☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #2786

אשכול אן א טיטל #2786

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2786
בלאט: 1 2 3 4

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:53 am

· #81714
עס איז דא גאר אסאך מענטשען וואס זענען שטארק נוטה אז די באשולדיגונג איז אמת, אבער זענען נישט צופירדען מיטן אויסערגעווענליכע חומרדיגען פסק. פרעג איך וואס זיי טון מיט דעם אז לויט טייל ראשונים איז מען חייב מיתה דערויף?

יאיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:54 am

· #81715
נשתנו הטבעיים.

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:07 am

· #81720
מוח שליט
עס איז דא גאר אסאך מענטשען וואס זענען שטארק נוטה אז די באשולדיגונג איז אמת, אבער זענען נישט צופירדען מיטן אויסערגעווענליכע חומרדיגען פסק. פרעג איך וואס זיי טון מיט דעם אז לויט טייל ראשונים איז מען חייב מיתה דערויף?

פונקט ווי מאנס זיין איז ערגער ווי הארגענן עי' די וויקטעמ'ס סטעטמענט ,אזוי איז הארגענען אויך גרינעגער ווי 103 יאר.

פון וועלכע ראשונים רעדסטו? וואס האלטן זיי? פארוואס קומט זיך מיתה?כהאף די רעדט נישט פון די שיטה וואס ווערט געברענגט ערגעץ און מאחורי אז מז''ל איז ביהרג ואל יעבור.

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:09 am

· #81721
יאיר
נשתנו הטבעיים.

והביצים

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:51 am

· #81726
נולד מאוחר
מוח שליט
עס איז דא גאר אסאך מענטשען וואס זענען שטארק נוטה אז די באשולדיגונג איז אמת, אבער זענען נישט צופירדען מיטן אויסערגעווענליכע חומרדיגען פסק. פרעג איך וואס זיי טון מיט דעם אז לויט טייל ראשונים איז מען חייב מיתה דערויף?

פונקט ווי מאנס זיין איז ערגער ווי הארגענן עי' די וויקטעמ'ס סטעטמענט ,אזוי איז הארגענען אויך גרינעגער ווי 103 יאר.

פון וועלכע ראשונים רעדסטו? וואס האלטן זיי? פארוואס קומט זיך מיתה?כהאף די רעדט נישט פון די שיטה וואס ווערט געברענגט ערגעץ און מאחורי אז מז''ל איז ביהרג ואל יעבור.


עי' יו"ד קנ"ז אז לויטען רמב"ם איז א יעדער מין קירבה צו אן ערוה וואס איז חיבת ביאה, ווי למשל חיבוק ונישוק, איז ביהרג ועל יעבור. אין א נדה הייסט דאך אן ערוה, ניין?
אבער יעצט זעה איך אז דאס מאכט עס נאך נישט פאר א חיוב מיתה. ד.ה. אויב איינער האט יא עובר געווען איז דאס נאר א לאו. ומצד שני הרי למעשה טענה שפעם אחד היה העראה. עי' רמב"ם אישות א' י', דאחד המערה ואחד הגומר חייב מיתה
מסופקני וואס די הלכה איז מיט ביאה בפיה. וואס דאס איז געווען רבוי פעמים לדבריה. די הלכה איז קלאר אז שלא כדרכה הייסט אויך א געהעריגע ביאה וואס איז חייב מיתה. דארף מען וויסען די גדרי הדבר. לכאורה איז דא א שטארקער מקום צו זאגען אז שלא כדרכה זעהט מען דאך אין פסוק אז דאס הייסט ביאה. את זכר לא תשכב משכבי אשה. זעה מיר דאך אז די תורה רופט דאס אהן שכיבה. מש"אכ במקומות אחרים שבגופה ווייסען מיר נישט, אין עס איז מסתבר אז דאס הייסט נאר דרך אברים, וואס דאס הייסט נישט קיין ביאה. אויב אזוי רעדט מען נישט פין חיוב מיתה מצד ביאה בפיה.
איך בין מסופק אויב איך טו ריכטיג דורך צו טון די נושא ברבים. איך מיין מצד ווייל מען רעדט דאך פין א מענטש דא, נישט פין עפעס טעארעטיש. ביטע מיר זאגען אין איך וועל עס אראפנעמן.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:12 am

· #81729
קודם הבהרה, מ'רעדט דא פון חיוב כרת, נישט מיתת בי"ד.
און לויט געוויסע ראשונים איז נגיעה לשם חיבה אויך א דאורייתא, (לענין חיוב כרת אצטרך לעיין, ואין עמי ספרים במטה) ווי אויך האלטן טייל פוסקים אז בפיה הייסט שלא כדרכה, אבער קיין מיתת בי"ד וואלט ער זיכער נישט באקומען ווייל ס'נישט דא קיין עדות, אבער אפשר וואלט עם בי"ד מכניס געווען לקופה, כדי שלא יהיו בנות ישראל הפקר.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:20 am

· #81731
געפילטע פיש
קודם הבהרה, מ'רעדט דא פון חיוב כרת, נישט מיתת בי"ד.
און לויט געוויסע ראשונים איז נגיעה לשם חיבה אויך א דאורייתא, (לענין חיוב כרת אצטרך לעיין, ואין עמי ספרים במטה) ווי אויך האלטן טייל פוסקים אז בפיה הייסט שלא כדרכה, אבער קיין מיתת בי"ד וואלט ער זיכער נישט באקומען ווייל ס'נישט דא קיין עדות, אבער אפשר וואלט עם בי"ד מכניס געווען לקופה, כדי שלא יהיו בנות ישראל הפקר.


