מאווי שוטינג אין בארא פארק
122 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2695
געפילטע פישבלו בלאדס וואטשען מ'סתם מער מענטשען ווי די באטייליגטע ביים פאפא חופה, צוזאמען מיט די זיידעס צוזאמען.
אבער ס'האט נישט צו טוהן מיט דעם, איך מיין דו קענסט אויך ארויסנעמען אזא פערמיט.
קען זיין ביסט גערעכט. און א ראיה דערצו: בלו בלאדס האט נאך קיינמאל נישט אויפגעכאפט די פאפא חופה.
בלו בלאדס וואטשען
בערך 10-11 מיליאן מענטשען, זיי מברר וויפיל מענטשען זענען געווען ביים פאפא חתונה, כ'בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאט מער.
איך האב מברר געווען אין פאפא, זיי זאגן אז ווייסן נישט וואס בלו-בלאדס איז. אלזא, ס'בלייבט א ספק.
קאווע טרינקערפון די אלע בילדער, שפילערס וכו', לערן איך ארויס איין זאך. וואס די ירושלמי אנהייב שקלים זאגט "אי אתה יכול לעמוד על אופיה של אומה זו" - מ'קען קיין (חסידיש) איד נישט ארויסהאבן.
מ'קען דאס נישט נאכמאכן. ס'פעלט די חן, די אמת'קייט
LOL
איך האב געכאפט א פאר טעותים וואס די פראדוסערס האבן געמאכט. לדוגמא. אלע שפילערס, אפילו דער מיט'ן שטריימל אן בעקישע גייען געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. איך האב שוין געשריבן איבער דעם נושא אין אן אנדערן אשכול וואו כ'האב אויסגערעכנט אז די אלע וואס ווילן שפילן א ראלע ווי אן ערליכער יוד, לאו דוקא אין א מואווי פאלן אדורך. זיי געבן זיך אוועק.
קאווע טרינקערווען א ציבור דארף דאס פלאץ, למשל אפשפארן בעדפאורד עוו ווען 100'טע צדיקי בית פאפא קומען אראפ פון הימל כדי צו זעהן פון דער נאנט זייערע חסידישע אייניקלעך, מילא. אבער א פריוואטע קאמפעני?
די פילם פראדוקשן קאמפעני ברענגט אריין א גרעסערע הכנסה פאר די שטאט מער ווי אלע צדיקי בית פאפא צוזאמען.
קאווע טרינקעראיך האב מברר געווען אין פאפא, זיי זאגן אז ווייסן נישט וואס בלו-בלאדס איז. אלזא, ס'בלייבט א ספק.
ווייל דער פילם גייט נישט אויף אידיש אדער אונגאריש. אבער למעשה האלטן זיי זיך צו דעם.
קאווע טרינקערגעפילטע פישבלו בלאדס וואטשען מ'סתם מער מענטשען ווי די באטייליגטע ביים פאפא חופה, צוזאמען מיט די זיידעס צוזאמען.
אבער ס'האט נישט צו טוהן מיט דעם, איך מיין דו קענסט אויך ארויסנעמען אזא פערמיט.
קען זיין ביסט גערעכט. און א ראיה דערצו: בלו בלאדס האט נאך קיינמאל נישט אויפגעכאפט די פאפא חופה.
זיי וועלן נאך אנקומען אהין אויך, אי"ה. מצוה גוררת מצוה.
👍 😈
נולד מאוחר
ישר כח.
דא איז די לינק גראד צו די show.
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/video/">www.cbs.com/shows/blue_bloods/video/</a><!-- w -->
סאיז שוין דא ערגעצוואו אויף יוטוב פון וואו איך זאל עס קענעם אראפלאדענען??
אויב איינער ווייסט ביטע ארויפלייגן א לינק דערצו!
נייגעריגערסאיז שוין דא ערגעצוואו אויף יוטוב פון וואו איך זאל עס קענעם אראפלאדענען??
אויב איינער ווייסט ביטע ארויפלייגן א לינק דערצו!
פרוביר דא:
<a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/02/ShowFilmedBoroParkAirsTV.html">http://www.gruntig.net/2013/02/ShowFilm ... irsTV.html</a>
ש'כח פאר דעם, גאנץ גוט!
