☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי

ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2966
בלאט: 1 2 3

גאלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:06 pm

· #99204
זיין סענטענס איז געווען 25 טו לייף, דאס מיינט ער איז כמעט אפגעזיצן זיין גאנצער טערמין

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:06 pm

· #99205
אוי דאס איז א שוואכע נחמה

שרייבער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:07 pm

· #99206
זר זהב
וויפיל יאר וואלט ער נאך אפגעזיצען?

מיר ליגט אין קאפ מען האט אים פאראורטייל אויף 25 יאר

סאו ס'איז שוין יעצט 23 יאר, דאכט זיך פאר גוד ביהעיווינג גייט אראפ, ס"ה איז ער נישט ארויס צופיל פרי

גאלד האקט, ברוך שכוונתי

ווען ער שווינדלט כאטש וואלט ער יעצט פארדינט, ווייל דאן וואלט ער באקומען 104 יאר, נישט אזוי?

צדיקל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:10 pm

· #99208
גאלד
זיין סענטענס איז געווען 25 טו לייף, דאס מיינט ער איז כמעט אפגעזיצן זיין גאנצער טערמין

37 און האלב יאר

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:10 pm

· #99209
ווי איך דענק האט מען גערעדט פון 37.5 יאר

צדיקל געהאקט

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:14 pm

· #99213
איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:17 pm

· #99216
מעסעדש פון ר' שמעון ראלניצקי אויף טוויטער

טייערע ברידער,

מיר האבן דא א געוואלדיגע געלעגנהייט צו ווייזן אז מיר זענען אלעמאל פאר'ן אומשולדיגן מענטש, נישט קיין חילוק אויב ער איז א איד אדער נישט-איד.

דער שוידערליכער מארד פונעם אומפארגעסליכן רבי יחזקאל ז"ל וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן. "יענער" קרימינאל האט געמיינט אז עס וועט זיין א פשוט'ע גניבה, און ער וועט מאכן א לעבן מיט די גע'גנב'עטע בריליאנטן. צום באדויערן, ווי נאר מען האט געלאזט א רויבער מיט א ביקס פריי צו בושעווען אויף די גאסן פון וויליאמסבורג האט ער זיך שוין נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט. חז"ל זאגן, כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין צדיקים לרשעים, ולא עוד אלא שמתחיל מן הצדיקים תחלה שנאמר 'והכרתי ממך צדיק ורשע'.

ווי נאר חיים וויינבערגער האט אראפגעקלאפט דעם רויבער מיט זיין קאר און אנטלאפן, איז דער צעיושעטער רויבער געלאפן זוכן א קרבן כדי נאכצואיאגן חיים וויינבערגער און רבי יחזקאל איז געפאלן א קרבן רח"ל.

דער מארד פון רבי יחזקאל איז נישט געווען א קאנספיראציע, ס'איז נישט געווען אפגעשמועסט. אויב דעיוויד רענטא איז נישט געווען דער מערדער דאן איז ער אומשולדיג, און וויבאלד ס'איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז דעיוויד רענטא איז נישט געווען דער מערדער דערפאר איז ער אומשולדיג, ווייל ס'איז נאר געווען איין מערדער און איין מענטש וואס האט געפלאנט דעם מארד.

דער מענטש וואס האט אויפגענומען דעם רויבער דורכצופירן די גניבה, האט נישט געהאט בדיעה צו דערמארדן א מענטש, און מסתמא האט ער זיך קיינמאל נישט מוחל געווען אז צוליב אים איז א מענטש דערמארדעט געווארן, נאכדערצו אזא איד ווי רבי יחזקאל. מיר אידן ווייסן אז דער מארד פון רבי יחזקאל ז"ל איז געווען אנגעשריבן פון הימל און דער מערדער איז געווען דער שלעכטער שליח.

