון מדבר כלשון עמו איז דאך אז די פרוי דארף אוועקווארפען איר נאציאנאלע איידענטיטי און איבערנעמען די מאנס. מיט דעם וואס זי האלט איר נאציאנאליטי באהאלטען, איז און א געוויסע וועג פשט אז זי איז ווייט נישט גרייט דאס אויפצוגעבען. אויך זעהט מען ווי זי האט מאניפולירט א מעידזאר פאליטישע טויש לכבוד איר נאציאנאליטי דאס איז פונקט פארקערט פון מדבר כלשון עמו.

פאר נאך אבזערוואציעס דרוקט נומער צווי אויף אייער ראטערי פאון. אדער ווארטס דא געשפאנט. וויטשעווער קאמס פוירסט.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:19 am

· #90011
איז דאס נישט געווען די norm פאר גרויסע קעניג אין יענע צייטן צי מאכן זאלעכע סעודת?

יאיר » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:43 am

· #90015
נישט נאר לאו סעלף עסטים האט ער געהאט, נאר פאראנויד איז ער אויך געווען, וואס שטודיעס ווייזן אז די צוויי גייען צוזאמען. קודם האט ער א פחד אז די אידן וועלן אים אונטערברענגען ווייל זיי עסן פיש ערב יום כיפור, דערנאך קען ער נישט איינשלאפן ביינאכט ווייל ער האט געזען המן זיך שושקען מיט אסתר, און ער הייסט ארויסנעמען דעם ספר הזכרונות מאכן זיכער אז ער האט גוטע פריינט וואס וועלן אים דערציילן איבער די רעוואלוציע וואס זיי פלאנען. שפעטער ווערט זיין בעסטער פריינט, המן, זיין גרעסטער שונא. פארוואס? אסתר האט ארויסגעזאגט א ווארט: כי אין הצר שוה בנזק המלך, און ער דרייט איבער דאס רעדל, אלעס צו האבן אסתר אויף זיין זייט, ס'גייט אים גאנץ ווייניג אן אז ער וועט צוליב דעם דארפן אויסהארגענען א הונדערט טויזנט מענטשן פון זיין מלוכה (דורך די זעלבע אידן אליין וועמען ער האט עטליכע חדשים צוריק געוואלט אויסשעכטן!). און דו מיינסט טאקע אז בגתן ותרש האבן אים טאקע פרובירט צו פאר'סמ'ען? מרדכי האט געקענט זיין קעניג, ער האט געוואוסט אז ער וועט די מעשה גאנץ שנעל אפקויפן 😃.
א פרייליכן פורים!

מוח שליט » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:46 am

· #90017
איראנישע, ונהפוך הוא'אישע, און סתם אזוי אבזערוואציעס.
דאס ווארט 'דת' און די מגילה איז זייער זייער דאמינאנט. אבער און די זעלבע צייט זעהט מען אז אלע געזעצען און אלע בריווען וואס סופפאזעדלי איז די rule of law, איז אלעס קליינע חשבונתלעך פון קליינע מענטשען.
דער ערשטער בריוו איז א נארישע שלום בית געפעכט.
דאס צווייטע בריוו איז המן'ס פערסאנעל אישו מיט מרדכי.
ער האט דאס ארויסדערווישט פינעם קעניג פאר א נזיד עדשים- 10,000 ככר כסף, אין די קענגליכע שלעסער.
דאס דריטע בריוו איז די charms and wiles פון זיין באליבטע ווייב.
עס איז ווי די מגילה לאכט פון די גאנצע זאך פון "דת".

מען קען דאס טראגען ווייטער מיט דעם אז די נאמען פין יו"ט איז פורים= lottery. מען מאכט חוזק פון די גאנצע קאנצעפט פון rule of law, אין אלע הינזיכטין.
טרינק דיך אהן און פארגעס צו ארור המן אדער ברוך מרדכי. גארנישט איז set in stone. אלעס קען גיין.
כ'מיין אז עס איז דא איין ווארט וואס איז מער דאמינענט ווי "דת". יאפס יו געססט איט, "משתה". וויין, איז לא ידע דעם דת. דאס ווארט דת שטייט צוואנציג מאל, און דאס ווארט משתה, דריי און צוואנציג מאל.

מוח שליט » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:03 pm

· #90018
די שפראך פון די מגילה איז כסדר ויודע הדבר למרדכי... ויבקש הדבר, וימצא, ויתלו. ויקראו סופרי המלך, ויכתב, ונשלוח ספרים, להנתן דת, אלעס מיט א לשון נתפעל. ד.ה. נישט אז מען טוט נאר אז עס איז געשען. דאס איז אין איינקלאנג מיט די theme פון פורים = lottery - fate. עס "געשעהט זאכען (אויף א מיסטעריעזען אופן) פון זיך אליין. און ראה זה פלא, קוק ווי די מאניפולאציעס פאלען דערעך, און די יגיעה טוט אויף פונקט דאס פארקערטע, ונהפוך הוא.
ווען מען לאזט אפ אלע חשבונות, פאלט אלעס אין פלאץ. איא?
אפי' ווען מרדכי שפעקולירט אז די סיבה פון אסתר'ס ווערען מלכה איז טאקע וועגען אזא סיטואטציע ווי יעצט, זאגט ער עס בלשון "מי יודע". די שפראך פון די N.Y Lotto, אין זייער עדווערטייזמענטס. Hey you never know 🙂

מוח שליט » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:14 pm

· #90021
א געדאנק אויף די גורל פראססעס. [האלב געבאקען]
ער האט געמאכט א גורל מיום ליום ומחדש לחדש. אבער ביי די גורל אליינס שטייט נאר צוועלעפטע חודש. "חדש שנים עשר הוא חודש אדר. ווי איז ער אנגעקומען צום יום יג'?
לכאורה האט ער עפעס גענוצט די נומבער צוועלעף סיי פאר חודש און סיי פאר טאג אין חודש. דרייצען מיינט דאך אז עס זענען דורעך פולע צוועלעף טעג.
ביי חדשים איז נישט שייך צו ניצען די נאמבער צוועלעף באופן אז עס איז אדערעך צוועלעף חדשים, ווייל דעמאלט האלט מען דאך ביים חודש ראשון, און נישט צוועלעף. דעריבער האט דאס געמיינט בתוך די צוועלעפטע חודש.
אויך האט דאס אים געשטימט מצד דאס ארויסשיקען די בריווען, וואס איז געווען אין די דרייצענטען טאג אין ניסן. וואס דאס מאכט אז די נאמבער צוועלף מצד חדשים איז ממש פונקט צוועלעף חדשים. דהיינו פון ווען די גזירה איז אין עפעקט, גייט דורעך פונקט צוועלעף חדשים.
בקיצור עס איז געווען לעבעדיג מיט דעם צוועלעף.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:18 pm

· #90022
און וועלכע שלום בית האט אחשורוש געהאט? נאך עטליכע וואכן נישט זיין מיט זיין באליבטע מלכה, זה שלשים יום! און ווען זי קומט אריין צו אים פרעגט ער איר מה לך אסתר המלכה, ער האט נישט קיין השגה וואס קוועטשט איר... אך און וויי פאר אזא שלום בית

יאיר » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:20 pm

· #90023
שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?

