☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים

וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2682

ביבער » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:21 am

· #77849
וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים
אין מיין דזשאב קומט מיר לעצטענס אויס אסאך צו אויסגעפרעגט ווערן דורך נייגעריגע גוים איבער אונזערע מנהגים און לבוש, דעם ריינעם אמת איז נישט אלעמאל פראקטיש צו זאגן סיי ווייל נישט אלעס קענען זיי פארשטיין און סיי ווייל אסאך מאל קען עס מאכן א שלעכטן איינדרוק, ס'פארהאנען זאכן וואס זענען ביינונז הייליג און איז ביי זיי אפגעפרעגט ווי למשל סעגרעגאציע צווישן גענדער'ס, אסאך מאל זעה איך מענטשן ווערן געפרעגט האקעלע שאלות דורך די מידיע דזשורנאליסט'ס און זיי ענטפערן אזוינע נאנ-סענס אז איך שעם מיך שטאטץ יענעם, די מידיע פאסמאקעוועט זיך מיט אזעלכע נארישע סטעיטמענטס, און עס קען מאכן א גרויסן חילול השם, דעריבער וויל איך דא אנפרעגן פאר די חשובע חברים, און ווער עס האט גוטע עצות און פראקטיק זאל ביטע מיטטיילן.

1. וואס זענען די פאות, קאפל, ציצית, וואס אידן טראגן? (שוין געהאט מענטשן וואס ווילן "אלעס" עקסטער פונקטליך פארשטיין.)

2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?

3. פארוואס האבן אידן גרויסע משפחות?

4. פארוואס גייען (פרומע) אידישע קינדער אין עקסטערע סקול'ס?

5. וואס איז מען מסביר ביים נישט וועלן שעיקן הענדס? אדער פאר'ן נישט וועלן זיצן נעבן א פרוי?

6. פארוואס טוהן זיך (אסאך) אידן נישט אויפפירן עטיש? ווי למשל אפן האלטן א טיר, גריסן, איבערגעבן?

7. פארוואס לערנען נישט (אולטרא פרומע) אידן ענגליש, קאמפיוטער, סייענס?

איינער האט נאך?

א תודה למפרע פאר אלע משיבים.

געוואלד געשריגן » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:43 am

· #77863
מיר טוען אלעס צו דערמאנען אונז אז מיר האבן א תחלית און דער לבוש איז וויכטיג ווייל ס'איז א דערמאנונג....ווייל ס'איז קלאר ווי דער טאג אז מיר זענען אידן און מ'דארף מאכן א קידוש השם. בעיסיקלי דער זעלבע ענטפער גייט פאר אלע פראגעס.

but make sure it doesn't seem like we have a superiority complex.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:45 am

· #77877
אפשר פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיין דזשינס הויזען איז ציריסען.

טעפל » זונטאג יאנואר 6, 2013 5:09 am

· #77893
נולד מאוחר
אפשר פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיין דזשינס הויזען איז ציריסען.

אויף דעהם האט ער סאך א שוואכערע תשובה.

יידל » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:08 am

· #77912
ביבער

1. וואס זענען די פאות, קאפל, ציצית, וואס אידן טראגן? (שוין געהאט מענטשן וואס ווילן "אלעס" עקסטער פונקטליך פארשטיין.)

בכלליות: ווייל חסידישע אידן זענען זייער טראדיציאנאל מיינדעד, און די אלע זאכן זענען אונזער טראדיציאנאלע וועג פון קליידונג.
בפרטיות:
פאות - אין די ביבל שטייט אז מ'זאל נישט שערן די עקן פונעם קאפ און פון די אראל תורה ווייסן מיר אז אז דאס איז דארט ווי די פאות געפינען זיך.
קאפל - פון די אראל תורה ווייסן מיר אז צודעקן די קאפ ברענגט מיר זאלן געדענקן גאט ווען אימער.
ציצית - סימפל. עס ווערט דערמאנט אין די ביבל.

אויב איז יענער א קריסט, קענסטו אים ביי דעם פונקט צוריקפרעגן: און ווי איז דיין ציצית און פאות?
ביבער

2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?

