☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #2786

אשכול אן א טיטל #2786

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2786
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:28 am

· #82343
קופערניקוס. דיין לייק קנעפל איז צובראכן אדער וואס?

בדחן » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:29 am

· #82344
וואס איז די חילוק פון 30 יאר ביז 103 יאר פאר א איינעם וואס איז 55 יאר אלט??

sefish » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:42 am

· #82349
ס'א חילוק ביים אפיל וויפיל דער צוויטער דזשאדזש וועט אראפנעמען.

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:45 am

· #82352
שמעקעדיג
עס איז נישט קיין סתירה.
און לויט דעם וואלט 30 יאר גענוג געווען. פארוואס האלסטו 103 יאר? אפשר 75,000 יאר?

אז 30 יאר קומט זיך אים איז די איבריגע 73 יאר פאר נישט חרטה האבן זיך מודה זיין און בעטען מחילה, מיט דעם מאכט ער אז זיין וויקטים און איר פאמיליע זאל ווייטער ווערן געפייניגט.

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:53 am

· #82356
שמעקעדיג
קופערניקוס. דיין לייק קנעפל איז צובראכן אדער וואס?

אדרבא עס איז גאר גיט געפיקסט.

sefish » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:02 am

· #82361
איינער
שמעקעדיג
עס איז נישט קיין סתירה.
און לויט דעם וואלט 30 יאר גענוג געווען. פארוואס האלסטו 103 יאר? אפשר 75,000 יאר?

אז 30 יאר קומט זיך אים איז די איבריגע 73 יאר פאר נישט חרטה האבן זיך מודה זיין און בעטען מחילה, מיט דעם מאכט ער אז זיין וויקטים און איר פאמיליע זאל ווייטער ווערן געפייניגט.

וויזוי איז מען מודה אויף עפעס וואס מ'האט נישט געטון?

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:20 am

· #82392
איך גלויב אז עס זענען פאראן צווישן אונז יידן וואס קענען רואיג פארפאסן א ׳מיין קאמף׳ מהדורא בתרא....און עס וועט זיין ווער ס׳וועט עס ליינען אויך

עס קען זיך דא צודאכטן אז מיר פרומע, רעליגיעזע מענטשן זענען באמת דאס סאמע נידעריגסטע ארגסטע באשעפענישן וואס די וועלט פארמאגט

איך האף אז גויים ליינען נישט דעם אשכול, אז יא ציטער איך צו נעמען דעם באן מארגן אינדערפרי

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:58 am

· #82399
קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 4:25 am

· #82400
יעצט געב איך טאקע אויף

כעוורע, לאו עכברא גנב אלא חורא

אנדעק איך יעצט א שטיקל דזשואיש פרעסס
און איך ווייס בכלל נישט וואס צו טראכטן

העסליך איז בכלל נישט קיין ווארט וואס פאסט זיך אויף דעם, עס גלויבט זיך מיר נישט וויזוי א נארמאלע מענטש (נישט יידיש, ש׳מידיש) קען ליינען דעם ארטיקל און נישט כאפן א שוידער

איך רעד שוין גארנישט פונעם בילד, צינישע קארטון מיט וואס די ארטיקל איז באהאפטן

אויב אזוי, איז פון היינט אן רוף איך נחמי׳ הקדוש, איך זעה וויזוי מען טאנצט, מען יובל׳ט אויף די 103 יארן

רבותי נחום רז״ג איז גאלד,

מיר האבן נישט קיין אהנונג מיט וואסארא בייזע מענטשן מיר זענען אזוי נאנט ארומגענומען

עס דערמאנט מיר דעם טייערן ווארט (וואס יעדער זאגט נאך פון זיין רבי׳ן זכרונו לברכה) ה׳ לי-כ׳ברויך דיר-בעוזרי, פאר מיינע פריינט!! ואני אראה-איך וועל מיך אליין א עצה געבן-בשונאי

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 25, 2013 6:47 am

· #82403
מען קען טאקע פון זינען אראפגיין צוזעהן די אומבאהאלטענע פרייד פון די ערב רב.
קיין איד, וועלכע זענען רחמנים בני רחמנים, קען זיך נישט פרייען מיט אזא רשעות.
און עס איז נישט קיין סתירה צו רחמנות האבן אויף די מיידל אויך אין די זעלבע צייט.

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:32 am

· #82412
לעמאן דזשוס
איך גלויב אז עס זענען פאראן צווישן אונז יידן וואס קענען רואיג פארפאסן א ׳מיין קאמף׳ מהדורא בתרא....און עס וועט זיין ווער ס׳וועט עס ליינען אויך

עס קען זיך דא צודאכטן אז מיר פרומע, רעליגיעזע מענטשן זענען באמת דאס סאמע נידעריגסטע ארגסטע באשעפענישן וואס די וועלט פארמאגט

איך האף אז גויים ליינען נישט דעם אשכול, אז יא ציטער איך צו נעמען דעם באן מארגן אינדערפרי

ענדליך, די נאצי קארד. איך וועל נישט האבן דא א דעבאטע מיט דיר ווער עס איז א גרעסער נאצי!

אלעס איינקיל פון 4 נאצי איבערלעבער בין איך שטארק באליידיג, פון דיין צוגלייך, און איך ווארט אויף אן אנטשולדיג.

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:46 am

· #82413
לעמאן דזשוס
קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי

ביידע, סענדאסקי און וועבערמאן האבן באקריגן פראקטיש גערעדט לעבנסלענגליכע טורמע, דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל.

איך ווינדער מיך וויפיל יאר דער ריכטער האט צולייגט, וועגן די פאקט אז דער טאטע האט געדארפט שרייבן צוויי בריווען און עס האט אים געהאלפן א מכה!

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:54 am

· #82414
איינער
בן תמליון
מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.

יא עס איז טאקע צייט מיר זאלן זאגן פאר אונזער קינדער. צו נישט גנב'ענען אפילו פון די רעגירונג, אפילו מען זעט אז די תלמוד תורה'ס גנב'ענען. נישט מאלעסטעין אפילו עס איז מסורה צו רעפארטן. נישט צו טון גארנישט אנטקעגן דעם געזעץ אפילו די גוים האבן געמאכט די געזעצן. ווייל די מלכות הרשעה, האט גענוג פלאץ אין טורמע, פאר די און דיין רבי מיט זיין ראש הקהל. און וועט נישט מורא אריינצולייגן דארט אלע געזעץ ברעכער. אפילו אויב די גאנצע חרדישן וועלט וועט זיין ברוגז!

