☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי

ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2966
בלאט: 1 2 3

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 1:57 pm

· #99785
דעת, ס'נישט געווען קיין שום די ען עי עווידענס און דאס אז ער האט מודה געווען איז אויך נישטא קיין באווייזן.

דעת תורה » זונטאג מערץ 24, 2013 1:59 pm

· #99786
פון וואו ווייסטו פאר זיכער אז עס איז נישטא קיין די ען עי? פארוואס האט מען ביז יעצט יא געזאגט? און אוודאי איז דא זיין קאנפעשאן, האט ער עס דען נישט געגעבן בכתב אדער איז עס נישט רעקארדירט געווארן לכה"פ?

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 2:03 pm

· #99791
ניין. און די דזשאדזש האט בשעתו פארגעהאלטן דעם דעטעקטיוו פארוואס ער האט עס נישט רעקארדירט אזוי ווי די פראטאקאל פארלאנגט. די ען עי איז נישט געווען לויט ווי איך האב געליינט

בן תמליון » זונטאג מערץ 24, 2013 2:44 pm

· #99821
עס זענען געווען צוויי גוים אין די קאר. נאך איינער ש.ר. האט זיי געזען זיצן פארטאגס עס איז איהם געווען גענוג פארדעכטיגט אז ער האט געקוקט די לייסענס פלעיטס וואס ער האט ליידער שפעטער פארגעסן.

דעת תורה » זונטאג מערץ 24, 2013 2:48 pm

· #99829
וואס הייסט? די לייסענס פלעיטס איז דאך געווען יחזקאל שמש'ס פלעיטס, ניין?

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 2:50 pm

· #99831
ס'געווען א געט אוועי קאר רעדי פאר'ן רויבער צו אנטלויפן. כ'וואלטיר געראטן צו ליינען דעם טיימס ארטיקל, קוקסט נישט אויס אינפארמירט איבערן געשיכטע, זיי לייגן עס אראפ מיט אלע דיטעילס גאר גוט.

דעת תורה » זונטאג מערץ 24, 2013 3:23 pm

· #99862
דעם טיימס ארטיקל פון לעצטע וואך האב איך גראדע יא געליינט, איך געדענק נישט דארט וועגן א געטעוועי קאר. אויף די פארומס האט מען גערעדט אז דער קאר איז נישט אנגעקומען אדער האט אפגעטראגן. זא ווי זא, אויב ליבערמאן האט געזען רענטא אין די געטאוועי קאר, איז דאך רענטא זיכער נישט געווען דער שיסער אמער ער האט דאך געהאט אן אייגענע קאר. און בכלל, גוים פלעגן דען האבן סטעישאן וועגאן'ס? איך האב פארשטאנען אז עס איז אים פארגעקומען מאדנע צו זען א גוי אין א סטעישאן וועגאן 😂

דעת תורה » זונטאג מערץ 31, 2013 12:07 am

· #100503
זר, ליין דעם היינטיגן עי פי באריכט, זיי שרייבן אז רענטא האט אונטערגעשריבן קלאר אז ער איז געווען פארמישט אין די רויבעריי, און ער איז אפילו געווען אויף די סצענע הארט בעפאר די שיסעריי. דאס שטימט זייער גוט מיט וואס איך האב געשריבן.

נייגעריגער » זונטאג מערץ 31, 2013 12:22 am

· #100505
דעת: פליז לינק אהין!!

זר זהב » זונטאג מערץ 31, 2013 12:28 am

· #100508
ער מיינט דעיס

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/2013/03/30/louis-scarcella-retired-n_n_2984951.html">http://www.huffingtonpost.com/2013/03/3 ... 84951.html</a>

נייגעריגער » זונטאג מערץ 31, 2013 12:32 am

· #100510
גרויסע ש'כח!

זר זהב » זונטאג יולי 7, 2013 4:16 pm

· #131218

נייגעריגער » דינסטאג יולי 9, 2013 7:08 am

· #131765
בקשה כללית!
איך האב שוין אפאר מאל געוואלט בעטן פון ידידינו "זר זהב" אז ווען ער עמבעדירט א ווידיאו ערגעץ אין שטיבל זאל ער אויכעט לייגן א לינק פארדעם אדער נאכדעם, ווייל מיין מאוביל בראוזער ערלויבט מיר נישט זען די עמבענדעט ווידיאו, אבער דורך א לינק קען איך עס זען דורך א סעפערירטע עפפ!

בתקוה להבנה, ייש"כ למפרע
נייגעריגער עט קאווע שטיבל

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:56 pm

· #185227
דעוויד רענטא האט געשליכטעט זיין סיוויל לאוסוט מיט די סיטי פאר 6.4 מיליאן דאלער

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:00 pm

· #185230
לכאורה איז דאס פאר אים א גאלדענעם געשעפט.

אין תפיסה וואלט ער סייווי אנגעקומען צוליב זיינע פילע אנדערע מעשים טובים, נו איז ער געזיצן עטוואס לענגער און ארויסגעקומען א מיליאנער...