טראדיציע איז א גוטע ענטפער. אדער קענסטו זאגן ווייל אין די אראל תורה וכו'.
ביבער

3. פארוואס האבן אידן גרויסע משפחות?

א מצוה אין די תורה: פרו ורבו.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:34 am

· #77919
יידל, דיינע ענטפערס זענען גוט פאר מיר אויך.
קיינמאל נאך נישט געהערט אזאנע קלארע תשובות

אבער מיט דעם אלעם קומט אריין די א.ג. "מסורה" אין יעדע פרט באזונדער

פיאות - יא, אבער פארוואס אזוי לאגנ. שער דיך די גאנצע קאפ אויף 3.
קאפל - אין אראל תורה שטייט נאר אז גדולים זענען אזוי געגאנגען, און מידת חסידות בעלמא, וכו'.
ציצית - יא, אבער דאס איז נאר אויב מ'האט א בגד פון 4 כנפות

ביי די אלע זאכן, אויסער עסן חזיר, מוז מען צוקומען צום יסוד פון טראדיציאנאל מיינדעד.

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:36 am

· #77920
אויף די אלע שאלות איז גוט ווי יודל שרייבט.

חוץ איינס וואס איך בין געפרעגט געווארען לעצטע וואך, און איך בין געבליבען מיט אן אפענער מויל, ווייל עס מאכט נישט קיין סענס.

אין די שאלה איז

ביבער האט געשריבן:2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?

איך האב נישט קיין וועג מסביר צו זיין פארוואס די אייגענע האר טאר מען נישט און דוקא מיט א שייטעל מעג מען יא.

ד.ה. אויף מסביר זיין פארוואס האר זאל זיין באדעקט האב איך נישט קיין שום פראבלעם, צניעות, וכו', אשת איש, סימן, היכר, אבער דער הסבר פארוואס א שייטל זאל זיין מותר און האר אסור, איז כמעט אזוי שווער ווי מסביר זיין דער ראשענאל פין א היתר עיסקא.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:39 am

· #77923
סא, זאג אים דעם אמת.
וויבאלד היינט איז שוין נישט קיין חילוק פון א שייטל צו עכטע האר, איז על פי הלכה נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט אייגינע האר אויפגעדעקט, אזוי ווי אסאך MO אידן פירען זיך. נאר אונז זענען, ווי יידל זאגט, זייער טראדיציאנאל מיינדעד.

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:48 am

· #77927
יידל, ענטפערסט זייער טרוקן, און ס׳איז גוט אויפן באן אדער פליגער אז מען וויל קורץ ענטפערן, עס טויג אבער נישט פאר א לאנגע קאנווערסעישן און פאר איינער וואס וויל פארשטיין אויף וואס די טראדיציעס זענען געבויט

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:40 pm

· #77952
לעמאן דזשוס
יידל, ענטפערסט זייער טרוקן, און ס׳איז גוט אויפן באן אדער פליגער אז מען וויל קורץ ענטפערן, עס טויג אבער נישט פאר א לאנגע קאנווערסעישן און פאר איינער וואס וויל פארשטיין אויף וואס די טראדיציעס זענען געבויט

פארגעס נישט דער פרעגער מיז נישט זיין דער טיפער פארשטייער. אז ער זאל באקומען א גרינטלעכר ענטפער.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:37 pm

· #77972
ביבער
...דעריבער וויל איך דא אנפרעגן פאר די חשובע חברים, און ווער עס האט גוטע עצות און פראקטיק זאל ביטע מיטטיילן:

1. וואס זענען די פאות, קאפל, ציצית, וואס אידן טראגן? (שוין געהאט מענטשן וואס ווילן "אלעס" עקסטער פונקטליך פארשטיין.)
2. פארוואס גייען פרויען מיט א שייטל?
3. פארוואס האבן אידן גרויסע משפחות?
4. פארוואס גייען (פרומע) אידישע קינדער אין עקסטערע סקול'ס?
5. וואס איז מען מסביר ביים נישט וועלן שעיקן הענדס? אדער פאר'ן נישט וועלן זיצן נעבן א פרוי?
6. פארוואס טוהן זיך (אסאך) אידן נישט אויפפירן עטיש? ווי למשל אפן האלטן א טיר, גריסן, איבערגעבן?
7. פארוואס לערנען נישט (אולטרא פרומע) אידן ענגליש, קאמפיוטער, סייענס?

