☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » היסטאריע פון דעם שטריימל

היסטאריע פון דעם שטריימל

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2119

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:45 am

· #52904
היסטאריע פון דעם שטריימל
עס איז ארויסגעקומען לעצטנס א נייער ספר מיט'ן נאמען "הלבוש היהודי באירופה במהלך הדורות". דער מחבר, הרב מנחם מקובר, טוט א שיינעם ארבעט ביים מלקט זיין די היסטאריע פון אידישע מלבושים און די קאנטראווערסיעס און גזירות בשייכות דערמיט. איך וואלט געראטן יעדן היסטאריע ליבהאבער צו כאפן א בליק דערויף.
אין איינע פון די נספחים איז ער חוקר די היסטאריע פונ'ם שטריימל. עס שטעלט זיך ארויס אז דער שטריימל איז א גוי'אישער מלבוש וואס די רייכע פריצים פלעגן גיין אין מזרח אייראפע, און לכבוד שבת פלעגן די אידן אנטון דער שיינער, פריצי'שער הוט פון עכטן פעל. ער ברענגט פון רבי יצחק ברויער ז"ל אז ער רעדט זיך אפ הלמאי די חסידישע אידן זאגן אז דער יעקישער הויכער צילינדער איז מאדערן. דער שטריימל, שרייבט הרב ברויער, איז פונקט אזא גוי'אישער מלבוש, און די אידן האבן עס אדאפטירט כדי צו מכבד זיין דעם שבת. ער שרייבט אז אדרבה, אידן פלעגן גיין דעם צילינדער אין דייטשלאנד כאטש וואס עס האט אפטמאל געפילט אומבאקוועם, ווייל ווי קומט א פשוט'ער מענטש צו גיין א הוט וואס באלאנגט פאר א חשוב'ער מיניסטער, דאך זענען זיי עס געגאנגען לכבוד שבת.

איך קלער אז לויט דעם איז אפשר כדאי צו מתקן זיין מען זאל אנהייבן גיין לכבוד שבת מיט א שיינער, קורצער אנצוג און א געפרעסטער שניפסל, די מכובד'יגע מלבושים אין אמעריקע, ווי עס פאסט פאר דער הויכגעשעצטער עם הנבחר אין דעם אויסדערוועלטן טאג, כאטש דאס פילט אביסל אומבאקוועם פאר אונז היימישע אידן. מיר זענען דאך נישט שוואכער ווי די יעקישע אידן. און אודאי זאל מען נישט גיין שבת מיט א גרויסן פעלענעם הוט וואס א דורכשניטליכער מענטש היינטיגע צייטן קוקט דאס אן אלס א בזיון און א פחיתות הכבוד. ווער רעדט נאך אויב עס איז זומער, דאן מאכט ער דאך פשוט פורים פון זיך. דאס פאסט נישט פאר דעם הייליגן שבת.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:58 am

· #52910
ווילסטו אונטערברענגען די שטריימל סוחרים, היל"ת?
און צושטערן יעדן חתן'ס חלום?....

אגב, ווייסע זאקן קומט אויך פונעם זעלבן אופן. ס'איז אדאפטירט פון די אומה"ע.
אבער ס'ענין ווערט געברענגט פון אר"י הק' אז שבת זאל מען גיין מיט 4 אדער 5 בגדי לבנים.

די טאשטיכל (שמוציגע...) עפאכע איז שוין פארשוואונדן געווארן, מען האט פעסט משנה געווען מדרכי אבותינו....

