☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאווי שוטינג אין בארא פארק

מאווי שוטינג אין בארא פארק

122 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2695
בלאט: 1 2 3

קרעקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:49 pm

· #78286
מאווי שוטינג אין בארא פארק
<a class="postlink" href="http://midwoodscoop.com/news/2013_01_07-movie-on-13-ave.dir/">http://midwoodscoop.com/news/2013_01_07 ... 3-ave.dir/</a>

מען שוט א סין פאר די מאווי blue blood
צענליגער גוים זענען פארשטעלט ווי חסידישע יודען מיט ווייסע זאקען אין שפיצלעך

דא קען מען זען
<a class="postlink" href="http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/">http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/</a>

קרעקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:04 pm

· #78291
כבין נייגעריג צו הערען פינעם בארא פארקע עולם וואס זענען דארטן געוועהן מזעהט ווי דער עולם שטייט ארום און מקוקט צו
מהאט גארנישט געטוהן פאר די קעמרע קרוס?
אין וויליאמסבורג וואלט מען זיי פארשטיינערט און צובראכען זייער עקוויפמענט

town1 » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:10 pm

· #78295
זיי זוכן חסידישע אידן פאר גוט באצאלט

<a class="postlink" href="http://newyork.craigslist.org/brk/tfr/3488045861.html">http://newyork.craigslist.org/brk/tfr/3488045861.html</a>

פרענטש וואנילע » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:38 pm

· #78308
אין וויליאמסבורג איז שוין געווזען עטליכע מאל אזעלכע שוטס, נישט מיט אזויפיל אקטיארען אויף אמאל, אבער פלענטי איז שוין געווען, און די ווילאמסבורגע "משוגעים" האבען זיי נישט פארשטיינערט, גיי פארשטיי די משוגעים...

קרעקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:52 pm

· #78314
סידא געניג יונגעלייט אן פרנסה שוין צייו זיך אנטראגען צו ארבייטען פאר זיי

outspoken » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:03 pm

· #78318
איך האב א סידור, טלית, ציצית, אפשר קען איך באקומן פון זיי א נייע COVA היטל...
📎 COVA.jpg

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:27 pm

· #78324
קרעקער
סידא געניג יונגעלייט אן פרנסה שוין צייו זיך אנטראגען צו ארבייטען פאר זיי


זיי זיכען מענטשן אן א פרנסה?

קרעקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:34 pm

· #78327
נאר וואס דען?
איינער וואס האט א פרנסה האטאך נישט קיין צייט פאר זיי

ניו יארק » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:41 pm

· #78329
<a class="postlink" href="http://www.chabadpictures.com/pictures/201301075_movie_bp/">http://www.chabadpictures.com/pictures/ ... _movie_bp/</a>

משכיל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:11 pm

· #78335
ווי מער דער גוי ווייסט וועגען אונץ, ווייסען מיר מעהר וועגען דעם גוי

ניו יארק » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:22 pm

· #78343
גאנץ פרומע עקטאר'ס, נאר שפיצעל פרויען.... (ווי נישט ווי מאכן זיי דאך נאך יודען, האבן זיי געדארפט אריין ווארפען א טורבאן אויך)

קליינע רעבעלע » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:12 pm

· #78384
איך ווייס נישט וועלכע איז עכט און וועלכע איז א עקטער
איין זאך זעי איך אז זי קען זיך נישט בינדען איר שפיצעל געהעריג

ניו יארק » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:39 pm

· #78391
קליינע רעבעלע
איך ווייס נישט וועלכע איז עכט און וועלכע איז א עקטער
איין זאך זעי איך אז זי קען זיך נישט בינדען איר שפיצעל געהעריג

די מיט די צופליגענע, נישט שיין געבינדענע, זענען די עכטע בארא פארקע. די שיינע זענען די עקטאר'ס.

אויב די גלייבסט מיר נישט, קום מארגען אויף דרייצען (וואלענבערג) אדער אויף ליע עוו. העמער זעהן וואס אונזערע פרויען קענען. (די בעסערע קרית יואלע פרויען מיט די רויטע אדער ארענדשע איז א אנדערע מעשה, זיי קענען יא......)

מומחה » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:48 pm

· #78407
וויפיל אקטיארן זענען געווען ס"ה?