אבער איך האב געמיינט צו ס'איז נישט דא די full episode אויף יוטוב אז איך זאל עס קענען זעהן אויף מיין ענדרויד אן א פלעש פלעיער און עס אויכעט קענען דאונלאודן?!
[ציטאט אראפגענומען]
כ'פארשטיי דיר נישט, וואס הייסט CBS וועט עס אראפנעמען פון יוטוב? איז עס שוין דא דארט? אויב יא דאן וואו איז א לינק דערצו? איך וואלט עס גערן גענומען פון יוטוב קיין דראפבאקס אבער ס'דארף קודם זיין אויף יוטוב!
its's really a bad plot. it doesn't make any sense what so ever.
but one thing is for sure that now everyone who watched it knows that we stink! and that cop that was before a chasid he speaks dutch when he interrogates the shomrim member. stupid
<a class="postlink" href="http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/">http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/</a>
עס קען זיין עס ארבעט אויף דער ענדרויד, ווענד זיך ווי וואס ווען.
דאס דארף ארבעטן אויף ענדרויד
א לינק צו דאונלאודן דעם full episode!
דיין לינק צו יוטוב ארבעט שוין נישט, זיי שרייבן אז מ'האט עס אראפגענומען צוליב א קאפירייט קלעים פון CBS.
אבער איך האב זיי מקדים געווען און דאונלאודעד לתועלת פונעם ציבור קאווע טרינקער,און
דא האט איר א דראפבאקס לינק עס אראפצונעמען!
<a class="postlink" href="http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/video/fjIgAsf_CjYuJsOSTceqmu6YsyzM6jtB/blue-bloods-men-in-black/">http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/vi ... -in-black/</a>
די סך הכל
א רבי מיט צוויי זוהן איז דא א מחלוקה ווער סזאל זיין דער סוקסעסער
קינדער פון רביס האבען זייטיגע עפעירס מיט שיקסעס
ביי חסידים איז דא רציחה, שומרים, א גוטער שוויץ באד
פין וואו ווייסען זיי דאס אלעס? א דאנק דעם וואס אינדז היימישע חסידותן וואס שלאגען זיך טאג און נאכט ממישט אריין די פאליס און קאורטס און די מידיע
געהערט אז דבורה פעלדמאן איז געווען זייער עדווייזער
ס'איז א אמת'ע מעשה?
<a class="postlink" href="https://thepiratebay.se/torrent/8120000/Blue_Bloods_S03E14_HDTV_x264-LOL_%5Beztv%5D">https://thepiratebay.se/torrent/8120000 ... %5Beztv%5D</a>
רבנים האבען געהייסען איבערגעבען אז ווייל א חלק פין די מאווי האט מען געכאפט אין בארא פארק, איז דאס "נישט" קיין היתר צו וואטשען די מאווי.
atmybestס'איז א אמת'ע מעשה?
אר יו סיריעס??? אזא קשיא צו הערן דא אין שטיבל פון א היימישער?! השם ישמרנו!
אויב א היימישער פרעגט אזוי דאן נעמט דאך עס דער שונא ליעקב'ס קאפ אריין אלץ זיכערע אמת, ותוצאותיו מי ישרנו!
אדער אפשר גייט דא פאר א קאנסעפיראציע אונטער אונזער נאז, און דער atmybest איז גאר א שליח פון דבורה פעלדמאן אליין אריינצוברענגען ספיקות ביי אונז אליין אונז זאל מיר זעך דארפן ציפען צו זעהן צו די מעשה האלט זיך יעצט אינמיטן אפשפילן מיט איינער פון די גדולי אדמור"י דורינו אדער עס איז די פאנטאזיע פון א טי.ווי. שאו!
גענוג גע'דמיון'ט?!
איז ווייסהויז דארטן אנפאנג?
ווייסהויז
📎 vlcsnap-2013-02-10-20h56m29s177.png
גם אני מצטרף, כ'האב געבעטן דעם שבת גוי זאל מיר עס נאכקוקן..
עס איז זייער אינטערעסאנט אז נאך אזויפיל מיה און פלאג וואס זיי האבן אריינגעלייגט צו קענען נאכמאכן האסידיקס, זענען זיי נישט אנגעקומען כי הוא זה.