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:16 am

· #52920
חשיבות בעיני אוה"ע גייט מיר קנאפע אן. אין אונזער קרייז הייסט דאס חשוב גיין א שטריימל מיט א לאנגע בעקיטשע מיט וייסע זאקן איז מען מיט דעם מכבד את השבת. [והא ראיה, קוק יעדער רבישע אייניקל טוהט זיך אן א בעקיטשע מיט קורצע הויזן אינדערוואכן, איז א סימן אז ביי אונז הייסט דאס מכובדיג]
אבער פראקטישקייט דאס איז יא א טענה, גיין אינמיטן זומער מלבושים וואס פאסט אפשר ווינטער אין סיביר איז ממש א געלעכטער און היפך עונג שבת. ווי אויך צו צאלן כמה טויזענטער אויף א שטריימל [וואס איז אגב נישט דומה בכלל צו די שטריימל וואס אונזערע זיידעס זענען יא אדער נישט געגאנגען] איז א שאד די געלט ממש.
סוואלט געדארפט קומען עפעס א רבי/מנהיג מיט גאטס און איינפירן עפעס מלבושים וואס מאכן מער סענס.
נאכמער, וואלט מען געדארפט אינגאנצן מבטל זיין דיי הייליגקייט פון די לבוש ביי אונז. זאל יעדער גיין וויאזוי עם שמעקט און פארטיג.

יואליש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:58 am

· #52942
שניפסל בו תשוב, שניפסל בשבת תענוג, ר"ת שבת

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:23 am

· #52967
שטריימל בשבת תענוג איז דאך גארנישט אנדערש

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:27 am

· #52970
שטריימעל אדער שניפסיל בשבת תלבש, וואס עפעס תענוג?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:34 am

· #52974
אוודאי קומט עס פון די פלעצער ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט, וואס דען האסטו געמיינט? אז אלע שניידערס פון אונגארן ראמעניע פוילן האבן זיך צאמגעזעצט אויף א זיצונג מיט די וועד ארבע ארצות און אפגעמאכט אז מ'גייט מאכן G&G סוטס, און די הוט איז געבליבן א מחלוקת, טייל האבן געוואלט די שטאפענעם הוט, אנדערע דעם ברייטן פלאכן און אנדערע די הויכע ביבער הוט? פון ווי דעם קומט עס?

איך ווייס נישט פונקטליך ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע "לבוש" עפאכע, קען זיין נאכן קריג ווען אידן שברי כלים האבן אימאגרירט צו פרעמדע לענדער ווי מענטשען האבן געטראגן מאדנע "מאדערענע" קליידער און די קאלטור שאק איז געווען צו גרויס, האבן זיי זיך אריינגעקלאזעט איז וועס זיי האבן געזען אין דעם אלטן היים ווי זיי האבן זיך אזוי שטארק געבענקט.

שמעקעדיג און איחוד האקן, שיפע-טאשן בשבת תענוג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:35 am

· #52975
שמעקעדיג בשבת תענוג..

אלע זענען מודה אז "געפילטע פיש" בשבת תענוג..
און נישט נאר שבת, נאר א גאנץ יאר...

בן תמליון » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:56 am

· #52984
דער קדושת יום טוב האט אמאל געזאגט אז בעצם איז נישטא קיין סיבה צו גיין דוקא מיט א שטריימל שבת נאר דער פאקט אז יעדעס האר שטעכט אויס די אויגן פון די משכילים ווייזט עס איז א הייליק ענין. דוכט זיך עס שטעכט שוין נישט מער.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:34 pm

· #53029
אוי ווי עס שטעכט...

שלזינגרוביץ » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:53 pm

· #53079
א שיינע מעשה (אמת'דיק? ווייס איך נישט)
דער הייליקער בעל שם טוב איז געזעצן שבת מיט זיינע תלמידים פארטיפט אין הויכע דערהייבענע געדאנקן.

מיטאמאל האט ער באפוילן אלעמען זאלן פארמאכן די אויגן. אלע האבן אזוי געטאן.
וואס זעט איר - האט דער בעל שם זיי געפרעגט?
אן אקס מיט א שטריימל אויף די הערנער! האבן זיי אלע אינאיינעם גענטפערט.

האט זי דער בעל שם מסביר געווען: אט דאס איז א פראסטער בעלבאס וולעכער זיצט שבת ביי זיך און שטיב צו דעם טיש און פרעסט און זויפט אריין און איז אין גאנצן שקוע אין תאוות האכילה אקוראט ווי א בהמה - צוליב דעם האט איר געזען א בהמה. אלא מאי? דער שטריימל וולעכער איז א הייליקע שבת'דיקע מלבוש קען נישט נשתנה ווערן אין ס'איז געבליבן א אקס מיט א שטריימל...