איך שרייב מיתה, נישט מיתות בי"ד. די פוינט איז די תורה זאגט אז די עונש אויף די מעשים וואס מען האט אים קאנוויקטעד איז צו שטארבען. איך רעד נישט אין פראקטיק. איך רעד אז אין ענין איז דאס א חיוב מיתה, איז אויב אזוי על מה יצא כל הקצף הזה אויף די רשעות פינעם פסק. די תורה האלט דאך אז די עונש איז אז מען דארף שטארבען [נישט קיין חילוק צו בכרת צו בבי"ד. כידוע אז דאס שטארבען איז נישט אזוי געפערליך, ס'איז דאס באגראבען וואס לייגט איינעם אין דער ערד 😉 ].

וועלכע פוסקים רעדן וועגן בפיה? אויב זאגען זיי אז דאס הייסט שלא כדרכה דעמאלטס איז דאך דאס א ביאה גמורה. די גמרא איז שטארק משמע אנדערש. סנהדרין דף נד. "משכבי אשה - מגיד לך הכתוב ששני משכבות באשה. אמר רבי ישמעאל: הרי זה בא ללמד ונמצא למד" רשי איז מפרש. ונמצא למד: - למשכב זכור לא איצטריך קרא, דפשיטא לן דכל משכב זכר שלא כדרכו הוא, אלא האי משכבי לאשמועינן אתא דהבא על אשה בין כדרכה בין שלא כדרכה - חייב.
זעהט מען פין דעם אז שלא כדרכו דארף מען א פסוק. אין מען האט דאך נישט קיין פסוק אויף פיה. אויך, איז דאך די לשון הגמרא "מגיד לך הכתוב ששני משכבות באשה". נו, איז דאך נישט מער ווי צוויי.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:43 am

· #81761
טעות. ביאה בפיה הייסט נישט ביאה שלא כדרכה. עס האט דעם זעלבן גדר ווי חיבוק ונישוק.
אדרבה ברענג איין מקור וואס שרייבט אזוי.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:15 am

· #81770
היימישער ליטוואק
טעות. ביאה בפיה הייסט נישט ביאה שלא כדרכה. עס האט דעם זעלבן גדר ווי חיבוק ונישוק.
אדרבה ברענג איין מקור וואס שרייבט אזוי.



די וואס זענען מתיר ביאה בפה מיט דער ווייב און זאגען עס הייסט נישט קיין ז"ל, זענען עס מדמה צו שלא כדרכה אדער דרך איברים.

הגם זיי מיינען אויך נישט צו זאגען אז עס הייסט שלא כדרכה לגבי דער חיוב דערפין.

שלא כדרכה איז נאר חייב ביי אשת איש.

בן תמליון » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:34 am

· #81775
אונזער יעצטיגער פאל איז טאקע לויט אלע ווארשיינליכקייטן א ביישפיל פון אט דעם פאזיטיוון אספעקט פון דעם סיסטעם, און דאס דארף דערמאנט ווערן לשבח,


וואס מיינט דאס לויט אלע ווארשיינליכקייטן? גילט בייאנד ריסאנעבל דאוט? איך האב ענדערש געזען א זשורי וואס איז געווארן איבערגענומען פון א שיין מיידל וואס איז שוין געווען א עקטרעס ביי די 6 יאר קעגן א מיטל יעריקן האריקן חסיד אן א ברעקל עווידענס און ברענג מיר נישט ראביי הארוויץ ביטע.

אין די קרימינאלע וועלט איז באוואוסט דעם "בלעקסטאן פארמולע" ענדערש זאלן 10 שולדיקע גיין פריי ווי איידער איין אומשולדיקער זאל ליידן. זשאן עדעמס דער צווייטער פרעזידענט האט געזאגט "עס איז וויכטיקער צו באשוצן די אומשולדיקע ווי באשטראפן די שולדיקע" בעזשאמין פרענקלין האט געזאגט "ענדערש זאלן הינדערט שולדיקע גיין פריי איידער איין אומשולדיקער זאל ליידן". דא האבן מיר א יוסטיץ וואס זאגט שולדיק צו נישט גיט איהם 103 יאר דער עיקר צו שיקן א מעסעדזש.

atmybest » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:34 am

· #81776
בן תמליון
מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.


בן תמליון,

פון וואס רעדסטו? די רעדסט אוודאי פון אלע פראבלעמען וואס מען מאכט אונז אן דא.

יעצט וויל איך דיר פרעגן: ווער און ווי הייבן זיך אן אונזערע פראבלעמען? די תירוץ איז סאטמאר.

סאטמאר האט אנגעמאכט פראבלעמען פאר יודן זייט זיי האבן זיך אנגערוקט קיין אמעריקע.