מוח שליט » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:23 pm

· #90026
שמעקעדיג
און וועלכע שלום בית האט אחשורוש געהאט? נאך עטליכע וואכן נישט זיין מיט זיין באליבטע מלכה, זה שלשים יום! און ווען זי קומט אריין צו אים פרעגט ער איר מה לך אסתר המלכה, ער האט נישט קיין השגה וואס קוועטשט איר... אך און וויי פאר אזא שלום בית

יא, געפרעדיגט האט ער להיות כל איש שורר בביתו, אבער פון אביסעלע womanly charms, איז ער גרייט איר צו געבען עד חצי המלכות.
וואס מיינט עד חצי המלכות? פשוט, ער איז גרייט צו זיין אינגאנצען אייניג מיט איר, האלב אויף האלב. ער איז א פראפאנענט פון equal rights.

מוח שליט » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:28 pm

· #90027
יאיר
שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?

עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:47 pm

· #90028
וואס איז פשט והשתיה כדת אין אנס כי יסד המלך.... לעשות כרצון איש ואיש?
איז געווען סעודת וואס מהאט געמיזט טרינקן, אז סאיז כדי צי דערמאנען אז דא האט מען נישט געצווינגען?
''גם ושתי המלכה עשתה משתה נשים בית המלכות'' איז דאס געווען די סדר אמאל צי האבן עקסטרע מענער עקסטרע פרויען?

לאדיך אפ » זונטאג פעברואר 24, 2013 2:07 pm

· #90031
מוח שליט
יאיר
שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?

עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here

האלוי, נישט ריכטיג, זיי זענעןאלע געווען סריסים!! אפגעשטארבענע תאווות.

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:16 am

· #90057
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער קעניג xerxes פון פערסיע, וועלכער איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען אחשורוש, ווערט ברייט געשילדערט דורך דעם גריכישן היסטאריקער העראדאטוס, וועלכער שרייבט אז ער האט מלחמה געהאלטן מיט די גריכן, און קודם האט ער געווינען (און מסתמא נאכדעם איז געקומען די גרויסע פארטי) אבער צום סוף האבן זיי אים באזיגט, און זינט דעמאלט איז ער געווארן א פארביטערטער מענטש, א שיכור, און א שפילצייג אין די הענט פון זיינע מיניסטארן, ביז ער איז געווארן עלימינירט אין שושן דורך דער הויפט פון זיינע וועכטער. זעט אויס יענער האט בעסער געטויגט ווי בגתן ותרש.

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:56 am

· #90090
לאדיך אפ
מוח שליט
יאיר
שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?

עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here

האלוי, נישט ריכטיג, זיי זענעןאלע געווען סריסים!! אפגעשטארבענע תאווות.
מיינט טאקע סריסי המלך אז זיי זענען געווען נסתרס? קוק אין רד"ק מלכים ב פרק כ
והיו סריסים - מחלוקת בדברי רז"ל מהם אמרו סריסים ממש ומה' אמרו שנסתרס' ע"ג בימיהם כלומר שהכירו הכל שאין בה ממש וי"ת רברבין כמו שרים ועל דניאל חנניה מישאל ועזריה אמר שהם היו בהיכלי מלך בבל ונאמר עליה' מבני יהודה והם היו מזרע המלוכ' כי כן אמר נבוכדנצר לבקש מזרע המלוכ' ומן הפרתמים:
קוק אויך אין רש"ר הירש בראשית פרשת וישב פרק לז פסוק לו
סריס. שתי הוראות ל"סריס": מצד אחד - בלא ספק - הטלת מום בגוף, הנוטל ממנו את הכוח להוליד בנים, ומצד שני - בלא ספק גם כן - סתם עבד. הן פוטיפר זה היה נשוי, ואסנת, כנראה, בתו. "סרס" קרוב ל"זרז", "שרש". "זרז": להיות מהיר וקל תנועה, לקדם ענין במהירות. "זרזיר מתנים": בעל - חי זריז וקל במתניו, שרץ במהירות. כדרך ש"זרזיר" נגזר מ"זרז", כן "סרסור" בלשון חז"ל מ"סרס": סוכן המפעיל ומקדם עניני אחרים. "שָרֵש", ביסודו של דבר, גם הוא אינו אלא זה; שכן השורש הוא "סוכן" האילן. מ"שורש" נגזרה גם "שרשרות" =שרשרת: הסוכנת בין שני חלקים שונים של עצם אחד. בהתאם לכך יהיה "סריס" בדרך כלל: סוכן, וביחוד: סוכן חצר, משרת חצר, פקיד בסביבתו הקרובה של המלך, שעליו לדאוג לצרכי המלך, ולזרז את הבאתם. ההוראה האחרת של "סריס" תתבאר, כדרך ש"שרש" הוא היפוכו של "שורש", וכדרך ש"עֵקֶר" הוא שורש, ואילו "עָקָר" - מחוסר בנים, נטול כוח השורש להויה אנושית עתידה, כן גם "סריס": מי שנמנע ממנו לקדם ולהמשיך תולדות.

מיט דעם אלעם, בין איך נוטה מסכים צו זיין צו דיר אז די סריסים שומרי הנשים והפילגשים זענען טאקע געווען נסתרס.
אעפ"כ איז נאך אלץ מסתבר אז די נערי המלך וואס זענען נישט געווען קיין סריסים, האבען געהאט חשק צו ברענגען אלע שיינע מיידלעך אויף איין פלאץ. אפי' זעהן שיינע מיידלעך איז נישט אוועקצומאכען. ווי די פסוק זאגט אויף אסתר ותהי אסתר נשאת חן בעיני כל רואיה. הרי לך אז איר יופי האט נושא חן געווען. עד כדי כך אז זי איז געפאלען אפי' פאר הגי וואס איז געווען א סריס. ווי עס שטייט ותיטב הנערה בעיניו.
וביותר אז כאמור לעיל, מיט אזא רבוי פון מיידליך/פילגשים וואס לעכצען נאך אביסל אהבה האט מען גיטע אויסזיכטען אויף אסאך מער ווי סתם קוקען.

היסטאריקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:31 pm

· #90099
יאיר
און דו מיינסט טאקע אז בגתן ותרש האבן אים טאקע פרובירט צו פאר'סמ'ען? מרדכי האט געקענט זיין קעניג, ער האט געוואוסט אז ער וועט די מעשה גאנץ שנעל אפקויפן 😃.

שטייט קלאר אין די מגילה אז זיי האבן אים געוואלט הארגענען

וואס דארף מען מאכן מרדכי פאר א שקרן ח״ו

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:09 pm

· #90123
[ציטאט אראפגענומען]

דריוש שטימט זיכער נישט, סיי לויט חז"ל און סיי לויט די גוי'אישע היסטאריקער. דו מיינסט אפשר כנבוזי?