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:36 pm

· #78416
נוי יארק
די מיט די צופליגענע, נישט שיין געבינדענע, זענען די עכטע בארא פארקע. די שיינע זענען די עקטאר'ס.


סתם א שונא ישראל??

ניו יארק » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:52 pm

· #78421
בדחן
נוי יארק
די מיט די צופליגענע, נישט שיין געבינדענע, זענען די עכטע בארא פארקע. די שיינע זענען די עקטאר'ס.


סתם א שונא ישראל??

שונא צופלויגענקייט

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:54 pm

· #78422
א שפראך ווי א שונא ישראל, און זאגסט אז די סיבה דערביי איז ווייל אידישע זענענן צופלויגען, איך הער.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2013 2:18 pm

· #78602
נוי יארק
בדחן
נוי יארק
די מיט די צופליגענע, נישט שיין געבינדענע, זענען די עכטע בארא פארקע. די שיינע זענען די עקטאר'ס.


סתם א שונא ישראל??

שונא צופלויגענקייט

און די אקטארס פאר קרויס שטריימלעך און דזשי. ענד דזשי. און די רבנים ווי דער גאב"ד וואס גייען מיט צופלויגענע פיאות. גייען אזוי ווייל דעיס איז דער סטייל . אה. דערמאנט די לעצטע מינוט. ס'איז דא א"חשוב'ע "רב ואס טאנצט אויף אלע חתונות. ער גייט אויך מיט צופלויגענע פיאות. ווייל ער וויל געפעלן פאר וועם מ'דארף. א שטיקל רמז. זיין טאטע איז נישט געגאנגען קיין שטריימל. ער האט אויך נאר אנגעטון די לעצטע פאר יאר. נאך א רמז. ניין. ווייל דאמאלס וועט א יעדער וויסן פון וועם ס'איז דער מדובר. אפילו דער מעקסיקאנער גוי וואס קלינט דעם ביהמ"ד.

outspoken » דינסטאג יאנואר 8, 2013 7:38 pm

· #78653
📎 Donnie Wahlberg.jpg

Donnie Wahlberg

מומחה » דינסטאג יאנואר 8, 2013 8:16 pm

· #78656
ס'דאך דא גענוג חסידים פאר זיי, פאר אפאר טאלער וועלן זיי האבן מער עקסטרעס וויפיל זיי דארפן

איך אויך » דינסטאג יאנואר 8, 2013 8:30 pm

· #78660
א גאלעריע מיט אסאך בילדער, וואס עס האט מיט חב"ד ווייס איך נישט.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:55 pm

· #78690

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:39 am

· #78704
ווער איז דער וואס רעדט און עס פעלט אים דער צאן, ער האלט אין איין איבערזאגען זיין חכמה אז עס איז ממש א פחד און א שרעק אז מען קען נישט וויסען אויס אינער איז טאקע א איד.

בונעס איירעס » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:50 am

· #78715
געוואלדיג! דער וואס רעד מיטן ברייטן נאז קוקט אויס ווי א פערדע ברודער פאר זיגי (חזקי) און נחמן בראך...

ווייטער דער רויטלעך ווייסער, מיט די דאבעל ברידזש גלעיזר, און אלטען קאבא היט, דער קוקט דאך אויס גאר גוט, דער האט עפעס גאר א גוטן און ערענסטען דורכדריגליכן בליק, פונעם געזיכט זיינעם קוקט אויס אז ער וואלט גענומען א שארפען שטעלונג בנוגע די ארונישע זאלונישע פאליטקין... אדער גאר געווען א זאלי...!

אבער וואס איז זיכער לויט מיין שאצונג איז, אז ער וואלט געפירט דעם גמ"ח אונזערע. 

נא אפשר טאקע אימפארטירט מען זיי אריין!

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 7:21 am

· #78728
וואס ווילן זיי?
איינער ווייסט אפשר וואס פונקטליך די טי.ווי. שאוי וויל אפשפילן מיט יודן, איז עס אן אנטי-יודן פילעם? אדער אויב נישט וואס דען זענען די גוי'שע וועלט אינטערעסירט צו זעהן פונעם יודישן לעבנסשטייגער? עס איז וואלט געווען זייער אינטערעסאנט אויב ווייסט איינער פרטים????