צום סוף קענען מיר אויסדרוקן צופרידנהייט אז דער אמת'ער מערדער איז לכאורה אומגעקומען נאך א פאליס טשעיס, און אזוי האט ער באצאלט זיין שטראף. ווי אונזער הייליגע תורה לערנט אונז "ואשר לא צדה והא-לוהים אִנה לידו", (שמות כ"א, יג) און ווי רש"י זאגט דארט אויפ'ן פסוק איז נישטא אזא זאך אז א מענטש זאל דורכפירן א רציחה און זיך אפלעבן רואיג און צופרידן. עווענטועל וועט ער באקומען זיין פארדינטע שטראף, און אזוי איז טאקע געווען מיט דזשאסעף עסטין, דער אמת'ער מערדער.

יעצט, טייערע אידן, האבן מיר א געוואלדיגע געלעגנהייט, צו פאררעכטן דעם פובליק רילעישאנס דעמעדזש וואס מיר האבן געליטן די לעצטע פאר חדשים, אויב... אויב נאר מיר זאלן נאר האבן שכל און וויסן וויאזוי עס אויסצוניצן. לאמיר זאגן פאר די על שארפטאנס אונזערע, "מוחל טובות. רעדט נישט צו די מידיע אין אונזער נאמען. מיר האבן שוין גענוג געליטן פון אייך. ווען מיר האבן געכאפט קלעפ אין די מידיע מיט אפאר חדשים צוריק האט איר זיך אלע באגראבן אין מייזן לעכער און געווען נישט צום געפינען. יעצט האלט ווייטער אן די שטיל-שווייגעניש -- דאסמאל פערמאנענט."

גאלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:23 pm

· #99220
קרעקער
איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?

דא האט פריער איינער דערמאנט א ראשי תיבות נ.ש.
go figure

דעת יחידאה
יד ישראל באמצע האט געמיינט צו זאגן אז נ.ש. וואס איז געווען דער בעלבוס פון די דיימענדס האט געדארפט אנדרייען א אינשורענס שווינדל אז מהאט בא'גנב'ט די דיימענדס אבער למעשה איז די גניבה נישט געלאנגען און דער געדינגענע גנב האט געמוזט האנטלויפן פון די סיען, דעמאלטס האט ער געטראפן יחזקא' שמש אין זיין קאר און ער האט עם ארויס געשאסן ווייל ער האט געמוזט האנטלויפן...

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:24 pm

· #99221
אייזענע ווערטער!!!!!
אידן וועקט זיך אויף!

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:26 pm

· #99223
מיין לייק איז פאר שמעונ'ען. דער זאגט דאך דברים של טעם!

(און פאר קרעקער פארן אהער ברענגן)

וואלפה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:39 pm

· #99229
איך שטעל זיך א מניט טראכטען. דער שרץ איז שוין פערטיג מיט זיין לעבען אפילו נאכען ארויסגיין, זיינע אויגען קען ער ניטאמאל האלטן גלאך,
אלעס ווייל טשארלס היינס האט געווילט אויפבויען זיין נאמען, און ער איז געווען די שעיר לעזעזאל,
יעצט קען ער שוין גיין, ווייל ער האט געכאפט א צווייטער קרבן, אויך ריין צי וואשען זיין נאמען, ליידער נישט סתם א קרבן נאר אן עולה וואס גייט אינגאנצען אויפן מזבח, און אריין געשליידערט נחמיה וועברמאן, אויף אייביג, ל"ע,
( איך גיי נישט אריין וועגען נחמיה צי ער איז יא אדער נישט שילדיג. ווייל קיינער ווייסט נישט חוץ ער און זי און איין פאטער אויבען)
אבער היינס האט זיכער געמאכט אז ער קומט אן אין זיין פינסטערן צעל, אלעס ריין צי וואשען זיין שמיציגען און קראפטירטען פארגאנגענהייט (יעצטיגקייט)
ווי אזוי איז דער נבילה געשלאפען 23 יאר און ווי אזוי פאפט ער יעצט, ווען ער ווייסט אז איינער (-הלוואי!) שמאכטעט וועגן זיינע פאליטישע חשבונות אין א פיר ווענטיגע צימער....