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:31 pm

· #90130
מוח שליט
לאדיך אפ
מוח שליט
יאיר
שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?

עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here

האלוי, נישט ריכטיג, זיי זענעןאלע געווען סריסים!! אפגעשטארבענע תאווות.
מיינט טאקע סריסי המלך אז זיי זענען געווען נסתרס?....

מיט דעם אלעם, בין איך נוטה מסכים צו זיין צו דיר אז די סריסים שומרי הנשים והפילגשים זענען טאקע געווען נסתרס.
אעפ"כ איז נאך אלץ מסתבר אז די נערי המלך וואס זענען נישט געווען קיין סריסים, האבען געהאט חשק צו ברענגען אלע שיינע מיידלעך אויף איין פלאץ. אפי' זעהן שיינע מיידלעך איז נישט אוועקצומאכען. ווי די פסוק זאגט אויף אסתר ותהי אסתר נשאת חן בעיני כל רואיה. הרי לך אז איר יופי האט נושא חן געווען. עד כדי כך אז זי איז געפאלען אפי' פאר הגי וואס איז געווען א סריס. ווי עס שטייט ותיטב הנערה בעיניו.
וביותר אז כאמור לעיל, מיט אזא רבוי פון מיידליך/פילגשים וואס לעכצען נאך אביסל אהבה האט מען גיטע אויסזיכטען אויף אסאך מער ווי סתם קוקען.

א שנעלער זוך אין וויקיפידיע ווייזט מיר אז עס איז געווען א נארמאלע זאך צו מסרס זיין די באדינער פונ'ם קעניג אין די אור אלטע מיטל מזרח כדי זיי זאלן זיין אינגאנצן משועבד פאר'ן קעניג אן קיין שטערונגען, בפרט פאר די שומרים פונ'ם בית הנשים. איז עס סתם א צופאל דאס וואס דער נאמען פון קעניגליכע באדינער איז סריס, און דאס וואס טייל פון די סריסי המלך זענען געווען ממש מסורס? איך מיין אז ס'איז מער מסתבר אז פון די עכטע סריסים איז דער נאמען אריבער אויף אלע באדינער פונ'ם קעניג און מ'האט יעדן אנגערופן סריסים.
אויסער דעם, איך מיין אז א סריס פארלירט אינגאנצן די כח התאוה דורך די טויש אין די הארמאנס, ער קען נאכאלס אפשר הנאה האבן פון קוקן אויף א שיינע פרוי אזוי ווי אויף א שיינע בילד, אבער די תאוה איז נישטא דערין.

גאלד » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:33 pm

· #90132
חז"ל זאגן אלימלא אגרות ראשונות לא נשתייר משונאיהם של ישראל שריד ופליט,
דער צידרודלטער אחשורוש שיקט ארום בריוון איבער 127 מדינות געשריבן מיט אלע שפראכן און שריפטן, אז וואס? נישט מער און נישט ווייניגער אז דער מאן איז בעה"ב און הויז.
ביסטו משוגע???
אזא זאך שיקט מען בריוון???
וועלכער נארמאלער מענטש ווייסט נישט אז דער מאן איז בעה"ב אין הויז???
נאך דערצו א מלך זאל שיקן אזאלעכע נארישע בריוון,
דאס איז געווען א חלק פון די ישועה, אזוי שפעטער ווען ס'אנגעקומען די בריוון להשמיד להרוג לאבד את הכל היהודים מנער ועד זקן ביום אחד ושללם לבוז,
האט דער המון עם זיך נישט אזוי שנעל זיך ציגעכאפט דערצו, ווייל זיי האבן מער נישט געהאט קיין ציטרוי און די ערנסקייט פון די בריוון פון אחשורוש,
און דאס האט געגעבן צייט פאר אסתר צו ברענגן די ישועה,

(טריקן חז"ל)

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:35 pm

· #90135
[ציטאט אראפגענומען]

אוי וויי, דו דארפסט זיך גוט אויסשלאפן און טרינקען א גלעזל עפל דזשוס 🙂 בלשאצר איז דאך געווען מלך בבל, נישט פרס.

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:38 pm

· #90136
גאלד
ביסטו משוגע???
אזא זאך שיקט מען בריוון???
וועלכער נארמאלער מענטש ווייסט נישט אז דער מאן איז בעה"ב אין הויז???
\
הלואי.

גאלד » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:41 pm

· #90137
דריוש דער ערשטער האט אומגעווארפן בלשאצר דאן האט פרס איבערגנומען די וועלטס אומפעריע פון בבל

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:20 pm

· #90165
יאיר
מוח שליט
מיט דעם אלעם, בין איך נוטה מסכים צו זיין צו דיר אז די סריסים שומרי הנשים והפילגשים זענען טאקע געווען נסתרס.
אעפ"כ איז נאך אלץ מסתבר אז די נערי המלך וואס זענען נישט געווען קיין סריסים, האבען געהאט חשק צו ברענגען אלע שיינע מיידלעך אויף איין פלאץ. אפי' זעהן שיינע מיידלעך איז נישט אוועקצומאכען. ווי די פסוק זאגט אויף אסתר ותהי אסתר נשאת חן בעיני כל רואיה. הרי לך אז איר יופי האט נושא חן געווען. עד כדי כך אז זי איז געפאלען אפי' פאר הגי וואס איז געווען א סריס. ווי עס שטייט ותיטב הנערה בעיניו.
וביותר אז כאמור לעיל, מיט אזא רבוי פון מיידליך/פילגשים וואס לעכצען נאך אביסל אהבה האט מען גיטע אויסזיכטען אויף אסאך מער ווי סתם קוקען.

א שנעלער זוך אין וויקיפידיע ווייזט מיר אז עס איז געווען א נארמאלע זאך צו מסרס זיין די באדינער פונ'ם קעניג אין די אור אלטע מיטל מזרח כדי זיי זאלן זיין אינגאנצן משועבד פאר'ן קעניג אן קיין שטערונגען, בפרט פאר די שומרים פונ'ם בית הנשים. איז עס סתם א צופאל דאס וואס דער נאמען פון קעניגליכע באדינער איז סריס, און דאס וואס טייל פון די סריסי המלך זענען געווען ממש מסורס? איך מיין אז ס'איז מער מסתבר אז פון די עכטע סריסים איז דער נאמען אריבער אויף אלע באדינער פונ'ם קעניג און מ'האט יעדן אנגערופן סריסים.
אויסער דעם, איך מיין אז א סריס פארלירט אינגאנצן די כח התאוה דורך די טויש אין די הארמאנס, ער קען נאכאלס אפשר הנאה האבן פון קוקן אויף א שיינע פרוי אזוי ווי אויף א שיינע בילד, אבער די תאוה איז נישטא דערין.