די איינציגע וועג איז צוריקצושיקן די אונגארישע צו זייערע היימלאנד!

atmybest » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:35 am

· #81777
בן תמליון
אונזער יעצטיגער פאל איז טאקע לויט אלע ווארשיינליכקייטן א ביישפיל פון אט דעם פאזיטיוון אספעקט פון דעם סיסטעם, און דאס דארף דערמאנט ווערן לשבח,


וואס מיינט דאס לויט אלע ווארשיינליכקייטן? גילט בייאנד ריסאנעבל דאוט? איך האב ענדערש געזען א זשורי וואס איז געווארן איבערגענומען פון א שיין מיידל וואס איז שוין געווען א עקטרעס ביי די 6 יאר קעגן א מיטל יעריקן האריקן חסיד אן א ברעקל עווידענס און ברענג מיר נישט ראביי הארוויץ ביטע.

און די קרימינאלע וועלט איז באוואוסט דעם "בלעקסטאן פארמולע" ענדערש זאלן 10 שולדיקע גיין פריי ווי איידער איין אומשולדיקער זאל ליידן. זשאן עדעמס דער צווייטער פרעזידענט האט געזאגט "עס איז וויכטיקער צו באשוצן די אומשולדיקע ווי באשטראפן די שולדיקע" בעזשאמין פרענקלין האט געזאגט "ענדערש זאלן הינדערט שולדיקע גיין פריי איידער איין אומשולדיקער זאל ליידן". דא האבן מיר א יוסטיץ וואס זאגט שולדיק צו נישט גיט איהם 103 יאר דער עיקר צו שיקן א מעסעדזש.


א עקטרעס? אין וועלכע מאווי?

John Doe » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:37 pm

· #81856
אלע טענות וואס מען האט אויף די וויקטים איז דאך אויך סערקאמסטענשיל?!

זונה - סערקאמסטענשיל
די מאמע א זונה - סערקאמסטענשיל
זי האט געוואלט - סערקאמסטענשיל
נקמה - סערקאמסטענשיל

נאר וואס דען, טשיילד מאלעסטעישן איז א שטארקע טאבו און מ׳זוכט סיי וואס פאר א אויסרייד נישט צו גלייבן. אבער הגיע זמן אז מ׳זאל געהעריג קאנפראנטן דער טאבו און איר אדרעסן.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:13 pm

· #81921
איחוד פעלד
שלא כדרכה איז נאר חייב ביי אשת איש.

טעות, ביי אלע עריות.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:17 pm

· #81923
איך טראכט נאר אזוי הויעך.
וואס איז פשט אז פאליציי שיסט נישט אויף טויט דער וואס פאקירט זיין אוטו במקום האסור?
א געזעץ דארף זיין א געזעץ!

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:19 pm

· #81924
איחוד פעלד
היימישער ליטוואק
טעות. ביאה בפיה הייסט נישט ביאה שלא כדרכה. עס האט דעם זעלבן גדר ווי חיבוק ונישוק.
אדרבה ברענג איין מקור וואס שרייבט אזוי.



די וואס זענען מתיר ביאה בפה מיט דער ווייב און זאגען עס הייסט נישט קיין ז"ל, זענען עס מדמה צו שלא כדרכה אדער דרך איברים.

יא דאס האב איך געמיינט.
איחוד פעלד
הגם זיי מיינען אויך נישט צו זאגען אז עס הייסט שלא כדרכה לגבי דער חיוב דערפין.

שלא כדרכה איז נאר חייב ביי אשת איש.

פון ווי נעמסטו דאס? בעילת נדה פנויה שלא כדרכה איז פונקט אזוי הארב.

די עולם האקט.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:23 pm

· #81928
געפילטע פיש


די עולם האקט.


sorry

Ben-Shishim » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:24 pm

· #82121
atmybest
בן תמליון
מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.


בן תמליון,

פון וואס רעדסטו? די רעדסט אוודאי פון אלע פראבלעמען וואס מען מאכט אונז אן דא.

יעצט וויל איך דיר פרעגן: ווער און ווי הייבן זיך אן אונזערע פראבלעמען? די תירוץ איז סאטמאר.

סאטמאר האט אנגעמאכט פראבלעמען פאר יודן זייט זיי האבן זיך אנגערוקט קיין אמעריקע.

די איינציגע וועג איז צוריקצושיקן די אונגארישע צו זייערע היימלאנד!


Since when is hating Satmer the solution to fix America?

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 3:40 pm

· #82163
Ben-Shishim
atmybest
בן תמליון
מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.


בן תמליון,

פון וואס רעדסטו? די רעדסט אוודאי פון אלע פראבלעמען וואס מען מאכט אונז אן דא.

יעצט וויל איך דיר פרעגן: ווער און ווי הייבן זיך אן אונזערע פראבלעמען? די תירוץ איז סאטמאר.

סאטמאר האט אנגעמאכט פאר יודן זייט זיי האבן זיך אנגערוקט קיין אמעריקע.

די איינציגע וועג איז צוריקצושיקן די אונגארישע צו זייערע היימלאנד!


Since when is hating Satmer the solution to fix America?


What say you now me to?