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:49 pm

· #99234
פארוואס יעדע קריים דארף צוריקגיין צו די וועבערמאן אישו פארשטייט איך נישט

סיי ווי אזוי ס'זאל נאר זיין טשארלס היינס איז דעמאלטס געווען ניי און אנדערע מויל מאכערס האבן פשוט זיכער געמאכט אז רענטא גייט לעזעזל.

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:50 pm

· #99235
סא אין קורצן. וואס וויל יעצט שמעון אז מען זאל טון?

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:50 pm

· #99236
און נוסף על גביהן גייט מען נאכאמאל אריין וואטען דעם פיר פיסיקן היינס פאר נאך 4 יאר. איז טאקע ברוקלין אזוי מיאוס אויפן קאפ געפאלן?

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:53 pm

· #99237
היינס איז 22 יאר געווען איינס מיט די חרידישער ציבור וד"ל!

וואלפה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:54 pm

· #99238
גערעכט! אבער מען זעהט ווי קראפטירט זענען די פאליטישענס, צי עס איז די אדער יענע פערד. אבער פערד בלייבט פערד

שעפטל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:57 pm

· #99239
וואלפה
גערעכט! אבער מען זעהט ווי קראפטירט זענען די פאליטישענס, צי עס איז די אדער יענע פערד. אבער פערד בלייבט פערד

פערדן בלייבט פערדן דאס איז עס, אלע זענען די זעלבע, קיינער וועט נישט בעסער זיין. אויב וועסטו אים האבן אויף דיין זייט פאר 20 יאר זיי גערישט צו כאפן קלעפ נאכדעם, אדער וועהל דיר אויס פארקערט...

וואלפה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:10 pm

· #99243
א דריטע פערד
(איינער האט מיר געשריבען אין אישי אז איך וואלט נישט געדארפט זאגען "פערד" פאר דיר, וויל איך קלאר מאכען אז איך האב ח"ו דיר נישט געמיינט ר' שעפטעל איך האב געמיינט די אזוי גערופענע "עסקנים" וד"ל)

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:14 pm

· #99351
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט. אויב קומט דיר נישט פאר דעים מאל, קומט דיר פאר אן אנדערס מאל. לויט ווי איך האב געליינט בשעת די מעשה איז זיך פארלאפן איז דער דעיוויד רענטא געווען א ליידיגגייער וואס האט צוגעזאגט פאר זיין "גוירל פרענד" אז זי וועט פון איהם באקומען א סאך דזשולערי. נאר ווען די רויבעריי האט זיך נישט אויסגעארבעט איז זי געגאנגען צו די פאליס און האט איהם פארמסר'ט אז ער איז געווען דער מערדער פון ר' יחזקאל הי"ד. דאס (דער מארד) איז אבער געווען א חלק פון א גרעסערע קאנספיראציע וואו ס'האבן זיך באטייליגט מערערע אינשי דלא מעלי פון אידישן אפשטאם מיט פארשידנארטיגע מאטיוון.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:33 pm

· #99360
שרייבער
זר זהב
וויפיל יאר וואלט ער נאך אפגעזיצען?

מיר ליגט אין קאפ מען האט אים פאראורטייל אויף 25 יאר

סאו ס'איז שוין יעצט 23 יאר, דאכט זיך פאר גוד ביהעיווינג גייט אראפ, ס"ה איז ער נישט ארויס צופיל פרי

גאלד האקט, ברוך שכוונתי

ווען ער שווינדלט כאטש וואלט ער יעצט פארדינט, ווייל דאן וואלט ער באקומען 104 יאר, נישט אזוי?

ניין. ער וואלט קיינמאל נישט באקומען 104 יאר ווייל ר'איז נישט קיין איד.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:40 pm

· #99361
היסטאריק, די באריכט אויף WNBC קאנאל 23 יאר צוריק

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:46 pm

· #99363
דאס איז פון היינט

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:04 pm

· #99364
קרעקער
איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?