איינער האט נאך?

א תודה למפרע פאר אלע משיבים.

1) To remind us that God is always above our heads
2) עיין תשובת יידל
3) כנ"ל
4) Because premarital sex is forbidden, we seek to keep the sexes segregated until marriageable age, to keep them away from temptation, and also because they have completely different curriculum's
5) Affectionate touching is forbidden with someone who is not your wife, according to ultra orthodox rabbi's, hand shaking goes into the category of affectionate touching
6) I couldn't agree with you more, someone needs to teach these kids manners, but it doesn't come from rudeness, rather ignorance
7) Couldn't agree with you more, and it pains me to see them grow up without formal education, I hope to god that the situation will change and they'll realize that even by Jewish law they're obligated to give their kids a proper education.

געוואלד געשריגן » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:50 pm

· #77976
Can't say it better than that

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:35 pm

· #78121
און אז אז שבת וויל יעדער דריטער גוי אויפ'ן גאס וויסן וואס איז דער מאדנער פעלענער הוט וואס איך טראג אויפ'ן קאפ, וואס זאל איך אים ענטפערן? אז איך האב אפגעשריבן א גאנצער אשכול אויף קאווע שטיבל ומשם תמצאנו?

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:21 pm

· #78134
זאג ס'איז א מין יוניפארם וואס די האסידים גייען, טראדישען, קאסטאם, וכו' וכו', ווייל ביינונז איז די וויכסטיגסטער זאך אנצוהאלטן די מסורה פון די אכצענטע סענטרי.

יאיר » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:35 pm

· #78136
דאס האב איך געענטפערט, און איך האב זיך טאקע געשפירט ווי א נאר.

ביבער » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:45 pm

· #78139
"טראדיציע" דארף צו זיין זייער א באפרידיגער תירוץ אין רוב פעלער אחוץ ווען נישט, אויב איז דער שואל באמת אינטרעסירט צו וויסן דעם תירוץ איז "טראדיציע" א גאנץ קנאפע תירוץ, איך האב שוין אויך געהאט פעלער וואס די פרעגער'ס האבן שוין פון פריער געהערט אדער געליינט אומגינסטיגע הסברים און זיי קענען באשטיין צו הערן אויב עס איז אמת, אין אזא פאל וועט די פשוטע "טראדיציע" תירוץ זיין ווי א הודאה אויף דאס וואס זיי ווייסן שוין, איך פרוביר אלעמאל צו טרעפן א שכל'דיג הסבר וואס וועט דייקא יא איבערלאזן א גוטן איינדרוק.

למשל אזוי ווי דא אונטן וואלט איך נישט געטפערט אבער איך האב שוין געהערט מענטשן וואס ענטפערן נעבעך אזוי.

1. אונז צו דערמאנען אז אונז זענען אידן, מיר זענען הייליגער ווי אנדערע פעלקער ווייל אונז האט ג-ט אויסגעוועלט איבער אלע אנדערע.
2. צו ווייזן פאר פרעמדע מענער אז מיר זענען שוין חתונה געהאט און זיי זאלן זיך דערווייטערן פון אונז.
3. ווייל היטלער האט געהארגעט 6 מיליאן, האבן מיר גרויסע משפחות אלס נקמה אין היטלער.
4. קוק וויאזוי עס זעהט אויס ביי ענק אין high school...
5. מענער דארפ'ן זיין הייליג דעריבער דערווייטערן זיי זיך פון פרויען.
7. מיר אידן לערנען נאר די תורה ווייל אלע חכמות ליגן אין איר.

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:07 pm

· #78143
. מיר אידן לערנען נאר די תורה ווייל אלע חכמות ליגן אין איר.