אמת, וויבאלד מען רעדט דא פון שומרי הנשים בין איך טאקע נוטה אז אט די שומרים זענען געווען מסורס כפשוטו.
אבער קוק דא אין פרק ב' אינעם צווייטען און דריטען פאראגראף, אנדערש ווי דו זאגסט. די חוקרים טענהן אז די ווארט סריס איז בשרשו צוויי ווערטער בלשון אשורית. די ווערטער מיינען איינער וואס איז בראש - א פקיד. שפעטער האט דאס אויך אנגעהויבען צו מיינען א מסורס. זיי זענען נישט מסביר פארוואס די ווארט האט פונקט די צוויי דעפיניציעס. לכאורה איז די פשט אז וויבאלד מען האט אנגעהויבען איינצופירען אוועקצונעמן די תאוה פון די סריסי/פקידי המלך דורכ'ן מאכען א ברית מילה כדבעי', און אפשניידען אלעס, דעריבער האט די ווארט סריס אנגעהויבען צו מיינען א פארשניטענער. אויך טענהן די חוקרים אז די גריכישע ווארט eunuch האט מתחילה אויך נישט געמיינט מסורס. עס האט געמיינט א פארלעסליכער געשולטער מענטש.
קוק ווייטער דארט section 4.1.2 ווי ער ברענגט א ראי' פון פוטיפר וואס איז געווען א סריס פרעה, אז עס האט נישט געמיינט מסורס. והא ראי' ער האט געהאט א ווייב און לכאורה אויך א טאכטער.
דארט שטייט אויך אז טייל סריסים [מסורסים] זענען טאקע געבליבען מיט'ן כח התאוה, אזוי ווי דו האסט געשריבען.

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:28 pm

· #90180

הייסט, פארקערט ווי איך האב געוואלט זאגן, דער טיטל פון סריס אויף א מסורס איז געקומען פון דעם וואס די סריסי המלך זענען געווען מסורס. אינטערעסאנט.
מוח שליט
קוק ווייטער דארט section 4.1.2 ווי ער ברענגט א ראי' פון פוטיפר וואס איז געווען א סריס פרעה, אז עס האט נישט געמיינט מסורס. והא ראי' ער האט געהאט א ווייב און לכאורה אויך א טאכטער.

דער שרייבער גלייבט נישט אין מלאך גבריאל?
מוח שליט
דארט שטייט אויך אז טייל סריסים [מסורסים] זענען טאקע געבליבען מיט'ן כח התאוה, אזוי ווי דו האסט געשריבען.

דו מיינסט מסתמא צו זאגן, "נישט ווי דו האסט געשריבן."

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:41 pm

· #90185
מוח שליט
די שפראך פון די מגילה איז כסדר ויודע הדבר למרדכי... ויבקש הדבר, וימצא, ויתלו. ויקראו סופרי המלך, ויכתב, ונשלוח ספרים, להנתן דת, אלעס מיט א לשון נתפעל. ד.ה. נישט אז מען טוט נאר אז עס איז געשען. דאס איז אין איינקלאנג מיט די theme פון פורים = lottery - fate. עס "געשעהט זאכען (אויף א מיסטעריעזען אופן) פון זיך אליין. און ראה זה פלא, קוק ווי די מאניפולאציעס פאלען דערעך, און די יגיעה טוט אויף פונקט דאס פארקערטע, ונהפוך הוא.

צו מיינט דאס אז "ותלקח אסתר" איז אויך נישט געווען לפי פשוטו של מקרא באונס, ווי דער לשון וואלט געטון אנדייטן, נאר דאס איז פשוט דער שפראך פון די מגילה?

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:33 pm

· #90214
מסתמא אזוי.

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:36 pm

· #90215
דעמאלט איז אביסל שווער פארוואס די גמרא ברענגט נישט א ראיה פון דא אז אסתר ברוח הקודש נאמרה, ווייל צוליב דעם וואס זי האט געזען ברוח קדשה אז כלל ישראל וועט דארפן צוקומען צו איר האט זי פארשטאנען אז זי מעג חתונה האבן מיט אחשורוש.

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:40 pm

· #90217
נאך אבזערוואציעס אויף די סיפור המגילה.
כמובא לעיל איז די מעשה פון די מגילה א צוזאמשטעל פון מקרים וואס פאלען פונקט אריין אין די right place at the right time. און טאקע אויף אן אופן ווי די מקרים שטארקען זיך אויף אלע אויסגערכענטע פלענער, און איעדע פלאן אויף איין דיירעקשאן ברענגט ארויס א מקרה אויף די פארקערטע וועג.
חוץ די פאר זאכען וואס איך האב שוין דערמאנט אויבען, איז דא א גאנצע ליסטע פון אזעלכע מקרים.
פונקט דעמאלט ווען המן גרייט אהן דעם הויכען בוים צו הענגען מרדכי, וויל אחשורש באלוינען דעם זעלביגען מרדכי.
דער שיינער ניגון פון "ויבא המן" איז די turning point פון די גאנצע מגילה. די פעולה פון אריינקומען מיט א חשבון, ווערסוס די כח פון די מקרים, וואס דרייט איבער די גאנצע חשבון ממש מהיפך להיפך, קען נישט בעסער ארויסגעברענגט ווערען ווי מיט דעם ויבא המן.
פונקט איז המן, מרדכי'ס גרעסטע שונא, געווארען דער וואס באשענקט אים גאר מיט אזא ריזיגע כבוד. דאס געשעהט טאקע די רגע ממש וואס ער קומט אריין מיט'ן חשבון צו בעטען רשות אים אויפצוהענגען. אט יענע רגע איז בלא יודעים שענקט ער אים א ריזיגען כבוד. נישט נאר ער שענקט דאס אים, נאר ער פירט דאס טאקע אויס בפועל. געצווינגענערהייט גייט ער ארום שרייענדיג אז דער מענטש וואס פאר פינעף מינוט צוריק האט ער כמעט באקומען רשות אים צו הענגען, איז גאר אן איש אשר המלך חפץ ביקרו.
אט די געדאנקענגאנג איז נישט נאר מצד די כותב המגילה וואס זעהט דעם גאנצען בילד און אבזערווירט די מקרים און זעהט אז השתדלות העלפט נישט צו פארבעסערען דעם גורל פינעם מענטש. דאס איז אויך מצד די מענטשען אינעם מעשה זעלבסט. זיי פרובירען אויך צו טוהן זייערע פעולות מיט אזא מהלך.זיי האבען אויך פארשטאנען אז די אזויגערופענע בלינדע מקרי האדם האבען עפעס א מיסטעריעזען כוח וואס לאזט זיך נישט פון אלע שיין אויסגערעכענטע פלענער.
אנגעהויבען פארשטייט זיך מיט די גורלות וואס המן האט געמאכט. ער וויל א פלאן וואס זאל גיין באופן מקרה. ער פרובירט אריינצושטעלן זיין אויסגערעכענטע פלאן בגדרי המקרה. ער וויל אז די בלינדע גורל זאל דאס אויספאסקענען.
המן'ס חכמים האבען אויך געארבעט מיט אזא מהלך. זיי האבען געזעהן די דירעקשאן וואס די מקרים פארן און געזאגט אז דאס איז עס. נפול תפול לפניו.