אזוי שלעכט, אזוי נאריש.
נייגעריגערדיין לינק צו יוטוב ארבעט שוין נישט, זיי שרייבן אז מ'האט עס אראפגענומען צוליב א קאפירייט קלעים פון CBS.
אבער איך האב זיי מקדים געווען און דאונלאודעד לתועלת פונעם ציבור קאווע טרינקער,און
דא האט איר א דראפבאקס לינק עס אראפצונעמען!
וויפיל חסידים באניצן זיך מיט די לינק? סגעט מיר די מעסעדזש "Error (509)
This account's public links are generating too much traffic and have been temporarily disabled!"
איחוד פעלדhttps://thepiratebay.se/torrent/8120000/Blue_Bloods_S03E14_HDTV_x264-LOL_%5Beztv%5D
איז דאס ריין פון וויירוס? כקען ריאיג דריקן דאנלאוד?
דרוק נישט אויף דאונלאוד, נאר אויף GET THIS TORRENT, אבער דאס איז נישט די דאונלאוד אליינס, נאר דו דארפסט האבן א טארענט קלייענט עס דאונצולאדענען.
א נייע לינק דאונצולאודען דעם גאנצן מאווי!
לכבוד אלע קאווע טרינקער'ס הע"י
קודם וויל איך מיך אנטשולדיגן אז מיין דראפבאקס לינק האט אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף אן ערארר! די סיבה דערצו איז וויבאלד עס איז גאר שטארק פארשפרייט געווארן דורך טוויטער וכדומה, עד כדי כך אז עס איז איבערגעשטיגן דראפבאקס'ס תקנה אז נאר צוואנציג גיג איז ערלויבט אראפצוגעלאדענט ווערן פון איין לינק אין איין טאג, און זיי האבן אין תוצאה דערפון סוספענדירט מיינע לינקס פאר דריי טעג!!!
אבער ב"ה לא אלמן ישראל - דראפבאקס איז נישט דער יחיד בדורו, און כ'האב גענערירט א נייע לינק לתועלת הציבור, און דאסמאל איז עס פון
box.com! כ'האף צו הערן גוטע גריסן אז ס'ארבעט גוט אבער פאר סיי וועלכע פראבלעמען ביטע גלייך שיקן אין אישי!
און לגבי "נולד מאוחר'ס" שאלה וועגן "איחוד פעלד'ס" לינק: עס איז נישט קיין דיירעקט דאונלאוד, עס איז א טאררענט פייל און מוזט האבן א ספעציעלע עפפ אדער קלייענט עס צו נוצן.
די עפיזד דערמאנט פין נאצי דייטשלאנד פראפעגאנדע, ס'ברענגט ארויס א געפיהל פין אפשיי צי חסידים, אפענע אנטיסימיטישע פראפעגאנדע,
חזקיהו המלךדי עפיזד דערמאנט פין נאצי דייטשלאנד פראפעגאנדע, ס'ברענגט ארויס א געפיהל פין אפשיי צי חסידים, אפענע אנטיסימיטישע פראפעגאנדע,
דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל, דער מויש פון קרויס הוט/שטריימל סטאר איז א קאריקוטער גענומען פון דעם שטורמער.
איך מיין מיר דארפן גיין פראטעסטירן אנטקעגן סי.בי.עס.
כולנו למערכה!
דער עולם דא נעמט א מאווי ארויס פין איר גרעניצען, א מאווי טוט נישט אפשפילען קיין שום אמת, עס איז דארט פאר ענטערטענמינט און אמאהל דאס אויך נישט.......... אבער נישט קיין שום ארויסברענגען דער אמת לגבי אן ענין.
יעצט אין דעם ענין, האבען זיי געבויט א מעשה אויף דעם וואס א רבי האט צוויי קינדער און דער יונגערע איז מער געלונגען, דער יונגערע ווערט רבי, דערווייל איז דאס א זאך וואס קען געשעהן, הגם איך ווייס נישט פין א פאל וואס א אינגערע זוהן איז געווארען דער רבי, און דער עלטערע איז ארויס מיט גארנישט, אבער דאס גייט דאך קיינער נישט אהן אז זיי בלאפען אויס א מעשה.
