☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי

ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2966
בלאט: 1 2 3

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:27 am

· #87532
ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי
איך האב פריער גערעדט מיט איינעם וואס איז געווען דאנערשטאג נאכט אויף א מסיבה וואס ר' שמעון ראלניצקי האט געמאכט, און ער זאגט מיר אז שמעון האט דארט מודיע געווען פארן עולם אז דעיוויד רענטא, דער מענטש וואס זיצט שוין איבער צוואנציג יאר פארן הרג'ענען ר' יחזקאל שמש איז גארנישט דער ריכטיגער מערדער, מען האט דאס אויפגעוויזן קלאר, און דווקא היימישע אידן זענען געווען די וואס האבן דאס אויפגעוויזן, ווידער דער ריכטיגער מערדער איז גאר קיינמאל נישט געכאפט געווארן, און דעיוויד רענטא וואס זיצט שוין אזויפיל יארן גייט בקרוב ארויסגיין פריי.

טעפל » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:52 am

· #87548
הדד בן בדד
איך האב פריער גערעדט מיט איינעם וואס איז געווען דאנערשטאג נאכט אויף א מסיבה וואס ר' שמעון ראלניצקי האט געמאכט, און ער זאגט מיר אז שמעון האט דארט מודיע געווען פארן עולם אז דעיוויד רענטא, דער מענטש וואס זיצט שוין איבער צוואנציג יאר פארן הרג'ענען ר' יחזקאל שמש איז גארנישט דער ריכטיגער מערדער, מען האט דאס אויפגעוויזן קלאר, און דווקא היימישע אידן זענען געווען די וואס האבן דאס אויפגעוויזן, ווידער דער ריכטיגער מערדער איז גאר קיינמאל נישט געכאפט געווארן, און דעיוויד רענטא וואס זיצט שוין אזויפיל יארן גייט בקרוב ארויסגיין פריי.

ווי זאוי איז מען דאס יעצט געוואר געווארען נאך 20 יאר? שין ר' שמעון ראלניצקי וועט עס באשרייבען אין קומענדיגען שטערן?

ניו יארק » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:55 am

· #87594
אה... שלום עליכם...... דאס איז די גאלדענע אמעריקע.....
ארעסטאנטן זענען אומשולדיג, פאלאטישענ'ס זענען אומגעלערענט, און ביזנעס קאנסאלטענטס זענען ארבעטסלאז.
און אויב מען מעג צולייגן, זענען די וויליאמסבורגע עשירים (אזוי אויך ב"פ ק"י מאנסי - יעדער אויף זיין שטייגער) ארעמעלייט.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:23 pm

· #87933

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:53 am

· #88094
נולד מאוחר


ווי גייט דאס ווערטל: זאג נאר, קענסט אפשר משה גרינשטיין פון וויליאמסבורג, דעם בלאנדן?
- אוודאי, ער הייסט דאך הערשל מאשקאוויטש און ער איז א רויטער, און וואוינט אין בארא פארק...

איך רעד פון א (ווייסן) גוי וואס הייסט דעיוויד רענטע וועלכער זיצט פארן ערמארדן ר' יחזקאל שמש (ווערצבערגער) ז"ל, און היימישע אידן זענען יעצט אפיר געקומען און אויפגעוויזן קליפ און קלאר אז מען האט איינגעזעצט אן אומשולדיגן מענטש, און ער גייט אט ווערן ארויסגעלזאט.

ברענגסטו מיר א מעשה פון א (שווארצן) גוי וואס הייסט דשאבאר קאלינס און ער איז געזעצן אין תפיסה פארן ערמארדן ר' אברהם לייזער פאלאק ע"ה, און איז שוין ארויסגעלאזט געווארן פאר צוויי יאר צוריק, און אויך ווייל עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז נישט דער מערדער...

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:48 pm

· #88561
איך האב באמערקט די קוגל. נאר כהאב געזען ראשקאל הייבט אן מישן האב איך געוואלט ארויס העלפן.
סא אפשר ברענגסטו עפעס זאכליך לינק חוץ וואס ש ראלניצקי זאגט ביי ואכנאכטס.