בענין די צוויי משתות אסתר איז אויך מסתבר אזא מהלך. זי האט געווארט פאר עפעס א cue, א סימן וואס זאל ווייזען אז עס פירט זיך און איר ריכטונג. די ערשטע משתה איז המן געווען שמח וטוב לב, ווי עס שטייט ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב, האט זי דעריבער אפגעשטופט איר בקשה. דאס צווייטע טאג קען מען זיך שוין אליין פארשטעלען וויאזוי ער האט געפילט. נאכדעם וואס ער האט ארומגעפירט זייל ארכ-שונא מיטן גרעסטען כבוד, און נאכ'ן באקומען די שווארצע נבואה פון זיינע חכמים. אסתר האט אוודאי אויך געוואוסט פון זיין קלאסאלער דורכפאל, איז דעריבער האט זי פארשטאנען אז יעצט איז די פאסיגע מינוט. אסתר'ס געדאנקענגאנג was proven right. דער "וגם הנה העץ אשר עשה המן למרדכי אשר דבר טוב על המלך", איז נאר שייך געווען דעם צווייטען טאג, נאכען נדדה שנת המלך וואס האט גורם געווען די קריאת בספר הזכרונות וכו'.

אין אזא מין געדאנקענגאנג האבען קליינע דעטאלען א גרויסע כח. מען שפירט די דירעקשאן וויאזוי די זאך פירט זיך, און מען לאזט זיך ווערען געפירט. עס קוקט אויס ווי אלע players האבען געהאלטען פון אזא מהלך. אחשורש איז ארויס צום גינת הביתן, און המן איז מיט בקשות ותחנונים געפאלען אויף איר בעט. דער קעניג קומט אריין און זעהט א מראה פון שכיבת המן על מטת אסתר. ער רופט זיך אהן הגם לכבוש את המלכה עמי בבית. הדבר יצא מפי המלך - [נישט קיין פעולה פון רעדן, עס איז עפעס יצא מפיו.] די ווערטער האבען געהאט די כוונה פין די שכיבה במטת אסתר, אבער עס האט זיך דערהערט א משמעות אויף די גאנצע ענין פון המן'ס רצון פון הרגענען די אומה פון די מלכה.
אוודאי קענען מיר נישט פארגעסען פינעם ויתלו את המן על העץ אשר הכין למרדכי... דעם זעלבען בוים וואס איז אויספלאנירט געווארען דורך זיינע חכמים אלס די שפיץ פון זיין נקמה במרדכי, איז גאר געווארען די קרוין פון זיין מפלה.
דערנאך זעהן מיר אז דאס וואס המן'ס בריווען זענען געווען בשם המלך אחשורש און מיט זיין זיגעל, א זאך וואס לאו דוקא איעדע בריוו האט דאס געהאט, והאגרות של" להיות כל איש שורר" יוכיח, וואס דאס גופא מאכט די בריוו אומזיגבאר, מען קען דאס נישט צוריקציען. איז דאך דאס חתימת המלך אויפען גזירה, א גאר געפערליכע חלק פינעם גזירה. שטעלט זיך אבער אויס אז דאס גופא איז גורם ממש להיפך. ווען נישט דאס אז די בריווען זענען אזוי שטארק, וואלט אחשורש מסכים געווען צו אסתר בקשה פון להשיב את הספרים מחשבת המן. דעמאלט וואלט סך הכל געווען אז די גזירה איז בטל געווארען. עס וואלט נישט געווען א געלעגענהייט פאר די אידן קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. וויבאלד אבער אז דאס איז נישט געווען קיין אפציע, האט מען געמיזט שיקען א בריוו וואס געבט די רעכט פאר די אידן זיך קעגנצושטעלן די אויספאלגערס פינעם ערשטען בריוו. ומכח גודל הפחד פון מרדכי, האבען אלע לאקאלע ממשלה איינגעשטעלטע געווען אויף די זייט פון די אידן, כי גדול מרדכי בבית המלך. קומט אויס אז די אומרירבארקייט פינעם גזירה איז גורם אז די אידן האבען א מעגליכקייט קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. נאר אזוי איז געווארען דער ונהפוך הוא...שהיהודים שולטים בשונאיהם. דאס וואס די אידן האבען געמיזט זיך דעפענדען און עומד זיין על נפשם, ווייל עס איז דאך געווען די ערשטע בריוו וואס איז נישט בטל געווארען, דאס האט גורם געווען א בעסערע לאגע פאר די אידן, מיטן עלימינירען זייערע שונאים.

אין א געוויסע וועג איז דאס א פאטאליסטישע צוגאנג, עפעס א בחינה פון כאשר אבדתי אבדתי. די מענטש'ס גורל וועט זיין וואס עס וועט זיין. מען קען זיך אפשר אביסל משתדל זיין זיך אריינצושטעלן אין א געניסטיגע מקרה, אבער דאס איז עס, נישט מער. עד כדי כך אז אין די מגילה שטייט נישט קיין איין ווארט פון בקשה צום אייבערשטען ביים צרה. אויך נישט קיין הודאה צום אייבערשטען ביי די ישועה.
במושכל ראשון קוקט דאס אויס ווי א התרחקות פינעם אייבערשטען, מען האט אינגאנצען פארגעסן פינעם אייבערשטען ח"ו. כעין דעם עד דלא ידע, ווען מען ווייסט נישט קיין חילוק בין טוב לרע.
וואס איז פשט מיט דעם גאנג?
עס קוקט אויס זייער עהנליך צו surrealism

גאלד » מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:06 pm

· #90239
די טיפיזינקייט פון מגילת אסתר איז דאס אז דער המון וואס האבן איבערגלעבט די געשיכטע וואלט זיך געקענט דאכטן אז די גאנצע מעשה פון די מגילה האט געדארט 3 טאג: איין שיינעם טאג איז גודל המלך, 3 טאג שפעטער איז ער געהאנגן, די ענדע,
ס'וואלט קיינעם עולה על הדעת געווען אז זאכן וואס האבן פאסירט 12 יאר בעפאר האט געהאט א דירעקטע שייכות און ציגרייטן דעם באדן פאר די ענדגילטיגע הצלה,
דאס האט נאר איין מרדכי געקענט משיג זיין ווייל ער האט געוויסט פונקטליך וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן, דהיינו אין הימל, קיינער וואלט נישט געקענט אפשרייבן מגילת אסתר אויסער מרדכי ואסתר,

איינע פון די וויכטיגסטע פירושים אויף די מגילה איז דער ספר יוסף לקח דאס איז פונעם בעל מעשה ה' (וואס איז באקאנט די סיפור אז ער איז אנטלאפן פון מצריים קיין אייראפע מיט א וואלקן)
זיין גאנצער סגנון איז 2 יסודות, 1. אז יעדער איינציגער ווארט אין די מגילה ברענגט ארויס דער תוקף הנס, 2. אז די אלע פילע מארעות וואס האט ציגעברענגט דער נס טראץ וואס אלעס איז געפירט געווארן ברצון אחשורוש, איז פארט יעדער איינציגער זאך געווען קעגן וואס דער גראדער שכל וואלט געזאגט,

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:20 pm

· #90244
מוח שליט
עד כדי כך אז אין די מגילה שטייט נישט קיין איין ווארט פון בקשה צום אייבערשטען ביים צרה. אויך נישט קיין הודאה צום אייבערשטען ביי די ישועה.
במושכל ראשון קוקט דאס אויס ווי א התרחקות פינעם אייבערשטען, מען האט אינגאנצען פארגעסן פינעם אייבערשטען ח"ו. כעין דעם עד דלא ידע, ווען מען ווייסט נישט קיין חילוק בין טוב לרע.
וואס איז פשט מיט דעם גאנג?