חוץ פין דעם וואס איך בין מסופק אויב דער כלל איז אמת בכלל, איז עס א היבש נארישער סטעיטמענט צו זאגען, ווייל סוכ"ס וועט דער לערנער קיינמאל נישט צוקומען צו א מדריגה פין קענען אנדערע חכמות דורך די תורה, ווייל נאר א יחיד בדורו קען צו דעם "זוכה" זיין, ווי צ.ב.ש. דער חזון איש וואס האט געזאלט האבען געמאכט א דייעגראם פין א מוח.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:35 am

· #78201
יאיר
דאס האב איך געענטפערט, און איך האב זיך טאקע געשפירט ווי א נאר.

ווי א נאר? ווי א שוטה

Starbucks » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:44 pm

· #78376
[ציטאט אראפגענומען]

יא, זאג זיי כדי מ׳זאל קענען טוהן שידוכים.

טישו באקס » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:22 am

· #79407
ליינענדיג וועגן ענטפערן אויף א גוי׳ס פראגעס וועגן אונז פרומע יודן, האט מיר א יונגערמאן דערציילט דעם שבת אז א גוי וואס געטון עפעס ארבעט אין די סאטמאר - מאנסי שול האט זעענדיג די אלע פיבערבאפטיגע הכנות מיטן גאנצן טאראראם וואס מ׳מאכט מיט לעקטריק סיינס מיט לייטס אויפן גאס וועגן די חתונה פון די ערשטע פון צוויי טעכטער פינעם רב פון סאטמאר-מאנסי, פרעגט איהם דער גוי, די גאנצע איבערקערעניש דאס איז אלעס פאר איין נאכט?! ערקלערט ער איהם, די מיזט פארשטיין, דער רב האט נאר צוויי קינדער, דעריבער מאכט מען אזא גרויסן טראסק. וואונדערט זיך דער גוי, כ׳פארשטיי נישט, יעדער האט דאך נאר צוויי קינדער?!...

שמואל הלוי » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:12 am

· #79443
טישו באקס

דאכט זיך אז ר' חיים יושע האט ניטאמאל קיין צוויי, ער האט בלויז איין בת יחידה.

טישו באקס » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:19 pm

· #79500
קענענדיג די משפחה פון דער נאנט ווייס איך אז ער האט צוויי טעכטער.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:22 pm

· #79502
אגב, דא האט זיך געמאכט א שטיקל שמועס איבער רח"י ה"ש.

שמואל הלוי » זונטאג יאנואר 13, 2013 1:35 pm

· #79509
טישו באקס
קענענדיג די משפחה פון דער נאנט ווייס איך אז ער האט צוויי טעכטער.

אזוי גאר? מזל טוב ווען האט ער געהאט די צווייטע?

town1 » מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:20 pm

· #79861
א גוי האט מיך אמאל אפגעשטעלט און מיך געזאגט אז געווענליך פרעגט ער נישט, אבער מיך וועט ער פרעגן פארוואס גייען אידן אלץ אנגעטון שווארץ, ער זאגט מיך אז אים האט מען פארציילט אז די סיבה איז וויבאלד מען זאל נישט זען א איד הרג'ט א גוי האב איך אים געזאגט אז די סיבה איז ווייל אונז האבן עס אלץ טרעדישאן האט ער מיר געזאגט אז ווען איך זאג טרעדישאן האב איך גארנישט פארענטפערט, אז איך ווייס נישט זאל איך זאגן איך ווייס נישט , א צווייטע מאל האב איך געטראפן א אנדערע גוי פרעגט ער מיר פארוואס גייען אידן ביי די צוויי עקן פון די קאפ מיט האר, זאג איך אים צוליב רעליגיעזע סיבות, רופט ער זיך אן עס איז זייער שיין

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:31 pm

· #79866
town1
א גוי האט מיך אמאל אפגעשטעלט און מיך געזאגט אז געווענליך פרעגט ער נישט, אבער מיך וועט ער פרעגן פארוואס גייען אידן אלץ אנגעטון שווארץ, [....] האב איך אים געזאגט אז די סיבה איז ווייל אונז האבן עס אלץ טראדישאן

קודם איז עס א צניעות'דיגער קאליר,
און נאכדעם אולי צוליב "ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ"...