פארפאלען אונז לעבן אין א מלכות הרשעה און מען דארף פאלגן! און וועגן די מלכות הרשעה האב איך געזעץ היטער א פרייען לעבן! לאנג זאל לעבן די מלכות הרשעה! און ווי מער מען ווייסט פון די מלכות הרשעה אלס בעסער איז!

אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו

איך בין אויך א אייניקל פון אכט אוישוויץ פארברענטע, און פערציג פעטערס און מומעס האב איך דארט אנגעוואירן.....

אבער, דער ציטאט דא פון דיר, איז א פאראגראף פון מיין קאמף הראשון...און ליידער בארעכטיגסטו דיין זיידענס טויט

און איך נוץ נישט קיינע נאצי קאודס, און ראסע קארדס, דו טוסט דאס ווען דו רעדסט פון ׳אונז׳ אלס גנבים און באטריגער....

בדחן » פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:55 am

· #82415
רעדענדיג פון די נאצי קארד האב דיר טאקע שוין פריער געוואלט זאגען,

די אזוי אויך באקסקאווער/מח לא שליט/און נאך אפאר ניקס דא זענענן אויסטערליש העפי מיט די מציאות ארום די אישו,

די צושטעל צו היטלער ימ״ש איז אפשר נישט אזוי פאסיג ווייל ער האט געהר׳גט זעקס מליאן אידן עקדה״ש, און דא האט מען גע׳הרג׳ט נאר איין איד עקדה״ש, אבער מיט אנדערע זאכען איז עס הינדערט פארצענט גלייך, ביידע האבן געהאסט/האסן דעם איד צים טויט, ביידער האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן באזיגט דעם באשעפער, און ביידע רעדן זיך איין אז זיי האבן פון היינט מאל אן גייטט מער נישט זיין קיין אידן, היטלער ימ״ש האט געמיינט אז ער האט אויסגעראטען אלע אידן, און דו מיט דיינע חברים רעדן זיך איין אז מען האט אויסגעראטען דעם ערליכען איד,

איך רעד נישט פון די אנקלעגער דא, ווייל זי איז די איינציגסטע וואס טראכט דא צו פארדינענן עפעס נקמה אדער געלט אדער סתם אזוי ריווענטש אדער מעגליך רעליף, איך רעד פון די ניקס ארום און ארום וואס טאנצען צום יוזל פאר גרויס שמחה אז א צווייטער גייט ליידען בשעת זיי פאר זיך האבן קיין שאדען פון דעם מענטש קיינמאל נישט געהאט - אפילו די מעשה וואלט האבן געווען אמת, איך האלט אז עס איז נישט אמת - און זיי גייען גארנישט פארדינענן פון די גאנצע אישו ארום און ארום. זייער איינציגע שמחה איז ריין האס דערביטערקייט און שמעקט מיט נאציזסם.

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:58 am

· #82416
שמעקעדיג
מען קען טאקע פון זינען אראפגיין צוזעהן די אומבאהאלטענע פרייד פון די ערב רב.
קיין איד, וועלכע זענען רחמנים בני רחמנים, קען זיך נישט פרייען מיט אזא רשעות.
און עס איז נישט קיין סתירה צו רחמנות האבן אויף די מיידל אויך אין די זעלבע צייט.

מען קען פון זינעם אראפגייען פון די וועג וויאזוי מען פייניגט די קרבנות און אונזער קאמיוניטי! די טרערן פון יונגרייז, קרויז, קעלנער און נאך און נאך.

שמעקעדיג, די האסט נישט קיין מאנפאל אויף רחמנות! איך האב רחמנות אויף יעדען באשעפעניש. איך האב זייער רחמנות אויף וועבערמאן אבער ער באלאנג אין טורמע. איך וועל ענדערש רחמנות האבן אויף וועבערמאן פאר 103 יאר ווי פאר נאך איין קרבן.

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:59 am

· #82417
איינער
לעמאן דזשוס
קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי

ביידע, סענדאסקי און וועבערמאן האבן באקריגן פראקטיש גערעדט לעבנסלענגליכע טורמע, דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל.

איך ווינדער מיך וויפיל יאר דער ריכטער האט צולייגט, וועגן די פאקט אז דער טאטע האט געדארפט שרייבן צוויי בריווען און עס האט אים געהאלפן א מכה!

סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60

וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104

קוקט אויס איך קען נישט רעכענען

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:02 am

· #82419
לעמאן דזשוס
איינער
בן תמליון
מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.

יא עס איז טאקע צייט מיר זאלן זאגן פאר אונזער קינדער. צו נישט גנב'ענען אפילו פון די רעגירונג, אפילו מען זעט אז די תלמוד תורה'ס גנב'ענען. נישט מאלעסטעין אפילו עס איז מסורה צו רעפארטן. נישט צו טון גארנישט אנטקעגן דעם געזעץ אפילו די גוים האבן געמאכט די געזעצן. ווייל די מלכות הרשעה, האט גענוג פלאץ אין טורמע, פאר די און דיין רבי מיט זיין ראש הקהל. און וועט נישט מורא אריינצולייגן דארט אלע געזעץ ברעכער. אפילו אויב די גאנצע חרדישן וועלט וועט זיין ברוגז!

פארפאלען אונז לעבן אין א מלכות הרשעה און מען דארף פאלגן! און וועגן די מלכות הרשעה האב איך געזעץ היטער א פרייען לעבן! לאנג זאל לעבן די מלכות הרשעה! און ווי מער מען ווייסט פון די מלכות הרשעה אלס בעסער איז!

אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו

איך בין אויך א אייניקל פון אכט אוישוויץ פארברענטע, און פערציג פעטערס און מומעס האב איך דארט אנגעוואירן.....

אבער, דער ציטאט דא פון דיר, איז א פאראגראף פון מיין קאמף הראשון...און ליידער בארעכטיגסטו דיין זיידענס טויט

און איך נוץ נישט קיינע נאצי קאודס, און ראסע קארדס, דו טוסט דאס ווען דו רעדסט פון ׳אונז׳ אלס גנבים און באטריגער....

ביטע!

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:04 am

· #82422
הדין, איינער

נאכאמאל, ביטע נישט מישן אויבערפלעכליך, איך האב קיינמאל נישט גענוצט א צושטעל פון ׳היטלער׳ דא אהער,

איך וואלט קיינמאל אזאנס געטון

איך האב גענוצט דעם בוך, די פרעדזשידעס, וואס היטלער האט געפיטערט זיינע דייטשע בירגער ערב די האלאקאוסט....