ווידער ווען עס האנדעלט זיך מיט דער שיקסע זונה וואס דער לוי האט געטראפען, איז פארשטייט זיך נישט קיין מציאות שבעולם אז א רעביש קינד זאל האבען א אהבה מיט א פרעמדע שיקסע (הגם אז די זאלונים זאגען יא אזוי אויף איינעם, איז עס דאך אויף די עלטסטע נישט דער צווייטער.....), אבער דאך, זיי מעגען דאך בויען א מעשה לויט די מושג פין די גוים אז יעדער איינער איז מזנה, פין דער גלח ביזען פריץ, איז וואס ווילסטו פין סי בי עס, זיי מאכען דען א מאווי פאר אונז ק"ש אינגעלייט? עס איז דאך פאר גוים.
לגבי דער רציחה חלק, מיין איך אז עס איז גארנישט אזוי ווייט פין דער מציאות, עס קען געשעהן ביי אונז אלע, און דער עולם זאל אויפהערען קאכען פאר כעס מיט טענות פין היתכן וכדומה, רציחה איז ליידער ביי אונז איינגעריסען, ובכה"ג קען מען נאך זיין א למדן, אז דער גבאי האט געמעגט הרגענען דער "לוי" ווייל עס שטייט דאך הבועל ארמית קנאין פוגעין בו, איי עס איז נישט געוועהן בשעת מעשה? נו, וואס ווילען ענק פין סי בי עס, דאס האבען זיי אויך געדארפט וויסען?
עס איז שוין העכטס צייט צו נעמען דראסטישע שריט!
דאס גייט שוין אריבער אלע גלייזן!
פארוואס איז יעדער שטיל?
פלוצלינג נעמען מיר זיך אן פאר די חסידים? הא? ונהפוך הוא! א גאנץ יאר רעגט מען זיך אויפן סיסטעם, אבער יעצט איז מען זיך מיצר בצערתם..
ניין, איך מיין עס נישט ערנסט. איך וויצל ארום.
איך מיין די איינציגסטע עצה איז אז מיר זאלן אליינס אריין אין די מאווי ביזנעס און מאכן א קידוש השם! וואס טראכט איר? אז די גויים וועלן זעהן אזעלכע טאלאנטפולע קלוגע חברה ווי אונזערע שרייבער דא אין שטיבל, וועלן זיי נישט אננעמען א פול מויל מיט וואסער?
ווער איז אין?
יא יא איחוד'ל אזוי זעהט מען אויס ווען מען מיינט עס איז קיהל צו זיין א סעלף היעטינג כאסיד. נעבעך.
איך בין נייגעריג ווער ס'האט זיי אויסגעלערנט די חסידישע אויפפירונג מיט אזא מין עמעראצעס דאס אז א פרוי געבט נישט איבער דירעקט אין א מאן'ס הענט האבן זיי געוואוסט אויפצושפילן אבער ווער ס'האט א בליק געטון אינעם עפיזאד קען קלאר באמערקן דעם סיין וואס הענגט אינעם שוויץ ווי זיי גייען באזוכן יענעם שומרים חברה מאן, שטייט דארט אויף יודיש אנשטאט "בלויז מענער" האבן זיי געשריבן "בלויז מענטשן" וואס האט מיר געקאסט א שמייכל. אויך איז אינטערסאנט וואו זיי האבן געזעהן אז א חסיד'ישער יוד זאל גיין דעם קאפל וואס זיי האבן אנגעטון דעם "משה" פון קרויס הוט סטאר. מעגליך אז זיי האבן געכאפט א שפאציר אין שומר שבת שטיבלעך וואו זיי האבן געטראפן פון אלע מינים.
נישט געוואוסט אז men only מיינט 'בלויז מענטשן'...
====
אה, טישו האט שוין געכאפט.