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:02 am

· #88564
סארי, איך האב נישט מער פון דעם

צדיקל » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:11 am

· #98789
טיימס: דעיווד רענטא (פרשת ר' יחזקאל שמש הי"ד) אומשולדיג!
"@nytimes: Brooklyn Prosecutor to Seek Freedom of Man Convicted in 1990 Killing of Rabbi <a class="postlink" href="http://nyti.ms/YFpGhf">http://nyti.ms/YFpGhf</a>"

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:14 am

· #98790
עס איז געווען דריי עדות, אבער קיין ברעקל פיזיקל עווידענס. וועלן אזאלכע פעלער באווירקן צו טוישן דעם גאנצן יוסטיץ סיסטעם, אז מזאל נישט באשטראפן א מענטש אויפן סמך פון א עדות? אפשר.

lowlow » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:07 am

· #98807
will this be a help for weberman i hope so

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:28 am

· #98809
lowlow
will this be a help for weberman i hope so

דאס וועט נאר ערגער מאכן.
שנאת ישראל וועט נאר וואקסען.

קרעקער » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:45 am

· #98813
איינע פון די עדות איז געוועהן א יוד?

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:51 am

· #98855
יענער מעשה ברענגט ארויס וויאזוי דער פראסאקיושען איז געוועהן קאראפטירט וועלענדיג בארואינגען דער ווילי קומיונעטי האבען זיי געמוזט איינעם איינשפארען, האבען זיי גענומען איינעם, אונטערגעקויפט דער ליין אפ פראסעס, אונטערגעקויפט עדות, און איינגעזעצט אן אומשולדיגען מענטש.

דאס האט מיט וו"מ אזוי ווי פורים האט מיט האלעווין אדער ווייניגער, וו"מ מעשה איז אן עדות יחיד וואס דער דזורי האט געגלייבט על אף עס זענען נישט געוועהן קיין סתירות לדבריה, און קיין שום קאערסיע פין קיין פראסעקיושען וכו'.

עס קען זיין אז עס וואלט געמעגט זיין מער הלכות ווען און ווי מען קען גלייבען אן עדות יחיד, בפרט ווען דער עדות איז דער בעל דבר (אדער בת דבר) אליין, אבער מיט דער קעיס האט עס נישט.

דעת יחידאה » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:10 pm

· #98861
די זעלבע זאך וואס שפילט זיך יעצט איבער מיט יוליאס סאוועידאו! מגייט איינעם פראסעקיוטען מיט די ערגסטע קלאגעס נאר כדי צו באפרידיגן און באריאוגען די געפילען פון וויליאמסבורג

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:15 pm

· #98863
דעת יחידאה
די זעלבע זאך וואס שפילט זיך יעצט איבער מיט יוליאס סאוועידאו! מגייט איינעם פראסעקיוטען מיט די ערגסטע קלאגעס נאר כדי אז ווען די פראסעקיוטער מיט די לויערס גייען איין אויף א דיעל זאל נאך זיין שטראף זיין גענוג גרויס

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:08 pm

· #98870
דעת יחידאה
די זעלבע זאך וואס שפילט זיך יעצט איבער מיט יוליאס סאוועידאו! מגייט איינעם פראסעקיוטען מיט די ערגסטע קלאגעס נאר כדי צו באפרידיגן און באריאוגען די געפילען פון וויליאמסבורג


הונדערט פראצענט גערעכט. יעדער איינער קען זיך זייער גרינג טרעפן אין אין אסעוועידאס פאזיציע, און קיינער וויל נישט מען זאל אים איינזעצן אויף לייף.

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:26 pm

· #98872
ווען איך לאז עס ווען LOOSE וואלטיך געקענט וויינען ליינענדיג דע טיימס ארטיקל. איך שוין דעם אומשילדגן דעוויד רענטע, כ'וואלט אים אזוי געוואלט באגנאדיגן. ס'נישט נארמאל וויזוי דעי דעטעקטיוס האבן זיך געקענט אויפירן אזוי אן קיין דין וחשבון. היינט וואלטן זיי אים נישט געקענט איינזעצן מיט אזלעכע בחורישע עווידענס. אבער ווער איז שולדיג דא? וויזוי האט היינס געקענט אפווארפן די עדות וואס דזשאסעף עסטין'ס ווייב האט אליינס עדות געזאגט?!?!

Four years later, new doubts arose. In 1996, Theresa Astin testified that her husband, Mr. Astin, who had died in that car wreck in April 1990, had murdered the rabbi. She knew details of the killing that only someone close to it would. Mr. Ranta’s defense lawyer, Michael Baum, filed a court motion.

שעים שעים!

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:30 pm

· #98873
דאס האט מיר געטאטשט שרעקליך וואס רענטע האט געזאגט פארן טיימס: “I’d lie there in the cell at night and I think: I’m the only one in the world who knows I’m innocent,” he said. “I came in here as a 30-something with kids, a mother who was alive. This case killed my whole life.”