וואס איז מיט לך כנוס את כל היהודים הנמצאים בשושן וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו שלשת ימים לילה ויום גם אני ונערתי אצום כן? צו וועמען האבן זיי געפאסט אויב נישט צום אויבערשטן?

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:21 pm

· #90245
זייט ווען פאסט מען צו איינעם? פארוואס שטייט נישט איין ווארט פון תפלה?

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:29 pm

· #90246
ביזט גערעכט, ס'שטייט נישט בפירוש, אבער ס'איז קלאר אז פארדעם האבן זיי געפאסט, אפילו אן אריינקוקן אין מדרשים.

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:31 pm

· #90248
מען דארף אריינטראכטען פונקטליך וואס איז די נקודה פין א תענית. געווענליך זאגט מען עפעס אז דאס ברענגט ארויס א געפיל פון טראכטען טיפער, ארויסגיין אביסל פונעם טאג-טעגליכן. איך בין נישט קלאר. געוויס דארף מען דאס אפשר קאננעקטען צו די מהלך וואס ברענגט זיך ארויס דא אין די סיפור המגילה. אבער מען זעהט בכלל נישט אז דאס איז דוקא אן ענין פון פאסטן און בעטן צו איינעם.

פשוט פשט איז מיר גאר שטארק משמע אז דאס האט נישט קיין שייכות מיט תפלה אדער בקשה.

עפעס קוקט מיר אויס לויט די קאנטעקסט פון די סיפור המגילה אז דאס איז פשוט ארויסצוברענגען ביי זיך און ביי יעדעם די צער וצרה וואס מען געפינט זיך אין. ויצא בתוך העיר ויזעק זעקה גדולה ומרה, שק ואפר יצע לרבים. מען טוט עס אפי' נישט מיט א פלאן. מען לעבט נאר שטארק מיט די טיפע הרגשות וואס מען האט, און מען ברענגט דאס ארויס מיט א גאנצקייט. מרדכי האט נישט געשיקט א שליח צו אסתר צו דערציילן די מעשה. ער באלעבט פשוט דאס וואס געשעהט מיט אים. מאכען חשבונות, פלאנירען און אויסרעכענען איז נישט די מהלך.

איך בין נישט קלאר דא. ביטע העלפט מיך ארויס.

עס איז אן "אבל גדול ליהודים". בזכרוני אז אין די יארצייט פון עלטערן דארף מען פאסטן בתור אבילות. עס איז נישט קיין תפלה ובקשה.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:05 pm

· #90265
יאיר
דעמאלט איז אביסל שווער פארוואס די גמרא ברענגט נישט א ראיה פון דא אז אסתר ברוח הקודש נאמרה, ווייל צוליב דעם וואס זי האט געזען ברוח קדשה אז כלל ישראל וועט דארפן צוקומען צו איר האט זי פארשטאנען אז זי מעג חתונה האבן מיט אחשורוש.

ברוח הקודש גייט אויף די כתיבה.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:14 pm

· #90267
@מוח
ביזט גערעכט מיט די ספאנטען רעאקציע וואס מ'זעט אין דעם פסוק "ובכל מדינה ומדינה מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע אבל גדול ליהודים וצום ובכי ומספד שק ואפר יצע לרבים", אבער דא איז דאס א געפלאנטע זאך, לך כנוס את כל היהודים, א כינוס כלל ישראל, וגם אני ונערותי אצום כן, ובכן אבוא אל המלך און איך האף אז מ'וועט האבן געפויעל'ט, און אז נישט, וכאשר אבדתי אבדתי. און וואס מיינט לויט דיר וצומו "עלי", פאר מיינעטוועגן? און נאך מער, לויטן היגיון וואלט זי געדארפט גוט עסן אויסצוזעהן שיין פאר אחשורוש, וואס דאס איז דאך די גאנצע סיבה פארוואס זי איז דארט, נאר פאר איר שיינקייט, זאל זי נוצן נאכאמאל איר איינציגע וואפן, ואסתר נושאת חן בעיני כל רואיה, און זי גייט פאסטן? ווי אויך וועט זי נישט האבן די הרחבת הדעת פארצולייגן אירע טענות.
(בדרך צחות קען מען זאגן אז זי איז געגאנגען אויף א דייעט פאר'ן גיין צום קעניג עם צו געפעלן.)

מוח שליט » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:33 pm

· #90275
די וויכטיגסטע מאל אין לעבן פאר א מיידל אויסצוזעהן שיין איז ביום חתונתה. מיט דעם אלעם פאסט זי א גאנצן טאג. איך מיין אז עס שאדט נישט.

מאטי » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:58 pm

· #90280
טייערער מח איך באלעק מיך מיט דיינע מגילה אבסערוואציעס ישר כח. לגבי דער פאסטן שטייט דאך וצומו עלי..... ובכן אבוא אל המלך איז פשט אז אסתר האט גערעכנט אז דורכן פאסטן וועט נתעורר ווערן זכותים אז זי זאל מצליח זיין נישט א ספאנטעניאסדיגער טרויער אויסדריק.

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:03 am

· #90304
ונבנתה העיר
יאיר
דעמאלט איז אביסל שווער פארוואס די גמרא ברענגט נישט א ראיה פון דא אז אסתר ברוח הקודש נאמרה, ווייל צוליב דעם וואס זי האט געזען ברוח קדשה אז כלל ישראל וועט דארפן צוקומען צו איר האט זי פארשטאנען אז זי מעג חתונה האבן מיט אחשורוש.

ברוח הקודש גייט אויף די כתיבה.

ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה שנאמר (אסתר ב, כב) ויודע הדבר למרדכי. רש"י: ויודע הדבר למרדכי - מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו: (מגילה ז ע"א).

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:17 am

· #90305
מוח שליט, הערליכע געדאנקען אויף די מגילה. א שאד מען האט מיר נישט געגעבן צו לערנען דיינע חידושי תורה אויף פורים בעת משתה היין ווען איך האב געלערנט מסכת מגילה אלס בחור.
"כי אם החרש תחרישי בעת הזאת רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר."
דער פסוק העלפט דיר ארויס שנירן דיינע געדאנקען? עפעס אזא "ס'וועט אונטערקומען א פרישע געלעגנהייט פון אונטער דער ערד."