הוהא דער עולם איז גוט אויפגערעגט אויפן מאווי, וואס זענען זיי שולדיג אז זיי האבען נישט געחולמעט אז די אידען וואס האבען זיי געזעהן אפכאפען אין בארא פארק וועלען האבען ווי עס צו זעהן. 😉
אבער אמתדיג אזוי ווי מ'זאגט אין ארץ ישראל האט מען טענות אויף די פרייע מידיא אז זיי לייגען אראפ דעם פרימען איד ווי דער שפייער אויף קליינע מיידלעך און "שבת שרייער" פוי שפייער און געוואלד רייסער'ס און די פרייע המון עם קויפט עס אפ, די זעלבע קען זיין אז דער המון אמריקאנער גוי נעמט אהן דעם בליק אויף האסידים וואס דאס איז נישט גוט!!
טישו באקסאיך בין נייגעריג ווער ס'האט זיי אויסגעלערנט די חסידישע אויפפירונג מיט אזא מין עמעראצעס דאס אז א פרוי געבט נישט איבער דירעקט אין א מאן'ס הענט האבן זיי געוואוסט אויפצושפילן אבער ווער ס'האט א בליק געטון אינעם עפיזאד קען קלאר באמערקן דעם סיין וואס הענגט אינעם שוויץ ווי זיי גייען באזוכן יענעם שומרים חברה מאן, שטייט דארט אויף יודיש אנשטאט "בלויז מענער" האבן זיי געשריבן "בלויז מענטשן" וואס האט מיר געקאסט א שמייכל. אויך איז אינטערסאנט וואו זיי האבן געזעהן אז א חסיד'ישער יוד זאל גיין דעם קאפל וואס זיי האבן אנגעטון דעם "משה" פון קרויס הוט סטאר. מעגליך אז זיי האבן געכאפט א שפאציר אין שומר שבת שטיבלעך וואו זיי האבן געטראפן פון אלע מינים.
כ'טישו באקס
(וואט עי ניק!), איך האב אויך זיך שטארק צולאכט אויפן טאוול "בלויז מענטשן"... און דער צוזאמעשטעל פון קויפן א שטריימל אין א הוט געשעפט?... און זייט ווען באגלייט א גבאי מיט א לאנגע בארד א רביצין ביי חסיד'ישע אידן?
און זייט ווען דאווענט מען אין 2 שורות, אויסגעדרייט איינער צום צווייטן?
בכלל, ווען די רבי'ס ליגן אויפן קראנקן בעט, בעפארן גוסס'ן, ליגן זיי מיטן ווייסן בעקישע??
@אנאנים, יעדעס ווארט א פערל @אנאנים, האסט געשלאגן דעם נאגל אויף איר קעפל!
@איחוד, במלא הודו והדרו!
א קורצע איבערבליק איבער דער בלו בלאאדס עפיזאד.
די מעשה וואס איז נוגע אידן און אידישקייט אין דעם עפיזאד גייט בערך אזוי. דער אלטע רבי, רופט אריבער דעם געוועזענעם פאליציי קאמישענער [אן אלטן פריינד פארן רבי'ן] און ער מעלדט אים אז זיין לעצטע החלטה איז אז דער ממלא מקום וועט זיין דער אינגערע זון, ווייל ער איז מער געלונגען.
תיכף נאך די לוי', בעסער געזאגט תיכף נאך די מלא, גייט דער פריש געווארענע זון ארויס פון ביהמ"ד רעדן אויפן סעלפאון, ער גייט אינעם בעקיארד פונעם שול, און א מיסטעריעזע האנט דערשטעכט דעם רבין צום טויט.
עס ווערט א גרויס בהלה, מען קומט תיכף צו לויפן, פאליציי און דעטעקטיוון און סתם נייגעריגע צושויער, און מען זעהט דעם פריש'ן רבין [לוי איז זיין נאמען] ליגן אראפגעפאלן ביי טרעפ אראפ צום בעיסמענט דערשטאכן צום טויט, און זיין געטרייען גבאי, אשר לעפקא, שטייט איבערגעבויגן, און פרובירט צו ראטעווען.
צווישן די דעטעקטיוון איז פארהאן איינער וואס מיסודו איז ער חסידיש אינגל, ער איז אבער אפגעפארן... ער האט נאך אבער קשר מיט זיין מאמע, און זי פארציילט אים זאכן וואס גייט פאר אין די פארמאכטע קאמיוניטי, וואס סתם אזוי פארציילט מען נישט פאר קיין דרויסענדיגער.