קאנצעפט » מיטוואך יאנואר 9, 2013 7:37 am

· #78729
עפעס האב איך געהערט אז עס גייט זיך רעדן פון א גרויסע רבי וואס איז נפטר געווארן, און זיין זון נעמט איבער די רבנות, אבער דער גבאי דערהרג'עט אים ווייל ער איז אים חושד אין האבן אן אפפעיר מיט זיין ווייב.... גאנץ א געדרייטע פלאט...
ונזכה ונחיה ונראה...

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 8:14 am

· #78731
ווען דער רבי איז חושד אז די גבאי האט אן אפיער מיט די רעבעצין וואלט עס געוועהן מער קרוב לאמת.....

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 9:03 am

· #78734
קאנצעפט
עפעס האב איך געהערט אז עס גייט זיך רעדן פון א גרויסע רבי וואס איז נפטר געווארן, און זיין זון נעמט איבער די רבנות, אבער דער גבאי דערהרג'עט אים ווייל ער איז אים חושד אין האבן אן אפפעיר מיט זיין ווייב.... גאנץ א געדרייטע פלאט...
ונזכה ונחיה ונראה...

בקיצור המעשה, האט דאס אויכעט מיט אונזערע פראבלעם פון וועבערמאן וכדו', אזוי אויסן איז די גוי'שע וועלט צו צושפילן אונזערע סעקשואלע פראבלעם.
ליידער ליידער.

אברעמעל » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:31 am

· #78749
דו האלטס טאקע אז א סקריפט פון א מאווי מאכט מען אזוי שנעל?

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:13 am

· #78764
אברעמעל
דו האלטס טאקע אז א סקריפט פון א מאווי מאכט מען אזוי שנעל?

איך פארשטיי נישט וואס דו וואונדערסט זיך אזוי, קודם כל די גאנצע וועבערמאן פרשה ציעט זיך שוין גאנץא שיינע [בעסער געזאגט נישט שיינע] תקופה, עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביים סענטעסינג!! והשנית איז דאך דאס ליידער נישט דאס איינציגסטע קעיס אינעם לעצטן תקופה וואס די מידיע צושמירט [איך גיי דא נישט דיסטקאסטן צו מיט רעכט אדער נישט].
במילא איז ווי נישט ווי מעגליך אז עס איז אין תוצאה פון דעם!!

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:18 am

· #78766
און אויב יא? און אויב נישט?

וועמען גייט דאס אהן?

זאלען די גוים מיינען וועגען די אידען וואס זיי ווילען, עס מאכט נישט קיין גרויסע חילוק.

outspoken » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:23 am

· #78770
ס'דא א טעלעוויזשען שוי יעדע וואך וועגן מאלעסטערס אין ניו יארק סיטי, לעצטע וואך האבן זיי געהאט א מעשה (פיקשען) ווי א גלח האט מאלעסטעט א 12 יעריגע מיידל און די גלחים און די קלויסטער האט דאס פארדעקט, נאך א מזל ס'נישט פון חסידי'שע אידן.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:27 am

· #78771
איחוד פעלד
און אויב יא? און אויב נישט?

וועמען גייט דאס אהן?

זאלען די גוים מיינען וועגען די אידען וואס זיי ווילען, עס מאכט נישט קיין גרויסע חילוק.

פארוואס באגראבסטו דיין קאפ אין זאמד און קוקסט נישט אויפן היסטאריע פונעם יודישן פאלק, געדענק צו וואס שנאת ישראל האט שוין ליידער צוגעברענגט אינעם עבר, און אזעלכע מאוויס וכדומה ברענגן נישט קיין ליבע פארן יוד!!!

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:29 am

· #78773
וואס איז נייעס האט בילדער פונעם טאראראם.
נייגעריגער, ס'זעט נישט אויס אז זיי זענען אויסען אונז צו באשמוצן, זיי נישט אזוי באזארגט, זיי גייען ארום אין אסאך געגענטער, און אין אסאך קולטורן כדי צו מאכן אינטערעסאנט פארן עולם.

נ.ב. דאס איז נישט פאר א מאווי, נאר פאר א טעלעוויזיע שאו.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:37 am

· #78775
ניחמתי הרב "געפילטע פיש" ניחמתני!