כ'עלל נישט זאגן, ווייל ס'איז שוין דא אן אנדערער שרייבער אין ק"ש וואס זאגט עס בראשי תיבות. דער זעלבער (חשוב'ער) איד האט (אללעדזשעדלי) אנגעדרייט עטליכע פרשיות פון וואס דער היימישער עולם האט געהאט צו זינגען און צו זאגן. נאר דא ביי די פרשה פון די דזשולערי האט עס געדארפט צו זיין א פשוט'ער "אינשורענס דזשאב". ס'איז נאר געגאנגען ראנג ווייל ח. וויינבערגער, דער שליח וואס האט געדארפט דעליווערן די דזשולערי קיין סאוט אמעריקע איז נישט קיין קטלא קניא און ער האט דערשמעקט אז דער גוי וויל איהם בארויבן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:25 pm

· #99370
שעפטל
פארוואס יעדע קריים דארף צוריקגיין צו די וועבערמאן אישו פארשטייט איך נישט

סיי ווי אזוי ס'זאל נאר זיין טשארלס היינס איז דעמאלטס געווען ניי און אנדערע מויל מאכערס האבן פשוט זיכער געמאכט אז רענטא גייט לעזעזל.

ווייל די וועבערמאן סומאטאכע (באלד וועלן זיך מיינע גוטע פריינט דא אין קאווע שטיבל אנרופן און אויפמערקזאם מאכן איבער מיינע אבסעשאנ'ס, איינס פון וועלכע איז די פרשה פון וועבערמאן). רירט אן א יעדן איינעם און ס'קרענקט עד דוכדוכה של נפש אז מ'קען נעמען א מענטש און אן א טראפ עווידענס באשולדיגן און פארמשפט'ן מיט אזא ברוטאלע אכזריות. דאס קען ח"ו געשען צו סיי .וועמען פון אונז ה' ירחם

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:34 pm

· #99372
מורינו הרב
סא אין קורצן. וואס וויל יעצט שמעון אז מען זאל טון?

מ'זאל ליינען זיין ארטיקל אין שטערן.

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:41 pm

· #99374
berlbalaguleh
שעפטל
פארוואס יעדע קריים דארף צוריקגיין צו די וועבערמאן אישו פארשטייט איך נישט

סיי ווי אזוי ס'זאל נאר זיין טשארלס היינס איז דעמאלטס געווען ניי און אנדערע מויל מאכערס האבן פשוט זיכער געמאכט אז רענטא גייט לעזעזל.

ווייל די וועבערמאן סומאטאכע (באלד וועלן זיך מיינע גוטע פריינט דא אין קאווע שטיבל אנרופן און אויפמערקזאם מאכן איבער מיינע אבסעשאנ'ס, איינס פון וועלכע איז די פרשה פון וועבערמאן). רירט אן א יעדן איינעם און ס'קרענקט עד דוכדוכה של נפש אז מ'קען נעמען א מענטש און אן א טראפ עווידענס באשולדיגן און פארמשפט'ן מיט אזא ברוטאלע אכזריות. דאס קען ח"ו געשען צו סיי .וועמען פון אונז ה' ירחם

כ'האב געהערט פון ראביי יאנקי הורוויץ אויף זאב ברעננער שוי אז ער איז איבערגעצייגט אז ווען דער די עי נעמט אויף א קעיס ווייסן זיי זיכער אז יענער איז שולדיק ממילא זאגט ער אז מען קען זיך פארלאזן א נחמיה וועבערמאן הי"ד איז שולדיק.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:45 am

· #99390
ראביי יענקי הורוביץ שליט"א (פון וועם כ'האב אמאל שטארק געהאלטן) האט פארלוירן יעדן ביסל קרעדיביליטי פאר א פשוט'ן טעם. ווייל ר'האט געזאגט ( אין די פרשה פון וועבערמאן) אז ס'איז דא מערערע פרויען וואס באשולדיגן נחמי' וועבערמאן אין אביוז, און ער האט נישט פראדוצירט אפילו איינע. מיט פארשידענע תירוצים, אז זיי זענען אינטימידעיטעד אדער אז זיי ווילן נישט אויפמישן אלטע פרשיות. און ביי מיר פערזענליך (און זיכער א סאך אנדערע)ווענדט זיך מיין איגענע דזשאדזשמענט איבער די שולד אדער אומשולד פונ'ם באטרעפנדן אויב ס'איז דא מער ווי איין באשולדיגער. אויב איינער האט עפעס צו זאגן וואס איז אמת האט ער נישט מורא צו גיין זאגן עדות אין קאורט. סתם ווארפן סטעיטמענטס וואס קענען נישט ווערן איבערצייגט דערנידערט דעם פרעסטיזש פון'ם באשולדיגער.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:48 am