טישו באקס » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:10 pm

· #82181
אין די נייעס ווערט היינט באריכטעט אז דער אמעריקאנער מיטן נאמען העדלי וואס האט געשפילט א הויפט ראלע אין די מומביי אטאקעס וואס האט געקאסט ארום 160 נפשות צווישן זיי פרויען און קינדער, איז געווארן געאורטיילט צו 35 יאר טורמע...

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:11 pm

· #82182
יאנקעל,
איך זעה אין דיר א מענטש וואס טראכט אביעקטיוו וויל איך אביסעל אויסשמועסען מיין טעיק דא.

די געווענליכער מהלך פין געבן תפיסה אדער סיי וואסערע פאנישמענט איז אינגאנצען נישט מובן פאר מיר. דהיינו, אז מיר זאלען אים צוריקטין אין אפטון ווייל ער איז געווען שלעכט. דאס איז דאך די מדה מגונה פין נקמה. וואס איז די שכל דערפין? זאגען מיר דען נישט פאר אונזערע קינדער אז זיי זאלען נישט צוריקשלאגען ווייל זיי האבען גארנישט דערפין?
אפי' בנוגע די מדה פין נקמה פינעם אייבערשטען שטייט אין אסאך ספרים אז עס איז א שם המושאל. אוודאי איז נישט דא די נארישע אין שלעכטע מדה פין נקמה. קוק למשל דא
נפש החיים - שער א - פרק יב
ולכן ארז"ל (ב"ק נ' ע"א) כל האומר הקב"ה וותרן הוא יותרו חייו כו'. וכ"ה בירושלמי פ"ה דשקלים ובב"ר פס"ז ובתנחומא פ' תשא ובש"ט תהלים. ולכאורה יפלא. הלא אפי' אדם איש חסד מתנהג במדת ותרנות, אמנם הוא כמש"ל. שאינו על דרך העונש ונקימה ח"ו.רק חטאים תרדף רעה שהחטא עצמו הוא עונשו
ד.ה. אז אוודאי איז דאס א שלעכטע מדה. די גאנצע ענין פין עונשים אין די תורה, איז פשוט אזוי ווי לייגען די הענט אין פייער. די תורה איז דיר פשוט מגלה אז אויב די ביסט נישט דבוק בה' גייסטו ליידן עיי"ש בדבריו הנחמדים. (כעין די עקידה המובא בספר ויואל משה).
א לאגישער ענין פין עונש איז א deterrent אויף ווייטער אדער א deterrent פאר דעם מענטש זעלבסט פאר ער טוט די עוולה. מען זעהט אין די תורה אז מען דארף מתרה זיין אן עובר עבירה אין ער דארף ענטפערען אעפ"כ. [איך גיי נישט אריין בענין אז א תלמיד חכם אין צריך התראה] פין דעם איז משמע אז א גרויסע ענין פינעם עונש איז כדאי מיר זאלען אים צוריקהאלטען בשעת מעשה. אויב א מענטש ווייסט אז עס איז א מוראדיגער עבירה אבער ער ווייסט נישט דעם עונש, קומט דאך אויס אז דער עונש איז נישט קיין deterrent פאר אים, ווייל ער ווייסט דאך נישט דערפין, איז טאקע די הלכה אז מען שטראפט אים נישט.
פארשטייט זיך אז איינמאל מיר האבען אים מתרה געווען, וועלן מיר אים שטראפען פונקט לויט וואס מיר האבען אים געווארענט. מיר קענען זיך נישט סותר זיין אין זאגען אז יעצט איז שוין לאחר המעשה, סאו וואטס דע פוינט. מיר מיזען האלטען ווארט [אע"פ אז דאס איז מיר אויך אביסעל פארנעפלט]
אויך איז דא די ענין פין למען ישמעו ויראו. דארף מען אבער דן זיין מיט וואסערע רעכט געט מען א מוסר שמועס פארן עולם אויף זיין חשבון. ועוד חזון.
אויך קען זיין אז מען דארף איינשפארען א מענטש ער זאל עס פשוט נישט טון נאכאמאל.

אויב איז עס טאקע אלץ א deterrent, איז די שאלה וואס מעג מען אלץ טון ווען מיר זעהן א מענטש וויל יעצט מאלעסטען א מיידעל? וואסארא עונש מעגן מיר אים סטראשען? [פארשטייט זיך אז מיר וועלען עס טאקע איינהאלטען אין נישט סתם מאכען א דזאוק]

דאס איז מיין שאלה מצד קאלטע שכל, אין איך האב נישט קיין קלארקייט אויף דעם. מיין הארץ זאגט מיר דאך אז מען קען נישט אין מען טאר נישט אוועקנעמן דעם זכות קיום פין א מענטש אין אים איינזעצען לעולם ועד אין תפיסה. עס קען זיין אז נאכדעם וואס איך וועל גיט פארשטיין ווי וויכטיג עס איז צו האבען א גרויסע deterrent, וועל איך אנדערש טראכטען.

