כי תבוא
ונבנתה העיראיך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.
מראשית ולא כל ראשית. שוין צוגעברענגט רש"י אין נחמי' אז מדרבנן ברענגט מען פון אלע מינים, דבר שלא נשמע מעולם.
----------
ואמרת אליו הגדתי היום, שאיני כפוי טובה. ערשט שפעטער הייבט זיך אן די אפיציעלע אמירה, ארמי אובד. לכאורה מיינט עס אז בהבאה זו זאג איך וכו', נישט אן אמירה כפשוטו.
כזה אני מפרש ביי מ"ת הגבול אומר להם מ'זאל זיך נישט דערנענטערן. נישט אן אמירה בפועל.
----------
ארמי אובד אבי. דער א"ע און ספורנו לערנען אז ארמי גייט אויף יעקב. מיין טאטע איז געווען אן ארמי אובד.
-----
א נגלה ווארט פון קדושת לוי. ארמי אובד אבי ווען לבן האט פרובירט צו פאר'סמ'ען אליעזר. אליעזר איז דאך געווען א שליח לקדש. אז מ'שיקט א שליח לקדש און יענער שטארבט איז מען אסור בכל הנשים.
-----------
לבן איז נתגלגל געווארן אין בלעם מיועצי פרעה. ארמי, לבן, אובד אבי, וירד, דער ארמי, מצרימה. שטייט אין של"ה אז ס'איז געווען א יוצא מ"ה, געווענליך איז נישט דא גלגול ביי א גוי. - אנוס ע"פ הדיבור.
--------
במורא גדול. מורא לשון מראה. א גרויסע גילוי. וועמיר שוין פארשטיין די הגדה ובמורא גדול זו גילוי שכינה...
----------
בערתי הקודש מן הבית וגם נתתיו ללוי. בספורנו אז ס'איז טייל פונעם וידוי. לולא שחטאנו וואלט מען עס געגעבן פאר די בכורים בתוך הבית. 'הגם' נתתיו ללוי.
----------
ולא נתתי ממנו למת. דער רמב"ם לערנט ס'מיינט טויטע זאכן שאינם מחיים את הגוף.
----------
האמרת והאמירך ווייסט קיינער וואס איז טייטש.
-------
ארור אשר לא יקים. ברמב"ן דער חזן וועלכער גייט הגבהה און ווייזט נישט להעומדים שם.
אין מג"א בשם ר"י ווען מ'קוקט אויף די אותיות מגיע אליו אור גדול.
--------
ברוך אתה בבואיך. שתהא ביאתך לעולם הלא חטא. באקאנטע רש"ש מכאן סתירה קצת לדעת בעלי הגלגול.
--------
וראו כל עמי הארץ. בשבת ק"ל מעשה דאלישע בעל כנפיים. תוס' דארט לערנט פונקט פארקערט, שלא מסר נפשו לומר תפילין הן.
----------
והיית משוגע ממראה עיניך אשר תראה. ווייצענער רב איז געווען אין סאטאמאר'ער קעפ ואמר לבחורים שיאמרו פסוק ויאמר תורה. אמרו פסוק זה. האט ער געזאגט אין אדם חוטא אא"כ נכנס בו רוח שטות, ליבא ועינא תרי סרסורא דעבירה - והיית משוגע - ממראה עיניך אשר תראה.
------------
טוט זיך א געפרעסעריי מיט די קינדער. מעודי תמהתי אויב ס'זאל זיין אזא מציאות. ביים קריג האט מען עפעס געגעסן קינדער?
--------
בבוקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בוקר. פשט גייט אויף צוריק. ס'וועט כסדר ערגער ווערן אז מ'וועט זיך בענקן נאך די פארגאנגענע ערב אדער בוקר.
משיח נאו.