· #99393
בן תמליון
כ'האב געהערט פון ראביי יאנקי הורוויץ אויף זאב ברעננער שוי אז ער איז איבערגעצייגט אז ווען דער די עי נעמט אויף א קעיס ווייסן זיי זיכער אז יענער איז שולדיק ממילא זאגט ער אז מען קען זיך פארלאזן א נחמיה וועבערמאן הי"ד איז שולדיק.

נחמי' וועבערמאן איז נאכנישט קיין קדוש. פארוואס שרייבסטו "הי"ד"?

דעת תורה » פרייטאג מערץ 22, 2013 1:11 am

· #99396
berlbalaguleh
קרעקער
איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?

כ'עלל נישט זאגן, ווייל ס'איז שוין דא אן אנדערער שרייבער אין ק"ש וואס זאגט עס בראשי תיבות. דער זעלבער (חשוב'ער) איד האט (אללעדזשעדלי) אנגעדרייט עטליכע פרשיות פון וואס דער היימישער עולם האט געהאט צו זינגען און צו זאגן. נאר דא ביי די פרשה פון די דזשולערי האט עס געדארפט צו זיין א פשוט'ער "אינשורענס דזשאב". ס'איז נאר געגאנגען ראנג ווייל ח. וויינבערגער, דער שליח וואס האט געדארפט דעליווערן די דזשולערי קיין סאוט אמעריקע איז נישט קיין קטלא קניא און ער האט דערשמעקט אז דער גוי וויל איהם בארויבן.

פארוואס שרייבסטו פריער אז דער מארד איז געווען א קאנספיראציע? מסתמא האסטו געמיינט די רויבעריי.

איך פארשטיי נאר נישט איין זאך: אויב איז דאס געווען א געפלאנטע אינשורענס רויבעריי, פארוואס האט וויינבערגער נישט מיטגעשפילט? נאך עפעס: פארוואס האט דער גוי - סיי וואס זיינע מאטיוון זאלן זיין - נישט געהאט אנגעגרייט א קאר צו אנטלויפן דערמיט על כל פלאפ שלא תבוא?

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:47 am

· #99415
דעת תורה

כ'על טרייען צו ענטפערן על ראשון ראשון. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן אז די רויבעריי איז געווען א קאנספיראציע מיט'ן מאטיוו צו האבן (צוריק) סיי די דזשולערי און סיי די געלט פון די אינשורענס קא.. דער גוי (רענטא) איז טאקע נישט געווען קיין פראפעשיאנאל היטמאן. אדער רויבער. נאר סתם א ליידיגגייער. נאר אונטערגעבעט און צוגעגרייט דעם מצב אז מ'זאל קענען בארויבן דעם שליח. אין דעים האבן זיך באטייליגט עטליכע נידריגע פארשוינען פון אידישן (רעליגיעזו?) אפשטאם. וויינבערגער האט נישט מיטגעשפילט ווייל ער איז נישט געווען א חלק פון די קאנספיראציע. נאר אן ערנסטער שליח. אויף די פראגע פון צוגרייטן דעם מצב איז דער ענטפער אז וויינבערגער האט געהאט א קביעות'דיגן דרייווער וואס פלעגט איהם אפווארטן אויף זיינע נסיעות צום עירפארט אין די פריע פארטאגס שעות. נאר יענער איז נישט געקומען. די דעטעקטיווס גריבלען זיך צו יענער איז בכוונה נישט געקומען.