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:13 am

· #82428
לעמאן דזשוס, זעט אויס די האסט נישט געליינט דעם בוך מיין קאמף! אז די גלייכסט צו מיין ערענסטע אינסייד קריטיק צו מיין קאמף.

איינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:22 am

· #82431
לעמאן דזשוס
איינער
לעמאן דזשוס
קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי

ביידע, סענדאסקי און וועבערמאן האבן באקריגן פראקטיש גערעדט לעבנסלענגליכע טורמע, דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל.

איך ווינדער מיך וויפיל יאר דער ריכטער האט צולייגט, וועגן די פאקט אז דער טאטע האט געדארפט שרייבן צוויי בריווען און עס האט אים געהאלפן א מכה!

סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60

וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104

קוקט אויס איך קען נישט רעכענען

וואס איז געווען די רעקאציע פון די יוניוועריסטי ווען מען האב זיי געכאפט? און וואס איז געווען רעקאציע פון די חרדישען ציבור נאכן אורטייל?
וויפיל מאל דארף איך דאס איבערשרייבן א קאמיוניטי וואס נעמט שריט, אפילו עס איז נאכן כאפן, האט שוין באקריגן א מעסזעש. א קאמיוניטי וואס נאכן אורטייל פירט זיך די זעלבע, און רודפ׳ט ווייטער די וויקטעם און זייערע פאמיליעס דארף שוין איינמאל א מעסזעש.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:51 am

· #82440
א בחינה פון: שכל העדה יחטא, ועל איש אחד יקצוף.

בן תמליון » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:05 am

· #82442
איחוד פעלד
און פאר איינער פארגעסט, האט דער עדות פרוי וואס איז געקומען עדות זאגען לטובת הקדש נחמיה, עדות געזאגט אין געריכט אז זי האט זיי אמאהל געטראפען אין קאמפרימייסט פאזישען, דאס הייסט זי איז געזעצען אויף זיין שויס וכדומה. זעהט אויס אז זיי האבען פארגעסען צושפארען דער טיר מיט איינער פין די צוויי שלעסער וואס האבען יא געארבעט אין צייט.

שקרן! די פרוי גליק האט עס קיינמאל געזאגט אין געריכט פונקט פארקערט! נאכן עדות זאגן אז זי איז געשלאפן ביי נחמיה 2 יאר ער האט איר קיינמאל בארירט האט דער פארסעקיוטער געפרעגט ווי א תם איז אמת די האסט געזאגט פאר איינעם אזוי און אזוי האט זי גענטפערט אוסדריקלעך ניין. אכן נודע הדבר איחוד ביזט בלינד און פאלש שותפו של עמלק נחום. נחמיה איז אומשולדיק א נהרג על קידוש השם.

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:48 am

· #82460
בארואיגט אייך,

אז די הינט בילט מוז זיין אז די שטיין איז געלונגען.

קוק איבער די פאפירען. מען האט זי נישט סתם געפרעגט א שאלה אין די וועלט אריין.

איר תשובה "ניין" זעהט אויס האט גאר שטארק נושא חן געוועהן ביי דיר. אבער זעהט אויס אז די צוועלעף וואז זענען דארט געזעצען האבען פין דעם "ניין" פארשטאנען אז מען רעדט פין א געלערנטע ניין. נחמיה האט אסאך בעסער געזאגט דער "ניין" ווי זי.

און פארגעס נישט אינזין האבען ביי שמע קולנו, אז די אויבערשטער זאל רחמנות האבען אויף יחוד בן דינה, און שיקען מיליאן דאלאר פאר אללאן דערשאוויץ זאל באווייזען זיינע אותות ומופתים.

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:52 am

· #82461
בן תמליון
איחוד פעלד
און פאר איינער פארגעסט, האט דער עדות פרוי וואס איז געקומען עדות זאגען לטובת הקדש נחמיה, עדות געזאגט אין געריכט אז זי האט זיי אמאהל געטראפען אין קאמפרימייסט פאזישען, דאס הייסט זי איז געזעצען אויף זיין שויס וכדומה. זעהט אויס אז זיי האבען פארגעסען צושפארען דער טיר מיט איינער פין די צוויי שלעסער וואס האבען יא געארבעט אין צייט.

שקרן! די פרוי גליק האט עס קיינמאל געזאגט אין געריכט פונקט פארקערט! נאכן עדות זאגן אז זי איז געשלאפן ביי נחמיה 2 יאר ער האט איר קיינמאל בארירט האט דער פארסעקיוטער געפרעגט ווי א תם איז אמת די האסט געזאגט פאר איינעם אזוי און אזוי האט זי גענטפערט אוסדריקלעך ניין. אכן נודע הדבר איחוד ביזט בלינד און פאלש שותפו של עמלק נחום. נחמיה איז אומשולדיק א נהרג על קידוש השם.

איחוד, איך האב עס טאקע אויך קיינמאל געהערט. איז דא א מקור?
וכאן הבן (נישט בן-תמליון) שואל: איז שוין דא די געריכט פאפירן צו באקומען?

בן תמליון » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:55 am

· #82463
איחוד פעלד
בארואיגט אייך,

אז די הינט בילט מוז זיין אז די שטיין איז געלונגען.

קוק איבער די פאפירען. מען האט זי נישט סתם געפרעגט א שאלה אין די וועלט אריין.

איר תשובה "ניין" זעהט אויס האט גאר שטארק נושא חן געוועהן ביי דיר. אבער זעהט אויס אז די צוועלעף וואז זענען דארט געזעצען האבען פין דעם "ניין" פארשטאנען אז מען רעדט פין א געלערנטע ניין. נחמיה האט אסאך בעסער געזאגט דער "ניין" ווי זי.

הייסט עס איר האט יא געזען די פאפירן און במזיד געשריבן אפענע ליגנט פארן ציבור אז "די פרוי האט עדות געזאגט זי האט געטראפן וכו"?? וואס איר שרייבט צו פארענטפערן דעם שקר מאכט אייער היפאקריסם און קרומקייט נאך ערגער. אז איר מעגט אייך שעמען וועט נאך זיין א טיטול.

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:57 am

· #82465
ניין כהאב נישט, איך האב געמאכט א טעות.