בן אדם » פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:27 am

· #393785
כ'האב נישט געטראפן ווי עס צו לייגן, איז לייג איך עס דא (הגם כ'הב נישט געהעריג דורכגעליינט די אשכול.

דאס איז גאנץ שרעקעדיג, אבער איך וויל הערן נאך אפינענס.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 19, 2018 3:17 pm

· #393807
town1
א גוי האט מיך אמאל אפגעשטעלט און מיך געזאגט אז געווענליך פרעגט ער נישט, אבער מיך וועט ער פרעגן פארוואס גייען אידן אלץ אנגעטון שווארץ, ער זאגט מיך אז אים האט מען פארציילט אז די סיבה איז וויבאלד מען זאל נישט זען א איד הרג'ט א גוי האב איך אים געזאגט אז די סיבה איז ווייל אונז האבן עס אלץ טרעדישאן האט ער מיר געזאגט אז ווען איך זאג טרעדישאן האב איך גארנישט פארענטפערט, אז איך ווייס נישט זאל איך זאגן איך ווייס נישט , א צווייטע מאל האב איך געטראפן א אנדערע גוי פרעגט ער מיר פארוואס גייען אידן ביי די צוויי עקן פון די קאפ מיט האר, זאג איך אים צוליב רעליגיעזע סיבות, רופט ער זיך אן עס איז זייער שיין

ביבער: כאטש דיין פתיחת האשכול איז שוין אלט. אבער ס'איז נאכאלץ אקטועל.

בדרך כלל אויב א גוי וויל עפעס וויסן און ער פרעגט וועגן נייגעריגקייט מיט רעספעקט, דארף מען איהם ענטפערן אויפ'ן מערסטע לאגישן וועג וואס ער קען פארשטיין. אבער אויב פרעגט ער לקנטר דארף מען איהם זאגן איך ווייס נישט.

אין א געוויסע תקופה האביך געארבעט צוזאמען מיט גויים אויף א קאנסטראקשן סייט. זענען געווען עטליכע גויים וועלכע האבן מיך געפרעגט פארשידענע שאלות און קשיות. ווילאנג ס'איז געווען מיט רעספעקט האביך זיי געענטפערט לויט ווי ס'איז לאגיש פון זייער שטאנדפונקט. אבער ווען איינער האט אנגעהויבן פרעגן לקנטר, האביך איהם געענטפערט אז איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גויים. איך בין אן ארבעטער פונקט ווי ער. און איך לאז מיך נישט אריין אין אזעלכע דיסקוסיעס...קעיס קלאוזד...!

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 17, 2018 1:44 am

· #399983
Re: וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים
בן אדם
כ'האב נישט געטראפן ווי עס צו לייגן, איז לייג איך עס דא (הגם כ'הב נישט געהעריג דורכגעליינט די אשכול.

דאס איז גאנץ שרעקעדיג, אבער איך וויל הערן נאך אפינענס.

נו, קיינער וויל נישט מודה זיין? ווער עס האט עס געשריבן זאל שוין אויפהייבן די האנט.

גראדע האב איך שוין געזען א תירוץ גראד אינעם ארטיקל, פונקט ווי דער גוי האט געקענט טרעפן די באשיידונג פונעם ווארט דורך גוגל טרענסלעיט האט דער לץ געקענט טרעפן דארט וויאזוי מען זאגט danger אויף אידיש.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 17, 2018 1:09 pm

· #400034
אונטער חכם: איין זאך איז זיכער. די שריפט אין ביהכ"ס ביי יענע משפחה איז זיכער נישט קיין הימלישע שריפט. דער שרייבער איז א געשוואלענער עם הארץ. ער האטציך געמוטשעט צו שרייבן ריכטיג דעם אות ..."גימל"...! ס'קלונגט ענדערש ווי די ארבעט פון אן אמעריקאנער לץ וועלכער איז אמאל געגאנגען אין חדר. אבער ער האט שוין פארגעסן די צורת האותיות...!