די ערשטע חשד פאלט אויפן עלטערן זון, אז ער האט דערשטאכן דעם אינגערן ברודער צום טויט, מחמת קנאה אז ער האט נישט באקומען די רבנות, וואס דאס מיינט כבוד, און די רביסטעווע פארמאגט אסאך געלט.
מען קומט אויספארשן דעם עלטערן ברודער, און ער איז ארומגענומען מיט שומרים מעמבערס אלס גבאים, דער עלטערע ברודער לייקענט אפ שטיין און ביין, און איז גאר באליידיגט אז מען פארדעכטיגט אים אין זיין ברודערס מארד.
די אויספארשער, באקומען ווידיאו פון דעם בעקיארד פון שול, און מען זעהט א מינוט נאך דעם וואס לוי גייט ארויס, זעהט מען דעם עלטערן ברודערס גבאי, דער שומרים מעמבער, ארויסגיין פון יענעם טיר. די חשד גייט אויפן שומרים מעמבער, און מען קומט אים אויספארשן, מען פיקט אים אויף פון שוויץ.
אריינגייענדיג אין שוויץ, וויל די שומר הפתח צוריקהאלטן די פאליציי פון אריינגיין, ווילאנג זיי האבן נישט קיין וואראנט אריינצוקומען, אבער נאך א סטראשונקע, אז אויב ערלויבט מען זיי נישט אריינטריט, וועט די העלט דעפארטמענט זיין דא, ערלויבט מען צוויי דעטעקטיווס אריינצוגיין, אבער די שיקסע דעטעקטיוו לאזט מען נישט אריין.
דער שומרים מעמבער, האלט נישט ביים רעדן, אבער נאכדעם וואס דער געוועזענער חסיד/היינטיגע דעטעקטיוו סטראשעט אים, אז אויב קאפערירט ער נישט געהעריג, וועט ער מפרסם זיין, און די גאנצע בית המדרש וועט וויסן, אז ער האט גע'מסר'ט און געזינגען ווי א פייגעלע, פארציילט ער וואס ער ווייסט.
די רעזולטאטן פון די מעדיקעל עקזעמינער קומען צוריק, און אין די רעפארט שטייט אז מען האט געטראפן א לאנגע בלאנדע האר אויפן גוף פונעם ערמארדעטן. נאך א קורצע שמועס מיטן גבאי'ן, אשר, ווערן זיי געוואר א נאמען פון א שיקסע, וואס דער נייע רבי [לוי] האט געהאט מיט איר אומאויסגעהאלטענע באציאונגען.
מען גייט אריבער אין איר געשעפט, מען רעדט מיט איר, עס ווערט נתגלה די מעשים טובים פון דעם לוי, אבער זיי האבן נישט קיין מאטיוו, פארוואס זי זאל וועלן הרג'ענען לוי, אבער זי זאגט זיי אז לוי האט איר פארטרויעט אז זיין ווייב איז חושד אז ער האט שייכות מיט אנדערע פרויען, און זי וויל א גט.
דער געוועזענער חסיד/היינטיגע דעטעקטיוו ערקלערט, אז א פרוי וואס וויל א גט, קען גארנישט טון, ווייל זי קען נישט גט'ן, און איר איינציגסטע וועג ארויס פונעם מערידזש, איז אויב די מאן שטארבט....
נאך עפעס וואס מען האט געטראפן ביים מעדיקעל עקזעמינער, איז א גרויע פאקס האר אויפן מאנטל פונעם נרצח, מען גייט אריבער צום שטריימל סוחר, זעהן ווער עס האט געקויפט א שטריימל מיט פוקס האר, עס שטעלט זיך ארויס אז דער פרישע רבי זעלבסט [לוי] האט עס געקויפט, אבער ער האט עס נישט געקויפט פאר זיך, ער האט עס געקויפט אלס מתנה פאר זיין גבאי.
מען גייט איר ארעסטירן, און בשעת מען ארעסטירט איר, איז דער גבאי, מודה אז ער איז דער וואס האט ערמארדעט דעם רבי'ן. איינס, ווייל ער איז נישט ראוי צו זיין רבי, צוליב זיין שייכות מיט א שיקסע, צוויי, ווייל ער וויל חתונה האבן מיט דעם פרישן אלמנה.