אבער דיין כעס איז נאך אלץ נישט בארעכטיגט.

sefish » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:47 am

· #82490
[ציטאט אראפגענומען]

וויזוי פארגלייכסטע ביידע? וואס דער דאדזש האט געטון זעהט יעדער אפען, אבער וואס וו"ב האט געטון איז נאר אן השערה. דו ביזט א גרויליגער עקספערט אין צוזאמענשטעלן פאקטן אזוי אונטערן טיש מיט אזא הויכן אידיש. אזוי מיינסטע מ'וועט דיר נישט קענען אפפרעגען.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:55 am

· #82493
אנאנים, פון היינט און ווייטער שטעל צוזאם "העכערן" טיש, און אין א "נידריגע" אידיש.

sefish » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:06 pm

· #82501
דא איז נישט קיין 2 השערות. איין השערה און איין פאקט.
לגבי דיין אידיש רעד איך אין אלגעמיין, ס'גענוג געווען מיט די קינדישקייט. דיינע מיינונגען האבן נישט מער געוויכט ווי א צווייטנס, רעדיר נישט איין.

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:58 pm

· #82516
boxcover
אפנק"וו

יאיר
בדחן
און איך האב נישט געוויסט אז ז. מ. ליינט מכעט״ר, וואס מען ווערט אלץ נישט געוואר.

איינער קען מיר מפענח זיין די שמות הקדושים?

איך פארשטיי נישט קיין ווארט

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:59 pm

· #82518
לעמאן דזשוס
קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע
פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי

סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60
וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104
קוקט אויס איך קען נישט רעכענען[/quote]

ערשטענס איז אז נ.וו. איז געטשארדזש'ד געווארן מיט 59 טשארדזשעס, ווידעראום Jerry Sandusky איז געווען 30. צווייטענס, ווי איינער (יא די ניק) האט פריער בארירט, איז דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל. כאטש איך ווייס אז פען סטעיט עניווערסיטי (Paterno, Spanier, Curley און Schultz) האט - ווען זיי האבען זיך אנפאנג דערזעהן מיט די אומבע'טעמ'טע עסק (מילד גערעדט) - געטראכט\פראבירט צו מאכען א שווייג פונעם גאנצע עסק. אבער איינמאל די שטינק איז ארויסגעקומען האבען זיי זיך גענומען בכל חומר הדין. נאדיר עטליכע ביישפּילען:
[list]
[*]זיי האבען אַוועקגענומען סאַנדוסקיס בילד פון אַ מוראַל (פעינטינג בילד) לעבן דער אוניווערסיטעט (טווין סיטיס)[/*:m]
[*]זיי האבען געטוישט נאמען פון אַ אייז קריעם פלעוואר וואָס האט שוין געמאכט אין זיין באַעהר (פארלויערענעם לעטערמאן, פען סטעיט'ס קריעם פלעווארען)[/*:m]
[*]זיי האבען ארויסגעווארפען דזשאָו פּאַטערנאָ[/*:m]
[*]זיי האבען ארויסגעווארפען גראַם ספּאַניער[/*:m]
[*]זיי האבען געלייגט מייק מאַקווירי אויף אַדמיניסטראַטיווע ליעוו (פאוסט גאזעט, פען סטעיט'ס בלאג)[/*:m][/list:u]

וואס האבען מיר געטוהן? און איך רעד שוין לאחר המעשה ווען די גאנצע שטאט האט שוין געשטינקען? האבען די עסקנים, קהילה, מוסדות און מקוה שמיסערס כאטש געשטעלט א וועד צו פעסטשטעלן אויב עס איז אמת? (ענטפער מיר נישט אז זי האט געזאלט גיין צו דין תורה, ווייל אפילו ביזט גערעכט, השתא אז עס שטינקט, נעם די זאך אין די האנט! ווארט נישט ביז עס איז טו לעיט. שריי נישט שפעטער הכזונה.)

ניין! מען האט נאר אלעס אוועק-געמאכט. וויאזוי מאכט מען אוועק אזא ברענענדיגע מעשה? כ'מיין יעדער האט דאך קינדער און די נושא איז קיין דזשוק נישט? זיי נישט געזארגט. מען וועט מערדערן די כאראקטער (character assassination). מען וועט שרייען וועמען גלייבסטו? די זונה?! אדער א קדוש וואס האט שוין מחזיר בתשובה צענדליגע\הונדערטער פארלוירענע נשמות?. דאן - צו פארשטארקערען די טענות און כדי זיכער צו מאכען אז קיינער האט נישט קיין מיטלייד, און אז יעדער לאזט די הארץ און מח ביי די מנהיגים און דו טראכט נאר און פיעל נאר ווי מען הייסט - האט מען גענומען די מאמע'ס כאראקטער און אויך דערשאסען: ווייסט דען נישט? אלע שוועסטערס זענען יענע סחורה! "וואס הייסט" פרעגסטו מיך? וואס הייסט דאס "וואס הייסט"?! איך זאג דיר, בעסער פרעג נישט... שוין, וואס איז דא צו רעדן.

און דאס איז נאר געווען די התחלה. דאן איז געקומען די עלילה-75 פאשקאוויל קאמפיין, א פעלד וואס די הייליגע עסקנים האבען שוין צענדליגע יארן עקספיריענס. אמאל איז עס געווען א קעגענער פון די קהלה, אמאל איז עס געווען די שונאים פון אינעוויינדיג, אמאל איז עס געווען די יחידים וואס ווילען צוברעכן די שטארקע פיערערשאפט (וויאזוי זאגט מען די ווערטער און נישט שפירן ווי א דיקטאטור און קאנטראל-פריעק?), אבער הצד השוה שבהן אז מען מיינט נאר די תורא (נישט קיין טייפאָו) און די באשלעפער (אויך נישט). כולנו למערכה. מהעצט אויף די קהלה, דאן די יונגע אברכים, און דאן אפילו די קינדער אין די מוסדות. דאן גייט די הייליגע מערכה (באמערקט ווי וואס-מער די מעשה שפירט זיך געמיין, אלץ מער ווארפט מען אריין די ווארט הייליג צו פארטייבן די נאטירליכע הרגישה, למען ה'טיעם) ארויס אויף די גאס מיט פאשקעווילען און מוחאות, און האפענטליך פעטש. א.א.וו. איך שטעל דא אפ ווייל ס'רינט שוין צופיעל שפייאכטס.