עס איז אבער דא איין אישו וואס לאזט מיך נישט האבען דעם פולען רחמנות אויף נ.וו. דאס אז מיט זיין נישט מודה זיין איז ער גורם אז זיין וויקטים אין איר משפחה זאלען ווייטער זיין מוראדיג גערודפט. איך פיל עפעס ווי נישט נאר איז מען באגאנגען א עוולה נוראה מאד מאד, נאר דעי עוולה ממש ציסטו ווייטער. נישט נאר מען פרובירט נישט צו פארמינערן די צער פין די אלטע מעשה, ער איז גורם אז די מעשה עוולה זעלבסט זאל נמשך אין מוסיף זיין מער אין מער צער.
איך גיי לויט די וואס האלטען [ואני בתוכם] אז ער האט דאס ווארשיינליך געטוהן. ביטע נישט ענטפערען אז עס איז נישט אמת די גאנצע מעשה. איך האלט נישט אז עס איז יושר פאר נ.וו. אז איך זאל יעצט פרובירען אויפווייזען זיין שולד. ער ליידט שוין גענוג אין מער ווי גענוג. אבער איך פרעג נאר צו די פארשטייסט פארוואס איך האב דאך נישט דעם געהעריגען רחמנות אויף אים.

קען זיין אז מען דארף באטראכטען די אומדערטרעגליכע בושות פאר אים אין זיין משפחה אויב איז ער מודה. אין מען קען עס פשוט נישט פארלאנגען פין א בשר ודם. אויך קען זיין אז ער עפענט זיך אויף פאר נאך צען מענטשען וואס האבען ביז יעצט מורא. אפשר דארף מען זעהן דעי זייט. אדרבה זאג מיר ווי איך בין אומגערעכט.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:31 pm

· #82193
דו פארפעלסט איין וויכטיגע שפיץ.
נקמה איז טאקע א שרעקליכע מידה, אבער זי איז פאראן אין כמעט יעדנס הארץ. בקיצור, זי עקזיסטירט.
ממילא, אלס א ציוויליזירטע סאסייעטי, גייען מיר לאזן נעמען נקמה אויף א ציוויליזירטן אופן. דהיינו, נישט אז דער טאטע אדער ברודער פון דעם וויקטים וועט זיך נוקם זיין כי יחם לבבו, נאר מיר וועלן דאס טוהן מיט ישוב הדעת און קלאססישקייט.
דאס איז דער יסוד פון הלכות עונשים אין א ציוויליזירטע וועלט.

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:39 pm

· #82196
פארוואס ווערן מענטשן אזוי איבערגענימען מיט 103 יאר? ביי מיר איז 30 יאר 103 יאר און 130 יאר די זעלבע, לו יהא ער זאל נאר באקימען 30 יאר וואלט ער אויך נאר ארויס געקימען נאך זיין פטירה,

דא איז געווען א ביטערע מעשה אז אפאר חברה יעדער מיט א אנדערע סיבה האבן באשלאסן אים און דער ערד צו לייגען אינאיינעם מיט די קאמיונטי, ליידער האבן זיי דערווייל מצליח געווען און הקדוש נחמי זיצט און תפיסה, ווי ביטער עס איז נאר דארפן מען געדנקן אז השי״ת האט ח״ו נישט פארגעסן פון אונז, גרעסערע פון אים זענענן געזיצען און תפיסה פאר גארנישט, ( הגם אז נאך די צער ובושות וואס ער לידדט בחנם ממש, לאזט זיך זאגען אז ער איז גלייך צו א תינוק בן יומו בלי חטא, אבער נישט דאס איז די שמיעס דא ) יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו, מיר פארשטייען נישט השי״ת דרכים, און מיר בלייבן מאמינים בני מאמינים אפילו ווען עס גייט אונז שלעכט,

עס קימט א אפיל השי״ת וועט העלפן אז מען וועט מצליח זיין.

יידל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:42 pm

· #82198
הקדוש נחמי'?

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:00 pm

· #82204
יא, פארוואס נישט? א איד וואס האט אזויפיל אידן געברענגט צו אידשקייט, א איד ווען מען הרג׳ט יעצט על קידוש השם נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, א איד וואס האט ביזיונות און איז ריין דערפון, ריפט מען הקדוש, הלוואי פאר מיר כאטש זיין עוה״ב,

boxcover » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:10 pm

· #82211
בדחן
יא, פארוואס נישט? א איד וואס האט אזויפיל אידן געברענגט צו אידשקייט, א איד ווען מען הרג׳ט יעצט על קידוש השם נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, א איד וואס האט ביזיונות און איז ריין דערפון, ריפט מען הקדוש, הלוואי פאר מיר כאטש זיין עוה״ב,

דו האסט א ליסטע פון די אידען וואס ער האט געברענגט צו אידשקייט? אדער ליגט די ליסטע צוזאמען מיט די טעיפ ווי די ווייבל סטראשעט נ.וו.?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:31 pm

· #82216
בדחן
יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו, מיר פארשטייען (נישט) השי״ת דרכים

ער איז טאקע געקומען.