הדד בן בדד » פרייטאג מערץ 22, 2013 5:08 am

· #99431
זר זהב
דאס איז פון היינט

מורי ורבותי. אלס פותח האשכול וויל איך דא זאגן, אז עס טוט מיר זייער וויי, איך האב שוין געגלייבט אז מען האט דא איינגעזעצט א אומשולדיגן מענטש, און איך בין שוין געווען העפי אז ענדליך לאזט מען אים שוין ארויס, אבער דערווייל זעה איך אז לא דובים ולא יער. עס הייבט זיך נישט אן. ער איז גאר יא דער מערדער. והא ראי', אז דער געוועזענער דעטעקטיוו סקארסעלא האלט זיך ביי זיינעם, ער שרייט חי וקים אז ער שטייט ביי זיין אינוועסטיגאציע און ער ציהט נישט צוריק קיין מי הוא זה פון זיינע באשולדיגונגען. געוואלד!!! מען לאזט דא ארויס א מערדער אויף די פריי.

איי וועט איר פרעגן פארוואס איך גלייב דעם דעטעקטיוו? וועל איך אייך ענטפערן זייער פשוט. ווייל ער האט נישט געלערענט אין דעם פארדארבענעם חינוך סיסטעם וואס מיר האבן, ווי מען איז מחנך צו שקר און קארופציע. סקארסעלא האט דאך געלערנט אין די אויפריכטיגע אוניווערזיטעטן, און איז גאר געווארן א דעטעקטיוו (אפשר אפילו א באהאלטענער פאליס...) און די סארט מענטשן זאגן נישט קיין ליגנט. פינטל.

ליגנט זאגן נאר אונז היימישע אידן. און טאקע דערפאר גלייב איך נישט דעם ליבערמאן, איך האב געמיינט מען רעדט כאטש פון איינעם וועלכער האט זיך שוין אויפגעוועקט און געשמעקט די קאווע און זיך אפגעגאלט די בארד און פיאות. דערווייל, וואס ווי ווען, ער זעיט דאך אויס ווי א געהעריגער היימישער ליגנער (אפשר אפילו א מאלעסטער. מן הסתם אפילו זיכער אזוי...) זאל איך אים גלייבן אקעגן דעם אויפגעקלערטן שטודירטן גוי?

נאוופפ, נישט איך...

שוין צוריק שיקן רענטע אין דשעיל אריין

קרעקער » פרייטאג מערץ 22, 2013 10:33 am

· #99444
Menachem Lieberman " I Was Told Who To Pick Out of the Lineup"

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=gsm28N_igWo&feature=youtube_gdata_player">http://www.youtube.com/watch?v=gsm28N_i ... ata_player</a>

איינער קען דעם ליבערמאן? ער איז משוגא אינגאנטצן? זאל ער כאטש וויינען און בעטען רענטאס מחילה, ער האטעך עם אפגעהארגעט זיין לעבען
איך וואלט נישט געוועהן שאק אויב רענטע שיסט עם נעקסטע וואך

בן תמליון » פרייטאג מערץ 22, 2013 10:48 am

· #99450
אין מיינע אויגן רעדט דער ליבערמאן ווי א מענטש זייער בדעת און נאכדערצו מיט א גוטן ענגליש. ער זאגט ער איז געווען א קינד און נישט פארשטאנען פונקטליך וויאזוי דער סיסטעם ארבעט די דעטעקטיווס האבן איהם אויסגענוצט און ער'ט געגלייבט אז רענטע איז טאקע געווען דער שיסער. ער קרעדיטעט דער שטערן פאר ערשט אויפברענגען ספיקות אין איהם צו רענטע איז שולדיק און זאגט אז לעצטנס ווען ער זעט אומשולדיקע מענטשן ווערן באשולדיקט האט ער באשלאסן צו רעדן.