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:26 am

· #90307
יאיר
ונבנתה העיר
יאיר
דעמאלט איז אביסל שווער פארוואס די גמרא ברענגט נישט א ראיה פון דא אז אסתר ברוח הקודש נאמרה, ווייל צוליב דעם וואס זי האט געזען ברוח קדשה אז כלל ישראל וועט דארפן צוקומען צו איר האט זי פארשטאנען אז זי מעג חתונה האבן מיט אחשורוש.

ברוח הקודש גייט אויף די כתיבה.

ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה שנאמר (אסתר ב, כב) ויודע הדבר למרדכי. רש"י: ויודע הדבר למרדכי - מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו: (מגילה ז ע"א).

פון די המשך הגמ' איז מוכח אז מען רעדט לגבי כתיבה.

איך האב זיך טאקע לאנג געמוטשעט מיט דעם ביז כ'האב דאס געטראפן.

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:41 am

· #90309
ונבנתה, דער תירוץ וואס דער יערות דבש זאגט איז גוט על דרך דרוש, אבער איך מיין אז על פי פשט דארף מען עפעס בעסערס. מיר זעט אויס אז פון דעם וואס די מגילה דערמאנט אן אנגעבליכע אפענע רוח הקודש האט ער געהאלטן אז ס'איז מוכח אז די גאנצע מגילה איז געשריבן מיט רוח הקודש. (ס'שטימט נישט צו גוט, כ'ווייס. האסט עפעס בעסערס?).

גאלד » דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:12 pm

· #90647
אלע פרעגן פון "ויודע הדבר" איז נאך נישט מוכרח אז די מגילה איז נכתב ברוח הק' דאס גאנצע וואס מ'זעהט אז מרדכי איז געווען א בעל רוח הק' אבער מוז נישט זיין אז די מגילה איז געשריבן ברוח הק',

האב איך אמאל געהערט אז וויבאלד מרדכי האט אפגעשריבן די מגילה איז פשוט נישט מעגליך אז מרדכי אליין זאל מפרסם זיין זיין אייגן גדלות, איז בע"כ מוכרח אז ער איז געווען געצווינגען עס צו שרייבן ווייל דער רוח הק' האט אזוי געהייסן

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:19 pm

· #90650
גאלד
אלע פרעגן פון "ויודע הדבר" איז נאך נישט מוכרח אז די מגילה איז נכתב ברוח הק' דאס גאנצע וואס מ'זעהט אז מרדכי איז געווען א בעל רוח הק' אבער מוז נישט זיין אז די מגילה איז געשריבן ברוח הק',

האב איך אמאל געהערט אז וויבאלד מרדכי האט אפגעשריבן די מגילה איז פשוט נישט מעגליך אז מרדכי אליין זאל מפרסם זיין זיין אייגן גדלות, איז בע"כ מוכרח אז ער איז געווען געצווינגען עס צו שרייבן ווייל דער רוח הק' האט אזוי געהייסן

דאס ענטפערט דאך דער יערות דבש וואס כ'האב צוגעברענגט.

דר"א, ווער איז 'אלע'?

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:40 pm

· #90734
מוח שליט
יאיר
מוח שליט
די שפראך פון די מגילה איז כסדר ויודע הדבר למרדכי... ויבקש הדבר, וימצא, ויתלו. ויקראו סופרי המלך, ויכתב, ונשלוח ספרים, להנתן דת, אלעס מיט א לשון נתפעל. ד.ה. נישט אז מען טוט נאר אז עס איז געשען. דאס איז אין איינקלאנג מיט די theme פון פורים = lottery - fate. עס "געשעהט זאכען (אויף א מיסטעריעזען אופן) פון זיך אליין. און ראה זה פלא, קוק ווי די מאניפולאציעס פאלען דערעך, און די יגיעה טוט אויף פונקט דאס פארקערטע, ונהפוך הוא.

צו מיינט דאס אז "ותלקח אסתר" איז אויך נישט געווען לפי פשוטו של מקרא באונס, ווי דער לשון וואלט געטון אנדייטן, נאר דאס איז פשוט דער שפראך פון די מגילה?

מסתמא אזוי.
יאיר
דעמאלט איז אביסל שווער פארוואס די גמרא ברענגט נישט א ראיה פון דא אז אסתר ברוח הקודש נאמרה, ווייל צוליב דעם וואס זי האט געזען ברוח קדשה אז כלל ישראל וועט דארפן צוקומען צו איר האט זי פארשטאנען אז זי מעג חתונה האבן מיט אחשורוש.

אפשר לומר אז די לשון לקיחה ווייזט אויף אונס. מכח די "שפראך פון די מגילה" שטייט 'ותלקח' אנשטאט 'ולקחו' את אסתר. ביסט דאך מודה אז די 'שפראך' פארלאנגט נישט אז ווען איינער איז געגאנגען ערגעץ זאל מען שרייבען א לשון פון לקיחה.

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:17 pm

· #90748
גראדע פון חז"ל זעען מיר פארקערט, אז אויף מערערע פלעצער וואו עס שטייט "ויקח" שטייט אין מדרש אז ס'איז געווען אויף אן איידעלער אופן, קחם בדברים.

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:20 pm

· #90749
געפילטע פיש
@מוח
ביזט גערעכט מיט די ספאנטען רעאקציע וואס מ'זעט אין דעם פסוק "ובכל מדינה ומדינה מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע אבל גדול ליהודים וצום ובכי ומספד שק ואפר יצע לרבים", אבער דא איז דאס א געפלאנטע זאך, לך כנוס את כל היהודים, א כינוס כלל ישראל, וגם אני ונערותי אצום כן, ובכן אבוא אל המלך (און איך האף אז מ'וועט האבן געפויעל'ט, און אז נישט), וכאשר אבדתי אבדתי. און וואס מיינט לויט דיר וצומו "עלי", פאר מיינעטוועגן? און נאך מער, לויטן היגיון וואלט זי געדארפט גוט עסן אויסצוזעהן שיין פאר אחשורוש, וואס דאס איז דאך די גאנצע סיבה פארוואס זי איז דארט, נאר פאר איר שיינקייט, זאל זי נוצן נאכאמאל איר איינציגע וואפן, ואסתר נושאת חן בעיני כל רואיה, און זי גייט פאסטן? ווי אויך וועט זי נישט האבן די הרחבת הדעת פארצולייגן אירע טענות.
(בדרך צחות קען מען זאגן אז זי איז געגאנגען אויף א דייעט פאר'ן גיין צום קעניג עם צו געפעלן.)

פאסטען איז אן ענין פון צער ואבילות. "וצומו עלי" מיינט נישט פאסטען פאר איר זכות. עס מיינט אפשר אז זי האט געהייסען מען זאל מתאבל זיין אויף איר. זי האט דאך גערעדט א שפראך אז זי איז פארטיג, כאשר אבדתי אבדתי.