דאן ווארפט מען ארויס די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא ווייל זייערע עלטערען גייען נישט אין שפאן פון די שיטע (אויך קיין טיפאו) און מען איז באַרעכטיגט דאס מיט קיינער האט זיי נישט געהייסען און זיי זענען זיך אליינס שילדיג און אז איינער איז נישט צופרידען, קען ער ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות. ס'איז פארהאן גענוג אנדערע מוסדות אין שטאט. טאקע?! דאן פארוואס הייסט עטץ די אנדערע מוסדות אין גאנצע שטאט נישט ארייצונעמען די ארויסגעווארפענע? ווייל מ'דארף זיי לערנען אז מיט אונז פאנגט מען זיל נישט אן (פאר די אלע וואס האבען פריער גאלאמערט איבער די געמיינקייט פון נקמה: 😕 )

אהה דו האסט געמיינט אז מען איז שוין פארטיג? נישטאמאל נאָנט. יעצט גייט מען אנהייבען מיט די פרנסות. אויך א פעלד וואס די מסירת-נפש'דיגע עסקנים האבען שוין צענדליגע יארן עקספיריענס. (מסירת-נפש'דיגקייט קומט ווען הייליגקייט פארלירט די גלאנץ. קרעדיט: די הייליגע פראפאגאנדא האַנטבוך מיט א היימישע העכשער.) מען קומט ארויס מיט א נייעם ביזנעס דיירעקטארי. וואס מאכסטו א גאנצע צימעס? און יעדער מעג עפענען א געשעפט און עס איז גארנישט אנדערשט ווי די מחלוקה פון דזשי און דזשי וכדומה. אהה, כ'האב שיער פארגעסן פון די וועם גייט אן אז די דין תורה האט גע'פסק'נט אז מען טאר נישט עפענען נאך א בוך. איז זיין טאכטער געגאנגען צו א דין תורה? ניין! טא לאז מיך אפ!. עס קומט פאר אזוי אומשילדיג אז עס מיט א געזינטע פארציע רוח שטות קענען מען טאקע פארשטיין דעם ענין בדרך התורא.

אל רייט. איך דארף לויפען אין מקוה. כ'וויל מן-הסתם ממשך זיין נאך די קומענדיגע כוואַליע פון טעראר. א גוט שבת אלע.

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:02 pm

· #82519
שמעקעדיג
איינער
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

קוקט אויס אז יא. און מעגסט זיך שטארק שעמען דערמיט. עס איז נישט א אידישע מדה.

גערעכט. די אידישע מידה איז כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים (קרעדיט: ר' אלעזר, מדרש תנחומא לפרשת מצורע)

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:11 pm

· #82521
באקסי, אויב באקומט ער נאר 5 יאר איז מען א "רחמן"? כדי נישט צו זיין א רחמן על האכזרים מוז מען געבן, און "האלטן אז עס קומט אים", גאנצע 103 יאר, און גארנישט ווייניגער?
און ווען ער ווערט שוין יא באשטראפט, מוז מען זיין "פרייליך" ווען מען באשטראפט אים? אז נישט הייסט מען א רחמן?
פארוואס נעמען ענק (דו און נאך 2-3 ניקס) כסדר די אנדערע עקסטריעם ווען מען פרעגט עפעס? נאר שווארץ און ווייס, און גארנישט גרעי אינצווישן?? עטץ זענטס געקומען מיט א גאפל ווען מען האט געטיילט?

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:15 pm

· #82523
די ארטיקל אינעם פארווערד, וואס אנאנים האט פריער צוגעצייכענט, איז באמת באגריסענסווערד!
ער שרייבט נישט עקסטרעם אויף קיין איין זייט, נאר ברענגט ארויס א פשוט'ע פאקט אז די שטראף - אפילו וועבערמאן האט געזינדיגט - איז זייער איבערגעטריבן!
"איז די פליכט פון א שופט און א DA צו באשטראפן שולדיגע, אדער איז זיין פליכט צו שיקן מעסעזשעס פאר קאמיוניטיס"?... נוקב ויורד לחדרי בטן!!

Nechemya Weberman's 103-Year Sentence Is Clumsy Slap at Ultra-Orthodox Jews

Punishment Should Reflect Crime, Not Send Hasidim a Message

How Long Is Too Long? The 103-year sentence meted out to Nechemya Weberman is designed to send a message to his community. But what message?

When is a long prison sentence too long?

That’s the question many inside and outside the ultra-Orthodox community are asking this week after a judge dealt Nechemya Weberman a 103-year term behind bars for abusing a young girl.

“The abuse of a child cannot be swept under the rug or dealt with by insular groups believing only they know what is best for their community,” Brooklyn District Attorney Charles J. Hynes said at a press conference following Weberman’s sentencing.

The prosecutor’s statement closely echoed his thoughts in a written statement published in the New York Daily News on January 19, in which Hynes compared the Hasidim to organized crime groups. He proudly trumpeted the Weberman sentencing as a way to “send a message” to the community as a whole.

“I compare it to the Mafia, but at least in Mafia cases we can offer victims witness protection. That does not work in these insular communities,” Hynes wrote. “I hope the verdict and sentence sends a very clear and unmistakable message to people in certain parts of the Orthodox community.”

But is the role of a judge and jury to “send a message” to any community? Aren’t they supposed to adjudicate guilt or innocence, and mete out the appropriate punishment given the nature and circumstances of that individual crime?

“The public had a desire to create symbolic meaning out of Weberman’s religious status and standing,” said Nathan Dershowitz, the son of famed civil rights lawyer Alan Dershowitz and a top New York lawyer in his own right. “There is a perceived view of what goes on in the Hasidic community and the system wants to change that. But this trial was an audience trial, playing to these perceptions rather than to the truth and justice of the matter.”

Michael Farkas, one of Weberman’s lawyers called the sentence “draconian.” “A cynic might feel that this is a vindictive sentence, that appealed emotionally to the judge,” Farkas said. The lawyer added that he believes state Supreme Court Justice John G. Ingram was trying his best to follow sentencing guidelines laid down in statutes.

In addition to question of whether using a case to send a message is an appropriate use of the justice system, there is also the question of whether sending this message in this way will have the desired impact of encouraging victims within the ultra-Orthodox community to come forward to secular authorities with accusations against others.

Leaders in the community have traditionally encouraged victims to take complaints to rabbis first, before going to police or prosecutors. While those in the D.A.’s office may see this as a way of stifling complaints or protecting revered figures from punishment, many in the community see it as a centuries-old pillar of their social structure.

The age-old system of allowing religious authorities a chance to deal with complaints first may allow those without power to have the problems addressed without the fear of overly harsh sentences meted out onto those who have harmed them. While we might wish to question the efficacy of that system, Hynes has certainly reinforced this insularity with his theatrics.

So when Hynes or others use Nechemya Weberman as a bully pulpit, they are in effect further isolating the community, and more importantly, its victims. It certainly seems unlikely that the Weberman case will help break down the so-called ‘wall of silence’ in the ultra-Orthodox community. Telling someone they are worse than the Mafia is not likely to encourage them to change their ways.