יידל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:32 pm

· #82218
בדחן
יא, פארוואס נישט? א איד וואס האט אזויפיל אידן געברענגט צו אידשקייט, א איד ווען מען הרג׳ט יעצט על קידוש השם נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, א איד וואס האט ביזיונות און איז ריין דערפון, ריפט מען הקדוש, הלוואי פאר מיר כאטש זיין עוה״ב,

אלזא, לאמיר זען וואס איז די קריטעריע צו ווערן אנגערופן "הקדוש".
[list=1]
[*]א איד וואס ברענגט צוריק אידן צו אידישקייט[/*:m]
[*]א איד וואס ווען מען הרג'ט אים ווען יעצט נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, וואלט עס ווען געהייסן על קידוש השם (עפעס אזוי, כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך)[/*:m]
[*]א איד וואס האט אומזיסטע בזיונות[/*:m][/list:o]
איז הרב אמנון יצחק א קדוש לפי זה?

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:36 pm

· #82223
[ציטאט אראפגענומען]


יא ס'איז נארמאלער, אבער אויך מער עלול אז מען זאל עס טון אהן מברר זיין די פאקטען אין שעדיגן אומשולדיגע מענטשען. ממילא זאגט ר' ליטוואק אז מען האלט צוריק דעם מענטש פין ווילדקייטן דורכען צוזאגען אים אז מיר וועלן טון די דזאב פאר אים, אויב איז יענער טאקע באגאנגען די עוולה וכדו'.
אבער למעשה מיינט דאס אז עס איז א necessary evil. מיר האלטען נישט דערפון בעצם.
אגב. איך טראכט יעצט אז לכאורה איז דאס טאקע די סיבה אז שוגג גייט אין גלות. מיר זאגען דאך קלאר פארן וויקטים אז מיר גייען נישט טון די דזאב. ממילא קען ער זיך נישט בארואיגען. מיר קענען נישט געבען פארן שוגג א 24/7 פראטעקשאן, ממילא זאג מיר אים ווער נעלם. פארשטייט זיך אז אין יענע ערי מקלט וואטשען אלע איינער דעם צווייטען פין זייערע נוקמים.
מען קען אפשר מוסיף זיין לבאר אז ווען דער כהן גדול שטארבט [וואס ביז די אינסטיטוציע פין מלכות איז ער געווען ווי מלך. אין אויך ווען מלכות איז בטל געווארען (בימי רומיים) איז דער כהן גדול געווען במקום די מלך] איז דאך דא געווענליך א פארדאנינג פין אלע נישט עכטע פארברעכערס [בזמנינו איז אויך אזוי. דער פרעזידענט פארדאנד ביים פארלאזען די אמט]. איז דעמאלט פארלאנגען מיר פין די נוקמים אז זיי דארפען מיטגיין מיט די אלגעמיינע פארדאנינג אין מער נישט זיכען נוקם זיין. אין ממילא קען דער שוגג צוריק גיין אהיים. ודפח"ח

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:44 pm

· #82230
[ציטאט אראפגענומען]

מח'ל האט זייער שיין געענטפערט. איך וויל נאר צולייגן איין פראגע, דו ווילסט בעסער וואוינען אין אמעריקע אדער אין סאודי-אראביע-כי-יחם-לבבו-לאנד?

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:03 pm

· #82286
יידל
בדחן
יא, פארוואס נישט? א איד וואס האט אזויפיל אידן געברענגט צו אידשקייט, א איד ווען מען הרג׳ט יעצט על קידוש השם נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, א איד וואס האט ביזיונות און איז ריין דערפון, ריפט מען הקדוש, הלוואי פאר מיר כאטש זיין עוה״ב,

[*]א איד וואס ווען מען הרג'ט אים ווען יעצט נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, וואלט עס ווען געהייסן על קידוש השם (עפעס אזוי, כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך)


וואס פינקטליך האסטע נישט פארשטאנענן? איך וועל דיר פראבירען מסביר זיין נאכאמאל,

דא האט א קאלציע פון פינף מענטשן מיט עטליכע נאכשלעפערס געלינטשט א ערליכע איד, פאר די איינציגסטע סיבה ווייל ער איז פון די כת היראים און ער איז א ערליכע איד, מלפנים דאס הייסט בעפאר תשע״ג האט מען אזא איינעם אנגעריפן קדוש, ווייל איינעם וועם מען האט גע׳הרג׳ט אויף א בלבול און די איינציגסטע סיבה פארוואס מען טוט איז נאר ווייל ער איז א איד א שותומ״צ האט באקימען די נאמען קדוש, נחמי גייט אריין און די קאטעגאריע, קודם איז ער געווען א פלענער ערליכער בעה״ב מיט א גאלדן הארץ צו העלפן יעדעם איינעם, יעצט איז ערווי א תינוק בן יומו ריין פון יעדע חטא א צדיק וקדוש,

אמת, אויב וועסטע אנהייבן מיט עצכ״ח סטייל קשוית וועלענדיג וויסן ווי פינקטליך עס שטייט, וועל איך דיר מן הסתם נישט ענטפערן, ווייל איך האב די שיטה אז מיט מיין תשע״ג מוח מוז איך נישט פארשטיין אלעס וואס אידן הינדערטער יארן בערפאר מיר האבן יא פארשטאנענן, מיר איז גענוג צו וויסען אז איך טו ווי מיינע זיידעס האבן געטיען.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:11 pm

· #82291
כ'האב נישט געוויסט אז ה. פ. ליינט עצכ"ח.