--
דאס איז דער PLOT, די מעשה זעלבסט האט גאר אסאך לעכער, ווי אויך די אופן וויאזוי עס איז געפילמט געווארן האט גאר אסאך אומפונקטליכקייטן.
איבער דעם אין א קומענדיגע תגובה
איחוד פעלדרבנים האבען געהייסען איבערגעבען אז ווייל א חלק פין די מאווי האט מען געכאפט אין בארא פארק, איז דאס "נישט" קיין היתר צו וואטשען די מאווי.
דאס מיינט אז די רעיטינגס וועללן זיין זיער הויך. א יעדער וועט עס קוקן. 😳
איין גוטע זאך זעה איך אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין איין חסידישע אדער געוועזענע חסידישע איד וואס זאל זיי העלפן מיט די סקריפט.
ווען יא וואלטן זיי נישט געמוזט נעמען זייער אידיש רעדן און שרייבן פון גוגל טרענסלעט.
ענטפער צו איחוד פעלד
היינט איז עס (די מואווי) ב"ה נאר א סקריפט. דער אייבירשטער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ח"ו ווערן א מציאות אין דער צוקונפט. ירידת הדורות. ממילא האמיר אזאלכע רעבעס וד"ל. 😳
kligerעס איז שוין העכטס צייט צו נעמען דראסטישע שריט!
דאס גייט שוין אריבער אלע גלייזן!
פארוואס איז יעדער שטיל?
איך האלט אז ווען ד. פלדמן איז ארומגעגאנגען אויף אללע טי.ווי. שאוס און אין די גאנצע מידיא באשמוצן ערליכע אידן איז עס שוין דאן אריבער אללע גלייזן און גרעניצן.
שמעקעדיגפלוצלינג נעמען מיר זיך אן פאר די חסידים? הא? ונהפוך הוא! א גאנץ יאר רעגט מען זיך אויפן סיסטעם, אבער יעצט איז מען זיך מיצר בצערתם..
ניין, איך מיין עס נישט ערנסט. איך וויצל ארום.
איך מיין די איינציגסטע עצה איז אז מיר זאלן אליינס אריין אין די מאווי ביזנעס און מאכן א קידוש השם! וואס טראכט איר? אז די גויים וועלן זעהן אזעלכע טאלאנטפולע קלוגע חברה ווי אונזערע שרייבער דא אין שטיבל, וועלן זיי נישט אננעמען א פול מויל מיט וואסער?
ווער איז אין?
דאמאלס וועלן די רבנים שליט"א האבן זייער א סאך ארבעט. זה מתיר וזה אוסר. דו האסט מיר געגעבן א נייע איידיע. אפשר זאלל מען ביי רעבישע חתונות מאכן א מואווי שאאט אין די זעלבע צייט. אויך די יומא דפגרא'ס וואס פאלן אויס אינמיטן די וואך 'עט מען אויפנעמען אויף א מואווי. און געוויסע מוסדות וועלן מאכן אן הגרלה אויף די נייעסטע מואווי פאר דעם וואס ברענגט קעש צום דינער. 😂
שמעקעדיגאון זייט ווען באגלייט א גבאי מיט א לאנגע בארד א רביצין ביי חסיד'ישע אידן?
בעלזע רעביצין האט גבאים און דרייווערס מיט לאנגע בערד.
מיר דאכט זעך אז דער משה פינעם היט סטאר פלעגט מיט א שטיקל צייט צוריק ערשיינען אויף די G&G עדס, אדער איז עס א ברידער זיינער.
האט איר באמערקט אינעם שוויץ איז דא א טאוול MEN ONLY איבערגעטייטש אויף אידיש "נאר מענטשן". ניטאמאל א פשוטן טייטש קענען זיי נישט שטעלן גראד?
רבישע קינדער מיט שיקסע גאדדעסעס. גבאים מערדערס ווילן חתונה האבן מיט די רביצין. שומרים קאווערן אפ רציחה. א יעדער חסיד טראכט נאר פון שטיפן שיקסעס. האליוואד בתפארתה א שטיק דרעק פראדוקציע.