מומחה » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:15 pm

· #78790
מיט דעם אלעם זאגט מיר א קעסטינג אגענט אז גארנישט קומט צו צו אן עכטע חסידישער אינגערמאן, אבער וואס זאל מען טון אז זיי ווילן נישט זיין אין די פילמס

מים חיים » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:32 pm

· #78793
די עולם דא איז יא/נישט באזארגט אז עס גייט באשמוצן חסידישע אידן.

די פילם איז א טעלעוויזיע שאו מיטן נאמען בלו בלאד blue blood, די מעשה איז איבער א גאנצע משפחה אנגעהויבן ביים זיידן און אראפ, וואס זענען אלע אינוואלווד אין די NYPD. די מעשה גייט ווייטער און ווייטער, און עס שלענגלט זיך א פארזעצונג אז עס גייט א רויך.

די איצטיגע פילם גענעמאכטס איז פאר איינע פון די קומענדיגע עפיזאדן וואס א חלק פון די סקריפט איז אז א פארברעכער אדער א דעטעקטיוו פארשטעלט זיך פאר א היימישע איד, און מען זעהט אין די פילם ווי ער גייט איינקויפן אידישע מלבושים. ממילא זענען זיי געקומען קיין בארא פארק אפכאפן ווי דער אקטיאר/גוי גייט קויפן אידישע מלבושים, ובתוכם א חסידישן הוט.

במאמר המוסגר, זיי האבן געאפפערט פאר א צווייטע הוט סטאר דארט אין די געגענט צען טויזענט דאללער אז ער זאל זיי פארבארגן זיין געשעפט פאר די אקציע, אבער ער האט נישט מסכים געווען. וויפיל קרויס הוט סטאר האט באקומען בין איך נישט באקאנט.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:41 pm

· #78795
איז לויט "מים חיים" איז די גאנצע מעשה פון די רבי מיט די גבאי וכו' אן אויסגעטראכטן מעשה ווען אין פאקט איז נישט דא נישט קיין בערעלעך און נישט קיין וואלד [לא דובים ולא יער].
אונטערעסאנט! ווער מאכט אויף אזעלכע מעשיות¡

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 9, 2013 7:37 pm

· #78861
איחוד פעלד
ווען דער רבי איז חושד אז די גבאי האט אן אפיער מיט די רעבעצין וואלט עס געוועהן מער קרוב לאמת.....

דער רעבע וואלט איהם נישט געדארפט שיסן. ערשטנס וואלט ער געוואוסט מיט רוח הקודש אויב ס'איז אמת. צווייטנס. ער וואלט געגעבן א שארפן בליק און דער גבאי וואלט זיך אויסגעשטרעקט. און די בלו בלאדס וואלטן נישט געדארפט קומען קיין בארא פעסט.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:50 pm

· #78913
berlbalaguleh
איחוד פעלד
ווען דער רבי איז חושד אז די גבאי האט אן אפיער מיט די רעבעצין וואלט עס געוועהן מער קרוב לאמת.....

דער רעבע וואלט איהם נישט געדארפט שיסן. ערשטנס וואלט ער געוואוסט מיט רוח הקודש אויב ס'איז אמת. צווייטנס. ער וואלט געגעבן א שארפן בליק און דער גבאי וואלט זיך אויסגעשטרעקט. און די בלו בלאדס וואלטן נישט געדארפט קומען קיין בארא פעסט.


איך מיין אז ווען מען הארגעט מיט כישוף קען מען אויך ווערען אויף דעם איינגעזעצט.

עפעס געדענק איך א מעשה כעין זה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:40 am

· #78956
נייגעריגער
איז לויט "מים חיים" איז די גאנצע מעשה פון די רבי מיט די גבאי וכו' אן אויסגעטראכטן מעשה ווען אין פאקט איז נישט דא נישט קיין בערעלעך און נישט קיין וואלד [לא דובים ולא יער].
אונטערעסאנט! ווער מאכט אויף אזעלכע מעשיות¡

די מענטשן וואס הייסן "סקריפט רייטערס" שריפט שרייבערס אדער שריפט שטעלערס. הלוואי אויף אונז געזאגט דאס געלט וואס זיי מאכן. נאר מ'דארף זיין א גוטער בעל דמיון.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:46 am

· #78957
איחוד פעלד
berlbalaguleh
איחוד פעלד
ווען דער רבי איז חושד אז די גבאי האט אן אפיער מיט די רעבעצין וואלט עס געוועהן מער קרוב לאמת.....