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:29 pm

· #82295
און איך האב נישט געוויסט אז ז. מ. ליינט מכעט״ר, וואס מען ווערט אלץ נישט געוואר.

boxcover » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:31 pm

· #82296
אפנק"וו

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:37 pm

· #82298
פיינעלי זאגט שוין דער בדחן א דזשאוק.
לאמיתו של ענין. צדק צדק תרדוף שטייט. עס איז נישט קיין מצוה זיך צו פארדרייען דעם קאפ. אין אוודאי אן עוולה צו מאכן פין אזא מענטש א קדוש אויפען חשבון פין א בעוולהט'ן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:53 pm

· #82303
בדחן
יא, פארוואס נישט? א איד וואס האט אזויפיל אידן געברענגט צו אידשקייט, א איד ווען מען הרג׳ט יעצט על קידוש השם נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, א איד וואס האט ביזיונות און איז ריין דערפון, ריפט מען הקדוש, הלוואי פאר מיר כאטש זיין עוה״ב,

פאר א רגע קט האב איך געמיינט אז דו ווילסט טוישן דיין מצב מיט איהם אויף די וועלט.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:56 pm

· #82304
בדחן
און איך האב נישט געוויסט אז ז. מ. ליינט מכעט״ר, וואס מען ווערט אלץ נישט געוואר.

איינער קען מיר מפענח זיין די שמות הקדושים?

איינער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:56 pm

· #82305
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

איינער וואס האט זיך פארשטעלט אלס טעראפיסט צו קענען מאלעסטירן "קינדער", באלאנג אין תפיסה! יא פאר 103 יאר. דער ריכטער האט מן הסתם באקריגען בריווען מיט עכטען נעמען, פון קרבנות וואס האבן נישט מורא געהאט צו שיקן דעם גוישען ריכטער זייער נאמען. זיי נישט מורא געהאט אז ער וועט זיי ארויסווארפן פון זיינע מוסדות אדער אפרעדן א שידוך.

קיינער זאל נישט מיר אדער זיך נישט איינרעדן אז דאס שיקט נישט קיין מעסעזש. דער נעקסטער וועבערמאן וועט שוין איינמאל טראכטן. ער וועט וויסן אז איינער פון זיינע קרבנות, אפילו ער האט א ווידאו פון איר, אפילו ער וועט צונעמען איר טאטע'ס פרנסה, אפילו ער וועט איר באשמיצען אין די גאסן אלס זונה..., אפילו די גאנצע חסידישער עולם וועט האלטן אז ער איז גערעכט, וועט זיך דער ריכטער נישט דערשרעקן נאר אדרבה ער וועט אים געבן איבער 100 יאר טורמע. אוי וועט ער טראכטן צוויי מאל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:57 pm

· #82306
יידל
בדחן
יא, פארוואס נישט? א איד וואס האט אזויפיל אידן געברענגט צו אידשקייט, א איד ווען מען הרג׳ט יעצט על קידוש השם נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, א איד וואס האט ביזיונות און איז ריין דערפון, ריפט מען הקדוש, הלוואי פאר מיר כאטש זיין עוה״ב,

אלזא, לאמיר זען וואס איז די קריטעריע צו ווערן אנגערופן "הקדוש".
[list=1]
[*]א איד וואס ברענגט צוריק אידן צו אידישקייט[/*:m]
[*]א איד וואס ווען מען הרג'ט אים ווען יעצט נאר ווייל ער איז א ערליכער איד, וואלט עס ווען געהייסן על קידוש השם (עפעס אזוי, כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך)[/*:m]
[*]א איד וואס האט אומזיסטע בזיונות[/*:m][/list:o]
איז הרב אמנון יצחק א קדוש לפי זה?

פליס לאז איהם לעבן. איך האב זייער ליעב צו הערן זיינע דרשות.

sefish » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:02 pm

· #82307
איינער
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

איינער וואס האט זיך פארשטעלט אלס טעראפיסט צו קענען מאלעסטירן "קינדער", באלאנג אין תפיסה! ~~~ אזוי האסטו אפגעמאכט, ווערט דאס טאקע א פאקט??? ~~~ יא פאר 103 יאר. דער ריכטער האט מן הסתם באקריגען בריווען מיט עכטען נעמען, ~~~ המממממ, איר זעהט? ער קען דן לכף זכות זיין א גוי, אבער ח"ו נישט א היימישן איד!!!, דער דזשאדזש האט "מן הסתם" באקומען.... ~~~~~ פון קרבנות וואס האבן נישט מורא געהאט צו שיקן דעם גוישען ריכטער זייער נאמען. זיי נישט מורא געהאט אז ער וועט זיי ארויסווארפן פון זיינע מוסדות אדער אפרעדן א שידוך.


שקץ 'איינער'.

איינער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:13 pm

· #82311
סעלפיש, סתם צו קלארשטעלן איך בין נישט דן לכף זכות, איך ברענג ארויס א פוינט וואס איך שטעל מיך פאר, אן וויסן פאר א פאקט.