קרעקער » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:02 am

· #99455
ער איז שוין אן אדאלט 20 יאהר און ביז יעצט האט ער זיך געפילט או קעי וואוסענדיג אז ער האט פאלטש עדות געזאגט? און אז איינער זיצט וועגן עם אין דזשעיל בחנם?
דו קענסט עס אנקוקען ווי אזוי די ווילסט קענסט אפילי זאגען אז ער מאכט א קידוש ה' אבער דע נארמאלער גוי קוקט עס אן אז א יוד איז מודה אז ער האט פאלטש עדות געזאגט און איינגעזעצט א גוי

בן תמליון » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:06 am

· #99459
קרעקער
ער איז שוין אן אדאלט 20 יאהר און ביז יעצט האט ער זיך געפילט או קעי וואוסענדיג אז ער האט פאלטש עדות געזאגט? און אז איינער זיצט וועגן עם אין דזשעיל בחנם?
דו קענסט עס אנקוקען ווי אזוי די ווילסט קענסט אפילי זאגען אז ער מאכט א קידוש ה' אבער דע נארמאלער גוי קוקט עס אן אז א יוד איז מודה אז ער האט פאלטש עדות געזאגט און איינגעזעצט א גוי

קוק איבער דעם אינטערוויא ער זאגט זייער זאכליך ער'ט נישט געטראכט אלע יארן רענטע איז אומשולדיק ביז לעצטנס. ער'ט נישט פאלש עדות געזאגט ערצ איז געווען א 12 יעריקער בחור און אומוויסנד געטוהן ווי מען האט איהם געהייסן.

בדחן » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:55 pm

· #99502
נאכען זען די ליבערמאן קליפ, האט איינער ערגעץ געזעבן רב הרוויץ?
איך וויל וויסען צו ער איז נאך אזוי באגלייבט אינעם סיסטעם,

זר זהב » מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:11 pm

· #99577
דעיוויד רענטע האט געליטן א מאסיווע הארץ אטאקע נעכטן נאכט, ער איז אין שפיטאל.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 23, 2013 10:29 pm

· #99587
תוחלת ממושכה מחלה לב (משלי יג, יב)

קינות גירושין » מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:35 pm

· #99616
האט מנחם ליבערמאן אפיציעל געזען דעם שיסער אדער די מענטש אין די קאר???

יואליש » זונטאג מערץ 24, 2013 3:28 am

· #99657
<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/local/baring_false_witness_SUvLhTAw7HvRwQDl28uohI/0">http://www.nypost.com/p/news/local/bari ... Dl28uohI/0</a>

"He helped send a wrongly accused man to prison because of what cops told him to say — and he helped get him out because of what the Torah commanded him to do."

שיינע ליין.

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 3:47 am

· #99661
וואס גייט פאר מיט די קאממענט סעקציאן. מ'קען מער נישט לייגן קאממענטס אויף די פאוסט סייט?

יואליש » זונטאג מערץ 24, 2013 3:52 am

· #99662
כ'האב זיך אויך געווינדערט. כ'האב עס געזיכט ווייל כ'האב געוואלט זעהן צו א פשוט'ע ליינער קוקט עס אויך אן אזוי שיין, אז אלס ערוואקסענער זיכט ער מתקן זיין די טעות נעורים, אדער באשולידגט מען אים אין אפירקומען אביסעל צי שפעט. מסתם זענען דא אזוי און אזוי.

דרך אגב, דער ליבערמאן רעדט פיין מיט עדרעסאן קופער. זיין ענגליש איז פיין און אויסגעהאלטן.

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 3:55 am

· #99663
איך האב שוין באמערקט א שטיק צייט אז איך זעה נישט קאממענטס מער אויף זייער סייט.

מיר איז נישט געפאלן וויזוי ליבערמאן האט גערעדט צו קופער, ער האט נישט גענוג סימפאטירט מיט רענטע. ער האט צופיל גערעט פון זיך, ער וואלט געדארפט מער עמפיסייזען זיין מיטלייד מיט דעם גוי.

shem-tov » זונטאג מערץ 24, 2013 5:51 am

· #99681
דא בלייבט דאך אזויפיל קשיות, ווער איז למעשה געווען דער מערדערער? און די מוסר השכל איז דאך אויך מוראדיג וויאזוי שפעטער און לעבן דרייען זיך זאכן אזוי ארום