The pieties written by Hynes in his Daily News article and echoed by the judge’s sentence of 103 years are not actually designed to protect victims. They are aimed at promoting his own political future and selling papers to a public anxious for their prejudices against the Hasidic community to be given back to them in verdict form.

“This sentence is a mockery,” Nathan Dershowitz said when I spoke to him on the phone. He is representing Baruch Lebovits, another accused sex abuser whose conviction was recently overturned on appeal. “This isn’t justice, but playing to an audience.”

Justice must of course be served whether there is one victim or a hundred. But the D.A.’s office, with the help of the media transformed a case with one accuser into a cause célèbre similar to the case of Jerry Sandusky at Penn State or the rampant abuse involving Catholic priests worldwide. What was lacking in numbers was made up for with gory details.

Nathan Dershowitz predicts that Weberman will appeal, based on “major issues,” including the media coverage and what he called issues of the victim’s credibility. Dershowitz also pointed to several issues regarding the judge’s ruling in the case. Perhaps one of these disturbing issues is the claim that prosecutors bullied two of the defense’s potential key witnesses into not testifying. Weberman’s wife, Chaya, and the victim’s ex-boyfriend, Jeremy Solomon, were both warned to get their own lawyers if they decided to appear on the stand, a veiled threat that they could face charges themselves, George Farkas, said. Solomon was also threatened with arrest, according to George Farkas. For Nathan Dershowitz, this represents a clear violation of Nechemya Weberman’s right to a fair trial.

No one can defend a person who sexually abuses a child. But the appropriateness of 103 years in prison must be questioned, especially if it is designed to send a message not to that defendant but to an entire community.

יאיר » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:44 pm

· #82534
אינטרעסאנט, דאס איז שוין דער צווייטער ארטיקל אין דער פארווערטס וואס איז מער פאזיטיוו ווי אלע אנדערע נייעס באריכטן. האבן זיי מחליט געווען אז זיי מוזן אפשטעלן דאס באשמוצן חסידים אויף אזא פארנעם ווי ביז איצט?

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:51 pm

· #82539
עס איז טאקע מערקווירדיג, און ווערט א באגריסונג

נעמענדיג אין באטראכט די קעגנזייטיגע העסליכע ארטיקל אינעם דזשואיש פרעסס וואס איך האב פריער גע׳לינקט איז עס טאקע א באגריסנדע טאט מצדם!

שקויעך בתי׳ פון קאני

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:53 pm

· #82540
שמעקעדיג
באקסי, אויב באקומט ער נאר 5 יאר איז מען א "רחמן"? כדי נישט צו זיין א רחמן על האכזרים מוז מען געבן, און "האלטן אז עס קומט אים", גאנצע 103 יאר, און גארנישט ווייניגער?
און ווען ער ווערט שוין יא באשטראפט, מוז מען זיין "פרייליך" ווען מען באשטראפט אים? אז נישט הייסט מען א רחמן?
פארוואס נעמען ענק (דו און נאך 2-3 ניקס) כסדר די אנדערע עקסטריעם ווען מען פרעגט עפעס? נאר שווארץ און ווייס, און גארנישט גרעי אינצווישן?? עטץ זענטס געקומען מיט א גאפל ווען מען האט געטיילט?

רחמן הייסט אז מען האט רחמנות. פינטל. בזמן הבית וואלסטו אויך געקענט זינגען יא, סקומט אים, אבער נישט מיתה.

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:58 pm

· #82543

דו ווייסט ווי הויעך דאס גאנצע בית דין של דיני נפשות האבן טאקע געשריגן רחמנות רחמנות!!!

ושפטו העדה, והצילו,

שבע חקירות, בדיקות,

שני עדים כשירים, לא נשים

התראה, עם התראת העונש

מכריזין, מי שיש זכותים

בי״ד שכולו חייב, זכאי!

בי״ד נפשות מינימום של כ״ג, לא יחיד מומחה

און נאך אסאאאך, עי׳ מסכת סנהדרין ור״מ

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:00 pm

· #82544
[ציטאט אראפגענומען]

שכוח פאר די קאמפ. ביסט זייער גערעכט, אבער איך בין נישט פולשטענדיג איבערצייגט אז ער חאפט אלץ נקמה פאר אנדערע; איך זעה עס אז ער כאפט פאר זיין אייגענע, איי אזויפיעל? וי"ל אז באמת קומט יעדען פארברעכער - פאר סייוואספארא מישה און בכל מקום שהם - הארבערע עונשים ווי וואס מען טיילט זיי. נאר וואס דען? אז מען נעמט און באטראכט אז איז א מודה ועוזב (און זאגט נישט וויאזוי קען מען מודה זיין אז מען איז אומשילדיג?) גיבט מען א קלענערע חלק, ווייל עפעס האט מען שוין אויפגעטוהן. משא"כ אז מען bullied די וויקטים, איר משפחה און ארום, און בכלל די גאנצע justice system כאילו מען האנדעלט דא גאר מיט די בני יואל, דאן באקומט מען וואס you had coming.

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:03 pm

· #82545
לעמאן דזשוס
boxcover
שמעקעדיג
באקסי, אויב באקומט ער נאר 5 יאר איז מען א "רחמן"? כדי נישט צו זיין א רחמן על האכזרים מוז מען געבן, און "האלטן אז עס קומט אים", גאנצע 103 יאר, און גארנישט ווייניגער?
און ווען ער ווערט שוין יא באשטראפט, מוז מען זיין "פרייליך" ווען מען באשטראפט אים? אז נישט הייסט מען א רחמן?
פארוואס נעמען ענק (דו און נאך 2-3 ניקס) כסדר די אנדערע עקסטריעם ווען מען פרעגט עפעס? נאר שווארץ און ווייס, און גארנישט גרעי אינצווישן?? עטץ זענטס געקומען מיט א גאפל ווען מען האט געטיילט?

רחמן הייסט אז מען האט רחמנות. פינטל. בזמן הבית וואלסטו אויך געקענט זינגען יא, סקומט אים, אבער נישט מיתה.

דו ווייסט ווי הויעך דאס גאנצע בית דין של דיני נפשות האבן טאקע געשריגן רחמנות רחמנות!!!

ושפטו העדה, והצילו,

שבע חקירות, בדיקות,

שני עדים כשירים, לא נשים

התראה, עם התראת העונש

מכריזין, מי שיש זכותים

בי״ד שכולו חייב, זכאי!