אזא נייעס ערוועקט אבער נאכאמאל א שאנדע אויף די היימישע עסקנים וואס האבן אויסגעאיבט דעם פובליק דריק און געברענגט דערצו אז א אומשולדיגער פערזאן זאל אפזיצן

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:45 pm

· #185253
זייער ווייניג געלט

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:12 pm

· #185294
דעת תורה
וואס הייסט? די לייסענס פלעיטס איז דאך געווען יחזקאל שמש'ס פלעיטס, ניין?

זיי זענען געזיצן אין אן אנדערע קאר פאר ער/זיי האבן געשאסן אויף ר' יחזקאל. 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:20 pm

· #185296
ס'איז אויך זייער זעלטן צו זעהן אז א דזשאדזש זאלל ווערן עמאשיאנעללי איבערגענומען/וויינען ביי א קעיס. 😕 🙄 😢 😞 😳 😮

איינער » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:22 am

· #185627
גם כי אלך
לכאורה איז דאס פאר אים א גאלדענעם געשעפט.

אין תפיסה וואלט ער סייווי אנגעקומען צוליב זיינע פילע אנדערע מעשים טובים, נו איז ער געזיצן עטוואס לענגער און ארויסגעקומען א מיליאנער...

אזא נייעס ערוועקט אבער נאכאמאל א שאנדע אויף די היימישע עסקנים וואס האבן אויסגעאיבט דעם פובליק דריק און געברענגט דערצו אז א אומשולדיגער פערזאן זאל אפזיצן


וואס?! צו זיצען אין תפיסה אומשולדיג אן וויסן אז דיין אומשולד וועט אמאל ארויסקומען אדער בכלל לעבען ארויס צו קומען, איז קיינמאל קיין גאלדענעם געשעפט.

ליפא » דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:26 am

· #362790
היינט אדער נעכטן איז די יארצייט

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:12 pm

· #362823
שוידערליך. כ׳געדענק נאך די מעשה ווי נעכטן, אונז האבן געוואוינט א גאס אוועק.

יואלי וואלפסאן » דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:44 pm

· #362825
📎 IMG-20170212-WA0157.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 14, 2017 11:54 pm

· #362864
איך האב דאמאלס געדרייווט א באס פאר א ישיבה אין וויליאמסבורג. איך בין געווען זייער שטארק שאקירט ווען כ'האב געהערט די בשורה לא טובה. איך האב געקענט ר' יחזקאל פערזענליך. זייער א ליבליכער מענטש. ער האט א יעדן געקענט. ער איז אויך געווען דער ..."שעריף" אין די קהילה. טשיעף לאו ענפארסמענט אפיסער...! ווען מ'האט געדארפט א טובה איז ער געווען דער ערשטער צו לויפן און טון די טובה...! יהא זכרו ברוך...!... 😢

איבער דעם הונטערגרונט פון די גאנצע פרשה. די אנגעבליכע סיבה פאר'ן שיסן ר' יחזקאל. און די רויב קאנספיראציע איז בשעתו באשריבן געווארן דורך דעם פון די אינשי דלא מעלי חיים'קע שאולזון לחרפה ולדראון עולם. ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין יענע פרטים. אבער ס'איז אן אינטרעסאנטע פרשה וועלכע איז כדאי גרונטליך אויסגעפארשט צו ווערן. און באריכטעט פאר'ן ברייטן ציבור...!

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:47 am

· #362868
ר׳ בערל די מעשה מיט ר׳ יחזקאל שמש און די מעשה מיט די מיידל וואס מהאט געזוכט פאר אפאר טעג און צום סוף געטראפן דורך קאנסטראקשען ארבעטארער אינטער די ווימסבג בריטש, האלב פארברענט, טאכטער פון די רוסישע שוסטער אויף ווילסאן, די צוויי מעשיות זענען געוועהן מיין גרעסטע קאשמאר אלץ קינד, די שרעק איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער... אוי דער שוסטער, אזא וויואלע איד געוועהן, דער צווילדעוועטר ארעסטאנט איז פונקט יענע טאג ארויס פון תפיסה און איהר אנגעטראפן, רח״ל.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:12 am

· #362880
שבת אחים
און די מעשה מיט די מיידל וואס מהאט געזוכט פאר אפאר טעג און צום סוף געטראפן דורך קאנסטראקשען ארבעטארער אינטער די ווימסבג בריטש, האלב פארברענט, טאכטער פון די רוסישע שוסטער אויף ווילסאן.

לפי זכרוני איז פון מארסי, נישט ווילסאן. יאגעדייעוו איז געווען די נאמען, עפעס אזוי.
יאפ, דאס זענען טאקע געווען קאשמארן אלס יונג קינד.

שלי שלך » מיטוואך פעברואר 15, 2017 10:24 pm

· #362926
Re: ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי
אויף ווילסאן צווישן ליע און דעוויזאָן
בלאט: 1 2 3