סהדי במרומים: כ'האב די מעשה נישט אויסגעטארכט - כ'האב דאס געליינט ערגעץ ווי מיט ארום דרייסיק יאר צוריק. אבער איך געדענק נישט אוו.

כ'אליין גיי אויך א שטריימל און איך חלש דאס אוועק צו ווארפן אויף אלדי רוחות. אבער, ווי נישט ווי, איך און אפשר אפשר אויך מאנכע פון אייער קהילה זיינען נישט מער ווי אקסן מיט א שטריימל אויפן קאף.

שלזינגרוביץ » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:12 pm

· #53091
המשך הנ"ל
אט דא קענט איר לייענען דעם סיפור:

<a class="postlink" href="http://chabad-il.org/sh/801-900/sh843.htm">http://chabad-il.org/sh/801-900/sh843.htm</a>

"...ידוע הסיפור (ספר-השיחות ה'תש"ב עמ' 7) שהבעל-שם-טוב הורה בשבת אחת לתלמידיו לעצום את עיניהם והם ראו פתאום בעיני-רוחם שור חובש 'שטריימל'. הסביר להם רבם, שזו דמותו של יהודי שיושב ואוכל בשר-שור לכבוד שבת, אך במקום לחוש את השבת הוא מרגיש את בשר-השור, וידוע הכלל: "במקום שרצונו של אדם, שם הוא נמצא"...."

פערינא » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:13 pm

· #53177
די ספר איז זייער שוואכע ארבייט איך האב עס אויפגעהערט ליינען ביי די ערשטע קאפיטלען
מדארף נישט האבן רב ברייער אלץ מקור פאר די היסטארי פון די שטריימעל, עס איז א ברייט באקאנטע עסק אז די שטריימל איז א אינווענשען פון פראדא און גוטשי פון די מיטל אלטער

נאט אייך איינס אזא סעמפעל, פון צווישען פול אנדערע, די איז פון די רוסישע מלכים
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap">http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap</a>

פערינא » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:39 pm

· #53180
די שור איז חובש שטריימל בראשו מרמז צי זיין אז אויף די הערד מענטעליטי ביי אונז. קיינע פון אונזערע מנהיגים האט די ביצה שלא נולדה זיך אויפוועקען פון די חלום און אראפלייגען אביסעלע קאמען סענס, עטליעסט און די ביטערע היצן קען מען די שטריימל אוועק שטעלען

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:19 pm

· #53190
פערינא
די ספר איז זייער שוואכע ארבייט איך האב עס אויפגעהערט ליינען ביי די ערשטע קאפיטלען
מדארף נישט האבן רב ברייער אלץ מקור פאר די היסטארי פון די שטריימעל, עס איז א ברייט באקאנטע עסק אז די שטריימל איז א אינווענשען פון פראדא און גוטשי פון די מיטל אלטער

נאט אייך איינס אזא סעמפעל, פון צווישען פול אנדערע, די איז פון די רוסישע מלכים
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap">http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap</a>


אדרב לאמיר הערן פארוואס דו האלטסט אז עס איז א שוואכע ארבעט. עס איז טאקע נישט ספעציעל גוט געשריבן אדער עפעס מורא'דיג באארבעט, און ער ברענגט געוויסע נארישע מקורות, אבער דער בליק וואס איך האב באקומען נאכ'ן אריינקוקן דערין איז געווען א פאזיטיווער. קען זיין אז איך בין פשוט געווען קלוג אויסצולאזן די ערשטע פרקים 😃
דער חידוש וואס איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט איז אז מען האט ספעציעל אנגעטון לכבוד שבת א גוי'אישער מלבוש פון די גוי'אישע פריצים. עס איז דאך ממש א חוכא ואיטלולא. אין אנהויב האט מען בכונה אדאפטירט א גוי'אישן מלבוש, און יעצט טאר מען עס נישט אויסטון ווייל עס איז א הייליגע מלבוש?!