דער רעבע וואלט איהם נישט געדארפט שיסן. ערשטנס וואלט ער געוואוסט מיט רוח הקודש אויב ס'איז אמת. צווייטנס. ער וואלט געגעבן א שארפן בליק און דער גבאי וואלט זיך אויסגעשטרעקט. און די בלו בלאדס וואלטן נישט געדארפט קומען קיין בארא פעסט.


איך מיין אז ווען מען הארגעט מיט כישוף קען מען אויך ווערען אויף דעם איינגעזעצט.

עפעס געדענק איך א מעשה כעין זה.

נאר ס'איז נישטא קיין עווידענס. אה. ווען מ'משפט א איד דארף מען נישט קיין עווידענס. מעשה וועבערמאן יוכיח.

נייגעריגער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:50 am

· #78958
איך האב געמיינט צו פרעגן ווער עס מאכט אויף אזעלכע מעשיות וואס מ'האט געשמועסט אין די אידישע גאס אז זיי שפילן א סצענע פון א גבאי וואס האט געהארגעט זיין רבי'ס זוהן, וואס לויט "מים חיים" איז עס שקר וכזב!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:13 am

· #78966
נייגעריגער
איך האב געמיינט צו פרעגן ווער עס מאכט אויף אזעלכע מעשיות וואס מ'האט געשמועסט אין די אידישע גאס אז זיי שפילן א סצענע פון א גבאי וואס האט געהארגעט זיין רבי'ס זוהן, וואס לויט "מים חיים" איז עס שקר וכזב!!

נו, זיכער איז עס שקר וכזב. דו האסט שוין געהערט אזא מעשה. אונז זעמיר נאכנישט אזוי געמיין, ב"ה. אפילו אויב די שמוציגע מידיא וויל אונז שילדערן מיט אזעלכע פארבן. ס'איז דא א מואווי וואס גייט אויף אן ענליכן מהלך. ס'הייסט "סטרעינדזשער עמאנג אס" "א פרעמדער (געפונט זיך) צווישן אונז". דארט רעדט זיך פון א דיימאנד סוחר וואס איז געהרג'ט געווארן און מ'ווייסט נישט ווער. האט א דעטעקטיוו זיך פארשטעלט פאר א חסידישן יוד (אדער (יודענע.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:16 pm

· #79026
פון די אלע בילדער, שפילערס וכו', לערן איך ארויס איין זאך. וואס די ירושלמי אנהייב שקלים זאגט "אי אתה יכול לעמוד על אופיה של אומה זו" - מ'קען קיין (חסידיש) איד נישט ארויסהאבן.
מ'קען דאס נישט נאכמאכן. ס'פעלט די חן, די אמת'קייט
LOL

מומחה » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:47 pm

· #79036
100% גערעכט, און דער וואס מ'זעט אויפן קליפ אז ער זאגט אז ס'איז mind boggling זאל זיך קויפן נייע ברילן

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:34 pm

· #79051
בד"וו, מיט וואספארא רעכט קען א פריוואטע קאמפעני אפשטעלן דעם גאס אינמיטען העלן טאג?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:40 pm

· #79056
אזא מין זאך וואס הייסט א פערמיט, אן ענליכע פערמיט צו וואס סאטמאר נעמט ארויס ווען מ'מאכט א עצרת מוחאה אקעגן די מדינת ישראל קאנסולאט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:43 pm

· #79058
ווען א ציבור דארף דאס פלאץ, למשל אפשפארן בעדפאורד עוו ווען 100'טע צדיקי בית פאפא קומען אראפ פון הימל כדי צו זעהן פון דער נאנט זייערע חסידישע אייניקלעך, מילא. אבער א פריוואטע קאמפעני?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:57 pm

· #79064
בלו בלאדס וואטשען מ'סתם מער מענטשען ווי די באטייליגטע ביים פאפא חופה, צוזאמען מיט די זיידעס צוזאמען.
אבער ס'האט נישט צו טוהן מיט דעם, איך מיין דו קענסט אויך ארויסנעמען אזא פערמיט.
בלאט: 1 2 3