☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאווי שוטינג אין בארא פארק

מאווי שוטינג אין בארא פארק

122 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2695
בלאט: 1 2 3

חזקיהו המלך » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:58 pm

· #86051
מסתם אז א פאר טיכטיגע עסקנים לייגען זיך אריין, וואלט מען געקענט מאכען א לאוסאוט קעגען סי בי עס פארען פאלטש באשמיצען א קאמיונעטי, אין קען זיין אויך פאר העצע קעגען מיינאריטי,

טאמער ס'וועט זיין א לאוסאוט אפגעזעהן ווער ס'געווינט וועט עס שיקען א מעסעדזש פאר די מידיא אז די "חסידים" לאזען זיך נישט שפייען אין די קאשע,אין ס'קאסט א פרייז,

ס'וואלטען זיך געדארפט יאווען עסקנים צי רעדען מיט גוטע לאיערס איבער א לאוסואט, ס'קען זיין אז ס'קען קאסטען מיליאנען פאר סי בי עס, עכ"פ קאפ וויי קענען זיי זיכער האבען,

בן תמליון » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:58 pm

· #86052
[ציטאט אראפגענומען]

קיינמאל געזען. איך דערמאן מיר פון דע טשאסען וואס שטעלט אויך פאר חסידים איך מיין אז דער רבי סאנדערס דארט זעט אויס ווי זער זעלבער עקטער דא אין קרויס היט סטאר. קען איינער באשטעטיקן?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:26 pm

· #86062
חזקיהו המלך
מסתם אז א פאר טיכטיגע עסקנים לייגען זיך אריין, וואלט מען געקענט מאכען א לאוסאוט קעגען סי בי עס פארען פאלטש באשמיצען א קאמיונעטי, אין קען זיין אויך פאר העצע קעגען מיינאריטי,

טאמער ס'וועט זיין א לאוסאוט אפגעזעהן ווער ס'געווינט וועט עס שיקען א מעסעדזש פאר די מידיא אז די "חסידים" לאזען זיך נישט שפייען אין די קאשע,אין ס'קאסט א פרייז,

ס'וואלטען זיך געדארפט יאווען עסקנים צי רעדען מיט גוטע לאיערס איבער א לאוסואט, ס'קען זיין אז ס'קען קאסטען מיליאנען פאר סי בי עס, עכ"פ קאפ וויי קענען זיי זיכער האבען,

און די זעלבע טיכטיגע עסקנים 'עלן מאכן זיכער אז קיין איין פעני פון דעם אויסגעחלומ'טן לאוסוט אקעגן סי.בי.עס. און האליוואוד וועט זיך נישט דערקייקלען אין מיין אדער אין דיין טאש אריין.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:36 pm

· #86068
בן תמליון
[ציטאט אראפגענומען]

קיינמאל געזען. איך דערמאן מיר פון דע טשאסען וואס שטעלט אויך פאר חסידים איך מיין אז דער רבי סאנדערס דארט זעט אויס ווי זער זעלבער עקטער דא אין קרויס היט סטאר. קען איינער באשטעטיקן?

דער פלאט אין "סטרעינדזשער אמאנג אס" און פון די "בלוא בלאדס" איז זייער שטארק ענליך. דער סקריפט אין "דהע טשאוזען" האט די ווייניגסטע מיסטעיקס איבער דעם חסידיש'ן לעיבן. נאר "ראד סטייגער" וואס שפילט רעב סאונדערס טוט אללע זיינע שטיק מיט אזא רציחה אז מ'דערקענט אז ר'איז נישט קיין יוד. ער האקט אין טיש (ביי די חתונה סצענע) און ער שניידט די חלה מיט א מורא'דיגע רציחה.

יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:41 pm

· #86069
איך אויך
יא יא איחוד'ל אזוי זעהט מען אויס ווען מען מיינט עס איז קיהל צו זיין א סעלף היעטינג כאסיד. נעבעך.

אוי, צו וואספארא מצב מיר האבן געמוזט צוקומען אז איך אויך זאל ציטירן שטיקער זר זהב! איך ווייס שוין נישט צו דאס איז עקבתא דמשיחא אדער חשכות הגלות...

חזקיהו המלך » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:43 pm

· #86070
berlbalaguleh

און די זעלבע טיכטיגע עסקנים 'עלן מאכן זיכער אז קיין איין פעני פון דעם אויסגעחלומ'טן לאוסוט אקעגן סי.בי.עס. און האליוואוד וועט זיך נישט דערקייקלען אין מיין אדער אין דיין טאש אריין.