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:24 pm

· #53191
לעיקוואד
חשיבות בעיני אוה"ע גייט מיר קנאפע אן. אין אונזער קרייז הייסט דאס חשוב גיין א שטריימל מיט א לאנגע בעקיטשע מיט וייסע זאקן איז מען מיט דעם מכבד את השבת. [והא ראיה, קוק יעדער רבישע אייניקל טוהט זיך אן א בעקיטשע מיט קורצע הויזן אינדערוואכן, איז א סימן אז ביי אונז הייסט דאס מכובדיג]

איר זעט, דאס גרעניצט זיך מיט אפלאכן פון אונזערע פריערדיגע גדולים. אויב זיי האבן געפינען פאר וויכטיג צו אנטון א מכובד'יגער מלבוש פון די גויים, מסתמא אלס וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, פארוואס דארפסטו זיין קלוגער ווי זיי און זאגן אז עס גייט דיר נישט ווי אזוי דער גוי באטראכט דיר?
איי, ר' לעיקוואוד, מען זעט פון וואו איר קומט.

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:26 pm

· #53192
עס איז אנגענומען א לעגענדע אז מיט בערך 500 יאר צוריק אין אנהויב פון די צארישע עפאכע איז ארויס א גזירה אז אידן דארפן גיין מיט א שוואנץ פון א בעל חי אלב שאנד צייכן, און אידן האבן דאס ארום גערינגל דעם קאפ און במשך הדורות איז דאס געבליבן דער שבת לבוש (דער לעגענדע דערציילט נישט פארוואס עס איז געווארן א שבת לבוש, און אויך נישט וואס דער באדייט פונעם ווארט שטריימל איז)

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:38 pm

· #53197
יאיר
לעיקוואד
חשיבות בעיני אוה"ע גייט מיר קנאפע אן. אין אונזער קרייז הייסט דאס חשוב גיין א שטריימל מיט א לאנגע בעקיטשע מיט וייסע זאקן איז מען מיט דעם מכבד את השבת. [והא ראיה, קוק יעדער רבישע אייניקל טוהט זיך אן א בעקיטשע מיט קורצע הויזן אינדערוואכן, איז א סימן אז ביי אונז הייסט דאס מכובדיג]

איר זעט, דאס גרעניצט זיך מיט אפלאכן פון אונזערע פריערדיגע גדולים. אויב זיי האבן געפינען פאר וויכטיג צו אנטון א מכובד'יגער מלבוש פון די גויים, מסתמא אלס וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, פארוואס דארפסטו זיין קלוגער ווי זיי און זאגן אז עס גייט דיר נישט ווי אזוי דער גוי באטראכט דיר?
איי, ר' לעיקוואוד, מען זעט פון וואו איר קומט.

דו פארשטייסט טאקע נישט די חילוק פון אמאליגע גויים ביז היינטיגע גויים?
אמת איך בין אויפגעקלערט איך גלייב אין multi-culturism יעדער סעקטע האט א רעכט צו זיינע אייגענע משוגעתן און דמיונות. אמאל האט מען נישט אזוי געקוקט.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:10 pm

· #53225
פערינא

נאט אייך איינס אזא סעמפעל, פון צווישען פול אנדערע, די איז פון די רוסישע מלכים
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap">http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap</a>

הלואי האט מיין שטריימל אזעלכע בריליאנטן און אדעל שטיינער, ווייסט וואס אפילו נאר די האלב בין איך אויך מסכם.

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:21 pm

· #53232
א שטריימעל איז נישט חלילה א מלבוש פין גוים.
די מלך האט גוזר געווען א גזירה אויף אידען צו טראגען א ביליגער מלבוש אויף דעם קאפ.
און ווען די גזירה איז בחסדי השי"ת בטל געווארען האבען די אידען דאס אנגעטוהן שבת אלץ א זכר צום נס.