און חיים וויינבערעגער וואס האט געזען דעם מערדער אויג צו אויג אינעם האלוועי , מי לנו גדול פון אים? און ער האט געשריגן חי וקים אז ס'נישט געווען ער!!!

לאנג זאל לעבן אמעריקע יא יא

היסטאריקער » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:33 pm

· #98877
זיי שרייבן די ענטפער גראד דערנאך, נישט אז עס איז גערעכט, אבער זיי פאר א תירוץ איז עס גוט געווען



Ms. Astin turned out to be a complicated witness.

In the early 1980s, she was the girlfriend of Joe Sullivan, a freelance hit-man known as Mad Dog who killed at least 11 men.

Afterward, she married and settled down in the Gravesend neighborhood with Mr. Astin, a mechanic with a cocaine problem and a tendency to pull armed robberies

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:35 pm

· #98878
וויאזוי פארעטנפערט עס דאס: She knew details of the killing that only someone close to it would

און וויאזוי פארענטפערסטע דאס וואס וויינבערעגער האט געשריגן א גאנצן צייט אז ס'נישט ער?! איך זעה אז אסאך קאממענטס דארט באציהט זיך צו די פאקט.

היסטאריקער » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:12 pm

· #98890
איך פארענטפער גארנישט. פאר זיי איז עס פונקט גענוג געווען

גאלד » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:17 pm

· #98892
די גרעסטע ווייטאג איז אז איך געדענק נאך גיט יענע תקופה איך געדענק קלאר ווי יעדער קינד און קייט האט עמטליך געשמועסט אז מ'האט די ראנג מענטש, ס'מיטאמאל געווען א סוד, דאס מיינט אויב יעדער שמויגער האט געוויסט אז ס'איז נישט דער מערדער, איז קיין ספק אז די DA האט זיכער געמוזט וויסן

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:21 pm

· #98893
פון אייוועלט

רעדענדיג מיט משפחה מיטגלידער פון ר' יחזקאל הי"ד זעה איך אז זיי נעמען נישט אן די נייע מעשה און האלטן קלאר אז רענטא איז דער שולדיגער. זיי האבן אסאך באווייזן פון יענע צייטן וואס זיי טענה'ן האט טאקע דאן איבערצייגט די דזשורי ארויסצוגעבן א שולדיג אורטייל. עס טוט זיי זייער וויי אז דער מערדער פון זייער טאטע גייט ארויסגיין אויף דער פריי און ווערט באטראכט אלץ אומשולדיגער אין די מערדעריי.

שרייבער » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:35 pm

· #98895
מ'האט דאך דעמאלטס געשמועסט אז יד ישראל באמצע, נישט אזוי?

גאלד » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:45 pm

· #98906
יא איך האב דאס אויך געהערט אבער דער באדייט האב איך קיינמאל פארשטאנען.

דאס מיינט צו זאגן אז דער האלד-אפ איז אויספלאנירט געווארן דורך א איד?

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:47 pm

· #98907
שמועות איז אלעמאל געווען... פאראן וואס האבן געזאגט אז עטליכע בחורים האבן דאס ערלעדיגט, אלס נקמה וואס יחזקאל שמש האט זיי גע'רודפ'ט.

דעת יחידאה » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:35 pm

· #98916
יד ישראל באמצע האט געמיינט צו זאגן אז נ.ש. וואס איז געווען דער בעלבוס פון די דיימענדס האט געדארפט אנדרייען א אינשורענס שווינדל אז מהאט בא'גנב'ט די דיימענדס אבער למעשה איז די גניבה נישט געלאנגען און דער געדינגענע גנב האט געמוזט האנטלויפן פון די סיען, דעמאלטס האט ער געטראפן יחזקא' שמש אין זיין קאר און ער האט עם ארויס געשאסן ווייל ער האט געמוזט האנטלויפן, אבער נישט חלילה אז א יוד האט געהאט א האנט אין הארגענען דיירעקט ר' יחזקאל ע"ה

הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:49 pm

· #98920
האסט געוואלט א לינק, דא האסטו. זעהט אויס עס האט געדויערט פאר דעם ניו יארק טיימס א גאנצער חודש צו דיסקאווערן וואס שמעון ראלניצקי האט שוין לאנג דיסקאווערט.