יא יא שריי "שקץ" עס וועט אסאך אויף טון צו באשיצן אונזער קינדער!

sefish » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:16 pm

· #82312
יא יא, עקזעקטלי דאס. שטעלסט דיר פאר גוטס פארן גוי און שלעכטס פאר'ן היימישן איד אן וויסן ביי ביידע די פאקטן! גענוי דאס איז שגצ'ל. ישר כח פאר'ן עס אזוי גוט ארויסברענגן.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:19 pm

· #82313
איך האב א פילינג אז דער הונדערט יאר אשכול גייט אויך האבן הונדערט בלעטער.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:23 pm

· #82314
יידל
הקדוש נחמי'?



הקדֵש נחמי'

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:30 pm

· #82318
sefish
איינער
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

איינער וואס האט זיך פארשטעלט אלס טעראפיסט צו קענען מאלעסטירן "קינדער", באלאנג אין תפיסה! ~~~ אזוי האסטו אפגעמאכט, ווערט דאס טאקע א פאקט??? ~~~ יא פאר 103 יאר. דער ריכטער האט מן הסתם באקריגען בריווען מיט עכטען נעמען, ~~~ המממממ, איר זעהט? ער קען דן לכף זכות זיין א גוי, אבער ח"ו נישט א היימישן איד!!!, דער דזשאדזש האט "מן הסתם" באקומען.... ~~~~~ פון קרבנות וואס האבן נישט מורא געהאט צו שיקן דעם גוישען ריכטער זייער נאמען. זיי נישט מורא געהאט אז ער וועט זיי ארויסווארפן פון זיינע מוסדות אדער אפרעדן א שידוך.


שקץ 'איינער'.



טיפש איינער.

רוף נישט קיין נעמען.

מען דארף זיין אן אויסגעדרייטער אויסגעקראצטער מליץ יושר צו קענען זאגען אז ער איז א צדיק און קדוש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט יחוד און גיין אין קאנטרי וויילען מיט א יונג מיידל וואס איז חשוד אויף זנות.

און פאר איינער פארגעסט, האט דער עדות פרוי וואס איז געקומען עדות זאגען לטובת הקדש נחמיה, עדות געזאגט אין געריכט אז זי האט זיי אמאהל געטראפען אין קאמפרימייסט פאזישען, דאס הייסט זי איז געזעצען אויף זיין שויס וכדומה. זעהט אויס אז זיי האבען פארגעסען צושפארען דער טיר מיט איינער פין די צוויי שלעסער וואס האבען יא געארבעט אין צייט.

סא גיוו מי א ברעיק, און הערען ארבעטען אויף דיינע געפילען, ווער עס איז שולדיג איז שולדיג, ויבא בעל הכרם ויכלה הקוצים. עס וועט גארנישט העלפען קיין זידלערייען און סטראשערייען, מיט נייע ביזנעס דיירעקטעריס, און ווייס איך וואס, מי שאמר והיה העולם וועט נישט לאזען אידישע קינדער זאלען זיין הפקר אויף זנות מיט תירוצים של הבל ווי צ.ב.ש. זי איז שוין ממילא געוועהן א פגום וכדומה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:41 pm

· #82323
איינער
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

קוקט אויס אז יא. און מעגסט זיך שטארק שעמען דערמיט. עס איז נישט א אידישע מדה.

איינער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:46 pm

· #82324
בן תמליון
מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.


יא עס איז טאקע צייט מיר זאלן זאגן פאר אונזער קינדער. צו נישט גנב'ענען אפילו פון די רעגירונג, אפילו מען זעט אז די תלמוד תורה'ס גנב'ענען. נישט מאלעסטעין אפילו עס איז מסורה צו רעפארטן. נישט צו טון גארנישט אנטקעגן דעם געזעץ אפילו די גוים האבן געמאכט די געזעצן. ווייל די מלכות הרשעה, האט גענוג פלאץ אין טורמע, פאר די און דיין רבי מיט זיין ראש הקהל. און וועט נישט מורא אריינצולייגן דארט אלע געזעץ ברעכער. אפילו אויב די גאנצע חרדישן וועלט וועט זיין ברוגז!

פארפאלען אונז לעבן אין א מלכות הרשעה און מען דארף פאלגן! און וועגן די מלכות הרשעה האב איך געזעץ היטער א פרייען לעבן! לאנג זאל לעבן די מלכות הרשעה! און ווי מער מען ווייסט פון די מלכות הרשעה אלס בעסער איז!

אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:48 pm

· #82326
איך זע אז מיין פרעדיקציע גייט אין גוטן ריכטונג.
יאיר
איך האב א פילינג אז דער הונדערט יאר אשכול גייט אויך האבן הונדערט בלעטער.

איינער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:50 pm

· #82327
שמעקעדיג
איינער
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

קוקט אויס אז יא. און מעגסט זיך שטארק שעמען דערמיט. עס איז נישט א אידישע מדה.


עס איז נישט קיין אידישע מדה, נישט רחמנות צו האבן אויף זיינע אומבאהאלפענע געוועזענע און צוקופונטע אומשילדיגע קרבנות.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:26 am

· #82341
עס איז נישט קיין סתירה.
און לויט דעם וואלט 30 יאר גענוג געווען. פארוואס האלסטו 103 יאר? אפשר 75,000 יאר?
בלאט: 1 2 3 4