איך וויל נישט דא פארקריכן צו די בני יואל פרשה אבער ס'איז א פרייד אז מנחם הייבט שוין אן איבערצובעטן וועמען ער האט וויי געטאן, איך וואונטש אים הצלחה וברכה

blauvelt » זונטאג מערץ 24, 2013 9:44 am

· #99693
shem-tov
דא בלייבט דאך אזויפיל קשיות, ווער איז למעשה געווען דער מערדערער? און די מוסר השכל איז דאך אויך מוראדיג וויאזוי שפעטער און לעבן דרייען זיך זאכן אזוי ארום

איך וויל נישט דא פארקריכן צו די בני יואל פרשה אבער ס'איז א פרייד אז מנחם הייבט שוין אן איבערצובעטן וועמען ער האט וויי געטאן, איך וואונטש אים הצלחה וברכה

Where does the bnei yoel come in what did he do to the bnei yoel

יואליש » זונטאג מערץ 24, 2013 9:51 am

· #99695
זר זהב

מיר איז נישט געפאלן וויזוי ליבערמאן האט גערעדט צו קופער, ער האט נישט גענוג סימפאטירט מיט רענטע. ער האט צופיל גערעט פון זיך, ער וואלט געדארפט מער עמפיסייזען זיין מיטלייד מיט דעם גוי.

אמת. קופער האט אים געגעבן צוויי מאל א שאנס, אבער ער האט עס נישט אויסגעניצט.

אוי טאטי » זונטאג מערץ 24, 2013 10:15 am

· #99700
C/P;
WOW! Renta's lawyer informed Leiberman he will sue him 4 being a (13 year old boy) witness that led to Renta's conviction!

איינער ווייסט צי דאס איז אמת?

בן תמליון » זונטאג מערץ 24, 2013 10:24 am

· #99705
איינער זאגט מיר ער קען דעם ליבערמאן פון אלס בחור און פונקט ווי ער האט דעמאלטס געזען דעם גוי צו זיין א וויכטיקער בחור אזוי קען מען איהם גלייבן יעצט מיט זיין מעשה מיטן דעטעקטיוו. אן איינגערעטער וויכטיק מאכער וואס מען קען נישט גלייבן קיין ווארט. איך זאג נאר נאך פון איינעם איך קאן איהם נישט.

דעת תורה » זונטאג מערץ 24, 2013 1:06 pm

· #99763
אין פאוסט זע איך, אז ליבערמאן האט געזען 2 גוים זיצן אין די קאר, יעצט אויב רענטא האט באמת מודה געווען - און קען זיין די ען עי האט עס טאקע באשטעטיגט - אז ער איז געווען אויף די סצענע, איז כמובן שוין נישטא קיין שום סתירה צווישן חיים וויינבערגער און די מעגליכקייט אז רענטא איז געווען דער שיסער. אמער, קיינער האט דאך נישט געזען די שיסעריי בפועל ממש, מען שטעלט עס נאר צוזאם מיט די רויבעריי אויף וויינבערגער אן קיין הארטע באווייז, אבער עס איז בכלל נישט מוכרח אז דער רויבער האט געשאסן, זייער מעגליך אז רענטא (וואס האט לפי דעם אפגעווארט אינדרויסן) האט געשאסן, און אפילו אויב נישט האט ער א געהעריגער חלק אינעם אקט פון: "בארויבן די קאר פון איר אייגנטומער דורך אים שיסן", וחלק כחלק יאכלו.

איך פארשטיי נאר נישט איין זאך, זענען טאקע די 2 גוים געזיצן אינעם קאר און געווארט אז ליבערמאן זאל זיי באמערקן?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 1:53 pm

· #99782
אויב זאל זיין אמת וואס ליבערמאן פארציילט, וואלט מען געדארפט אפירנעמען די פאליציי וועלכע האבן אים געהייסן אנווייזן אויף רענטא, און זיי איינזעצן אויף 37 יאר. זאלן זיי עסן וואס זיי האבן אפגעקאכט.
איך פארשטיי אז דאס וועט נישט געשעהן, און קיין שום לעסאן וועט מען דערפון נישט ארויסנעמען. הזאת יוסטיץ?
בלאט: 1 2 3