(אפשר זאלן זיי אים הייערן)

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/03/20/nyregion/brooklyn-prosecutor-to-seek-freedom-of-man-convicted-in-1990-killing-of-rabbi.html?partner=rss&emc=rss&smid=tw-nytimes">http://www.nytimes.com/2013/03/20/nyreg ... tw-nytimes</a>

הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:01 pm

· #98923
היסטאריקער
זיי שרייבן די ענטפער גראד דערנאך, נישט אז עס איז גערעכט, אבער זיי פאר א תירוץ איז עס גוט געווען



Ms. Astin turned out to be a complicated witness.

In the early 1980s, she was the girlfriend of Joe Sullivan, a freelance hit-man known as Mad Dog who killed at least 11 men.

Afterward, she married and settled down in the Gravesend neighborhood with Mr. Astin, a mechanic with a cocaine problem and a tendency to pull armed robberies


כאילו די שטאט האט א פראבלעם מיט דעם. זיי גלייבן דאך דעם עדות פון סיי וועלכען פאברעכער און קרימינאל אויב דאס וועט העלפן אראפנאגלען א גרעסערן פאברעכער. און דאס איז דאך אפיציעל. מען גיט יענעם אימיוניטי, אדער א צוזאג פאר א גרינגערן שטראף, און אזוי זעצט מען איין וועמען מען וויל. און דא פלוצלינג האבן זיי געהאט א "פראבלעמאטישע עדות", עס וואלט געוואן א געלעכטער ווען עס איז נישט אזוי ווייטאגליך.

הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:05 pm

· #98924
און בד"וו, מיט איבער א חודש צוריק האב איך שוין באריכטעט דעם נייעס...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/98920">viewtopic.php?f=3&t=2966&p=98920#p98920</a><!-- l -->

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:12 pm

· #98928
דעת תורה
עס איז געווען דריי עדות, אבער קיין ברעקל פיזיקל עווידענס. וועלן אזאלכע פעלער באווירקן צו טוישן דעם גאנצן יוסטיץ סיסטעם, אז מזאל נישט באשטראפן א מענטש אויפן סמך פון א עדות? אפשר.

"דעת תורה" זאגט דאך אז מען באשטראפט נאר אויפ'ן סמך פון צוויי עדים און נישט אויף פיזיקעל עווידענס, נישט קיין חילוק ווי שטארק עס איז.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:19 pm

· #98934
איך בין אביסל צעמישט ווייל אוי'פן ערשטן אינטערוויאו אויף ק"מ זאגט ר' ארי' ליב גלאנץ אז ס'איז געווען די.ענ.עי. באווייזן פון האר געטראפן אינעם קאר פון ר' יחזקאל וואס דאס איז א הארטע באווייז.
יאיר, סירקומסטענשל און פיזיקל עווידענס ווערן יא גענומען אין באטראכט דורך די תורה, נאר נישט צו מחייב זיין מיתה. דוגמת קלא דלא פסיק וסימנים דאורייתא.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:37 pm

· #98943
מאראנצןזאפט
יאיר, סירקומסטענשל און פיזיקל עווידענס ווערן יא גענומען אין באטראכט דורך די תורה, נאר נישט צו מחייב זיין מיתה. דוגמת קלא דלא פסיק וסימנים דאורייתא.

קלא דלא פסיק איז נישט קיין דאורייתא און אפילו מדרבנן איז דאס בכלל נישט אויף צו מחייב זיין א מענטש אויף סיי וואס. סימנים דאורייתא איז יא א ראיה אז פיזיקעל עווידענס פארנעמט עפעס א מקום אין די תורה לויט איין מאן דאמר. פונדעסטוועגן, קען איך נישט פארשטיין דעם עולם וואס בייזערט זיך אזוי אויף די אמעריקאנער רעגירונג. בזמן שבית המקדש היה קיים וואלט מען גע'הרג'עט דעיוויד רענטא אויפ'ן סמך פון די דריי עדים, אפילו ס'איז נישטא קיין איין טראפ עווידענס. נאכמער, אפילו ס'וואלט געווען הוכחות ברורות אז די עדים זענען פאלש, וואלט מען זיי נאכאלס געגלייבט, כל זמן עס זענען נישטא קיין עדים מזימים אדער לכל הפחות עדים מכחישים.
שבתי וראיתי אז אין דעם פאל זענען טייל פון די עדים געווען קרימינאלן און זיי וואלטן געהאט א דין ווי רשעים. אבער אויב זיי וואלטן בלויז געזאגט אז זיי האבן חרטה און טוען תשובה און זיי פירן זיך אויף כהוגן וואלטן זיי לכאורה געווען כשר'ע עדים.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 6:34 pm