חס וחלילה צו זאגען אויף א בגד קדוש ווי א שטריימעל וואס דער סוד איז א ענין פין א קרוין צו טראגען שבת, זכר צו די עדים וואס די אידען האבען פארלוירען ביים עגל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:10 pm

· #53268
למעשה איז עס א הערליכער לבוש וואס לוינט זיך נישט אויפצוגעבן.
וואספארא טעם וועט א שבת האבן ווען מיר אלע גייען זיך אנטון א בענד-דאון... פורים אינדערוו- עממ, שבת.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:34 pm

· #53282
שמעקעדיג
למעשה איז עס א הערליכער לבוש וואס לוינט זיך נישט אויפצוגעבן.
וואספארא טעם וועט א שבת האבן ווען מיר אלע גייען זיך אנטון א בענד-דאון... פורים אינדערוו- עממ, שבת.

מאכסט א דזשאוק? די איינציגסטע סיבה פארוואס דו האלטס אז ס'שיין איז וױיל ביזט געוואוינט דערצו, וואלטן ווען די חסידישע רבי'ס אין אייראפע איינגעפירט זיך צו מאכן די בארד לכבוד שבת אזוי:

אלס זע קלי ואנוהו, וואלסטו געהאלטן אז דאס איז שיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:41 pm

· #53285


איך וואלט אים היינט אויפגענומען פאר מיין רעבבע........

גוטזאגער » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:57 pm

· #53293
נו ווער זאגט אז ער האלט אז סאיז נישט שיין?...

הרב_שלום » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:20 am

· #53300
פארוואס גייען אלע סאטמערע בחורים מיט א רעקל שבת, איז דאס נישט א וואכענדיגע לבוש

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 8:22 am

· #53338
ווייל די בגדי צמר זענען חסידים נישט געגאנגען, און בחורים האט דער רבי געהאט ווי אינדערהיים אלס ראש ישיבה און רב, נישט אלס רבי. האט ער זיי געלאזט גיין בגדי צמר.

גוטזאגער » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:08 pm

· #53509
זייט ווען מאכט א שטריימעל מער הייס ווי סתם א היט? (אויב עס איז נישט שווערער ווי סתם א היט)נאך א מזל איך בין געוואר געווארען יעצט בעפאר די ווינטער וועל איך כאטש זיין אביסעל מער ווארעמער..נאר וואס דען דו שעמסט דיך פון די גוי וואס זעט דיר אינמיטען זימער,ווינטש איך דיר אן פון די גוי זאלסט דיך טאקע שעמען און שטיין ווייט, אבי מרעדט זיך אפ.. אויב דו קענסט נישט האבען שייכות מיטען גוי לכבוד די שטריימעל, טוט דאך די שטריימעל אויף איר ציהל, איך האב געהערט א שיינע רמז, שטריימעל איז נוטריקן שטר ה' מעל

gehlungen » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:47 pm

· #53517
הרב_שלום
פארוואס גייען אלע סאטמערע בחורים מיט א רעקל שבת, איז דאס נישט א וואכענדיגע לבוש
I think they started to wear bekishes. At least on occasions like chasines vch"l !

נס קאווע » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:19 pm

· #53717
פרומאק
א שטריימעל איז נישט חלילה א מלבוש פין גוים.
די מלך האט גוזר געווען א גזירה אויף אידען צו טראגען א ביליגער מלבוש אויף דעם קאפ.
און ווען די גזירה איז בחסדי השי"ת בטל געווארען האבען די אידען דאס אנגעטוהן שבת אלץ א זכר צום נס.

חס וחלילה צו זאגען אויף א בגד קדוש ווי א שטריימעל וואס דער סוד איז א ענין פין א קרוין צו טראגען שבת, זכר צו די עדים וואס די אידען האבען פארלוירען ביים עגל.