האו קעירס, די עיקר סי בי עס זאל חאפען א פאטש,
די געלט זאל גיין פאר וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס, צי ס'דא אזא זאך ווי קארופציע . יא ס'דא ביי אידישע אין ביי נישט אידישע עסקנים, אבער נישט דאס איז די אישו יעצט, די אישו איז אז סי בי עס זאל באצאלען א פרייז פארען באשמיצען א גאנצע קאמיוניטי פאר גארנישט,

חזקיהו המלך » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:44 pm

· #86071
אין ביי די וועי זיי האבען אויך באשמוצט שומרים, אין שומרים קען אויך מסתם מאכען א לאוסוט

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:21 pm

· #86079
זענט עטץ פאר ריעל? מקען סאען פאר אזא זאך? עטץ מיינטס אז ס ב ס האט נישט א גאנצע סטעף מיט לויערס אויף יעדע אקט זייערע?
אפשר ברענגטו איין פאל וואס מהאט געסאט א מאווי , פארן באשמיצען מענטשען? אדרבה אפשר איז דאס א גוטע עצה איך ווער שוין א עסקן איך גיי זיי סאען , געב מיר א נומבער פון א לויער וואס וועט מיר נישט לאכען אין פנים ווען איך וועל עם זאגען וואס איך וויל...

נפתלי » מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:27 pm

· #86080
איך מיין אז מיר דארפן זיך יעצט אריינרייסן אין די אמעריקאנע אמבאסאדע אין בארא פארק......

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:04 pm

· #86101
אוהב דעת
זענט עטץ פאר ריעל? מקען סאען פאר אזא זאך? עטץ מיינטס אז ס ב ס האט נישט א גאנצע סטעף מיט לויערס אויף יעדע אקט זייערע?
אפשר ברענגטו איין פאל וואס מהאט געסאט א מאווי , פארן באשמיצען מענטשען? אדרבה אפשר איז דאס א גוטע עצה איך ווער שוין א עסקן איך גיי זיי סאען , געב מיר א נומבער פון א לויער וואס וועט מיר נישט לאכען אין פנים ווען איך וועל עם זאגען וואס איך וויל...

דאכט זיך מיר אז אין אמעריקע סועט מען פאר גרעסערע שטותים ווי דעם.
די צודרייטסטע מדינה איבער די וועלט מיט די שטותים. א הפקרות ממש.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:13 pm

· #86107
נישט ווען סקומט צו די לובלינג ווי די מאווי אינדאסאטרי, דעמאלס ווערט יעדער סענסיטאוו

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:17 pm

· #86109
ברסלבער
איין גוטע זאך זעה איך אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין איין חסידישע אדער געוועזענע חסידישע איד וואס זאל זיי העלפן מיט די סקריפט.
ווען יא וואלטן זיי נישט געמוזט נעמען זייער אידיש רעדן און שרייבן פון גוגל טרענסלעט.

גיב עס נאך עטליכע יאר, אין עס וועט זיין סאך מער ווי די מיינסט.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:24 pm

· #86111
דולה ומשקה
ברסלבער
איין גוטע זאך זעה איך אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין איין חסידישע אדער געוועזענע חסידישע איד וואס זאל זיי העלפן מיט די סקריפט.
ווען יא וואלטן זיי נישט געמוזט נעמען זייער אידיש רעדן און שרייבן פון גוגל טרענסלעט.

גיב עס נאך עטליכע יאר, אין עס וועט זיין סאך מער ווי די מיינסט.

איך וואלט ענדערשט געזאגט אז זיי האבען נישט געהעריג געזוכט, איך אליינס קען דער געבן 10 היימישע וואס וואלטען דאס געטאן אפי אומזוסט, הייב אן אויסרעכענען, דבורה פ. ברוך ה. ליבי פ. די ליסט איז גרויס, אדער האבען זיי א טעם כמוס פארוואס זיי האבען דאס אזוי געטאן

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:05 pm

· #86121

פערל וואלט גענומען גוט געלט, דבורה איז נישט פארלעסליך לשיטת האליוואד,
די דארפסט פארשטיין זיי האבען אויך פרינציפען, אין מאכען שטארקע היים-ארבעט.

יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:09 pm

· #86123
שמעקעדיג
אוהב דעת
זענט עטץ פאר ריעל? מקען סאען פאר אזא זאך? עטץ מיינטס אז ס ב ס האט נישט א גאנצע סטעף מיט לויערס אויף יעדע אקט זייערע?
אפשר ברענגטו איין פאל וואס מהאט געסאט א מאווי , פארן באשמיצען מענטשען? אדרבה אפשר איז דאס א גוטע עצה איך ווער שוין א עסקן איך גיי זיי סאען , געב מיר א נומבער פון א לויער וואס וועט מיר נישט לאכען אין פנים ווען איך וועל עם זאגען וואס איך וויל...

דאכט זיך מיר אז אין אמעריקע סועט מען פאר גרעסערע שטותים ווי דעם.
די צודרייטסטע מדינה איבער די וועלט מיט די שטותים. א הפקרות ממש.