· #98959
ודרשת וחקרת היטב, שבע חקירת שבע דרישות, נישט אזוי פשוט, מען גלייבט נאר א ישראל, א גדול א זכר און א צדיק וואס איז נישט עובר קיין עבירות. איינער וואס איז נישט קיין קרוב, איינער וואס האט נישט קיין נגיעות. דאס הייסט אז די עדות האבן געהאט היפשע נאמנות נאכן גאנצן פראצעדור.

shem-tov » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:59 pm

· #98979
ווער קען אביסל דערציילן פאר'ן אינגערן דור איבער ר' יחזקאל ע"ה עסקנות, איך געדענק אים אלץ קליין קינד ביי חופות ווי ער פלעגט הארציג זינגען מיט די אלע תנועות ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער. וואסערע מין שמש/ עסקן איז ער געווען, האט מען אים פיינט געהאט אדער ליב געהאט. די קינדער זיינע און אייניקלעך די שמשים זענען גראדע ארענטליכע פיינע מענטשען וואס ברענגען זיכער כבוד פאר זייער טאטען

בדרך אגב ווער מאכט בעסער נאך דעם טאטן, ר' אברהם יושע אדער ר' שלמה

פיינע קאווע » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:53 pm

· #99014
ווי ווייט איך געדענק איז ער געווען א טייערער פארצייטישער איד. בחנ'ט פון אלטן חדר מיט זיין מארמארישער אקצענט. א שטרענגער מענטש אבער זייער א אמתדיגער און יעדער האט געוויסט אז ער איז א שטיק יראת שמים. ממילא האט מען אים מוחל געווען ווען ער האט פארטריבן די נשים ביי א באגלייטן אדער פאריאגט די קינדער נאכן כאפן פעקלעך ביי באווארפענס. צוליב זיין ערליכקייט האט גאנץ קהל שטאלצירט אים צו האבן אלס שמש אין ביהמ"ד
זיין פטירה איז געווען א מוראדיגע שאק פאר גאנץ סאטמאר. יעדער באזינדער איז געווען אויסטערליש צובראכן. די לוי' איז געווען אין ראדני אין היכל בית המדרש. דער שוהל איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה ווי כל נדרי ביינאכט בימים ההם. ווען דער ברך משה האט אים מספיד געווען איז געווען שרעקליכע בכיות אין ביהמ"ד. דער גאנצער עולם האט געוויינט אויפן קול ווי קליינע בעביס בשעת די גאנצע הספד אן אויפהער. איך געדענק נישט מעודי עד היום הזה אזא מחזה ווי אינג און אלט האבן גבוכהט אויפן קול פאר אזוי לאנג.
זיינע שיינע און טייערע דורות איז די גרעסטע עדות אויף אזא אדם חביב. יהא זכרו ברוך

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:59 pm

· #99031
א דאנק, פיינע קאווע. איך געדענק נאך איך די לויה פון אלס קינד, די בכיות עד לב השמים איז געווען א זעלטנהייט. אלע קינדער פון חדר זענען געגאנגען צו די לוי'.
זייענדיג א קינד, זעמיר געשטאנען אינדרויסן, נעבן די הייוועי. דאס ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט!

גנדי » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:45 pm

· #99039
איך געדענק ווי די מעשה האט אויפגעשוידערט יעדעם איינעם. קאלט-בלוטיג שיסן א איד אין קאפ. פאר גארנישט און פאר נישט. נאר פארן דארפן א קאר.

מיר האבן געזאגט תהילים פאר חעזקל שמש. אבער די אנדערע טאג איז געקומען די שלעכטע בשורה אז ער איז ליידער אוועק.

קינות גירושין » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:51 am

· #99058
וועלכע יאר איז עס געווען?
סגוווען די ערשטע מאל וואס איך בין געווען ביי א לוי איך געדענק נאך ביז היינט עפעס מורעדיגע בכיות

שרייבער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:43 am

· #99106
ס'איז געווען תש"נ
דאכט זיך געשאסן האט מען אים י"ד שבט און אוועק איז ער י"ז שבט, איך געדענק נאך ווי היינט מען האט געהאלטן אינמיטן שמונה עשרה און די רבי קומט אריין אין חדר און הייסט מען זאל מזכיר זיין יחזקאל בן רחל

אוי די לוי', דער רבי דער ברך משה האט געשריגן 'יחזקאל ווי ביזטו'?

גאלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:15 pm

· #99181
איך בין געווען ביי דער לוי' ס'העט מיר קיינמאל ארויס פון קאפ, ס'איז קלאר אז - אויסער לכאורה כ"ו אב - האט סאטמאר קיינמאל נישט בייגעוואוינט אזא הארצרייסענדע לוי', יעדער האט דעמאלטס געזאגט אז ס'ברענגט זיי ארויף זכרונות פון רבינס לוי', די ארון איז אריינגעברענגט געווארן אין ביהמ"ד פארן ארון קודש, דער ערשטער רעדנער איז געווען ר' סנדר דייטש, כ'דענק נאך ביז היינט ער האט אנגעהויבן מיט די ווערטער "נפוגותי ונדכיתי עד מאד שאגתי מנהמת לבי!! א איד שטייט אויף אונדערפרי לעבודת הבורא...." דער גאנצער עולם האט געוויינט אויפן קול, אזש ס'האט בוקע רקיעים געווען, מענער פרויען, איך האב בייגעוואוינט די גאטליב לוי' נישט מער געדאכט, און נעבעך יעצט די גלויבערס, איך זאג ענק קלאר קיינער איז נישט ציגעקומען צו ר' יחזקאל'ס לוי', נישט אז איין טראגעדיע איז גרעסער ווי די אנדערע, נאר די שאק, א מענטש וואס יעדער האט געקענט, זאל דערמארדעט ווערן בשאט נפש דורך א רוצח, דאס האט אויפגעשוידערט יעדן ממש צום קלימאקס

צדיקל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:22 pm

· #99183
BREAKING: #Brooklyn Judge has released David Ranta, man who spent more than 20 yrs in jail for killing Rabbi.

Tearful relatives of David Ranta are now hugging him after judge told the wrongfully convicted man: "sir, you are free to go." -- Oren Yaniv (@OrenNYDN)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:30 pm

· #99185
סוף הכבוד לבוא.
אפשר זאל ק"ק סאטמאר (זלונים, ווייל זיי זענען די ארגינעלע) אים פארגוטיגען מיט אפאר דאללער, אדער א JOB ?

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:34 pm

· #99187
מ'וועט קענען דעבאטירן פאר יארן וואס ס'אמת איז געווען. אבער אין פאקט, חיים וויינבערגער שרייט חי וקיים אז רענטא איז נישט געווען דער וואס האט געמאכט די האלד-אפ. חיים האט עס געשריגן נאכן ארעסטירן, אין קארט און אזוי אויך די גאנצע 23 יאר. אלע עדות פון דעמאלטס זענען מודה אז ס'איז געווען א געפרעימטע זאך, און געוויסע האבן אפילו ארויסגעגעבן ווער די מערדער איז געווען.

לאנג לעבן זאל דער אמעריקאנער סיסטעם!

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:35 pm

· #99188
קאווע טרינקער
סוף הכבוד לבוא.
אפשר זאל ק"ק סאטמאר (זלונים, ווייל זיי זענען די ארגינעלע) אים פארגוטיגען מיט אפאר דאללער, אדער א JOB ?

סאטמאר האט אים נישט ארעסטירט און נישט געהאלטן פאר 23 יאר, וואס פונקטליך ווילסטו פון זיי?

ער גייט מסתמה סוען די גאווערמענט פאר אפאר שלימים..

גאלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:41 pm

· #99191
קאווע טרינקער
סוף הכבוד לבוא.
אפשר זאל ק"ק סאטמאר (זלונים, ווייל זיי זענען די ארגינעלע) אים פארגוטיגען מיט אפאר דאללער, אדער א JOB ?


ווען סאטמאר איז ווען אחראי ווער ס'זאל זיצן אין תפיסה וואלט וועבערמאן היינט געווען א בן-חורין, זיי האבן זיך גארנישט וואס צו שפירן שולדיג, ס'איז גענצליך די אחריות פון די DA און דער דשאדש

צדיקל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:41 pm

· #99192
פריי נאך 23 יאר
📎 qqq.jpg

וואלפה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:54 pm

· #99194
.
📎 IMG-20130321-WA0023264144176.jpg

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:55 pm

· #99195
וויפיל יאר וואלט ער נאך אפגעזיצען?

וואלפה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:05 pm

· #99203
- <a class="postlink" href="http://www.appsgeyser.com/115042">http://www.appsgeyser.com/115042</a>
בלאט: 1 2 3