אויב איז דער שטריימל אזוי שלעכט פארוואס טוט מען עס נאך אלס אהן? אויב איז אזא שיינער מלבוש לזכר הנס וואס איז אזוי שלעכט געווען מיט די גזירה?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:35 am

· #57548
נס קאווע
פרומאק
א שטריימעל איז נישט חלילה א מלבוש פין גוים.
די מלך האט גוזר געווען א גזירה אויף אידען צו טראגען א ביליגער מלבוש אויף דעם קאפ.
און ווען די גזירה איז בחסדי השי"ת בטל געווארען האבען די אידען דאס אנגעטוהן שבת אלץ א זכר צום נס.

חס וחלילה צו זאגען אויף א בגד קדוש ווי א שטריימעל וואס דער סוד איז א ענין פין א קרוין צו טראגען שבת, זכר צו די עדים וואס די אידען האבען פארלוירען ביים עגל.

אויב איז דער שטריימל אזוי שלעכט פארוואס טוט מען עס נאך אלס אהן? אויב איז אזא שיינער מלבוש לזכר הנס וואס איז אזוי שלעכט געווען מיט די גזירה?


"בגד קדוש"??????????!!!!!!!!
הלמאי איז דער כהן גדול נישט אריין מיט דעם אין קדשי קדשים?


זכר לנס?????????

ווען איך וואלט געהאט כוח
וואלט איך געלאפאן אין גאס
און וואלט געפרעגט מענטשען
וואס איז די ענין פון שטריימעל?

אז 99 פראצענט עולם האט קיין אנהונג נישט איבער די גזירה, וואס פארא זכר איז דאס?
שטעל דיך פאר אז א אוכל מצה בלילי פסחים האט קיין ידיעה נישט איבער מצרים, מאכט ער א "זכר" צו א זאך וואס ער ווייסט ניטאמאל?

כ'מיין שוין צייט פאר די "עם חכם ונבון" אויסצוטוהן די "רחיים על צאוורו", און זיך אנטוהן ווי א נארמאלע מענטש. זיך מאכן א שטיקל פרעזור, לכבוד שבת.
פארוואס שניידן וויידלעך פון בעלי חיים ווען מ'קען מקיים זיין "זה קלי ואנוהו" מיט די אייגענע האר וואס דער בורא באשיינט יעדען מענטש.

יעדעס מאל ווען איך קוק מיך אין שפיגעל - שבת מיטן שטריימעל אויפן קאפ, אדער איך זעה א איד מיט א שטריימל, הייבט זיך מיין בלוט-פרעשער?
ר' איד!! וואס האט איר אויפן קאפ? פארוואס? פארווען?
דו טראכסט וואס דו טוסט? אדער די FOLLOWS פשוט קול מבשר?

האלאוו? איך רעד צו דיר!!!
וואס איז דאס אויף דיין קאפ??????

טעפל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:52 am

· #74248
ס'וואלט געוועהן אינטערסאנט צו ברענגען בילדער פון די עוועלאציע פונעם דינעם בעש"ט שטריימל ביזן היינטיגען דריישטאקיגען שטריימל (און ביז אפאר יאהר ארום אנהייבען ברענגען די בילדער וואו ס'גייט צוביסלעך אראפ נידריגער און נידריגער, וואס אזוי וועט זיכער זיין).

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 15, 2015 7:27 am

· #275309
<a class="postlink" href="http://www.jewishnews.co.uk/ask-the-rabbi-is-god-in-charge-of-democracy/">http://www.jewishnews.co.uk/ask-the-rab ... democracy/</a>

As a final point of interest, there are any number of furs contained within the shtreimel, whether 13, 18 or 26, all numbers that have significance in Judaism. These shtreimels will also be especially commonplace in Jerusalem


אזעלכע שטותים צו רעדן.