בי״ד נפשות מינימום של כ״ג, לא יחיד מומחה

און נאך אסאאאך, עי׳ מסכת סנהדרין ור״מ

אמת. און נאכדעם? אראפ מיטן קאפ. לענינו איז זיכער נישט געווען די שני עדים כשירים, לא נשים אדער התראה, עם התראת העונש, אבער מיר רעדען דא נישט פון די ישרות פון די פּראָצעדור, נאר פון די גרויס איינזייטיגע רחמנות וואס מאנגע ווייסען ארויס אויפן רודף אבער ווען מען רעדט פונעם נרדף זענען זיי די עם קשי עורף.

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:11 pm

· #82549
און דו ביזט איינזייטיג אויף פארקערט!

טראכט גוט פון די בית דין פראצעדור, און נוץ עס אלס פונק אויפצופלאקערן דיין רחמנות, און וואקל דיך ארום צווישן רחמנות אויף איר און צוריק רחמנות אויף אים, וחוזר חלילה

גיי ארום אן א קאפ, פון אזויפיל רחמנות, פרעג דיך נאך אויף ריקי צו זי האט שוין טשולענט אויף שבת

און דערנאך פרעג דיך נאך אויף מרת וו״ב צו זי דארף נאך עפעס פון גראסערי, און צו זי דארף א קאר רייד קיין תפיסה זונטאג צו באזוכן איר געטרייע מאן

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:13 pm

· #82550
boxcover
[ציטאט אראפגענומען]

שכוח פאר די קאמפ. ביסט זייער גערעכט, אבער איך בין נישט פולשטענדיג איבערצייגט אז ער חאפט אלץ נקמה פאר אנדערע; איך זעה עס אז ער כאפט פאר זיין אייגענע, איי אזויפיעל? וי"ל אז באמת קומט יעדען פארברעכער - פאר סייוואספארא מישה און בכל מקום שהם - הארבערע עונשים ווי וואס מען טיילט זיי. נאר וואס דען? אז מען נעמט און באטראכט אז איז א מודה ועוזב (און זאגט נישט וויאזוי קען מען מודה זיין אז מען איז אומשילדיג?) גיבט מען א קלענערע חלק, ווייל עפעס האט מען שוין אויפגעטוהן. משא"כ אז מען bullied די וויקטים, איר משפחה און ארום, און בכלל די גאנצע justice system כאילו מען האנדעלט דא גאר מיט די בני יואל, דאן באקומט מען וואס you had coming.
לענ"ד איז דאס גאר א שטארקע טענה. עס איז ממש ווי א המשכה אינעם פגיעה, מען האלט פשוט אינדערמיט אין מען הערט נישט אויף. עס איז זייער שווער צו זיין א מרחם בדין ווען נישט נאר מתו מוטל לפניו נאר די רציחה האלט נאך אינמיטן געשען. אבער ווער איז דען בכח מודה צו זיין ווען די קאנסעקווענצען קענען ברענגען אייביגע צער פאר זיין אלע באליבטע. איז טאקע אזוי פשוט אז ער דארף בידים מאבד זיין זיינע קינדער און קינדס קינדער? איך העט כמעט געזאגט אז דער וואס עצהט אים זיך מודה זיין איז נישט גערעכט.
נו אויב אזוי איז דאך דער טענה שוין אסאך שוואכער, ניין?
אפשר קען מען טענהן אז ער וואלט געדארפט טרעפען א וועג וויאזוי אפצושטילען די רדיפות אהן מיזען מודה זיין. אבער איך ווייס נישט פונקט צו עס איז טאקע דא אזא מהלך.

לעיקוואד » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 3:20 pm

· #82568
איך פארשטיי נישט וויאזוי יודען וואס לערנען די תורה האבען מיטאמאל א פראבלעם מיט מעניש זיין איינעם כדי צו שיקען א מעסעדזש פאר דער קהילה. איך מיין אז על פי תורה איז דער עיקר מכוון פון אן עונש "וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד". און אזוי אויך על פי השכל האנושי, קלער איך עס איז גאנץ קלאר אז פאר א בשר ודם צו געבן אן עונש באמת אויף א חטא איז נישט אונזער תפקיד, אונזער תפקיד איז נאר צו מאכען זיכער אז עס איז דא א deterrence אז אנדערע זאלן נישט נאכמאכען דער זעלבער חטא. און דאס געשעהט בעיקר דורך שיקען א מעסעדזש צו דער קאמיונעטי.
(נכתב במוצ"ש באר"י)

sefish » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 7:02 pm

· #82569
אויב וואלט דא געווען עדות, און גאנץ כלל ישראל וואלט טאקע געהאלטן קלאר אין דייטליך אז ער האט עס געטון, וואלט מען געקענט דן זיין צו דיינע ווערטער האבן עפעס ממשות. אבערלויט וויזוי די מעשה איז דא פאגעקומען מאכט דיין היסטארישן - "וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד" פארגלייך - בכלל נישט קיין סענס.

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:00 pm

· #82573
לעיקוואד, נאר א קורצע הערה.
די תורה האט נישט פארלאנגט א גרעסערע שטראף ווי עס פאדערט פאר אן עבירה צוליב וכל ישראל ישמעו ויראו. דער עונש איז געבליבן דער זעלבער וואס שטייט אין די תורה.

דער פסוק זאגט נאר אז דער עונש זאל זיין בפומבי, כדי אז אין די צייט וואס מען פירט אויס דעם עונש זאל אינאיינוועגס אויפטון אז אנדערע זאלן זיך אפלערנען.

נישט קיין פארגלייך צו אונזער מעשה.

לעיקוואד » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:10 pm

· #82577
שמעקעדיג
לעיקוואד, נאר א קורצע הערה.
די תורה האט נישט פארלאנגט א גרעסערע שטראף ווי עס פאדערט פאר אן עבירה צוליב וכל ישראל ישמעו ויראו. דער עונש איז געבליבן דער זעלבער וואס שטייט אין די תורה.

דער פסוק זאגט נאר אז דער עונש זאל זיין בפומבי, כדי אז אין די צייט וואס מען פירט אויס דעם עונש זאל אינאיינוועגס אויפטון אז אנדערע זאלן זיך אפלערנען.

נישט קיין פארגלייך צו אונזער מעשה.

איני מסכים.
איך קלער אז דער "וכל העם ישמעו" איז א הסבר אויף דער חומר העונש. דער סברא מיינע איז כמ"ש, אז גיבען שכר ועונש בעצם איז נישט שייך פאר א בשר ודם, ווארום ווער קען דען באמת גיבען שכר ועונש פאר א צוייטער מענטש? המשפט לאלקים הוא. דער תפקיד פון א מענטשליכער בית דין איז נאר מאכען זיכער אויף די וועלט זאלען מענטשען האבען א גוטע סיבה נישט צו זינדיגען. ממילא איז זייער מסתבר אז דער עונש דארף זיין שטערקער אפילו עס קומט זיך נישט דער מענטש זעלבט נאר למען ישמעו וייראו, וויבאלד איך קלער אז ווען נישט דער ענין פון למען ישמעו וואלט בית דין נישט מעניש געווען בכלל.