עפעס קוקט דאך אויס אז סימבאליזאציע [פועל דמיוני] איז געווען א גרויסע ענין דארט. [יעשו עץ גבוה חמישים אמה איז איין משל וואס קומט מיר יעצט אויפען געדאנק]. הגע בעצמך, וואס איז פשוט פשט פון "ונערותי אצום כן"? איז דען מסתבר צו זאגען אז פשטות הפסוק זאגט אז אירע נערות זענען געווען אידן? עס איז מיר מער מסתבר אז דאס איז די זעלבע זאך פון מרדכי'ס יציאה ברחובה של עיר בלבוש שק. דורכען קלאגען מיט שטארקע פעולות, ברענגט מען ארויס די התנגדות צו די מאורעות. בבחינת אתי מעשה ומבטל מעשה [דוקא שלא באופן של חשבון ומחשבה]. דאס איז די מהלך פין בייקומען אט די מאורעות.

וואס די כח פון סימבאליזאציע איז, וועט אפשר זיין מבואר אויב און ווען מען וועט פארשטיין פונקטליך די גאנצע געדאנקענגאנג פון די כותב הסיפור של המגילה, [מרדכי, אסתר] ווי אויך די געדאנקענגאנג פון די מענטשען אינעם סיפור זעלבסט.

נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?

חז"ל האבען טאקע נוקט געווען דעם מהלך מיטן זאגען אז פורים זאגט מען נישט קיין הלל צום אייבערשטען, נאר קריאתה זו הילולה. נישט נאר אז מען דערמאנט גארנישט פינעם אייבערשטען אין די מגילה, מען לאזט דיך אפי' נישט געבען קיין שבח והילול צום אייבערשטען באופן אחר, מען לאזט דיך נישט זאגען קיין הלל. קרואתה זו הילולה חאטש מען דערמאנט נישט קיין איין ווארט פון הלל לה' אינעם קריאה? משמע אז די קריאה פון די מאורעות אליינס, אהן אפטייטשען עס, אהן קיין הבנה ודעת בכלל, [עד] דלא ידע, דאס איז וואס מען רעדט דא.

כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.

וואס מיינט דאס אלעס?

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:22 pm

· #90750
יאיר
גראדע פון חז"ל זעען מיר פארקערט, אז אויף מערערע פלעצער וואו עס שטייט "ויקח" שטייט אין מדרש אז ס'איז געווען אויף אן איידעלער אופן, קחם בדברים.

דו זאגסט אז ווען עס שטייט ווען "ויקחו את אסתר לבית המלך" וואלסטו נישט געזעהן אן ענין פון אונס?

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:46 pm

· #90754
מוח שליט
נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?
.....כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.
וואס מיינט דאס אלעס?

עס מיינט, לויט ווי מיר האבן מקובל פון חז"ל און פון דורי דורות ביי גאנץ כלל ישראל, אז אונטער די אלע אויבפערלעליכע qoincidences ליגט באמת באהאלטן דעם יד ה' אויף א דירעקטע, פערזענליכע אופן וואס מיר קענען נישט באגרייפן. דאס איז דער ריכטיגער מהלך ומיניה לא נזוע. לויט דעם מהלך ווערט אויך פארענטפערט פארוואס הדסה האט זיך געגעבן א גוי'אישער נאמען פונקט 'אסתר' וואס באציט זיך לכאורה אויף דעם בבלי'שן אפגאט עשתר, נאר לויט ווי די ספרים ערקלערן איז פונקט פארקערט, זי האט זיך דירעקט געגעבן דעם נאמען אסתר מלשון הסתר אסתיר את פני, צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה', און ווער עס האט ערליכע אויגן קען דאס זען באשיינפערליך, אבער די תועים וואס פאשען אויף פרעמדע פעלדער וואס האבן זיך אנגעליינט מיט כל דבר אסור פון אלע מינים ואפיקורסים, ביי זיי ליינט זיך די מגילה ר"ל ווי א שיינע היסטאריקעל פיקציע ראמאנס נאוועל געשריבן דורך אידן וואס זענען פארזינקען צווישן די גויים עובדי ע"ז אבער האבן דאך דעם אידישן שטאלץ. מיר אינטערעסירט אינגאנצן נישט וואס אזעלכע תועים מדרכי החיים האבן צו זאגן.

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:47 pm

· #90755
יאיר
מוח שליט, הערליכע געדאנקען אויף די מגילה. א שאד מען האט מיר נישט געגעבן צו לערנען דיינע חידושי תורה אויף פורים בעת משתה היין ווען איך האב געלערנט מסכת מגילה אלס בחור.
"כי אם החרש תחרישי בעת הזאת רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר."
דער פסוק העלפט דיר ארויס שנירן דיינע געדאנקען? עפעס אזא "ס'וועט אונטערקומען א פרישע געלעגנהייט פון אונטער דער ערד."

יישר כח פאר די קאמפלימענט. יישר כוח פאר אנמערקען דעם פסוק. געשמאק.

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:54 pm

· #90758
יאיר
מוח שליט
נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?
.....כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.
וואס מיינט דאס אלעס?

עס מיינט, לויט ווי מיר האבן מקובל פון חז"ל און פון דורי דורות ביי גאנץ כלל ישראל, אז דער אמת'ער פשט איז אז אונטער די אלע אויבפערלעליכע qoincidences ליגט באמת באהאלטן דעם יד ה' אויף א דירעקטע, פערזענליכע אופן וואס מיר קענען נישט באגרייפן. דאס איז דער ריכטיגער מהלך ומיניה לא נזוע. לויט דעם מהלך ווערט אויך פארענטפערט פארוואס הדסה האט זיך געגעבן א גוי'אישער נאמען פונקט 'אסתר' וואס באציט זיך לכאורה אויף דעם בבלי'שן אפגאט עשתר, נאר לויט ווי די ספרים ערקלערן איז פונקט פארקערט, זי האט זיך דירעקט געגעבן דעם נאמען אסתר מלשון הסתר אסתיר את פני, צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה',

מיט דיין הבנה קען מען אויך פארשטיין די ענליכקייט פון די נאמען מרדכי צום בבלישן אפגאט Marduk
איך מיין אבער אז עס קען טאקע זיין אז זיי האבען געהאט בבלישע נעמען, [וואס בשרשם איז דאס געווען על שם אן אפגאט. אבער נישט אז מרדכי ואסתר האבען געהאט בכוונה פון אן אפגאט.

מוח שליט » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:00 pm

· #90759
יאיר
צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה', און ווער עס האט ערליכע אויגן קען דאס זען באשיינפערליך, אבער די תועים וואס פאשען אויף פרעמדע פעלדער וואס האבן זיך אנגעליינט מיט כל דבר אסור פון אלע מינים ואפיקורסים, ביי זיי ליינט זיך די מגילה ר"ל ווי א שיינע היסטאריקעל פיקציע ראמאנס נאוועל געשריבן דורך אידן וואס זענען פארזינקען צווישן די גויים עובדי ע"ז אבער האבן דאך דעם אידישן שטאלץ. מיר אינטערעסירט אינגאנצן נישט וואס אזעלכע תועים מדרכי החיים האבן צו זאגן.

יא מ'זעהמיר בשיינפערליך די כוח פין יו"ט פורים. א נייער אור, א נייער יאיר. א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. קימו מה שקבלו כבר. 👍
בלאט: 1 2