פריש וואסער » פרייטאג מאי 15, 2015 8:00 am

· #275311
לדעתי העניי' איז דער הסטוריה םון שטריימלעך ווי דער הסטוריה פון קרוינען, און דערפאר האבן אידן אייביג מקשר געווען די שטריימל מיט א "כתר", ואבאר דברי:
אז מקוקט אויף יעדע קרוין (crown, נישט קיין circlet, וועלכע ווערט אנגערופן "עטרה"), זעהט מען אז עס האט אינדערמיט אזא "קאפל" פון סאמעט (געווענטליך רויט).
די סיבה דערצו איז, ווייל דער מקור פונעם קרוין איז דאס קאפל! עס האט זיך אנגעהויבן ווען די אייראפישע מלכים וועלכע פלעגן גיין רויטע קאפלעך, (ווי די קארדינאלען) און לאות חשיבות האבן זיי אנגעהויבן דאס באצירען ארום און ארום (אזוי ווי מיר טוען פאר קליינע קינדער'ס קאפלעך), שפעטער האט די באצירונג באקומען א ישות בפני עצמה (אזוי ווי עס הייבט זיך שוין אהן א סטייל ביי אונז, לכבוד שבת), ביז עס איז איז נולד געווארן דער אייראפישער קרוין, א פנים חדשות.
די זעלבע מיטן שטריימל, עס האט זיך אנגעהויבן ווען מ'האט געוואלט באצירן די וואכעדיגע קאפל מיט פעל לכבוד שבת, און פון דארט ביזן שטריימל איז היסטוריה.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 15, 2015 8:03 am

· #275312
על רגל אחת כל תורת החסידות: פונעם טפל האט מען געמאכט אן עיקר.

הק זעמל » פרייטאג מאי 15, 2015 3:49 pm

· #275499
ווער סוועט זעהן מיין שטריימעל וועט מיך הייסען אנטוהן א היט לכבוד שבת סזעהט נעבעך אויס ווי א טייער פון א קאר אדער בעסער ווי א האלב גבאקן חלה

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:54 pm

· #275644
הק זעמל
ווער סוועט זעהן מיין שטריימעל וועט מיך הייסען אנטוהן א היט לכבוד שבת סזעהט נעבעך אויס ווי א טייער פון א קאר אדער בעסער ווי א האלב גבאקן חלה

נו, דו קענסט דיך ווענדן צום קרן חתנים פון מאנרא אדער קרן חתנים ד'באבוב (וועלכע, ווייסיך נישט.) און זאגן אז דו ביסט א חתן תורה. ספעציעל יעצט פאר שבועות. און זיי זאללן דיר ספאנסארן א שטריימל.. הצלחה רבה...!

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:32 am

· #400023
Re: היסטאריע פון דעם שטריימל
[ציטאט אראפגענומען]


אויב איז טאקי עגנון דער מקור פון די מעשה איז מסתבר אז ער האט פשוט געזוכט ליצנות צו מאכן און געוויסע האבן עס אפגעקויפט פאר גוט געלט און נאך געמאכט א זכר לנס דערפון.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:05 pm

· #400024
סקען זיין אז די מקור נעמט זיך פון עפעס א גזירה אין פולין. ס'איז אבער מעהר מסתבר אז ס'איז פשוט געוועהן אין סטייל פאר טויזנט יאהר צוריק צוגיין מיט א ווארימע היטל געמאכט פון חיות-האר. פונקט ווי היינט וועלן ווייבער גיין מיט א מינק-קאוט אין שבת, ווייל ס'איז א טייערע און חשובע מלבוש. למעשה שפעטער ווען די קולטור האט זיך געענדערט און מ'איז שוין נישט געגאנגען מיט די מינע היטלעך האבן די מעהר-פרומערע אנגעהאלטן צו די שבת'דיגע מלבושים און נישט געוואלט עס טוישן -א שטייגער ווי ווייסע-זאקן, שווארצע-זאקן, אידיש און אלע אנדערע געוואוינהייטן וואס זיי זענען פאר'עקשנ'ט צו חלילה טוישן - ווייל "חדש" איז אסור מן התורה, און דאס ווערט א חלק פון זייער קולטור און אידענטיטעט. ווידער די מעהר מאדערנע האבן זיך געטוישט זייערע מלבושים צו די היינטיגע אדער דעמאלטסדיגע מאדע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:16 pm

· #400025
אינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט די מקור, וואס איך געדענק מימי ילדותי.
דאס איז ווייל א הוט אום שבת קען זיין א פראבלעם פון א אהל, טאמער זי איז א טפח ברייט. דעריבער איז מען געגאנגען די שטריימעל וואס איז נישט קיין אהל. פאר דעם זענען אפילו בחורים אין ירושלים געגאנגען שטריימלעך. די וואס גייען הוטען, גייען טאקע שיף, צוליב די טעם. עס טוט זיך א סוגיא אויף דעם, אבער אכ"מ.