חוץ די פסוקים פון למען ישמעו. איז עס א בפירושער הלכה אז בית דין מכין ועונשים והורגים שלא מן התורה כשרואים שיש דבר נפרץ והוא צורך השעה, כההוא שרכב על סוס בשבת וסקלוהו. שטייט קלאר אז בית דין גיט א מענטש אן עונש וואס איז נישט פראפארציאנעל צו זיין חטא נאר כדי לגדr גדר און שיקען א מעסעדזש פאר אנדערע.

לעיקוואד » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:18 pm

· #82579
sefish
אויב וואלט דא געווען עדות, און גאנץ כלל ישראל וואלט טאקע געהאלטן קלאר אין דייטליך אז ער האט עס געטון, וואלט מען געקענט דן זיין צו דיינע ווערטער האבן עפעס ממשות. אבערלויט וויזוי די מעשה איז דא פאגעקומען מאכט דיין היסטארישן - "וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד" פארגלייך - בכלל נישט קיין סענס.

דער שאלה צו דער מעשה איז געווען אדער נישט איז בכלל נישט רעלעווענט צו דער וויכוח אויב עס איז מוצדק צו געבן א גרעסערע עונש ווי עס קומט זיך וועגן למען ישמעו. מיין פארגלייך איז נישט היסטאריש נאר עקרונותדיג איך האף אז דו לערנסט נישט דער תורה בלויז פאר היסטאריע... ביי יעדער חטא אין דער וועלט קען איינער זיין מסופק צו סגעווען אדער נישט, אפילו אז סדא טויזנט עדים. דער למען יישמעו איז אז יעדער דערשרעקט זיך אז אויב טוט מען אזא זאך קומט אזא תוצאה, עס האט גארנישט מיט דער שאלה צו דער מענטש פרעזענליך איז משוכנע צו די מעשה איז געווען אדער נישט.

יידל » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:45 pm

· #82581
<a class="postlink" href="http://torahmusings.com/2013/01/report-abuse-to-police-not-rabbis/">http://torahmusings.com/2013/01/report- ... ot-rabbis/</a>

יאיר » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 9:03 pm

· #82584
מוח שליט
boxcover
[ציטאט אראפגענומען]

שכוח פאר די קאמפ. ביסט זייער גערעכט, אבער איך בין נישט פולשטענדיג איבערצייגט אז ער חאפט אלץ נקמה פאר אנדערע; איך זעה עס אז ער כאפט פאר זיין אייגענע, איי אזויפיעל? וי"ל אז באמת קומט יעדען פארברעכער - פאר סייוואספארא מישה און בכל מקום שהם - הארבערע עונשים ווי וואס מען טיילט זיי. נאר וואס דען? אז מען נעמט און באטראכט אז איז א מודה ועוזב (און זאגט נישט וויאזוי קען מען מודה זיין אז מען איז אומשילדיג?) גיבט מען א קלענערע חלק, ווייל עפעס האט מען שוין אויפגעטוהן. משא"כ אז מען bullied די וויקטים, איר משפחה און ארום, און בכלל די גאנצע justice system כאילו מען האנדעלט דא גאר מיט די בני יואל, דאן באקומט מען וואס you had coming.
לענ"ד איז דאס גאר א שטארקע טענה. עס איז ממש ווי א המשכה אינעם פגיעה, מען האלט פשוט אינדערמיט אין מען הערט נישט אויף. עס איז זייער שווער צו זיין א מרחם בדין ווען נישט נאר מתו מוטל לפניו נאר די רציחה האלט נאך אינמיטן געשען. אבער ווער איז דען בכח מודה צו זיין ווען די קאנסעקווענצען קענען ברענגען אייביגע צער פאר זיין אלע באליבטע. איז טאקע אזוי פשוט אז ער דארף בידים מאבד זיין זיינע קינדער און קינדס קינדער? איך העט כמעט געזאגט אז דער וואס עצהט אים זיך מודה זיין איז נישט גערעכט.
נו אויב אזוי איז דאך דער טענה שוין אסאך שוואכער, ניין?
אפשר קען מען טענהן אז ער וואלט געדארפט טרעפען א וועג וויאזוי אפצושטילען די רדיפות אהן מיזען מודה זיין. אבער איך ווייס נישט פונקט צו עס איז טאקע דא אזא מהלך.

מוח שליט,
אויף אנדערע פלעצער טענה'סטו אז מען פראטעקט מאלעסטערס. אויב אזוי וואלט ער געדארפט מודה זיין ווייל דעמאלט וואלט ער באקומען א נאמען אלס מאלעסטער און מען וואלט פראטעקטעט אים מיט זיין משפחה. אויסער דעם וואלט ער געקענט זאגן אז ער איז נאר מודה ווייל ער ווייסט אז ער וועט סייווי באשולדיגט ווערן און ער וויל אפקומען גרינגער.
אבער איך מיין אז די גאנצע שאלה איז נישט נוגע, ווייל לויט ווי לויער פארקאש זאגט האט מען אים בכלל נישט געגעבן די אפציע פון א פליע בארגעין, און עס איז שטארק מסתבר אזוי, ווייל אפילו אויף די בערגער ברידער האט שוין טשארלס היינס געזאגט אז מען וועט בשום אופן נישט לאזן מאכן א פליע בארגעין, אויב אזוי גלייב איך נישט אז מען קען אים באשולדיגן פאר'ן זיך נישט מודה זיין וויסנדיג אז מען גייט אים פאראורטיילן צו לעבנסלענגליכער טורמע.

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 9:08 pm

· #82585
יידל
http://torahmusings.com/2013/01/report-abuse-to-police-not-rabbis/

סארי, אבער דער רעדט דאך אזעלכע שטותים!

אונז טראסטן די אויטאריטעטן און גאווערמענט? א נעכטיגן טאג!
פון וואו נעמט ער דעם חילוק להלכה אז מסירה איז געווען נאר אסור אמאל אבער נישט ביי די היינטיגע גאווערנמענט? מהיכי תיתי? מקורות?

ער האט אפשר וואליד נקודות, אבער דאס פארענטפערט נישט די נאנסענס וואס ער שרייבט.
בלאט: 1 2 3 4