טו מיר א טובה, קיין איין ריכטער וועט נישט אננעמען קיין לאוסוט ווייל די מאווי האט אפארגעלייגט אידן נישט לויט ווי דיר געפעלט. שטעלט אייך פאר ווען מ'קען אויף דעם סוען וואלטן אלע שווארצע געסוט יעדעס מאל א טעלעוויזיע שוי אדער מאווי וואלט סטעריאטיפד א שווארצער. קאם אן.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:34 pm

· #86140
איך ווייס פון חברה זיי זענען ליגעאלע איבערזיצער מיט א סקול דגרי, ווען זיי ווילען דווקא, קענען זיי נעמען פון זיי, ליבי אומר לי אז זיי האבען עפעס א טעם דערביי , כווייס נישט וואס אדרבה האך די אביסעלע היים-ארבעט

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:38 pm

· #86236
צפיתי בפרק הזה עכשיו,
זה מה שיש לי להגיד,
קטעים רבים מתוכה ממש אנטישמיים, במיוחד חלק מהדמויות בסרט, שהלבישו אותם ואיפרו אותם כאילו ממש הרגע יצאו משערי השטרימער,
חוץ מזה שזה עשו בצורה חובבנית מאוד ללא שום אמינות,
וכל חרדי מתחיל היה נוכח מיד שהקטעים שמה לא קשורים למציאות, ולא שייך שיתרחשו אצל החסידים,

הייתי מצפה מארגון "השומרים " לתבוע את היוצרים של הסידרה בדיבה,
לאחר שלא פעם ולא פעמיים הם הראו בקלוז אופ שהחשוד ברצח לובש את המדים שלהם,
ואומנם זו רק סידרה ולא במציאות, אבל כאשר מראים את זה שוב ושוב ושוב, הרי שבתת מודע זה נכנס למח שאכן ארגון השומרים הוא זה שאשם ברצח.

קרדיט: אניכברחוזר, בח"ח.

randy_couture » מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:57 pm

· #86579
איחוד פעלד
דער עולם דא נעמט א מאווי ארויס פין איר גרעניצען, א מאווי טוט נישט אפשפילען קיין שום אמת, עס איז דארט פאר ענטערטענמינט און אמאהל דאס אויך נישט.......... אבער נישט קיין שום ארויסברענגען דער אמת לגבי אן ענין.

יעצט אין דעם ענין, האבען זיי געבויט א מעשה אויף דעם וואס א רבי האט צוויי קינדער און דער יונגערע איז מער געלונגען, דער יונגערע ווערט רבי, דערווייל איז דאס א זאך וואס קען געשעהן, הגם איך ווייס נישט פין א פאל וואס א אינגערע זוהן איז געווארען דער רבי, און דער עלטערע איז ארויס מיט גארנישט, אבער דאס גייט דאך קיינער נישט אהן אז זיי בלאפען אויס א מעשה.

ווידער ווען עס האנדעלט זיך מיט דער שיקסע זונה וואס דער לוי האט געטראפען, איז פארשטייט זיך נישט קיין מציאות שבעולם אז א רעביש קינד זאל האבען א אהבה מיט א פרעמדע שיקסע (הגם אז די זאלונים זאגען יא אזוי אויף איינעם, איז עס דאך אויף די עלטסטע נישט דער צווייטער.....), אבער דאך, זיי מעגען דאך בויען א מעשה לויט די מושג פין די גוים אז יעדער איינער איז מזנה, פין דער גלח ביזען פריץ, איז וואס ווילסטו פין סי בי עס, זיי מאכען דען א מאווי פאר אונז ק"ש אינגעלייט? עס איז דאך פאר גוים.

לגבי דער רציחה חלק, מיין איך אז עס איז גארנישט אזוי ווייט פין דער מציאות, עס קען געשעהן ביי אונז אלע, און דער עולם זאל אויפהערען קאכען פאר כעס מיט טענות פין היתכן וכדומה, רציחה איז ליידער ביי אונז איינגעריסען, ובכה"ג קען מען נאך זיין א למדן, אז דער גבאי האט געמעגט הרגענען דער "לוי" ווייל עס שטייט דאך הבועל ארמית קנאין פוגעין בו, איי עס איז נישט געוועהן בשעת מעשה? נו, וואס ווילען ענק פין סי בי עס, דאס האבען זיי אויך געדארפט וויסען?

read your signature!! thats where you belong

randy_couture » מיטוואך פעברואר 13, 2013 1:06 pm

· #86581
<!-- e --><a href="mailto:CBSAudienceEnt@cbs.com">CBSAudienceEnt@cbs.com</a><!-- e -->

everyone is invited to write an email to CBS

you can ask for an apology or whatever. can someone compose a email and list it here so we can all send it ? t

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:45 pm

· #86775
Answer to Randy Couture
Your one-line answer to "Union Field" (We all know where that is.) was a knockout. He didn't deserve it.

מים חיים » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:21 am

· #93000
די בלויע בלוט חברה קומען דעם דאנערשטאג קיין וויליאמסבורג, בראודוועי סאוט 8 געגענט

נייגעריגער » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:43 am

· #93009
מים חיים
די בלויע בלוט חברה קומען דעם דאנערשטאג קיין וויליאמסבורג, בראודוועי סאוט 8 געגענט

וואס איז יעצט די מעשה? א המשך פונעם פריערדיגן עפיזאד [וואס עס האט פארגעשריבן דער נאצי'שער פראפאגאנדע מיניסטער יאזעף געבעלס ימש"ו]? אדער נאך עפעס וועגן די אידען? אדער אפשר האט עס מיט אונז קיין שייכות נאר א פשוטער פילמירונג?
בלאט: 1 2 3