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:21 pm

· #400026
שבת אחים
סקען זיין אז די מקור נעמט זיך פון עפעס א גזירה אין פולין. ס'איז אבער מעהר מסתבר אז ס'איז פשוט געוועהן אין סטייל פאר טויזנט יאהר צוריק צוגיין מיט א ווארימע היטל געמאכט פון חיות-האר. פונקט ווי היינט וועלן ווייבער גיין מיט א מינק-קאוט אין שבת, ווייל ס'איז א טייערע און חשובע מלבוש. למעשה שפעטער ווען די קולטור האט זיך געענדערט און מ'איז שוין נישט געגאנגען מיט די מינע היטלעך האבן די מעהר-פרומערע אנגעהאלטן צו די שבת'דיגע מלבושים און נישט געוואלט עס טוישן -א שטייגער ווי ווייסע-זאקן, שווארצע-זאקן, אידיש און אלע אנדערע געוואוינהייטן וואס זיי זענען פאר'עקשנ'ט צו חלילה טוישן - ווייל "חדש" איז אסור מן התורה, און דאס ווערט א חלק פון זייער קולטור און אידענטיטעט. ווידער די מעהר מאדערנע האבן זיך געטוישט זייערע מלבושים צו די היינטיגע אדער דעמאלטסדיגע מאדע.

דארפסט נישט צוקומען צו טויזנט יאר צוריק, מען פלעגט אזוי גיין אין רוסלאנד פאר צוויי הונדערט יאר צוריק.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:28 pm

· #400028
ס'האט מיר געזאגט איינער, אז א געוויסע רבי וואס זיין חסידות ציילט זיך איבער טויזנט משפחות האט איהם געזאגט, אז ווען ער קען ווען, וואלט ער מבטל געווען די 'חסידישע לבוש'.

קורקלענד » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:30 pm

· #400029
פון וואנעט ווייסט ער אז ער קען נישט?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:42 pm

· #400032
נס קאווע
פרומאק
א שטריימעל איז נישט חלילה א מלבוש פין גוים.
די מלך האט גוזר געווען א גזירה אויף אידען צו טראגען א ביליגער מלבוש אויף דעם קאפ.
און ווען די גזירה איז בחסדי השי"ת בטל געווארען האבען די אידען דאס אנגעטוהן שבת אלץ א זכר צום נס.

חס וחלילה צו זאגען אויף א בגד קדוש ווי א שטריימעל וואס דער סוד איז א ענין פין א קרוין צו טראגען שבת, זכר צו די עדים וואס די אידען האבען פארלוירען ביים עגל.

אויב איז דער שטריימל אזוי שלעכט פארוואס טוט מען עס נאך אלס אהן? אויב איז אזא שיינער מלבוש לזכר הנס וואס איז אזוי שלעכט געווען מיט די גזירה?

נס קאווע: דו קענסט זיין זיכער אז די שטריימלעך אין די צייטן פון די פוילישע פריצים מיט 200 יאר צוריק האבן נישט אויסגעזעהן אזוי ווי די היינטיגע 4 שטאקעדגיע שטריימלעך, וועלכע זענען שוין העכער פון די ספאדיקס...! זיי האבן ענדערש אויסגעזעהן ווי א וויידל פון א הערינג פיש...! קוק נאר אויף אלטע פיקטשערס. אפילו פון תיכף נאך די צווייטע וועלט מלחמה...! די ערשטע נארמאלע שטריימלעך זענען געווארן פאבריצירט דורך די קעפעטש שטריימלעך פאבריק אין ניו יארק. אין די אנהייב '60'גער יארן...!